בלאט 1 פון 1

עצות, פאר א שווערע פארער

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 7:53 pm
דורך נישט
יאך זיצט יעצט אויפן באס אהיים פארענדיג פון א שווערע טאג ארבעט, נארוואס געענדיגט די ערשטע פערציג טעג פון אריינפארן טאג טעגליך אין שטאט אריין

אוטש! מיין קאפ דרייט זיך... ס'שווינדלט עפעס... כ'בין אינגאנצן דיזי... מיין מאגן איבלט מיר.... אקעי כ'מוז אויפהערן טייפן... כ'קען נישט... ממש כ'פיל וואו כקען גארנישט טוהן...
---
כ'בין שוין אינדערהיים פאר צוויי שעה, כקען שוין ב"ה ווייטער שרייבן, אבער כשפיר נאכאלץ די נאכווייען פון דעם שווערען וועג

אבער רבותי! דאס שפילט זיך איבער יעדן איינציגן טאג, פון ווען איך גיי ארויף אויפן באס קען איך גארנישט טוהן, ממש גארנישט... ס'איבלט ס'דרוקט... אוטש..
די צופרי באס איז נאך גאנץ בחסד, אבער ביים אהיים פארן איז עס ממש נישט צום אויסהאלטן

כ'האב שוין פרובירט, א ליידיגע מאגן, א פולע מאגן, יא טרינקן, נישט טרינקן, זיך יאגן אדער זיך האלטן רואיג. דערווייל אן ערפאלג

ווייסט איינער פון אן עצה, וואלט איך עפרישיעדט צו הערן
יישר כוח למפרע

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 7:56 pm
דורך ענדע צדיק!
געהאט מיט די בני בית, יעדע חאלעמויד טריפ איז געוווען א גיהנום (שטייזעך די אנדערע כשו"כ). עס איז דאך דא צובאקומען דרעמאמיין אין יעדע לאקאלע העלט סטאר?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 7:58 pm
דורך ידיד
שוין פראבירט צו נעמען dramamine?
--
ענדע האקט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 7:59 pm
דורך נישט
ענדע צדיק! האט געשריבן:געהאט מיט די בני בית, יעדע חאלעמויד טריפ איז געוווען א גיהנום (שטייזעך די אנדערע כשו"כ). עס איז דאך דא צובאקומען דרעמאמיין אין יעדע לאקאלע העלט סטאר?

יישר כוח,
איך נוץ עס גראדע פאר מיינע קינדער, באט דאס איז גוט פאר חל המועד, סיי ס'איז נישט געזונט צו נעמען צופיל, אין סיי ווען די באדי געוויינט זיך צו העלפט עס שוין
איך זיך א לאנג טערם סעלושען, וואס ס'וועט ארבעטן פאר יעדן טאג

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 8:06 pm
דורך ענדע צדיק!
נישט האט געשריבן:אין סיי ווען די באדי געוויינט זיך צו העלפט עס שוין

נישט געוואוסט. ווייסעך נישט

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 8:13 pm
דורך ידיד
איינער וואס פארט כסדר וועט געווענליך זיך צוגעוואוינען דערצו מיט די צייט און עס וועט אים ווערן גרינגער. מילא אפשר לוינט זיך דיר יא אנצוהייבן נעמען די דרעמאמיין, און נאך א שטיק צייט צוביסלעך אויפהערן, און דעמאלס זען וויאזוי די מצב איז אן דעם.

איך טראכט נאר.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 8:18 pm
דורך נישט
ידיד האט געשריבן:איינער וואס פארט כסדר וועט געווענליך זיך צוגעוואוינען דערצו מיט די צייט און עס וועט אים ווערן גרינגער. מילא אפשר לוינט זיך דיר יא אנצוהייבן נעמען די דרעמאמיין, און נאך א שטיק צייט צוביסלעך אויפהערן, און דעמאלס זען וויאזוי די מצב איז אן דעם.

איך טראכט נאר.

אזוי האבעך אויך געטראכט, למעשה שרייבעך יעצט וויייל כ'האלט שוין נאך די פערציג טעג

דאס איז לכאורה יא אן אפשען פרובירן פאר וואך דרעמאמיין, דערנאך סטאפן אין זעהן וואס די מצב איז

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 8:21 pm
דורך זאל ער קומען
דו דרייווסט? און דעמאלטס האסטו אויך דעם פראבלעם?
די ערשטע עצה איז ח"ו נישט צו שרייבן אדער טייפען אדער לייענען, דאס שאט אפילו פאר גוטע פארערס.

די צווייטע עצה וואס האט געהאלפן ביין מיר, איז זיצן אין די ערשטע סיט און אגאנצן צייט מיטהאלטן אויפן ראד אזוי ווי דו וואלסט געדרייווט.
סאם האו ארבעט די מוח אינאיינעם מיט די קישקעס און אסאך מענטשן אויב האלט מען נישט מיט די וועג ווירקט עס שלעכט, ביי מיר האט
דאס געארבעט אזוי גוט אז נאך א יאר אזוי פארן האבן איך שוין געקענט זיצן ווי אימער.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 8:28 pm
דורך נישט
זאל ער קומען האט געשריבן:דו דרייווסט? און דעמאלטס האסטו אויך דעם פראבלעם?
די ערשטע עצה איז ח"ו נישט צו שרייבן אדער טייפען אדער לייענען, דאס שאט אפילו פאר גוטע פארערס.

די צווייטע עצה וואס האט געהאלפן ביין מיר, איז זיצן אין די ערשטע סיט און אגאנצן צייט מיטהאלטן אויפן ראד אזוי ווי דו וואלסט געדרייווט.
סאם האו ארבעט די מוח אינאיינעם מיט די קישקעס און אסאך מענטשן אויב האלט מען נישט מיט די וועג ווירקט עס שלעכט, ביי מיר האט
דאס געארבעט אזוי גוט אז נאך א יאר אזוי פארן האבן איך שוין געקענט זיצן ווי אימער.

אמת, ווען איך דרייווו אליינס האבעך נישט די פראבלעם, פונקט פארקערט ס'איז מיר א געשמאקייט צו דרייוון,

דיין עצה וועגן די ערשטע סיט, ס'סאונד גוט, כ'גיי מיר נישט לאזן פון קיינעם, כ'וועל נוצן וואס איך קען נאר, מארגן האבעך די ערשטע סיט, זאל די גאנצע באס פארן אויף רעדער

זאלער, ס'לוינט זיך צו זיין אויפן באס מארגן

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 8:35 pm
דורך מטעמים
ס'גייט געשעהן א ערענסטע גילוי מארגען. מען גייט געוואר ווערן ווער נישט איז.

עפעס א הויעכע בלאנדע יונגערמאן מיט העלף רים לעסס גלעזער גייט פארכאפען א פראנט זיץ.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 8:37 pm
דורך נישט
מטעמים האט געשריבן:ס'גייט געשעהן א ערענסטע גילוי מארגען. מען גייט געוואר ווערן ווער נישט איז.

עפעס א הויעכע בלאנדע יונגערמאן מיט העלף רים לעסס גלעזער גייט פארכאפען א פראנט זיץ.

סארי, האסט נישט געזעהן מיין אוועטער? דא רעדט מען פון א נידעריגע ברייטע רויטע אינגערמאן

אוי, העי, גילוי

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 8:46 pm
דורך יוראפ
כיוראפ ועוד לזאלער
ביי די אנדערע סיטס העלפט עס אויך טאמער מ'קוקט אגאנצע צייט ארויס
#בודק'ס_ניסלעך

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 11:01 pm
דורך ווישוואש
כהאב די זעלבע סימפטאמען, אסאך מאל העלפט גאם אדער א קענדי, נישט sugar free

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2014 2:38 am
דורך אפטימיסט
איך פלעג אויך געפערליך ליידן דערפון, מיין מאמע האט מיר אייביג געזאגט אז מ'וואקסט עס אויס און אזוי איז טאקע געווען,כ'בין היינט ניינציג פראצענט בעסער ווי אמאל, אויף א באס איז מיר גרינגער ווי א קאר, נאכאלץ פארלאנג איך די פראנט סיט אייביג און עס איז א ריזיגע חילוק, דרעמעמיין פלעגט מיך מאכן ברעכן, אפשר טאקע אזויווי אין א פלו שאט לייגט מען אריין אביסל פונעם פלו כדי,עס זאל עס קענען פייטן, אפשר לייגט מען אריין אין דרעמעמיין אביסל נאעזיע און ביי מיר האט עס קאנטער-געווירקט... אזוי צו אזוי האב איך ארויסגענומען א כלל, אייביג ווען איך פלעג מיך פלאגן פלעג איך באטראכטן דעם דרייווער, עס זענען דא גוטע דרייווערס, רואיגע, וועלן נישט סטאפן אזוי ווילד, און אנדערע ווידער וועלן מאכן שארט סטאפס און זיך דרייען ווילד וואס דאס פארערגערט עס, דעריבער ווען איך בין געווארן א דרייווער האב איך עס נישט פארגעסן, מ'דארף זיך רעכענען מיט די שווערע פארערס

פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 04, 2014 10:25 pm
דורך נישט
כ'וועל זיך באדאנקן פאר אלע פאר'ן געבן עצות, דאנערשטאג איז עס למעשה נישט געווען נוגע, כ'האב פונקט געהאט א קאר,
וועלמער זעהן מאנטאג

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 13, 2014 9:21 pm
דורך aperlscript
גראדע האב איך א ענליכע פראבלעם ווען איך פאר אויף א באס ווער איך דיזי אין ווען איך דרייוו נישט. וואס איך האב באמערקט איז אויב איז דא געשמאקע לופט צום אטעמען איז דאס גרינגער .

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 20, 2014 9:29 pm
דורך טשייניק
יוראפ האט געשריבן:כיוראפ ועוד לזאלער
ביי די אנדערע סיטס העלפט עס אויך טאמער מ'קוקט אגאנצע צייט ארויס
#בודק'ס_ניסלעך

די קאנצעטרירן האט ביי מיר אסאך אויסגעמאכט, אפילו איך זיץ אין פראנט אויב בינעך נישט קאנצעטרירט (למשל רעדן אויפן טעלעפאון) קענעך אויך ווערן דיזי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 30, 2014 11:51 am
דורך מאנ-יימער
ס'איז פשוט פארוואס ס'איז אזוי וויבאלד די געדערים האט נישט קיין סורפרייזעס וויבאלד די מח כאפט אויף פאראויס יעדע דריי אדער באמפ, וועגן דעם ווען מ'דרייווט אליינס ווערט מען אויך נישט דיזי.


עטליכע פון מיינע קינדער האבן דעם פראבלעם ביים פארן, ממש נישט געקענט פארן מער ווי א האלבע שעה וועג אן ברעכן, יעדע נסיעה אנשטאט ס'זאל זיין א געשמאקע צייט צו פארברענגן האט געהערשט א נערוועזיקייט אז די קינדער זאלן נישט ברעכן, איך פלעג זיך דארפן אפט אפשטעלן אינמיטן זיי זאלן קענען ארויסגיין שעפן לופט, ביז איינער האט מיר געוויזן א ספעציעלע ברעיסלעט וואס מ'טוט אן אויף ביידע הענט בשעת'ן פארן און העלפט ווואונדערליך, וויאזוי עס ארבעט איז ס'האט א קליינע באלי אויף די אינעווייניגסטע זייט פונעם ברעיסלעט וואס דאס דריקט אויף א אדער אין די הענט און דאס האלט צוריק פון ווערן נאושעס, זינט דאן איז דאס פארן געווארן א געשמאק און אן קיין פראבלעמען ב"ה

מ'קען עס געווענליך באקומען אין יעדע לאקאלע פארמאסי

http://www.cvs.com/shop/health-medicine ... uid-109278

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 30, 2014 12:04 pm
דורך נישט
WOW
שכוח, יעצט באשטעלט, וועט מען זעהן צו ס'ארבעט

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 01, 2014 9:25 pm
דורך טשייניק
ס'האט א הסבר אויך אדער ס'איז עפעס אזוי ווי א סגולה?
ווייל ביי מיין מיידעלע האטעס נישט געהאלפן.

אביסל העלפט ביי איר ווען זי זיצט איו די קאר אינמיטן, אזוי קען זי מיטהאלטן די וועג פון די פראנט פענסטער.

ווייטער די זעלבע הסבר, קאנצעטרירן.