בלאט 1 פון 1

סוכה שלאק

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 30, 2014 8:34 am
דורך הרבטייטעלבוים
כ'האב געוואלט בעטען אויב איינער קאן מזביר זיין וויאזוי מען מאכט א שלאק.

לכתחילה וואלט געווען גוט מיט א לכתחילה'דיגער קלארקייט, אבער בדיעבד איז אלעס גוט

כ'האב א סוכה פון האלץ פאנעלען.

נ"ב כהאב נישט געטראפען (נישט און מפתח און נישט און זוך) א אשכול ווי מען באהנדעלט די נושא, אויב עס איז דא, ביטע מיר הין פירען.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 30, 2014 8:44 am
דורך שמיראכץ
האסטע פיר ווענט פון פאנעלן, אדער איז דריי פאנעלן און איינס פון די הויז?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 30, 2014 8:55 am
דורך הרבטייטעלבוים
פיר ווענט, אבער איין וואנט איז ביים הויז,(ועכ"ז האב איך געמאכט פאנעלען דארטען אויך משום שיינקייט)

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 30, 2014 9:15 am
דורך שמיראכץ
דאן איז אביסל מער קאמפליצירט, צו קענען זיכער מאכן אז ס'זאל נישט אריינרעגענען. איז די שאלה ווייטער, ווי נאנט ביסטו צום דאך פון הויז? ביסטו אויף די העכסטע שטאק? האסטו א אפציע צו נוצן די דאך?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 30, 2014 11:26 am
דורך הרבטייטעלבוים
דער דאך גייט באדעקען א פיס פון די סוכה

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 30, 2014 1:52 pm
דורך שוועמל
כ'האלט א roll-up וועט דיר סיוטן.
נעם א גרינע טארפ אויף א PVC פייפ מיט די בענדלעך.
דארפסט מאכן א פרעים ארום דיין סוכה.
מוזט זיין אביסל handy דערצו