געקריגן אין אישי ארויף צולייגן
אבי.גערעדט האט געשריבן:
די מצב מיט די סקול באסעס אין די סיטי איז איום ונורא, עס קען נעמען איבער א שטונדע אדורכצופארן די שטאט בשעת
די סקול באס ראש האוער, יעדע [לשון נקי' ביטע] מוסד ( נישט ממש [לשון נקי' ביטע], באט יא געט די איידיע ) וואס וויל ווייזן אז זיי זענען א זאך און א סוקסעס פרובירט ארויפצולייגן אויפן ראוד ווי מער באסעס, אסאך פיצי מוסדות האבן מאסן ריזיגע לאנגע באסעס וואס זעצן שרעקליך אן אינזערע פיצי אויסגעוואקסענע גאסן, איך גלייב אז יעדע שטאטישער איינוואינער וואס דרייווט א קאר האט היבש עגמת נפש פון דעם, סא אפשר קען מען מיט אביסל פרעשור עפעס אויסארבעטן צו לינדערן דעם פראבלעם, אפשר קען מען מאכן אז אפאר קלענערע מוסדות וואס האבן ממיילא די זעלבע רוט און האלב ליידיגע באסעס זאלן זיך צוזאמשטעלן און שפארן געלט פאר זיך און מחיה זיין אזויפיל אידן, אדער קען מען אפשר סטאפן די מין זאך פון סטאפן ביי יעדע צווייטע הויז, פארוואס זאלן נישט די באסעס סטאפן ביי יעדע קארנער, און העכסטנס נאך איינמאל אינמיטן בלאק? וכו' וכו' אפשר קען איינער אויפקומען מיט עפעס א פראקטישן פלאן?
דא רעדט א באס דרייווער וואס זיצט אין טרעפיק פונקט ווי דיר און מיין דזשאב נעמט מיר ווייסעך וויפיל לענגער ווי אמאל טאקע צוליב די אנגעשטויסענע טרעפיק.
קודם כל האסטו אזוי ארויפגעשמירט דעם פראבלעם אלס א באס פראבלעם, להוי ידוע אז א באס מאכט טאקע אן אן אנשטויסעניש צוליבן זיין פארזיכטיג און ברויכן מאכן צענדליגע סטאפס אבער לאז מיר דיר זאגן עפעס;
די טראפיק איז מער ווייניגער א תוצאה פון די העווי טרעפיק וואס פירט צום הייוועי און פון די הייוועי, ווי באקאנט איז פלאשינג עוו. א שטארק באנוצטער גאס וואס טראקערס ניצן פון די הייוועי קיין קווינס און די זעלבע זאך פארקערט, מילא אויב פלאשינג איז אנגעשטויסן ווערט בעדפארד און אלע גאסן ארום איין שטיק אנזעץ. ווילאנג די געגענט איז געווען אויסדריקליך אינדאסטריעל מיט ווייניג פוס-גייער און כמעט וואס פלעינע קארס זענען דארט געווען געפארקט איז נישט געווען אזויפיל טראבל און שטייצעך דו און איך זענען נישט געווען דארט אפט און האבן נישט געזען און/אדער אנגעגאנגען די טראפיק דארט.
ווען עס זענען דא פיסגייער שטערט דאס די אויטאס פון קענען זיך איינדרייען צוליב וואס מען ברויך ווארטן עד שתכלה רגל מן הקראסוואלק אויטאמאטיש שטעלט זיך די טרעפיק פון אונטער יענעם און בערך אזוי הויבט אן ווערן א טרעפיק דזשעם און די איבריגע איז היסטאריע צוליב וואס דאס שטעלט זיך נישט אפ נאר ווערט פשוט געדיכטער מיט די צייט און מעגליך שפעטער ביינאכט ווערט עס רואיגער.
ווי אויך וואוינען דארט מענטשן מילא זענען דא קארס געפארקט וואס אויב האט מען אמאל געקענט אויסקראזען יענע ווארטענדיגע אויטא איז דאס שוין אויך נישט מעגליך מער און שטייצעך קארס קומען ארויס/גייען אריין אין פארקינג ספאטס וואס דאס האלט אויך אויף דעם טראפיק, עכ"פ דאס + יענץ טיימס בייקערס, איקוועלס? איין גרויסע ריזיגע טרעפיק זאווארוכע.
הקיצור; די פראבלעם איז די געגענט בכלליות און לאו דוקא ביי די באס ראש האוער, און האט נישט מיט קיין באסעס בכלל ווייל אונז זיטץ מיר פונקט אזוי.
אבער קודם א שמייס ארויף אויף די באסעס, פ''וו נישט?
היצט נעקסט, זאגסטו אז די באסעס מאכן אן א טראפיק ציוואס כ'על נישט דייקא אינגאנצען אפלייקענען, א-מער ווען ער שטעלט זיך אפ מיט די רויטע לייטס ווערט די טרעפיק אפגעשטעלט און אז 200 באסעס טוען דאס ווערט דאך א טרעפיק, קיינער קריגט זיך נישט דערמיט.
ווער איז שולדיג דערין?
דער באס דרייווער!
ניין, די ראציגע מוסד (פארדאן די לענגוויטש, איטס יאארס)! נעוואדע.
כ'אב נייעס פאר דיר: דו מיט דיין ווייב!
פ''וו? היינט איז א וועלט ווי מ'פארלאנגט סערוויס, קיין איינער גייט זיך נישט קראצן די פיס און צישפאצירען אפאר מעטער צום באס, ליבערשט זאל דער באס ארום פארן די גאנצע בלאק נאר מיך צעפרידן צי שטעלן! איך באצאל טראנספארטעישאן געלט, די שטאט באצאלט היינט גראד פאר די מוסד אין קעשענע מילא זאלן זיי זיך צישטעלן. אלעס פיין און וואויל אבער דא שטעקט א גרויסער חורבן ווי כ'על פרובירן מסביר זיין.
ברענגסט א גוטער עצה פון מאכן געציילטע סטאפס א בלאק און פטור אן עסק, גערעכט, איך האלט אויך אזוי. אבער דא הויבט זיך עס אן. איך קען דיר גיבן איין אזא עקזעמפעל:
איך האב איין סטאפ וואס וואוינט די קארנער הויז אבער די אריינגאנג איז אויף די לאקאל גאס, לכתחילה ווי עס איז נארמאל וואלט מען פארשטאנען אז מען קומט צו די קארנער, יא? אבער דער ענטפער איז ניין! דער באס מוז אריינפארן אין דעם בלאק, היצט פאר איך ארום צווישן צען און צוועלף מינוט פאר גארנישט נאר ווייל יענער האלט נישט ביים קומען צום קארנער, און לייג צו אגאנצער טוץ פון אזוינע עלטערן און די מוסד האט נישט קיין ברירה נאר צעטיילען די רוט אין צוויי באסעס ווייל עס נעמט זייער לאנג... און אזוי האלט מען אין איין טוהן נאכאמאל און נאכאמאל און דאס זענען די תוצאות.
דערציילט מיר א דרייווער ווען ער איז אלס קינד איז אריין אין כיתה א' האט ער געפרעגט זיין דרייווער ווי זיין סטאפ אינדערפרי איז? האט ער אים געענטפערט ביי די נאנסטע פאמפ נעבן דיין הויז, דארט איז געווען זיין סטאפ. היינט זאלסטו דיך דערוואגען דאס צי טאהן וועלן אריינקומען קאמפלעינס מיט סטראשערייען וכדו', דער מוסד זוכט זיך נישט איינצירייסן מיט די עלטערן און דער דרייווער מוז פאלגען ווייל דאס איז זיין דזשאב.
און אז מען מוז זיך שטעלן ביי איעדע הויז און אריינפארן אין א גאס אפילו מען וואוינט ביי די קארנער דאן קוקט עס אזוי אויס, און שולדיג זענען די עלטערן! נישט די דרייווערס און נישט די מוסדות.
דערוואגן זאלסטו נישט צו ווארטן אויף א פעניאק... הוי וועסטו כאפן, וואס קוקסטו שטרענג? כ'מיין דיר! אויב חלילה וועסטו שפעטיגן איז עס נישט דיין שולד נאר דעם דרייווערס, ער איז געקומען פריער ווי איעדן טאג וכו' מילא זוכט ער נישט קיין פראבלעמען נאר ווארט אויף דיר, און די תוצאות זענען דאס אויף וואס דער אשכול איז געבויט.
דיין אנדערע עצה אז איין באס זאל פארן אויף איין בלאק נאר אראפדראפען ביי עטליכע בנינים האט דיר שוין שנאפס געענטפערט און איך האב נישט וואס צוצילייגען דערצו.
די נעקסטע עצה אז די מוסדות'ער זאלן זיך ציזאמענעמען און אפמאכן איינמאל פאר אלעמאל גיידליינס און רעגולעישאנס און איעדער וועט זיך בלית ברירה מוזן צישטעלן דערצו, פיינער פלאן אבער עס גייט זיך נישט אויסארבייטען משום כמה טעמים.
איינס: עס וועלן אייביג זיין אויבער חכמים וואס גייען עס ברעכן מיט אלע צ''ט שערי היתר בראש.
צוויי והוא העיקר: לאמיר עס צילייגען; לאמיר זאגן מען מאכט אפ אז מען שטעלט זיך נאר ביי איעדע פאמפ און איעדער זאל מוזן ווארטן נאר דארט, איז אזוי, דאס איז נאר גוט פאר למשל סאטמאר וואס האבן אויף איעדע בלאק עטליכע סטאפס זיי קענען הייסן די פאר קינדער ווארטן ביי די פאמפ און יענע פאר קינדער ביי יענע פאמפ, משא''כ די קלענערע מוסדות לדוגמא קראסנא/שאפראן, זיי האבן איין קינד אויף מארסי צווישן ראטלידזש און פענן און די נעקסטע איז ביי מארסי צווישן קיעפ און ראדני, ציוואס זאל ער שלעפן יענע מאמע ביזן פאמפ שטעלט ער זיך יא ביי יענעמס הויז. היצט קומט דער וואס זיין קינד גייט אין סאטמאר און זעט ווי קראסנא/שאפראן שטעלט זיך יא ביי יענעמס הויז האט ער טענות ומענות היתכן קראסנא/שפראן/קאשוי קענען יא מאכן א דאאר סטאפ און פונקט סאטמאר נישט...
זעלבע זאך פארקערט, טאמער דער קליינער מוסד מאכט איינעם ארויסקומען ביים קארנער וועט מען שפרינגען אז היתכן סאטמאר אדער עפעס אן אנדערע קליינע מוסד קען יא אויפפיקען אויפן בלאק, איי יענע אנדערע קען און ברויך עניוועיס אדורכפארן דעם גאס? אזוי גייט א רעדל און מען מוז איעדעם נאכגיבן אלעס און אלעם, און אויב נעמט די טריפ צו לאנג צוליב אט די אלע קלייניגקייטן דאן ברויך מען צילייגען א באס און צעטיילען ווייל דער באס פארט שוין ארום צו לאנג און יענער שכן פארט נישט ארום אזוי לאנג פארוואס נאר מיין קינדס מוסד?
אזוי גייט ארום א רעדל און די תוצאות זענען אז עס זענען דא פיל מער באסעס אויף די ראוד און עס איז אזוי אויך נישט גענוג גוט ווייל דאס מינדעסטע דאבל פארקער אדער גארביטש טראק אדער סתם דעליווערי מאכט שוין אן פראבלעמען און פארשפעטיגט אלעס.
איך אלס באס דרייווער ארבייט זייער שווער און אלעס צוליב דעם וואס די מענטשן זענען סעלפיש, מען טראכט נאר פון זיך, מיט אביסל געפיל קען מען אלעס פארשפארען און מאכן גרינגער, אנשטאט דעם הויבט זיך אן א ראד מיט קאמפלעינס און טענות.
לאמיר נאר אויספרובירן; איך וועל דיר הייסן אז דיין כיתה א' אינגל זאל ווארטן ביים פאמפ א 10 הייזער אוועק פון דיין הויז און אויב נישט לאז איך אים איבער, און דיין נוירסערי מיידעלע ביים קארנער. נעוואדע וועסטו פארפירן, דאס הייסט סערוויס? יענער און יענער בלא בלא בלא און כ'גיי ארויסנעמען מיינע קינדער פון דא, ביים דינער זאלסטו ניטאמאל קלערן פון באקומען א נדבה וכו'. אבער "יענער" זאל און מוז זיך צישטעלן.
מילא האק נישט אין טשייניק עס האט נישט מיט די דרייווערס און נישט מיט די מוסדות'ער עס האט מיט די קאסטומערס! און אונז אלע דא זעמיר א חלק דערפון.
בלייבזשע מיר געזונט.