פון מיין אישי קעסטעלע
קהת האט געשריבן:כא געהערט אז עס איז היינט איז געוועהן א מיטינג אין בארא פארק צווישן דוב הייקינד און 80 באס דרייווערס און מענעדזערס מען האט אויסגעשמיעסט אלע פראבלעמען וואס עס איז דא, שטייציך אלע האבען געשריגען הויעך בפה מלא אז די גארבידז טראקס זענען די עיקר פראבלעים, ער האט פארשפראכען צו ערלעדיגען די זאך.
וואס פרעגסטו? אהה צו די מיטינג גייט עפעס אויפטוהן? מן הסתם נישט, אבער מען קען קיינמאל נישט וויסן, ער האלט יעצט א וואך פאר די עלעקשענס און ער דארף וואוטס...
לאמיר האפן אז איינמאל פאר אלעמאל גייט מען שוין קענען נארמאל לעבן אין בארא פארק.
די מיטינג איז געווען פאררופען לכתחילה צוליב די אנגייענדיגע פראבלעמען מיט די גארבעטש טראקס, ווי דו אליינס ווייסט און לעבסט דאס מיט טעגליך ווי א מחנה גארבעטש טראקס לאזן זיך אראפ אויף די גאסן און בלאקירן איעדע גאס ווי למשל; 46, 48, 50, 52, אלע צווישן לאמיר זאגן 12 & 13 עוו. אזוי קומט אויס אז א באס וואס פרובירט נאר אויסצימיידן איין גארביטש טראק ווערט פארוואגעלט און פארשלעפט.
אדער לאמיר זאגן אויף 53, 51, 49, 47, צווישן 15 & 14, און 52, 50, 48, 46 צווישן 15 & 16 קומט אויס אז ווער עס איז אויף 15'טער עוו. בלייבט שטעקן אן זיך קענען ארויסזען פון דארט, ביי איעדע קארנער שטייען עטליכע באסעס ארויסצירופען די קינדער צום קארנער, איין שלימזל האט נישט געכאפט און איז יא אריינגעפארן אונטער א גארבעטש טראק און אזוי ארום בלאקירט דעם באס אונטער אים פון קענען זען וואס עס טוט זיך און אזוי ארום ווערט פארמירט א טשא-טשא טרעין פון סקול באסעס ווי דער לאקאמאטיוו איז א גארביטש טראק.
די רעזולטאטן פון די געשעענישן קען מען קומען מיטהאלטן טעגליך אויף די בארא פארקע גאסן, פארשטייט זיך איינמאל דא איינמאל דארט.
אפאר יאר צוריק איז געווען א שטיק צייט א "פילאט פראגראם" ווי מען האט פרובירט אויסציארבייטן אז גארביטש טראקס זאלן זיך נישט דרייען אין די בארא פארקע גאסן צווישן 8-9 אזייגער צופרי, אזוי ארום גרינגער צי מאכן פאר אלעמען, עס האט געארבייט א שטיק צייט אבער ווען די פראבע האט זיך אויפגעהערט איז מען צוריק צום אלטען, ביתר שאת וביתר עז, היינט ווערן די דרייווערס ממש צעשפרינגען.
צי פארשטיין ווי אזוי די גאנצע זאך ארום די גארביטש טראק אישו;
דער טראק הויבט אן זיין רוט שוין אין די פריע פארטאג שעה'ן, אני הקטן שטאלפער זיך שוין אן אין זיי ווען איך מאך דעם פארטאגס טריפ, די טראקס האבן א שיעור וויפיל זיי פארנעמען און נאך עטליכע שעה אויפנעמען גארביטש מוזן זיי זיך גיין אויסליידיגן, דאס איז א נסיעה דוכט זיך קיין ניו דזשערסי, נאכן אנקומען, שטיין אין די ליין, זיך אויסליידיגן און צוריקקומען איז שוין ארום 5:00-6 זייער טאג ערפילט געווארן, שוין אפגעארבייט זיינע 10-12 שעה פארן טאג. מילא איז קיין רעדע פון אויפנעמען די גארביטש (אויף א סטעדי בעיסיס) אין אנדערע צייטן.
נאר וואס דען? מען האט דאן געמאכט אז אנשטאט איעדער טראק נעמט א גאס מהחל ועד כלה לאמיר זאגן 48 סט., פון 3'טער עוו ביז לאמיר זאגן 20,סטער עוו. און דער נעקסטער 46, 44, 42 וכו' וכו' האט מען איינגעפירט אז איעדער באקומט א סעקשאן, דהיינו לאמיר זאגן אז איינער באקומט פון 48 ביז 44 פון 3 ביז 8 עוו. דער נעקסטער פון 44 ביז 48 פון 8 ביז 11, וכו' וכו', מילא וואס געשעט דאן איז אז מען גייט נישט טרעפן "איעדע" גאס צווישן 12 & 14 א גארביטש טראק. מען האט דאן ארויסגעגיבן א ליסטע פונקליך ווי & ווען א גארביטש טראק מעג יא אדער נישט זיין
דער סיסטעם האט דאן געארבייט אפילו נאך מער; אז אויב האט זיך א גארביטש טראק יא פארוואגעלט בארץ לא להם דאן האט מען פאר'מסר'ט פאר די באערדע מיט די טראק נומבער, לאקאציע און צייט.
למעשה ווי געשמועסט פריער האט זיך דאס אויפגעהערט און אלעס איז צוריק ווי אמאל און די מצב האט אנגעהויבן ווערן אומדערטרעגליך. האבן זיך ציזאמעגענומען אפאר דרייווערס און אנגעהויבן זען וואס מען קען טאהן דערוועגן און פארשטענדליך איז דאס ארויפגעברענגט געווארן, אבער וויאזוי ארבייט מען דאס אויס? האט איינער געהאט קוראזש און אנגערופען מר. הייקינד'ן און נאכן אהער און אהין איז געווארן אז מען גייט ציזאמנעמען אלע באס מענעדזשערס פון אלע מוסדות התורה אין בארא פארק און מען גייט פארלייגען פאר אים וואס דא טוט זיך און וואס מען קען טאהן.
ער האט געענטפערט אז ער האט שוין אנגעהויבן א קורצע וויילע צוריק טאהן דערוועגן און מעלדט אז ער גייט זיכער מאכן אז דער פראבלעם ווערט געלייזט איינמאל פאר אלעמאל, ער זאגט אז ער האט גערעדט מיט די לאקאלע באעערדע און איז אין פלאן צו גיין אזש ביז די קמישינאר זעלבסט, און גאר ביזן מעיאר אליין.
דערנאך האט אויפגעטרעטן א מענעדזשער און פארגעלייגט נאך געוויסע זאכן וואס ברויכן א תיקון, קודם האט ער געלאזט וויסן אז מיר זענען חלילה דא אין א פייט מיט די סאניטעישאן וואס פאקטיש האבן זיי איינע פון די מערסטע אומאיינגענעמסטע ארבייט, עס איז אונזער שמוץ בסך הכל, זיי טוען אונז צוליעב פאר פסח און ווי אויך נאך סוכות, מיר ווילן פשוט זיך פארשטענדיגן מיט זיי אז מיר זאלן קענען ארבייטן אינאיינעם ווי איידער אריינגיין אין אנגעצויגענע באציאונגען.
ווי אויך די טרעפיק לייטס אויף 12 עוו וואס מאכט א חורבן, די סיטי באסעס וואס שטעלן זיך נישט אריין געהעריג אין באס סטאפ און האלטן אפ טרעפיק ביז קאנארסי.. די קאנסטראקשען חברה זאלן מוזן זיך צישטעלן צי א צייט וואס זיי פאראורזאכן די ווייניגסטע שאדן פאר די טרעפיק, מיט נאך עטליכע ענינים הצריכים תיקון.
מר. הייקינד האט אהין געברענגט 2 פון זיינע שטאב מיטגלידער וואס האבן פארצייכענט אלע אישוס און מר. הייקינד האט געזאגט איעדע אישו צו וועלכע דעפארטמענט ער וועט ברויכן רעדן, געוויסע זאכן וואס קענען ארלעדיגט ווערן איינס צוויי און געוויסע זאכן וועט יא נעמען א וויילע וויבאלד מען רעדט פון איבערדרייען אגאנצער סיסטעם.
היינט האט ער אנגערופען איינע פון די מענעדזשערס פארלאנגען אז מען זאל ציזאם שטעלן א קאאליציע פון ארום 6 דרייווערס וואס זאלן זיין אין פארבינדונג מיט זיין אפיס עטליכע מאל א וואך און אפדעיטען ביידע זייטן ווי מען האלט.
מען האפט אז מען זאל האבן עפעס אויפגעטאהן.