בלאט 1 פון 5

סעלף עסטיעם, סעלף קאנפידענס, און אלעס ארום

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 5:30 pm
דורך fiena nieas
איז בכלל שייך פאר א היימישער חסידישער יונגערמאן צו האבן א עכט געזינטן נעטראלן סעלף עסטיעם? און נישט דארפן לויפן יעדן דריטן טאג צו א צווייטע שיעור ווי הגר, מעלבר, שטיימעטץ!

איך פיל אז דער ענטפער איז ניין! ווי איז בכלל שייך צו פילן זעלבסט ווירדע נאכן ווערן אנגעפראסקעט יעדן צווייטן טאג און די "לאגער יארן" (ליין חדר יארן) על לא דבר בלויז ווייל די מלמד איז און א שלעכטע גוסטע! ווי איז שייך צו פילן גיט מיט זיך?

און לאמיר איבערלאזן די פעטש, ווי שלעכט האט איהר געשפיערט נאכן נישט קענען ביי א מנהל'ס פארהער? דאס קינד שפיערט זיך ווי טו סענס! אזוי אויך די בחינות, ריפארטקארדס, וכו' וכו'

כללו של דבר סעלף עסטיעם מיינט: איך בין וואס איך בין ווי א פיפציגער וואס אפילו דער פיפציגער באקנאט איז שמיציג! איז ער נאכאלטץ א פיפציגער!! און ס'נישט קיין חילוק ווער ס'האלט דעם פיפציגער צו א שמיציגער ארימאן צו דער גרעסטער עושר

פיפציגער בלייבט פיפציגער

ביי אונדז ווערט מען ליידער געלערנט, אז מיינע מעשים מאכט מיך זיין מיך! נישט פלעין וואס איך בין!!

וואס זאגט עטץ יודן?

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 5:36 pm
דורך שטארק זיך
ר' פיינע,
איך האב מיט אייך מיטלייד אויף וואס איר האט מיטגעמאכט, אבער כדי אייך פרובירן צו ענטפערן איז וויכטיג זיכער צו מאכן אז מיר ווייסן וואס איז עס דאס וואס איר וויל עררייכן.

אינעם קעפל איר עס אן "זעלבסט זיכערקייט, וואס מען רופט אויף ענגליש self confidence שפעטער אין אייער תגובה רעדט איר פון סעלף עסטיעם.

קענט איר ביטע מסביר זיין אין אידיש וואספארא געפיהל איר ווילט, און וואס זאל עס אייך ברענגן אין לעבן.

יישר כח

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 5:38 pm
דורך שקר_הדייעט
דא הייבט זיך אן דיין סעלף קאנפידענץ פראבלעם, אז דו האלטסט זיך בלויז פאר א פופציגער.

פארוואס נישט: "איך בין א הונדערטער, און א הונדערטער בלייבט א הונדערטער!"?

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 5:39 pm
דורך fiena nieas
איך רעד נישט פון מיר בכלל! איך רעד פון די אלגמיינעם ציבור וואס די קורסן מאכן געלט אויף! דאס איז מיין אנעליז פארוואס מען זעהט א האלבע עולם ביישנים אויף טריט און שריט

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 5:40 pm
דורך נשמה
סעלף עסטיעם. פיינע נייעס. דו האסט שוין דעם סעלף דארפסט נאר ערשפירן איר ווערד.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 5:41 pm
דורך נשמה
fiena nieas האט געשריבן:איך רעד נישט פון מיר בכלל! איך רעד פון די אלגמיינעם ציבור וואס די קורסן מאכן געלט אויף! דאס איז מיין אנעליז פארוואס מען זעהט א האלבע עולם ביישנים אויף טריט און שריט


און ביי די אלגעמיינער וועלט?

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 5:41 pm
דורך fiena nieas
און ר' שטארק זיך טאקע ביסט גערעכט קודם זאג איך קאנפידענס און נאכדעם עסטיעם לדעתי ארבעט עס צו זאמען געוועינליך דער וואס האט א סעלף עסטיעם האט קאנפידענס

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 5:43 pm
דורך שטארק זיך
כפארשטיי נישט. דו פרעגסט אדער אנעליזירסט?

איך בין בכלל נישט קלאר אז ביי אונזער עולם איז פאראן אן ארגערער פראבלעם וואו סיי אימער; מיר זענען ביישנים ווייל דאס איז פון די סמני יהדות, צומאל זענען מיר אביסל איבערטרייבן, אבער. ..

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 5:43 pm
דורך fiena nieas
נשמה האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:איך רעד נישט פון מיר בכלל! איך רעד פון די אלגמיינעם ציבור וואס די קורסן מאכן געלט אויף! דאס איז מיין אנעליז פארוואס מען זעהט א האלבע עולם ביישנים אויף טריט און שריט


און ביי די אלגעמיינער וועלט?

רעד איך מיך איין אז ס' בעסער :wink:

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 5:46 pm
דורך נשמה
פיינע נייעס.
ווען איך בין הונגעריג מיין איך אז יעדער פיהלט די זעלבע. ווען איך פיהל נידריגער זעלבסט שאץ מיין איך אז יעדער פיהלט אזוי. אבער "שטארק זיך"? דו ווייסט דאך יא. זאג דו. דיין עסטים אויפן מצב. פיהלן רוב מענטשן נידעריגער זעלבסט שאץ?


באמת דארף א מענטש ארויסקומען פון טאטענס הויז געזונט און שטארק...

מיר ווארטן אויפן אנאליז פון "שטארק זיך".

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 5:52 pm
דורך שטארק זיך
כקען גאנצע שטובער וואו יעדער קינד איז אנדערש כלפי די נושא...

לגבי סעלף קאנפידענץ, ווארט איך שוין יארן איינער זאל מיר מסביר וואס דאס איז און צו וואס מען ברויך עס, סעלף עסטיעם איז עפעס וואס איז נייטיג, און ווי ווייניגער מען איז ביזי מיטן "סעלף אלס מער פארמאגט מען עס

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 5:55 pm
דורך שאהן הענניטי
אויב ביסטו נאך יעצט אין חדר, און דו ווערסט טאקע אראפגעקלאפט אויף טריט און שריט, קען זיין ביסט גערעכט אז ס'איז נישטא קיין סעלושען, אבער איך גלייב ענדערש אז ס'איז שוין אריבער א שיינע פאר יאר זינט דאן. איז מיין שאלה צו דיר, וואס וועט דיר ברענגען דאס רעדן פון דאמאלטס?
אויב זוכט מען תירוצים קען דאס זיין א גוטער תירוץ, אבער אויב וויל מען באמת ווערן א מער עפעקטיווער פראדוקטיווער מענטש ברוחניות ובגשמיות, איז תירוצים נישט קיין שום אויפטוה, און דער משנה לערנט אונז שוין, "אין הדבר תלוי אלא בי".

דער אמת איז אז איך פלעג אין מיינע גאר יוגנט יארן שטענדיג זיין ביזי מיט אזאנע תירוצים, און כסדר געמאכט זיכער אז איך בין נישט שולדיג אויף גארנישט, און אזוי קען מען ווייטער פירען דאס לעבן אנע גילטי קאנטשעס אז עפעס איז נישט דאס בעסטע. אבער די רעזולטאטן פון אזא הלוך ילך זענען נישט געווען דאס וואס איך האב ארויסגעקוקט צו באקומען אין ריטוירן פון מיין לעבן. איי דער משנה זאגט דאך עפעס? בין איך אבער געווען קלוגער.
ביז.... איך האב אנגעהויבן צו הערן די זעלבע שפראך און ווערטער ביי די נישט אידישע גאס, וואו און ווען אימער ס'קומט פאר א טרעינינג אויף זעלבסט בילדינג, אין פערסאנאל לייף און אין ביזנעס, איז דער יסוד דערצו, נעמען פאלשטענדיגע אחריות און רעספאנסיביליטי אויף אלעס וואס פאסירט ארום דיר, מאך זיכער אז דו טרעפסט עפעס און דיין טאג וואס וויבאלד דו האסט דאס געטוהן האט דאס שפעטער גורם געווען דאס. קיינער ארום דיר איז נישט אחראי אויף גארנישט, ס'איז בלויז דו און נאכאמאל דו.

יעצט צוריק צו דיין שאלה, ס'איז זיכער פארהאן א געזונטער סעלף עסטיעם, ווי א איד איז זיך מחשיב בלויז מיט זיינע אויפטוען און השפעות וואס ער האט אויפן ארום, אריינגערעכנט, ווייב און קינדער, ארבעטסגעבער, מיט ארבעטער, אייגענע ארבעטער.
ווער רעדט נאך ווען מ'טראכט אביסל טיפער אין רוחניות, די גרויסע עפעקט וואס א איד'ס בלויזע עקזיסטענץ און אוודאי זיין עבודה - האט אויבן אין הימל, מ'קען זיך נישט סתם אזוי געבן א מאך אוועק מיט די הענט.

ווען איינער האט נישט קיין זעלבסט ווירדע, מיינט ער אז עפעס דראסטיש דארף געשעהן אז ער זאל ווערט זיין עפעס, אבער אלל איט טעיקס, איז אביסל מחשבה אין דאס וואס כ'האב געשריבן, און זיך אליינס איבערצייגן וויפיל מ'איז באמת ווערד.
די געשמאקע געפיל גייט אויסוועפן נאך א שטיקל צייט, פונקט ווי יעדע אזא געפיל, און ס'גייט זיך וועלן צוריקקומען די אלטע זויערע מחשבות, אבער נאך איינמאל, אלל איט טעיקס, איז נאך אמאל זיך אוועקזעצן אין אריינטראכטן, און קומען צו די זעלבע הכרה.
אין אזא דאון טיים, איז שטענדיג גוט זיך אליינס צו זאגן, איך פיהל טאקע נישט זייער גוט יעצט, אבער ס'איז נישט ווייל איך בין באמת נישט גוט, ס'איז נאר ווייל די גוסטע איז יעצט אביסל דאון, און דאס איז דער סדר העולם כגלגל החוזר, און איך ברויך פלעין ווארטן עס זאל דורכגיין, און נישט ציעהן קיין שום מסקנות יעצט.
כאפ א דרימל, וואש דיר אפ דעם פנים, און זעה ווי ס'איז שוין לאנג נישטא.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 5:57 pm
דורך fiena nieas
שטארק זיך האט געשריבן:
קענט איר ביטע מסביר זיין אין אידיש וואספארא געפיהל איר ווילט, און וואס זאל עס אייך ברענגן אין לעבן.


יישר כח

דאס געפיל וואס פראדאקטיוו אנטשפרעכט צו האבן נאך די קורסעס

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 5:59 pm
דורך נשמה
א מענטש האט בכלל א שאצונג. אלא מאי איז עס סתם א גוטער געפיהל אן הסבר ניין?

סעלף עסטים (באלד קומען אריין די עכטע חברה) מיינט א גוטער געפיהל מיט מיך אליין. פארוואס? אזוי!

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 6:02 pm
דורך שטארק זיך
איך האב נישט קיין איינונג וואס פראדאקטיוו אנטשפרעכט... און כווייס נישט צו איינער ווייסט יא...

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 6:06 pm
דורך fiena nieas
אוי קעי איך מאך פשוט א שמיעס דערפון און איך רעד אויסדריקליך נישט פון מיך איך האב סעלף עסטיעם ביזן הימל!! קעי

מיין שאלה איז א פשוטע שאלה פארוואס מעלבער, שטיימעטץ, מאכן געלט??
און דאס איז מיין תשובה! האסט א בעסערע ר' שטארק

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 6:08 pm
דורך נשמה
שטארק זיך האט געענטפערט "אז אינעם זעלבן הויז זעהט ער חילוקים פון קינד צו קינד" סאו ס'איז נאטור און נעהרונג. ביידע.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 6:10 pm
דורך זאל ער קומען
קודם לגבי דעם חילוק פון סעלף עסטיעם צו סעלף קאנפידענס.
סעלף עסטיעם מיינט ווען א מענטש האלט זיך פאר א לא יצלח, א גארנישט, דער מענטש באשליסט פון עטליכע מצבים וואס ער האט געהאט אז ער איז אויף די שווארצע זייט פון גאטס וועלט, סעלף קאנפידענס איז לגבי א טאלאנט, לאמיר זאגן א איד זינגט באמת זייער שיין יעדער וואס קען אים ווייסט עס, אבער דער חזן אליין איז מוראדיג נישט זיכער מיט זיך, פארדעם ציטערט ער און עס געלונגט טאקע נישט, ער גלייבט נישט נאכן זינגען אז איינער האט הנאה געהאט, ער נעמט נישט אן א פאקט וואס ער האט באמת און ער קען זיך וועגן דעם נישט ארויסשיילן, דאס גייט אן מיט לערנען רעדן שמועסן און יעדע זאך אין לעבן, ער האט סעלפ עסטיעם עס פעלט אים גארנישט ער איז נישט צובראכן, אבער ווען עס קומט צו א ספעסיפעשע זאך אדער צו עטליכע ספעציפישע זאכן ליידט ער.

דאס איז אין דשענעראל, אבער לגבי דיין שאלה, איך באגעגן יעדען טאג מענטשן וואס האבן נישט קיין פראבלעם צו רעדן צום פרעזידענט אידיש, האבן נישט קיין פראבלעם מיט גארנישט, און האלטן אז זיי האבן טאלאנטן וואס מ'קען זיי נישט ארויס האקן פון קאפ, שטעלן זיך אויף עס ארויסגעבן און יעדער לאכט זיי האלטן מ'פריידט זיך, סא פארשטיי איך נישט ווי דו זעסט א לעק אין קאנפידענס אין דעם דור, יא אסאך מענטשן האבן קאנפידענס אישוס לכאורה מער ווי גוים ווייל מ'האט מורא פון די קאנסיקווענסן מער ווי גוים, שידוכים שכינים, סטאטוס, אונז זעמער דאך ציוויליזירטע מענטשן, אבער נישט מער פון דעם לכאורה, אדער יא...
כ'דארף שוין לויפן דאווענען פארגעב מיר די ספעלינגס מיסטעקים, נישטא קיין צייט איבערצוליינען.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 6:12 pm
דורך שאהן הענניטי
שטארק זיך האט געשריבן:לגבי סעלף קאנפידענץ, ווארט איך שוין יארן איינער זאל מיר מסביר וואס דאס איז און צו וואס מען ברויך עס, סעלף עסטיעם איז עפעס וואס איז נייטיג, און ווי ווייניגער מען איז ביזי מיטן "סעלף אלס מער פארמאגט מען עס

זייער פשוט, כדי א מענטש זאל קענען האבן סיי וואספארא הצלחה אין ביזנעס לדוגמא, מוז ער ארויסקריכען פון זיין קאמפארט זאון, דאס איז דער פלאץ וואו א מענטש געפינט זיך ארגינעל, וואו אלעס איז אים גרינג און באקוועם, און אנהייבן טוהן זאכן וואס איז נישט גרינג און אומבאקוועם, אבער... ברענגט געוואונטשענע רעזולטאטן.

קוק א דוגמא סעילס, וועסט פרעגן א מוצלח'דיגער סעילסמאן, וועט ער דיר זאגן אז יעדער קען מאכן דארט געלט, אויב האלט מען נאר דערביי. וועסטו אוודאי עפענען אפאר גרויסע אויגן און פרעגן וואס הייסט, ווער האלט דען נישט דערביי??? וועט ער דיר מסביר זיין, סעילס איז עי נאמבערס געים, ווי מער מענטשן די פרעזענטירסט דיין פראדוקט פאר, אזויפיל מער וועלן ביי דיר קויפן, און אלל יו העוו טו דא איז ווייזן דיין פראדוקט פאר גענוג מענטשן און דו וועסט מאכן א ליווינג.
שטעלט זיך די פראגע, פארוואס טוט דאס נישט יעדער, אדער פארוואס פאלן אזויפיל ארויס פון סעילס, און זענען נישט מצליח, אויף דעם קומט דער פשוט'ער תירוץ פון "קאמפארט זאון", עס איז פלעין אומבאקוועם צו קאלן מענטשן משוגע מאכן וועגן מיין פראדוקט, מ'גיבט זיך אלע מיני תירוצים פארוואס יענער וועט נישט עפרישיעטן דעם קאול, און.... אז מ'ארבעט נישט, האט מען נישט.

יעצט כדי צו קענען מאכן איין קליינע טריט ארויס פון זיין קאמפארט זאון, און אנהייבן טוהן עפעס צו די זאך, פעלט זיך אויס סעלף קאנפידענץ, ווייל די אינציגע זאך וואס האלט צוריק מענטשן פון ארויסקריכן פון דארט, איז fair of failure, מ'האט מורא מ'וועט דורכפאלן, ווי דער פריערדיגע משל, ממילא הייבט מען נישט אהן לכתחילה, אבער אויב האט מען פון די זיכערקייט אינגרידיענט, ווייסט מען אז ס'וועט גארנישט פאסירן אויב וועט מען דורכפאלן, ווילאנג איך טוה נישט בין איך זיכער א דורכפאל, און געגאנגען.... מ'שפרינגט אריין.

זיך צו איבערצייגן די ווארהייט פון וואס איך זאג, קוק זיך אים ארום דיר, טרעף סיי ווער ס'האט געהאט גרעסערע הצלחה ווי דער אלגעמיינער מענטשהייט, אין סיי וואספארא הינזיכט, וועסטו זעהן, אז ער פארמאגט א גרעסערע מאס זעלבסט זיכערקייט ווי דער אלגעמיינער עולם.
גלייב מיר נישט אויפן ווארט.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 6:16 pm
דורך נשמה
יא פחד איז די זאך וואס האלט צוריק.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 6:19 pm
דורך fiena nieas
שכוח שאהן!!

בנוגע וואס איז די סיבה אז מענטשן האבן נישט די קאנפידנס ארויסצוגיין פונעם קאמפארט זאן וואס האלסטו?

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 6:21 pm
דורך נשמה
fiena nieas האט געשריבן:שכוח שאהן!!

בנוגע וואס איז די סיבה אז מענטשן האבן נישט די קאנפידנס ארויסצוגיין פונעם קאמפארט זאן וואס האלסטו?


דו מיינסט זיכער צו פרעגן פארוואס האט דער יא פחד און דער נישט.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 6:26 pm
דורך שטארק זיך
שאהן:
וואס - פאר א זיס יאר - האט קאמפארט זאנע מיט קאנפידענץ?

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 7:17 pm
דורך אפטימיסט
איך מיין אז זעלבסט ווירדע מיינט 'דיגניטי', נישט עסטיעם און נישט רעספעקט

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 7:19 pm
דורך זאל ער קומען
שטארק זיך האט געשריבן:שאהן:
וואס - פאר א זיס יאר - האט קאמפארט זאנע מיט קאנפידענץ?

ס'האט גראדע.
די קאנפידענס וועגט איבער די פחד.
עס איז אמת וואס דו מיינסט צו פרעגן אז עס מוז נישט האבן, ס'איז דא מענטשן מיט קאנפידענס וואס האבן נישט קיין שום נישט קאמפארט זאן זיי זענען קאנפידענט, אבער א גרויס חלק מענטשן כדי צו באקומען די מאס קאנפידענעס מוזן זיי ארויס קריכן פון זייער קאמפארט זאן, און צוביסלעך האבן זיי גענוג קאנפינדענס אז זיי דארפן שוין נישט קריכן, אלעס ווערט קאמפארט זאן