בלאט 4 פון 5

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 7:46 pm
דורך שטארק זיך
קוואוט:
"נאך א נקודה וואס כ'האב שוין איינמאל געשריבן, מייין גאנצע זעלבסט זיכערקייט נעמט זיך פון דעם וואס איך ווייס אז איך בין א "נישט"
....
זעהסט, דאס הייסט גענאגלט א גאנצע נושא אין איינציגע פאראגראף!

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 8:03 pm
דורך זאל ער קומען
נישט אויף דיין ניק פרעג איך, נאר אויף דיין שורה אז אויב ס'געפעלט נישט דיין תגובה זאל מען קאנטאקטן אין אישי, אויף דעם האב איך געפרעגט פארוואס נישט אין פובליק...
עניוויעי שרייבסט גוט קיפ איט אפ מיט קאנפידענס,(דיין סארט מיט מיין)

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 8:14 pm
דורך נישט
זאל ער קומען האט געשריבן:נישט אויף דיין ניק פרעג איך, נאר אויף דיין שורה אז אויב ס'געפעלט נישט דיין תגובה זאל מען קאנטאקטן אין אישי, אויף דעם האב איך געפרעגט פארוואס נישט אין פובליק...
עניוויעי שרייבסט גוט קיפ איט אפ מיט קאנפידענס,(דיין סארט מיט מיין)

דאס האבעך ארויף געלייגט כ'האב איינמאל געהאט צוטוהן מיט א ניק, וואס איז געווארן זייער אויפגעברויזט אויף מיר וועגן א געוויסע תגובה וואס כ'האב געשריבן, הקיצור כ'וועל נישט אריינגיין פרטים.
אזוי איך פרוביר נישט ווייצוטוהן קיין מענטשן, אין ס'איז דא מענטשן וואס כאפן נישט אז מען קען שרייבן אן אישי אויב עפעס באדערט, דעריבער האבעך עס ארויפגעלייגט

געוויסע ניקס כאפן נישט, מען ברויך נישט סתם אנצושמירן אשכולות מיט מענטשליכע אויסברוכן ווען עפעס געפעלט זיי נישט, לאז די אשכול פארן נארמאל און קום דיר אדורך באישי

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 9:46 pm
דורך מתבונן
@אמע"כ ידידי הרב נישט,

קודם כל איז זייער אינטרעסאנט וויאזוי דו האסט קאטעגארעזירט די דריי קאטעגאריע.

למעשה בסה"כ, ווען עס קומט צו אלע די דריי נקודות, קומט אריין די מאמר העולם (דאכצעך אז ס'איז בשם דער קוצקער זי"ע), 'איך בין נישט וואס איך בין, און איך בין נישט וואס דו מיינסט אז איך בין, איך בין וואס איך מיין אז דו מיינסט אז איך בין'. זייער א שארף אמת ווארט. די 'זיך' ווערט געמאסטען לויט וויאזוי משפיגעלט זיך אפ אין יענעם (פארשטייט זיך ביז מען נעמט קאנטראל אויף זיך). אשע"כ, וועל איך מיך שפירן רוהיג אויב איך האלט אז מהאלט פון מיר, און לויט דעם וועט ער זיך ריקן אין לעבן. דער פאסיווישער מענטש, מיינט אז ממיינט אז ער איז פאסיוויש און ווייסט נישט אז ער קען זיין אנדערש, דער אגרעסיווער מיינט אז יעדער מיינט אז ער איז ראוי און קען זיין אגרעסיוו, מען ערווארט עס פון איהם, אפילו במציאות וואלט יעדער זייער שטארק געוואלט ער זאל זיך האלטן מער רוהיג.

אלע דריי קאטעגאריעס זענען ביסודו תלוי אין דעם יסוד. אויב איך מיין אז יעדער האלט פון מיר, האלט איך אויך פון מיר אז איך בין א מענטש, אויב איך מיין אז יעדער האלט אז איך בין ראוי בוחר צו זיין און זיין א אינדעפענדענט מענטש, האלט איך אויך אז איך קען זיין (טאקע דא וואס זענען צו שטארק זיכער מיט זיך, און מיינען אז יעדער לויפט מיט מיט זיי, וחוזר חלילה).

ווידער ארויסגיין פון א קאמפארט זאון איז צוטיילט אויף צוויי. עס איז די פיזישע קאמפארט, און נפשיות'דיגע קאמפארט. ועוד כלל נקוט בידך, יעדע מאל עס איז דא עס איז דא א שאלה פון קאמפארט, וועט 'אלעמאל' די מער וויכטיגערע צורך איבערוועגן. האבן קינדער איז נישט אלעמאל אזוי קאמפארטעבעל, אבער ווער וויל נישט קיין קינדער, אויף דעם איז מען דא אויף דער וועלט. איינער וועט נישט ארויסגיין אינדערויסן צו זיין זשאב ווייל ס'איז 105 דיגרי און סיאז קאכאדיג הייס, נו, הער איך, סאיז איהם נישט ווערד די פאר גראשען זיך צו לאזן ווערן צושמאלצן אביסל. זעהט אויס אז ער מאכט נישט גענוג געלט סזאל איהם זיין ווערד צו וווערן צושמאלצן. וואלט ער געמאכט 100,000 דולר, וואלט ער זיכער ארויסגעגאנגען צו די זשאב (חוץ אויב ער איז ממש א שוטה און פארשטייט נישט צו קיין גרינס).

איז יעצט ביי נפשיות'דיגע קאמפארט איז די זעלבע. אויב האט איינער א זשאב און האט שיין פרנסה אלטס א סעילסמאן, אי משום קאמפארט, האט נישט קיין פשט ער זאל נישט רופן וויפל עס לאזט זיך אפילו עס וועלן זיין אסאך וואס גייען איהם אנשפייען, ווייל who cares? ער שפייט, אבער איך מאך געלט! אבער אויב יענעמס שפיי זאגט 'וואס איך בין', ווייל איך מיין אז ער מיינט אז איך בין סתם א לא לנו, דעמאלטס לוינט זיך נישט די פאר גראשען צו ווערן א לא לנו. א מענטש וואטשט זייער שטארק אויף וואס ער איז. ממילא איז ביי מיר קלאר, אז אויב איינער געט אויף פרנסה אדער סיי וואס וועגן קאמפארט זאון, איז איינע פון די צוויי זאכן, אדער איז עס פשוט נישט אזוי וויכטיג, און אויב איז עס יא וויכטיג האט ווייטער דער שגעון פון 'איך מיין וואס דו מיינסט' זיך אריינגערוקט דא אין די פיקטשער.

איז ווען דו פרעגסט צום סוף,

שטארק זיך האט געשריבן:יעצט למעשה
וואו אזוי בויעט מען עס? און וואו אזוי פאלירט מען עס?


איז לדעתי ביי אלע דריי תלוי בהנ"ל, אויב בין איך גענוג שטארק אז איך בין וואס איך בין און נישט ווואס איך מיין וכו', דעמאלט פיל איך גוט מיר מיר אלעמאל, און קען זיין זעלבסשטענדיג, און איך וועל מיך מוס"נ ארויס פון מיין קאמפערט זאון, ווייל ס'איז פשוט וויכטיגע ארויסצוגיין, און סאיז נישט דא א 'וויכטיגע מיך' וואס האלט מיך דא צירוק.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 10:01 pm
דורך עקבי הצאן
אסטך גוטע סחורה דא, געבוקמארקט, אי"ה חול המועד וועט מען אביסעלע א בליק טוען.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 10:05 pm
דורך שטארק זיך
מתבונן, די קוואוט איז נישט פון מיר (נאטינג ראנג דערמיט אבער עס איז פארט נישט מיינע ווערטער)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2014 10:51 am
דורך מתבונן
כאפ איך נישט שטארק זיך וואס דא איז געשען, האב איך אינזין געהאט צו קוואטען נישט'ס ווערטער,

נישט האט געשריבן:יעצט למעשה
וואו אזוי בויעט מען עס? און וואו אזוי פאלירט מען עס?


איי העוו נאו איידיע וויאזוי סהאט זיך אריבערגעכאפט צו דיר.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 20, 2014 10:40 pm
דורך נישט
@מתבונן, לגבי סעלף עסטיעם, האסטו זייער גוט געזאגט ממש צום פוינט, לגבי די סעלף קאנפענדענס וועלעך אביסל מחולק זיין

כ'וועל איבערגיין אין קורצן די נקודה, סעלף עסטיעם איז וואס די מענטש פילט לגבי זיך, סעלף קאנפעדענס איז צו דער מענטש פילט זיך זיכער מיט וואס ער טוט. ביידע זענען אבער א מציאות אינעם מענטש, ס'איז טאקע דא דרגות, באט די ענד שאלה איז, האסט סעלף עסטיעם? יא אדער ניין? האסט סעלף קאנפידענס? יא אדער ניין? ס'איז דא מענטשן וואס האבן עס יא אין עס איז דא מענטשן וואס האבן עס נישט. אבער באמת איז זייער וויכטיג פאר יעדע מענטש עס צו האבן
קאמפארט זאן, איז אזאך וואס האט שוין צוטוהן מיט א פעולה, צו איך פיל זיך באקוועם צו טוהן א געוויסע פעולה, א מענטש קען האבן אין געוויסע זאכן זייער אסאך קאמפארט, אבער אין אנדערע זאכן גאר ווייניג. בכלליות איז די גדר פון מענטשן, וואו מער ביי מיר וואו קיינער זעהט בינעך אסאך מער קאמפארט, וואו מער מענטשן וועלן מיר אנקוקן וועלעך זיין ווייניגער קאמפארט. א מענטש אין בית הכבוד איז די מערסטע קאמפארד, גייט ער ארויס אריין צו זיך אין שטוב, ער איז נאך אלץ קאמפארט אבער אביסל ווייניגער, אין בית המדרש נאך ווייניגער, און ווער רעדט נאך ווען ער דארף צו גיין רעדן צו א פרעמדן מענטש איז ער נאך ווייניגער קאמפארט. און באמת דארף דאס זיין באלאנצירט, וואו מען וועט באלד אויסשמועסן באריכות.
יעצט וועט מען זעך באציען צו "פיינע נייעס", צו זענען היינטיגע מענטשן מער געשלאגן דערינען, אויף דעם איז די תירוץ לדעתי הקלושה, יא. פונקטליך פארוואס, דאס איז א לאנגע אין קאנטערווערסיעלע תירוץ וואס כ'האב נישט קיין חשק צו ענטפערן ברבים צוליב די סענסטיווקייט דערפון.

אבער מיר וועלן זיך יא באציען צו די פאקטן וואס ברענגט צו א מענטשן זאל נישט האבען דערפון
די אויבערשטער האט באשאפן די נפש פון די מענטש, אז ס'מוז עסן, יא אזוי וואו איר הערט, פונקט וואו די גוף דארף עסן, דארף די נפש אויך עסן. און די נפש איז טאקע די ערשטע וואס עסט ווען א קינד ווערט געבוירן. די ערשטע זאך ווען א קינד ווערט געבוירן וועט די דאקטער זיכער מאכן אז די קינד האלט די מאמע, אפילו די מאמע האט אן אינפעקשאן אין א מינוט שפעטער וועט מען שוין צולאזן די מאמע צום קינד ביז די אינפעציע היילט זיך, דאך פארשטייט יעדע אז נישט איבערגעבן די קינד פאר די מאמע גלייך נאכן געבורט איז סכנות נפשות, ווייל די קינד באקומט אין דאזיגע מינוט "פילינג" פון די מאמע וואס זי באקומט נישט א גאנץ לעבן, א קינד וואס האט דאס נישט באקומען קען אלץ רעזולטאט ליידן שפעטער פון נפשיות'דיגע פראבלעמען.

פונקט וואו דער גוף האדם מוז האבן א געזונטע ערנערונג, און אז נישט איז די גוף אסאך מער אויסגעשטעלט צו כאפן קראנקייטן, און וועט אסאך שווערער קענען פייטען מחלות, אינפעקשענן, וויירוסן. דאס זעלבע מוז די נפש זיין געזונט.

ווען א מענטש האט זעלבסט זיכערקייט אין זעלבסט ווירדע, אפילו ער וועט האבן או סי די סימפטאמען, אדער עי די די, וועט ער עס אסאך גרינגער דורך שווערצען אן קיין פראבלעמען. איר קענט אסאך מאל הערן פון אן עי די די, "ביז איך בין געוואר געווארן אז איך בין עי די די האבעך געמיינט אז איך בין פשוט נישט קיין נארמאלע מענטש!", ווען ער וואלט פארדעם געהאלטן אז ער איז א נארמאלע מענטש נישט קיין חילוק וויאזוי ער פירט זיך אויף, זייער מעגליך אז ער וואלט קיינמאל נישט געדארפט צוקומען אז איינער זאל אים דארפן טריטען פאר זיינע עי די די, (פארשטייט זיך אז כ'רעד נישט פון עקסטרעמע פעלער), גיבט נאר א קוק אויף בודק וואס איז געווען באשריבן אין די מאמענט פון סוכות, עס איז פשוט צום באווינדערן וואו א מענטש מיט פיזישע באגרענצינגען קען אלץ האבן, אויב זיין זעלבסט ווירדע איז גוט אויפגעבויעט
ווען א מענטש קומט אן צום פסיכאלאג אדער טעראפיסט, אויב האט ער אייגענע זעלבסט ווירדע, איז שוין דא צו וועם צו רעדן, ער האט אן אייגענע מאטיביציה זיך צו העלפן, מען דארף נאר העלפן, אבער אויב האט ער נישט קיין זעלבסט ווירדע, דעמאלט איז צעהן מאל שווערע אים צו העלפן.

אמת, זעלבסט ווירדע איז בשורשו "גאוה"! אבער וואו איז שייך צוזאגן פאר א (איינער וואס האלט זיך) נישט נארמאלע מענטש, האלט זיך קליין. ער האלט דאך אמתדיג אז ער איז גארנישט ווערד, אפשר צוויי סענט. צו ארבעטן אויף גאוה מוזטו זיך קודם האלטן כאטשיג פאר א מענטש, יעצט אז די ביסט א מענטש, אוודאי דארפסטו וואוסן אז א "מענטש" דארף זיך האלטן קליין, און דארפסט וואוסן אז די ביסט גארנישט נאר א חלק אלקי מלמעלה

וויאזוי צו הייבן די זעלבסט ווירדע און זעלבסט זיכערקייט? ס'איז דא צוויי חלקים וויאזוי אויפצוארבעטן א צווייטנס, וואס דאס נעמט אריין קינדער, און מיר וועלן האב א עקסטערע שמועס, ווען מען וועט רעדן אין חינוך. יעצט וועלן מיר רעדן וויאזוי זיך אליינס אויפצובויען א אייגענע ווירדע און זיכערקייט

די מציאות איז יעדע זאך אויף די וועלט ווערט געמאסט לויט אן ענדליכע זאך, משה נחום איז א גביר? כ'ווייס נישט וויפיל געלט האט ער, אמממ א מיליאן דאלער, נא דאס מיינט נאכנישט קיין גביר. איימעניט ער וואוינט אין אוקריינא, אה דארטן איז ער נישט סתם א גביר נאר א גביר אדיר, פון גאנץ אוקריינא קומט צו אים נאך געלט. פארוואס? ווייל גביר מיינט נישט איינער האט אסאך געלט, גביר מיינט איינער וואס האט אסאך מער געלט פון די עווריטש וואס א געווענליכע מענטש האט, און אין אוקריינא איז די עווריטש צעהן דאלער, און דאהי איז די עווריטש אסאך אסאך מער.

נחום איז א איד א צדיק, וואס??? נחום???, נאכאמאל כ'רעד נישט לגבי אונז, כ'רעד לגבי וואו ער איז אויפגעוואקסן דארטן ביי די מזרחי, איז ער באמת א איד א צדיק.

גרויס, קליין, הויכעך, נידעריג, שטיל, צדיק, גביר, שיין, געלונגען, נארמאל, קלוג, משוגע, אויבערחכם, ווילדער, וכו' וכ', האט באמת בכלל נישט קיין באדייט, אלעס ווערט געמאסטן לויט די עווריטש פון די ארומיגע.

דאס זעלבע יעדע מענטש האט א סטענדערד אויף וואס ער קוקט ארויף, און אויב פילט ער לדעתו אז ער איז ווייניגער קלאפט אים עס אראפ, אז ער נישט נארמאל, און ער איז גארנישט ווערד, פון אים וועט שוין גארנישט אויפוואקסן. וכו'

די וויכטיגסטע זאך פאר א מענטש איז איינצוזעהן, אז ער האט גארנישט מיט יענעם, ער איז זיך אליינס, און ער איז א נארמאלע מענטש, און יעדע זאך וואס ער האט געטוהן ווערט בהחלט נארמאל, והא ראיה, אז ער נארמאלע מענטש האט עס דאך געטוהן, מוז זיין אז ס'איז נארמאל. ס'קען זיין אז ער האט געמאכט א טעות אין נישט געטוהן ריכטיג, אבער יעדע נארמאלע מענטש טוהן אסאך מאל נישט ריכטיגע פעולות. אבער ס'טאר נישט אוועקנעמען פון זיין זעלבסט ווערד אין פון זיין זעלבסט זיכערקייט. מען טאר זיך נישט מעסטן לגבי יענעם, נאר לגבי זיך אליינס

גאט האט געגעבן פאר יעדן איד תרי"ג מצוות, פינטל. יעדע איד וואס גייט נישט אריין אין גדר פון חרש שוטה וקטן, האט אים גאט אים געגעבן א בחירה, גאט האט אים געטראסט, גאט האט זיך פארלאזט אויף זיין אייגענע שיקול הדעת, און אים געהייסן אז ער זאך בוחר זיין בטוב. די רמב"ם שרייבט אז אויב א מענטש האט נישט קיין בחירה איז נישט שייך קיין שכר ועונש, אין דעריבער האבן זענען די קטנים אין די שוטים נישט מחוייב, אבער די ביסט דאך קלאר יא מחוייב, און אויב אזוי איז קלאר אז גאט האט געוואלט אז די און נאר די זאלסט דיר אליינס בוחר זיין, גאט האט געוואלט זאלסט טוהן וואס די האסטו צו טוהן,

כל העולם נברא בשבילי, איך גלייב באמונה שלימה ווען איך זאל ווען זיין די איינציגסטע מענטש אויף די וועלט וואס דינט השי"ת, וואלט השי"ת נאך אלץ באשאפן די וועלט פאר מיר אליינס. ס'טייטש, פלעין פשוט און פראסט פאר מיר אליינס האט זיך געלוינט פאר השי"ת צו באשאפן די וועלט מיט אירע ביליאנען איינוואוינער אין קוואדריאלען געלעסיס. איי ס'איז דא נאך מענטשן וואס פאר זיין אליינס וואלט גאט ווען אויך באשאפן די וועלט, אבער ה"א קער"ס, כ'קוק נישט אויף יענעם, כ'מעסט מיין הויכעזעלשאפט לויט יענעם, איך מעסט עס מיט אליינס.

די זעלבע דארף מען טראכטן ווען מען איז מחנך די קינדער, די סיבה פארוואס עלעטערן צוקלאפן אסאך מאל קינדער בלא יודעים, ווייל זיי צוקלאפן זיך אליינס אויכעט. ווען ער טוט עפעס ראנג האלט ער זיך אין איין באשילדיגען, דעריבער באשילדיגט ער זיינע קינדער אויכעט. אבער א מענטש דארף וויסן יעדע זאך וואס זיין קינד האט געטוהן איז נארמאל, ער האט געטוהן א נארמאלע זאך, ער האט צובראכן גאר א טייער חפץ, ער האט די גוט אנגעצויגן. די ערשטע מחשבה דארף זיין ער האט דאך געטוהן עפעס נארמאל, אפילו מיר באדערט עס זייער שטארק און איך וויל אים שוין געבן א פארציע למען ישמעו ויראו. די צווייטע מחשבה דארף צו על פי חינוך דארף איך יעצט טוהן עפעס, וואס דאס איז שוין אן עקסטערע שמועס

יעצט וועלן מיר צוריקקומען צו "פיינע נייעס", פארוואס טוהן נישט די אלע היינטיגע קורסן אויף פאר אלע מענטשן

ווער ס'איז שוין געווען אמאל ביי איינע פון זייער סיומים, וואו יעדער איינער שטעלט זיך אויף אין ברענגט ארויס זיין "ווישאן" אויפן פיוטשער אין לעבן וואס איז זיין ציל אנקומען, וועט געוויס געדענקן די אלע גרויסארטיקע פלענער וואס יעדער איינער גייט ארויס פון דארטן, איינער גייט ארויס זיכער מיט זיך אז ער גייט ווערן א מולטי מיליאנער, א צווייטער איז ממש זיכער אז ס'לוינט זיך מער נישט אנצוהייבן מיט אים, דערוואגן זאל ער זיך נאר ער וועט פאר יעדען ווייזען פון היינט אין ווייטער וואס ער קען. איינער וואס האט נאר אביסל אין עקספירענס אין זיין לעבן, ווייסט אז קיינער און איך זאג נאכאמאל קיינער אויף די וועלט גייט נישט "אלעס" גוט, לא ימלט קיינער האט זיך נאך נישט ארויסגעדרייט פון צרות הדור, יעדער איינער האט באקומען פון גאט א זעקל וואס איז געאייגנט פאר אים. פאר איינעם וואס האט אביסל א ווייטערע בליק, גייט ממש אויס פון רחמנות קוקנדיג אויף די גרויסארטיגע פלענער, וואס גייען אין אפאר חדשים צופליען וואו א זייפען בלאז

אבער למעשה פארוואס פאר רוב מענטשן העלפט עס למחצה לשליש ולרביע, וויבאלד אפילו ער בויעט טאקע נישט אויף די מענטש מיט די ריכטיגע יסודות פון זעלבסט ווירדע אין זעלבסט קאנפידעץ. דאך זאג ער אבער דארט זייער זייער גאר וויכטיגע נקודות וואס ער האט מיט די צייט צוזאמען גענומען, אזש אז סוף כל סוף פאר איינער וואס קיינמאל נישט געהערט דערפון, נעמט ארויסדערפון אסאך טיפ אין טריקס אויפן טאג טעגליכן לעבן.

---
כ'זעה ס'ווערט שוין שפעט כ'מוז שוין ענדיגן, כ'האב שוין נישט קיין צייט עס אדורכצוקוקן, וויל איך בעטן ביטע מאיר זיין מיט הערות והארות און מען וועט עס פארעכטן

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 21, 2014 8:07 am
דורך נישט
זעה דא
אויסערן מיניסטער האט געשריבן:דערנאך איז דא טאטעס וואס זענען מחנך אויף א דריטע מין וועג ווי פאלגנד:
די קומענדיגע מעשה וועט איר זיך שפירן גאר היימיש, און אויב איר וועט אריינטראכטן טיעף וועט איר וואונדערליך טרעפן אז איר האט עס גענוצט כאטש איינמאל היינט....
דער טאטע זיצט אין קאך און עסט פרישטאג, זיין אינגל קומט אריין און זעצט זיך אין אנדערן עק און הויבט אויך אן עסן, דער טאטע גיבט אים א פרעג "האסט געמאכט א ברכה"? דער אינגל ענטפערט פאזיטיוו, דער שמועס וואלט זיך ווען געדארפט דא ענדיגן אבער דער טאטע פרעגט ווייטער מיט א צינישן טאן, די מייזעלעך האבן געהערט?....

די משל איז א מילדע און טייל וועלן קלערן אז מען מיינט נישט גארנישט מיטן רעדן אזוי, אבער איינער וואס וועט אביסל אריינקלערן וועט זיך טרעפן, אז זיין טאטע האט זיך געטריצט מיט אים... צומאל האט ער געקענט מאכן ליצנות פון אים אין פראנט פון א צווייטן און צומאל זיך סתם אזויווי גערייצט מיט אים... דאס בלוט קומט מיר ארויף אין פנים זיך דערמאנענדיג ווי מיין טאטע פלעגט מיר צונאר לייגן, איך האב מיך געשפירט ווערטלאז אראפגענידערט און גארנישט מיט גארנישט, איך געדענק איינמאל וואס אלס גרויסער בחור האב איך עס שוין פשוט נישט אויסגעהאלטן און איך בין אריינגעגאנגען אין ביה"כ און זיך גענומען וויינען פאר א האלבער שעה אין א ציה.... פון אזויפיל וויינען האב איך מיך אפאר מאל אינמיטן געדארפט אפווישן די נאז, נאכן ארויסקומען האט מיין טאטע ווייטער אפגעשפעט אז איך בין געגאנגען אין ביה"כ פאר א האלבע שעה זיך אויסבלאזן די נאז....
עס ווייטיגט מיר נאך היינט, וויאזוי מיין טאטע האט זיך געפירט צו מיר אין די חלק.


דאס פארהארגעט ממש דאס גאנצע ווירדע פונעם קינד, אז די קינד זאל זיך שפירן בלא מיט א אלף, אז ער איז בכלל נישט קיין חלק פונעם מציאות אנושי. אין פארשטייט אויב די נפש איז נישט געזונט קען זייער שנעל זיך אנכאפן כל מיני חולי הנפש רח"ל.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 21, 2014 4:17 pm
דורך fiena nieas
זייער שיין רב נישט.
אבער ווער זאגט אז די אלע קורסעס בויען נישט דעם מענטש מיט די ריכטיגע "יסודות"?
דאס איז טאקע מיין שאלה: וויזוי נעמט מען אריין די יסודות נישט נאר אין דעת אז די מענטש ווייסט עס, נאר אויך אין די פילינגס פונעם מענטש זאל ער עס פילן

בכלל נישט אזוי פשוט ווי דו לייגסט עס אראפ

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 21, 2014 4:17 pm
דורך fiena nieas
#

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 11:57 am
דורך נישט
יישר כוח פיינע נייעס פאר'ן טוישן די קעפל

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 11:30 am
דורך סביב העולם
.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 12:08 pm
דורך יצחק דע באנקיר
fiena nieas האט געשריבן:שכוח שאהן!!

בנוגע וואס איז די סיבה אז מענטשן האבן נישט די קאנפידנס ארויסצוגיין פונעם קאמפארט זאן וואס האלסטו?

ווי ווייטער מען גייט ארויס פינעם קאמפארט זאנע ווערט די מענטש מער און מער אומבאקוועם, ווילאנג ער האט נישט קיין שטארקע כח וואס שטופט אים צו טון זאכען בלייבט ער אינעם באקוועמען ארט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:47 pm
דורך shomierpeevilshonoi
פארוואס זעלבסט ווירדע איז גאווה ?
גאווה איז = גיזמא משא"כ
אמת איז מכיר את מקומו! ענווה איז אמת , ווייל חוץ די נשמה אין דיר איז אלעס נישט!די ווירדע איז דיין חביבות ביים בורא, אין דיין בחירה לטוב סימבאליזירט דאס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 5:15 pm
דורך עץ ארז
בס''ד
רבותי: עס איז אומעגליך צו האבן סעלף איסטים - נאר אויב מען איז א מענטש וואס טוט נשמהדיג'ע אויסוואלהן.
מער איבער דעם, ליינט ר' דוד ליבערמאנ'ס בוך, REAL POWER.
דארט וועט איר טרעפען א קלארקייט אויף די אלע נושאים - סעלף איסטים - קאנפדינץ.
דאס איז נישט קיין אויבערפלעיכלכע בוך דאס איז א שיעור עיון. אבער דאס קען טוישן א מענטש, מוראדיג'ע ביכל.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2015 1:37 am
דורך שטארק זיך
עץ ארז האט געשריבן:בס''ד
רבותי: עס איז אומעגליך צו האבן סעלף איסטים - נאר אויב מען איז א מענטש וואס טוט נשמהדיג'ע אויסוואלהן.
מער איבער דעם, ליינט ר' דוד ליבערמאנ'ס בוך, REAL POWER.
דארט וועט איר טרעפען א קלארקייט אויף די אלע נושאים - סעלף איסטים - קאנפדינץ.
דאס איז נישט קיין אויבערפלעיכלכע בוך דאס איז א שיעור עיון. אבער דאס קען טוישן א מענטש, מוראדיג'ע ביכל.

ריכטיג, דער ביכל איז ממש א יחיד במינו, געשריבן זייער קלאר, און מיט מקורות פון די תוה"ק. אריינגעטייטשט/אריינגעשטיפט, געהעריגע קלארע מקורות)
שטארק רעקאמענדירט

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2015 9:07 pm
דורך חידת
אויב קען איינער מנדב זיין אביסל מער פרטים איבער דעם דר. ליבערמאן, ווי ווייט פרום ער איז וכו', ער האט אויך א ביכל אויף 'בחירה'.

כ'האב קיינמאל בעפאר געהערט פון אים, נאר אצינד דא געליינט איבער זיין נאמען, און פון ר' גוגל קוקט אויס אז ער איז זייער פאפולער.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2015 9:17 pm
דורך עץ ארז
ער האט געשריבן אסאך ביכער אלץ דעוויד ליבערמאן PHD, וואס זענען איבערגעשריבן און פיר און צוואנציג שפראכן.

ער איז געווארן א בעל תשובה דורך אש התורה, און ער וואוינט און לעקוויד מיט זיין ווייב און קינדער, און ער האט געשריבן דריי ביכער, אלץ בעל תשובה. אלץ דוד ליבערמאן. פלאי פלאים זיין מהלך, פעדער, מקורות.

ער איז א רעדנער וואס רעדט אסאך ביי קירוב ארגנעזציעס.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2015 10:21 pm
דורך חידת
ייש"כ פאר די אינפארמאציע, וועלכע 3 האט ער געשריבן אלץ בעל תשובה?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2015 10:54 pm
דורך עץ ארז
וועלכע עס שטייט 'דוד', אנשטאטס 'דעיוויד', אויפן דעקל.

.REAL POWER. SEEK PEACE. WOW FREE WILL WORKS

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2015 12:16 am
דורך שטארק זיך
דוכט זיך אז ער האט געשריבן רוב פון זיינע ביכער אלס בעל תשובה.

די חילוק איז נאר אז אויף די ביכער וואס זענען געציהלט צו ארטאדאקסישע אידן, שרייבט ער זיך dovid, בעת אויףדי ביכער געציהלט צו די אלגעמיינע גאס שרייבט ער זיך David.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2015 9:26 am
דורך מילכיגער
איז דאס פאר סתם מענטשן אויך? צו נאר פאר ווער ס'ברויך הילף אין די נושאים?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2015 6:04 pm
דורך שטארק זיך
דו וועסט הנאה האבן דערפון
השארה#

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2015 11:14 pm
דורך shomierpeevilshonoi
שטארק זיך האט געשריבן:
עץ ארז האט געשריבן:בס''ד
רבותי: עס איז אומעגליך צו האבן סעלף איסטים - נאר אויב מען איז א מענטש וואס טוט נשמהדיג'ע אויסוואלהן.
מער איבער דעם, ליינט ר' דוד ליבערמאנ'ס בוך, REAL POWER.
דארט וועט איר טרעפען א קלארקייט אויף די אלע נושאים - סעלף איסטים - קאנפדינץ.
דאס איז נישט קיין אויבערפלעיכלכע בוך דאס איז א שיעור עיון. אבער דאס קען טוישן א מענטש, מוראדיג'ע ביכל.

ריכטיג, דער ביכל איז ממש א יחיד במינו, געשריבן זייער קלאר, און מיט מקורות פון די תוה"ק. אריינגעטייטשט/אריינגעשטיפט, געהעריגע קלארע מקורות)
שטארק רעקאמענדירט


לייג ארןיף א סעמפל בלאט