בלאט 3 פון 5

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2014 4:06 pm
דורך זאל ער קומען
חוץ פון די צוויי עלעמענטן איז דא א זאך וואס הייסט שכל...
א מענטש וואס קען נישט אויפהייבן קיין טעלעפאן צו א מענטש און ער דארף קאנפידענס קען איך פארשטיין, איינער וואס "ווייסט פאר א פאקט אז ער איז נישט קיין שלעכטער בעל תפלה נאר עס איז דא לדא נקשן ער קען נישט ארויס ברענגן א ווארט פאר פחד האט א קאנפידענס אישו, איינער וואס וויל קענען דאווענען ווייל יעדער קען נאר ער נישט סא גייט ער זיך לערנען קאנפידענס דער דארף א דאקטער.

עס ליגט אין די ווערטער סעלף קאנפידענס, פאר דו גייסט טון עפעס דארפסטו זיין איבערגעצייגט אז דו קענסט טאקע, דיין מוח דיין זיין איבערגעצייגט, און פארדעם טאקע נאכן טון עטליכע מאל איז דיין מוח בעסער איברגעצייגט אז דו קענסט טאקע ווייל ס'האט עס שוין עטליכע מאל געזען לייוו, אבער ביז דו האסט עס נישט געטון דארפסטו דיך חזרן אז דיין מוח זאל עס אננעמען פאר א מציאות, פאזיטיוו טינקינג איז אין די זעלבע משפחה, אנשטאט טראכטן ווי דו ציסט ארויף און די פלאפסט און יעדער לאכט און פארדעם האסטו מורא, שטעל דיך פאר ווי די ציסט ארויף ווי א פידל און יעדער האט הנאה, און שטעל דיך פאר ווי דו האסט עס שוין געטון דריי הונדערט מאל.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2014 4:18 pm
דורך ספיידער
fiena nieas האט געשריבן:
ספיידער האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
איך רעד פון א קאנפידענס פשוט און פראסט זיך צו קענען אננעמען אויף די אייגענע רעכטען, קענען זאגן א מיינונג אן מורא האבן אז מען וועט עס אוועקמאכן!! וכו'

אויף דעים זאג איך אז דער וואס האט א סעלף עסטיעם האט די קאנפידענס!!מען דארף האבן קאנפידענס צו האבן קאנפידענס!!

כאפסט?


איך כאפ נישט וואס האט זיך אננעמען פאר די אייגענע רעכטן אדער נישט מורא האבן צו זאגן א מיינונג מיט סעלף קאנפידענץ, איך האב נישט געגוגלט די טורם סעלף קאנפידענץ אבער אויף וויפיל איך זעה פון די יודן וואס האבן זיך באטייליגט ביי סעלף קאנפעדענץ שיעורים ווערן זיי חזנים, רעדנערס, וכו׳
עס איז זיכער נישט פון די אייגענע רעכטן וואס א מענטש האט צו גארגלען ביים עמוד אפילו אויב מ׳קען נישט
איך רעד אביסל פון ווייטאג אויפן גבאי פון מיין בהמ״ד ווייל יעדן צווייטן שבת שיקט ער צו דעם נעכס וואס האט זיך דעקלערט חזן אויף דער עלטער נאכן אריבערגיין די ס״ק שיעורים
זאלער רעדט צו די זאך ווארפט מיר א שטיקל קלארקייט אונעם ענין

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2014 4:25 pm
דורך נשמה
סעלף קאנפידענס מיט סעלף עסטים זענען געפיהלן וואס האט נישט קיין הסבר, א געזונטער מענטש איז זיכער מיט זיך, א געזונטער מענטש שעצט זיך. בין איך נישט גערעכט דערמיט?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2014 4:46 pm
דורך fiena nieas
ספיידער האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
ספיידער האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
איך רעד פון א קאנפידענס פשוט און פראסט זיך צו קענען אננעמען אויף די אייגענע רעכטען, קענען זאגן א מיינונג אן מורא האבן אז מען וועט עס אוועקמאכן!! וכו'

אויף דעים זאג איך אז דער וואס האט א סעלף עסטיעם האט די קאנפידענס!!מען דארף האבן קאנפידענס צו האבן קאנפידענס!!

כאפסט?


איך כאפ נישט וואס האט זיך אננעמען פאר די אייגענע רעכטן אדער נישט מורא האבן צו זאגן א מיינונג מיט סעלף קאנפידענץ, איך האב נישט געגוגלט די טורם סעלף קאנפידענץ אבער אויף וויפיל איך זעה פון די יודן וואס האבן זיך באטייליגט ביי סעלף קאנפעדענץ שיעורים ווערן זיי חזנים, רעדנערס, וכו׳
עס איז זיכער נישט פון די אייגענע רעכטן וואס א מענטש האט צו גארגלען ביים עמוד אפילו אויב מ׳קען נישט
איך רעד אביסל פון ווייטאג אויפן גבאי פון מיין בהמ״ד ווייל יעדן צווייטן שבת שיקט ער צו דעם נעכס וואס האט זיך דעקלערט חזן אויף דער עלטער נאכן אריבערגיין די ס״ק שיעורים
זאלער רעדט צו די זאך ווארפט מיר א שטיקל קלארקייט אונעם ענין

זעהט אויס די חברה באקימען דאס געפיל אז זיי זענען א "זאך" און זיי ניצן דאס געפיל צו עקסטרעם ביזן זיך דערקלערן חזן און וואטעווער.

מען דארף קענען בעלאנסען די געזינטע גיטע געפילן!

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2014 4:51 pm
דורך fiena nieas
נשמה האט געשריבן:סעלף קאנפידענס מיט סעלף עסטים זענען געפיהלן וואס האט נישט קיין הסבר, א געזונטער מענטש איז זיכער מיט זיך, א געזונטער מענטש שעצט זיך. בין איך נישט גערעכט דערמיט?

יא! וויזוי קימט מען אן צו די געפיל?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2014 4:54 pm
דורך שטארק זיך
צו דיר נשמה

סעלף עסטיעם האט א ספיריטועל הסבר, עס איז א פאקט אז דער מענטש יצור כפיו של הקב"ה האט א נצחיות'דיגע ווערד, און די מציאות בלייבט אויף אייביג.

למעשה האט דער רבוש"ע באשאפן דעם מענטש מיט פארשידענע נייגונגןן וואס ווילאנג דער מענטש ארבעט זיך נישט אויס, בויעט ער זיין ווערד בבחינת אהבה התליה בדבר, און ער שפירט זיך סוקסעספול שפיערט ער זיך ווערטל, אויב אבער גרייכט ער נישט וואס אימער ער האט באשלאסן צו ערווארטן פון זיך, שפיערט ער זיך ווערטלאז.

איצט אזוי: דער מענטש דארף ארבעטן אויף זיך, ער זאל קענען מחלק זיין צווישן די געוואונטשענע אומצופרידנהייט און די אומגעוואונטשענע ווערדלאזקייט. די איינציגע מהלך דאס צו עררייכן, איז צו לעבן מיטן אמת, אז דער אינעליכער ווערד פונעם מענטש איז נישט תלוי במעשיו, כאטש ער וועט טייער באצאלן פארן פארפאטשקען, דאך איז עס נישט פוגע אין זיין ווערט

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2014 4:59 pm
דורך fiena nieas
שיטת?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2014 5:10 pm
דורך נשמה
ניין, ווייל דו שטארק זיך פרעגט אז וואס מיינט סעלף קאנפידענץ, און אפשר וועסטו יא דורכפאלן, האב איך געזאגט מיין געפיהל, אז סעלף קאנפידענץ מיינט אז מ'איז זיכער אז מ'קען, פארוואס מ'איז זיכער? ווייל אזוי האט דער אייבערשטער אריינגעלייגט אין א מענטש. ס'דא טאקע מענטשן וואס האבן צופיל סעלף קאנפידענץ. סעלף עסטים איז די זעלבע זאך, דער אייבערשטער האט אריינגעלייגט אין א מענטש ער זאל זיך פיהלן ווערד. ס'א טיפע אינערליכע שפיר, . ניין?

דאס הייסט אז א מענטש ווערט געבוירן דערמיט. איז מ'דארף עס נישט אויפבויען, מ'דארף אוועקנעמען די סיבה וואס ס'מאכט איהם טראכטן אומגעזונט.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2014 5:17 pm
דורך שטארק זיך
שיטת היהדות

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2014 5:19 pm
דורך שטארק זיך
ריכטיג נשמה'לע... עס זענען דא מאנכע וואס נאטורליך זענען זיי רואיגער מיט זיך,

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2014 5:23 pm
דורך fiena nieas
שטארק זיך האט געשריבן:ריכטיג נשמה'לע... עס זענען דא מאנכע וואס נאטורליך זענען זיי רואיגער מיט זיך,

נשמה טענה'ט , אז נישט "מאנכע" נאר אלע מענטשן ווערן געבוירן מיט א נאטורליכן סעלף קאנפידענס- סעלף עסטיעם. מען דארף נאר אוועקנעמען די "בלאקעדזעס" קימט ארויס די שיין.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2014 5:30 pm
דורך שטארק זיך
מיט וואס מען איז געבוירן? שווער צו וויסן, מסתבר אז מיט גוטע און שלעכטע נייגונגן, צו זאגן אז יעדער איז געבוירן מיט א נאטורליכע צופרינדנקייט, בעיביס זענען אפט צופרידן... כווייס? קען זיין....

למעשה ביי מיינע קינדערליך קען איך אנווייזן ביי די אנדעטהאלבן יאר, דיע איז א צופרידען, דיע נישט וכו'... כווייס נישט ביי אנדערע מענטשן...

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2014 7:24 pm
דורך ספיידער
שטארק זיך האט געשריבן:שיטת היהדות

און אויב ס׳איז נוגע פאר איינעם, להבדיל כמה מהלכים פון גוי׳אישע פסיכאלאגן גייען אויך בערך מיט די שיטה

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2014 7:26 pm
דורך fiena nieas
ספיידער האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:שיטת היהדות

און אויב ס׳איז נוגע פאר איינעם, להבדיל כמה מהלכים פון גוי׳אישע פסיכאלאגן גייען אויך מיט די שיטה

יא ווער?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2014 10:02 pm
דורך ספיידער
fiena nieas האט געשריבן:
ספיידער האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:שיטת היהדות

און אויב ס׳איז נוגע פאר איינעם, להבדיל כמה מהלכים פון גוי׳אישע פסיכאלאגן גייען אויך מיט די שיטה

יא ווער?

אה סיז איינעם נוגע
ממש פינקטלעך די ווערטער האבעך נישט געזען אבער בערך איז דא די איננעיט העלטה פראגרעם וואס בויעט אויף א מענטש אויף זיין קאנעקטעד מיט אמונה,
די ACT טעראפי האלט אז מ׳דארף בויען א מענטש אויף חיובים און מיננינג אין לייף (נישט אויף מעלות אדער טאלאנטן)

בדרך אגב איז דא א ספר לימודים לדעת פון הרב שרגא פליישמאן וואס צונעמט די נושא באריכות גדול

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2014 10:08 pm
דורך מתבונן
fiena nieas האט געשריבן:איז בכלל שייך פאר א היימישער חסידישער יונגערמאן צו האבן א עכט געזינטן נעטראלן סעלף עסטיעם? און נישט דארפן לויפן יעדן דריטן טאג צו א צווייטע שיעור ווי הגר, מעלבר, שטיימעטץ!

איך פיל אז דער ענטפער איז ניין! ווי איז בכלל שייך צו פילן זעלבסט ווירדע נאכן ווערן אנגעפראסקעט יעדן צווייטן טאג און די "לאגער יארן" (ליין חדר יארן) על לא דבר בלויז ווייל די מלמד איז און א שלעכטע גוסטע! ווי איז שייך צו פילן גיט מיט זיך?

און לאמיר איבערלאזן די פעטש, ווי שלעכט האט איהר געשפיערט נאכן נישט קענען ביי א מנהל'ס פארהער? דאס קינד שפיערט זיך ווי טו סענס! אזוי אויך די בחינות, ריפארטקארדס, וכו' וכו'



די תשובה אויף דיין שאלה, אויב דו ביזט געווארען וויי געטון אין דיינע יונגע יארן, האסטו דיך אויסגעלערענט עפעס זייער וויכטיג אויף דיין לעבן, אז 'נאר' אזוי הייסט מען א מוצלח, אן דעם ווערט מען אוטאמאטיש געפראסקעט און דערנידערט, און אויב גיי איך מיין וועג לייג איך מיך אריין אין א סכנה! פארשטייט זיך אז עס וועט דיר זיין זייער שווער אנצוגיין אזוי רוהיג, ווייל די פחד פון פארלירן דיין לעבן שטייט דיר שטענדיג פאר די אויגען אומוויסענדיגערהייט. אוטאמטיש קוקסטו דיך אן ווי א דורכפאל וכו' וכו' און אויפן אויבער פלאך האט מען נישט קיין סעלף עסטים, און די תוצאה איז אז מטוט נישט וואס מדארף. סוף פסוק דערזעהט מען זיך מיט נידריגע זעלבסט ווירדע. די גאנצע מלחמה צו בוסטען די אזוי גערופענע סעלף קאנפעדענס ווערט א וועג וויאזוי זיך צו שלאגען מיט זיך אליינס צו ארויסגיין און טון עפעס מיטן לעבן, ווייל ביסודו איז ווי שטארק זיך האט געשריבן,

שטארק זיך האט געשריבן:סעלף עסטיעם האט א ספיריטועל הסבר, עס איז א פאקט אז דער מענטש יצור כפיו של הקב"ה האט א נצחיות'דיגע ווערד, און די מציאות בלייבט אויף אייביג.

למעשה האט דער רבוש"ע באשאפן דעם מענטש מיט פארשידענע נייגונגןן וואס ווילאנג דער מענטש ארבעט זיך נישט אויס, בויעט ער זיין ווערד בבחינת אהבה התליה בדבר, און ער שפירט זיך סוקסעספול שפיערט ער זיך ווערטל, אויב אבער גרייכט ער נישט וואס אימער ער האט באשלאסן צו ערווארטן פון זיך, שפיערט ער זיך ווערטלאז.

איצט אזוי: דער מענטש דארף ארבעטן אויף זיך, ער זאל קענען מחלק זיין צווישן די געוואונטשענע אומצופרידנהייט און די אומגעוואונטשענע ווערדלאזקייט. די איינציגע מהלך דאס צו עררייכן, איז צו לעבן מיטן אמת, אז דער אינעליכער ווערד פונעם מענטש איז נישט תלוי במעשיו, כאטש ער וועט טייער באצאלן פארן פארפאטשקען, דאך איז עס נישט פוגע אין זיין ווערט


אויב איז מען דורך שוועריגקייטן כנ"ל, שטערט דאס פון זען די ריינע זיך, און אויף דעם איז דא ב"ה הילף צו קענען איבערקומען די איינגעפלאנצטע אלטע שרעקענישן, און די ריינע זיך קומט צירוק פון זיך אליין.

פילן זיכער מיט זיך איז א נאטירליכע זאך וואס קיינער וועט זיך נישט רירן פון ארט אויב ער האלט נישט אז ער גייט מצליח זיין, אבער די 'איבערפלוס' פון קאנפעדענס וואס מען דארף 'ארבעטן' אויף זיך צו באקומען קאנפעדענס, איז ביי מיר פונקט אזוי ווי עקספאוזשער טערעפי פאר א פאביע וואס האט נישט קיין גרויסע טשאנסען צו געווינען און וועט כסדר צירוקפאלן. מנ"פ, ווייסט ער אז ער איז אקעי, דארף ער נישט בוסטען קיין קאנפעדענס, אויב איז ער משוכנע אז ער איז נישט ווערד (משום איזה סיבה כנ"ל) גייט נישט 'בוסטן' קיין קאנפעדענס העלפן. די היינטיגע וועלט קוקט אן יעדער וואס איז נישט לפי א געוויסע 'מאדעל' כאילו ער האט נישט קיין קאנפעדענס, ווי לדוגמא א שטילע יונגעל בטבעו 'פעלט' קאנאפעדענס ווייל ער איז נישט גענוג 'הויך', בשעת מדארף איהם זיך לאזן אנטוויקלען פון זיך אליין ע"פ דרכו.

סוף דבר, קאנפעדענס איז א נאטירליכע געפיל וואס א מענטש האט און באקומט כסדר מר ווען ער זעהט זיך ארויסגיין אין די וועלט און איז מצליח. אויב איינער האט שוועריגקייט מצליח צו זיין איז מען איז תולה, אהה, מוז זיין איך בין נישט געונג זיכער מיט זיך, און מען טרייט צו פייטען און זיך בוסטען אז 'עכט' קען איך יא! בשעת דער אמת איז אז אויב דארף מען פייטן און בוסטן פעלט פשוט עפעס א אינגרידענט, צו די ציל איז נישט געהעריג אויסגעארבעט, אדער פעלט נאך היינט וויכטיגע יסודות וואס לעבן איז עכט וואס קען מעגליך פעלן אויב איז מען אויפגעוואקסען צו זיין עקספאוזד צו השפלה אין די קינדערישע יארן, וואס אויף דעם קען מען זיך אויסלערנען אויף דער עלטער וואס לעבן איז יא און וויאזוי דאס לעבן ארבעט, ווי אויך אז מעשים זענען נישט קובע וואס דער מענטש איז וכדו' וכדו'. ממילא איז וואס יעדער האט געשריבן ביז אהער בבחינת אלו ואלו דברי... חיים, חוסר קאנפעדענס איז א תוצאה פון נישט זיין 'אן טרעק' פאר איזה סיבה שהוא, און דער שם הכללי פאר דעם איז 'קאנדפעדענס'. גיין צירוק אן טרעק, נעמט אוועק אלע קאנפעדענס פראלעמען.

אין די שיעורים וואס איך האלט יעצט אינמיטען צאמשטעלן בע"ה לתועלת הקוראים, וועט האפענטליך די נקודות ווערן ארויסגעברענגט.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2014 10:17 pm
דורך מתבונן
ספיידער האט געשריבן:אבער בערך איז דא די איננעיט העלטה פראגרעם וואס בויעט אויף א מענטש אויף זיין קאנעקטעד מיט אמונה


יא ריכטיג, דערמאן איך מיך יעצט, לויט וויאזוי זיי האבן עס אראפגעלייגט ווען איך האב גענומען דעם איננעיט העלט ווארקשאפ, אז דער 'זיך' איז דא, מען דארף עס נישט זיכען, ס'איז שוין דא. געוויסע טעקניקס לאזן דעם מענטש פילן דעם לויטערן זיך אן דארפן ארבעטן שווער אויף דעם. אבער ווי עס ווייזט אויס, איז עס ווייטער א עבודה, און פאר איינעם וואס איז דורך אסאך, וועט זיין א סטראגעל עס אנצוהאלטן.
ווי אויך האב איך שוין געזען מענטשן נעמען דעם איננעיט העלט אביסל צו עקסטרים, און טוען נישט ווען מען דארף יא טון.

אגב, אינטרעסאנט אז איך האב אמאל געזען נאך א פראגראם זייער ענדליך צו אינעיט העלט וואס ברענגט אריין דעם מענטש צו פילן זיין לויטען שטילע זיך, אינפא איבער דעם קען מען זען דא.
http://www.kinslowsystem.com/index.html

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 29, 2014 11:35 pm
דורך נישט
זעלבסט ווירדע – זעלבסט זיכערקייט – קאמפארט זאן

אזוי וואו איך זעה האבן דא זייער אסאך ארויסגעברענגט גאר שיינע נקודות אבער פארט הערשט א געוויסע צעמישעניש
דעריבער וועלעך זיין הדיוט קופץ בראש/במקום שאין איש השתדל להיות איש (די עולם וועט שוין דיסיידען ווי איך געהער)

איך וועל זיך נעמען די מיקראפון אין די הענט, און איבערגיין אלעס וואס מען האט שוין אויסגעשמועסט ביז אהער, און פארשטייט זיך צולייגן קצת נופך משלי

וזה החלי

סיי זעלבסט ווירדע און סיי זעלבסט זיכערקייט דארף מען צוטיילן און דריי חלקים

1) וואס איז דאס, פינטל. וואס איז זעבלסט ווירדע, וואס איז זעלבסט זיכערקייט און וואס איז דאס קאמפארט זאן

נאכן גוט ארויסהאבן די "מציאות" פון זעלבסט ווירדע און זעלבסט זיכערקייט, וואס דאס איז, דארף מען פארשטיין נאך צוויי זאכן

2)וואס ברענגט צו אז מען זאל עס פארלירן,

3)און וואס קען מען טוהן עס אויפצובויען

וועלן גיין על ראשון ועל אחרון אחרון, און אנהייבן מיט מגדיר די מציאות

זעלבסט ווירדע
מען דארף באמת נישט צופיל מסביר זיין, פשוטו כמשמעו, זעלבסט ווירדע, ער פילט זיך פאר א זיך, פאר א יש, ער פילט אז ער איז עפעס, וואו גרעסער זיין עפעס איז אלס גרעסער איז זיין זעלבסט ווירדע, א מענטש וואס פילט זיך פאר א גארנישט, האט טאקע גארנישט פון זעלבסט ווירדע. זעלבסט ווירדע גיט פאר די מענטש די גוטע געפיל אנצוגיין, ווייל א יש קען אנגיין, אבער ווען איינער איז א גארנישט איז ער כמת מונח, א צובראכענע שארבן וואס טוט טאקע גארנישט.

זעלבסט זיכערקייט
א מענטש איז א בעל בחירה, יעדע ספליט סקונדע אין טאג איז זיין מח מחליט מיליאנען החלטות, אויב איז ער נישט זיכער און וואס ער טוט אז ער טוט די ריכטיגע זאך וואס ער האט צוטוהן, איז זיין לעבן וואו אפגעשטעלט, ער קען שוין גארנישט מחליט זיין, ווייל אפשר איז ער נישט גוט מחליט, דעריבער מוז זיך א מענטש פארזיכערן אין עפעס, וואס דאס גיט אים די רואיגקייט מחליט צו זיין, און די רואיגקייט אנצוגיין מיט זיין לעבן. דאס איז זעלבסט זיכערקייט, ער גייט מיט א זיכערקייט, אפילו ער וועט למעשה דורכגעפאלן, בלייבט ער ביי זיך זיכער אז ער האט געמאכט די ריכטיגע החלטה, ווייל דורכפאלן איז א חלק פון די לעבן.

קאמפארט זאן
וועלעך געבן א גוטע דוגמא, "אימתא דצבורא". קען זיין א מענטש האט זעלבסט ווירדע ביזן הימל, האלט פון זיך עולם ומלואו, וואו אויכעט האט ער זעלבסט זיכערקייט, טוט אלעס וואס ער האט צוטוהן אן קיין ספיקות, וועט קיינמאל נישט מורא האבן צוטוהן אזאך וואס ער האלט אז ער דארף טוהן. דאך אפילו ער האט נישט מורא צוצוגיין צום עמוד, וועט ער ביים עמוד נישט קענען דאווענען פונקט וואו אויף זיין פלאץ, ווייל סוף כל סוף איז ער ביי די עמוד אין א ווייטערדיגע "קאמפארט זאנע" וואו אויפן פלאץ אין בעק פון ביהמ"ד. פארשטייט זיך וואו מען אומבאקוועם אלץ ווייניגער ישוב הדעת, און אלץ שווערער איז צומאכן ריכטיגע באשלוסן.

בקיצור, זעלבסט ווירדע איז אזאך אין אים, ער פילט זיך פאר א יש. זעלבסט זיכערקייט ער פארזיכערט זיך און זיין כוח הבחירה און זיין דעת, וואס דאס גיט אים די רואיגקייט, מחליט צו זיין החלטות. און קאמפארט זאנע, איז פשוט וואו באקוועם פאר א מענטש איז צו טוהן א געוויסע זאך.

יעצט וועלעך מלקט זיין אלעס פון ביז אהער און איך וועל פארשטייט מוסף זיין הערות והארות
שאהן הענניטי האט געשריבן:יעצט צוריק צו דיין שאלה, ס'איז זיכער פארהאן א געזונטער סעלף עסטיעם, ווי א איד איז זיך מחשיב בלויז מיט זיינע אויפטוען און השפעות וואס ער האט אויפן ארום, אריינגערעכנט, ווייב און קינדער, ארבעטסגעבער, מיט ארבעטער, אייגענע ארבעטער.
ווער רעדט נאך ווען מ'טראכט אביסל טיפער אין רוחניות, די גרויסע עפעקט וואס א איד'ס בלויזע עקזיסטענץ און אוודאי זיין עבודה - האט אויבן אין הימל, מ'קען זיך נישט סתם אזוי געבן א מאך אוועק מיט די הענט.

ווען איינער האט נישט קיין זעלבסט ווירדע, מיינט ער אז עפעס דראסטיש דארף געשעהן אז ער זאל ווערט זיין עפעס, אבער אלל איט טעיקס, איז אביסל מחשבה אין דאס וואס כ'האב געשריבן, און זיך אליינס איבערצייגן וויפיל מ'איז באמת ווערד.
די געשמאקע געפיל גייט אויסוועפן נאך א שטיקל צייט, פונקט ווי יעדע אזא געפיל, און ס'גייט זיך וועלן צוריקקומען די אלטע זויערע מחשבות, אבער נאך איינמאל, אלל איט טעיקס, איז נאך אמאל זיך אוועקזעצן אין אריינטראכטן, און קומען צו די זעלבע הכרה.
אין אזא דאון טיים, איז שטענדיג גוט זיך אליינס צו זאגן, איך פיהל טאקע נישט זייער גוט יעצט, אבער ס'איז נישט ווייל איך בין באמת נישט גוט, ס'איז נאר ווייל די גוסטע איז יעצט אביסל דאון, און דאס איז דער סדר העולם כגלגל החוזר, און איך ברויך פלעין ווארטן עס זאל דורכגיין, און נישט ציעהן קיין שום מסקנות יעצט.
כאפ א דרימל, וואש דיר אפ דעם פנים, און זעה ווי ס'איז שוין לאנג נישטא.


זייער גוט ארויסגעברענגט די מציאות פון זעלבסט ווירדע

זאל ער קומען האט געשריבן:קודם לגבי דעם חילוק פון סעלף עסטיעם צו סעלף קאנפידענס.
סעלף עסטיעם מיינט ווען א מענטש האלט זיך פאר א לא יצלח, א גארנישט, דער מענטש באשליסט פון עטליכע מצבים וואס ער האט געהאט אז ער איז אויף די שווארצע זייט פון גאטס וועלט, סעלף קאנפידענס איז לגבי א טאלאנט, לאמיר זאגן א איד זינגט באמת זייער שיין יעדער וואס קען אים ווייסט עס, אבער דער חזן אליין איז מוראדיג נישט זיכער מיט זיך, פארדעם ציטערט ער און עס געלונגט טאקע נישט, ער גלייבט נישט נאכן זינגען אז איינער האט הנאה געהאט, ער נעמט נישט אן א פאקט וואס ער האט באמת און ער קען זיך וועגן דעם נישט ארויסשיילן, דאס גייט אן מיט לערנען רעדן שמועסן און יעדע זאך אין לעבן, ער האט סעלפ עסטיעם עס פעלט אים גארנישט ער איז נישט צובראכן, אבער ווען עס קומט צו א ספעסיפעשע זאך אדער צו עטליכע ספעציפישע זאכן ליידט ער.

זאלער זייער גוט ארויסגעברענגט, האסט נאר אויסגעמישט "סעלף קאנפידענס" מיט "קאמפארט זאנע", די ברענגסט זייער גוט ארויס די חילוק צווישן סעלף עסטיעם און קאמפארט זאנע, אבער צו סעלף קאנפידענס האסטו נישט צוגערירט

זאל ער קומען האט געשריבן:דאס איז אין דשענעראל, אבער לגבי דיין שאלה, איך באגעגן יעדען טאג מענטשן וואס האבן נישט קיין פראבלעם צו רעדן צום פרעזידענט אידיש, האבן נישט קיין פראבלעם מיט גארנישט, און האלטן אז זיי האבן טאלאנטן וואס מ'קען זיי נישט ארויס האקן פון קאפ, שטעלן זיך אויף עס ארויסגעבן און יעדער לאכט זיי האלטן מ'פריידט זיך, סא פארשטיי איך נישט ווי דו זעסט א לעק אין קאנפידענס אין דעם דור, יא אסאך מענטשן האבן קאנפידענס אישוס לכאורה מער ווי גוים ווייל מ'האט מורא פון די קאנסיקווענסן מער ווי גוים, שידוכים שכינים, סטאטוס, אונז זעמער דאך ציוויליזירטע מענטשן, אבער נישט מער פון דעם לכאורה, אדער יא...
כ'דארף שוין לויפן דאווענען פארגעב מיר די ספעלינגס מיסטעקים, נישטא קיין צייט איבערצוליינען.

מוז נישט זיין אז דער מענטש האט בכלל סעלף קאנפידענס, און א סעקונדע שפעטער וועט ער חרטה האבן, ער איז פשוט אין די כלל פון שוטה אין לו בושה, און דעריבער האט ער בכלל נישט קיין קאנפענט זאנע בכלל, וואס דאס ברענגט אים צו רעדן צום פרעזידענט.

שאהן הענניטי האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:לגבי סעלף קאנפידענץ, ווארט איך שוין יארן איינער זאל מיר מסביר וואס דאס איז און צו וואס מען ברויך עס, סעלף עסטיעם איז עפעס וואס איז נייטיג, און ווי ווייניגער מען איז ביזי מיטן "סעלף אלס מער פארמאגט מען עס

זייער פשוט, כדי א מענטש זאל קענען האבן סיי וואספארא הצלחה אין ביזנעס לדוגמא, מוז ער ארויסקריכען פון זיין קאמפארט זאון, דאס איז דער פלאץ וואו א מענטש געפינט זיך ארגינעל, וואו אלעס איז אים גרינג און באקוועם, און אנהייבן טוהן זאכן וואס איז נישט גרינג און אומבאקוועם, אבער... ברענגט געוואונטשענע רעזולטאטן.

קוק א דוגמא סעילס, וועסט פרעגן א מוצלח'דיגער סעילסמאן, וועט ער דיר זאגן אז יעדער קען מאכן דארט געלט, אויב האלט מען נאר דערביי. וועסטו אוודאי עפענען אפאר גרויסע אויגן און פרעגן וואס הייסט, ווער האלט דען נישט דערביי??? וועט ער דיר מסביר זיין, סעילס איז עי נאמבערס געים, ווי מער מענטשן די פרעזענטירסט דיין פראדוקט פאר, אזויפיל מער וועלן ביי דיר קויפן, און אלל יו העוו טו דא איז ווייזן דיין פראדוקט פאר גענוג מענטשן און דו וועסט מאכן א ליווינג.
שטעלט זיך די פראגע, פארוואס טוט דאס נישט יעדער, אדער פארוואס פאלן אזויפיל ארויס פון סעילס, און זענען נישט מצליח, אויף דעם קומט דער פשוט'ער תירוץ פון "קאמפארט זאון", עס איז פלעין אומבאקוועם צו קאלן מענטשן משוגע מאכן וועגן מיין פראדוקט, מ'גיבט זיך אלע מיני תירוצים פארוואס יענער וועט נישט עפרישיעטן דעם קאול, און.... אז מ'ארבעט נישט, האט מען נישט.

יעצט כדי צו קענען מאכן איין קליינע טריט ארויס פון זיין קאמפארט זאון, און אנהייבן טוהן עפעס צו די זאך, פעלט זיך אויס סעלף קאנפידענץ, ווייל די אינציגע זאך וואס האלט צוריק מענטשן פון ארויסקריכן פון דארט, איז fair of failure, מ'האט מורא מ'וועט דורכפאלן, ווי דער פריערדיגע משל, ממילא הייבט מען נישט אהן לכתחילה, אבער אויב האט מען פון די זיכערקייט אינגרידיענט, ווייסט מען אז ס'וועט גארנישט פאסירן אויב וועט מען דורכפאלן, ווילאנג איך טוה נישט בין איך זיכער א דורכפאל, און געגאנגען.... מ'שפרינגט אריין.

שאהני, זייער גוט אבער אביסל צומישט, ס'איז דא אזאך וואס הייסט אויסברייטערן צו קאמפארט זאנע, וואס אויף דעם ארבעטן סעילס לייט זייער שטארק, ווייל דאס איז זייער וויכטיג פאר זייער פאך. און נאכער איז דא אזאך וואס הייסט סעלף קאנפידענס, טוהן וואס מען האט צוטוהן אפילו ס'איז אומבאקוועם, וואס דאס דארף יעדע מענטש האבן גאר וויכטיג.

ביידעוועי, סעילס איז א טאלאנט וואו יעדע טאלאנט, ווען איינער קען נישט סעילס מיינט נאך נישט אז ער האט נישט סעלף קאנפידענס. אבער לכאורה האט ער טאקע יא א קלענערע קאמפארט זאנע

שאהן הענניטי האט געשריבן:
זאל ער קומען האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:שאהן:
וואס - פאר א זיס יאר - האט קאמפארט זאנע מיט קאנפידענץ?

ס'האט גראדע.
די קאנפידענס וועגט איבער די פחד.
עס איז אמת וואס דו מיינסט צו פרעגן אז עס מוז נישט האבן, ס'איז דא מענטשן מיט קאנפידענס וואס האבן נישט קיין שום נישט קאמפארט זאן זיי זענען קאנפידענט, אבער א גרויס חלק מענטשן כדי צו באקומען די מאס קאנפידענעס מוזן זיי ארויס קריכן פון זייער קאמפארט זאן, און צוביסלעך האבן זיי גענוג קאנפינדענס אז זיי דארפן שוין נישט קריכן, אלעס ווערט קאמפארט זאן

ארויסגעכאפט די ווערטער פון מויל. ווען אייינער האט קאנפידענץ אין זיך, וועט ער נעמען שאנסן ארויסצוקרוכן פונעם זאנע, וויבאלד ער ווייסט אז דאס איז דער וועג צו אלטימעט סוקסעס, אפי' ס'קען זיין ער וועט דורכפאלן.

זייער קלאר, אבער נישט יעדער וואס האט קאנפידענס איז אינטערסירט ארויסצוקריכן פון די זאנע, אדרבא ווייל ער איז גענוג שטארק קען ער טוהן זאכן וואס איז אים נישט קאמפארט.

זאל ער קומען האט געשריבן:שאהן קומסט אריין זייער קלאר.
ספיידער לכאורה האסטו א טעות.

קאנפידענס מיינט איין זאך, מ'טוט וואס מ'ברויך וועגן א געוויסע שרעק, סעלף קאנפידענס מיינט נישט גאווה, עס מיינט מ'פארגעסט פונעם אנכי און מ'קערט נישט, צו ווייל יעבור עלי מה איך שפרינג אריין מ'עט שוין שפעטער זען וויאזוי ס'איז געלונגען, צו ווייל פשוט עס איז א נארמאלע זאך און פונקט ווי איך שעם מיך נישט צו גיין אין גאס שעם איך מיך נישט צו בלאזן שופר אדער אנצורופן איינעם צו וואטעווער.

פערפעס קומט בכלל נישט אריין אהער, דו מעגסט האבן א ציל מיט א חשבון און דו האסט עס דאך מורא צו טון.

יעדער מענטש האט קאמפארט זאן, מיין פאונט איז נאר לגבי די זאך וואס דיר למשל איז שווער איז פאר א צווייטן גארנישט, יענעם איז עס קאמפארטעבל

הייבסט אן זייער גוט, "קאנפידענס מיינט איין זאך, מ'טוט וואס מ'ברויך", אבער דיין נעקסטע סטעיטמענט "עס מיינט מ'פארגעסט פונעם אנכי און מ'קערט נישט, צו ווייל יעבור עלי מה איך שפרינג אריין מ'עט שוין שפעטער זען וויאזוי ס'איז געלונגען,", ביי מיר רעדטסטו נישטא פון קאנפידענס נאר פון משוגע, איי דא נאט קעיר. ווייטער וואס די שרייבסט וועגן בושה, דאס האט מיט קאמפארט זאנע.


נשמה האט געשריבן:ניין, ווייל דו שטארק זיך פרעגט אז וואס מיינט סעלף קאנפידענץ, און אפשר וועסטו יא דורכפאלן, האב איך געזאגט מיין געפיהל, אז סעלף קאנפידענץ מיינט אז מ'איז זיכער אז מ'קען, פארוואס מ'איז זיכער? ווייל אזוי האט דער אייבערשטער אריינגעלייגט אין א מענטש. ס'דא טאקע מענטשן וואס האבן צופיל סעלף קאנפידענץ. סעלף עסטים איז די זעלבע זאך, דער אייבערשטער האט אריינגעלייגט אין א מענטש ער זאל זיך פיהלן ווערד. ס'א טיפע אינערליכע שפיר, . ניין?

דאס הייסט אז א מענטש ווערט געבוירן דערמיט. איז מ'דארף עס נישט אויפבויען, מ'דארף אוועקנעמען די סיבה וואס ס'מאכט איהם טראכטן אומגעזונט.


נשמל'ה, סעלף קאנפידענס, איז טייטש איך טוה וואס איך האב צוטוהן אפילו איך וועל אדורך פאלן, פארוואס מ'איז זיכער ווענדט זיך שוין א איד אדער א גוי. א גוי פארזיכערט זיך אין די טבע און איד ווייסט איך דארף טוהן מיין השתדלות לויט די שכל וואס גאט האט מיר געגעבן, און וואס ס'וועט למעשה געשעהן, דאס ווייסט שוין גאט. ווען מען טראכט באמת אריין אין דעם אין מען ווייסט אז גאט וויל מען זאל טוהן די השתדלות, און פון די אנדערע זיין ווייסט מען אז אלע דורךפעלער איז גאט "שולדיג" ער האט עס אנגעדרייט, באקומט מען באמת א מורא'דיגע זיכעקייט, און מען קען אנגיין מיטן לעבן מיט רואיקייט אין פרייליכקייט אן קיין דאגות

סעלף עסטיעם, ביסטו גערעכט די אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין יעדע מענטש ער זאל זיך פילן וואו א יש. אבער ביסודו איז דאס גאווה, איך בין, איך איך און איך, איך בין א גוטע בעל מחנך, איך בין א גוטע בעל מנגן, איך בין א יש, וכו'. די ריכטיגע סעלף עסטעים איז איין נקודה, איך בין בעצם גארנישט מיט נישט, אבער כ'בין יא!, כ'בין א איד כ'בין א חלק אלוק מלמעל, יאופ'ס כ'בין א חלק פון גאט, ווען מען טראכט באמת אריין דערין באקומט מען א סעלף עסטיעם עד אין סוף

קאמפארט זאנע, דאס איז די מדות הבושה, וואס מען דארף זיין באלאנסירט די גוטע בושה מיט די שלעכטע בושה. וואו אויך דארף יעדע פאכמאן אויסארבעטן זיין קאמפארט זאנע אין זיין פאך, א סעלסמאן דארף אויסברייטערן זיין קאמפארט זאנע אין סעילס, א חזן דארף אויסברייטערן זיין קאמפארט זאנע ביים שטענדער, וכו' כוכ, אבער אויב וועט די סעלסמאן וועלן ווערן א חזן אין אויסברייטען זיין קאמפארט זאנע ביים עמוד אנשטאט אין סעילס, ווייזט דאס אז ער האט נישט קאנפידעס וכ'.
---
יעצט למעשה
וואו אזוי בויעט מען עס? און וואו אזוי פאלירט מען עס?

וועט מען קודם ווארטן אויף די טייערע ליינער צו זעהן צו זיי זענען מסכים מיט די הגדרות וואס כ'האב אראפגעבויעט, און פון דארט וועט מען גיין ווייטער

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 30, 2014 1:12 pm
דורך שטארק זיך
ווי שטענדיג, נהניתי מאוד פון מתבונן'ס דברים של טעם, אבער דאס איז נישט קיין סורפרייז, דער ניק "נישט" האט מיך איבערראשט מיט זיין הבנה און סדר (כידוע מדברי המהר"ל שסדר הוא שכל)... נאכנישט סגאנצע דורכגעטוהן, אבער דאס ביסל איז אייזן גוט.

אגב, בזכותו של נישט האב איך איבער געליינט דעם ציטוט פון שאהן הענעטי איבער סעלף-עסטיעם, און דער זאגט גוט

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 30, 2014 2:06 pm
דורך זאל ער קומען
געוואלדיג גוט "נישט" אזוי ווי אלעמאל.
איך האלט אבער אביסל אנדערש.

קאמפארט זאן איז א פועל יוצא, ווען איך קען מאכן אייער שפייז אבער ווען מיין ווייב זעט שעם איך מיך איז דאס א נאן קאמפארט זאן און עס קומט פון א לעק אין קאנפידענס.
ווען איך בין א פראפעשאנעל שעף און איך מאך אייערשפייז פאר די רייכסטע דינערס האב איך נישט קיין פראבלעם אז 10 מענטשן קוקן איך ווער אפשר געשטערט און איך קען זיי פארשיקן אבער איך האב נישט קיין שום שרעק און קיין שום נאן קאמפארט.
ווען מיין ווייב זעט ווי איך מאך און זי געט מיר א קאמפלימענט אז איך מאך בעסער ווי איר, פון היינט בין איך אין מיין קאמפארט זאן ווען זי איז דארט אויך, וועגן איך האב באקומען א נייע דרגה אין קאנפידענס לגבי מיין אייער שפייז.

ווען איך ווייס איך קען זינגען און איך קען אפילו זינגען אין שאער אבער איך פחד צו זינגען אין שוהל פעלט מיר קאנפידענס און פארדעם איז עס פאר מיר א נאן קאמפארט זאן, אויב אפילו איך האב עס שוין עטליכע מאל געטון איז עס נאך אלץ א נאן קאמפארט זאן ווייל אין פאליש לאכט איינער אפשר, איז דאס ווייטער א סימן אז עס אין בין נישט גענוג קאנפידענט, ווייל ווען איינער איז יא גענוג גייט אים נישט אן אז איינער לאכט ווייל ער פייפט יענעם אן.

במילא איז עס יא געבינדן.

און ווען איינער ווייסט פאר א פאקט אז ער קען נאר ער שעמט זיך און באשליסט ער פייפט זיך אן און יעבור עלי מה, דער איז ווייט פון משוגע ער שטארקט זיך פשוט איבער זיין אייגענע שוואכקייטן.

און ווען איינער האט א קאפלעקס איז עס אויך א לעק אין קאנפידענס.
און ווען איינער איז א ביישן איז עס אויס א לעק אין קאנפידענס
עס מוז נישט זיין שלעכט, אבער די מציאות פון זיין נאן קאמפארט איז א לעק אין סעלף קאנפידנעס.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 30, 2014 4:47 pm
דורך נישט
שטארק זיך האט געשריבן:ווי שטענדיג, נהניתי מאוד פון מתבונן'ס דברים של טעם, אבער דאס איז נישט קיין סורפרייז, דער ניק "נישט" האט מיך איבערראשט מיט זיין הבנה און סדר (כידוע מדברי המהר"ל שסדר הוא שכל)... נאכנישט סגאנצע דורכגעטוהן, אבער דאס ביסל איז אייזן גוט.

אגב, בזכותו של נישט האב איך איבער געליינט דעם ציטוט פון שאהן הענעטי איבער סעלף-עסטיעם, און דער זאגט גוט

יישר כוח
און פארשטייט זיך ווען די טוסט עס אדורך, פארגעס נישט צו לאזן הערן דיין מיינונג

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 30, 2014 6:06 pm
דורך ספיידער
זאל ער קומען האט געשריבן:געוואלדיג גוט "נישט" אזוי ווי אלעמאל.
איך האלט אבער אביסל אנדערש.

קאמפארט זאן איז א פועל יוצא, ווען איך קען מאכן אייער שפייז אבער ווען מיין ווייב זעט שעם איך מיך איז דאס א נאן קאמפארט זאן און עס קומט פון א לעק אין קאנפידענס.
ווען איך בין א פראפעשאנעל שעף און איך מאך אייערשפייז פאר די רייכסטע דינערס האב איך נישט קיין פראבלעם אז 10 מענטשן קוקן איך ווער אפשר געשטערט און איך קען זיי פארשיקן אבער איך האב נישט קיין שום שרעק און קיין שום נאן קאמפארט.
ווען מיין ווייב זעט ווי איך מאך און זי געט מיר א קאמפלימענט אז איך מאך בעסער ווי איר, פון היינט בין איך אין מיין קאמפארט זאן ווען זי איז דארט אויך, וועגן איך האב באקומען א נייע דרגה אין קאנפידענס לגבי מיין אייער שפייז.

ווען איך ווייס איך קען זינגען און איך קען אפילו זינגען אין שאער אבער איך פחד צו זינגען אין שוהל פעלט מיר קאנפידענס און פארדעם איז עס פאר מיר א נאן קאמפארט זאן, אויב אפילו איך האב עס שוין עטליכע מאל געטון איז עס נאך אלץ א נאן קאמפארט זאן ווייל אין פאליש לאכט איינער אפשר, איז דאס ווייטער א סימן אז עס אין בין נישט גענוג קאנפידענט, ווייל ווען איינער איז יא גענוג גייט אים נישט אן אז איינער לאכט ווייל ער פייפט יענעם אן.

במילא איז עס יא געבינדן.

און ווען איינער ווייסט פאר א פאקט אז ער קען נאר ער שעמט זיך און באשליסט ער פייפט זיך אן און יעבור עלי מה, דער איז ווייט פון משוגע ער שטארקט זיך פשוט איבער זיין אייגענע שוואכקייטן.

און ווען איינער האט א קאפלעקס איז עס אויך א לעק אין קאנפידענס.
און ווען איינער איז א ביישן איז עס אויס א לעק אין קאנפידענס
עס מוז נישט זיין שלעכט, אבער די מציאות פון זיין נאן קאמפארט איז א לעק אין סעלף קאנפידנעס.

צו מאכן א שטיקל ס״ה זעה איך דא 2 דעפינישנס אויף סעלף קאנפידענס 1, זאלער טייטשט אז ס׳מיינט די פארקערטע פון אימתא דציבורא, סטעידזש פרייט, בושה, סאושל פאביע, וכל שם דאית לי׳ וואס אפילו א מענטש וואס גלייבט אין זיינע כוחות קען ער נאכאלץ פיהלן אומבאקוועם ווען אנדערע מענטשן קוקן אויף אים בשעת ער טוט זאכן פאר א ציבור מענטשן
2. א כלליותדיגע געפיהל פון רואיגקייט אז ער וועט מצליח זיין אין זאכן וואס ער נעמט זיך אונטער
עס איז נישט תלוי הא בהא עס קען זיין זייער א געלונגענע מענטש רואיגע מענטש זאל נישט קענען עסן וכדו׳ ברבים
פון די אנדערע זייט זענען ׳דא מענטשן וואס פיהלן נישט אז קענען מצליח זיין אבער אין ביהמ״ד, קאווע שטיבל, מקוה, זענען זיי בכלל נישט קיין ביישנים, אמאל אז ס׳גייט שוין אויף די נערוון פון די ארומיגע,
די ערשטע געפיהל קומט אדער ווייל ער איז איינגערעדט אז יעדער האלט פון אים אדער אז ער איז נישט אזוי תלוי בדעת אחרים און ער איז גרייט אז ס׳זאל זיין אפאר מענטשן וואס וועלן נישט האלטן פון אים, אדער א געפערלעכע רייץ פאר אטענשן און כבוד אז ער פארלירט ממש די שכל אבי צו באקומען אביסל אטענשן
די צוויטע קומט פון זיין גרייט צו ליידן א דורכפאל די זאכן וואס ער וויל מצליח זיין, אדער איז ער דיסקאנעקטעד םון ריעליטי און ער איז זיכער אז ער גייט מצליח זיין און סיי וועלכע זאך וואס ער שפרונגט אריין כנעל״ד

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 30, 2014 7:41 pm
דורך נישט
זאל ער קומען האט געשריבן:געוואלדיג גוט "נישט" אזוי ווי אלעמאל.

יישר כוח,
זאל ער קומען האט געשריבן:איך האלט אבער אביסל אנדערש.

אט אויף דעם האבעך געווארט, האפענטליך וועלן מיר עס קענען אויסארבעטן צוזאמען
זאל ער קומען האט געשריבן:קאמפארט זאן איז א פועל יוצא, ווען איך קען מאכן אייער שפייז אבער ווען מיין ווייב זעט שעם איך מיך איז דאס א נאן קאמפארט זאן און עס קומט פון א לעק אין קאנפידענס.

ווענדט זיך, אויב מאכט ער עס אפילו ער שעמט זיך, ווייזט דאס אז ער האט א שטארקע קאנפידענס, והא ראיה ער טוט זאכן אפילו ער שעמט. אויב אבער כדי עס צוטוהן מוז קודם אויסברייטערן זיין קאמפארט זאן, ווייל ער קען נישט טוהן אזאך וואס איז אינדערויסן פון זיין קאמפארט זאן, ווייזט דאס אויף א שוואכע סעלף קאנפידענס [/quote]
זאל ער קומען האט געשריבן:ווען איך בין א פראפעשאנעל שעף און איך מאך אייערשפייז פאר די רייכסטע דינערס האב איך נישט קיין פראבלעם אז 10 מענטשן קוקן איך ווער אפשר געשטערט און איך קען זיי פארשיקן אבער איך האב נישט קיין שום שרעק און קיין שום נאן קאמפארט.

זאלער, דא זעה איך אז די האסט שוין צוטיילט ביידע
"אבער כ'האב נישט קיין שרעק" = קאנפידענס
"און קיין שום נאן קאמפארט" = קאמפארט זאן
זאל ער קומען האט געשריבן:ווען מיין ווייב זעט ווי איך מאך און זי געט מיר א קאמפלימענט אז איך מאך בעסער ווי איר, פון היינט בין איך אין מיין קאמפארט זאן ווען זי איז דארט אויך, וועגן איך האב באקומען א נייע דרגה אין קאנפידענס לגבי מיין אייער שפייז.

לשיטתו איז ער יעצט געפאלן אין קאנפידענס, אזוי כ'האב פריער מסביר געווען, אוודאי דארף מען ארבעטן אויפן קאמפארט זאן, אבער טוטסטו עס נאר אויב עס איז געווארן דיין קאמפארט זאן ביסטו אויף געהאקטע צרות
זאל ער קומען האט געשריבן:ווען איך ווייס איך קען זינגען און איך קען אפילו זינגען אין שאער אבער איך פחד צו זינגען אין שוהל פעלט מיר קאנפידענס און פארדעם איז עס פאר מיר א נאן קאמפארט זאן, אויב אפילו איך האב עס שוין עטליכע מאל געטון איז עס נאך אלץ א נאן קאמפארט זאן ווייל אין פאליש לאכט איינער אפשר, איז דאס ווייטער א סימן אז עס אין בין נישט גענוג קאנפידענט, ווייל ווען איינער איז יא גענוג גייט אים נישט אן אז איינער לאכט ווייל ער פייפט יענעם אן.

במילא איז עס יא געבינדן.

זייער גוט ארויסגעברענג אז ווען א מענטש גייט אריין אין א פחד מכוח ווייל ער האט נישט קיין קאנפידענס, איז פארשטייט זיך אויכעט א נאן קאמפארט.
אבער נישט אייביג וועט לאו קאנפידענס ברענגען פחד, און דעמאלט איז יא מעגליך א קאמפארט זאן אפילו מיט א לאו קאנפידענס
זאל ער קומען האט געשריבן:און ווען איינער ווייסט פאר א פאקט אז ער קען נאר ער שעמט זיך און באשליסט ער פייפט זיך אן און יעבור עלי מה, דער איז ווייט פון משוגע ער שטארקט זיך פשוט איבער זיין אייגענע שוואכקייטן.

זאלער, דא האסטו ארויסגעברענגט מיין פינטל פון סעלף קאנפידענס,
יעצט וועלעך פרעגן, לשיטתך וויאזוי רופסטו אן די מענטש, לאו קאנפידענס??? אתממה???
זאל ער קומען האט געשריבן:און ווען איינער האט א קאפלעקס איז עס אויך א לעק אין קאנפידענס.
און ווען איינער איז א ביישן איז עס אויס א לעק אין קאנפידענס

איך קוק עס אן פונקט פארקערט, ווען איינער שטעלט זיך אפ פאר קליינע בושה אדער קאמפלעקס, און ער מוז קודם לויפן צום דאקטער עס אויסארבעטן און ערשט נאכדעם קען ער אנגיין מיט זיין לעבן, דער האט גאר ווינציג קאנפידענס, און ער איז א גרויסע רחמנות, משא"כ א אנדערע וואס קאנפידענס וועט אנגיין מיט זיין לעבן צו ס'הייס אדער קאלט, צו ער האט דורךפעלער אדער נישט, ער וועט זיך קיינמאל נישט אפשטעלן פון טוהן וואס ער האלט אז ס'איז ריכטיג צוטוהן

(כ'מאך נישט אוועק פון קיין צום דאקטער פאר א קאמפלעקס, אבער אויב שטעלט אפ דאס לעבן איז קלארע באווייז אויף א לעק אין קאנפידענס
זאל ער קומען האט געשריבן:עס מוז נישט זיין שלעכט,

לשיטתי קומט אבער אויס אז נאן קאנפידענס א שלעכטע מדה, וואס א מענטש דארף אויסארבעטן
זאל ער קומען האט געשריבן:אבער די מציאות פון זיין נאן קאמפארט איז א לעק אין סעלף קאנפידנעס.

יעדע בר דעת האט זאכן וואס ער וואלט נישט געטוהן מחמת בושה, כמאמר החכם הבושה הוא השכל, און וואו מען זעהט במציאות די קליגערע מענטשן האבן געוועליך א קלענערע קאמפארט, און די גאר גרויסע משוגעים האבן בכלל נישט קיין קאמפארט זאן

אוודאי קען לאו קאנפידענס צוברענגן צו נאן קאמפארט, אבער נאן קאמפארט מיין נאכנישט נאן קאנפידענס
----
זאלער, יעצט ווארט איך צו הערן אויפצוריק, ווען מען וועט זיך אויסקלארן וועט מען גיין א טריט ווייטער, צו זעהן וואס ברענגט צו די זאכן, און וואס פארמינערט עס

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 30, 2014 11:34 pm
דורך זאל ער קומען
שרייבסט זייער גוט הרב "נישט" אבער צו לאנג פאר מיר אויסצוארבעטן אין אזא שעה.
און ווי דו זאגסט זעט מיר אויס ווי מ'האלט מיר די זעלבע מ'רוף מיר נאר אן געוויסע זאכן אנדערש, און בעיקר עס איז דא דרגות און עס איז נישט קיין שווארץ און ווייס שלעכט און גוט אישו.
למשל דאס וואס דו פרעגסט וועגן דעם מענטש וואס שעמט זיך אבער ער באשליסט ער פייפט זיך אן, דער מענטש האט א קאנפידענס פראבלעם, און די וועג פון אים העלפן איז צו בעטן גיב מיר איין שפרינג אפילו עס איז אינדראסן פון דיין קאמפארט זאן אזוי וועט דיין לעבן גרינגער ווערן, ער האט דאך נישט קיין סעלף עסטיעם אישו, אויב עס עס געלונגען עט עם אים עס זיין גרינגער נעקסט טיים.
סך הכל ער האט א סעלף קאנפידנעס אישו, ער היילט עס מיט יוזן אביסל קאנפידענס וואס ער האט נישט נאר ער שטיפט זיך צו דערצו ווייל ער וויל די רעזולטס: קאנפידענס.

איין זאך על איך מיך יא שטעלן, און דאס איז דיין אונטערשריפט, פארוואס אין אישי נישט דא אויפן פלאץ? האסט א קאנפידענס אישו?
אדער א בושה און פאבליק אישו?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 7:33 pm
דורך נישט
זאל ער קומען האט געשריבן:שרייבסט זייער גוט הרב "נישט" אבער צו לאנג פאר מיר אויסצוארבעטן אין אזא שעה.
און ווי דו זאגסט זעט מיר אויס ווי מ'האלט מיר די זעלבע מ'רוף מיר נאר אן געוויסע זאכן אנדערש, און בעיקר עס איז דא דרגות און עס איז נישט קיין שווארץ און ווייס שלעכט און גוט אישו.
למשל דאס וואס דו פרעגסט וועגן דעם מענטש וואס שעמט זיך אבער ער באשליסט ער פייפט זיך אן, דער מענטש האט א קאנפידענס פראבלעם, און די וועג פון אים העלפן איז צו בעטן גיב מיר איין שפרינג אפילו עס איז אינדראסן פון דיין קאמפארט זאן אזוי וועט דיין לעבן גרינגער ווערן, ער האט דאך נישט קיין סעלף עסטיעם אישו, אויב עס עס געלונגען עט עם אים עס זיין גרינגער נעקסט טיים.
סך הכל ער האט א סעלף קאנפידנעס אישו, ער היילט עס מיט יוזן אביסל קאנפידענס וואס ער האט נישט נאר ער שטיפט זיך צו דערצו ווייל ער וויל די רעזולטס: קאנפידענס.

איין זאך על איך מיך יא שטעלן, און דאס איז דיין אונטערשריפט, פארוואס אין אישי נישט דא אויפן פלאץ? האסט א קאנפידענס אישו?
אדער א בושה און פאבליק אישו?

דאס אז די אונטערשטע שורה האלטן אונז דאס זעלבע, דאס ווייסעך, איך נאר געוואלט זיך אויסגלייכן מיטן מיט וועלכע נעמען עס אנצורופן, די נקודת החילוק, איך נעם דיין קאנפידענס און קאמפארט אין איך לייג ביידע אריין אין קאמפארט, אין פאר קאנפידענס האבעך א נייער דערהער וואס די רעדסט נישט דערפון בכלל

סאו פון יעצט אין וועלעך שרייבן מיט מיינע נעמען, נאר געדענקט אז אונז טייטשן אנדערש כדי ס'זאל נישט ווערן קיין צעמישענעש

יעצט לגבי מיין ניק, דאס איז דאך ביי מיר די נקודה הפנימית פון סעלף קאנפידענס און סעלף עסטיעם, איך בלייב חשוב אין גוט און איך טוה ווייטער וואס איך האב צוטוהן אפילו איך בין א "נישט", איך דארף נישט צוקומען צו קיינעם זיך צו פילן גוט, איך פיל גוט מיט מיר אליינס אפילו איך בין א "נישט" ס'מאכט מיר נישט אויס כהוא זה נישט,

נאך א נקודה וואס כ'האב שוין איינמאל געשריבן, מייין גאנצע זעלבסט זיכערקייט נעמט זיך פון דעם וואס איך ווייס אז איך בין א "נישט"
נישט האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
עקבי הצאן האט געשריבן:יעצט באמערק איך אז אונזער חשובער לערער האט זיך א "ניק" געטוהן "נישט", פארוואס אזא נעגעטיווער נאמען, בפרט אז לכאורה האמיר דא צוטוען מיט א טיפער דענקער בקי בחכמת הנפש, פארוואס אזוי נעגעטיוו?

דאס גייט ער מסביר זיין.

אי"ה מען וועט נאך אסאך רעדן דערפון, אבער איין נקודה ביי מיר איז נישט די מערסט פאזיטיוו ווארט וואס איז נאר דא,
ווייל אין די רגע וואס איך פיל מיך פאר א יא הייבט זיך אן די דאגות וואס גייט זיין מיט פרנסה?? מיט געזונט??
אבער ווען איך דערמאן זיך אז איך בין "נישט" און גאט איז "יא"
ווייס איך אז איך האב עניוועי נישט וואס צו דאגה'נען, ס'וועט מיר סיי ווי גארנישט העלפן, לאז איך איבער אלע מיינע דאגות פאר אים
און ווייסטו אייביג נאכדעם קומט די ישועה, אזויווי איינער וואס זאגט, אויב איך בין טאקע דער איינציגסטער וואס קען דיר העלפן מוז איך דיר העלפן


און דאס זעלבע איז ביי סעלף עסטיעם, מיין גאנצע זאך נעם איך פון דעם וואס איז ווייס אז כ'בין עניוועי א "נישט", מיין גאנצע יא עסטיעם און ווירדע קומט פון דעם וואס כ'בין א פשוטע איד, יא א פשוטע איד, אפילו כ'בין א געפערליכע בעל עבירה, בינעך נאך אלץ גאר חשוב, סימפל ווייל יאך איז איד, פימפל. צו סעגעפעלט דיר אדער נישט, קראך אוועק, אין בין א איד, אין א איד וועלעך בלייבען. איך בין שטאלץ צו לעבן וואו א איד, און איך בין שטאלץ אי"ה צו שטארבן א איד. ווען כ'וועל אנקומען אויבן וועט מען מיר טאקע שיקן גלייך אין גהינם אפצוקומען אביסל מיינע עבירות, אבער סוף כל סוף וועלעך איך בלייבן לנצח נצחים, לעולם וועד, אייביג, אייביג,

זאלער, פארשטאנען?