Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

א פייגל זיצט ביי מיין פענסטער!

זונטאג ספטמבר 28, 2014 10:51 am

ניין, סאיז נישט נאך אן ארטיקעל וועגן די הייליגע טעג, אונז האב מיר פון דעם גענוג דא אויפן וועלטל, פון ערב שבת מברכים תמוז ביז די לעצטע שליקעץ ביים איינפאסטן ערב יום כיפור יעדע נייע ארטיקעל איז נאך א משל און נמשל פון די הייליגע טעג, דאס וועל איך לאזן פאר א צווייטן, איך האב דא א שטיקל פראבלעים לאמיר זעהן צו איינער קען מיר העלפן, און אז איך האב א פראבלעים שרייבט מען שוין אן ארטיקעל..

אנגעהויבן האט זיך עס צוויי וואכן צוריק מיטוואך ווען איך האב געזעהן א טויבעלע (די וואס דרייען זיך אויף לי עוועניו) זיצן אויף מיין פארטש, איך געב אים אזא שריי אן, און ער מאכט זיך נישט וויסענדיג, אה! א מחוצף??? מ'האב מיר איינגעשפאנט די פאמיליע און מ'האט אנגעפאנגן צו שרייען, קלאפן אויף די פענסטערס, און ער שטייט מיט א גלייכגילטיגקייט, האב איך גראד געזעהן אז ער איז א טעראריסט.. מיט טעראריסטן פארהאנדל איך נישט.. אונז האמיר געשאסן קאפס, טעלערס, לעפלעך און נעפקינס, איך האב אויסגעליידיגט די גאנצע פענטרי, און סאיז געלונגען, ער איז ארויפגעפלויגן אויף מיין סוכה פרעים..

די שטוב מיינער האט אנגעהויבן זאגן אז סאיז אפשר א גילגל פון איינעם אונז זאל מיר מאכן א ברכה, איך האב איר געזאגט אז מוועט מאכן די ברכה ביינאכט ווען איך קום אהיים פון לערנען, איך בין דאך א מחמיר, בין איך געגאנגן אין גראסערי קויפן אויף וואס צו מאכן א ברכה, איך האב געבראכן מיין דייעט.. איך האב געקויפט פאר מיר א מהדרין אייזקריעם סענדוויטש מיט א קליינס אייזקריעם קאון.. און פאר איר א פרדס דזשעלי רינג.. די קינדער זענען שוין געשלאפן זיי דארפן נישט מיט האלטן אלעס, כ'מיין צו זאגן איך וויל נישט זיי זאלן זיך משתתף זיין מיט מיין אייזקריעם.. מהאב מיר געמאכט א ברכה און געווארט צו זעהן ווי די פייגל שטרעקט זיך אויס.. ביז אונז זעמיר געווארן מיד..

פרייטיג בין איך אהיים פון דזשאב און זיך געזעצט עסן סיריעל, קאלערדיגע פרוט סירקעלס.. מיין קליינער קומט מיר זאגן אז די פייגל איז דא, איך געב מיר א שטעל אויף מיט מיין טעלער, און די גאנצע הויז געזונד מיט די טעלערס נאך מיר, מגיי מיר מלחמה האלטן, איך געב א שפריץ מיט מיין טעלער און מיינע קינדער טוען מיר נאך, נאר זייער איז שוין געווען אויסגעגאסן אויפן וועג פון די קאך צום פארטש... די קאקערוטשעס זענען זיך נאך יעצט מחי' פון די שירים.. די פייגל געט מיר אזא קוק אן ווי צו זאגן וואס גיסטו אויס אויף מיין פארטש...

שבת האב איך אפגעהאלטן א מיטינג מיט מיינע שכינים וואס מקען טוען, נאך אלע עצות איז געבליבן אז איך זאל גיסן מיסטער קליען מיט מיסטער וויניגער, און אויך פיש זאפט צאמגעמישט מיט צוריבענע טשולענט בונדלעך.. מוצאי שבת די ערשטע זאך ביים זמן משארצט ארויף די ארבעל און איך האב מיר גענומען שפריצען.. און, אין קול ואין עונה, איך מיין צו זאגן יש שמוץ ויש יונה.. די פייגל שפירט זיך גאר היימיש מיט די אלע גראכן, ער האט דאס כסדר אין גארביטש הויז...

זונטאג א' סליחות איז שוין לאנג נישט אזוי גוט אויסגעפאלן ווי דאס יאר, מדארף דאך שוין בויען די סוכה, איך געב א בוי אויף מיין סוכה (כ'מיין צו זאגן מיינע צוויי קליינע שוואגערס וואס כאב זיי צוגעזאגט אז טאמער זיי שלעפן ארויף מיינע ברעטער גיי איך זיי לאזן האלטן מיין לולב ביי הלל ווען איך וויל מיר סטרעטשן..) און די פייגל האט נישט קיין פלאטץ פון ווי אריינצוקומען, איך גיי ארויף אויפן לייטער, און והילד איננו, די פייגל זיצט אויפן אוינינג...

דאס שטוב מיינער האט פארציילט די מעשה פאר מיין שכנטע און זי האט שוין געוואלט עפעס באקן פאר אן עלי' פאר די פייגל, איך האב געשיקט זאגן אז סוואלט מיר נישט שלעכט געווען א פרישע רוט קאקאש קעיק..

ערב ראש השנה האב איך באשלאסן צו גיין פארהאנדלען מיט אים סאיז א ערענסטע צייט, איך האב געמאכט א חשבון ווער עס האט מיר אמאל געטשעפעט און איז מגולגל געווארען, איך בין געקומען צו די מסקנה אז סקען נאר זיין מיין אלטע נערוועזע שכן פון אלס יונגעל וואס האט מיר אמאל זייער דערשראקן ווען איך האב עפעס צובראכן אין זיין סטארעדזש, איך וויל נישט אריינגיין אין קיין פרטים.. אבער ער איז מיר נאכגעלאפן שרייענדיג אויף מיר, זיכער איז ער יעצט מגולגל געווארן פאר דעם... האב איך געזאגט פארן פייגל אז פאר א מיליאן טאלער בין איך אים מוחל, און די פייגל האט מסכים געווען אז ווי נאר איך באקום די מיליאן דאלער פליט ער אוועק... נאכדעים האב איך מיר דערמאנט אז מיין אלטע שכן לעבט נאך.....

די נמשל איז.... ליצנות אין א זייט, די פייגל זיצט מיר ביים פענסטער אין מאכט מיר נערוועיז, בייגעלייגט איז א פיקטשער ווי ער הויערט אויף מיין אוינינג און ער לאזט נאך פון זיך גרף של רעי.. קיין נעסט אין מיין אדער שכן'ס פארטש האט ער ביזדערווייל נישט געמאכט, עני וואן וויט סאם עדווייס???
עטעטשמענטס
Pic.jpg

Advertisement

זונטאג ספטמבר 28, 2014 10:56 am

מיין שכן פרעגט פארוואס איך לאך :lol: :lol: :lol:

ערנסט גערעדט, זאג מחול לך מחול מחול לך מחול 3 מאל, און אויך דיין ווייב, און קום צוריק מיט נייעס

זונטאג ספטמבר 28, 2014 10:59 am

נאך אזא ארטיקל וועט דאס פייגעלע זיכער האבן אן עלי'..

איך פלעג אויך אמאל כסדר האבן פייגלעך ביי מיינע פענסטער (ס'איז מיר נאר נישט איינגעפאלן אז מ'קען מאכן אזא לאנגס און ברייטס דערפון...), ביז עמיצער האט מיר געגעבן אזא גרויסן פלאסטישן רויב פויגל וואס זעט אויס ווי עכט, און די פייגלעך האבן מורא דערפון. איך האב עס אויפגעהאנגן העכער די פענסטער פון אינדרויסן, און זייט דעמאלס הער איך כמעט נישט פון זיי ב"ה.

זונטאג ספטמבר 28, 2014 11:02 am

מחול לך האב איך געזאגט די ערשטע זאך, פארגעסן צו שרייבן,
ידיד זאגסט א פוינט, יעצט איז דא גענוג פאלטשע פייגלעך אין די סטאר.

זונטאג ספטמבר 28, 2014 11:07 am

חברותה האט געשריבן: איך מיין צו זאגן יש שמוץ ויש יונה.. :lol: :lol: די פייגל זיצט מיר ביים פענסטער אין מאכט מיר נערוועיז, בייגעלייגט איז א פיקטשער ווי ער הויערט אויף מיין אוינינג און ער לאזט נאך פון זיך גרף של רעי.. קיין נעסט אין מיין אדער שכן'ס פארטש האט ער ביזדערווייל נישט געמאכט, עני וואן וויט סאם עדווייס???

רוף אן עקסטעירמינעיטאר
כך עשיתי מלפני כמה שנים

זונטאג ספטמבר 28, 2014 11:59 am

מעג מען שרייבן בלויז א יישר כח פארן געשמאקן ארטיקל?

זונטאג ספטמבר 28, 2014 12:18 pm

איך האב גערופן אן עקסטערמינעטאר און זיי האבן געלייגט ספייקס. עס איז דא פון אייזן און פון פלעסטיק. די פלעסטטיק איז נישט ווערט די פאר צענט .

זונטאג ספטמבר 28, 2014 12:23 pm

לכאורה האט געשריבן:מעג מען שרייבן בלויז א יישר כח פארן געשמאקן ארטיקל?

זונטאג ספטמבר 28, 2014 12:24 pm

ס'איז א ענין צו האבן פייגלעך אין די סוכה

זונטאג ספטמבר 28, 2014 12:48 pm

כ'ווארט אויפ'ן נמשל!

זונטאג ספטמבר 28, 2014 1:08 pm

א נמשל דארפסטו אויך? סאיז דאך נאר א משל..

זונטאג ספטמבר 28, 2014 1:22 pm

נו, אז חברותא שרייבט נישט קיין נמשל וועל איך פרובירן צו שרייבן.

כנסת ישראל מתילי ליונה, זי שטייט און ווארט בכליון עינים, באשעפער זיסער מתי תמלוך בציון.
דער יצה"ר מיט אלע זיינע נסיונות פרובירן אונז צו פארשיקן פון פענסטער, מען שיסט אונז קאפס טעלערס לעפלעך און נעפקינס, אינעם לאנגן גלות האט מען פרובירט מיט אונז מיט גוטנס און מיט בייזנס, אבער גארנישט רירט נישט אוועק די טויבעלע וואס ווארט אויף איר ישועה.
מ'מאכט פאר אונז ברכות, מ'זאגט אונז צו כל טוב וטוב צו בייטן די גלויבן ח"ו, ס'שטייען אויף גאולות שוא איינס נאכן צווייטן, אבער אידן רירן זיך נישט אוועק קיין זיז כל שהוא, מ'פייניגט אונז מ'פארארימט אונז, אבער מיר שפירן זיך היימיש מיט אלעם, יאה עניותא לישראל, אונז זעמיר אימיונט צו אלע עינויים קשים.
אזוי שטייען מיר שוין קרוב צו צוויי טויזנט יאר אן א נעסט, די עבירות נעבעך לאזן א גרף של רעי, ואף על פי שיתמהמה עם כל זה אחכה לו בכל יום שיבא, מיר ווארטן ווען וועט מען אונז צוריק אהיימנעמען.

זונטאג ספטמבר 28, 2014 1:24 pm

פיין געשריבן חברותא! האהאהאהא

זונטאג ספטמבר 28, 2014 1:25 pm

די טויבעלע איז געקומען אז זי זאל דינען ווי א משל, יעצט קען זי שוין גיין...

זונטאג ספטמבר 28, 2014 1:31 pm

שיין אויסגעטיישט מי יודע,
למעשה האב איך געקאנטאקט א פייגל עקספערט, ער זאגט מיר אז די מין פייגל איז א סיטי פייגל און קען לייגן אייער אן א נעסט, קוקט אויס אז די זיי האבן זיך אן עצה געגעבן מיט די הויעכע רענט.. און איך זאל ווארטן נאך א וואך.

זונטאג ספטמבר 28, 2014 1:33 pm

חברותה האט געשריבן:שיין אויסגעטיישט מי יודע,
למעשה האב איך געקאנטאקט א פייגל עקספערט, ער זאגט מיר אז די מין פייגל איז א סיטי פייגל און קען לייגן אייער אן א נעסט, קוקט אויס אז די זיי האבן זיך אן עצה געגעבן מיט די הויעכע רענט.. און איך זאל ווארטן נאך א וואך.

נו לאמיר צולייגן צום משל, מיר אידן קענען מקריב זיין קרבנות אן א ביהמ"ק, ונשלמה פרים שפתינו

זונטאג ספטמבר 28, 2014 1:36 pm

זייער גוט געשריבן

זונטאג ספטמבר 28, 2014 2:27 pm

יוי דיין שפראך איז דאך עפעס געוואלדיג, דא אין אלט קרעטשמע איז געווען אזא "לאזונג אשכול", עטליכע אויסדרוקן פון דא וואלט געפאסט אהין.

א קרעטשמע ארטיקל מיט אלע פיטשעווקעס, זעלטן אזא גוטס פארווארפט זיך נאך דא, אלטע צייטן.

שוין לאנג נישט געלייענט אזא גוטס, יעדע שורה איז צום לאכן.

זונטאג ספטמבר 28, 2014 2:48 pm

דער אמת איז, דיין פייגעלע פראבלעם גייט מיך אינגאנצן נישט אן.
שרייב כאטשיג אביסל ערענסט... כ'מיין איך דא האב נישט אויפגעהערט צו לאכן דורכאויס דעם גאנצן ארטיקל.

א פרישן שטערן האמיר דא.

חברותה, איך ווער דיין חבר'ותה אויב דו וועסט אריינשמעלצן נאך עטליכע אזאנע ארטיקלען דא ביי אונז, דיין שפראך איז געגאסן פאר דעם, געוואלדיג !!!

זונטאג ספטמבר 28, 2014 2:57 pm

סאיז גראדע נישט מיין ערשטע ארטיקעל דא, איך האב שוין געשריבען דא אפאר אזעלעכע ערנסטע ארטיקלען, אבער א שכוח נעם איך אייביג אן..

מאנטאג ספטמבר 29, 2014 7:33 am

גאר גוט. ייש״כ

מאנטאג ספטמבר 29, 2014 8:26 am

גרויסן יישר כח חברותא פאר דעם קנאקעדיגן ארטיקל!
אייו זאך נאר וואלט איך דיר געוואלט בעטן חברותא; די רגע די פייגל פליעט אוועק זיי מיר אזוי גוט מודיע תיכף ומיד אין אישי צו איו אימעיל, איך שלאף שוין נישט קיין נעכט פאר זארגעניש וואס ס'וועט דא זיין, ס'נעמט מיר פשוט צום הארצן.
ארלעדיגט? פיין, גרויסן שכח.

מאנטאג ספטמבר 29, 2014 11:12 am

מיסטער וויניגער... חחחחח.
אוי ביסטו גוט.

מאנטאג ספטמבר 29, 2014 12:09 pm

חברותה,
הערליך זאפטיג און הומאריסטיש...

זעסט נישט ער איז מקשה לילד. שוין פרובירט 40 טעג שיר השירים?

מיטוואך אוקטובר 29, 2014 8:07 am

א שטיקעלע אפדעיט, סאיז אריבער נאך אפאר וואכן, און יא, ער זיצט נאך ביי מיר אין בוידעם, סוכות איז אריבער גאנץ רואיג מיטן פייגעל אויפן אויניג, איך האב אויפגעהאנגען צוויי בערעלעך ביי זיין זייט און ער איז געזיצן גאנץ באקוועים, כאטשיק סאיז נישט אזוי באקוועים צו זיין אין בית הכבוד מיט שכינים.. אבער ער איז אנגעגאנגען מיט דאס זייניגע.

איך האב גערופען א עקסטערמינעיטאר, ער זאגט מיר אז פאר צוויי הונדערט און פופציג טאלער קען ער עפעס לייגן, איך האב אים געזאגט אז כ'על ענדערש שרייבן נאך אן ארטיקעל אויף אייוועלט ווי צו צאלן אזויפיל געלט.. קיין פויזן אדער שארפע קעמיקעלס וויל איך נישט לייגן, איך וויל נישט אויס טרייען אויף מיין אויניג אויב סאיז פויזן-פראף, ספעקס וויל איך אויך נישט לייגן ווייל איך האב צו א גרויסע פארטש מיט פלאץ פאר פייגלעך אז איך מאך אים ענג ביי איין קארנער גייט ער צו די אנדערע אדער אויף מיין פרעים.

די איינציגסטע עצה וואס איך האב יעצט איז צו לייגן א גרויסע שרעקעדיגע רויב פויגל, פאר סוכות האב איך געקיקט אין אלע סטארס אבער סאיז נאר געווען קליינע ווייסע אדער פינקע פייגלעך, נישט פון וואס מדארף מורא האבן.. קען מיר איינער געבן א לינק אדער זאגן וועלעכע מין באשעפעניש צו קויפן?

איך לייג דא א פיקטשער פון די וואך ווי ער זיצט זיך אין זיין פאלאץ (ליין: אין זיין בית הכיסא..)
עטעטשמענטס
IMG_20141024_153901_606-1.jpg
שרייב א תגובה

Advertisement