בלאט 1 פון 1

וואס טוט מען מיט די בחורים בין הזמנים?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 7:48 am
דורך חסד שבמלכות
האב איך ב"ה א קינד מופלא סמוך לאיש, ס'שמעקט שוין פון אים בין הזמנים, און ער קריכט אויף גראדע ווענט פון ליידיג גיין, איך קען אים נישט הייסן גיי לערן, ווייל זיין זיץ פלייש איז נישט געמאכט פאר דעם, די שאלה איז מיט וואס אקופירט מען די בחורים בין הזמנים אז זיי זאלן נישט טועם זיין דעם בטלה המביאה לידי שעמום.
און יא, שיעור פארגעסן, מיין סוכה שטייט שוין, ס'האט אים אויסגעפילט צוויי טעג, וואס יעצט?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 7:55 am
דורך הרבטייטעלבוים
מיין מאמע פלעגט זאגען צונעם עס און בוי עס איבער.

אדער מאך א סיין פאר די סוכה.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 8:48 am
דורך קרעפטיג
אויב פילסטו אז ער גייט צוקומען צו שעמום דעמאלטס נעם אים מיט דיר און פיל אים אויס די טאג.

לערן מיט אים אינטערעסאנטע זאכן אדער משניות מסכת ראש השנה, יומא, סוכה, זיי מיט אים, גיי בייקען אדער דזשאגן צוזאמען וכדומה.

והעיקר האלט אים אונטער דיין אויפזיכט מיט ליבשאפט און אינטערעסע.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 8:49 am
דורך פער בריסטאו
קרעפטיג האט געשריבן:אויב פילסטו אז ער גייט צוקומען צו שעמום דעמאלטס נעם אים מיט דיר און פיל אים אויס די טאג.

לערן מיט אים אינטערעסאנטע זאכן אדער משניות מסכת ראש השנה, יומא, סוכה, זיי מיט אים, גיי בייקען אדער דזשאגן צוזאמען וכדומה.

והעיקר האלט אים אונטער דיין אויפזיכט מיט ליבשאפט און אינטערעסע.

;l;p-

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 10:18 am
דורך חסד שבמלכות
קרעפטיג האט געשריבן:אויב פילסטו אז ער גייט צוקומען צו שעמום דעמאלטס נעם אים מיט דיר און פיל אים אויס די טאג.

לערן מיט אים אינטערעסאנטע זאכן אדער משניות מסכת ראש השנה, יומא, סוכה, זיי מיט אים, גיי בייקען אדער דזשאגן צוזאמען וכדומה.

והעיקר האלט אים אונטער דיין אויפזיכט מיט ליבשאפט און אינטערעסע.

איז דען מעגליך אים צו האלטן מיט מיר איבערן טאג? איך האב נישט בין הזמנים, אליין ער זאל זיך זעצן לערנען אפילו אינטערעסאנטע זאכן איז גאר שווער אים צו מאכן, ער דארף אקטיוויטי

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 10:21 am
דורך פאטעטא קוגל
זאל ער זיין אינדערהיים
העלפן באקן, און קאכן, שיילן פאטעטאס, ביגלען,
זיין מאמע זאל אים אויסלערנען אלע טיפס, טריקס, (די גוטע קעכערס האבן זיך ערגעץ געלערענט)
זי זאל אים קאמפלימענטירן, זאגן אז דאס איז די איינציגסטע צייט וואס ער איז זוכה צו מקיים זיין כיבוד אב ואם אויף אזא פארנעם,
ווייל אגאנץ יאר איז ער אין ישיבה, און נאך די חתונה וועט ער ווייטער נישט זיין קיין סאך ביי זיין טאטע מאמע אינדערהיים

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 10:32 am
דורך קרעפטיג
חסד שבמלכות האט געשריבן:
קרעפטיג האט געשריבן:אויב פילסטו אז ער גייט צוקומען צו שעמום דעמאלטס נעם אים מיט דיר און פיל אים אויס די טאג.

לערן מיט אים אינטערעסאנטע זאכן אדער משניות מסכת ראש השנה, יומא, סוכה, זיי מיט אים, גיי בייקען אדער דזשאגן צוזאמען וכדומה.

והעיקר האלט אים אונטער דיין אויפזיכט מיט ליבשאפט און אינטערעסע.

איז דען מעגליך אים צו האלטן מיט מיר איבערן טאג? איך האב נישט בין הזמנים, אליין ער זאל זיך זעצן לערנען אפילו אינטערעסאנטע זאכן איז גאר שווער אים צו מאכן, ער דארף אקטיוויטי

זאלסטו בעסער האבן בין הזמנים, אויב איז דיין קינד אין א סכנה ח"ו און דארף גיין אין שפיטאל און זיין אונטער דיין אויפזיכט וואס וואלסטו דעמאלטס געטון ?

שעמום איז א סכנה ! דאס מיינט דיין קינד איז אין א סכנה און נאר דו קענסט אים ראטעווען, יעצט וואס איז דיין אויפגאבע אלץ טאטע ???

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 10:37 am
דורך פריילאך
עס איז באמת א בראך.. און יישר כח פאר יעדען וואס עצה'ט עפעס זאכליך.

ס'איז באוואוסט די עובדא פון מהריי"ץ פון ליובאוויטש וואס האט פאר פסח צייט געוואלט פארשיקן א בחור פון ישיבה, וואס האט באמת נאר אנגעמאכט שאדן, איז ער אריין צו זיין הייליגן טאטען די רבי רש"ב זיך שואל עצה זיין..

האט איהם זיין טאטע גע'ענטפערט, חס ושלום צו פארשיקן, מען האלט יעצט פאר פסח, טוה איהם באשעפטיגן מיט צורכי פסח, זעה איהם גוט אויסצומוטשען, וועסטו זעהן א ריזן שינוי לטובה. פארשטייטזעך אז נאכן בין הזמנים האט ער דעם בחור געקענט האלטן אין ישיבה, און ווי ער האט מסביר געווען דאס ארבייטן פאר מצות פסח, האט אויסגעאיידלט זיינע אברים...

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 11:19 am
דורך dovidal
אלטע שאלה
לדעתי דארף קול מבשר ארויפברענגין א מחנך און דאס אויסשמועסען

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 11:35 am
דורך מיסטעריעז
קרעפטיג האט געשריבן:
חסד שבמלכות האט געשריבן:
קרעפטיג האט געשריבן:אויב פילסטו אז ער גייט צוקומען צו שעמום דעמאלטס נעם אים מיט דיר און פיל אים אויס די טאג.

לערן מיט אים אינטערעסאנטע זאכן אדער משניות מסכת ראש השנה, יומא, סוכה, זיי מיט אים, גיי בייקען אדער דזשאגן צוזאמען וכדומה.

והעיקר האלט אים אונטער דיין אויפזיכט מיט ליבשאפט און אינטערעסע.

איז דען מעגליך אים צו האלטן מיט מיר איבערן טאג? איך האב נישט בין הזמנים, אליין ער זאל זיך זעצן לערנען אפילו אינטערעסאנטע זאכן איז גאר שווער אים צו מאכן, ער דארף אקטיוויטי

זאלסטו בעסער האבן בין הזמנים, אויב איז דיין קינד אין א סכנה ח"ו און דארף גיין אין שפיטאל און זיין אונטער דיין אויפזיכט וואס וואלסטו דעמאלטס געטון ?

שעמום איז א סכנה ! דאס מיינט דיין קינד איז אין א סכנה און נאר דו קענסט אים ראטעווען, יעצט וואס איז דיין אויפגאבע אלץ טאטע ???

א‎ ‎קרעפטיג‎ע‎ ‎תגובה‎!‎

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 11:51 am
דורך שמעק_טאביק
dovidal האט געשריבן:אלטע שאלה
לדעתי דארף קול מבשר ארויפברענגין א מחנך און דאס אויסשמועסען

אסאך בחורים זיצן טאקע שעות אויפן קול מבשר און מיט דעם נוצט מען אויס (לייען: ברענגט מען אן) די צייט.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 12:16 pm
דורך ספיידער
געהערט פון איינעם אז ער האט געשאפן א job פאר זיין בחור פאר בין הזמנים, און ער צאהלט פארן בה״ב זיין זוהן׳ס וועידזשעס (פארשטייט זיך אז די בחור ווייסט נישט אז די געלט קומט פון זיין טאטע) , רוב בחורים זענען גרייט צו ארבייטן פיזישע שווערע ארבייט פאר א גאנץ ביליגע פרייז,
אין געוויסע פעלער ברויך מען האלטן חשבון אז די געלט זאל נישט ווערן גענוצט פאר נישט אויסגעהאלטענע זאכן וואס קען ל״ע צוגרינד לייגן די בחור פאר לייף

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 1:05 pm
דורך ayidishe
מען קען צאלען פארען לערנען אפילו סאיז א גרינגע לימוד צו משניות עין יעקב קיצור שלחן ערוך, אדער קען עס גיין אפען שעות. א מתנה אדער געלט

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 1:33 pm
דורך יצחק דע באנקיר
בין הזמנים האבען די בחורים א מעגליכקייט זיך צו לערנען וויאזוי מען פירט זיך אויף אן א בייטש אויפען קאפ, עלטערן ניצט אויס די געלעגנהייט

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 2:40 pm
דורך נארפאקטן
לאז אים מאכן אנדערענס סוכות (פאר געלט אדער נישט) אבער מאך זיכער די סוכות זענען נאנט צו דער היים נישט פארשווינדן ווערן. לערן אים אויס בינדן ספרים אד"ג באשעפטיגונג איז די עיקר. ח"ו נישט זיך ארום דרייען.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 3:31 pm
דורך good-life
אז ער איז א בא בשנים מיינט דאך דאס אז ביז א קורצע צייט וועט זיין ריחיים בצוארו, נו איז דאך יעצט די צייט אים אויסצולערנען א פאך, וואס איז דאך א חיוב אויף דעם טאטען צו טוען פונקט ווי זיכען א שידוך.
געגאנגען, וואס האט ער ליב, רעכענען, נומבערס = פאך בוקקיפינג. לשון, שרייבן = פאך שרייב ארבעט. ניגונים, שפילן, טאן, = פאך כלי זמר, אפיס ארבעט, = לערנען קאמפיוטערס, מייקראסאפט אפיס וכדו', פיקטשערס, דיזיין, = פאך פאטאשאפ וכדו'.
תן לחכם ויחכם, לייג אליין צו דאס איבריגע,
פארשטייט זיך מען זאגט אים קלאר אז די ציל איז פאר נאך די חתונה און אז איך, טאטי, באגלייט יעדע ריר, אן מיר וועסטו אינערגעץ נישט אנקומען און מיט מיר וועסטו גוט אנקומען,
ביודעי ומכירי וואס האבן אזוי געטוען און האבן געוואלדיג מצליח געווען.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 24, 2014 3:32 am
דורך פארשוין
good-life האט געשריבן:אז ער איז א בא בשנים מיינט דאך דאס אז ביז א קורצע צייט וועט זיין ריחיים בצוארו, נו איז דאך יעצט די צייט אים אויסצולערנען א פאך, וואס איז דאך א חיוב אויף דעם טאטען צו טוען פונקט ווי זיכען א שידוך.
געגאנגען, וואס האט ער ליב, רעכענען, נומבערס = פאך בוקקיפינג. לשון, שרייבן = פאך שרייב ארבעט. ניגונים, שפילן, טאן, = פאך כלי זמר, אפיס ארבעט, = לערנען קאמפיוטערס, מייקראסאפט אפיס וכדו', פיקטשערס, דיזיין, = פאך פאטאשאפ וכדו'.
תן לחכם ויחכם, לייג אליין צו דאס איבריגע,
פארשטייט זיך מען זאגט אים קלאר אז די ציל איז פאר נאך די חתונה און אז איך, טאטי, באגלייט יעדע ריר, אן מיר וועסטו אינערגעץ נישט אנקומען און מיט מיר וועסטו גוט אנקומען,
ביודעי ומכירי וואס האבן אזוי געטוען און האבן געוואלדיג מצליח געווען.

הייליג גערעכט דאס איז היינט די בעסטע געפריווטע מיטל וואס העלפט און געט דעם בחור חיות און ער פילט אז ער טוט עפעס אויף מיטן טאג ,ער האט א ציל פארוואס זיך צו לייגן און אויפשטיין, נישט נאר דאס נאר ער פילט א געוואלדיגע צוטרוי און נאנטקייט צו זיין טאטען אז ער פארשטייט איהם , כידוע רוב רובם בחורים היינט זענען נישט אפען מיט זייערע עלטערן ליידער און דאס איז פון די גרעסטע גורמים וויאזוי אסאך בחורים זעהן ליידער אויס... ואכמ''ל . און פאר די בחורים וואס זענען באמת וואול און זיי קומען נאך פון רבישע משפחות וואו עס פאסט נישט (?) אפילו נאך די חתונה צו גיין ארבעטן מיז מען זיי באשעפטיג מאכן אינדערהיים אבער רויב בחורים פילן זיך ליידער נישט בטעמט אינדערהיים אסאך מסיבה הנ''ל איז די עצה זיי צו מאכן פילן אז מען דארף זייער הילף קריטיש וויכטיג און אן זיי וועט מען זיך בשום אופן זיך קענען אן עצה געבן , למשל צו עס איז לעקטעריק אין די סוכה( אפילו א נארישע פלאג) און מען שפילט מיט איהם אז נאר ער קען די פאך דא אינדערהיים אדער נאר איהם (ווייל ער איז שוין ריזיג גרויס) קען מען געטרויען מיט'ן פיצן די זילבער פאר יום טוב און מאמי וועט עס מורא'דיג שעצן ווייל זי קען ממש נישט אנקומען אשער האט נישט קיין כח וכ''ו וכ''ו אין לדבר סוף והכלל והעיקר צו האלטן דעם בחור פארנומען און ער זאל האבן א ציל און זיך פילן א נומבער אז מען וויל איהם און מען דארף איהם . האטס א פרייליכן לעכטיגן בין הזמנים מיט אסאך אידיש נחת . אוי וזכינו לגדל....