בלאט 1 פון 1
סאבסיטוט
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 21, 2014 2:09 pm
דורך ראש הקהל
כ'האב גענומען דער ריסק צו זיין א סאבסיטוט און א חדר און דו הויכע כתות. אנע שום עקספריענס, פשוט זיך צו קענען אריינדרייען און דער ליין. ווייל לדעתי האלט איך אז כ'קען טויגען פאר דער אומנות.
האט איינער עקספעריענס?
וואס זאגט מען פאר זיי?
וואס זאגט מען נישט?
וואס דארף איך טוען גלייך כ'קום אריין און קלאס, זיי זאלען זיך האלטן און דער ראמען?
וואס לערן איך מיט זיי, ווען ס'איז נאר פאר ראש השנה, און מ'לערנט נישט דער געוועהנליכי גמרא-חומש לימודים?
ווי אזוי ביניך מעניש א קינד? דעשרעק א קינד?
וואס טוה איך אפאר קינדער פארלייגען זיך אויף מיר?
קען איינער וואס האט עקספריענטס ארויסהעלפן, כ'זאל קענען זיין דעפאלגרייך? שכויח.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 21, 2014 2:29 pm
דורך סביב העולם
צום אלעם ערשט צלכ (צלח ורכב אויף דיין נייע דזשאב
יהי''ר דו זאלסט זוכה זיין צו באשיינען די וועלט אלס איינע פון די מצדיקי הרבים.
צווישן דיינע ווערטער פאעגסטו אן וויאזוי דו זאלסט מעניש זיין א קינד?
די קונץ איז נישט גוט צו מעניש זיין דעם קינד, די פאך איז צו זעהן אז עס זאל חלילה נישט צוקומען אז מען זאל ברויכן מעניש זיין.
איך וואלט געזאגט אז די ערשטע האלבע שעה אדער שעה זאלסטו בכלל נישט גיבן קיין פתח פאר די קינדער צו זיך צולאזען, דו ברויכסט ווייזן אז דו פארלאנגסט שטארקע דיסיפלין אין קלאס, ערשט נאכדעם קענסטו אביסל נאכלאזן און זיך עפענען פאר זיי.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 21, 2014 2:41 pm
דורך שוועמל
קום אריין זייער פעסט ווי אן אלטער בעה"ב, גיב זיי נישט א געלעגענהייט מו מאכן א מרידה..
געדענק די בעסטע עצה פון חזל שמאל דוחה נאכדעם ימין מקרבת כנ"ל
שענק א פערזענליכע ווארימקייט צו יעדן תלמיד עד כמה שידך מגעת.
דערשנאפ ווער זענען די קנאקערס און ווער כלומרשט גוט מיט זיי, אזוי גייסטו גלייך צו די טראבל מעיקערס. און אויב עפעס וועלן זיי דיך בעקן.
הצלחה
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 21, 2014 4:54 pm
דורך מחר
Ignore negative focus on positive ואידך זיל גמור
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 21, 2014 5:58 pm
דורך מי יודע
דער אייבערשטער זאל דיר שיקן הצלחה על כל פסיעה ופסיעה
על רגל אחת האבן שוין די אלע מגיבים זייער פיין געזאגט
און ארויסברענגן די נקודה, מעניש זיין קען יעדער, מ'דארף קענען האלטן קאנטראל אז מ'זאל נישט דארפן מעניש זיין
ס'איז דא אסאך שיינע זאכן צו לערנען פון ימים טובים, און פארשטייט זיך נישט סתם טרוקן הלכה וטעמים, נאר מתובל מיט אביסל זאפט און מעשה'לעך כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן
פאר די לאנג ראון, כאפ א הער די טעיפס פון ר' משה בראווערמאן פאר מלמדים, דאכט זיך ער האט א פאר גוטע טיפס
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 21, 2014 6:36 pm
דורך נודניק
קודם אסאך הצלחה אז עס געלונגט געט עס הויפנעס חיזק,
אפאר וויכטיגע זהירותן פין עקספיריענס אויס,
לדעתי אז די קוימסט אריין אין כיתה אין מיט א זעצ אויפן טיש רויפסטוי אויס דיין נאמען, וועט זיין דא לדא לאקשן א יעדער ווייסט אז מיטן ראש הקהל הייבט מען זיך ניט אן.
1)נעם נישט קיין שום ראיה פין די איצטיגע טעג יעצט איז סוף יאר(אויב גייסטוי אין א חדר ווי עס איז יעצט אנהייב זמן איז טאקע גרינגער) די קינדער זענען האלי צוילאזט ,א מענטש איז קיין מלאך, אין אינטרען מלמד מיז נישט זיין איז בעסער,
אפשר שפעטער וועלמיר שרייבן מער, אנטשוילדויגט פאר די ספעלוינג.