שיעורים בהבנת תורת הנפש

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור י"ג - ווען און פארוואס גיין צו די עבר - חלק א'

תגובהדורך מתבונן » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 2:15 pm

בס"ד

די יסודות'דיגע חילוקים פון סייכויאנאליזיה און קוהערענס טערעפי

אריין גיין אין די עבר, וואס פעלט דאס אויס?

אנפאנג פון די שיעורים האב איך געשריבן אז איך וועל פראבירן דורכצוטון געוויסט שיטות אין טערעפי אין קאנטראסט צו קוהערענס טערעפי, (ווי אויך געדענק איך האט עס איינער געבעטן אין איינע פון די תגובות, איך געדענק שוין נישט ווי), וויל איך פראבירן זיך אביסל מתייחס זיין צו דעם בנוגע סייכויאנאליזיה.

אין דעם ארטיקל וועלן מיר זיך אביסל באציען צו די הויפט חילוקים וואס איז דא צווישן אלגעמיינע סייכויאנאליזיה, סייכוידיינאמיק - וואס זיכט אריין צוגיין ווי מער אין די אלטע באהאלטענע געפילן, פון ווי פראבלעמען האבן זיך אנגעפאנגן, און קוהירענס טערעפי צו וואס מיר האבן זיך באצויגן במשך די ארטיקלען.

די הויפט שאלה וואס קומט ארויף ווען עס קומט צו סייכואנאליזיה, איז וואס האט מען פון פארשטיין די עבר? וואס פעלט עס אויס? און צומאל ווערט מען סתם אריינגעדרייט אין די געפילן לכבוד דעם על לא דבר. עס גייט אפילו ארום א שטיקל חוזק מעשה ארום דעם, ווען א יונגעל האט זיך אנגעהויבן דערווערגן, און זיין מלמד, זייענדיג מושפע פון די 'היינטיגע' חינוך, האט אנגעהויבן רעדן 'שיין' צום יונגל, 'יונגעלע, זאג מיר וואס איז באמת דיין פראבלעם? זאג מיר וואס באדערט דיר עכט? וואס האסטו געליטן אין דיין פארגאנגענהייט אז דו קענסט צוקומען צו אזאנס?' אזוי פרעגט ער אים שיין אויס, ביז...

די מעשה איז א ביטערע געלעכטער, אבער דאס קומט מכלומרשט צו עליסטרירן דעם בילד, אז די צייט איז קריטיש וויכטיג, און אויב נעמט מען מכלומרשט די צייט צו אריינגיין אין די שורש פון אלטע געפילן, דעמאלטס קען מען אלעס פארלירן. וואס מען דארף טון איז, גיין צו די פוינט און נישט טראכטן אזוי פיל. הגם שאין המשל דומה לנמשל און ס'יאז גאר א גרויסע חילוק פון א פיזישע עמערזשענסי, צו באהאנדלען א נפשיות'דיגע פראבלעם, אבער לכה"פ אזא בילד האט עס ביים אלגעמיינעם ציבור.

דער אמת איז אבער, אז ס'איז נישט אינגאנצן אזוי, און אין די זעלבע צייט האפן מיר אין דעם ארטיקל ארויסצוברענגן די טעותים וואס זיי זענען באגאנגן מיט די וועג וויאזוי זיי האבן אנגעקוקט דאס גיין אין די עבר.

ווער עס האט געליינט די סעריע ארטיקל ביז אהער, וועט אביסל בעסער פארשטיין וואס איך שרייב יעצט, אבער אפילו איינער וואס האט נישט גרינטלעך דורכגעליינט וועט עס אויך קענען פארשטיין.

די השפעה פון די עבר אויף די עתיד פון א מענטש

די עצם געדאנק אז די 'עבר' איז משפיע אויפן 'עתיד', איז בכלל נישט קיין נייע זאך. שלמה המלך האט אונז דאס מגלה געווען זייער קלאר, 'חנוך לנער על פי דרכו, גם כי יזקין לא יסור ממנה', זיי מחנך דיין קינד לויט זיין וועג, אז אפילו ווען ער וועט עלטער ווערן זאל ער נישט אוועקגיין פון דעם. דאס מיינט, אז דו זאלסט אים מחנך זיין אויף א וועג, אז דאס זאל בלייבן אויף דער עלטער.

די יעצטיגע חינוך וואס דו ביזט אים יעצט מחנך, גייט אמאל זיין זיין 'עבר', און דו זאלסט זיכער מאכן אז זיין עבר זאל ווערן זיין עתיד.

אונז האמער שוין מסביר געווען די נקודה אין א פאריגע ארטיקל, אז דער באשעפער האט באשאפן א מענטש מיט א כח הרגילות. פארוואס זאל זיך א מענטש דארפן אלעמאל מוטשענען ווען ער טוט עפעס כאילו ער טוט דאס יעצט די ערשטע מאל? האט דער באשעפער געמאכט א כח הרגילות, אז מיט יעדע מאל מען טוט עפעס איבער און איבער, ווערט עס א חלק פון אים, און ס'איז נישט אזוי גרינג זיך אפצוגעוואוינען דערפון.

יעדע זאך וואס ברענגט פאר א קינד תענוג, וועט עס דער קינד וועלן טון נאכאמאל און נאכאמאל, און וויבאלד ער טוט עס נאכאמאל און נאכמאל, גייט ער זיך מער און מער צוגעוואוינען דערצו, און עס גייט ווערן א חלק פון אים. עס גייט אזוי ווייט, אז אפילו ווען ער וועט זיין 30 יאר אלט, גייט ער זיך אזוי ווייטער אויפפירן אן טראכטן צוויי מאל. אזוי איז ער צוגעוואוינט פון קינד ווייז אן. ער קען יארן שפעטער געדענקן זיינע קאמפלימענטן ווען ער האט געטון א גוטע זאך, און ס'איז געווארן א פאקט ביי אים אז דאס איז א מחיה צו טון.

דאס זעלבע איז פארקערט. ווען ער טוט עפעס און ס'ברענגט אים צער, בפרט אז ער האט נישט קיין חיזוק וכדו', גייט ער זיך צוגעוואוינען זיך צירוקצוהאלטן פון צו טון יענע זאך. יעדע מאל ער האלט זיך צירוק, ווערט עס מער און מער איינגעקריט ביי אים אין מוח, אז דאס טו איך נישט פאר קיין געלט. ווען ער איז דרייסיג יאר אלט, ווייסט ער נאך אלץ פאר א פאקט, אז איך טו נישט דאס און דאס. ער גייט אפשר נישט וויסן פארוואס, אבער זיין וועלט פון געפילן ווייסט יא פארוואס. כדי אויסצומיידן פון מאכן יעדע מאל די זעלבע חשבון פארוואס איך וויל דאס נישט טון, א מחשבה וואס קומט סייווי צו צו די זעלבע מסקנא - אז ווען איך טו דאס און דאס ווער איך קריטיקירט וכדו', וועט עס די געפיל ניטאמל אנאלאזירן, נאר עס מאכן פאר א קלארע פאקט - איך גיי נישט דארט און פארטיג, און קיינער זאל מיר נישט דרייען קיין קאפ!

דאס איז די השפעה פון נישט גוטע חינוך. און לגבי אונזער נושא, א פראבלעם פון די עבר.

ווי נישט ווי שטעלט זיך דאס לעבן נישט אפ. און ווי מער עלטער מ'ווערט און מ'דארף קענען נעמען מער אחריות אין לעבן, ווערט דאס א קאנפליקט מיט וואס מ'ווייסט פאר א פאקט פון די 'עבר', און עס מאכט אן א מורא'דיגע צומישעניש. די תוצאה פון דעם צומישעניש ברענגט אן א רייע פון סימפטאמען, ווי ענקזייעטי, דעפרעסיע וכדו'. די ענדגילטיגע באשלוס, איז צו גיין א טערעפיסט אדער א קאוטש זאל אים העלפן זיך אויסגראדען דאס לעבן.

דאס איז די השפעה פון די עבר אויף די עתיד.

וויאזוי פאררעכט מען דאס?

דא זענען שוין דא פארשידענע מיינונגען, און די מיינונגען פון אנאליסטן וואס טוען סייכויאנאליזיה זענען, אז דאס בעסטע וואלט געווען ווען דער מענטש זאל 'פארשטיין' פון 'ווי' זיין פראבלעם האט זיך אנגעהויבן, און איינזען אז זיין פראבלעם איז דאס און דאס, ווייל זיין טאטע האט זיך נישט אזוי שיין אויפגעפירט צו אים, און מיט דעם איז צום האפען, אז דער קליענט וועט קענען איינזען אז היות דער פראבלעם איז דער 'אמאל', וועט ער זיך גרינגער קענען אפטיילן דערפון און גיין ווייטער מיט א געזונטע לעבן.

פון דער אנדערע זייט, ווי מיר האבן שוין געשריבן און אנפאנג פון אונזערע שיעורים, האט מען זיך געכאפט אז דאס ארבעט נישט, און סתם פארשטיין און רעדן כסדר פון ווי פראבלעמען האבן זיך אנגעהויבן, האט נישט צופיל אויפגעטון. האט מען זיך אויסגעדרייט צו טון CBT, מיט די קלארע מטרה צו שטיין ווייט פון די אלע סארט אנאליזעכצער, און נאר פראבירן זיך צוצגעוואוינען פון דאס ניי צו לעבן א נייעם לעבן, און לאזן די גאנצע עבר ווי די שווארצע פעפער וואקסט.

מיט די יארן האט מען זיך געכאפט, אז CBT ארבעט פונקט אזוי נישט גוט. לעצטענס האב איך געליינט אן ארטיקל וואס האט צאמגענועמן פון פארשידענע שטודיעס, ווי CBT פאנגט אויך אן אויסצוועפן, און העלפט נישט קיין סאך מער ווי אנדערע מהלכים, כולל סייכאנאנליזיה. וואס העלפט יא? דאס אליין אז מהאט איינעם אין די זייט א ווארימע מענטש פאר עצה ותושיה, פאר וועמען מען קען זיך אויסרעדן, דאס זעט אויס צו זיין די איינציגסטע זאך וואס מקען זען פארוואס טערעפי העלפט בכלל.

אבער אויב מזאל קוקן מיט אביסל מייקראסקאפישע אויגן אויף די טעותים וויאזוי סייכאנאליזיה איז צוגעגאנגן צו די זאך, און וויאזוי קוהערנס טערעפי קוקט עס אן מיט די געפינסן פון מעמערי ריקאנסאלעדעישן, וועט מען קענען האבן אביסל א קלארערע בילד ווען עס לוינט זיך צו גיין צו די עבר, און וואס פונקטליך דארף מען טון איינמאל מען ווייסט פון ווי דער פראבלעם האט זיך אנגעהויבן.

וויאזוי ארבעט עס ביי סייכויאנאליזיה?

לאמיר קודם געבן א קוק אויף די וועג וויאזוי סייכאויאנאליזיה גייט צו צום זאך. (מיר גייען נישט דא אריין גיין אין די השקפה דיפרענסן וואס דער מייסד דערפון האט געהאלטן, מיר רעדן אז אפילו מ'זאל נאר ארויסנעמען די אויסגעהאלטענע חלק דערפון וואס איז נישט קיין סתירה מיט יודישקייט). דער טערעפיסט הערט אויס דעם יעצטיגן פראבלעם, לאמיר זאגן ענקזייעטי וכדו', און נעמט אויך זיין היסטערי פון זיין עבר, אין וואספארא אומשטענדן ער איז אויפגעוואקסן וכדו'. דאס אלעס טוט מען מיט די האפענונג אז דער אנאליסט וועט באקומען א אנונג וויאזוי צו אויסטייטשן די היינטיגע פראבלעם, מיט וואס ער איז אריבערגעגאנגן אין זיינע יונגע יארן. עס איז דער האפענונג פון דער אנאליסט, אז דער קליענט וועט אנענמען זיין אנאליז, און דעמאלטס בלייבט נאר איבער צו האפען, אז דער קליענט וועט טוישן זיין היינטיגע התנהגות היות ער האט שוין אביסל א בעסערע הבנה וואס זיין פראבלעם איז באמת.

און וואס וועט זיין אויב דער קליענט וועט נישט אננעמען די אנאליז פונעם אנאליסט? אויף דעם איז דא א רייע טאקטיקן וויאזוי עווענטועל צו שטופן דעם קליענט אנצונעמען דער אנאליז.

בכלל איז דער גאנצע שמועס, זייער אן אינטעלעקטואלע שמועס, ממש ווי מ'טוט דורך א סוגיא אין די גמרא, וואס איז אוטומאטיש גורם אז אויף יעדע זאך קען מען זיך דאך דינגען, און עס קען ווערן אזא 'ריתחא דאורייתא'.

און קורצן זענען דא דריי פונקטן:
א', עס איז אן אינטעלעקטואלע שמעוס.
ב', עס איז אינגאנצן אפגעהאנגן וויאזוי דער 'טערעפיסט - אנאליסט' פארשטייט דער פראבלעם, און דער קליענט ווערט געשטופט אנצונעמען דאס וואס דער אנאליסט האלט פאר ריכטיג.
ג', איינמאל מען איז מסכים אויפן שורש פון ווי דער פראבלעם קומט, איז צום האפן אז מיטן פארשטיין אליינס, וועט זיין גענוג פארן קליענט שלום צו מאכן מיט די מצב.

למעשה האט זיך ארויסגעוויזן, אז מיטן פארשטיין אליינס פון ווי א פראבלעם קומט, איז בכלל נישט געונג אויף צו טוישן התנהגות, און פון דא נעמט זיך די גאנצע זלזול אין אנקוקן די 'עבר' פאר waste of time.

איז וואס יא?

די אמת'ע אמת - די אמאל איז היינט, און די היינט איז אמאל!

איך וועל דא שרייבן די ערשטע מיספארשטענדעניש וויאזוי די אנאליסטן האבן דאס אנגעקוקט.

די אמת'ע אמת איבער דעם גאנצע טעמע איז - אז ס'איז נישטא אזא זאך ווי אמאל און היינט! ס'איז נאר דא די היינט! ווייל די אמאל איז היינט, און די היינט איז אמאל!

דאס הייסט אזוי, די נאטור פון געפילן איז, אז ס'לעבט למעלה מן הזמן. אזוי ווי מיר האבן געשריבן אויבן. די נאטור פון געפילן זענען, אז ס'בויט זיך אויף א מהלך החיים אין די יוגענט וויאזוי מ'זאל זיך אויפפירן אויף דער עלטער. דאס איז די פאקט אין די יוגענט, און דאס איז די פאקט אויף דער עלטער.

היינו הך. נישטא קיין שום חילוק.

מדארף נישט אריין גיין אין די אמאל צו טרעפן די שורש פונעם פראבלעם, ווייל די זעלבע פראבלעם וואס איז געווען אמאל איז אויך היינט. מדארף נאר טרעפן די 'מהלך החיים' וואס האט זיך אויפגעבויט דעמאלטס אין די אמאל, אינעם היינטיגן לעבן שטייגער, און דאס קען מען זען פון קוקן אויף די היינטיגע לעבן אויך.

למשל, אויב איינער איז זייער אנגעצויגן על לא דבר, קען מען זען 'היינט' וואס אים קוועטשט געפערליך. און דאס קען מען טון אויב מען ארבעט אויף א 'מוחשיות'דיגע' וועג, וויאזוי מיר האבן געשריבן אין פריערדיגע ארטיקלען. עס קען נישט פאסירן דורך די אינטעלעקט אויף די זעלבע וועג וויאזוי מ'טוט דורך א סוגיא. מדארף אויך נישט צוקומען צו די גאנצע טענה'ריי פונעם אנאליסט צום קליענט וואס די אמת'ע שורש איז, ווייל דער קליענט ווייסט סאך בעסער פונעם טערעפיסט וואס זיינע געפילן זענען באמת.

מען דארף אריין גיין מער אין די עולם הדמיון אין זען וואס קומט ארויף 'יעצט אין די מינוט', און ריספאנס צו דעם פחד, פון וואס האב איך מורא? קען זיין אז עס וועט ארויפקומען אז 'יעדער וועט מיך קריטיקירן אן קיין רחמנות, און אפילו קיינער קריטיקירט מיך נישט יעצט, ווייס איך אז אלעמאל האט מען מיך קריטיקירט, און איך וויל נישט אז ס'זאל נאכמאל פאסירן'. מיט דעם קען ארויפקומען וואס ער ווייסט פון 'אמאל', 'מיין טאטע און מיין רבי האט מיך אלעמאל קריטיקירט', און איך האלט אז יעדער וועט מיר קריטיקירן ווייטער אויך'. בקיצור, דער מענטש טרעפט זיך היינט, מיטן זעלבען פחד וואס איז אריבערגעגאנגן צו די גאנצע וועלט, און איז היינט א פאקט בבחינת, הכל שריר וקיים.

דאס אלעס ווייסט דער קליענט פון זיך אליינס. ער לעבט מיט דעם ווען ער קוקט אביסל אריין אין זיך.

אבער דאס איז נאך אלץ נישט גענוג. אויב ווייסט מען שוין יעצט וואס די פראבלעם איז 'היינט / אמאל', איז וואס איז יעצט? ס'איז דאך א קלארע פאקט.

די וויכטיגסטע באשטיינדייטעל אינעם פראצעדור - די סתירה

אויף דעם דארף מען מאכן א שטיקל חזרה פון די פאריגע ארטיקלען.

אין די מעמערי ריקאנסאלעדיעשן פראצעדור איז דא דריי שטאפלען.
א, מדארף צירוק ארויף ברענגען די אמת'ע שורש הפראבלעם וואס ערווארט אז עפעס נישט גוט גייט פאסירן אויב גייט מען ווייטער.
ב', מ'מוז קלאר טרעפן א אפענע סתירה צו דאס וואס מען ערווארט גייט פאסירן. מדארף זען קריסטאל קלאר, אז דאס וואס איך האב מורא, איז עכט נישט אמת.
ג, איבערגיין אפאר מאל די נייע אנערקענונג אז סזאל נקבע ווערן אינעם נפש.

די פראבלעם פון סייכואנאליזיה איז, אז זיי האבן קיינמאל נישט געזיכט צו דיירעקט אפפרעגן דאס וואס דער פראבלעם ערווארט זאל פאסירן, און ווען דער קליענט האט יא געפילט בעסער, איז צום ערווארטן אז ס'איז געשען אוטומאטיש אן דעם וואס דער קליענט זאל כאפן אז דאס איז געשען. ווידעראום אין קאהירענס טערעפי איז דאס פון די יסודות, אז אפילו מען האט שוין ארויפגעברענגט דעם פראבלעם, דארף דער קליענט נאך אלטס קענען זען 'פון זיך אליין', ווי דאס וואס ער האט מורא, איז נישט אזוי אמת.

וויפעל מאל האב איך שוין געזען מענטשן קומען צירוק צו מיר ממש מיט התפעלות, 'איך האב אלץ באמת געמיינט אז 'יעדער' איינער גייט מיר אנשרייען פאר יעדע קליינע זאך וואס איך טו, אזוי ווי מיין טאטע, אזוי האב איך ביז יעצט געלעבט נישט כאפענדיג. די וואך בין איך געווען צווישן מענטשן, און ממש נישט געקענט גלייבן אז מענטשן קריטיקירן מיך נישט! הפלא ופלא! איך האב קיינמאל דאס נישט געוויסט!'

אדער א צווייטער וואס איז צירוקגעקומען נאכדעם וואס ער האט געקענט ארויסברענגן דאס וואס זיין טאטע פלעגט אים אלץ שטופן צו זיין עפעס מער פון וואס ער איז, זיין עפעס מער 'צום זאך', צו זיין מער קלוג וכדו', און אויב נישט גייט מען נישט זיין proud פון דיר, און זייענדיג צווישן מענטשן די נעקסטע וואך, איז ער צירוקגעקומן ממש נישט קענעדיג גלייבן זיינע אויגן, אז 'מענטשן עקסעפטן אים ממש וויאזוי ער איז, אן דעם וואס ער זאל דארפן זיין אזוי ווער-ווייסט-וואס קלוג'. סאיז געווען פאר אים א חידוש נפלא, אנדערש פון וואס ער איז כסדר געווען אונטער לחץ ווען ער איז געווען צווישן מענטשן.

פאר איינער וואס שטייט אין די זייט, קען ער עס אנקוקן פאר א פשוטע זאך, אבער פאר איינער וואס איז פראגרעמד אז 'אזוי איז עס' קענסטו אים נישט זאגן סתם ס'איז נישט אזוי, ווייל ער וועט דיר אנקוקן ווי דו ביזט אראפ פון די לבנה. אבער ווען ער קען זעהן ווער עס האט אים דאס אויסגעלערענט, און נאכדעם זען וויאזוי ער לעבט 'היינט' דערמיט מיט 'יעדעם' איינעם, וועט דער כח השיפוט אינעם שכל האבן די מעגליכקייט דאס צו אנאלאזירן פון פריש, און אזוי ענגילטיג זיך אפטיילן דערפון, ווייל אין פאקט, די וועג וויאזוי ער לעבט 'היינט', איז נישט אזוי קראנט אמת.

אין קורצן - די חילוק פון סייכויאנליזיה און קוהערענס טערעפי

אין קורצן די פיר הויפט חילוקים פון פסייכאויאנאליזיה און קוהערינס טערעפי זענען:

אין סייכויאנאליזיה,
א' - עס איז עפעס פון 'אמאל' וואס מדארף טרעפן, וואס דאט ברענגט צו אז,
ב', מ'דארף האבן אן אינטלעקטואלע שמועס צו דערגיין פון ווי דאס שטאמט.
ג', עס איז נאר תלוי אין דעם אפטייטש פונעם טערעפיסט.
ד, מזיכט עס נישט אפצופרעגן, נאר סאיז גענוג אז מ'פארשטייט'.

אין קאהערענס טערעפי,
א', איז עס איז פונקט אזוי 'היינט' ווי אמאל.
ב', מיט א מחושיות'דיגע שמועס קען מען זיך גלייך קאנעקטן דערצו.
ג', דער קליענט איז דער וואס זאגט וואס גייט פאר אין אים.
ד, און בעיקר, די עיקר טויש פאסירט ווען דער קליענט קען זען די סתירה אין זיין פחד.

אינעם נעקסטן ארטיקל האף איך בע"ה דורכצוגיין א שטיקל פון א סעסיע וואס איך האב געהאט מיט איינעם, און ווייזן סטעפ ביי סטעפ, וויאזוי איך האב עס גענומען די שטאפל ווייטער פון פשוטע טראדיציאנאלע סייכויאנאליזיה.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 3:44 pm

הערליך מתבונן, אויב ק"ט איז אזוי שטארק פארוואס ווערט עס נישט באקאנט און צוכאפט ווי מצה וואסער? וואס זאגן די סייקאנאליסיסטס טערפיסט אויף די אלע טענות?

עת לחשוב
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:53 pm

תגובהדורך עת לחשוב » זונטאג נובעמבער 29, 2015 12:29 pm

זייער זייער שיין. הערליך. מאכט אסאך סענס. אבער די קשיא איז א מעכטיגע קשיא, ווי איז די וועלט פארוואס שלאפן זיי??

מחר
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:30 pm

תגובהדורך מחר » זונטאג נובעמבער 29, 2015 12:40 pm

ש'כוח ש'כוח, שוין אזוי לאנג געווארט אויף נאך
PDF
https://copy.com/rwnwkGsFE9FxnDpT

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5373
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג נובעמבער 29, 2015 12:47 pm

עת לחשוב האט געשריבן:זייער זייער שיין. הערליך. מאכט אסאך סענס. אבער די קשיא איז א מעכטיגע קשיא, ווי איז די וועלט פארוואס שלאפן זיי??

איך פלעג אויך אמאל האבן די קושיא, ווען איך בין עלטער געווארען האב איך געזען אז מען קען טרעפן גאר א סך זאכן וואס די אפיציעלע ווערסיע פון מעדיקעל-רעגירונג בלייבט ביים אלטען און רוקט זיך נישט אפילו עס זענען דא אנדערע מהלכים וואס קענען פילייכט פראדוצירען בעסערע רעזולטאטען.

עס איז דא גאר אסך מאכטפולע מענטשען-ארגענאזאציעס וואס מיינען יאך-מיך-זעך, וואס האבן אן אינטערעסע זאכן זאכן זאלן פארן ווייטער ווי ביז יעצט. עני אפיציעלער טשעינזש מאכט קאפ ווייטאג.

(איין דוגמא, קוק וויפיל צענדליגער יארן עס האט גענומען אביסל צו טוישן די אפיציעלע ווערסיע אז קארבס זענען מוראדיג געזונט ואכמ"ל)

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » זונטאג נובעמבער 29, 2015 2:54 pm

fiena nieas האט געשריבן:הערליך מתבונן, אויב ק"ט איז אזוי שטארק פארוואס ווערט עס נישט באקאנט און צוכאפט ווי מצה וואסער? וואס זאגן די סייקאנאליסיסטס טערפיסט אויף די אלע טענות?

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
עת לחשוב האט געשריבן:זייער זייער שיין. הערליך. מאכט אסאך סענס. אבער די קשיא איז א מעכטיגע קשיא, ווי איז די וועלט פארוואס שלאפן זיי??

איך פלעג אויך אמאל האבן די קושיא, ווען איך בין עלטער געווארען האב איך געזען אז מען קען טרעפן גאר א סך זאכן וואס די אפיציעלע ווערסיע פון מעדיקעל-רעגירונג בלייבט ביים אלטען און רוקט זיך נישט אפילו עס זענען דא אנדערע מהלכים וואס קענען פילייכט פראדוצירען בעסערע רעזולטאטען.

עס איז דא גאר אסך מאכטפולע מענטשען-ארגענאזאציעס וואס מיינען יאך-מיך-זעך, וואס האבן אן אינטערעסע זאכן זאכן זאלן פארן ווייטער ווי ביז יעצט. עני אפיציעלער טשעינזש מאכט קאפ ווייטאג.

(איין דוגמא, קוק וויפיל צענדליגער יארן עס האט גענומען אביסל צו טוישן די אפיציעלע ווערסיע אז קארבס זענען מוראדיג געזונט ואכמ"ל)

כהיימישער.
די מעדיקעל וועלט, בפרט די אינשורענס קאמפעניס, שטופן בעיקר די 'צו די פוינט' מהלך פון סי בי טי, און אפילו די וואס טוישן זייער מהלך צו א נישט מעדיקעל מהלך, מוזן זען צו שרייבן און זייערע צעטליך ווי זיי טוען כלומרשט סי בי טי ארבעט. למעשה זענען דא מערערע מהלכים וואס גייען אוועק פון די מעדיקעל מאדעל און זעהן די סימפטומען ווי עפעס וואס איך וויכטיג צו זיין, א שטייגער ווי internal family systems, NLP, און נאך און נאך. נאר וואדען, די מארקעטינג סטראטעיגיעס וואס זיי נוצן איז סאך מער ווי ביי די קאהערענס טערעפי אינסטיטוט. אנדערע מהלכים האבן אסאך מער אגרעסיווע שריט צו פאמפען זייער ארבעט, ווידער ק"ט קומט נאר יעדע שטיק צייט ארויס מיט נאך א סטעפ ווייטער, וואס דאס שטייטערט אפ זייער וויקס.
אלעס ווענד זיך אויב דו גייסט בעיקר פאר PR, אדער דו קוקסט אויף די תוכן. ודי בזה.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

rabshi
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 02, 2008 4:27 pm

תגובהדורך rabshi » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 4:36 pm

מחר האט געשריבן:ש'כוח ש'כוח, שוין אזוי לאנג געווארט אויף נאך
PDF
https://copy.com/rwnwkGsFE9FxnDpT


נא יעצט זעה איך דעם אשכול צום ערשטן מאל. קענט איר אפשר ארויפלייגן א לינק צו אלע PDF פיילס?

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » פרייטאג דעצמבער 25, 2015 10:53 am

rabshi האט געשריבן:
מחר האט געשריבן:ש'כוח ש'כוח, שוין אזוי לאנג געווארט אויף נאך
PDF
https://copy.com/rwnwkGsFE9FxnDpT


נא יעצט זעה איך דעם אשכול צום ערשטן מאל. קענט איר אפשר ארויפלייגן א לינק צו אלע PDF פיילס?



נאדיר.
https://www.dropbox.com/sh/vd8kx1xakh6q ... _5Bya?dl=0
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

shomierpeevilshonoi
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:30 pm

תגובהדורך shomierpeevilshonoi » זונטאג דעצמבער 27, 2015 4:34 pm

לאמיך עס פארלייגן באופן כזה" אין יעדע מענטש ליגט ענערגיע, דער דריק כוח , א שטייגער וווי מען זעהט פארהאן מענטשען, וואס קענען זיך קאנטראלען אין קאנצענטרירען זייער ענערשזי אין די הענט פלאך ,אין דאן ניצען א אבנארמאלע קראפט אוואו צישמעטערן 6 רייעס ציגל ,א קראפט סאך מער וואו געבןי פינעם הענט פלאך & מאסעל כוח קענען צישטעלען ! היצטערט אין

אינזער סאבדזשעקט ] אויכעט ,די עיקר גורם, אין אויך נקודה איז די זעלבע ,ווען קימט צי רעדן פאר א פרעמדע קראיד וואס זיכען נאכנישט ,דיך אדער דיין דרשה ,איז עס די ענערגיע וואס געסט ארויס אין נעמט יעדם איין ,ביז נעמט איין יעדעמס רעזיסטענס פין מי שמך לאיש,ביז ביז פאלט אריין אין כמו היפונאסיס אז גאר וויל שוין ,בחינת ביטל רצונו מפני רצונך",די ענערגיע קימט דורך א די
געדעכטע "קאמפארט זוין "תוואס
וווייקט עם אין טיפע רואיגקייט, אין שטארקייט ,אין כאריזמע פעאיגקייטן,: קאמפלימענטס בויט עס ,קריטיג מיט ריכטיגע הקדמה ,ענדע",מעינטיענט עס, אנדערע קריטיק שעדיגט !! היצטערט אלעס נעגעוטיווע קריטיק פינעם פארגאנגענהייט זעצט זיך ווי א קאנזשעסטאן אינעם סיסטעם : וואס איז די עצה ???

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4837
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג דעצמבער 27, 2015 7:21 pm

shomierpeevilshonoi האט געשריבן:לאמיך עס פארלייגן באופן כזה" אין יעדע מענטש ליגט ענערגיע, דער דריק כוח , א שטייגער וווי מען זעהט פארהאן מענטשען, וואס קענען זיך קאנטראלען אין קאנצענטרירען זייער ענערשזי אין די הענט פלאך ,אין דאן ניצען א אבנארמאלע קראפט אוואו צישמעטערן 6 רייעס ציגל ,א קראפט סאך מער וואו געבןי פינעם הענט פלאך & מאסעל כוח קענען צישטעלען ! היצטערט אין

אינזער סאבדזשעקט ] אויכעט ,די עיקר גורם, אין אויך נקודה איז די זעלבע ,ווען קימט צי רעדן פאר א פרעמדע קראיד וואס זיכען נאכנישט ,דיך אדער דיין דרשה ,איז עס די ענערגיע וואס געסט ארויס אין נעמט יעדם איין ,ביז נעמט איין יעדעמס רעזיסטענס פין מי שמך לאיש,ביז ביז פאלט אריין אין כמו היפונאסיס אז גאר וויל שוין ,בחינת ביטל רצונו מפני רצונך",די ענערגיע קימט דורך א די
געדעכטע "קאמפארט זוין "תוואס
וווייקט עם אין טיפע רואיגקייט, אין שטארקייט ,אין כאריזמע פעאיגקייטן,: קאמפלימענטס בויט עס ,קריטיג מיט ריכטיגע הקדמה ,ענדע",מעינטיענט עס, אנדערע קריטיק שעדיגט !! היצטערט אלעס נעגעוטיווע קריטיק פינעם פארגאנגענהייט זעצט זיך ווי א קאנזשעסטאן אינעם סיסטעם : וואס איז די עצה ???

די עצה איז ארויסצונעמען די נישט גוטע קריטיק פונעם סיסטעם.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

shomierpeevilshonoi
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:30 pm

תגובהדורך shomierpeevilshonoi » מאנטאג דעצמבער 28, 2015 12:10 pm

אה ,ווייסען מיר שוין ןןאס "היצטערט נאך פעליג צי וואוסען וויאזוי , :roll:

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4837
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג ינואר 12, 2016 11:03 pm

אלעס איז בס"ד

איך קען שרייבן און שרייבן וועגען "מתבונן" און זיינע סעשאנס וואס איך האב געהאט מיט איהם בעבר און וועל האבן מיט איהם אי"ה. די כח וואס איך האב געפיהלט פון זיינע טיפע סעשאנס און די אויפטוען בכלל פון די טיפקייט פון זיינע צוגענג, נישט איין שיטה קען ער, נאר אסאך שיטות טוט ער צאמשמעלצן אין ארויסברענגען דערמיט זיין ארבעט, איך האב עס אויף מיין הויט געשפיהרט.

וואס איך וויל דא איז, פארציילן פארן עולם מיין התפעלות פון די עמקות סיי פון זיין טערעפי, און סיי וויאזוי קע"ה ער אליין דערגייט זייער טיף כיד ה' הטובה עליו ויעזור ה' להלאה, וויאזוי איך האב עס געשפיהרט מיט מיר.

א מענטש וואס פארשטייט און האט געשפיהרט מער ווי נאר אביסל וואס ס'באדייט די נפש פון א מענטש, וואסערע אפעקט די נפש פון א מענטש האט אויף די מעשים פון א מענטש. וויל זיך עפענען און פארציילן וואס מיט איהם איז פארגעגאנגען, וואס ער האט אנטדעקט אין די טיפע וועלט פון פראבלעמען וואס קוקען אויס אזוי כאיאטיש, אזוי פערמענענט אז ס'קוקט אויס און דער מענטש מיינט אז ס'איז נישדא דערפאר קיין מעקער.

"אזוי וועל איך שוין בלייבן די איבעריגע פון מיין לעבן, איך האב מיך געפלאגט און געפלאגט און נישט געזעהן קיין פראגרעס, און נישט נאר דאס, נאר ווען איך האב שוין געמיינט אז איך האב מיך שוין 'געשטארקט' און איבערגעקומען דעם כח וואס שלעפט מיך אראפ, בין איך צוריקגעפאלן כאילו לא היה כאן פראגרעס.

איך וויל פארציילן וויאזוי די טערעפי וואס מתבונן טוט, איז געווען די טיפע מהלך מיך ארויסצונעמען פון מיין טיפע באהאלטענע לעכל, ווי מ'זאגט, וואס ס'האט זיך פארמירט ארום מיר שלא בדווקא, כפי תומי.

מיט יעדע איינציגסטע שעה האב איך געפיהלט אז מתבונן איז אנגעקומען גאר אסאך, גאר טיף, די טיפסטע שייך, "מתבונן פארוואס טו איך דעס און פארוואס טו איך דעס " און ער, מיט א רואיגקייט באנוצט זיך מיט שיטות און צוגאנג וואס ער האט זיך געלערנט און אנגעהויבן קריכן.

איך הייב אן ווערן באוויסטזיניג אויף זאכן וואס איך בין נישט געווען באוויסטזיניג ביז דאן.

ווען איך בין געקומען צו איהם, בין איך געווען "אומוויסענד". איך האב טאקע געוויסט און געוויסט, אלעס געוויסט. אבער דאך גארנישט געוויסט.

מתבונן האט געעפענט ביי מיר טירעלעך וואס איך אליין האב נישט געעפענט.

מתבונן קוקט מיר נישט אויס ווי דער גרויסער טערעפיסט וואס זאגט זיין מיינונג אזוי אז איך זאל איינערקענען אז ער פארשטייט מיך בעסער ווי איך האב מיך נאר אמאל פראבירט צו פארשטיין, איין זאך וואס ער וויל איז אנטדעקען צוזאמען מיט מיר וואס דא קומט פאר. און פאר דעם האט ער אסאך טולס איז זיין באזיץ.

און "אנטדעקט" דאס איז די ווארט וואס איך האב געשפיהרט אין מתבונן'ס אפיס. "אנטדעקט" צו האט עס אמאל געהאט אזא פערזענליכער מיינונג די ווארט? מ'אנטדעקט זיך. מ'שפיהרט זיך. און מ'ווערט קלארער. "איך בין עפעס טיפער ווי איך האב געמיינט אז איך בין" ס'מאכט טיף סענס וואס איך טו. וואס איך טראכט, וואס איך שפיהר.

איי איך דערמאן מיך יעצט נאך די ערשטע סעשאן. אוי האב איך געלאכט.

איך האב געלאכט ווייל איך האב נישט געקענט גלייבן אז איך פלאג מיך און איך פלאג מיך און ס'איז מיר גארנישט בייגעפאלן אז דערפאר טו איך וואס איך טו. וועגען די סיבה וואס ער האט צוזאמען מיט מיר אנטדעקט.

ער שטעלט זיך אפ און ער טראכט... ווי ס'קוקט מיר אויס זוכט ער די בעסטע דריל. דעס אדער דעס. אקעי דעס. און ער הייבט אן... און איך זינק אריין טיפער און טיפער אין זיך און איך רעד און רעד. פארצייל און פארצייל. און מתבונן טייפט און טייפט.

מ'קריכט צוריק ארויף און א צעטיל געבוירט זיך ארויס פון זיין פרינטער. און אויף די צעטיל פאר'גשמ'ט זיך מיינע טיפע וויסן וואס ס'ליגט אין מיינע טיפע באהאלטענע חלק נפש. וואס איך דארף פיהלן יעדעס מאל ס'געשעהט.

יעדע איינציגסטע סעשאן ביי מתבונן איז עפעס אזוי ווי די דענטיסט וואס שטופט אריין זיין דריל צו רייניגען נאך עפעס א טיפערע פארט, ארויסשלעפן נאך עפעס א טיפע "וויסן"

איך קען שרייבן און שרייבן וועגען מתבונן און זיינע סעשאנס.

"דעליקאט און איידל" איז די ווארט וואס קומט מיך ארויף אין מיינע געדאנקען. ווען איך פראביר פארשטעלן די אופן וויאזוי ער דרילט. "דעליקאט און איידל".

אני הגבר. איך האב עס געשפיהרט כפי הכח אשר נתן לי ה' ב"ה. איך האב געשפיהרט די עמקות פון מיין אייגענעם נפש. איי נפש'ל נפש'ל וואס דו פארהוילסט אלץ אין דיך.

איך האב געשפיהרט ווי יעדע איינציגסטע זאך וואס איך טו איז מיט לאגיק, מיט קאוהירענס. (קאוהירענס מיינט ס'מאכט סענס) פאר די הונטערנבאוויסטזיין. דאס הייסט אז פארן באוויסטזיין איז עס גארנישט נעבעך אזוי לאגיש, אבער פארן הונטערנבאוויסטזיין איז עס שוין איינמאל לאגיש. און איך האב דאס געשפיהרט.

פאר איך בין געקומען צו מתבונן האב איך נאר געוויסט ווי נאריש איך בין "איך שטיי נישט אויף פרי. פארוואס? נאריש!!!" ס'איז געווען נאריש פאר מיר אז איך פיהר מיך אזוי אויף, ס'האט נישט געמאכט קיין איין טראפ סענס, אבער ווען מיינע הונטערבאוויסטזיניגע וויסן איז געווארן באוויסטזיניג פאר מיך, דאן האב איך פארשטאנען די לאגיק פון מיין אויפפירונג.

אבער צו וויל דען מתבונן סתם מאכן באוויסט וואס ס'איז די סיבה פארוואס איך טו וואס איך טו, זיין ציהל איז צו וויסן וועכע פארט ס'האט א כח און השפעה אויף די זאכן וואס איך טו. און אזוי ארום עס צו טוישן ב"ה.

איך האב אין מיין נפש געשפיהרט די טיפקייט פון זיין טערעפי
איך האב געשפיהרט די רילעקסעשאן ווען מ'ווערט קאנעקטעד מיט א טיפערע "איך". איך האב עס געשפיהרט.


צו קען טאקע מתבונן העלפן? לאמיר דיך טייערער ליינער פרעגען. דיינע פראבלעמען האבן זיך דען אנגעהויבן אין אן אפיס פון א פראפעשענעל? דו ווייסט גאנץ גוט אז פראבלעמען פארמירן זיך דייקא אין געווענליכע פשוט'ע לעבנס מצבים (נישט אזוי פשוט), פשוטע לעבנס מצבים מאכן אז דער מיינד פון א מענטש זאל פארמירן א ריאליטי וואס איז נישט ריכטיג. איז אויב אזוי פארוואס דארפן דיינע פראבלעמען דוקא ווערן געהיילט דורך א "פראפעשענעל מעדעצין"? כשם שבולע כך פולט.

אבער דאס איז וואס איך וויל זאגען, און דאס איז וואס איך האב געפיהלט אז מתבונן טוט, דער "כשם שבולע כך פולט" ער טרעפט די עקזעקט "בליעה". די עקזעקט "בליעה" דאס הייב איך אן צו דערגיין. דייקא דאס וואס ס'איז אריין אין מיר.

ווען איך בין געקומען צו מתבונן האב איך נישט געוויסט און איך בין נישט געווען אויפמערקזאם אויף וואס ס'גייט פאר אין מיין הונטערנבאוויסטזיין. און ער האט סעשאן נאך סעשאן מיך באוויסט געמאכט אויף נאך א שטיקעל און נאך א שטיקעל, און בעיקר געלייגט א נאדעל, אנצוהאלטן אז די שטיקעל וואס איז שוין ארויסגעקומען זאל נישט צוריק אריינפליען.

פאר איך בין געגאנגען צו מתבונן האב איך זייער גוט פארשטאנען אספעקטן פון די נפש פון א מענטש, אבער דאס איז גארנישט. איך קען קענען דעם גאנצן אניאגראם בעל פה, וועט עס מיר העלפן? די הונטערנבאוויסטזיין דארף אויך לערנען מסילות ישרים, דאס איז דאך נאר דורכ'ן ווערן באוויסט אויף די הונטערנבאוויסטזיין.

די כח פון מתבוננ'ס סעשאנס איז א מ'פיהלט אז ס'איז אמת.

ס'איז אמת וואס איך זאג. ס'איז אזוי. ס'איז טאקע אזוי. אזוי איז די וועלט. און מ'פיהלט נישט ווי ער וויל מיך טוישן מיין ריאליטי און אוועקמאכן וואס איך האלט אז ס'איז אמת, און דאס אליין האט א געוואלדיגער כח אויף מיר, צו וויסן אז איך בין נישט א פערזעעניש. נאר איך האב ב"ה שכל און א ווערד צו פארשטיין די וועלט. דערנאך געב איך מיך שוין די ווערד עס אפשר אפצודעטן. אבער קודם בין איך א "מענטש" נישט למשל א "קאץ". א מענטש וואס פארשטייט, און פיהלט, און האט א רעכט צו האבן א מיינונג.

מיין מיינונג האט א ווערד. אויב האט מיין מיינונג א ווערד, ווער איך מער קאנעקטעד מיט מיך אליין.

איך קען פארציילן וויאזוי איך האב געשפיהרט אין מתבונן'ס אפיס, אבער איך קען נישט פארציילן וואס איך האב געשפיהרט אלץ די זאכן וואס מ'האט אדרעסירט. ווייל איך געדענק עס שוין נישט. ס'איז נישטא מער. אויסגעמעקט געווארן.

לאמיר נעמען איינע פון די געשיכטעס וואס פלעגט פארקומען רעגולער ביי מיר.

ס'איז שוין האלב עלעוו ביינאכט, די גרויסע שטעקעלע שטייט שטייף, שארף אויף די זעקסער און די קליינע איידעלע דארט צווישן די צעהן מיט די עלעוו, און איך ווייס אז איך דארף סטאפן מיט די אקטיוויטי און מיך גיין לייגען, אבער דאך גיי איך נישט. די זייגער טוט זיינס, סקונדע נאך סקונדע, מיינע אויגען באמערקען עס, אבער ס'גייט זיך עפעס נישט שלאפן, ענדליך ס'איז כלו כל הקיצין, איך פיהל איך האב דאס מאל נאכאמאל איבערגעגאנגען די מאס, געטוהן וואס איך האב נישט געדארפט, יאפ, ס'איז שוין א פערטל צו צוויי, און איך עס מיך אויף פארוואס ס'איז צווייע, איך גיי אריין בעט מיט א אויפגערעגטקייט אויף מיך אליין, הלואי, וואלט ווען יעצט געווען עלעווע. אוי הלואי...

"פארוואס האב איך מיך ווייטער נישט וויסענדיג געמאכט און געגאנגען שלאפן שפעט, פארוואס טו איך עס. פארוואס? נשמה פארוואס טוסטו עס? און אזוי מיט צער בין איך איינגעשלאפן" און פארשטייט זיך אז אינדערפריה איז צו מיין צער נישט געווען קיין עק. ווען די זייגער מיט די פשוט'ע גרויסע צעהאקטע שטעקעלעך האבן געוויזן אז ס'איז שוין שפעט און איך בין קוים אויפגעשטאנען צו סוף זמן קריאת שמע.

איך פלעג אלעמאל זיין א שפעטער לייגער און א שפעטער אויפשטייער און איך פלעג מיך אייביג זעהן שפעט שפעט שפעט אין ביהמ"ד, ביז מיט אפאר יאר צוריק האב איך טאג און נאכט געטראכט פון איין זאך "וויאזוי שטיי איך אויף פרי" "וואס איז די עצה?". "וויאזוי מאך איך אז זאל זיך קענען מתגבר זיין און זיך יא לייגען פריה" אבער דאס איז נישט אזוי היינטיגען טאג. פארוואס?

The power פון מתבוננ'ס טערעפי.


וויאזוי איך האב געטראפן מתבונן.

מיט מתבונן בין איך גוט געווארן ווען איך האב מיך גענומען שרייבן דא אויף איי-וועלט אביסל וועגען דע כאראקטערס און נאטורן פון מענטשן, און איינער האט מיך צו איהם צוגעפיהרט.
איך האב געטראפן א ניק וואס פארשטייט צום עניאגראם! און צו תורת הנפש בכלל.

נאך א שטיק צייט רעדן מיט איהם, האב איך איהם אין א געלעגנהייט געפרעגט וואס ער טוט פאר פרנסה האט ער מיך געזאגט "איך העלף יודישע קינדער".

אזוי ווי דא אויף איי-וועלט איז די ענין פון גילו פון די דברים העומדים על הראש. האב איך איהם נישט געוואלט פרעגען ווער ער איז. נאר נאך א היפש שטיק צייט רעדן מיט איהם האמיר זיך מגלה געווען איינער פארן צווייטן. קודם נאר די ערשטע אות פון זיין לעצטע נאמען און אזוי ווייטער, איך האב גע'חליש'ט זיך צו טרעפן מיט איהם, און זעהן "ווער ס'באהאלט זיך אונטער דעם ניק מתבונן".

איך האב איהם געפרעגט וויפיהל ער נעמט א שעה... און דאן וואו ער האט זיין אפיס...
...
אט בין איך אין מאנסי, ביי מתבונן.

און דא האט זיך אנגעהויבן מיין journey ווי מ'זאגט.
נאכן זיך באגריסן ווארים אויף איי-וועלט שפראך...
האב איך איהם געפרעגט וויאזוי ער העלפט מענטשן. האט ער מיך געזאגט וואס איז דיין פראבלעם, וועל איך דיך ווייזן וויאזוי ס'ארבעט...

ער האט מיך געפרעגט זיינע פראגעס און איך האב געענטפערט, איך האב אזוי געלאכט ווען איך האב "פארשטאנען" "פארוואס" איך טו וואס איך טו. "פארוואס איך קען עס נישט סטאפן" פארוואס ווען איך ווייס אז איך טו נישט גוט, קען איך עס נישט סטאפן און אויפהערן. און פון דא און ווייטער האט זיך מיין קאפ אנגעהויבן עפענען.

מיין עיקר פראבלעם איז געווען אז איך פלעג טון זאכן, און חרטה האבן נאכדעם. און נאכדעם נאכאמאל טוהן דע זעלבע זאך, למשל "פעניענען מיט עפעס" און חרטה האבן. "זיך פארשמועסן אין ביהמ"ד און חרטה האבן. און אפילו בשעת'ן שמועסן האב איך שוין חרטה געהאט פארן שמועסן. אבער ממש ווי א זאך אין מיר האט מיך געצווינגען צו שטיין און שמועסן, איך האב מיך נישט געקענט אפקלעבן, נאכדעם נאכאמאל חרטה געהאט און נאכאמאל זיך געטראפן שמועסן און פארברענען צייט.

איך האב עס דעמאלסט אנגעהאנגען וועגען איך האב אפשר ADHD. איך האב זיך נישט געקענט ארויסזעהן דערפון, עפעס האט אנגעהאלטן מיין פעניעראציע אין פלאץ. און אפילו ווען איך האב מיך יא געשטארקט דערויף האב איך געפיהלט א ביטערע טעם אין מיין לעבן. סאו האב איך מיך ווייטער געטראפן שטיין און שמועסן. אדער טוהן נישט פראדאקטיוו זאכן, ערגעץ האט אויסגעפלאצט מיין פעניעריי,

היינט ווייסעך שוין פארוואס, פארוואס איך האב געמוזט פעניען. דעמאלסט האב איך עס גערופן פעניענען. פארברענגען צייט. היינט פארשטיי איך שוין אז דאס איז גארנישט געווען אזוי סתם געפעניעט, דאס האט געהאט גאר טיפע סיבות. איך קען נישט פארשטיין וויאזוי איך האב נישט געפעניעט. און איך פארשטיי אויך זייער גוט פארוואס איך האב געפיהלט א ביטערע טעם ווען איך האב נישט געפעניעט. ס'גייט אריין זייער זייער טיף. למעשה האט מתבונן זיין וועג וויאזוי ער באהאנדעלט די אלע טיפע עמאושענעל סיבות. (היינט ב"ה קען איך פשוט נישט טוהן קיין זאך וואס איז נישט פראדאקטיוו דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן, מתבונן וואס האסטו געטוהן מיט מיר?)

איך וויל מיך דא אפשטעלן פאר א רגע, און געבן אביסל מער אריינצוקוקען אין מיין דעמאלסטיגען פארשטאנד אינעם ענין פון וויאזוי איך האב אנגעקוקט מיין פראבלעם, און וויאזוי איך פראביר זיך אן עצה צו געבן, איך האב געוויסט פון איין זאך.

"טריי נאכאמאל"

אך ס'גייט נישט!

ס'גייט נישט? "טריי נאכאמאל!"
ס'גייט ווייטער נישט!

ס'גייט ווייטער נישט? "טריי נאכאמאל!"
און אזוי ווייטער און נאכאמאל.

איך בין נישט געגאנגען מיט די קאפ אין וואנט אריין, איך האב געוויסט אז ס'דא "אסאך עצות" וואס צו טוהן ווען ס'גייט נישט. האב איך געטרייט אפשר אזוי, אפשר דעי עצה?, ניין ס'ארבעט נישט!

ס'ארבעט נישט? נו, דעמאלסט טראכט מער. טראכט טיפער. אפשר אזא עצה?

ס'גייט ווייטער נישט!

ס'גייט ווייטער נישט? טראכט נאך, טראכט שטערקער, טראכט טיפער.

איך האב געלערנט מסילות ישרים שער הזהירות און שער הזריזות, אורחות צדיקים שוין פון גאר יונג, איך בין שוין א כראנישער פעניאק פון גאר יונג. אבער ווי עפעס א כח האט מיך געצווינגען צו בלייבן נשמה וויאזוי איך האב מיך אייביג געקענט.

ביז אהער וויאזוי איך פלעג פראבירן צו לעזן מיין פראבלעם מיטן "אויפשטיין פרי". און מיטן ווערן "פארפעניעט"

און יעצט צוריק צו מיך זיצענדיג מיט מתבונן.

"ווען ס'איז געקומען די שפיץ מאמענט ווען איך האב פארשטאנען "פארוואס"

פארוואס איך טו וואס איך טו.

פארוואס איך טו עס, ווען אין די זעלבע צייט שרייט א אנדערע חלק פון מיר ניין! טו עס נישט! אבער דאך טו איך עס. האב איך אזוי געלאכט, איך ווייס נישט פארוואס. אזוי שטארק. איך האב מיך געווארפן פון געלעכטער. ס'איז מיר געווען א אויסטערלישער חידוש אין מיין אייגענע וועלט. אפילו יעצט בשעת'ן שרייבן קען איך נישט צוזיך קומען, נאך אלץ וויל איך הנאה האבן פונעם "בליץ" וואס איך האב דעמאלסט געכאפט. די פארשטאנד וואס ס'טוט זיך אונטער די הוד.

און יענע בליץ וואס איך האב דעמאלסט געכאפט איז געווארן פארוואנדעט אין אן ענערגיע וואס האט מיך געטוישט מיין לעבן, דהיינו די וועג וויאזוי איך קוק אן זאכן וואס איך טו, זאכן וואס איך טראכט, וואס איך פיהל.

איך בין ארויס פון יענע "שמועס", פון יענע שמעקעדיגע בילדונג. מיט אן אנדערער בליק אויף מיינע זאכן וואס איך טו, נישט נאר וועגען נאך יעדע סעשאן מיט מתבונן פיהל איך מער קאנעקטעד מיט זיך אליין, מער אויסגעוואשן, נאר וויבאלד א נייע וועלט האט זיך מיך געעפענט, און ער האט מיר בכלל נישט געזאגט וואס איך זאל פאררעכטן, נאר "זאלסט ליינען דע צעטיל יעדע מאל פאר דו גייסט פארברענגען צייט"
"וואס איז אזוי שווער מיטן ליינען און פיהלן א צעטיל?" האב איך געטראכט צו מיר.

איך בין געווען צוגעוואוינט צו ארבעטן אן געפיהלן. מאך דיך א סדר היום. מאך דיך א סדר. טו! מאך! טראכט! צייכן! פלאג דיך! דא ביי מתבונן, גארנישט! בלויז ליינען און פיהלן א צעטיל!

און היינט ב"ה שטיי איך אויף אין צייט, און איך לייג מיך אין צייט, איך גלייב עס אויך נישט! וואס האט מתבונן געטוהן מיט מיר? אפשר איז עס נאר א דזשאוק און איך גיי צוריק פאלן? אבער ניין. ס'פעניעט זיך מער נישט "פון זיך אליין". דער אייבערשטער זאל העלפן איך זאל אלעמאל ווייטער וויסן "פארוואס".

מתבוננ'ס טערעפי האט א power אין זיך.

חוץ פון דעם וואס איך בין געשטיגען יעדע צוויי וואכן וואס איך בין געגאנגען צו מתבונן, איז די סעשאן אליין מאכט מיך פיהלן "אויסגעוואשן". נאך יעדע מאל וואס איך גיי צו מתבונן פיהל איך אז איך בין צוגעקומען צו א טיפערע "פארשטאנד" אין מיך אליין! א נייעם בליק אויף די וועלט. אויף מיך אליין.

ווען איך זיץ ביי מתבונן פאל איך אריין אין פלעצער וואס איך האב קיינמאל פארדעם נישט געפיהלט אז ס'עקזיסטירט אזאנס אין מיר.

ס'איז א מין שלוות הנפש וואס לאזט זיך אראפ אויף א מענטש, ווען מ'טרעפט זיך אליין, מ'ווייסט פארוואס.

די smoothness פון מתבוננ'ס טערעפי איז, אז איך דארף גארנישט אהערשטעלן אין די צייט וואס איז צווישן איין סעשאן אין צווייטן. איך דארף איין זאך "גוט ליינען און פיהלן די צעטיל וואס ער געט מיך" איך דארף מיך אפילו נישט פראבירן צו טוישן צווישן איין סעשאן און צווייטן, איך האב ווייטער געקענט פעניענען און שמועסן אין שוהל און טוהן וואס איך וויל מצד ה'טערעפי, איין זאך, איך האב געדארפט ליינען און פיהלן די צעטיל בשעת איך האב געפעניעט.

און טויש איז געשעהן פון זיך אליין, איך ווייס נישט ווען?

ב"ה געלויבט השי"ת אז ער האט אונז געשאנקען מתבונן. און ער זאל ווייטער העלפן צום גוטן

ווען איך קום אריין צו מתבונן פיהל איך אז איך ברענג מיך אליין צום סעשאן. איך קען זיין וויאזוי איך וויל, אמת'דיג. מתבונן האט מיך קיינמאל נישט געזאגט וואס איך זאל טוהן. ביי מתבונן קען איך טון וואס איך וויל (פארשטייט זיך אז מ'דארף ליינען און פיהלן דעי צעטיל) און דאך געשעהט ב"ה טויש!

ביי מתבונן פיהל איך נישט אז איך האב מיך געטוישט, איך האב מיך דירעקט נישט געטוישט. איך בין אייביג געווען גוט! אבער מיין אויפפירונג האט זיך געטוישט לכאורה. ס'קוקט מיך עפעס אויס ווי איך בין אייביג געווען אזוי. א נארמאלער מענטש! גיין שלאפן שפעט? וואס עפעס? אויפשטיין שפעט? איך בין דען נאריש?. שמועסן אין ביהמ"ד? צו וואס? מ'רעדט וואס מ'דארף, אפשר א קליינע שמועס און מ'גייט ווייטער. נישט ווייל איך דארף אגאנצן צייט טראכטן נישט שמועסן! נישט שמועסן! נישט שמועסן! ניין בכלל נישט. איך פיהל נישט אז איך האב מיך געטוישט. איך בין אלץ אזוי געווען! א נארמאלער מענטש. ווי האט מיך מיין ברודער געזאגט, ביסט די זעלבער מענטש, נאר א כשר'ע ווערסיע

מתבוננ'ס טערעפי האט א power אין זיך.

מיט מתבונן האב איך געפיהלט אז איך טויש מיך פון אינעווייניג. נישט ווייל איינער האט ערגעץ אין די בריאה באשלאסן אז מ'ארבעט פון ניינע ביז פינעווע! מיט מתבונן האב איך קיינמאל נישט געפיהלט אז איך מוז אויפשטיין "דעמאלסטס און דעמאלסט" נישט קיין עגריעמענט און נישט גארנישט. איך האב מיך געטוישט פון זיך אליין, פרעגט אלע מתבונן צו ער האט מיך אמאל געזאגט ווען אויפצושטיין, אדער בכלל וואס צו טוהן אין מיין לעבן. איין זאך וואס אונז האב מיר געטוהן און איין זאך וואס ער פלעגט מיך אלעמאל פרעגען איז "וואס פיהלסטו ווען ס'געשעהט?".

ווי גוט פיהלט מען זיך ווען מ'האט א געלעגנהייט צו פארציילן וואס מ'פיהלט! איך האב געפיהלט ווי ער געט מיך א געלעגנהייט אז "איך" זאל אריינקומען און זיך אנהייבן אויסצוקומען מיט די וועלט. איך זאל עס אויך פארשטיין.
מיר האבן באהאנדעלט אסאך אסאך, יעדע סעשאן ממש איז ער אנגעקומען מיט מיר די טיפסטע און די ווייטסטע מעגליך.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5373
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך ינואר 13, 2016 1:18 am

וואפ, וואס דער נשמה לייגט דא אראפ. טיעף און הארציג.

הערליך שיין...

home
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 20, 2012 10:23 pm

תגובהדורך home » דאנארשטאג ינואר 14, 2016 12:13 am

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:וואפ, וואס דער נשמה לייגט דא אראפ. טיעף און הארציג.

הערליך שיין...

מחר
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:30 pm

תגובהדורך מחר » דאנארשטאג ינואר 14, 2016 10:06 pm


שפכי
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

תגובהדורך שפכי » זונטאג ינואר 31, 2016 3:53 pm

מתבונן, איין ווארט: ש'כח!
שפכי כמים לבך נכח פני ה'

תפוח
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 12, 2014 4:14 pm

תגובהדורך תפוח » מאנטאג פאברואר 08, 2016 4:18 pm

נשמה,

וואס איז דער נשמה פון דעים צעטיל?

געזעצלעך
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 7:01 am

תגובהדורך געזעצלעך » דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 7:33 am

ווי איז שיער א'?

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 10:35 am

@געזעצלעך,
דא. viewtopic.php?p=944343#p944343

פאר א צוגעלייגטע הקדמה זעה דא viewtopic.php?p=955847#p955847
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור י"ד - ווען און פארוואס גיין צו די עבר? - חלק ב'

תגובהדורך מתבונן » מיטוואך מארטש 23, 2016 2:05 pm

אין דעם שיעור וועלן מיר אי"ה ממשיך זיין מיט חלק ב' פון אונזער פאריגע שיעור, 'ווען און פארוואס גיין צו די עבר'. מיר האבן ארויסגעברענגט פיר הויפט חילוקים וואס איז אנדערש ביי קוהערנס טערעפי ווי ביי טראדעציאנאלע פסייכואנלעסיס,

א', איז עס איז פונקט אזוי 'היינט' ווי אמאל.
ב', מיט א מוחשיות'דיגע שמועס קען מען זיך גלייך קאנעקטן דערצו.
ג', דער קליענט איז דער וואס זאגט וואס גייט פאר אין אים.
ד, און די מערסטע וויכטיג, און ווי די עיקר דגוש ליגט, איז אז די עיקר טויש פאסירט ווען דער קליענט קען זען די סתירה אין זיין פחד.

אין דעם שיעור האפן מיר אביסל אראפצושולדערן וויאזוי עס זעט אויס א סעשען אין ק"ט אנדערש ווי ביי פסייכואנאלעסיס, ווי אויך וועלן מיר אין איין וועגס שוין ווייזן וויאזוי עס איז אנדערש פון סי.בי.טי.

איך בין פארלוירן און דערשראקן

מיר וועלן רופן אונזער קליענט יוסל (דער נאמען איז פיקטיוו צו אויסמיידן די אידענטיפיקאציע).

יוסל איז געקומען צו מיר אביסל פארלוירן און דערשראקן. ער איז פון יונגווייז אן געווען מער צו די שטילע זייט, און האט נישט געצויגן צופיל אויפמערקזאמקייט. נאך אפאר יאר זיצן אין כולל איז געקומען די צייט ארויסצוגיין על המחיה ועל הכלכה. זייענדיג א שטילער און צירוקגעצויגענער איז אים דאס מורא'דיג שווער אנגקומען. זיין פארגאנגענהייט האט גארנישט צוגעגעבן צו זיין מצב. געלעבט האט ער מיט עלטערן וואס האבן אים היבש קריטיקירט אויף יעדע קלייניגקייט וואס ער האט נאר געטון, און אוודאי און אוודאי, פון א געפיל פון שטיצע איז נישט געווען וואס צו רעדן. דערזענדיג זיך אין אזא מצב פון פארלוירענקייט איז ער געקומען צו מיר איך זאל אים פראבירן צו העלפן.

פון אנפאנג פון די שמועסן, האט זיך ארויסגעוויזן קלאר אז יוסל האט נישט קיין שום קלער פון ארויסגיין ארבעטן. פאר אים וואלט געווען סאך מער באקוועם אנצוהאלטן אין זיין רוטין - צוריק גיין אין כולל און דארט 'שטופן די צייט', אבי נישט ארויסגיין ארבעטן. דאס טראכטן פון גיין ארבעטן, האט אים ממש ארויפגעברענגט שרעקליכע קאשמארן. מיר האבן געהאט עטעליכע טיפע שמועסן, און מיר האבן צוביסלעך אנגעהויבן ארויסצוהאבן דעם ענין. מיט די צייט האט יוסל זיך מער און מער אויפגעמאכט צו זיין וועלט פון געפילן און האט צוביסלעך אנגעהויבן טראכטן פון נעמען ערענסטע שריט.

דעם קומענדיגן שמועס איז געווען א שטארקע 'דריי' אין יוסל'ס לעבן, אלטס א דאנק דעם וואס במשך די צייט האב איך מצליח געווען אנצוקנופן א שטארקע קשר מיט אים.

יוסל האט מיר פארציילט ווי די וואך טוענדיג זיין 'היים ארבעט' וואס איך גיב כסדר נאך יעדע שמועס, האט אים אנגעכאפט עפעס א אומפארשטענדליכע שרעק ווען ער האט זיך געדרייט צווישן מענטשן פון ווען ער האט אנגעהויבן טראכטן ערענסט פון נעמען די קומנדיגע שריט.

כדי צו זען וואס דא קומט פאר האט אים אריינגעברענגט יוסל'ן אין א מציאות ווי ער פילט דעם שרעק. ער האט זיך מדמיין געווען ווי ער שטייט אין ביהמ"ד פאר אפאר מענטשן, און אזוי האט ער געקענט ארויסברענגן די ווערטער וואס קומען אים מיט מיט די געפיל. דאס איז די ערשטע שטאפל אנדערש ווי ביי סייכאויאנאליזיה, איך וויל זען פון וואס האט ער 'יעצט' מורא, ענדערשער ווי וועלן גלייך אריינגיין אין זיין עבר.

איך ברענג נישט אראפ דעם גאנצן שמועס במלואו, נאר אפאר קורצע שטריכן אויף וויפל ס'איז נוגע לתועלת הענין. (י. - איז פאר יוסל, מ. - איז פאר מתבונן.)

ער האט זיך צוגעמאכט די אויגן, און אנגעהויבן פארציילן.

י. איך קען פילן ווי איך קען אפשר מצליח זיין, אבער נאכדעם קומט א שרעקליכע פחד.

מ. קענסט זען ווי דו פילסט דיין פחד מערסטע?

י.דא אין מיין הארץ.

מ. פיל ווייטער זיין שרעק אין דיין הארץ, און באמערק די ווערטער וואס קומען מיט מיט דעם.

י. די ווערטער זענען עפעס ווי... בין אליינס אויף דער וועלט. איך בין פארלוירן. איך האב נישט קיין סאפארט. איך דארף שטארקע סאפארט. סאפארט צו פילן זיכער מיט מיך אליינס. די וועלט איז שרעקעדיג. און אפילו די ביסל סאפארט וואס איך באקום יא, איז נישט 'אמת'ע' סאפארט. די וועלט איז סאך שטערקער פון מיר, און ס'איז זייער שרעקעדיג פאר מיר. איך פיל שרעקליך טראומאטייזד און פארלוירן.

מ. סוי וואס איך הער איז, אין אנדערע ווערטער, א שטארקע אומזיכערקייט ארויסצוקומען צו די וועלט.

י. יא, א שרעליכע אומזיכערקייט.

מ. קענסטו פילן וועלעכע ווערטער קומען מיט מיט די פחד?

י. אממ... עפעס ווי... ווי איז טאטי...? ווי איז מאמי...? אלע עלטערן זענען שלעכט... איך האב נישט קיין טראפ סאפארט... איך בין אינגאנצן אליינס... די וועלט איז נישט גוט... איך דארף סאפארט, שטארקע סאפארט... איך האב אבער נישט קיין סאפארט און ס'גייט זיין שלעכט... און אפילו די ביסל סאפארט וואס איך באקום יא, איז נישט גענוג ווארעם... ס'איז נישט 'עכט'. די וועלט איז סאך שטערקער און שרעקעדיגער פון מיר, און איך האב נישט קיין כח צו פייטן דערמיט אזויפיל. אויב איך וואלט געהאט כח צו פייטן מיט די וועלט וואלט כאטש געווען א האלבע ישועה, אבער איך האב נישט קיין כח, און איך בלייב הילפלאז. איך פיל ממש טראמאטייזד. ווי קען איך אזוי ארויסגיין ארבעטן? איך בלייב שרעקליך אומזיכער. איך בין ממש ווי א קליין יונגעל וואס האט מורא אליינס אריבער צו גיין די גאס. איך פיל ווי איך בין א א מלחמה זאנע.

מ. יא, איך געדענק ווי ביים פארגין שמועס האסטו אויך עפעס געזאגט אז דו פילסט ווי דו ביזט אין א מלחמה זאנע.

י. יא, מיינע עלטערן האבן מיר קיינמאל נישט געגעבן קיין שום הוראות וואס צו טון, זיי פלעגן מיר נאר זאגן גיי אין געשעפט און קויפ איין, גיי צום דאקטער און מ'וועט דיר שוין זאגן ואוס צו טון, קיינמאל אבער נישט געזאגט פונקטליך וואס-ווי-ווען, ווי איך בין געגאנגן בין איך געווען פארלוירן און נישט געוויסט וואס צו טון. אבער ווען איך זיץ מיט דיר, פיל איך אביסל רוהיגער און מער זיכערער, ווייל דו ביזט לעבן מיך.

אפאר מינוט שפעטער האט יוסל נאך מער ארויסגעברענגט די געפילן פון וואס ער געדענקט פון זיין יוגענט.

י. מיינע עלטערן זענען קיינמאל נישט געווען ווארעם צו מיר, אפגערעד אז מיין טאטע האט מיר כסדר קריטיקירט און אנגעשריגן אויף וואס איך האב נאר געטון. מיין מאמע האט נישט אזויפיל קריטיקריט אבער, בכלל נישט געווען אינטרעסירט אין מיר, און ווען זי האט שוין יא געפרעגט עפעס, איז עס געווען זייער אויף אזא נעבעכדיגע טון, ווי צו פרעגן, אוי נעבעך וואס גייט פאר מיט דיר, וואס איז געשען?

מ. ס'הערט זיך ווי זי איז געווען זייער פארזארגט איבער דיר.

י. איבערגעזארגט מיט שטארקע ענקזייעטי. איך האב מיך נישט געקענט רירן אן דעם וואס זי זאל מיר זאגן וואס יא צו טון און וואס נישט. לעצטע וואך האט זיך מיך גערופן און געזאגט אז איך קען נישט טון עפעס וואס איך האב געהאט אין פלאן צו טון, ווייל איך וועל אויסזען ווי א 'שלעפער'. און די מעסעדזש וואס איך באקום פון איר איז, 'אז איך דארף וואטשן יעדע ריר וואס איך געב, ווייל די וועלט איז טאקע מסוכן, און אויב מ'וואטשט נישט, קען מען חרוב גיין'. און אין די זעלבע צייט איז נישט געקומען קיין שום סאפארט אויף וואס איך האב יא גוט געטון, נאר כסדר וואטשן און וואטשן, און דעיס איז נישט גוטאון דעיס איז נישט גוט וכו'.

מ. יא, איך הער זייער גוט וואס דו זאגסט, פון איין זייט הערסטו זייער אסאך פון איר, אז די וועלט איז נישט סעיף, און מ'דארף זייער וואטשן וואס מ'טוט, און פון די אנדערע זייט באקומסטו נישט די ליבליכע ווארומע סאפארט פון איר אז דו זאלסט דיך קענען פילן רוהיג אין די וועלט.

י. יא, ריכטיג.


די ערשטע דריי חילוקים

ביז אהער איז די ערשטע חלק פונעם שמועס. אין דעם חלק איז ארויסגעקומען דעם 'פראבלעם' וואס ליגט יעצט אויפן טיש. שטייט דא א יונגערמאן פון 25 יאר אלט, אבער פילט אין זיך ווי א קינד פון 6 יאר אלט. פונקט ווי א 6 יעריגע פאנגט נישט אן צו טראכטן פון ארויסגיין אין די וועלט אין מאכן ביזנעס, די זעלבע האט יוסל נישט אנגעפאנגן טראכטן פון ארויסגיין אין די וועלט אין מאכן ביזנעס. א קינד פילט זיך זייער אומזיכער אן די סאפארט פון זיינע עלעטערן, בפרט ווען דער קינד ווערט כסדר געפאשעט מיט אינפארמאציע אז וואס מ'טוט מוז מען 'זייער' וואטשן וואס מ'טוט, אז נישט קען מען גיין ראנג.

בדרך כלל קען דער 'עיקר' פראבלעם ארויסקומען אן גיין צו די עבר בכלל. פערצופאל האט זיך געפילט פאר יוסל'ן זייער קלאר אז ער לייד דא פון עפעס וואס לעבט שוין פון אלטס קינד. אבער דא קען מען שוין די חילוק פון ק"ט און פסייכויאנאליזיה. אנשטאטס אנצוקוקן דעם פראבלעם ווי עפעס וואס איז געשען אמאל, האט זיך יוסל דערזען מיט עפעס וואס ער לייד 'יעצט'. דאס אלעס האט פאסירט דורך דעם וואס ער האט זיך מדמיין געווען זיין יעצטיגע מצב, און געשפירט קלאר אז דאס איז וואס ער שפירט יעצט. נישט אז איך האב אים געזאגט אז דו ליידסט פון עפעס אן אלטע פראבלעם, נאר אז ער אליין פילט אז ער לייד פון עפעס וואס ער האט אלעמאל געליטן און האט זיך נאך קיינמאל נישט געטוישט עד היום הזה.

וואלט ווען יוסל נישט מיטגעלעבט די מציאות פון זיין אייגענע געפיל, נאר אויף די וועג וויאזוי מען טוט דאס אין פסייכויאנליזיה, וואלט עס אויסגעזען מער ווי א טיאוריה ווי פון א מציאות. איך וואלט אים געקענט מסביר זיין מיין אייגענע טיאוריה פארוואס ער היינט אזוי מורא, אז ווייל ער האט אמאל נישט באקומען קיין אהבה און געפיל, פילט ער זיך יעצט זייער דערשראקן, ווייל ווען א קינד וואקסט אויף אן קיין אהבה, איז מען נישט גוט געבויט און ס'פעלט אין זיכערקייט, און איך וואלט געשטיפט יוסל אנצונעמען מיין געדאנק. מעגליך אז יוסל וואלט עס אנגענומען און מעגליך אז נישט. אבער דאס האט נישט אויסגעפעלט דא. יוסל האט עס אליינס מיטגעלעבט אן קיין טיאוריות.

יעצט דארף מען זען וויאזוי היילט מען דאס? לאמיר זאגן אז אפילו אויב דער טיאוריה וועט לאנדן אויפן קליענט, ווי אין פסייכויאנאליזיה, און דער קליענט וועט עס דערהערן, איז וואס איז יעצט? בסה"כ בלייבט איבער צו טון, אז דער קליענט זאל דאס גוט פארשטיין שכל'דיג, און אזוי האפענדיג אז מיט די צייט וועט דער קליענט זיך קענען אביסל בארוהיגן מיט דעם דורך זיך קענען אביסל אפטיילן דערפון, ווייל אויב מ'פארשטייט אז דער פחד קומט פון 'אמאל', אויב אזוי איז דער יעצטיגע פחד נישט אזוי אמת, עס איז בסה"כ פון אמאל.

ווידער אין סי. בי. טי. וואלט מען געטון אנדערש. ביי זיי וואלט מען סתם אזוי נישט געגעבן קיין הסברים פון ווי דאס האט זיך אנגעהויבן. און אויב עס קומט יא אריין די ווייטאג פון די עבר, וועט דער טערעפיסט פראבירן צו דערגיין די נישט ריכטיגע מחשבה וואס ליגט דא באהאלטן, און עס אויפטוישן אויף ריכטיגע מחשבות. מעגליך אז מען וואלט צוגעקומען צו מחשבות, ווי 'זאכן קענען גיין ראנג', אדער, 'איך קען נישט טון זאכן פאר איך בין זיכער אז איך ווייס וויאזוי זאכן גייען זיך אויסלאזן', וואס דאס אלעס זענען זייער לעגעטימע פחדים וואס אזאנע מענטשן קענען האבן. אבער כדי זיך ארויסצודרייען דערפון, וועט דער טערעפיסט ארבעטן עס אויפצוטוישן אויף די ריכטיגע וועג פון טראכטן.

אבער איך האב געוואלט טרעפן דער פאקט וואס טרייבט באמת זיין פראבלעם יעצט. דאס איז שוין א טריט ווייטער פון פסייכויאנאליזיה און פון סי. בי. טי. וועלעכע פאקט טרייבט יעצט יוסל'ן אנצוהאלטן די ענקזייעטי ביי די 25 יאר? וואס דארף יוסל קענען זען קלאר אנדערש מיט די היינטיגע מער 'עדאלט' אויגן, זיך צו קענען אביסל אפטיילן פון זיין איידענטיפיקאציע מיט דעם 'קינד'? אויף דעם ליינטס ווייטער.

מ. איך וויל אז דו זאלסט דיך מצייר זיין ווי דו שטייסט אלטס קינד לעבן דיין מאמע, און אזוי ווי אלע קינדער האסטו מן הסתם אויך געהאט אלע זאכן וואס דו האסט ליב געהאט צו טון. איז דא עפעס וואס דו קענסט געדענקן וואס דו האסט ליב געהאט?

י. יא, איך האב ליב געהאט מיינע געימס.

מ. יאפס, און איך וויל דו זאלסט דיך מצייר זיין ווי דו ווילסט צוגיין צו דיין מאמע און איר פארציילן וואס דו האסט געטון היינט.

יוסל האט זיך צוגעמאכט די אויגן און פראבירט זיך מצייר צו זיין ווי ער טוט דאס, און האט גלייך געשפירט די אומאיינגענעמליכקייט פון דעם.

י. איך קען גלייך שפירן איר נערוועזקייט, איר דערשראקנקייט, זי הערט מיר אויס מיט א האלבע אויער, און דערנאך זאגט זיך מיך גלייך צו גיין עסן, ווי צו זאגן, 'ס'אינטרעסירט מיר נישט קיין סאך וואס דו ווילסט מיר דערציילן'. איך באקום פון איר אזא מין רויטע דאנזשי מעסעדזש.

מ. א מעסעדזש אז וואס?

י. 'האלט דיך צירוק! וואטש! וואטש!' ווי צו זאגן, 'אלעס איז גוט, אבער וואטש'. איך דארף רעדן ווי ווייניגער.

מ. קוק אן דיין מאמע, און באמערק וויאזוי ס'ענדיגט זיך דעם סענטענס פון זיך אליין, 'אויב איך גיי יא רעדן, און יא פארציילן פאר דיר מיינע זאכן וואס איך האב צו פארציילן, דעמאלט...?'

י. דעמאלטס גייסטו ווערן אנגעצויגן און נערוועז, און זאכן גייען ווערן סאך מער ערגער, גייסט מאכן א גאנצע קעיס פון יעדע זאך וואס איך זאג דיר, שוין בעסער אז איך בלייב שטיל און פארטיג! ביזט נישט אינטרעסירט צו הערן וואס איך האב צו זאגן, פאר דיר איז גוט וויאזוי ס'איז.

מ. סוי וואס איך הער פון דעם איז אביסל טיפער פון פריער, דו ווילסט איר וואטשן אז זי זאל נישט נערוועז ווערן, און דו דארפסט דיך אנהאלטן נישט צו זאגן עפעס וואס וועט איר נישט געפעלן.

י. יא, איך האב געהאט אסאך פראבלעמען, אזוי ווי אלע קינדער, אבער איך האב געציטערט צו רעדן פון דעם, ווייל ווער ווייסט וואס קומט נאכדעם? זי גייט ווערן אזוי נערוועז.

מ. און אויב זי גייט ווערן נערוועז?

י. דעמאלטס ווען מען מיך באשולדיגן, און מיך אנשרייען, און זי גייט נישט וויסן וויאזוי עס צו הענדלן, ס'וועט איר מאכן נאך מער צער, און זאכן גייען ווערן נאך סאך מער קאמפלעצירט. וועל איך ענדערש זיך ארום דרייען מיט מיינע פראבלעמען אין מיר, און קיינער טאר נישט זען מיינע פראבלעמען, אפילו איך בלייב אן קיין שום סאפארט.

מ. אהא, קיינער טאר נישט זען דיינע פראבלעמען, ווייל אויב מ'גייט עס זען...

י. גייט זיין נאך ערגער, און זאכן גייען ווערן מער קאמפלעצירט, זי וועט נאר אפזיפצן, 'אזא קינד האב איך?'

מ. אהא. און וואס איך הער איז, אז לכה"פ אלטס קינד איז געווען זייער א שרעקעדיגע זאך בכלל צו האבן א פראבלעם, ווייל עס אויסצושמועסן גייט די מצב ווערן נאך ערגער. אבער נישט אויסצושמועסן, דרייסטו דיך ארום מיט א זאק פון פראבלעמען אינגאנצן אליינס אן קיין שום סאפארט, און נישט האבן קיין אנונג וואס צו טון.

י. יא, ממש אזוי, איך בין צוריסן פון אלעס זייטן, און איך בלייב אזוי דערשראקן מיט יעדע טשעלענזש אין לעבן וואס קומט מיר נאר ארויף, ווייל ס'איז נישטא קיין סעלושענס פאר קיין פראבלעמען, אויב ס'איז דא א פראבלעם גייט עס נאר ווערן ערגער! ס'איז די ערשטע מאל וואס איך קען אזוי קלאר ארויסברענגן וואס א 'פראבלעם' מיינט פאר מיר. וואס איך כאפ יעצט איז, אז ווען א פראבלעם קומט מיר אונטער, מיינט דאס אז איך דארף מיך 'צאמצוען' און לייגן ווי ווייניגער געוויכט אויף דעם, ווייל ס'איז עכט נישטא וואס צו טון.


די פאקט וואס יוסל האט זיך געלערענט ווען עס איז דא פראבלעמען אין לעבן

די טיפע געפיל וואס יוסל האט זיך אויסגעלערנט פארן לעבן, איז נארוואס ארויסגעקומען זייער קלאר. ארויפברענגן די געדאנק אז צומאל איז דא פראבלעמען אין לעבן, איז א אפגעפרעגטע זאך ביי אים. נאר צו טראכטן פון דעם, ברענגט אים עס ארויף די קאשמארן פון אלטס קינד ווען ער פלעגט מורא האבן ארויפצוברענגן זיינע זאכן וואס פלעגן אים ליגן אויפן הארץ פון פחד אז זאכן גייען נאר ווערן ערגער, אפילו דאס ארומדרייען זיך אליינס מיט די פראבלעמען, האט גארנישט צוגעלייגט צו זיין פעקל ווייטאגן. אנשטאטס באקומען סאפארט, פלעגט ער באקומען נאך מער ווייטאג, אדער לכה"פ אזוי האט ער געהאלטן גייט פאסירן.

איך האב פארשטאנען פון דעם, אז נישט קיין ווינדער אז ס'גייט אים מורא'דיג שווער ארויסצוקומען און אנהייבן טראכטן פון נעמען א זשאב און מסדר זיין דאס לעבן. דאס ברענגט דאך מיט א טוץ פון פרישע פראבלעמען וואס ער האט געוואלט אויסמיידן פון יעדע פרייז.

די נעקסטע שטאפעל איז געווען צאמצושטעלן דאס וואס ער האלט אן פאר א מציאות, צו די מצב פון היינט. נאך א שטאפעל אנדערש ווי טראצדיציאנאלע פסייכויאנאליזיה. מיט וואס האט דער אמאל שייכות צו היינט? און ביי דעם פאל איז לכאורה דער תירוץ, אז ארויסקומען אין די וועלט, איז קלאר ביי יוסל'ן אז ס'קומט מיט א פארציע פון נעגעטיווי אן קיין שום סאפארט. זאכן גייען זיין מער ערגער ווי בעסער.

איך האב אים געהייסן זיך ווייטער מצייר זיין זיין מאמע, און זאגן פאר איר דאס וואס איז ארויסגעברענגט געווארן ביז אהער.

מ. זאג פאר דיין מאמע, 'יא ארויסברענגען סייוועלעכע פראבלעם, גייט נאר מאכן דעם פראבלעם ערגער, און ס'גייט דיך וויי טון, און ס'גייט זיין כעאס, ממילא גיי איך גארנישט טון וואס קען צוברענגן צו סיי וועלעכע פראבלעם, און נישט ארויסגיין ארבעטן, און נישט ממשיך זיין מיטן לעבן'.

יוסל האט עס נאכגעזאגט, און האט עס געפילט פאר א שטארקע אמת. ווי געשריבן אויבן, האט ער געפילט אז דאס איז די ערשטע מאל ווי ער קען ממש שפירן עפעס וואס איז גליגן אונטער זיין באוויסט-זיין און עס ארויסברענגן אזוי קלאר. ער האט טאקע געשפירט אז מיט דעם געפיל, וואס איז נאך דערווייל א פאקט, קען ער נישט ארויסגיין ארבעטן, ווייל ער גייט ווערן סטאק און זיך נישט קענען אן עצה געבן, און ס'איז א שאד אנצהייבן. דאס האט געשיינט א שטארקע ליכט אויף די ענקזייעטי און די געפיל פון איינזאמקייט וואס ער האט געשפירט אנפאנג שמועס - אז מ'קען זיך צו קיינעם נישט אויסרעדן, איז א פלא אז מ'שפירט זיך אליינס?

ווי איך טו כסדר נאך א שמועס איז אראפצושרייבן אויף א צעטל דאס וואס איז ארויסגעקומען, כדי דער קליענט זאל דאס קענען ליינען במשך די וואך. די תועלת דערפון איז אז מען קען זיך מער קאנעקטן צו די אמת וואס מען האט געטראפן, און דאס העלפט צו אז מ'זאל אנהייבן צו לעבן מיט א אן אנדערע בליק אויפן לעבן פון וואס מען האט געמיינט, האפענטליך וועט דאס צוברענגן צו עפעס א סתירה.

די צעטל וואס איך האב אפשגעשריבן פאר יוסל'ן האט זיך געליינט ווי פאלגאנד, און האט זיך געשפירט פאר אים זייער אמת:
צו רעדן פון סייוועלעכע פראבלעם, גייט נאר מאכן די מצב ערגער און איך גיי ווערן א 'קעיס', און דו מאמי וועסט ווערן נאך מער נערוועז.
איך גיי קיינמאל נישט קענען מענעזשען מיין לעבן, ווייל איך גיי נישט באקומען די ווארימע סאפארט - ס'איז נישטא קיין סעלושענס פאר פראבלעמען, פראבלעמען ווערן נאר אויפגעבלאזן.
סוי די איינציגסטע וועג וויאזוי איך קען לכה"פ ווייניגער מאכן מיינע מוטשערייען, איז נישט צו רעדן פון דעם און בלייבן באזארגט און אנגעצויגן, אפילו איך קען גארנישט טון אזוי, און נישט נעמען א נייע זשאב.


דער לעצטע שטאפל - די סתירה

איך בין אבער נאך נישט פארטיג געווארן מיט דעם. אזוי ווי בשעת'ן שמועס האט יוסל ארויסגעברענגט אז פאר מיר פילט ער זיך יא זיכער, האב איך געטראכט אז דא איז א געלעגענהייט אפצופרעגן דעם פאקט אין לעבן. אויב מיט מיר פילט ער זיך באקוועם, אפשר מיט מיר פילט ער ווי ער קען יא דורכרעדן זיינע פראבלעמען, והא ראיה דא שטייט ער און ער רעד זיך אויס זיינע פראבלעמען און זאכן ווערן אין פאקט בעסער, נישט ערגער. דאס איז א קלארע סתירה צו דאס וואס ער האלט אן פון אלטס קינד.

איך וואלט געקענט זאגן פאר יוסל אז לכאורה קען מען זען א אנדערע זייט פון די מטבע דא ביי מיר אין אפיס, איך האב אבער געוואלט אז יוסל זאל דאס שפירן אויף די אייגענע הויט, ווי מיר האבן שוין געשריבן, אז עס איז וויכטיג אז ביידע פאקטן זאלן זיין צוזאמען אויף איין מאל.

איך האב מיך אנגערופן צו יוסל אז איך וויל נאך טון איין זאך פאר מ'ענדיגט. איך האב אים געזאגט אזוי, 'יוסל, קוק אהער, איך וויל דו זאלסט מיר קוקן אין די אויגן, און איך וויל דו זאלסט מיר זאגן די זעלבע זאך וואס דו האסט פריער געזאגט פאר דיין מאמע, 'מתבונן יעדע פראבלעם וואס איך גיי נאר ארויפברענגן דאס אויפן טיש, גייט נאר ווערן ערגער און דו גייסט ווערן נערוועז, און איך גיי נישט האבן קיין שום סאפארט, סוי איך מוז בלייבן אליין און גארנישט טון'.

יוסל קוקט מיר אן ווי איך בין אראפ פון די לבנה. ער האט נישט געוויסט אויב ער דארף וויינען אדער לאכן.

'איך קען דאס נישט זאגן פאר דיר, מתבונן, ס'איז ממש נישט אמת'.

'איך וויל נאך אלטס דו זאלסט עס זאגן', האב איך אים געזאגט. די סיבה פארוואס איך האב געוואלט אז ער זאל עס בכל אופן זאגן, איז ווייל דאס וועט אנהייבן אריינצוברענגן די געדאנק אין זיין מציאות, ענדערש ווי סתם עס פארשטיין אין שכל.

ער האט עס אנגעהויבן צו זאגן.

וואס זאל איך ענק זאגן, ס'איז געווען פורים. ער האט זיך ממש געקאטשעט פאר געלעכטער. קוים וואס ער האט געקענט ארויסזאגן א ווארט פון מויל. פון א צובראכענע פארווייטאגטע נשמה, איז פלוצלינג אין א רגע געווארן אן אנדערע מענטש מיט א אויפגעלאכטענע פנים. דאס איז א סימן אז דער מוח זעט דא עפעס זייער איבערראשענד און נישט נארמאל, עפעס וואס איז אינגאנצן אנדערש ווי מען איז צוגעוואוינט.

'ס'איז ממש נישט אמת', האט ער ממשיך געווען בשעת ער האט עס ארויסגעזאגט פון מויל, און ווייטער אויסגעפלאצט אין א געלעכטער.

איך האב אים עס געהייסן נאכאמאל זאגן ארויסברענגענדיג די אינטרעסאנטקייט דערפון, 'ביז היינט איז געווען אזוי אמת אז פון פראבלעמען רעד מען נישט ווייל עס גייט ווערן ערגער, און וויאזוי שפירט זיך עס ווען דו זאגסט עס פאר מיר, אנערקענענדיג אז עס מוז נישט זיין אמת?'

'ס'עפענט זיך פאר מיר א נייע וועלט!', האט יוסל ספאנטאניש געענעפערט. 'די וועלט ווערט עפעס אינגאנצן אנדערש ווי איך האב געמיינט אז ס'איז' (נאך א סימן אז די סתירה האט געארבעט). 'איך פיל אז איך וויל אנהייבן אריינצוכאפן די וועלט וויפל ס'איז שייך. איך קען נישט גלייבן אז ס'איז עכט דא א מענטש וואס איז גרייט מיר אויסצוהערן און העלפן. פארוואס האב איך דאס נישט געכאפט ביז היינט?'

אזוי בין איך געגעאנגן אהין און צירוק, פון די אלטע פאקט צו די נייע פאקט פאר נאך א צוויי מינוט, און צום סוף צוגעלייגט צום צעטל, 'אבער ווען איך זאג דאס צו מתבונן, פיל איך ווי איך וויל אייננעמען די וועלט און יא אנהייבן צו טון'.

פאר יוסל'ן איז דאס געווען די ערשטע דורכברוך פון א סעריע פון אנדערע סתירות. אבער דאס איז געווען קריטיש וויכטיג אז ער זאל זיין גרייט צו עקסעפטן אז מ'קען אנהייבן טראכטן פון ארויסגיין פון מיין פארמאכטע וועלט, ווייל די וועלט איז יא סעיף'.

דער לעצטע שטאפל, איז נישטא ביי פסיכויאנאליזיה. אין ק"ט וויל מען אז דער קליענט זאל קענען זען אז דער אויסגעלערנטע פאקט, איז אין פאקט נישט דאס וואס מען האט געמיינט. עס איז אויך נישט ווי ביי סי. בי. טי. ווי דער טערעפיסט פראבירט צו משכנע זיין דעם קליענט צו טוישן זיין מהלך המחשבה דורך אים אויסלערנען אן אנדערע וועג וויאזוי צו טראכטן. דא זענען ביידע פאקטן געקומען פון די מיטלעבעניש פונעם קליענט, און ער האט געקענט בוחר זיין אין וועלעכע ער האט געוואלט. ער האט געטראפן דעם אמת, און מער האט ער נישט געדארפט.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » מיטוואך מארטש 23, 2016 2:17 pm

אקעי, איך וועל ברויכן האבן א רואיגע מינוט דאס דורכצוליינען.... בוקמארקד
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מיטוואך מארטש 23, 2016 2:36 pm

פרינטער פרינט! ייש"כ מתבונן!

מחר
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:30 pm

תגובהדורך מחר » מיטוואך מארטש 23, 2016 6:23 pm


אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1853
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג מארטש 27, 2016 9:01 pm

הרב מתבונן! איך ווער ממש נתפעל פון דיינע ווערטער עס דערקענט זיך אז דו "לעב'סט" "אין" די ענינים ס'איז א חלק פון "דיר" אזוי נאטירליך און געשמאק א גרויסן יישר כח
און אדרבה זאג די מיר צו מיטן גבול פון 45 מינוט א סעסיע קען מען אנקומען צו אזאנא טיפע מעיינות בעמקי נפש האדם??!!!!!
סי בי טי גיבט דען פאר א מענטש די געפיל אז ער זאל פילן זאכן מאכן "סענס" [ווי איינער האט פריער מגיב געווען]?
לך בכוחך זה והושעת את ישראל!!!!!!!!!!!!!!
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5373
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג מארטש 27, 2016 10:38 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:הרב מתבונן! איך ווער ממש נתפעל פון דיינע ווערטער עס דערקענט זיך אז דו "לעב'סט" "אין" די ענינים ס'איז א חלק פון "דיר" אזוי נאטירליך און געשמאק א גרויסן יישר כח
און אדרבה זאג די מיר צו מיטן גבול פון 45 מינוט א סעסיע קען מען אנקומען צו אזאנא טיפע מעיינות בעמקי נפש האדם??!!!!!
סי בי טי גיבט דען פאר א מענטש די געפיל אז ער זאל פילן זאכן מאכן "סענס" [ווי איינער האט פריער מגיב געווען]?
לך בכוחך זה והושעת את ישראל!!!!!!!!!!!!!!

מתבונן איז געוואלדיג..


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דריידל, ר' יום טוב און 18 געסט