שיעורים בהבנת תורת הנפש

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10875
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 12:02 pm

אריין אין פאעזיע אפטיילונג
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 2:41 pm

Lol לכאורה

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך אפריל 29, 2015 10:39 pm

מתבונן מען גייט נאך גיין ווייטער מיט די שיעורים?

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דאנארשטאג אפריל 30, 2015 9:34 pm

אי"ה. די נעקסטע נושא ווירבלעט מיר נאך אין קאפ, און איך דארף אביסל צייט דאס צו קענען מסדר זיין.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג מאי 26, 2015 11:21 pm

מתבונן דו שרייבסט אז אקטועל די פאסירינגען ווערט נישט אויסגעמעקט נאר די מעסעדזעס , מיין שאלה איז אז מען מעקט אויס די מעסעדזעס ווערן נישט אטעמאטיקלי געמעקט די פאסירונגען אויך און מען פארגעסט די קינדישע יארן?

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מיטוואך מאי 27, 2015 12:33 pm

ניין. עקטשואל זכרונות וואס ווערט אנגערופען episodic memory, ווערט נישט אויטאמאטיש אויסגעמעקט ווען מ'מעקט אויס דו emotional learning memeory. זיי זענען פלאצירט אין אנדערע פלעצער אין די מוח און עס האט נישט קיין שייכות. די מעסעדזשעס וואס מען האט זיך אויסגעלערענט פון יענע זכרונות, און די פחדים וואס דאס פראדעצירט אויפן לעבן, ווערט געהאלטן אין די amygdala חלק אינעם מוח, וואס קאנטראלירט פחד. די עצם זכרונות זענען פלאצירט אין די ניוראקארטעקס, און נאך (זענען פארהאן פארשידענען מיינונגען ווי דאס ווערט פלאצירט, און עס איז א נושא פאר זיך, וואס אין אמת'ן האב איך נישט דורכגעטון געהעריג). עס פאסירט גארנישט אויב מגעדענקט וואס עס האט פאסירט אמאל נישט אזוי גוט, ווילאנג עס האט נישט קיין השפעה אויף היינט און מלעבט נישט ווייטער ואוס יענע זכרונות האבן פארשטאנען וויאזוי לעבן איז.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

דל גאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 3:05 pm

תגובהדורך דל גאה » דאנארשטאג מאי 28, 2015 5:00 pm

איך האב א חבר גאר א גוטע חבר וואס מוטשעט זיך געפערליך ארום מיט די מחלה הידוע בתורת הנפש ונקרא שמו בישראל קאמפלעקס ממש ער קען נישט וואקן גראד אויפן גאס .. ער האלט אז קיינער דארף אים נישט יעדער האט אים פיינט יעדער וואס רעדט שטילערהייט אויףן גאס רעדט פון אים (אין אמתן איז ער אזא בחןטער מענטש אזא בעל מידות אזא באליבטער) ליידער... ממש איך קען עס נישט צוקוקען .. ער איז שוין געווען ביי פסיכלאגן און סהאט גארנישט געהאלפן .. .ער טענהט אז זיי האבן געארבביט אן א געפיל ממש נאר געמיינט די געלט .. סאיז א ווייטאג צוצוקוקען


יעצט איז אזוי איך וויל אים שטארק העלפן , מיין שאלה איז וואס קען מען טוהן מיט אזא מענטש אים צוהעלפן ??
אהובי וידידי טיילט מיט אייער עקספיריאנס וואס איר האט געהאט .
די זכות וועט אייך זיכער באשטיין פון ראטעווען א אידיש קינד פון אזעלכע צרות. איר זאלט קיינמאל נישט וויסן

געדענקט כל המציל "נפש" אחת מישראל .... טראכט גוט אריין עס שטייט נפש נישט גוף ..
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן

shomierpeevilshonoi
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:30 pm

ליבלינג אדער באליבט

תגובהדורך shomierpeevilshonoi » דאנארשטאג מאי 28, 2015 5:41 pm

ליבשאפט איז נישט די אפגאט ,ןןאס צי דעם זיך קלאמערן ביז ביטול עצמיות:
ער איז די זאך! די חלק אלן'ק ממעל
ו''
עם האט מען באשאפען אין ווערט נאך אויפגעהאלטן ווייל איז באליבט!! די מזל טוב געשרייען ביי זיין געבורט ציט זיך נאך אין איז פיל אקטןעל
ליבשאפט איז בלויז די ליטמאס טעסט אז די באזיסט ווירדע ,אויף וואס רייט דערויף א ליבשאפט
אז איינער האט דיך נישט ליב ,קליקט ער נישט מיט דיר
ביזט מערסטענס נאר ארים אין א חבר נאמן הגון ןןאס קליקט
אבער דיין די א ליבלינגזאך איז אייניג אוואוי יעדער
ליבשאפט דינט דיך
אנטוויקעל דיין אויפריכטיגע דיך אין פיל אליין די ליבלינגקייט פין דיך!!!
נישט א יענער באשליסט וועדטער דיב יזט זאך אף ליבלינג
סאיז שוין א געשעהענעם פארגאנגענע פאקט!

דל גאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 3:05 pm

תגובהדורך דל גאה » דאנארשטאג מאי 28, 2015 7:03 pm

כבוד הרב מתבונן , ביטע העלף מיט וואס דו קענסט אין ווייסט
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דאנארשטאג מאי 28, 2015 9:50 pm

דל גאה טייערע, איך פארשטיי אז דו ווילסט העלפן דיין חבר זייער שטארק, און ס'איז באמת זייער שיין פון דיר אז דו נעמסט די צייט און די מיה אוועקצוגעבן פאר דיין חבר.
אבער קוק וואס דא גייט פאר. ער האט שוין פראבירט צו גיין צו אסאך מומחים, וואס האט נישט געהאלפן, היות, לויט איהם, האבן זיי נאר געמיינט געלט. איז די שאלה, ווילסטו איהם העלפן טון די זעלבע וואס די מומחים האבן פראבירט, מיט די מעגליכקייט אז ביי דיר וועט עס העלפן ווייל דו נעמסט נישט קיין געלט? אויב יא, גיי צאל געלט פאר די מומחים, פרעג זיי וואס זיי האבן געטון, לערן דיך אביסל צו און באקום אביסל עקספיריענס, און ארבעט מיט דיין חבר בחנם, האפענטליך וועט ער פון דיר וועלן מקבל זיין. אויב האט עס נישט געהאלפן ווייל די מומחים האבן נישט גוט געארבעט, דארף מען וויסן וואס האבן זיי פראבירט צו טון וואס האט נישט געארבעט, כדי דו זאלסט נישט איבערטון די זעלבע טעותים נאכמאל. ווידער אויב די מומחים האבן געטון א פיינעם זשאב, נאר דיין חבר קען זיך נאך אלטס נישט ברענגען זיך צו טוישן, וואס פאסירט אפט, און זיין תירוץ וועגן געלט איז סתם באבע מעשיות, דיין איז דאס א צווייטע מעשה, וואס וועט דיר זיין אביסעל שווערער צו העלפן (א גרויס חלק פון די שיעורים דא, איז דאך געבויט אויף דעם פראבלעם).
און דאס נעמט דיר א טריט ווייטער, האסטו שוין פראבירט עפעס צו טון? וואס האט געארבעט און וואס נישט? די שאלה פאנגט זיך נאך אן פון פאר דעם, וואס ווילסטו בכלל קענען אויפטון מיט איהם? ווי ווילסטו איהם טראגען? ווילסט איהם פשוט קענען מחזק זיין אין זיינע שווערע זמנים? אדער ווילסטו איהם באמת קענען אוועקשטעלן אויף די פיס אז ער זאל נישט צוטערן צו גיין אויף די גאס?
בקיצור, זיי דיך בעסער מסביר צו ווי דו צילסט, און וואס איז שוין געטון געווארן און וואס נישט.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

דל גאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 3:05 pm

תגובהדורך דל גאה » דאנארשטאג מאי 28, 2015 10:11 pm

שכוח הרב מתבונן , סמיר אביסל שווער יעצט מסביר צו זיין פונקוטליך האפנטליך מארגאן וועל איך פרובירן מסביר זיין דאס מערסטע וואס שייך
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » פרייטאג מאי 29, 2015 12:42 am

שומר פיו טייערער ס' באמת א שאד ס' קיקט אויס ווי דו רעדסט דברים הגונים אבער ס' עפעס נישט קלאר געשריבן ס' קיקט אויס ווי דו שרייבסט יודיש מיט פארטיגעזיש אויסגעמישט מיט לאקשן ס' באמת א שאד! אוינדז פארפאס מיר דיינע איידיעס. עצה טובה פאר דו דריקסט שלך איז דא א אפשען פון 'אויסקיק פון פאראויס' דו קענסט זעהן פונקטליך וויזוי דיין פאסט גייט אויסזעהן פראביר עס אויס און נאכדעם וואס דו זעהסט אז ס'איז ליינבאר נאר דעמאלטס שיק עס שכוח

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור יב - דיין אייזל רעד? הער אים אויס!

תגובהדורך מתבונן » זונטאג יולי 12, 2015 8:41 pm

בלעם שמייסט אריין אין זיין אייזל

דער געדאנק פון דעם אשכול האט זיך אנגעהויבן פארמירן שבת פר' בלק בשעת'ן ליינען. ב"ה איך האב יעצט געטראפן די צייט עס אראפצושרייבן. די לעצטיגע געטיעכטס דא אויפן וועלטעל בנוגע מרה שחורה און שמחת החיים האט מיר געברענגט צוצולייגן מיינע צוויי סענטס צום נושא.

פר' בלק האט מען געלערנט די פרשה פון בלעם מיטן אייזל.

אויב מטראכט אריין וואס דא האט פאסירט, איז דאס באמת זייער אינטרעסאנט.

בלעם שמייסט אריין אינעם אייזל אינגאנצן אויפגעברויזט, ווען ס'רינט זיך אים שוים פון זיין מויל. דערנאך נעמט זיך דער אייזל אזוי תמעוואטעוודיג רעדן צו בלעם'ן, היתכן די פראקסט מיך אריין? וואס האבעך דיר דען געטון? בלעם, ווערענדיג נאך מער אויפגעברויזט אויף דעם תאמעוואטעדיגן שאלה, נעמט זיך יאמערלעך שרייען אויפן אייזל, 'דו ווייסט נישט פארוואס איך פראק דיר?! פארוואס שטעלסטיך אפ ווי אן אייזל?! גיי שוין!!' דא האט שוין דער אייזל שוין נישט געקענט מער, פאר אים איז דאס געווען א דבר פשוט, אויב איינער שטייט פאר זיינע אויגען, ווי קען ער זיך ריקן ווייטער. וואס וויל מיין בעה"ב פון מיר האבן? איז ער אינגאנצן אראפ פון זינען? ער זעהט נישט אז מ'קען נישט גיין דא? מאכט דער אייזל אויף א מויל, און נעמט זיך שרייען אויף זיין בעה"ב, 'האב איך דיר נישט געפאלגט ביז אהער? האב איך דיר דען אריינגעלייגט אין אזא מצב אמאל? מיינסט אז איך בין אזאוי צודרייט?

איז קודם דארף מען פארשטיין, פארוואס זאגט נישט דער אייזל גראד צו בלעם'ן, 'דו זעהסט נישט דעם מלאך שטיין דא, און ער לאזט מיר נישט גיין? ביזטע ממש בלינד געווארן אויף דער עלטער?!'

צווייטענס, ווילאנג דער מלאך האט זיך נישט אנטפלעקט פאר בלעם'ן, איז בלעם נישט געווען צופרידן, און ס'זעהט אויס, אז אויב דער מלאך וואלט זיך נישט אנטפלעקט, וואלט ער ווייטער אריינגעפראקט און באזידעלד זיין אייזל פארן אים אזוי אפטון. ווען נישט דער מלאך ריקט זיך דא אריין און נעמט איבער די לייצעס, וואלט דא געפלויגן פעטש אן קיין רחמנות אויף דעם אומשולדיגן אייזל, בשעת איינער שטייט איר אין וועג, און לאזט איר זיך נישט רירן.

אבער וואס איז מיט דעם בלעם? וויפל שכל דארף מען האבן, אז ווען מזעט אן אייזל זיך אויפפירן, און נאך דערצו עס נעמט זיך רעדן, זיך צו געבן א שטעל אפ, און טראכטן פאר איין סעקונדע, 'וואטס גויאינג אן היר טודעי וויט מיי דאנקי?! דאס איז נישט דער אייזעל וואס איך קען! זייט ווען טוט זי מיר אזוי אפ, און זייט ווען קען זי רעדן?! עפעס איז טאטאל נישט בסדר!'

און נישט נאר דאס, ווי נישט ווי, האט בלעם גאנץ געוויסט, אז דער באשעפער וויל נישט אז ער זאל גיין. נו, איז נישט דברים בגו אז עפעס שטעלט דא דער באשעפער אונטער? קען אפשר זיין אז דער אייזל וויל טאקע ליצנות מאכן פון אים, אבער אפשר פאסירט דאס 'פונקט היינט' ווייל דער באשעפער טוט דא עפעס? אבער בלעם ווייסט נישט פון גארנישט, ער איז משוכנע אויף הונדרעט פראצענט, אז זיין אייזל וויל פראסט און פשוט מאכן ליצנות פון איהם היינט. נא נא, וועסטע כאפן!

איז די קושיא פון צוויי זייטן, פארוואס זאגט נישט דער אייזל ברחל בתך הקטנה וואס דא גייט פאר? און פארוואס נוצט נישט בלעם אביסעלע שכל אז זייער מעגליך אז ס'איז דא א תירוץ פארוואס 'פונקט היינט?' און ס'איז נישט אזי פשוט פארוואס זיין אייזל פירט זיך אויף אזוי.

און דער תירוץ איז פון צוויי וועגן, סיי פונעם אייזל, און סיי פון בלעם.

דער אייזל בלייבט אייזל, און בלעם בלייבט בלעם.

א אייזל איז א בהמה, זי טוט וואס זי זעהט. ס'פאלט איר נישט איין אז עפעס איז דא אויסטערליש אינטרעסאנט. ווען א אייזל זעהט א מלאך, איז דאס פונקט ווי זי זעהט א מענטש, און אלעס זעהט אויס נארמאל. א מענטש האט א פראבלעםצו זעהן א מלאך, אבער נישט א אייזל. נישט אומזינסט האט בלעם נישט געזען דעם אייזל, ווייל ער וואלט פשוט משוגע געווארן, ווייל א מענטש מיט שכל פארשטייט אז צו זעהן א מלאך איז נישט נארמאל (ווי רש"י איז מסביר). איז פארן אייזל איז פשוט נישט איינגעפאלן צו זאגן פאר זיין בעה"ב, איך דארף אים זאגן? זעהט ער נישט אליין מיט די אייגענע אויגן? איז ער טאקע אזוי משוגע? ס'איז קלאר אז היינט האט ער אביסל צופיל געטרינקן אדער וואס, און וויפל איך וועל אים נאר מסביר זיין וועט גארנישט העלפן. א שאד די צייט. איז פארפאלן, היינט גיי איך כאפן קלעפ. און ווען די קלעפ הערן נישט אויף צו קומען, נעמט ער זיך שרייען פון גרויס ווייטאג.

בלעם, פון די אנדערע זייט, האט דאך נישט געוויסט וואס זיין אייזל גייט יעצט אריבער, און וואס זי טראכט יעצט. בלעם איז א מענטש, און ער זעהט נישט קיין מלאכים, און ביי אים איז אויך קלאר אז אייזלען זעהן נישט קיין מלאכים (אויב איך זעה נישט, קען מיין אייזל אוודאי נישט זעהן! הע הע! איך האב דאך אסאך מער שכל פון אים), ביי אים איז קלאר אז היינט וויל אים דער אייזל פשוט גיין אויף די נערוון. 'נא נא אייזל, דו וועסט אזאנס כאפן ביז דו וועסט 'דערהערן' אז מיט מיר פאנגט מען זיך נישט אן!'

איי, הויכגעשעצטער בלעם, טראכט אריין א מינוט, אפשר דאך? אויב דיין אייזל איז געווען וואויל ביזט היינט, און דו האסט עפעס א פרשה מיטן אויבערשטן יעצט, איז אפשר זענען די צוויי אינצידענטן געבינדן איינסט מיטן צווייטן? און אפשר זעהט טאקע דיין אייזל עפעס מער וואס דו ווייסט נישט, אדער דו 'ווילסט נישט' וויסן?

אבער נעעע! נישט בלעם. בלעם גייט זיך אזוי שנעל מכניע זיין צו זעהן זיין דורכפאל.

און די פייט גייט אן. און די פייט וואלט נאך אפשר אנגעגאנגן ביז היינט, אויב דער מלאך וואלט נישט אריינגעקומן און געמאכט סדר.

און יא, בלעם מיט גרויס בושה, האט געמוז מודה זיין אז דער אייזל האט געזען דא עפעס סאך מער וואס ער האט געזען. נישט נאר וואס ער האט עס נישט געזען, נאר עפעס וואס ער אליינס האט געוויסט וואס ער האט צוטון, נאר ער האט זיך נישט געהאלטן ביים וויסענדיג מאכן צו וואס דער אויבערשטער האט אים געהייסן.

ער איז דא געווארן איבערגעקליגט פון א פשוטע אייזל.

און די בושות איז געווען שרעקליך.

עד כדי כך, אז כדי 'שלא יאמרו זו היא שסלקה את בלעם בתוכחתה ולא יכול להשיב, שחס המקום על כבוד הבריות', און דערפאר האט דער באשעפער געהרגעט דעם אייזל, צו שוינן אויף בלעם'ס כבוד.

וואס וואלט געווען ווען בלעם געט זיך א שטעל אפ פאר א מינוט און גיט א טראכט, העי וואס גייט דא פאר? וואס איז היינט אנדערש ווי היינט? און ווען ער זעהט אז ער האט שוין א שפראך מיטן אייזל און ער קען פלוצלינג רעדן מיט איהם, וואלט געקענט פארקומען אזא שמעוס בערך:

בלעם: אייזל איך עפרישיעיט זייער שטארק וואס דו האסט אלעמאל געטון אזא פינעם זשאב, אבער וואס גייט פאר היינט?
אייזל: איך ווייס נישט, איינער שטייט דא און לאזט מיך נישט גיין!
בלעם [אינגאנצן פארווינדערט]: וועמען זעסטו דארט? איך זעה נישט קיינעם?
אייזל [שוין אינגאנצן ערשטוינט]: דו זעסט נישט קיינעם?
בלעם [שוין נישט וויסענדיג ווער ס'מאכט חוזק פון וועמען? אבער פראבירט זיך צו האלטן רוהיג און מיט די קאפ אויפן פלאץ]: זאג נאר אייזעלע טייערע, וויאזוי זעהט אויס דער מענטש וועמען דו זעהסט?
אייזל: ער זעהט אויס זייער אינטרעסאנט, ווען דו זעסט אים ווען, וועסטו פארשטיין ווי אינטרעסאנט דאס איז. ער איז ווייס, מיט זייער אסאך פליגלעך, ער האלט די הענט אין הויך, און האלט א שווערד, און...

יעצט טראכט שוין בלעם צו זיך אז דא האנדעלט ער מיט א צופידעלטע בהמה וואס דמיונט אין גרויסן. 'וואס איז איהם היינט אריין אזא שגעון אין קאפ?' ווינדערט זיך אזוי בלעם צו זיך אליין. פארפאלן דאס איז די מציאות. זעהט אויס אז בהמות קענען אויך ליידן אויף דמיונות, כ'האב דאס קיינמאל נישט געוויסט (איר לאכט? ס'איז דא הוראות וויאזוי זיך צו באגיין מיט הינט וואס האבן אוי. סי. די.). בלית ברירה וועל איך מוזן אביסל מיטשפילן מיט איר, דא אזוי אויפן וועג האב איך נישט א פראפשענעל וואס זאל זיך קענען אפגעבן מיט איר.

ווילאנג ער טראכט האקט דער אייזל אריין:

אייזל: נו, דו זעסט אים שוין? ער ריקט זיין האנט ארויפ און אראפ, זייער אינטרעסאנט...

בלעם איז מחליט אביסל מיטצושפילן.

בלעם: אייזעלע, דער אינטראסאנטער מענטש האט א מויל?
אייזל: יא, זייער א פאני מויל.
בלעם: אה גוט, פרעג אים וויאזוי ער הייסט.
אייזל: ער וויל נישט זאגן.
בלעם: איז פרעג אים פון ווי ער קומט?
אייזל: ער זאגט ער קומט פון אויבן.
בלעם [פאנגט אים אן אביסל שלעכט צו ווערן]: וואס הייסט פון אויבן?
אייזל: איך ווייס נישט, אזוי זאגט ער. האסט געהערט ווי ער האט עס געזאגט?
בלעם: ניין. [מיט א מער נערוועזע טאן] פרעג אים וואס ער וויל.
אייזל: ער זאגט אז ער וויל דיר נישט לאזן גיין. ער זאגט אז ס'איז נישט גוט פאר דיר צו גיין ווייטער.
בלעם [פאנגט אן צו שמעקן פון וואס ס'האנדעלט זיך דא, און זיינע נערווען ווערן אביסל מער אנגעצויגן. פראבירט זיך זייער שטארק צו האלטן רוהיג]: פרעג אים וואס ס'גייט אים אן? ווער איז ער? ווער האט אים אהערגערופן? ווער האט אים געפרעגט?
אייזל: ער זאגט אז ער מיינט דיין גוטס. ס'איז נישט גוט פאר דיר אז דו גייסט שעלטן די יודן. ס'איז א שאד פאר דיין צייט, דו וועסט דורכפאלן.

דא ווערט שוין בלעם פארלוירן. ער כאפט שוין גאנץ גוט וואס דא גייט פאר, און ווער דער 'יענער' איז וואס לאזט איהם נישט גיין. ער האט שוין טויזענט מאל חרטה פארן אנהויבן דעם גאנצן שמועס, און פארן זיך אזוי אראפלאזן 'שפילן' מיט זיין פארדמיונטע אייזל. זיין גאנצע פלאן פון שעלטן די אידן קעגן דעם אויבערשטענס ווילן, קען דא גיין לטמיון.

אבער סאיז שוין דערנאך. דאס איז עס. ער האט אנגעהויבן דעם שמועס, און דא האלט ער יעצט. ער האט צוויי ברירות, אדער גיין מיטן אמת, און צירוק אהיים גיין, אדער גיין מיטן קאפ אין וואנט.

דאס אלעס וואלט געקענט געשען. אבער אויב וואלט בלעם געווען אזוי, וואלט ער מעיקרא נישט געגאנגן. אבער בלעם טוט וואס ער וויל, און אזוי זעהט מען אויס. מיט זיינע צופידעלטע נערווען, וויסענדיג אז ער גייט דא אויף א מיסיע וואס האט נישט קיין אויסזיכטן מצליח צו זיין, ווערט ער גלייך נערוועז אויפן אייזל און פראקט אריין אן רחמנות, נישט כאפענדיג אז דא ליגט עפעס א אינטערגעשטעלטע מעשה.

די אייזל אין אונז - דיין אייזל רעד? הער אים אויס!

די תורה איז נצחיות.

מיר אלע האבן אן 'אייזל' און אונז. מיר האבן א גאנצע מערכת פון כוחות נפשיים וואס פירט אונז. עס אונז אינסטינקטיוו. סטראכט נישט, ספירט זיך אויף וויאזוי מען האט אים געפראגרעמט.

מיר אלע האבן אויך א העכערע כח פון א בהמה, וואס איז געמאכט צו פירן דעם בהמה - ס'ווערט אנגערופן שכל. שכל קען פראגרעמען דעם בהמה ווי אים צו פירן און וויאזוי ער זאל זיך אויפפירן. אבער צומאל קענען זיך די צוויי אביסל צומישן, נישט וויסענדיג ווער דארף וואס צו טון. דעמאלטס, אין די שוואכע מינוטן, קען דער אייזל ווערן דער וואס פירט (האט איר שוין געזעהן א קלאס וואס די קינדער זענען נישט אזוי אין קאנטראל, ווייל זיי פילן נישט ווי זיי האבן א רבי וואס קאנטראלירט זיי?).

צומאל איז דער אייזל זייער גערעכט, און ס'פילט זיך זייער אומבאקוועם צו הערן וואס זי זאגט.

אבער זי געבט נישט אויף, און זאגט דאס וואס פעלט אויס אין די מינוט.

דער אייזל, הייסט אסאך מאל ענקזייעטי, אסאך מאל הייסט עס פאניק, אסאך מאל הייסט עס דעפרעסיע, און אסאך מאל א גוטן שמייס אין רוקן, אבער הצד השוה שבהם אז ס'איז א אייזל - זי זאגט וואס זי זעהט, און בעיקר, דאס וואס דער שכל וויל יעצט נישט זעהן.

דער אייזל ווערט ווי א זשי. פי. עס. אין צייט פון נויט.

אבער אן אייזל, בלייבט אן אייזל. קיין סאך שכל האט זי נישט. אבער זי זאגט פראסט און פשוט וואס זי זעהט, ווען די שכל וויל משום מה נישט זעהן. צומאל איז עס 'איבערגעטריבן' און נישט אין די ריכטיגע פראפארציע, אבער אויב הערט מען איר אויס, דעמאלטס קען מען עס אויסגראדן.

אבער מ'מאוז איר קודם אויסהערן, אז נישט ווייסט מען נישט וואס זי זעהט.

דאס איז די יסוד פון ענקזייעטי וכדו'. עס איז א כח אינעם מענטש וואס האלט קלאר אז דער מענטש וויל נישט גיין ווייטער. ער זעהט אבער קלאר אז דער מענטש וויל עס נישט הערן. בלית ברירה צונד ער אן זיינע לעמפעלעך און שרייט פייפעדיגע קולות, אזש מען קען נערווירט ווערן פון אים.

דער וואס הערט די קולות האט צוויי ברירות.

מקען צירוק שרייען און אנקוקן די ענקזייעטי ווי א משוגענער צודרייטער בעל דמיון, וואס וויל סתם דרייען א קאפ און משוגע מאכן דאס מענטשהייט. און מ'קען זיך אויך געבן א שטעל אפ און טראכטן א מינוט, העי, וואס גייט דא פאר? אפשר וויל ער מיר עפעס זאגן וואס איך וויל נישט הערן? עפעס מאכט נישט קיין סענס, פונקט היינט פיל איך אזוי משוגע? עפעס מוז דא מאכן סענס.

אויב נעמט מען די כח און שטארקייט עס אויסצוהערן ווי אומבאקוועם עס זאל נאר זיין, דעמאלטס קען מען צו גיין צום 'פארהאנדלונגס טישל' און טרעפן א לייזונג צום דילעמע, אויב אבער וויל מען דאס אנקוקן ווי א 'אנשיקעניש' און נישט מער, און מדארף נישט מער ווי א פיליכעל עס מסדר צו זיין, דען יו לאסט די האויל פוינט.

און אונזערע שיעורים האבן מיר שוין געברענגט כמה דוגמאות וויאזוי דאס זעט אויס. למען החידוש עמער ברענגען קורצע עפיזאדן פון מענטשן וואס האבן געהערט פון זייערע 'אייזלן' ווען זיי האבן דאס אנגעהויבן אויסצוהערן, בפרט בעניני רוחניות, און וויאזוי זייער אינערליכע 'פייט' האט זיך געקענט אנהויבן צו בארוהיגן אפילו נאך פאר מ'האט געהאט דעם ענדגילטיגן לייזונג.

משה ברוך'ס אייזל - טו תשובה!

משה ברוך, א פריש חתונה געהאטע יונגערמאן, האט זיך אריינגעזעצט מיט פרישע כוחות אין כולל, האפענדיג אז יעצט נאך די חתונה גייט עס שוין נישט דרוקן, און וועט קענען לערנען מיט הרחבת הדעת.

אבער ס'איז אים נישט געווען באשערט.

ס'האט אים ווייטער אראפגעדרוקט ווי להכעיס.

פון ווען משה ברוך איז א קליין יונגל, ווייסט ער אלץ, אז אין זיין קאפ איז דא עפעס וואס דרוקט אים אראפ צו דער ערד, און וויל אים אומווארפן אין יעדע ליאדע מינוט. בפרט ביי פלעצער ווי ער האט זיך געדארפט מער האלטן אין באלאנס, ווי אריבערגיין די גאס, איז די עקזייעטי געווען נאך גרעסער, 'אפשר יעצט גיי איך טאקע אראפפאלן?' איז כסדר געווען זיין פחד.

נאכן חתונה, האט זיך די קאפ דרוקענישן נישט אויפגעהערט, און ווי פארשטייט זיך האט עס אים געשטערט אין זיין חיי יומיום.

במשך די יארן האט ער עס שוין געהאט אויסגעטשעקט ביי אסאך פראפעסארן, אבער קיינער האט עכט נישט געטראפן עפעס גאר ערענסט.

ווען איך האב געטראפן משה חיים'ן איז ער שוין געווען זייער מיואש פון אמאל פטור ווערן פון דעם אנשיקעניש. ער האט געקענט טרעקן דעם אנשיקעניש, צירוק ביז אזוי ווייט ווי ביי די פינעף יאר.

איך האב מציע געווען פאר משה חיים'ן צו טון עפעס אנדערש פון וואס ער האט געטון ביז יעצט. אנשטאטס צו אנטלויפן און באוויינען דעם דרוקענישט, האב איך אים מציע געווען צו כאפן א שמועס מיט אים.

איך האב קודם אביסל מסביר געווען פאר משה חיים'ן דעם קאנסעפט פון געוויסע כוחות הנפש וואס ווילן כאפן אונזערע עטענשען, הגם עס איז אמאל אומבאקוועם צו הערן וואס זיי האבן צו זאגן. נאכדעם וואס ער האט עס פארשטאנען, האב איך געהייסן פאר משה חיים'ן צו פרעגן דעם 'קוועטעשר' אין זיין קאפ וואס ער וויל פון אים האבן. 'קענסט אים פרעגן דיירעקט', האב איך פארגעשלאגן, 'פארוואס קוועטשטו מיך אזוי שטארק? און קענסט אים אויך דיירעקט זאגן, אז דו ביזט אפען און גרייט צו הערן א תשובה'.

משה חיים האט געפאלגט און האט געפרעגט דעם קוועטעשר, 'פארוואס קוועטשטו מיך און דו לאזט מיך נישט קיין מנוחה? איך בין גרייט צו הערן וואס דו ווילסט מיר זאגן'.

יעצט האב איך אים געזאגט, נעם א טיפע אטעם, האלט דיך רוהיג, און דו וועסט הערן די תשובה אין דיין קאפ ווען די מינוט וועט קומען.

משה חיים איז אזוי געזעצן רוהיגערהייט א מינוט צייט, אבער גארנישט געהערט. איך האב אים געהייסן נעמען נאך א טיפע אטעם, און נאך א מינוט און ס'גייט קומען א תשובה. ביז... ער האט אנגעהויבן עפעס צו הערן אין זיין קאפ.

'ער זאגט עפעס וועגן תשובה..., לאמיך אים אויסהערן נאך א מינוט...', האט משה חיים א קרעכץ געגעבן.

ער הערט אים אזוי אויס, און יא... עפעס זאגט ער וועגן תשובה טון.

משה חיים האט זיך געכאפט פון אסאך אינצעדענטן אין לעבן, וואס האט אים כסדר געגעבן די מעסעדזש אין לעבן אז... דו דארפסט תשובה טון פאר דיינע עבירות, און דער זעצער אין זיין קאפ, וויל אים דערמאנען די זעלבע זאך.

איך האב געפרעגט משה חיים, אויב ער ווייסט פון וועלכע עבירות דער קווטשער רעד פון?

'אוודאי ווייס איך וואס ער מיינט', האט משה חיים געענעפערט, 'איך דארף טאקע תשובה טון אויף אסאך עבירות אין מיין לעבן'.

פרעג איך אים ווייטער, 'און וואס וועט געשען אויב ער וועט דיר נישט אזוי שטארק קוועטשען, נאר די מעסעדזש וועט בלייבן אזוי אינדרויסן, אן דעם וואס ס'זאל דיר קוועטשען פון אינעוויינגי?'

'נע', גיט משה חיים א מאך אוועק, 'דעמאלטס וואלט איך מיך נישט וויסענדיג געמאכט פון אים'.

'אהא', ענדיג איך צו, 'די איינציגסטע וועג וויאוזי דו מאכטס דיך וויסענדיג פון אים, איז נאר אויב ער קוועטשט דיר 'גוט גוט' אריין אין די ביינער, אז נישט ווייסטו נישט אויב דו גייסט אים אויסהערן.

'אוודאי אזוי', פירט משה חיים אויס, 'אגאנץ לעבן דארף איך תשובה טון? אבער ער איז דאך גערעכט, איך דארף טאקע תשובה טון'.

איך האב אראפגעשריבן אויף א צעטל, דאס וואס משה חיים האט יעצט פון דאסניי מיטגעלעבט, 'אויב גייסטו מיר נישט גוט אריין קוועטשן, גיי איך פארגעסן תשובה צו טון אויף מיינע עבירות, סוי דו מיזט מיך גוט צוקוועטשן אז איך זאל גוט געדענקן', און איך האב אים געהייסן ליינען דעם צעטל בערך איין מאל א טאג ווען ער פילט ווי ס'קוועטשט אים.

איבעריג צו זאגן אז במשך די נעקסטע וואך האט אים גארנישט געקוועטשט מער, אפשר ממש איינס אדער צוויי מאל פאר א פאר מינוט. יעצט האט מען געקענט שמועסן 'פראקטיש' אויף ווי ווייט ער דארף תשובה טון, אויף וואס ער דארף תשובה טון, און בעסער צו פארשטיין די מושג פון תשובה בכלל.

משה חיים'ס 'אייזל' - ואס איז געווען אין א פארעם פון שטארקע קוועטשענישן אין קאפ, האט כסדר געוואלט טון עפעס פאר משה חיים דאס וואס משה חיים האט געוואלט הערן, אבער משה חיים האט זיך משום מה נישט וויסענדיג געמאכט פון דעם, ממילא האט ער אים כסדר נערווירט מיט זיינע מעסעדזשעס. ביז ענדלעך, אזוי אומגעפאר 20 יאר שפעטער, האט ער אים ענדליך אויסגעהערט, און ער האט געקענט נאכלאזן. יעצט האט דער אייזל געוויסט אז ער גייט 'יא' אויסהערן אפילו ער גייט נישט אזוי שטארק קוועטשן.

אבער א אייזל בלייבט אייזל. און יעצט קען מען איבסל מסביר זיין דעם אייזל, און פאר משה חיים'ן זעלבסט, וואס תשובה איז בכלל, און וויאזוי מען מאכט דאס.

הערשל'ס אייזל - דו זיכסט א תירוץ צו אנטלויפן פון דערהיים

הערשיל איז ב"ה א סאקסעספולער ביזנעס מאן. במשך די לעצטע פאר יאר איז ער ב"ה שטארק געשטיגן אין זיין ביזנעס. אבער ווי מער ער איז געשטיגן אין ביזנעס, האט ער אויך געזען א שטיקל ירירדה אין זיין רוחניות. ער האט געהאט א חברותה אויף צוויי שעה ביינאכט, אבער קיין סאך איז זיין קאפ נישטא געווען. עס האט אים שטארק געבאדערט, אבער ער האט זיך עפעס נישט געקענט קיין סאך העלפן, און מיט דעם איז אויך מיטגעגאנגען אנדערע חלקים, ווי נישט אינזין האבן געהעריג ביים דאווענען וכדו'.

ביז היינט האט ער אלעס תולה געווען אין זיין אויפבויען זיין ביזנעס. זאכן זענען נישט געגעאנגען ווי געפלאנט, זאכן זענען געווען צופארן, און זיין קאפ איז ממש נישטא געווען. בלית ברירה האט ער זיך געגעבן א תירוץ אז זיין קאפ איז נישטא, און האפענטליך ווען ביזנעס וועט זיין בעסער, וועט זיין קאפ בעסער זיין אפען צום לערנען.

אבער ביזנעס פארט שוין ב"ה פיין, און נאך אלץ, דער קאפ איז נישטא, און ער האט זיך ארומגעדרייט זייער צובראכן וועגן דעם.

ער האט עס ווייטער תולה געווען אין דעם אז זיין קאפ איז זייער מיד נאך א טאג שווערע ארבעט.

האב איך אים געפרעגט אויב לערנען פארטאגס, ווען די קאפ איז נאך אויסגעריהט, אויב דעמאלטס וואלט געווען א בעסערע צייט פאר אים.

ער האט געענעפערט אז יא, אבער דא האט ער זיך געכאפט אויף זיין 'פראבלעם' פון ביינאכט.

ער האט אנגעהויבן כאפן וואס ער וויל באמת.

ביינאכט האט ער נישט קיין געדולד צו זיין אינדערהיים. ער פילט אז ער איז סתם א 'שלאק' ביינאכט אינדערהיים. דא בעהט אים זיין ווייב ער זאל דאס ברענגן, און די נעקטטע טאג זאל ער יענץ ברענגן. ער איז שוין געווארן פעד-אפ! אויב בלייבט ער שוין יא אינדערהיים ביינאכט, און לערנט אנשטאטס דעם פארטאגס, וויל ער קענען פארברענגן מיט זיין ווייב, לכה"פ א רוהיגע פופצען מינוט. אבער ביז היינט איז אים געוון קלאר אז דאס גייט נישט פאסירן. זיין ווייב וועט כסדר זיין זייער ביזי מיט שטותים והבלים, זאכן וואס 'מוזן' ווערן ערלעדיגט אין שטוב. אבער אביסל צייט פאר איר מאן, וועט זי נישט מאכן.

דער יונגערמאן, האט דאס פשוט נישט אויסגעהאלטן, און האט נישט געזען קיין שום זין פון בלייבן אין שטוב. אבער סתם ארויסגיין פון שטוב, וועט דאך זיין ווייב נישט לאזן, ווייל ס'איז דא 'וויכטיגס' צו טון אין שטוב, און ער האט געוויסט אז ער וועט אינטערברעכן אונטער זיין ווייבס פרעשור.

האט ער געטראפן א גוטע עצה - מ'גייט גיין לערנען. דאס קען שוין זיין ווייב נישט אפזאגן. איך מיין, איר מאן מוז דאך גיין לערנען. אויב גייט מען צירוקטוישן דעם שיעור אויף פארטאגס, איז דער יונגערמאן געטרעפד!

דער נושא איז שטארק ארויסגעברענגט געווארן במשך דעם שמועס. כדי דאס שטערקער צו מאכן, האב איך אים געהייסן זיך דמיונ'ען ווי זיין ווייב שטייט ביים פענסטער פון ביהמ"ד, און ער זאגט איר אפען און גראב, 'ווייב טייערע, איך וואלט ווען געוואלט לערנען פיין, און איך קען ווען לערנען פארטאגס, אבער ס'איז נאר דא איין סיבה פארוואס איך בין דא - ווייל איך האב נישט קיין אנדערע וועג פטור צו ווערן פון דיר!'

דאס האט ארויסגעברענגט זיין טיפע ווייטאג אז ער האט טאקע נישט געהאלטן ביים לערנען יעצט. ער האט פשוט געזיכט אוועקצוגיין פונדערהיים און נישט דארפן זיין אינעם אומרוהיגן אטמעספערע. די ביסל רוהיגקייט נאך א טאג ארבעט האט ער געטאפן בשעת ער האט געקלאצט און געפראוועט פיינע שמועסן מיטן חברותא אין ביהמ"ד.

עס האט שטארק ארויסגעברענגט זיין טיפע ווייטאג פון נישט קענען האבן די ערווארטעטע קשר וואס ער האט געוואלט האבן מיט זיין ווייב.

די אנערקענונג האט אים געמאכט איבערטראכטן ווי ער האלט אויף דער וועלט. פלוצלינג האט ער אנגעהויבן צו זעהן אז זיין אמאליגע החלטה, פון א יאר צירוק, מוז נישט זיין גולטיג אויף היינט. זייער מעגליך אז ער קען יא האבן אן אפענע שמועס דערוועגן מיט איר, אן דארפן ארום גיין פון אונטער די טיר מיט כל מיני תירוצים.

איבעריג צו זאגן אז די נעקסטע טאג האט ער נאך יארן פון נישט קענען האבן א קלארע קאפ ביים דאווענען, צירוק געקענט פילן א תענוג רוחני. ער האט זיך צירוק דערזעהן ווי 'זיך'.

הערשל'ס אייזל, האט געזען עפעס וואס ער האט נישט געוואלט זעהן. הערשל האט נאר געטראכט א גאנצע צייט אז ער וויל לערנען, און ער האט באמת געוואלט לערנען. אבער זיין אייזל האט געוויסט עפעס וואס הערשל וויל נישט אנקוקן (ס'האט אים קיינמאל נישט געפאסט צו טראכטן אזוי הויך דאס וואס ער וויל באמת). איינמאל הערשלע האט דאס אויסגעהערט, האט ער געקענט מאכן א מער קלארערע החלטה אין לעבן, און צירוק באקומען זיין נאטירליכע ענערגיע.

מיר אלע האבן אמאל אזעלעכע אייזלען אין לעבן. מיר האבן די ברירה וויאזוי צו האנדלען מיט דעם אייזל. אדער זיך אויפפירן ווי בלעם, און עס אנשרייען כאילו ס'איז א 'מקרה' און פערצאפעל איז היינט אנגעקומען א אנשיקעניש. אדער קען מען צוגיין דערצו בהשכל ודעת, און זעהן וואס ס'זאגט אונז. בדרך כלל זאגט עפעס וואס איז אונז נישט געשמאק צו הערן. אבער אויב מ'הערט עס אויס, קען נאכדעם ווערן ליכטיג.

הצלחה רבה.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5302
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג יולי 12, 2015 8:51 pm

ביסט ריזזזזיג!!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

תגובהדורך האנטעך » זונטאג יולי 12, 2015 9:07 pm

הערליך! יישר כח!

מחר
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:30 pm

תגובהדורך מחר » זונטאג יולי 12, 2015 10:34 pm

ענדליך ענדליך !!!!!
א גרויסן יישר כח
אויף PDF
https://copy.com/LcJTZMwjLTyGfnjV

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5361
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דינסטאג יולי 14, 2015 12:03 am

מתבונן, א שטיקעל טעכנישע שאלה. איך פארשטיי אז איר. ברענגט ארןיס אז א מענטש זאל נישט איגנארירען זיין אייזעל...און אזוי וועט ער קענען עווענטועל סעטלען די זאך. די שאלה איז נאכן אנערקענען דעם אייזעל און ביני לביני,וויפיל אטענטשאן זאל ער ספענדען אויפן אייזעל? און ןואסערע מהלך זאל ער נעמן ווען ער באגעגענט זיך דערמיט וואס קען א סך מאל זיין זייער ווייטאגליך. פראבירען קאנצעטרירען עפעס אנדערש אדער מסיח דעת זיין איז לכאורה נישט דער ריכטיגער מהלך. נו זאל מען אגאנצען טאג שמועסן און פארהאנדלען מיטן אייזל..?

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דינסטאג יולי 14, 2015 1:22 pm

היימישער יונגערמאן, מקען נישט זאגן קיין פונקטליכע גבול. עס זענען די אפאר שלבים אין דעם. פון אנפאנג איז די בעסטע קודם צו זעהן וואס דער אייזל האט בכלל געוואלט. נאכדעם דארף מען זעהן וויאזוי דער אייזל האט פארשטאנען דאס לעבן, און יעדע שלב פאר זיך דארף ווערן אריינגעברענגט אינעם טאג טעגליכן לעבן, לכה"פ איין מאל א טאג, אדער ווען דער ארגינעלע פראבלעם קומט ארויף.
און דער עיקר איז די המשך וויאזוי צו פארהאנדלען מיט אים אויף ווייטער, וואס דאס דארף מען בדרך כלל קענען האבן איינעם אין די זייט צוצוהעלפן, און דעמאלטס ברענגט מער אריין די נייע חידושים אינעם טאג טעגליכען לעבן, ביז דער אייזל ווערט צוביסלעך בארוהיגט אז אלעס איז אקעי און מדארף נישט מער קריכן אויף די נערווען.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 8:21 pm

מתבונן האט געשריבן:ניין. עקטשואל זכרונות וואס ווערט אנגערופען episodic memory, ווערט נישט אויטאמאטיש אויסגעמעקט ווען מ'מעקט אויס דו emotional learning memeory. זיי זענען פלאצירט אין אנדערע פלעצער אין די מוח און עס האט נישט קיין שייכות. די מעסעדזשעס וואס מען האט זיך אויסגעלערענט פון יענע זכרונות, און די פחדים וואס דאס פראדעצירט אויפן לעבן, ווערט געהאלטן אין די amygdala חלק אינעם מוח, וואס קאנטראלירט פחד. די עצם זכרונות זענען פלאצירט אין די ניוראקארטעקס, און נאך (זענען פארהאן פארשידענען מיינונגען ווי דאס ווערט פלאצירט, און עס איז א נושא פאר זיך, וואס אין אמת'ן האב איך נישט דורכגעטון געהעריג). עס פאסירט גארנישט אויב מגעדענקט וואס עס האט פאסירט אמאל נישט אזוי גוט, ווילאנג עס האט נישט קיין השפעה אויף היינט און מלעבט נישט ווייטער ואוס יענע זכרונות האבן פארשטאנען וויאזוי לעבן איז.

מען קען זאגן אבער אז די סיבה אז מען געדענקט נאך די דראמאטישע פאסירונגען איז נאר ווייל ס' דראמאטיש, איינמאל מען נעמט אוועק די טראמא פארגעסט מען נישט אזוי?

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 6:33 pm

fiena nieas האט געשריבן:
מתבונן האט געשריבן:ניין. עקטשואל זכרונות וואס ווערט אנגערופען episodic memory, ווערט נישט אויטאמאטיש אויסגעמעקט ווען מ'מעקט אויס דו emotional learning memeory. זיי זענען פלאצירט אין אנדערע פלעצער אין די מוח און עס האט נישט קיין שייכות. די מעסעדזשעס וואס מען האט זיך אויסגעלערענט פון יענע זכרונות, און די פחדים וואס דאס פראדעצירט אויפן לעבן, ווערט געהאלטן אין די amygdala חלק אינעם מוח, וואס קאנטראלירט פחד. די עצם זכרונות זענען פלאצירט אין די ניוראקארטעקס, און נאך (זענען פארהאן פארשידענען מיינונגען ווי דאס ווערט פלאצירט, און עס איז א נושא פאר זיך, וואס אין אמת'ן האב איך נישט דורכגעטון געהעריג). עס פאסירט גארנישט אויב מגעדענקט וואס עס האט פאסירט אמאל נישט אזוי גוט, ווילאנג עס האט נישט קיין השפעה אויף היינט און מלעבט נישט ווייטער ואוס יענע זכרונות האבן פארשטאנען וויאזוי לעבן איז.

מען קען זאגן אבער אז די סיבה אז מען געדענקט נאך די דראמאטישע פאסירונגען איז נאר ווייל ס' דראמאטיש, איינמאל מען נעמט אוועק די טראמא פארגעסט מען נישט אזוי?

ניין. עס איז בסה"כ מער נישט אזוי דראמאטיש.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

ניק נסתר
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 5:20 pm

מיין איבערלעבעניש / די חלק וואס אייוועלט האט געהאט דערינען

תגובהדורך ניק נסתר » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 6:27 pm

שלום עליכם, איך בין נישט קיין נייער דא אויפן וועלטעל, מיין ניק איז ניי, עס איז ספעציעל געעפענט געווארן אלס צו בלייבן ואפילו בהסתרה כשמו כן הוא 'ניק נסתר'!


איך וויל דא שרייבן מיין פערזענליכע איבערלעבעניש, און ווי אזוי א חשובע ניק דא 'מתבונן' האט געהאט א חלק דערינען, ליינט מיט אינטרעסע און שפירט אייך פריי צו קאמענטירן.

שטארקע הארץ קלאפעניש... דערשראקן צום טויט... געשפירט אז מיין לעבן גייט זאך אט אט ענדיגן...

אט דאס איז געשעהן איין מאנטאג נאכמיטאג בשעת אין בין געזעצן אין אפיס! פון דאן בין איך אריין אין א נייע וועלט א וועלט וואס איז פאר מיר נישט געווען באקאנט ביז דאן, א וועלט וואס מ'קען אנרופן 'עולם החושך' א פארטונקעלטע וועלט.
אז איר זאלט פארשטיין ווי שטארק די עולם החושך האט מיר אפעקטעט, דארף איך אייך געבן א קורצע איבערבליק איבער מיר.

א אינגערמאן אין די דרייסיגער יארן, א טאטע פון לעכטיגע קינדער ב"ה, א סוקספולע ביזנעסמאן, א שם טוב ושמן טוב, באליבט ביי חברים און משפחה, אפילו כבוד המדומה פארמאג איך אויך, דירה נאה וכלים נאים, שיעורים כסדרן מיט חשק ברוך השם פאר אלסדונג. אויבענאויף האט נישט אויסגעזעהן אז מיין טאג טעגליכע לעבן זאל גורם זיין צו די שרעקעדיגע סצענע פון 'עולם החושך'!

אבער זינט יענע שווארצע מאנטאג האט זיך מיין לעבן דראסטיש געטוישט, כ'האב געלעבט אין שרעק, אויפדערנאכט פלעגט מיר אנכאפן אזא 'טונקעלקייט' אזא מיט 'דיסקאנעקשא"ן פון סאסייעט"י. איך האב פארלוירן וואג, באקומען דיירי"ע, קאפ וויי, רויטע אויגן, זיך ארומגעדרייט פארדאגה'ט, נישט געהאט קיין אינטרעסע אין גארנישט.

עס קומט מיר אן זייער שווער אפילו נאר צוריקציטראכטן פון יענע טעג. צווישן די עפאכע איז געווען יום טוב פסח, כ'קען אייך נישט ערקעלרן ווי ביטער עס איז מיר דאן געווען. פאר די וואס גייען עס אריבער קענען עס עטוואס פארשטיין.

אזוי איז אריבער טאג נאך טאג, זיך געלייגט מיט 'ענקזייטעי' און אויפגעשטאנען דערמיט, כ'האב פראבירט צו דערגיין וואס קען זיין די סיבה? אבער אן ערפאלג. שלאפלאזיגע נעכט האב איך געהאט, 3 אזייגער אינמיטן נאכט האב איך מיר געטראפן מיטן תהילמי'ל אין האנט אינעם ספרים שטוב. איך בין בטבע נישט קיין בעל בכי, אבער איך האב מיר געשפירט אזוי אומבאהלאפן אז איך האב געוויינט! און ווי עס פארשטייט זיך אז אויב שלאפט מען נישט ביינאכט דאן איז דער מח נישט אויסגערוהט בייטאג, וחוזר חלילה.

ויהי היום די מצב איז געווען שרעקליך, האב איך באשלאסן אראפצופארן צום ציון הקדוש פונעם הייליגן ריבניצער רבי'ן זצוק"ל. איך האב מיינע הענט ארויפגעלייגט אויפן קבר, און צוגעזאגט פארן רבינ'ס מוסדות געלט, און איך האב אים געבעטן ער זאל זיין די גוטע שליח און אויספועלן דארט אויבן א ענדגיליטיגע ישועה.
דעם קומענדיגן טאג האט מיר אויפגעבליצט א געדאנק, א געדאנק וואס איז געקומען אינעם זכות פונעם הייליגן צדיק בעזרת השם יתברך, א געדאנק וואס האט מיר צוגעפירט צו די ישועה.

פון צייט צו צייט ביי לאנטש ברעי"ק באזוך איך אויף די היימישע וועב זייטל IVELT , ווי איך ליין פארשידענ'ס. ביז יענעם טאג האב איך נאכנישט געהאט באזוכט אויף א אפטיילונג וואס באהאנדעלט געזונט און נפש. אבער יענעם טאג האט מיר עפעס א דרויסענדיגע כח געצה'ט צו באזוכן די אפטיילונג. און וואונדער איבער וואונדער כ'האב געפונען א גאנצע אשכול געשריבן דורך איינעם 'מתבונן' פרקים אויף פרקים מיט עפעס א אויסערגעווענליכע קלארקייט, איך האב געליינט און געליינט און א נייע וועלט האט זיך געעפענט פאר מיר. כ'האב געזעהן אז עס איז דא טירן וואס פירן ארויס פונעם 'עולם החושך'.

כ'האב גענומען די קוראזש און זיך פארבינדן פרייוואט מיט דעם 'מתבונן' און אים געפרעגט אויב ער טוט עס פאר פרנסה? זיין אנטווארט האט נישט געשפעטיגט צוקומען, און 'יא' איז געווען זיין ענטפער. מיר האבן באשטימט א אפוינטמענט אויף דעם קומענדיגן זונטאג. ווי שאקירט בין איך געווארן אז זיין אפיס האט זיך געפונען ממש אין מיין שכינות, לא יאומן כי יסופר אז די גאנצע צייט די עטליכע חדשים איז מיין ישועה געליגן הארט נעבן מיר, אבער נסתרים דרכי ה' זעהט אויס אז איך האב געמוזט אריבערגיין די שוועריגקייטן כדי צו ווערן א בעסערע איך.
*

זונטאג מיטאג האב איך מיר באגעגענט פערזענליך מיט 'מתבונן' וואס דאן בין איך געוואר געווארן זיין אז דאס איז דער מלאך המושיע ר' ... הי"ו

ר' מתבונן האט מיט זיין אייגנארטיגן מהלך תיכף ארויסגעהאט די מצב, און מיר בארוהיגט אז בעזרת השם וועל איך מיר ארויסזעהן פונעם עולם החושך. גאר גאר טיף אינעם נפש האבן מיר צוזאמען שפאצירט, טיף טיפע כוחות האבן מיר ארויסגעברענגט אויפן האריזאנט. וואך נאך וואך זענען מיר געגאנגן מעלה מעלה, העכער און העכער. עס איז אומבאשרייבליך ווי גוט ר' מתבונן איז דערגאנגען אלסדונג ארום מיר, די צייט וועט זיך ענדיגן אבער מיין שריפט נישט. לאמיך נאר דא ארויסברענגען עטליכע ביישפילן ווי אזוי ר' מתבונן האט מיר באהאנדעלט: א) ער האט נאך עטליכע פראגעס דערגאנגען וואס עס קען זיין די גורם, זאכן וואס איך אליינ'ס האב קיינמאל נישט אינאכט גענומען איבער מיר, האט מיר ר' מתבונן אנדעקט. ממש פון אנפאנג האט מען שוין געזעהן שינויים לטובה. און נאך יעדע סעסיע האב איך באקומען אפגעשריבן קורץ און שארף וואס איך דארף טון און פראקצירן.

כ'וועל איבערהיפן די צוויי חדשים וואס איך בין געגאנגען צו רבי מתבונן און אייך דערציילן ווי איך שטיי האנט ברוך השם.

אדאנק ר' מתבונן דער טרייער שליח בסייעתא דשמיא. איז מען דערגאנגען אז די וואוקס פון מיין ביזנעס איז געווען די גורם ארויסצוברענגען אלטע אנגעזאמעלטע נעגיטיווע כוחות און וועגן פון טראכטן. טריט נאך טריט האב איך בעצת ר' מתבונן געמאכט די נוטיגע טוישינגען סיי טעכניש און סיי גייסטיש. און ברוך השם כהיום בין איך א נייע מענטש, איך באקום צוריק א טעם אין לעבן, איך בין מער דאנקאבאר הקב"ה אויף יעדע ריר אין לעבן, און מיין פרנסה איז געשטיגן אסאך אסאך העכער.

הכרת הטוב איז פון די יסודות אין אידישקייט דעריבער האב איך גענומען די פאר מינוט און אראפגעשריבן די התחלות קשות און די גוטע ענדע, יודו לה' חסדו, און אדאנק אייך ר' מתבונן

הכותב וחותם בתודה מעומק הלב
אני הקטן ומשפחתי שיחי'.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10875
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 6:45 pm

WOW

ב"ה!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 6:59 pm

איי וועלט ראטעוועט לעבענס.. זייער שיין רב ניק נסתר אונדז פריי מיר זיך פאר דיר ב"ה

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5361
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 7:41 pm

יישר כח פאר הרב ניק נסתר פארן ארויפברענגען זיין איבערלעבעניש. נאך א באווייז אז אייוועלט איז א סך מער ווי א כשרע פלאץ צו פארברענגען... אייוועלט איז א פלאץ ווי היימישע, געלונגענע, הארציגע אינגעלייט קענען מיטטיילען מיט אנדערע נוצבארע אינפארמאציע, אן די געווענליכע מסכים המבדילים וואס עס איז דא מיט חברים אין בית המדרש. אנגהויבען פון חבורת הוראה, קושיות און נושאים אין לערנען, און גענדיגט מיט עצות און חסד איינער פארן צווייטען.

ומכאן הקריאה יוצאת...

האט איר א פערזנעליכע איבערלעבעניש וואס קען צונוץ קומען פאר אנדערע אידן??

האט איר געדאנקען וואס אנדערע אידן קענען הנאה האבן??

אייוועלט איז דער פלאץ ווי איר קענט עס ארויפלייגן אן קיין בושה, בעילום שם. און הונדערטער-טויזענטער אחינו בני ישראל וועלן עס זען. און אז עס וועט העלפן אפילו איין איד איז עס שוין כדאי.

#אל תמנע טוב מבעליו
לעצט פאראכטן דורך היימישער אינגערמאן אום מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 7:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ניק נסתר
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 5:20 pm

תגובהדורך ניק נסתר » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 7:43 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:יישר כח פאר הרב ניק נסתר פארן ארויפברענגען זיין איבערלעבעניש. נאך א באווייז אז אייוועלט איז א סך מער ווי א כשרע פלאץ צו פארברענגען... אייוועלט איז א פלאץ ווי היימישע, געלונגענע, הארציגע אינגעלייט קענען מיטטיילען מיט אנדערע נוצבארע אינפארמאציע, אן די געווענליכע מסכים המבדילים וואס עס איז דא מיט חברים אין בית המדרש. אנגהויבען פון חבורת הוראה, קושיות און נושאים אין לערנען, און גענדיגט מיט עצות און חסד איינער פארן צווייטען.

ומכאן הקריאה יוצאת...

האט איר א פערזנעליכע איבערלעבעניש וואס קען צונוץ קומען פאר אנדערע אידן??

האט איר געדאנקען וואס אנדערע אידן קענען הנאה האבן??

אייוועלט איז דער פלאץ ווי איר קענט עס ארויפלייגן אן קיין בושה, בעילום שם.

#אל תמנע טוב מבעליו


שוין געהאט אן א שיעור ניצן פון 'אייוועלט', אין אסאך הינזיכטן. עס איז נישט בלויז 'כשר', נאר אויך די 'בעסטע' ארט פאר קראנטע און ערשטהאנטיגע אינפערמאציע!


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט