שיעורים בהבנת תורת הנפש

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

נפש אמיתי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2014 6:19 pm

תגובהדורך נפש אמיתי » דינסטאג פאברואר 10, 2015 11:19 pm

זייער אינטערעסאנט! יישר כח פארן קלארשטעלן.

למעשה,כדי צו מצליח זיין אין היפנאזיע, און אפילו מיט דיין מהלך, מוז דער קליענט זיין וויליג to lower his guard, אז נישט ארבעט עס נישט. וויאזוי קאנעקט איר זיך צו אזא איינער וואס לאזט זיך נישט?

איך פרעג ווייל איך האב אמאל אריינגעבאמפט אין אזא מין ריקארדינג און איך האב בשום אופן נישט געקענט קאנעקטן, אפילו איך האב באמת פראבירט.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1970
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג פאברואר 10, 2015 11:21 pm

הפלא ופלא!! קלאר און געשמאק!

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך פאברואר 11, 2015 1:30 am

מתבונן, מעכטיג! איך האב אפגעליינט דיין לעצטע שיעור אזוי מיט איין אטעם.
לאמיר נאר פארשטיין, איז עס אויסגעהאלטן הלכה'דיג? (די אשכול דערוועגן האט מיר נישט געהאלפן קיין סאך)
אויב יא, קען איך יעצט גיין היפאטיזן מיין זוהן? אדער ס'פעלט מיר נאך אינפארמאציע?
...

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מיטוואך פאברואר 11, 2015 12:56 pm

wow wow!!
מתבונן דו ביסט אנריעל!!
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מיטוואך פאברואר 11, 2015 6:11 pm

נפש אמיתי האט געשריבן:למעשה,כדי צו מצליח זיין אין היפנאזיע, און אפילו מיט דיין מהלך, מוז דער קליענט זיין וויליג to lower his guard, אז נישט ארבעט עס נישט. וויאזוי קאנעקט איר זיך צו אזא איינער וואס לאזט זיך נישט?


אמת, כדי צו היפנעטייזן איינעם, מוז יענער עווענטואל זיך לאזן, אויב לאזט ער זיך נישט, איז נישט מעגליך איהם צו היפנעטייזן. פארשטייצעך אז א געלערענטער היפנאטיסט, האט פארשידענע וועגן וויאזוי צו מאכן יענעם וועלן. און דאס זעלבע איז מיט וואס איך טו. אבער טראכט אריין, אויב קומט ער צו מיר, איז שוין דא רצון, און מדארף נאר אביסל אויסברייטערן די רצון. אויף אלעם איז דא וועגן.

נפש אמיתי האט געשריבן:איך פרעג ווייל איך האב אמאל אריינגעבאמפט אין אזא מין ריקארדינג און איך האב בשום אופן נישט געקענט קאנעקטן, אפילו איך האב באמת פראבירט.

אולי זאלסטע שרייבן אביסל מער פרטים. וואס הייסט אז דו קענסט דיך נישט קאנעקטען? קענסט נישט ווערן אינגאנצן רוהיג?

איך געדענק פאר יארן צירוק, האב איך אויך פראבירט זיך אליינס צו נאכגיין א ריקארדינג, און ס'יאז מיר נישט געגעאנגען אינגאנצען. היינט פארשטיי איך אז די סיבה איז געווען, ווייל איך האב עכט מוורא געהאט צו בלייבן אן מיין אייגענע קאנטראל, ממילא איז די גאנצע פראצעדור געווען זייער אומבאקוועם, בפרט אז מטוט עס אליין אן קיין געהעריגע גיידענס.
כיום איז דאס שוין סאך לייכטער ב"ה.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מיטוואך פאברואר 11, 2015 6:32 pm

עין טובה האט געשריבן:לאמיר נאר פארשטיין, איז עס אויסגעהאלטן הלכה'דיג? (די אשכול דערוועגן האט מיר נישט געהאלפן קיין סאך)


עס איז נישטא קיין שום פראבלעם הלכה'דיג לפי ידועתי צו טון היפנוסיס. היפנוסיס איז א נאטירליכע טבעי'יותדיגע געשעעניש, און האט גארנישט מיט ע"ז.

עס איז דא א באקאנטע תשובה פונעם אגרות משה (יו"ד ח"ג סי' מ"ד) וואס איז דאס מתיר מהאי טעמא. ער לייגט אבער צו, אז מעגליך אז משום 'זלזול' זאל מען עס נישט טון. דאס הייסט אז דער מענטש איז זיך מזלזל מיטן זיך לאזן ווערן היפנעטייזד, און עס קען זיין דומה צו די הלכה אז מען טאר זיך נישט מזלזל זיין און עסן אין די גאס.

למעשה דארף מען פארשטיין וואס פונטקליך ער מיינט מיט דעם. היפנוסיס אין די גאס האט אלעמאל געהאט א נאמען פון עפעס spooky. די סיבה פאר דעם איז, אז רוב היפנוסיס אין פובליק איז געווען דורך סטעיזש שאוס (stage shows), וואס דאס האט געגעבן די בליק פאר די וועלט, אז היפנוסיס איז עפעס זייער פאני, און מקען מאכן מענטשן טון זייער פאני זאכן. ווען איינער לאזט זיך מאכן היפנוסיס אויפן סטעיזש ברבים, איז ער טאקע מזלזל אין זיך, און לפי דעם אג"מ איז נישט ראטזם דאס צו טון נאר צו מענטשן וואס דארפן נאכנישט אזוי אכטונג געבן אויף זייער זלזול, ווי למשל פאר קינדער וואס דארפן נאכנישט אזוי שטארק אכטונג געבן נישט צו עסן אין די גאס (אויב מאיז נישט מקפיד ביי זיי, מקען דן זיין אין דעם), אדער ביי שמחת חתן וכלה, פורים וכדו' וואס מקען זיך מזלזל זיין.

אבער די עצם מושג פון היפנוסיס איז נישט אלעמאל א שאוי. עס איז ביסודו א שטארקע כח השפעה וואס איינער האט אויפן צווייטען, און כדי מחזק צו זיין די כח ההשפעה קען מען אויך יענעם אריינלייגען אין א טיפערן טרענס כדי די השפעה זאל האבן א גרעסערע כח, אבער מען דארף זיך נישט מזלזל זיין פאר דעם. ס'איז באקאנט די בריוו אין דרך המלך פונעם פיאסעצנער הי"ד ווי א תלמוד שרייבט וויאזוי דער פיאסעצנער האט געהייסן די תלמידים אריינבאקן אין זיך אמונה בשעת מ'איז אין א טרענס, און ער גיט הוראות וויאזוי מען מאכט דאס (צוגעשטעלט א לינק אין די נעקסטע תגובה).

אלזא קיין פוסק בין איך נישט, אבער ווען עס קומט צו העלפן, בפרט לרפואה, איז ר' משה זיכער מתיר, ממילא איז נישטא קיין פראבלעם, און קענסט רוהיגערהייט שיקן דיין זון.
צוגעלייגטע
אגרות משה יוד חג סימן מד.PDF
(146.9 KiB) דאונלאודעד 58 מאל
לעצט פאראכטן דורך מתבונן אום דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 12:16 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

בריוו אין דרך המלך פונעם פיאסעצנער הי"ד

תגובהדורך מתבונן » מיטוואך פאברואר 11, 2015 6:35 pm

דא איז די בריוו אי דרך המלך וויאזוי אריינצוגיין אין השקטה / טרענס.

https://dl.dropboxusercontent.com/u/64962607/%D7%A2%D7%A0%D7%99%D7%9F%20%D7%94%D7%94%D7%A9%D7%A7%D7%98%D7%94.pdf
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

נפש אמיתי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2014 6:19 pm

תגובהדורך נפש אמיתי » מיטוואך פאברואר 11, 2015 8:28 pm

מתבונן האט געשריבן:איך געדענק פאר יארן צירוק, האב איך אויך פראבירט זיך אליינס צו נאכגיין א ריקארדינג, און ס'יאז מיר נישט געגעאנגען אינגאנצען. היינט פארשטיי איך אז די סיבה איז געווען, ווייל איך האב עכט מוורא געהאט צו בלייבן אן מיין אייגענע קאנטראל, ממילא איז די גאנצע פראצעדור געווען זייער אומבאקוועם, בפרט אז מטוט עס אליין אן קיין געהעריגע גיידענס.
כיום איז דאס שוין סאך לייכטער ב"ה.


ס׳איז אינטערעסאנט וואס די שרייבסט וועגן פארלירן קאנטראל. בעצם בינעך א שטיקל קאנטראל פריק און די איידיע פון אויפגעבן קאנטראל איז היבש שרעקעדיג. און צוגאב צו וואס די שרייבסט אין די ערשטע טייל שיעור וועגן די נאטור פון מענטשן, זעעט אויס איך בין נישט א גוטע קאנדידאט פאר די זאכן..

מחר
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:30 pm

תגובהדורך מחר » מיטוואך פאברואר 11, 2015 10:48 pm

וואס איז היפנוסיס PDF
https://copy.com/LCSnvXrX8y4b3gzp

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 11:35 am

מחר האט געשריבן:וואס איז היפנוסיס PDF
https://copy.com/LCSnvXrX8y4b3gzp

איך האב שוין באדאנקט אין אישי כמה פעמים, און איך וויל מיר אויך באדאנקען ברבים פאר הרב מחר פארן אהערשטעלן אזא שיינע ארבעט.
תשואת חן לו.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 11:42 pm

תגובהדורך פר בן בקר » דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 11:45 am

אין לוח הציבור די טעג ווערט עדוועטייזט איינער צישינסקי וואס גיבט שיעורים אויף CBT.
ווער איז דאס? וואס איז דאס?

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 5:57 pm

פר בן בקר האט געשריבן:אין לוח הציבור די טעג ווערט עדוועטייזט איינער צישינסקי וואס גיבט שיעורים אויף CBT.
ווער איז דאס? וואס איז דאס?


דא האסטע פר.

viewtopic.php?t=25819
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 11:42 pm

תגובהדורך פר בן בקר » דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 9:34 pm

מתבונן האט געשריבן:
פר בן בקר האט געשריבן:אין לוח הציבור די טעג ווערט עדוועטייזט איינער צישינסקי וואס גיבט שיעורים אויף CBT.
ווער איז דאס? וואס איז דאס?


דא האסטע פר.

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=25819

ווער איז דער צישינסקי? וועמען'ס תלמיד? איז ער מצליח?

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור י' - האק נאך האק... טראפ נאך טראפ...

תגובהדורך מתבונן » זונטאג פאברואר 15, 2015 10:16 pm

אונז אלע דרייען מיר זיך ארום דא אויף דער וועלט ווען מיר אלע האבן א געוויסע בליק, וויאזוי זאכן ארבעטן. מיט די סארט בליקן קענען מיר אפלעבן אונזער לעבן פאר יארן לאנג, און ניטאמאל וויסן אז עס זענען פארהאנען אנדערע וועגן צו לעבן. צומאל קען דער 'באקאנטער וועג' פארמאכן דער וועג צו זיכען עפעס בעסערס, מיינונדוג פאר א פאקט אז קיין אנדערע וועג איז נישטא, בשעת דער אנדערע בעסערע וועג קען אונז פשוט גרינגער מאכן דאס לעבן.

אין דעם ארטיקל וועלן מיר אראפברענגען א מעשה וואס האט פאסירט מיט יארן צירוק אין ארץ ישראל וויאזוי א יוד'ס לעבן האט זיך געגעבן א דריי ארום אונטער א מינוט נאכן זיך כאפן אז 'העי! איך האב נישט געוויסט אז עס איז דא אנדערע וועג'.

כהקדמה צום מעשה וועל איך ברענגען אן אינטרעסאנטע ידיעה וואס איז מיר שטארק צינוץ געוקומען דעם חמשה עשר בשבט ביים עפענען די פרישע קאקאנאט. עס איז א גוטע משל ארויסצוברענגען דעם רעיון.

האק נאך האק...

דאס ערשטע מאל איך האב געהאלטן א פרישע רויע קאקאנאט אין מיינע הענט, איז געווען חמשה עשר בשבט אלטס חתן אין ישיבה. בין איך נאר וואס צירוקגעקומען פון מקוה יענעם פרייטאג נאכמיטאג צו מיין ציממער אין דורמעטארי, ווען מיינע חברים קומען מיר אנטקעגן מיט א פרייליכע בשורה אז עס איז אנגעוקמען א ריזן קארב מיט פרוכט פאר מיר. איך בין געווען אין שאק. 'ווער קען מיר דא שיקען א קארב מיט פירות דא אין דעם פארשטיפטן גייטסהעד?' האב איך מיר שטארק געווינדערט. קום איך אריין אין צוממער, און נעוואדען? די מחותנים! ווי זיי האבן מיר פארציילט נאך די חתונה, האבן זיי נישט געקענט טרעפן אזוי גרינג אין דעם פארשטיפטן דערפל איינער וואס זאל מסכים זיין צו שיקן פאר זייער חתן א שיינעם 'חתן פעקעדזש' מיט פיינע פירות. ביז ענדליך גייענדיג פון רעכל צו מעכל, פון איין טעלעפאן נאמבער צום צווייטען, האט מען ענדליך דערגרייכט דעם פאסיגן מענטש וואס מאכט 'פרוכט-פלעטערס' אין גייסטהעד. וואס מיינט איר איז געווען דארט? נישט אזאנע שיינע אויפגעשניטענע מענגויס וכדו', אבער פארט נישט שלעכט פאר א גייטסהעדער תושב.

אויך א פרישע קאקאנאט האט מען מיר באגנאדיגט.

אליינס קען איך דאך נישט עסן אזויפיל פרוכט, האב איך צאמגענומען עטליכע חברים און געמאכט א חמישאסער סעודה.

מ'איז אנגעקומען צום קאקאנעט. אבער וויאזוי מאכט מען דאס אויף פאר א גוט יאר?

איך געדענק נישט פונקטליך וויאזוי עס האט זיך צום סוף געעפענט. וואס איך געדענק יא, אז מ'האט געזעצט און געזעצט, אויף דער ערד און אויף וואס מ'האט נאר געטראפן. ווען עס האט זיך יא צוקראכט, האט די וואסער זיך צושפריצט, און די שטיקלעך זיך צוזייעט אויפן גאנצן צוממער.

אבער מ'האט געהאט פיינע פרישע קאקאנאט.

דאס יאר חמשה עשר בשבט, א ערך פון 12-13 יאר שפעטער, אזוי שפאצירענדיג אין גראסערי ערב חמישאסער, האט זיך מיר דערמאנט נאכאמל פונעם קאקאנאט, און עס האט זיך מיר פארגליסט צו פארזיכען נאכאיינס. אבער עס צו עפענען ווי דעמאלטס, איז נישט געווען וואס צו טראכטן. היינט לעב איך מיט מיין בני בית, און איך האב נישט געגלייבט אז ס'וועט זיך איר אזוי גליסטן אז דער קאקאנאט זאל זיך עפענען אזוי ווי דעמאלטס. האב איך מיך געמוזט טרעפן א מער פראקטישער וועג וויאזוי דאס צו עפענען.

און איך האב געטראפן. עס האט זיך מיר נישט געגלייבט אז עפענען א קאקאנאט איז נישט מער ווי עפענען א וואסער-מעלאונע.

אזוי עפענט מען א קאקאנאט, גרינג און פראקטיש.

מען נעמעט א גרויסען מעסער (chef knife), און פון די שטומפיגע זייט נעמט מען זיך האקען אויף די ברייט פונעם קאקאנאט. אזוי האקט מען אפאר רונדען ארום און ארום ביז עס קראכט זיך שיינערהייט אויף אין צוויי. אונטער א מינוט האט זיך אנדערזען א קליינעם קראך. נאך איין רונדע פון האקען, האט זיך דער קאקאנאט שיינערהייט צוטיילט אויף צוויי שיינע חלקים.

עס איז געווען זייער אינטראסאנט.

יארן לאנג ווייס איך אז עפענען א קאקאנאט איז אן עבודת פרך, און מאכט אן גאר א גרויסע שמוץ. און פלוצלונג ווייס איך אז עס איז גאר א גרינגע און ריינע פרעצעדור.

מיט א האק נאך א האק, קומט מען אן אפילו ביי דעם הארטען קאקאנאט.

דאס איז א לעקציע פאר אונז אלע, די פראבירסט און פראבירסט און עס איז שווער, גיי ווייס אויב עס איז נישטא קיין גרינגערע וועג אונטער דיין נאז.

טראפ נאך טראפ... – דער אלטער בחור דער עם הארץ

דאס זעלבע האט פאסירט מיט דעם אלטן בחור דער עם הארץ.

מיט יארן צירוק, האט זיך געדרייט אן אלטע בחור אין א קליין דערפעל אין ארץ ישראל. קיין גרויסע יודע ספר איז דער בחור'ל נישט געווען, און קיין סאך לערנען האט ער נישט געקענט, אבער אן ערליכער, ווי אויך גאר איידעל איז ער יא געווען. נאך פון אלטס קינד, האט דער בחור געוויסט אז לערנען תורה איז נישט פאר איהם. פארשטייט זיך אז ער האט נישט אזוי אויפגעגעבן פון איין מינוט אויפן צווייטן, ער האט פראבירט און פראבירט, אבער אן ערפאלג. ביז דער טאג איז געקומען און זיין ענדגילטיגע החלטה אויף זיין לעבן איז געווען – 'מיין קאפ איז פארשטאפט און געמאכט פון שטיין, און ס'שוין צייט משלים צו זיין מיטן מצב און א שאד נאכאמל צו פראבירן – אוודאי קען איך נישט לערנען, ווי קען עפעס אריינקומען אין מיר ווען איך בין אינגאנצן פארשטאפט. איינמאל פאר אלעמאל זאל איך אנהויבן לעבן אין ריאלעטעיט!'

מיט דעם ענדגילטיגן החלטה, האט ער פארמאכט די גמרא און פארלאזט די פיר ווענט פון זיין ישיבה. זיינע עלטערן, חברים און ידידים פון די ישיבה, האבן זיך ווארעם געזעגענט מיט איהם, בשעת ער איז ארויס צו די פרייע גאס זיכער עפעס וואס צו טון. היות אז קיין סאך לערנען האט ער טאקע נישט געקענט, און דא האט ער זיך שוין געדרייט אין די פרייע גאס, איז ער פארשטייצעך געוואקסען אן 'עלטערע בחור', און קיין שידוך איז איהם בשום אין אופן נישט געגאנגען. נאך א שטיק צייט פון שווערע הארעוואניע צו טרעפן א שידוך, וואס האט זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט, האבן די שדכנים אויפגעגעבן האפענונג אויף איהם.

אין יענעם דערפעל ווי ער האט געוואוינט, האבן אסאך מענטשן – א שטייגער ווי אין די קיבוצים – געהאדעוועט שאף און רינדער, און זיי האבן געדינגען פאסטעכער וואס זאלען פאשענען די שאף במשך דעם טאג. היות דער בחור האט נישט געהאט וואס צו טון מיטן טאג, האט ער זיך אנגעטראגען ביי איינע פון די רייכערע מענטשן אינעם דערפעל צו פאשענען זיינע בהמות, זאל ער כאטש מאכן אפאר גרייצער אין די זייט. דער בעל הבית איז געווען זייער צופרידן פונעם בחור'ס ארבעט, אין מיט די צייט איהם אפילו געגעבן א שטיקעל 'רעיז' אין זיין מאגערע געהאלט.

אזוי איז דארך יארן לאנג. פון אויפבויען א יודישע שטוב האט ער שוין כמעט אויפגעגעבן, אבער ער האט זיך געטרייסט מיט 'זיינע' שעפעלעך, און שטארק אכטונג געגעבן אויף זיי. בשעת ער איז געזעצן מיט די שעפעלעך, האט ער מיט זיין תמימות, און וויפל ער האט נאר געקענט, פראבירט צו זאגען עפעס ווערטער פון תהלים, האפענדיג אז פון ערגעץ ווי וועט ארויסשפראצען זיין ישועה, און זיין באשערטע זאל קומען צו גיין.

די צייט איז געקומען, און דער באשעפער האט אויסגעהערט זיינע תפילות.

מזל טוב! – מ'שליסט דעם שידוך

זיין בעל הבית האט געהאט זייער א געראטענע איידעלע טאכטער. ווי אינטרעסאנט עס זאל נאר נישט אויסזעהן, האט דער פשוטער בחור שטארק מוצא חן געווען אין די אויגען פון דעם מיידל. זי איז מורא'דיג נתפעל געווארען פון זיין חן און איידעלקייט, און עס האט איר שארק געצויגען חתונה צו האבן צו איהם. זי האט אבער געוויסט אז דאס קומעט נישט אין באטראכט. איר טאטע וועט קיינמאל נישט מסכים זיין צו נעמען א בחור אן עם הארץ וואס קען נישט קיין צורת האות. איר טאטע האט זיכער פלענער פאר איר, צו נעמען א בחור א תלמוד חכם וואס זאל זיצן אויף קעסט ביי איהם אינדערהיים און אויסוואקסען צו זיין פון די גדולי הדור. 'ווי גליקלעך וואלט איך געווען ווען דער בחור זאל נאר קענען לערנען', פלעגט זי אלטס טראכטן צו זיך.

זי האט אבער נישט געקענט אויפהערן טראכטן פון איהם.

איין טאג, איז איר איינגעפאלען א געוואגטע גראנדיעזע פלאן.

איין טאג בשעת דער בחור איז געקומען אפנעמען די שעפעלעך, איז זי צוגעגאנגען צו איהם אין די זייט בשעת קיינער האט נישט באמערקט און זי האט איהם פארגעלייגט איר פלאן. 'הער נאר אויס בחור לעבן', האט זי אנגעהויבן אירע ווערטער שטילערהייט, 'אויב איך וועל חתונה האבען מיט דיר, וועסטו גיין לערנען תורה?'

אירע ווערטער האבן אראפגעלאנדעט אויף איהם ווי דינער אינמיטען העלן טאג. 'איך לערנען?' טראכט דער בחור צו זיך, 'וואס האט לערנען מיט מיר? לערנען איז שוין א לאנגע פארגאנגעהייט! וויל זי דא סתם אויפמאכען מיינע אלטע וואונדען? אבער... אבער... הממ... ווי קען איך ארויסלאזען אזא זעלטענע געלעגענהייט? וואס טו איך דא?'

דער בחור הייבט אויף זיין קאפ און זאגט איר אין א פארשעמטע שטומע, 'איך וועל עס איבערטראכטן', און גייט זיך ווייטער זיין וועג מיט די שעפעלעך.

אין אמת'ן אריין האט ער געוויסט אז ער האט נישט וואס צו טראכטן, אבער עפעס האט איהם פארט געשטיפט עס נישט אפצוזאגען גלייך.

דער מיידעל בלייבט נאך שטיין דארט, בשעת זי זעהט ווי דער איידעלע בחור פירט אזוי שיינערהייט די שאף צו זייער קומענדיגע דעסטינאציע. 'אוי ווי הערליך דאס קוקט אויס', טראכט זי צו זיך, 'מיט אזא איבערגעגעבענקייט גיבט ער זיך איבער צו די שעפעלעך, וואס נאך דארף איך פון א מאן? פון וועמען וועל איך דאס באקומען אויב נישט פון איהם? לאמיך האפען אז ער וועט מסכים זיין צו מיין אפמאך'. מיט די מחשבות דרייט זי זיך אויס און גייט זיך איר וועג מיט איר טאגטעגליכע ארבעט.

אין אווענט צייט קומעט דער בחור צירוק מיט די סטאדע שעפעלעך, לאזט זיי איבער אין שטאל, און גייט זיך אהיים. ווער ער טרעט איבער דעם שוועל פונעם טיר, שלאגט איהם די עלענדגייט פון זיין קליינעם דירה אין פנים אריין, טרייבענדיג זיינע מחשבות איבערצוקייען די פארשלאג פון זיין בעל הבית'עס טאכטער. יענע נאכט האט ער נישט געקענט געהעריג שלאפן ביינאכט, האלטענדיג אין איין זיך דרייען אהער אין אהין. פון איין זייט האט ער א געלעגענהייט חתונה צו האבן מיט זיין בעל הבית'ס טאכטער, אבער פון די אנדערע זייט קען ער ניטאמאל חלומ'ען פון עפענען א ספר. אבער פון די אנדער זייט טראכט ער צו זיך, 'אפשר זאל איך אריינטאנצען אין דעם מיט די קאפ אין וואנט, און זיך זארגען וואס גייט זיין מיט'ן לערנען נאך די חתונה? וואס איז זיכער איז זיכער, צו לעבן אזוי עלענד אליין איז בעסער?'.

מיט די מחשבות איז ער איינגעשלאפען אין א טיפע שלאף.

צומארגענס געט ער זיך א וועק אויף ווי פון א טיפע חלום. ריאלעטעיט שלאגט איהם נאכאמאהל אין פנים אריין.

'וואס זאג איך פארן מיידל...?'

די חשק צו באקומען נאך א שותף אין זיין לעבן, האט אנגעהויבן זיך שלאגען מיט ריאלעטעיט. 'איך מיין אז איך בין מסכים אויפן געשעפט! איי וואס וועט זיין מיט מיין שטיינערענע קאפ, איך וועל מיך שוין מוזען אן עצה געבן מיט דעם נאך די חתונה. אזא גאלדענעם געלעגענהייט, קען איך נישט ארויסלאזען פון אונטער די הענט. אבער... בין איך נארמאל? ווייס איך דען נישט אין וואס איך לאז מיך דא אריין? בין איך פון זינען אראפ? נעע, איך קען דאס נישט טון. סתם אויסנערן א מענטש ווייל איך וויל חתונה האבן? אבער... אפשר דאך...? איך מיין... אז... דאס איז עס... איך גיי... ווייטער... זאל זיין וואס וועט זיין...'

ער וואלט אזוי געקענט שטיין ווייטער אין איבערקייען זיינע ספיקות, אבער ער האט שוין נישט געוואלט טראכטן נאכאמאל נאך זיין לעצטע החלטה.

זיינע פיס האבן זיך גענומען גיין שנעלער צו זיין בעל הבית'ס הויז, ווען מיט יעדע פאר טריט קלאפט זיין הארץ נאך שטערקער. 'מיטן אויבערשטענס הילף וועל איך איבערקומען מיין שטיינערנע קאפ', קלערט ער צו זיך, 'ס'וועט מוזן געלאנגען'.

זיי טרעפען זיך ביים באשטומטען פלאץ וואס איז געווען אפגעשמועסט פון נעכטן, און ווי נישט פון זיין אייגען מויל ארויס – נאך פאר ער קען אפילו איבערטראכטן וואס ער גייט יעצט דא טון, גיט ער א שיס ארויס די ווערטער:

– 'מסכים'!

די מיידל האט נישט געגלייבט וואס זי הערט. איר הארץ איז געווארן אנגעפילט מיט פרייד. אט האט זי פאר זיך איר געווינטשענע חתן.

זיי האבן געבראכען טעלער צווישען זיך אן מודיע זיין פאר קיינעם, זיך געווינטשען מזל טוב, און ביידע זענען זיך געגאנגען זייער וועג פרייליכערהייט. נאך א שטיק צייט האבן זיי חתונה געהאט למזל טוב און זייער פרייד האט נישט געוויסט קיין עק.

איך קען נאך אלץ נישט לערנען

מיט די צייט האט איר טאטע געכאפט וואס דא איז געשען אינטער זיין נאז. ער האט זיך זייער געבייזערט אויף זיין טאכטער. ער האט נישט געקענט פארשטיין פון ווי זיין טאכטער האט גענומען די חוצפה צו נעמען דעם נודריגען פשוטן עם הארץ פאר א מאן? וויפיל זיין טאכטער האט נאר פראבירט מסביר צו זיין פאר איר טאטע, אז איר מאן גייט זיך אט אט זעצן לערנען, איז אירע ווערטער געפאלען אויף טויבע אויערען. פון גרויס כעס האט ער זיי ביידע ארויסגעווארפען פון שטוב. אבער מאן און פרוי האבען זיך נישט פארלוירען און זענען געגאנגען זייער וועג. זיי האבן ווייטער געלעבט פאר זיך אין גרויס ארימקייט, ווען פון די אנדערע זייט האט די פרוי גאנץ גוט געוויסט, אז נאך אביסל, און איר מאן גייט ערפילען זיין צוזאג זיך צו זעצן לערנען.

צייט האט זיך געריקט, און די מאן האט אנגעהויבען טראכטן צו זיך, 'וואס טו איך דא? איך דארף גיין אין ביהמ"ד לערנען, אבער... איך בין דאך א שטיין? תכלית, וואס גייט דא זיין? וואס זאל איך זאגען פאר מיין ווייב? מען האט דאך אפגעמאכט. נו, בלית ברירה וועל איך נאכאמאהל פראבירן. ווער ווייסט?'

ער גייט אין ביהמ"ד און פראבירט צו עפענען א ספר.

ער פראבירט צו ליינען.

און גארנישט.

פארשטאפט איז נישט דאס ווארט.

ער קומט אהיים, און מיט פארוויינטע אויגען רעד ער זיך אויס צו זיין ווייב, 'טייערע ווייב, איך ווייס אז איך האב מיר פארגענומען צו לערנען, אבער איך קען נישט! עס גייט נישט! איך קען גארנישט טון!' זיין ווייב קוקט איהם אן מיט ליבליכע אויגען אן ארויסזאגען א ווארט. זי הערט איהם אויס מיט א אפענע הארץ אן איהם קריטיקירן אז ער האלט נישט איין זיין צוזאג. זי איז געווען זיכער ביי זיך, אז דער טאג גייט קומען און ער וועט יא קענען לערנען. 'איך וועל מוזן האבן אביסל געדולד', האט זי געטראכט צו זיך.

ווער האט געלעכערט דעם שטיין?

דער טאג איז אנגעקומען.

איינמאל אזוי שפאצירענדיג אין גאס איינגעטינקען אין זיינע געדאנקען, האט דער שוין היינטיגער יונגערמאן, פלוצלונג באמערקט עפעס גאר אינטרעסאנט. שוין יארן לאנג וואס ער גייט שוין אריבער דעם גאס, נאך פון אלטס בחור ווען ער האט נאך געארבעט ביי זיין בעה"ב, אבער האט קיינמאל נישט באמערקט דאס וואס ער האט יעצט געזען. אזוי ערגעץ ווי אינמיטען גאס פלעגט זיין גאר א גרויסן שטיין ווען פון אויבן פלעגט פליסן טראפענס וואסער, טראפ נאך טראפ, ווי די דורכגייער פלעגן זיך אפשטעלן כאפן א טרינק. אזוי אויך פלעגט זיין א אפטע ערשיינונג ווי פאסטוכער, אזוי ווי ער אליין פאר די חתונה, פלעגן זיך אפשטעלן דארט און לאזן די שעפעלעך נאס מאכן זייער צינגען.

היינט האט זיך אבער, צו זיין איבערראשונג, דערזעהן עפעס גאר אנדערש וואס האט שטארק געצויגען זיין נייגער. דער שטיין איז געווארען געלעכערט! פאר אינטרעסאנקטייט האט ער זיך אנגעהויבן נאכפרעגן ביי די דורכגייער, 'וואסידאס? זייט ווען האט דער שטיין אזא לאך?'

דו ארומיגע האבן איהם אנגעקוקט מיט א ווינדער, 'דו ווייסט נישט אז ווען וואסער פאלט א לאנגע צייט אויף א שטיין, קען די וואסער לעכערן דעם שטיין? דו געדענקסט נישט ווי די וואסער פלעגט כסדר רינען אויפן שטיין?'

דער יונגערמאן איז געבליבן שטיין פארגאפט.

'הממ... עס טראפט און טראפט, און... עס קראכט?'

א בליץ איז דורכגעלאפען זיין מוח.

'איך זעה גוט?! א הארטע זאך קען עווענטואל ווערן געלעכערט? און נאך פון פשוטע וואסער? טראפ נאך טראפ? און ווער זאגט אז די ווערטער פון די תורה וואס איז פליסיג ווי וואסער, וועט נישט קענען לעכערן מיין הארטן שטיינערנעם קאפ? איך גלייב ממש נישט וואס איך זעה! איך בין טאקע א שטיין, אבער ווער זאגט אז מען קען דאס נישט לעכערן?'

געזאגט און געטון.

ער לויפט אהיים און פארציילט פאר זיין ווייב וואס ער האט נארוואס געכאפט און דערהערט. 'שוין מארגען לאז איך מיך ארויס אין ישיבה', האט ער פארציילט פאר זיין ווייב זייער ענטוזיאסטיש.

א טרער לאזט זיך ארויס פון זיין ווייבס רעכטע אויג. אט אט, און איר טיפע ווינטש ווערט ערפילט.

אבער עס איז נאך אלטס נישט געווען באשערט צו זעהן איר טיפע ווינטש זאל ווערן אויסגעפירט אזוי שנעל.

איך שעם מיך זייער שטארק

צומארגענס זענען זיי ביידע אויפגעשטאנען גאר פרי מיט גאר געהויבענע געמיטער. די ווייב האט אנגעהויבען פאקען די פעק פאר איר מאן פאר זיין לאנגע נסיעה, בשעת זי האט באמערקט ווי פלוצלונג האט זיך געגעבן א דראסטישע טויש אין איר מאנס גוסטע. זי קוקט איהם אן, נישט קענען כאפען פונקליך וואס גייט פאר מיט איהם. זי לייגט אראפ וואס זי האט געהאלטן אין האנט, און גייט צו צו איהם און זי פרעגט איהם אין א געמיטליכע שטימע, 'וואס האט פאסירט? פארצייל מיר.'

ער האט נישט געקענט ארויסזאגען א ווארט.

ענדליך נאך אפאר לאנגע שטילע מינוטן, האט ער אנגעהויבען צו זאגען וואס איז איהם פלוצלונג באפאלען.

'גלייב מיר', האט ער אנגעהויבן זיינע ווערטער, 'אז עכט ווייס איך אז איך קען גיין לערנען, אבער... אבער... איך שעם זיך זייער שטארק...' דא האט ער שוין אויסעבראכען אין א יאמערליכע געוויין.

נאך אפאר מינוט איז ער געקומען צו זיך, און האט ממשיך געווען מיט זיינע ווערטער.

'דו ווייסט דאך טייערע ווייב, לאמיר זיך נישט נערן – איך בין שוין 40 יאר אלט. איך בין נישט יונג. איך זאג דיר דעם אמת, איך שעם זיך זייער שטארק זיך יעצט צו נעמען לערנען אויף דער עלטער. וויאזוי גייט מען מיך אנקוקען ווען א עלעטערע מענטש ווי מיר גייט זיך נעמען לערנען וואס קליינע קינדער לערנען. און וויאזוי גייט מען מיך בכלל אנהויבען אנצוקוקען אז איך האב מיך גענומען לערנען. יעדער קען מיך דאך אלטס דער פוסטער עם הארץ. איך לאז מיך דא אריין אין א נייע פאזע אין לעבן וואס קען מיר אנדרייען בושות און חרפות!'

זיין ווייב, אן אמת'ע אשת חיל, האט איהם אויסגעהערט מיטן פולען ריספעקט און זייער גוט פארשטאנען. אנשטאסט איהם צו קריטיקירן און איהם באוואשען אז ער האלט ווייטער נישט איין זיין צוזאג, און אז ער מאכט זיך ווייטער צו טון פון זיינע נארישקייטן, האט זי געוואלט אז איר מאן זאל זיך פילן אינגאנצען רוהיג ווען ער זעצט זיך לערנען.

עס איז איר איינגעפאלען א מורא'דיגע פלאן.

די גייענדיגע גארטן

'הער מיר אויס מיין מאן טייערע', האט זי אנגעהויבן מיט אירע ווערטער, 'גיי אין מארק, און קויף מיר אן אייזעל וואס האט א אויסגעריבענע ריקען (דאס געשעהט אסאך מאל צו אן אייזעל וואס טראגט שווערע פעקלעך, דאס מאכט אז עס זאל ווערן לעכער צווישען די ביינער פונעם שדרה). אזא אייזל קאסט זייער ביליג, און ברעג עס אהיים'.

די מאן קוקט איר אן מיט פארווינדערטע אויגען, 'וואס גייט מיר אזא אייזל העלפען?' ווינדערט ער זיך. אבער ער פרעגט נישט קיין קושיות, אויב זיין ווייב וויל דאס, זאל זיין אזוי. און יענע צייטן אין ארץ ישראל, בפרט אין די קלענערע דערפלעך, איז אן אייזעל געווען א נארמאלע ערשיינונג, און עס זענען געווען גענוג אייזלען צו קויפען אויפן מארק.

נאך אפאר שעה קומט איר מאן צירוק מיט אזא סארט אייזל וואס האט לעכער אויפן ריקען. מיט א שמייכעל אויפן פנים, האט די פרוי גענומען די אייזעל און אנגעפילט די לעכער מיט ערד, און איינגעפלאנצט אין דעם קערעלעך. נאך אפאר טעג האט אנגעהויבען ארויסצווואקסען בלומען. עס האט אויסגעזעהן זייער אינטרעסאנט, בלומען וואקסען ארויס פון די ריקן פון אן אייזל! זי האט גענומען דעם אייזל, און עס איבערגעגעבן פאר איר מאן זאגענדיג, 'נעם דעם אייזל, און דריי דיך ארום אין די גאס מיט דעם'.

נישט וויסענדיג וואס צו ערווארטן דא, האט אבער דער מאן געפאלגט זיין ווייב אן קיין קושיות, און איז ארויס מיטן אייזל אויפן גאס.

עס דויערט נישט לאנג, און צוביסלעך האבען מענטשן אנגעהויבן זיך אפצושטעלן פאר א מינוט צו באטראכטן דעם אינטרעסאנטן אייזל. ס'איז געווען ממש א גלעכטער, און מ'האט זיך ממש געהאלטן ביי די זייטען. דען נישט? ווער האט שוין אמאל געזעהן א גאנצע גארטן וואקסען אויף די ריקען פון אן אייזל?

אזוי איז דורך דער ערשטער טאג.

די נעקסטע טאג האט איהם זיין ווייב נאכאמאהל ארויסגעשיקט אויפן גאס מיט דעם אינטרעסאנטן אייזל, און אזוי ווי נעכטען, האבן מענטשן זיך געריסען פאר געלעכטער ווען זיי האבן נאכאמאל געזעהן דעם גייענדיגען גארטן.

די דריטע טאג האט איהם זיין ווייב נאכאמאהל ארויסגעשיקט, אבער צו זיין ווינדער, האבן מענטשן שוין נישט צוגעלייגט צופיל אינטערעסע אין דעם אייזל. עס איז שוין נישט געווען אזוי אינטרעסאנט, און די שטאטס לייט האבן זיך שוין צוגעוואוינט צו דעם ערשיינונג.

אנקומענדיג אהיים האט דער מאן געזאגט פאר זיין ווייב אז מענטשן קוקען שוין עפעס נישט אזוי ווי די לעצטע צוויי טעג. 'זעסטו מאן טייערע', האט זיין פרוי אויסגעפירט, 'די ערשטע צוויי טעג האט עס טאקע אויסגעזעהן אינטרעסאנט און מעטנשן האבן געלאכט, אבער נאכדעם האט מען זיך צוגעוואוינט. דאס זעלבע וועט זיין מיט דיר. אנפאנג ווען דו וועסט אנהויבען לערנען וועלן דיר מענטשען אנקוקען אביסל אינטרעסאנט, אבער נאכדעם וועט מען זיך צוגעוואוינען'. דער מאן האט גיט דערהערט די ווערטער, און א שמייכעל האט זיך דערזעהן אויף זיין פנים.

איך גיי לערנען!

'פרוי טייערע', גיט ער זיך געגעבען א דריי אויס צו איר, 'איך בין פאלקאם גרייט צו גיין אין ישיבה!'

מאן און ווייב האבען זיך ווארעם געזעגענט זיך צו ווידערזעהן אין 12 יאר ארום. די פרוי איז געבליבען שטיין ביים טיר ווען הייסע זידיגע טרערן רינען פון אירע אויגען. זי איז אזוי געבליבן שטיין דארט, ביז איר מאן איז פארשווינדען געווארן פונעם האריזאנט. זיי האבען נאכנישט געוויסט אז זיי געזעגענען זיך דא באמת פאר 24 יאר.

דער נאמען פון דעם בחור דער עם הארץ איז געווען עקיבא, און זיין ווייב'ס נאמען איז געווען רחל. 24 יאר שפעטער איז ער צירוקגעקומען באקאנט אלטס דער הייליגער תנא 'רבי עקיבא' מיט 24 טויזענט נאכפאלגער.

(דער מקור פון די מעשה פונעם שטיין, איז אין אבות דר' נתן פ"ו, און אין מדרש הגדול (שמות ד', י"ג) ווערט אויך אראפגעברענגט די מעשה פונעם שטיין, און דארט לייגט דער מדרש צו די מעשה מיטן אייזל. און ווי עס זעהט דארט אויס קלאר, איז ר' עקיבא נישט געגאנגען לערנען גלייך נאך די חתונה ווי עס איז געווען אפגשמועסט, ווייל ער האט נאך אלטס געזעהן אז ער קען ניטש לערנען אזוי ווי ער האט געגלייבט אין זיך במשך די יארן. אויך אין די גמרא נדרים (נ.) זעהט אויך אויס אז ר"ע איז נישט געגאנגען לערנען גלייך נאך די חתונה.)

די סוד פון ר' עקיבא'ס פלוצלומידיגער טויש

יעדער קען די מעשה.

אבער וואס האט דא פאסירט אז אפילו נאכדעם וואס ער האט זיך אריינגעלאזט אין א געשעפט קעגן דעם וואס ער האט געוויסט אויף זיך אליין – מיין קאפ איז פארשטאפט און איך קען נישט לערנען, און ער האט טאקע נישט מצליח געווען צו קענען לערנען אפילו נאך אלע זייע אונטערנעמעכצער, און מיט איין געלעכערטן שטיין האט זיך זיין לעבן געגעבן א דריי ארום אויף אייביג?

דער תשובה אויף דעם איז, קיינער האט איהם טאקע גארנישט אויפגעקלערט, ער אליינס האט זיך נישט געקענט אויפקלערן, אבער ער האט געזעהן בחוש פאר די אויגען אז ער לעבט אין א פאטאלע טעות! ביידע פאקטן וואס ער זעהט יעצט פאר די אויגען קענען נישט 'ביידע' זיין אמת אויף איינמאל. פון איין זייט ווייסט ער פאקט פון יארן לאנג, אז אין א הארטע שטיין ווי זיין קאפ, קען גארנישט אריין גיין. ס'איז א פאקט. קען דען אריין גיין עפעס אין א הארטע זאך? אבער ער זעהט דא אן אנדערע פאקט פאר די אויגען וואס ער האט קיינמאל נישט געוויסט אדער קיינמאל נישט צוגעלייגט קאפ. א הארטע זאך קען עווענטואל מיט צייט און געדולד, יא ווערן געלעכערט! הפלא ופלא! אנדערש ווי ער ווייסט. נו, וועלעכע איז אמת? נאר איינער וואס האט ממש נישט קיין שכל וועט אויסוועלן דעם נישט ריכטיגען אפציע. די אמת שרייט פאר די אויגען. גיין פארקערט פונעם אמת, איז ווי אריין גיין אין פייער. אין א אויגען בליק האט רבי עקיבא געוויסט וואס דער אמת איז. צו בלייבן אן עם הארץ, איז נישט מער ווי באגיין זעלבסמארד. ממש פון זיך אליין האט זיך זיין מצב-רוח געהויבען, און געוויסט פאר א קלארע פאקט, אז איך גיי יא מצליח זיין אין לערנען.

אבער דאס איז נישט געווען גענוג. רבי עקיבא האט געהאט נאך א שטער. וואס ווילאנג דער געפערליכע געפיל איז געשטאנען אין וועג, האט זיין יעצטיגע 'דערהער' נאך נישט געקענט נושא פירות זיין. נאכדעם וואס ער האט געוויסט קלאר אז ער גייט יא מצליח זיין, האט ער זיך פלוצלינג אנגעהויבן מורא'דיג צו שעמן. 'וואס גייען מענטשען טראכטן אויף מיר?' ווי געזאגט, 'ווי ביזטו געווען ביז יעצט?' פאר רבי עקיבא איז געווען א קלארע פאקט, אז אזוי גייט ער אפלעבן זיין לעבן, ווי ער גייט גיין, גייען מענטשן טייטלען אויף איהם, 'דא גייט דער מענטש וואס האט זיך דערמאנט אויף דער עלעטער צו גיין לערנען. הא הא הא!' פארשטייט זיך אז ווען מען פילט אזוי, קען מען זיך נישט רירען.

דא זעהט מען די חכמה פון זיין ווייב רחל. אנשטאטס צו טוישען זיין מהלך המחשבה און איהם 'אויסלערנען' וויאזוי מען דארף טראכטן 'ריכטיג', א זאך וואס רחל האט געוויסט אז עס האט נישט קיין זיכערע השפעה, האט זי איהם געוואלט ווייזען בחוש, אז די וועלט ארבעט נישט אזוי ווי ער מיינט. נאכן דריטן טאג האט רחל געוויזען פאר רבי עקיבא, 'קוק, דו ביזט געווען זיכער אז ווען מען איז אביסל אינטרעסאנט, קוקט מען איהם אן אויף אייביג אינטרעסאנט, און דא זעהסטו פאר דיינע אויגען, אז ס'איז נישט אויף אייביג. דו זעהסט קלאר אז מענטשען געוואוינען זיך צו צו אינטרעסאנטע זאכען און עס ווערט נאכדעם 'נארמאל'. נאכאמאהל האט רבי עקיבא געדארפט בוחר זיין אין צוויי פאקטן וואס ער האט געוויסט פאר אמת פאר זיינע אויגען. איין פאקט, אז אויב מען איז אינטרעסאנט און אנדערש, לאכט מען פון יענעם אויף 'אייביג'. די צווייטע פאקט, אז ס'איז קלאר ווי די טאג, אז 'נאך צוויי טעג ווערט עס נארמאל', ס'איז נישט אויף 'אייביג'. מער האט רבי עקיבא נישט געדארפט, די אמת האט גערעדט פאר די אויגען. פון דעמאלטס איז רבי עקיבא נתעלה געווארן העכער און העכער ביז ער איז געווארן מיט די צייט די הייליגע תנא רבי עקיבא.

אט דער מהלך פון זיך טוישן דארף זיין א לעקציע פאר אונז אלע. וויפל מאל פראבירט א טאטע, א מלמד, א מגיד"ש צו טוישן זיין קינד / תלמיד, אבער אן ערפאלג, און מען פילט שוין דערשלאגען אז עס גייט נישט און אז מ'טויג נישט. וואס מ'דארף פארשטיין אז יעדער טויטש זיך ווען מען גיט איהם די געלעגענהייט צו זעהן 'בחוש' אז מען 'קען' זיך טוישן. דער פראבלעם איז, אז וויפל מען פראבירט זיך צו טוישן גלייבט נאך אלץ נישט אז ס'איז בכלל מעגליך זיך צו טוישן, און אויב מען גלייבט נישט, טוישט מען זיך נישט. אונז דארפן האבן די געדולד און סייעתא דשמיא צו קענען ערוועקן די מציאות אין אונזערע קינדער אז מ'קען זיך טוישן, און טרעפן די וועג צו ווייזן בחוש פאר אונזערע חניכים וואס זיי דארפן וויסן כדי זיי זאלן גלייבן אז זיי קענען זיך טוישן.

אט דער פראצעדור, האבען פארשער מיט ארום 2000 יאר שפעטער א נאמען געגעבן, 'מעמערי ריקאנסאלידעישען'. ווען איינער זעהט קלאר פאר די אויגען, צוויי פאקטן וואס ער ווייסט פאר אמת, אבער ביידע קענען נישט זיין אמת אויף איין מאל, וועט דער מענטש מוזן בוחר זיין פון זיך אליין אין דעם אמת'ע פאקט. ווען דאס פאסירט, מאכען זיך אויף די ניוראנס און די סינעפסעס וואס זענען מקושר צו דעם 'אלטן' פאקט, און עס ווערט אויסגעמעקט אויף אייביג. עד כדי כך, אז עס לאזט זיך אפילו נישט הערן, אז אמאל האט ער געהאלטן אנדערש.

במשך אלע דורות, האט דער טיפע אמת'ע אנערקענונג, צירוקגעברענגט פארלוירענע נשמות צו יודישקייט. יודען וואס זענען שוין געווען פארקראכען און אינגאנצען פארגעסן אז זיי זענען יודען, האבן פלוצלינג אנגעהויבן פילן, 'העי! עפעס טויג נישטא! איך בין אויף די נישט ריכטיגע שינעס! עכט בין איך א יוד! איך מוז מיך טוישן!' און צירוק צום אלטן וועגן האט שוין נישט געקענט גיין. אונטער א מינוט זענען זיי בעלי תשובה גמורים, אן קיין חדשים לאנג פון טיפולים.

הלוואי ווען מען זאל קענען טרעפן די וועג פאר די היינטיגע פארקראכענע נשמות צו אנערקענען פון זיך אליין ווי זיי האלטן און זעהן ווי זיס ס'איז צירוקצוקומען צום ריכטיגן וועג.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10958
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג פאברואר 16, 2015 11:59 am

דאס איז עפעס אויסערגעווענליך, געוואלדיג גוט אראפגעלייגט! וויפיל מאל יעדער האט שוין געהערט די מעשה פון ר' עקיבא מיט רחל, באקומט עס א פרישע דערהער דורך דעם שריפט פון מתבונן.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

נפש אמיתי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2014 6:19 pm

תגובהדורך נפש אמיתי » מאנטאג פאברואר 16, 2015 12:12 pm

לכאורה האט געשריבן:דאס איז עפעס אויסערגעווענליך, געוואלדיג גוט אראפגעלייגט! וויפיל מאל יעדער האט שוין געהערט די מעשה פון ר' עקיבא מיט רחל, באקומט עס א פרישע דערהער דורך דעם שריפט פון מתבונן.

א אינטערעסאנטע טוויסט, וואס מאכט אויך סענס. זייער טיף און analytical!

מחר
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:30 pm

תגובהדורך מחר » מאנטאג פאברואר 16, 2015 1:04 pm


אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

אלע פי די עפ'ס

תגובהדורך מתבונן » מאנטאג פאברואר 16, 2015 1:34 pm

לתועלת הציבור, האב איך צאמגעמירדזשט אלע פי די עפ'ס פון ביז יעצט.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור יא - איבער מעדעצינען און ווייטעמינען

תגובהדורך מתבונן » זונטאג מארטש 22, 2015 3:07 pm

יא מעדעצינען אדער נישט מעדעצינען?

אנפאנג פון די שיעורים איז געווען א שמועס איבער מעדעצינען, און איך האב דארט געשריבן,
מתבונן האט געשריבן:שטארק זיך און עת לחשוב.

ווי עת לחשוב שרייבט, מיין איך אז מען זאל לאזן די טעמע פון מעדעצינען נאך אביסל, און שפעטער צירוקקומען ווען מער פרטים וועלן זיין אויסגעשמיסט, דעמאלט וועל איך מער קלארער קענען ארויסברענגען מיין שטעלונג אויף דעם. און פארשטייט זיך אז מען וועט זיך קענען אויסקאכען מיט וואס איז מיין געפינס בעסער פון אנדערע. ועוד חזון.


אלזא פיל איך אז יעצט איז די צייט אביסל איבערצושמעוסן דעם נושא.

* * *
יא מעדעצינען אדער נישט מעדעצינען? מעדעצינען העלפן אדער נישט? ווייטעמינען העלפן אדער נישט?

דאס זענען די שאלות וואס יעדער פרעגט ווען מען דערזעהט זיך אין א פעקל אוקאנטראלירבארע געפילן. מ'קען זאגען אז דאס זענען פון די גרעסטע צומישענישן אינעם היינטיגן דור, נישט נאר ביים סתם עמך-יוד, נאר אויך ביי די פראפעסיאנאלען ווייסט מען זיך נישט פונקטליך ווי אהערצוגעבן מיט די סארט שאלות. מחמת אי קלארקייט, וועלן מאנכע מאכן מיט די הענט און געבן א פאטער אפ אז, 'פארטיג דאס איז די וועג, אדער מוטשעסטיך אפ דיינע יארן, אדער נעמסטע אפאר טאבלעטן, און אייגענטליך איז נישטא קיין טעסטס וואס מ'קען נעמען צו וויסן פונקטליך וואס עס פעלט דיר, סוי מ'וועט פראבירן איינס נאכן צווייטען ביז האפענטליך אין אפאר חדשים ארום וועט מען געסן פונקטליך וועלעכע מעדעצין דו דארפטס, פון וועלעכע ברענד, און וואספארא דאזע'. צום סוף גיט דער פראפעסער א פסקן אפ, 'ס'איז פיקוח נפש אז דו זאלסט עס נעמען' (געדענק איך ווי איך האב אמאל געהערט ווי א דאקטער האט עס געזאגט פאר יענעם מיט אזא ערענסטקייט ווי נעמען בלוט-פרעשער מעדעצינען).

פאר די וואס ווייסן, איז די טעמע פון מעדעצינען זייער זייער נישט קלאר אפילו אין די דאקטורישע וועלט (פארשטייצעך אז געוויסע דאקטורים גייען דאס לייקענען ווייל דאס שטעלט אריין זייער קאריער אין א פראגע-צייכען), אבער קיין קלארע גאנג אויף דעם איז נישטא. וויפול שטודיעס מ'מאכט נאר אויף די אוטענטישקייט אויף די מעדעצינען, איז נאך אלץ נישט קראנט אויף הונדרעט פראצענט אז עס ארבעט באמת. ס'איז קלאר אז גרויסע פרצענט דערפון איז פלאסיבוי, און אולי א געוויסע פראצענט ארבעט עס יא, אבער עס איז זייער שווער צו וויסן. אנדערש ווי ביי פיזישע מחלות, וואס דארט איז גרינגער צו קענען זעהן פונקליך וואס דער פראבלעם איז און אזוי פראדעצירן א ריכטיגע מעדעצין, איז אבער ביי מחלות הנפש אנדערש. עס איז נאכנישט ארויסגעקומען קיין איין אוטענטישע טעסט היינט וואס דאקטורים נוצען, צו קענען זעהן און וויסן פונקטליך וואס דער גורם פונעם אזויגערופענע מחלה איז, פון ווי ס'קומט, און וואספארא מעדעצין און דאזע ס'קומט זיך פאר דעם.

על אף וואס ביי פיזישע מחלות קען מען זיך נאך אלץ טועה זיין וויאזוי מדייאגניזירט די מחלה און וועלכע מעדעצין איז פאסיג פאר דעם, ווי ס'ווייזט זיך ארויס כסדר, איז אבער ביי מחלות הנפש בכלל נישט שייך צו האבן קיין שום קלארע מאפע גלייך פון אנפאנג.

עס איז א פשוטע געסינג געים.

אפילו די גרויסע ביך DSM-5, וואס ענטהאלט אין זיך אלע סוגי מחלות הנפש, איז אויך געבויט נאר אויף סטאטיסיקס, אבער נישט אויף קיין שום אוטענטישע טעסטס אז די זאכן עקזעסטירן במציאות.

דאס איז כו"ע מודו, און קיינער איז נישט מחולק מיט דעם.

אבער אז קיין אנדערע וועג איז דאך נישטא – עכ"פ לשיטתם, טוט מען דאס בעסטע וואס מ'קען. און אז די פארמיסוטיקעל קאמפעניס, כדרכם, שטופן מיט גרויס געלט צו שטופען מעדעצינען, האט עס א גרויסע השפעה אויף די דאקטורים. געלט ארבעט אלעמאל.

א פיזישע פראבלעם, אדער א גייסטישע פראבלעם?

איז וואס איז טאקע די גאנצע רידעריי דא? וואס איז בכלל די סברא אז עס זאל העלפן?

זייט די וועלט שטייט האט מען אלעמאל געוויסט אז א מענטש איז צוטיילט אויף געוויסע חלקים. עס איז דא, נפש רוח, נשמה, און צוויי העכערע כוחות, חיה, און יחידה. א מענטש איז נישט סתם פיזישע ביולוגישע באשעפעניש, עס האט אין זיך כוחות רוחניים וואס מען קען נישט אנטאפן בחוש. אבער על אף וואס מען קען עס נישט אנטאפן בחוש, איז עס פארט א לעבעדיגע כח אזוי ווי אלע כוחות. צו דעם אלעם לעבן די כוחות רוחניים און די כוחות גשמיים איינס ביי איינס. די הארץ פאמפט בלוט, אבער עס ענטהאלט אין זיך די געפילן, און די געפילן און די הארץ ארבעטן צוזאמען. ווען די געפילן פארן ארויף הויך, גייט די הארץ טעמפו אויך ארויף. ווען מען מאכט א טעסט אויפן הארץ, ווי לדוגמא א עקויקארדיאגראם ווי מען קען זעהן די ריטעם פונעם הארץ, קען מען זעהן ווי די ענערזשי ווי שטארק די הארץ ארבעט. אויב פערצופאל גייט איינער דארך א שטארקע געפיל בשעת ער איז קאנעקטעד צום מאשינקע, איז מעגליך אז מען וועט קענען באמערקען די שטארקע ענערזשי אויפן סקרין, אבער קען מען דען זעהן די 'געפיל' אליינס? ניין. מען קען זעהן די תוצאה פונעם געפיל וואס קומט ארויס אין א שטארקע פאמפ אינעם הארץ.

אין אנדערע ווערטער. ווען מען וויל זעהן איינע פון די כוחות הנפש אינעם גוף, דארף מען אין אכט נעמען, וואס זעה איך דא? זעה איך די תוצאה פונעם כח, אדער זעה איז די כוח אליין? און די תירוץ איז אז די זאך אליין קען מען נישט זעהן, מען זעהט נאר די תוצאות דערפון אינעם גוף, וואס פון דעם פארשטייט מען אז דא איז פארהאן עפעס א כח וואס קאנטראלירט דעם גוף.

ווען איינער לייד אויף א מחלת הנפש, זעהט זיך עס 'אויך' אן אינעם גוף. אמת. ווייל די גוף און די נפש ארבעטן צוזאמען. (מער איבער דעם וועט מען אי"ה בעסער מסביר זיין, ווען מען וועט ארום רעדן איבער די 'סארנא מעטאד'). די פארמיסודיקעל קאמפעניס האבן 'ערפינדען', אז ווען איינער לייד אויף געפערליכע ענקזייעטי און דעפרעסיע וכדו', קומט דאס פון א פיזישע פראבלעם אינעם מוח. די הסבר וואס זיי געבן צו דערצו איז, אז די ניורוטרענסמיטערס – וואס זייער אויפגאבע איז צו אריבערפירן די עלעקטראנישע סיגנאלען אינעם נערווען סיסטעם – ארבעטן נישט געהעריג און זענען אומבאלאנסירט. עס זענען שוין געמאכט געווארן צענדליגע שטודיעס צו דערגיין די אוטענטישקייט פון די פאקטן, און ס'זענען דא שטודיעס וואס באשטעטיגען דאס. ווי אויך זענען דא וואס טענה'ן אז מ'קען זעהן די 'איבנארמאלע' מוחות אויף א עם. אר. איי וכדו', און מזעהט קלאר אז די מוח איז אומסטאביל. און עס זענען אויך דא אסאך אנדערע שטודיעס וואס מאכן עס אינגאנצען אוועק אז להד"מ, די גאנצע זאך פאנגט זיך נישט אן, און עס איז נאר הויל פסיכאלאגיש און האט גארנישט צו טון מיטן פיזישן געבוי פונעם מוח.

אבער איינמאל מען גלייבט אז דאס איז די 'איינציגסטע' סיבה פארוואס איינער לייד פון א מחלה נפשית, איז די רפואה פאר דעם, צו באלאנסירן די קעמיקאלען אין די מוח דורך מעדעצינען. די פיזישע מעדעצינען, וועלן באלאנסירן די פיזישע פראבלעמען אין די מוח, והכל על מקומו יבוא בשלום.

יעצט דארף מען זעהן אויב עס ארבעט.

די מציאות האט זיך אויפגעוויזען אז אמאל האט עס יא געארבעט און זייער אסאך מאל האט עס נישט געארבעט. די סיבה פאר דעם איז, ווייל אין א מחלה נפשית איז דא נאך עפעס חוץ דעם 'פיזישער' חלק, און דאס איז דער 'נפשיות'דיגער' חלק, וואס קיין שום טעסט קען נישט אויפכאפן. און אפילו ווען עס יא האט יא געארבעט, האט עס מעגליך געארבעט מיט א פלאסיבוי עפעקט (דאס הייסט אז דער מוח האט זיך איינגערעד אז עס גייט ארבעטן), אדער עס האט טאקע פערצופאל אנגערירט דעם נערווען סיסטעם, און דער סיסטעם האט זיך בארוהיגט צייטווייליג, אבער שפעטער האט ער זיך געקענט צירוקאויפוועקט (א שטייגער ווי א גוטע מאסאזש קען בארוהגיען דעם נערווען סיסטעם, אבער נאכדעם ווערט עס צירוק אנגעצויגען). דער באקאנטער דר. דעיוויד בירנס, איינע פון די מייסדים און שיטת סי. בי. טי., איז אמאל געווען א פסיכיאטער וואס האט פארטיילט מעדעצינען, און האט זיך נאך א שטיק צייט אפגעזאגט דערפון ווען ער האט געזען אז עס ארבעט נישט ווי ערווארטעט, און די מסקנא וואס ער האט ארויסגענומען דערפון איז, אז די עיקר מחלה איז אין די מחשבות, און נישט אין די קעמיקאלען.

די עיקר מטרה פונעם יעצטיגן ארטיקל איז נישט אריינצוגיין אין קיין וויכוחים צו ס'איז יא ריכטיג וואס זיי האבן געטראפן אדער נישט, אויף דעם איז דא כמה וכמה שטודיעס און ארטיקלען צו ליינען פאר ווער עס וויל. יעדער קען דאס גוגלען, און יעדער וועט טרעפן וואס ער וויל טרעפן. איך וויל נאר דא אראפברענגען ביידע זייטען פון די מטבע ארום וואס די וויכוח לויפט ארום, און צו דעם ארויסברענגען א גאר וויכטיגע נקודה וואס האט א שייכות צו וואס מיר האבן ארויסגעברענגט אין די לויף פון די פאריגע ארטיקלען.

והבוחר יבחר.

ברוס עקער: 'דאס אז א נפשיות'דיגע פראבלעם איז 'גייסטיש', רעד פון זיך אליין'

אין די סעריע ארטיקלען וואס איך האב דא אראפגעברענגט, האט מען זיך אויסגעלערענט א נייע באגריף וואס דאס איז א נפשיות'דיג מחלה, און וויאזי מען ווערט פטור דערפון. סימפטומען פון א נפשיות'דיגע פראבלעם ווערט פראדעצירט פון געוויסע 'געפילישע פאקטען' וואס זענען אריינגעבויט אין די ניוראנס פונעם נערווען סיסטעם, און דאס שטיפט דעם מענטש אזוי צו לעבן, ווייל עס גלייבט אז עס היט דעם מענטש פון אנדערע פראבלעמען (על אף די אלע פראבלעמען וואס קומט ארויס דערפון). די וועג וויאזוי מען ווערט פטור דערפון, איז ווען מען ווערט געוואר אז דאס וואס מען ערווארט זאל פאסירן, פאסירט נישט, און דאס מאכט אויף די ניוראנס אויף אייביג, און די פראבלעמען ווערן פארשווינדען. דער פראצעס ווערט אנגערופן מעמערי ריקאנסאלדעישען, און דאס איז די וועג וויאזוי קלינישע סימפטומען פאלען אוועק אין איעדע סארט טערעפי ווי מען זעט אן אמת'ע טויש אינעם מענטשענס געפילן און התנהגות. אויב דאס איז די פאקט, דעמאלטס איז נישטא וואס צו רעדן, אז א נפשיות'דיגע סימפטום, איז ריין 'נפשיות'דיג', און עס האט נישט מיט קיין אומבאלאנסירטע קעמיקאלען גארנישט קיין שייכות, ווייל אויב וואלט עס געהאט מיט דעם א שייכות, וואלט מען עס דאך 'אויך' געדארפט פיזיש אויסהיילן.

ברוס עקער איז דאס מסכם אין זיין ביך Unlocking The Emotional Brain אזוי (P. 37):
Since the 1950’s the beliefs of psychotherapists regarding symptom causation have drifted ever farther away from psychological causation and have increasingly embraced biochemical, neurological, and/or genetic causation of symptoms, often despite weak or faulty evidence for the latter views… However, as reconsolidation and memory erasure enter mor and more into clinicians’ thinking and practices, and therapists repeatedly witness a symptom such as long-term depression or anxiety attacks ceasing permanently as a result of a process known to bring about erasure of emotional learning, psychological causation will speak for itself compellingly…

איבערגעטייטשט אין קורצן. זיין די 1950'גער יארן האט מען אנגעהויבן גלייבן, אז נפשיות'דיגע סימפטומען זענען נישט פסיכאלאגיש נאר מער ביאלאגיש, אפילו עס איז נישטא קיין ריכטיגע באווייזן אויף דעם. אבער, ווי מער מען זעהט אז לאנג-טערמיניגע סימפטומען, ווי ענקזייעטי און דעפרעסיע, גייען אוועק אויף אייביג מיט די פראצעס פון ריקאנסאלדעישען, רעד עס פון זיך אליין, אז דער שורש דערפון איז פסיכאלאגיש, און נישט פיזיש ביולאגיש.

מעדעצינען און סייד-עפעקטס

זאת ועוד, און איך האב דאס אנגעפרעגט ביי די מומחים און מען האט מיר מודה געווען אויף דעם (און נאכדעם האב איך עס שוין געהערט פון אנדערע וואס טוען אין דעם, ממילא זעה איך דאס נישט לגמרי אלטס מיינס א חידוש). דער עולם המעדעצינען מוטשעט זיך געפערליך מיט די סייד עפעקטס וואס די מעדעצינען מאכן אן. אפגערעדט אז מעדעצינען האבן אין זיך סם וואס קען אנמאכן סייד עפעקטס, איז עפעס ביי די נפשיות'דיגע סארט מעדעצינען מער א נושא, עד כדי כך, אז ביי געוויסע קען דאס אנברענגען זעלבסט-מארד מחשבות, און די סימפטומען קענען נאר ווערן ערגער. וואס איז פשט?

דער פשט איז, אז ווי מיר האבן אויבען געשריבן, האבן די סימפטומען, אין א געוויסע חלק אינעם נפש, א וויכטיג ראלע צו באשיצן דעם מענטש. נו, וואס פאסירט אז איינער האט א באשיצער און מען נעמט עס איהם אוועק? מען ווערט פארלוירן און א נייע באשיצער קומט צו לויפן איבערצונעמען די זשאב פונעם אלטן באשיצער וואס איז געגאנגען אויף וועקאציע. און וואס פאסירט אויב נעמט אוועק אויך דעם נייעם באשיצער? דעמאלטס קען מען ווערן נאך מער פארלוירען און סטראשענען מיטן ערגסטען אז איינער זאל מיר קומען וואטשען.

דאס זעלבע פאסירט דא.

אויב ווערט דער סימפטום / באשיצער, בארוהיגט פון א טאבלעט, ווערן די אנדערע חלקים וואס זענען יעצט אומבאשיצט אינגאנצן צורידערט, און עס קומט ארויס אין א פארום פון צורידערטקייט ביזן ערגסטען ר"ל. אויב דער דאקטער פארשטייט דאס נישט, וועט ער עס אנקוקען ווי א פשוטע 'סייד-עפעקט' פונעם מעדעצין, אדער אז דער די דאזע איז נישט גענוג הויך. איז יעצט וועט דער דאקטער פראבירן צו געבן נאר א העכערע דאזע כדי צו בארהויגען דעם נייעם צירודערטע געפיל, אדער טוישן ברענד און האפען אז די נייע ברענד וועט נישט אויפוועקן קיין נייע געפילן. אבער דער אמת איז, אז די סיבה פארוואס מען קען ווערן מער צורידערט אדער עס זאל בכלל נישט ארבעטן, איז נישט ווייל די דאזע איז נישט גענוג הויך, נאר ווייל דו האסט אוועקגענומען א באשיצער וואס האט באשיצט דעם מענטש, און יעצט פילט זיך דער מענטש אן א באשיצער און זייער פארלוירן. ווען דער דאקטער גיט א העכערן דאזע, ווערן די געפילן נאך מער דערשראקען, אז מכאפט נישט דעם מעסעדש אז 'מיטן בארוהיגען מיינע באשיצערס מאכסטו מיר אויף צו פלאץ ווי איך וויל נישט גיין!' וחוזר חלילה. אויב עס איז נישט אדרעסירט, קען צומאל דער מענטש ממש אראפגיין פון זינען אז ער ווערט געפענט צו געפילן וואס ער ווייסט נישט וויאזוי אדערעסירן געהעריג.

ממילא איז זייער וויכטיג צו פארשטיין, אז אויב איינער איז יא אמאל מחליט צו גיין אויף די מהלך פון מעדעצינען, איז זייער וויכטיג אויך צו אדרעסירן דעם נפשיות'דיגען חלק, ווייל עס איז כמעט אוממעגליך אז עס זאל גיין נאר פאר זיך. און אויב וועט מיר איינער אפפרעגען אז פאר איהם האט עס יא געארבעט, וועט מען מוזן מאכן אן אוקימתא, אז כיום איז זיין פראבלעם נישט אזוי געפערליך, אדער ארבעט דא א שטארקע פלאסיבוי עפעקט, און ס'איז גענוג פאר איהם צו פילן ווי א 'פעיליור' אז ער דארף נעמען מעדעצינען אז זיינע חלקים זאלן זיך האלטן גענוג רוהיג. אויך איז זייער מעגליך, אז אין אזא פאל, איז ער שוין לאנג גרייט אראפצוגיין דערפון, ווייל דער פראבלעם וואס האט אלעס אנגעברענגט איז שוין נישט אקטיוו יעצט, נאר ער האט מורא צו סטאפן די מעדעצינען.

אינטרעסאנט אז איך האב לעצטענס געהערט פון א דאקטער וואס ארבעט מיט די מהלך פון Internal Family Systems (IFS), וואס איז ביסודו זייער ענדליך צו קאהירענס טערעפי, און אזוי ארבעט ער מיטן פאציענט מיט יעדער געפיל עקסטער אויב זיי זענען מסכים צו נעמען די מעדעצין, און פון וואס האבן זיי מורא אויב זיי וועלן עס נעמען. אזוי מאכט ער א בעסערע ארבעט מיט וויינגיער ריעקשענס און סייד עפעקטס, היות ער באקומעט א בעסערע בילד צו וואס די חלקים פונעם מענטש וועלן זיך לאזן, און וועלעכע חלקים וועלן זיך נישט לאזן.

אפגעזען פון די פרט פון סייד עפעקטס, אפילו על הצד אז מעדעצינען ארבעטן במדה זו או אחרת, דארף מען אליינס פארשטיין נאכן ליינענדיג די פאריגע שיעורים, אז פונקט ווי ווען מען טוט סי. בי. טי. וכדו', איז מען אלטס עלול פאר א רילעפס ווען די נפש פילט פאר וויכטיג נישט מיטצופארן מיט די סי. בי. טי. פראטאקאל (און צומאל קען די רילעפס זיין נאך ערגער פון ווי ס'איז געווען פארן אנהייבן די טריטמענט), גייט דער זעלבער רילעפס פאסירן מיטן נעמען מעדעצינען. מעדעצינען מאכן נישט אויף קיין ניוראנס אין מוח, אויב עפעס, לויט ווי זיי טענה'ן, בויט עס אויף די ניורוטרענסמיטערס ענערזשי, אבער די אלטע ניוראנס בלייבן דארט הערמאטיש פארמאכט. ממילא זענען די אלטע געפילן דארט שיין פארפאקט און קען זיך אויפוועדן אין א ליאדען טאג אן זיך קימערן אז די ניורוטרענסמיטערס זענען אויפגעבויט.

'ווען איך וואלט געוויסט פון דעם, וואלט איך אנדערש געטראכט'

פאר דריי יאר צירוק בין איך געווען ביי א קאנפערענס ארגענעזירט דורך די ארגענזאציע 'נפש'. האט זיך דארט אויפגעשטעלט איינער פון די רעדנערס מיטן נאמען ראן קאלמען פון ענגלאנד. ראן, איז פאר יארן צירוק געווען א סקיזיפריניק (א נפשיות'דיגע מחלה אז מען הערט דמיונישע קולות רעדן צו איהם און מען מיינט אז עס איז עכט און עס עפעקטירט שטארק דאס לעבן, בדרך כלל מוז מען גיין אין שפיטאל ביז דער מצב ווערט סטאבאלאזירט). סקיזיפריניע ווערט אפעציעל באשטעטיגט אין די מעדעצינישע וועלט אלטס א ביולויגשע מחלה וואס מען מוז היילן מיט מעדעצינען, אבער רוב ליידענדע ווערן נישט פולקאם אויסגעהיילט. ראן האט אבער געהאט מזל, און איינער האט איהם אויפגעקלערט אז זיינע קולות זענען עכטע קולות וואס ער האט אריינגענומען אין זיך פון זיינע עביוזערס, און יענער האט געארבעט מיט איהם, ער האט געמאכט א קשר מיט די קולות, ער האט זיי אנגעהויבן קענען, געפרעגט וואס זיי ווילן, און עווענטואל האט ער זיך געקענט אפהאקען פון זיי. זיין מיסיע אין לעבן איז געווארן צו עדיוקעיטען די וועלט איבער די אמת וואס ליגט אונטער סקיזיפריניע, און אויך אנדערע נפשיות'דיג מחלות, אז דאס זענען אמת'ע קולות און געפילן וואס דער מענטש דארף ווערן קאנעקטעד צו דעם און נישט אנטלויפן פון דעם ווי דער אלגעמיינע מעדעיקעל וועלט הייסט טון.

נאכן דרשה, שטעלט זיך אויף איינע פון די צוהערער, א פסיכיאטער וואס טיילט מעדעצינען, און רופט זיך אן צו ראן'ען, 'איך בין מורא'דיג נתפעל וואס דו זאסט דא, איך האב דאס קיינמאל נישט געוויסט אז אזא סארט מחלה זאל קענען זיין ריין פסיכאלאגיש און נישט ביולאגיש, איך וועל מאכן נאך 'ריסערטש', און אויב עס איז אמת וועל איך טוישן מיין צוגאנג צו דעם'. אן אנדערע דאקטער איז צוגעגאנגען צו איהם נאכן דרשה, און איהם געזאגט אז ער איז א דאקטער איבער דרייסיג יאר, און ווען ער ווייסט דעמאלסט אין אנפאנג פון זיין קארעריע וואס ער האט דא נארוואס געהערט, וואלט ער אינגאנצן געטוישט זיין מהלך צו דעם.

וואס איך וויל ארויסברענגען מיט דעם איז, אז יעדער איינער ווייסט נאר דאס וואס ער ווייסט און דאס וואס ער האט דורכגעטון. א דאקטער וועט דיר נאר זאגען זיין ריסערטש, אבער פון עפעס אנדערש וועט ער נישט וויסן, און אלעס אנדערש וועט פארשטייט זיך זיין נישט ריכטיג. אבער אויב א דאקטער ווייסט נישט ווייל ער האט נישט געהערט דערפון, מיינט נאך נישט אז עס עקזעסטירט נישט. וואס איך ברענג דא אראפ איז דאס וואס איך האב דורכגעטון און וואס איך זעה אלטס ריכטיג, און וואס מאכט שטארק סענס. פון דא און ווייטער, זאל יעדער טון וויאוזי ער פארשטייט, און יעדער זאל זיך דורכרעדן מיט זיינע מומחים.

די צווייטע נקודה וואס איך וויל ארויסברענגען אזוי בדרך אגב, אז אפילו סקיזעפריניע איז אויכעט א מחלה וואס מען קען אויסהיילן מיט א מין מהלך פון זעהן די אמת'דיגקייט און די מטרה פונעם סימפטום (אינעם ביך Unlocking the emotional brain ווערט אראפגעברענגט א מעשה ווי א טערעפיסט האט אויסגעהיילט אזא איינעם מיט קוהירענס טערעפי).

איבער ווייטעמינען

און וואס טוט זיך וועגן ווייטעמינן?

ווייטעמינען זענען אביסל אנדערש פון מעדעצינען. איינס עס איז נאטירלעך, צווייטענס, ווייטעמינען קענען אויך ארבעטן שנעלער פון געוויסע מעדעצינען. אבער ווי געשריבן אויבן, דארף מען אלטס נעמען אין באטראכט די מעגליכקייט, אז דאס גייט נישט זיין די גאנצע רפואה און קען גאר מאכן רינגעראנגערויזי פון איין ווייטעמין צום צווייטען פונקט אזוי ווי ביי מעדעצינען. די סיבה פאר דעם איז, ווייל נישט די פיזישע ביולויגשע מציאות איז די שורש צום אנגעצויגענקייט, ווי די ווייטעמין פירמעס פארקויפן (וואס קומט אייגענטליך פון די פארמיסוטיקעל קאמפעניס), עס איז נאר די תוצאה. איך האב שוין געזען ביי מענטשן, וואס האבן אנגעהויבן צו נעמען ווייטעמינען, און ווען זיי זענען געווארן מקושר צו די אמת פון זייער סימפטום, האט זיך פלוצלינג שוין נישט געפילט אזוי וויכטיג צו נעמען דעם ווייטעמין, און צו זייער סופרייז האט דער פאניק אטאקע נישט פאסירט אויך אן די ווייטעמין.

קען די ווייטעמין צוהעלפן? קען זיין, אזוי ווי יעדע בארוהיגונגס מיטעל וואס בארוהיגט דעם נערוועס סיסטעם וועט ארבעטן פאר א שטיק צייט און ס'פילט זיך זייער גוט. אבער איז דאס די 'אמת'ע' רפואה? דאס קען איך נישט זאגען.

און וואס טוט זיך מיט 'ענערזשי הילינג'? דאס האף איך אי"ה דורכצוטין אינעם נעקסטן שיעור.
לעצט פאראכטן דורך מתבונן אום דאנארשטאג מארטש 26, 2015 9:57 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

עת לחשוב
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:53 pm

תגובהדורך עת לחשוב » זונטאג מארטש 22, 2015 4:29 pm

כבוד הרב מתבונן, שנייט אריין אין אונזערע מעדיצינען, מיר קענען דאס נישט צולאזן.
דאס אז מען ווייסט נישט וועלכע מעדיצינען צו געבן איז אמת עס ארבעט מיט טרייעל און עראר, אבער דאס זאגט בכלל נישט אז די מעדיצין ארבעט יא אדער נישט, לא קרב זה אל זה.
צו זאגן אז עס זענען נישט דא קיין קראנטע שטודיעס, האמת אומר אז איך ווייס נישט איך האב נישט מברר געווען די שטודיעס אבער לויט ווי איך ווייס איז צו ווערן אפראווד פון די FDA דארף יעדע מעדיצין אדורכגיין דאבל בליינד סטאדיעס וואס דאס איז מברר אז עס העלפט און עס איז נישט קיין פלאסיבא, איך גלייב נישט אז ביי די מעדיצינען האבן זיי אנדערע סטענדערדס, און טאמער די ווילסט מחולק זיין מיט די FDA קענסטו אנהייבן מיט די הארץ און בלאט פרעשור דו מוזט נישט אנהייבן דוקא ביי דעם. חוץ מזה איך קען גענוג מענטשן וואס זיי נעמען און עס העלפט זייער גוט, אה"נ עס איז דא וואס נישט, אבער פארוואס אמאל יא און אסאך מאל נישט אפשר פארקערט, לויט מיינע נאמבערס איז עס היבש מער פון אמאל יא, און ווען עס ארבעט איז עס א מחי'.
בכלל זע איך נישט וואס דיין אינטערעסע איז אוועקצומאכן די מעדיצינען איך זע נישט קיין שום סתירה צווישן טעראפי בכלל און קאהירענס טעראפי בפרט צו מעדיצינען, ויש לישבו בכמה אופנים כמובן. די גוף און די נפש האבן א השפעה איינס אויפן צווייטן און אפילו די פראבלעם איז אין די נפש קומט עס ארויס דורכן גוף און אז דער גוף באקומט די מעדיצינען וועט ער גוט שפירן (כ'פארשטיי אז די ריכטיגע וועג איז גיין צום שורש, אבער די השפעה גייט אהין און צוריק במילא אפילו עס הייבט זיך אן ביים נפש ווערט עס פארגרעסערט וכו' ודו"ק) ועוד עס קען זיין דורך ביידע אביסל איז שולדיג דער נפש און אביסל דער גוף. איך מאך נישט אוועק טעראפי אבער די מאך נישט אוועק מעדיצינען.....
די פשעטל מיט די סייד עפעקטס איז זייער שיין בדרך דרוש אבער בדרך פשט פארשטייט מען אז מעדיצין וואס ארבעט אויפן נערוון סיסטעם קען מער ארומרודערן אויף די נערוון במילא קען עס מאכן מער שאדן און דעם תחום, איך זע נישט קיין שום קשיא מען זאל דארפן זוכן א תירץ.
ווי אויך פארשטיי איך נישט די קאהירענס טעראפי האט יא גוטע שטודיעס? בעסער פון די מעדעצינען? לפי ידיעתי נישט. נו מאי אולמא האי מהאי. מסכים די האלטס אזוי, די פארשטייסט עס, דו האסט געזען אז עס ארבעט, אבער וואס איז דא צו רעדן פון שטודיעס?
די מעשה פון די נפש קאנפערענס פארשטיי איך לגמרי נישט, "איינער" האט געזאגט און דער פסיכיאטער זאגט אז ער האט קיינמאל נישט געהערט און ער איז שוין גרייט צו טוישן, קאם אן! ווייל איינער האט געזאגט!
בכלל און יעדע תחום ווייסט מען אז עס דא אפיציעלע שטעלונג פון דאקטוירים די רעגירונג נאכדעם איז דא די אויבער חכמים וואס ווייסן בעסער, און זייער אסאך מאל זענען זיי גערעכט (און אסאך מאל נישט). ווער עס ווייסט איז דא גאנץ ערנסטע חולקים אויף די גאנצע שיטה פון הארץ בלאט פרעשור וכדו', אבער אז מען קריגט זיך דארף מען וויסן מיט א קלארקייט און טאקע אליין דורכטון, ווייל עס מוז נישט זיין אז די אפיציעלע שטעלונג איז אומגערעכט אמאל קענען זיי פערצופאל זיין גערעכט.
בקיצור תמצית הדברים, די אנגענומענע מיינוג היינט ביי רוב טעראפיסטן "און" סייקייעטריסטן "און" ביי מענטשן וואס האבן עקספיריענס און דעם פעלד אז מען דארף טון ביידע, און עס לייגט זיך אויפן שכל אויך, די חלק איז נישט קיין צומישעניש. די צומישעניש הייבט זיך אן אפשר איז די פראבלעם נאכניש גרויס און מ'קען פרובירן נאר טעראפי, אדער נאכדעם וועלכע מעדיצין וועלכע דאז.

מחר
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:30 pm

תגובהדורך מחר » מאנטאג מארטש 23, 2015 10:50 pm

שיעור יא - איבער מעדעצינען און ווייטעמינען PDF
https://copy.com/woFNVJkVJDDhcAwh

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דינסטאג מארטש 24, 2015 12:49 pm

כבוד הרב עת לחשוב. על ראשון ראשון.

עת לחשוב האט געשריבן:דאס אז מען ווייסט נישט וועלכע מעדיצינען צו געבן איז אמת עס ארבעט מיט טרייעל און עראר, אבער דאס זאגט בכלל נישט אז די מעדיצין ארבעט יא אדער נישט, לא קרב זה אל זה.


דאס זאגט אז מען קען נישט וויסן 'קלאר' ווען און וויאזוי דאס ארבעט. עס איז נישט אזוי ווי מהאקט אריין א נאגעל אין וואנט און עס בלייבט שטיין, נאר ענדערש אז מען ווייסט ניטאמאל די מאטריאל וואס מען דארף צאמקלעבן, און וועלעכע מאטריאל מען דארף נוצען עס צאמצוקלעבן. אלעס איז וואס משטעלט זיך פאר.

עת לחשוב האט געשריבן:האמת אומר אז איך ווייס נישט איך האב נישט מברר געווען די שטודיעס אבער לויט ווי איך ווייס איז צו ווערן אפראווד פון די FDA דארף יעדע מעדיצין אדורכגיין דאבל בליינד סטאדיעס וואס דאס איז מברר אז עס העלפט און עס איז נישט קיין פלאסיבא,


איך בין אויך נישט קיין מומחה אין דורכטון שטודיעס, און דאס לאז איך איבער פאר אנדערע מומחים, אבער אויף אזויפיל ווייס איך יא, אז די FDA פארלאנגט א געוויסע מינומום וואס זאל אויפווייזן אז ס'איז נישט פלאסיבו. פון וויפל איך האב געליינט, איז א גרויסע חלק פון די שטודיעס ביי די סארט מעדעצינען, ממש געווען די 'מינומום' און ממש א מינומום פראצענט העכער די פלאסיבו, און פאר די FDA איז דאס גענוג צו אפראווען די מעדעצין (דאס איז לגבי די אנטידעפרעסענטס, ביי אנדערע סארט מעדעצינען האב איך נאכנישט געליינט). חוץ מזה וואס די סוף סה"כ קומט בדרך כלל פון meta-analasis, וואס מאכט א סה"כ פון אלע שטודיעס, אבער נעמט נישט אין באטראכט אלע שטודיעס עקסטער.

עת לחשוב האט געשריבן:בכלל זע איך נישט וואס דיין אינטערעסע איז אוועקצומאכן די מעדיצינען איך זע נישט קיין שום סתירה צווישן טעראפי בכלל און קאהירענס טעראפי בפרט צו מעדיצינען, ויש לישבו בכמה אופנים כמובן. די גוף און די נפש האבן א השפעה איינס אויפן צווייטן און אפילו די פראבלעם איז אין די נפש קומט עס ארויס דורכן גוף און אז דער גוף באקומט די מעדיצינען וועט ער גוט שפירן (כ'פארשטיי אז די ריכטיגע וועג איז גיין צום שורש, אבער די השפעה גייט אהין און צוריק במילא אפילו עס הייבט זיך אן ביים נפש ווערט עס פארגרעסערט וכו' ודו"ק) ועוד עס קען זיין דורך ביידע אביסל איז שולדיג דער נפש און אביסל דער גוף. איך מאך נישט אוועק טעראפי אבער די מאך נישט אוועק מעדיצינען.....


איך זעה נישט ווי איך זאל האבן אוועקגעמאכט אזוי שטארק די מעדעצינען ווי דו לייגסט עס אראפ. איך דינג מיך נישט אז בנוגע די חלק הגוף, באקומט דער גוף א גוטע בארוהיגונגס מיטעל. ס'איז קלאר א ס'ארבעט. ווען מ'נעמט א פיין גלעזעל משקה העלפט עס אויך זיך צו בארוהיגן אויף א פיזישען אופן. די עיקר מטרה פון דעם שיעור איז בסה"כ ארויסצוברענגען ביידע זייטען פון די מטבע, פארוואס יעדער האלט אז זיין וועג ארבעט, און פון די מעדעצין שטאנדפונקט איז 'נאר' די גוף די שולדיגע אינעם פראבלעם, און מיט דעם זענען זיי נישט גערעכט. יעצט אויב איינער וועט בוחר זיין נאר צו באהאנדעלען דעם גוף אויב עס וועט העלפן? קען זיין. ס'זענען דא גענוג מענטשן וואס האלטן זיך לעבעדיג נפשיות'דיג מיטן וואדקע, אבער אויב פארלאנגט דאס לעבן מער שימת לב, איז שוין די וואדקע נישט גענוג, און מען דערף זיכען אנדערע מיטלען.

עת לחשוב האט געשריבן:די פשעטל מיט די סייד עפעקטס איז זייער שיין בדרך דרוש אבער בדרך פשט פארשטייט מען אז מעדיצין וואס ארבעט אויפן נערוון סיסטעם קען מער ארומרודערן אויף די נערוון במילא קען עס מאכן מער שאדן און דעם תחום, איך זע נישט קיין שום קשיא מען זאל דארפן זוכן א תירץ.


אויב דיר איז נישט שווער, איז גוט פאר דיר, פאר מיר איז עס פשוט אביסל אינטרעסאנט. ווייל משפילט זיך ארום מיט די נערווען סיסטעם און מ'מאכט איהם פילן גוט, צופידעלט ער זיך? עפעס מאכט נישט קיין סענס. אבער מיטן יסוד בנפש, איבער וויאזוי געפילן ווערן פלאצירט איינער אויפן צווייטען, איז עס א דבר פשוט אז דאס איז וואס עס פאסירט.

דאס איז אלטס א המשך צו אונזער שמעוס ביז אהער, אז ווילאנג מגייט נישט צום אמת'ן שורש, איז דער מענטש אלטס עלול פאר א relapse, צו זאל דאס זיין מיט סי בי טי, אדער עפעס אנדעדרש, איז נאך אלטס דא א פחד אין די מוח פונעם מענטש צו לעבן טאטאל אנעם אלטען באשיצער ווילאנג די אלטע וואנדען ווערן נישט פארהיילט. די זעלבע איז מיט מעדעצינען, אפילו נניח עס העלפט אביסל, איז אבער די טשענס פון א רילעפס פונקט אזוי דא, און אויב נישט יעצט, איז אין אפאר חדשים ארום ווען עס וועט אויספעלן.

עת לחשוב האט געשריבן:ווי אויך פארשטיי איך נישט די קאהירענס טעראפי האט יא גוטע שטודיעס? בעסער פון די מעדעצינען? לפי ידיעתי נישט. נו מאי אולמא האי מהאי. מסכים די האלטס אזוי, די פארשטייסט עס, דו האסט געזען אז עס ארבעט, אבער וואס איז דא צו רעדן פון שטודיעס?


די מטרה פון דעם שיעור איז נישט אריינצוגיין אין קיין שטודיעס נאר זעהן וויאזוי מעדעצינען שטומט מיט מעמערי ריקאנסאלדעישען. קוהירענס טערעפי איז געבויט אויף די סייענס פון מעמערי ריקאנסאלעדעישען, און דאס האט אסאך קראנטע שטודיעס, סיי אויף בע"ח און סיי אויף מענשטן, אז די זאך ארבעט, און בעיקר - א זאך וואס מעדעצינען האט נישט לויט וויפל איך ווייס - שטודיעס 'וויאזוי' עס ארבעט, און די פונקטליכע פרעצאדור וואס פעלט אויס אז עס זאל ארבעטן.

עת לחשוב האט געשריבן:די מעשה פון די נפש קאנפערענס פארשטיי איך לגמרי נישט, "איינער" האט געזאגט און דער פסיכיאטער זאגט אז ער האט קיינמאל נישט געהערט און ער איז שוין גרייט צו טוישן, קאם אן! ווייל איינער האט געזאגט!


ווען א מענטש שטייט דא וואס ער איז אליינס אדורך אזא מין איבערלעבעניש, און ווייזט אויף בחוש אז די מיינונג פון די דאקטוירישע וועלט איז נישט אינגאנצן ריכטיג, קוק איך שטארק ארויף אויף דאקטורים וואס קענען מודה זיין אז זיי זענען נתפעל פון דעם און זענען גרייט עס מער דורך צו טון.

עת לחשוב האט געשריבן:בקיצור תמצית הדברים, די אנגענומענע מיינוג היינט ביי רוב טעראפיסטן "און" סייקייעטריסטן "און" ביי מענטשן וואס האבן עקספיריענס און דעם פעלד אז מען דארף טון ביידע, און עס לייגט זיך אויפן שכל אויך, די חלק איז נישט קיין צומישעניש. די צומישעניש הייבט זיך אן אפשר איז די פראבלעם נאכניש גרויס און מ'קען פרובירן נאר טעראפי, אדער נאכדעם וועלכע מעדיצין וועלכע דאז.


דאס ווייס איך אויך וואס די אלגעמיינע פראפעשענעלס האלטן, און מקען זאגען אז פאר געוויסע איז עס שוין טאקע נישט קיין צומשיעניש ווייל זיי האבן שוין מחליט געווען וואס ארבעט פאר זיי בלית ברירה. אבער א מענטש וואס פאנגט אן צו לעבן מיט די סארט געפילן קען לעבן אין א צומישעניש וועמען צו גלייבן, דער פראפעשענעל, אדער יענער. די מטרה פון אונזערע שיעורים דא, איז ארויסצוברענגען אז חוץ די אנגעומונע מיינונג פון רוב פראפעשנעלס, איז דא נאך א וועג, און ווער עס וויל עס נעמען, קען עס נעמען, און ווער עס וויל נישט, זאל טון וואס די אלגעמיינע פראפעשענעלס ריקאמאנדירן. בעסער ווי גארנישט איז עס זיכער.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

shomierpeevilshonoi
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:30 pm

תגובהדורך shomierpeevilshonoi » מאנטאג אפריל 20, 2015 4:55 pm

נפש אמיתי האט געשריבן:מייסטערהאפט ארויסגעברענגט אזוי קלאר און פארשטענדליך! זייער הנאה געהאט. יישר כח!

וואס איך האב דא פארשטאנען אז איציק האט א מטרה אין לעבן צו האלטן זיין טאטע'ס כבוד און ערך זייער טייער, א זאך וואס פאר זיך איז זייער ריכטיג. אבער אין דעם פאל, האט איציק אביסל איבערגעצויגען דאס שטריקל מיטן אינגאנצען אוימעקן זיין אייגענעם כח מיטן ציל צו האלטן זיין טאטענס כח שטארק. עס איז דא הלכות וויאזוי זיך צו טעה'ן מיט א טאטע, אבער זיך בכלל נישט טענה'ן כדי צו היטן אויף זיין כבוד, איז בכלל נישט ריכטיג. דאס נעקסעט שטאפעל איז געווען צו זעהן וואס איז אזוי וויכטיג צו האלטן זיין טאטענס כבוד אזוי טייער אפילו אויפן פרייז פון זיך אוועקלייגען.





נניח עס ווערט נעלם דער חלק פין מורא מצד רצון פּנימי מצד טוהר נשמה
אופן מציאות שׁייך אויסגעהאלטן אזוי
אבּער בּלייבּט עכּ"ז מיטן מורא ?!
יא פארבּיסן אויף זיין מצב & אויך ווייסט זיינע רעכטן
אבּער למעשׂה עס אפּצינעמען קאסט עם אויסמאטערניש
אויסמאטערניש א קאנדידאט פאר דורכפאל ח"ו
וויל הערן דיין/ענקער ווערסיע תשׁובה די נושׂא

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מאנטאג אפריל 20, 2015 10:26 pm

שלום עליכם שומר פיו, אנטשולדיגט אבער אייערע ווערטער קומען דורך זייער נישט קלאר. ביטע אויב איר קענט איבערפרעגן מער קלארער וואס איר מיינט צו פרעגן.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

shomierpeevilshonoi
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:30 pm

confidence in quality not quantity

תגובהדורך shomierpeevilshonoi » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 12:02 am

אויב איך ווייס אז איך האב power – איך האב מיינע אייגענע מיינונגען, דעמאלטס גיי איך מיך מיין וועג,
און דעמאלטס איז מיין power א threat פאר דיר, טאטי,
און דו וועסט קענען ווערן שוואכער, און איך וועל דיך פארלירן,
און דעמאלטס גיי איך מיך דערזעהן אין chaos!!! – א עירוב טוב ורע,
און איך וועל נישט טרעפן מיין שוץ-צומער ווי איך קען מיך האלטן רוהיג און סעיף.
סוי, איך גיי מיך האלטן powerless און נישט האבן קיין שום מיינונג, ווייל נאר אזוי דארף איך מיך נישט טענה'ן מיט דיר, און בין איך פארזיכערט אז דו בלייבסט מכובד, קאמפעטענט און רילייעבעל, און איך קען בלייבן אין מיין 'שיץ-צומער' רוהיג און סעיף אוועק פון די גאנצע chaos.
אפילו אויב איך בלייב אן מיין power, בלייב איך נאך מער אנגעצויגען.

די מטרה פון דעם איז ווייטער, אז איציק זאל אנהויבן נעמען אחריות אויף זיין אייגען לעבן, דארך אנערקענען וויאזוי ער אליינס מאכט זיך זיין פראבלעם, און דאס וועט איהם האפענטליך געבן די מעגליכקייט צו מאכן זיינע החלטות אויף 'זיך' פון דאסניי


בּיז דא אויסשניט פין אייוועלט
פין דא ,מיין בּיטע פאר עקלערונג

נניח עס ווערט נעלם דער חלק פין מורא מצד רצון פּנימי מצד טוהר נשמה
לאמיר ניצן צוויי קאלעגעס ,דאן אויבּ שפּירט' דעם דראנג/צוואנג/דריק צו פאלגען' עכּ"ז ווייסט קלאר, עס טרעיט אויף זיינע רעכטן "איז אין אנגסט.

אבּער בּלייבּט עכּ"ז מיטן מורא /נעגעטיוו גרעוועטי ענערזדשי ?!
איידער די פּאזיטיווע ענערגיע פין מעביר מידותיו
אדער אויבּ סאיז בּחינה 'חייך קודמין
אבּער למעשׂה עס אפּצינעמען קאסט עם אויסמאטערניש
אויסמאטערניש א קאנדידאט פאר דורכפאל ח"ו????


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט