בלאט 5 פון 9

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 7:02 pm
דורך יצחק דע באנקיר
לפי ידיעתי קומט די עקסערסייז און עקשען, אהן קיין סך ידיעה נאר פארקערט בלויז די עקסערסייז וואס מען טרעינט די מח אויף א נייע פאוקאוס מעקט אפ דאס אלטע, מעגליך עס איז נאר א תרופה פאר טייל משתתפים, אבער דאס אז ביי מאנכע איז עס יא א לעזונג צייגט אז עס איז יא דא א מעגליכקייט צו דיליטען אלטע גארבעדזש וואס זענען געסטארעדזשט אין מח.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 10:15 pm
דורך מתבונן
יצחק,
ווי איך האב געשריבן אויבן בשם דעם חפץ חיים זי"ע, אויב טוט מען עקשען בשעת עפעס א רצון איז זיך סותר מיטן עקשען, ווערט נישט די עקשען א חלק פונעם מענטש.
רוב מאל ווען מען גייט צו שיעורים, קען עס האבן צוויי מאטיוון, אדער האלט מען שוין ביים פראבירן אפאר מאל מיט געוויסע עקשענס וואס האט נישט געארבעט, און מען האפט אז ביים שיעור וועט מען טרעפן בעסערע 'טולס' וויאזוי דורכצופירן די goals. אבער אויב האט מען שוין פראבירט און ס'איז נישט געלאנגען, איז לכאורה א ראיה אז זייערע עקשענס שטומט נישט אינגאנצן מיט וואס זיי ווילן 'עכט', ממילא גלייב איך נישט אז די קורס וועט מער אויפטון. חוץ אויב פערצופאל פאסירט, און עס קען טאקע פאסירן, אז די 'אמת'ע' רצון האט זיך פערצופאל געטוישט, און דערפאר האט עס אנגעהויבן ארבעטן. ווי אויך פאסירט, אז מען פראבירט נישט צו קוקען אין זיך אז מען שלאגט זיך נאך, ווי נישט ווי וויל מען דאך נישט פילן אז די קורס איז געווען לריק, אבער די אלטע משוגעת'ן זענען נאך ערגעץ ווי באהאלטן (פארשטייט זיך אז ס'איז נישט געפערליך, אבער א מיטשעניש קען עס נאך אלץ זיין).
די צווייטע גרופע מענטשן, זענען מענטשן וואס האבן פשוט זיך קיינמאל נישט אויסגעשארפט אין געוויסע סקילס אין לעבן און זענען פשוט נאך נישט באקוועם מיט דעם. ווי למשל, רעדן אין פאבליק גייט יעדער איינער אין אנפאנג פילן אומבאקוועם, אבער מיט די צייט קען מען זיך צוגעוואוינען. ס'איז א נייע מושג און א נייע סטעפ אין לעבן. פאר איינער וואס גייט זיך דאס אויסלערנען דארט וויאזוי צו ווערן באקוועם מיט דעם, זעה איך נישט פארוואס עס זאל נישט העלפן. אבער אויב האט ער שוין פראבירט און ער פארלט כסדר צירוק, איז א סימן אז עפעס קוועטשט דא מער ווי נארמאל, און דאס מיינט, אז אפילו ביים שיעור וועט ער זיך אויסלערנען וויאזוי צו רעדן אין פאבליק, איז נאך אלץ מעגליך אז די אלטע ווערסיע אין לעבן פארוואס 'ער וויל נישט' רעדן אין פאבליק, נאך אלץ בלייבן און נישט ווערן אויסגעמעקט, אפילו ער וועט וויסן בעסער וויאזוי זיך צו אריאנטירן בשעת א דרשה.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 11, 2014 2:10 pm
דורך נפש אמיתי
מיר ווארטן (אומ)געדולדיג אויפן קומענדיגן שיעור....

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 11, 2014 8:15 pm
דורך פשוט'ער אידל
נפש אמיתי האט געשריבן:מיר ווארטן (אומ)געדולדיג אויפן קומענדיגן שיעור....


גם אני מצטרף. אן די ( ).

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 7:38 pm
דורך fiena nieas
נו מתבונן ווען קימט די נעקסטע שיעור? מיר ווארטן

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 7:39 pm
דורך בן אחר בן
fiena nieas האט געשריבן:נו מתבונן ווען קימט די נעקסטע שיעור? מיר ווארטן

שיעור ד' – וויאזוי ווערן אויסגעמעקט די נעגעטיווע מעסעדזשעס?

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2014 9:36 pm
דורך מתבונן
די איבעראשענדע נייעס! – מקען טאטאל אויסמעקן די אלטע זכרונות!

אינם פאריגען ארטיקל האבן מיר ארויסגעברענגט די די וועג וויאזוי די וועלט האט אנגענומען אז מקען נישט פטור ווערן פון די אלטע זכרונות, און די איינציגסטע זאך וואס מ'קען יא טון, איז איבערקומען די אלטע פאקטן אין לעבן, מיט נייע פאקטן, און ס'איז צום האפען אז די נייע וועג וועט איבערנעמען רוב פראצענט פון די צייט.

אבער אין יאר 2000 איז אפעציעל ארויסגעקומען מיט די גאר אינטרעסאנטע נייעס, אז די חוק פון indelibility איז נישט אמת!! עס האט אויפגעשטורעמט א וועלט. אויב ביז היינט האט מען געמיינט, אז ווען א זכרון ווערט פארמאכט און קאנסאלידעיטעד, בלייבט עס דארט פארמאכט אויפן לעבן טיף אינעם מוח, האט מען יעצט אנגעהויבן זעהן, אז אין געוויסע מצבים ווערן די זכרונות איבערגעמאכט און די אלטע ווערן נעלם און אויסגעמעקט אינגאנצן! מען האט נאר נישט געוויסט פונקטליך וויאזוי און ווען דאס פאסירט. אבער דער פאקט האט מען אנגעהויבן זעהן. די פארשער האבן א נאמען געגעבן דעם פראצעדור, memory reconsolidation. דאס הייסט, ביז היינט האט מען געמיינט אז זכרונות ווערן איין מאל קאנסאלעדעיטעד און דאס איז עס פארן לעבן, אבער היינט זעהט מען אז ניין, עס קען ווערן 'רי'קאנסאלדעיטעד, עס קען זיך אויפמאכן און צירוק צומאכן, וכן הלאה, און די מעסעזשעס וואס זענען קאנעקטעד צו די זכרונות ווערן 'אפדעיטעד' פון דאסניי.

ווי מיר האבן געשריבן אינעם פאריגען ארטיקל, האט שוין טערעפיסט ברוס עקער באמערקט דעם געדאנק שוין יארן פריער, אבער אין די סייענטיפישע וועלט, האט עס ערשט יעצט אנגעהויבן כאפן די אינטערעסע צום דעם אינטרעסאנטן פאקט. פון די גרעסטע פרעפעסארן וואס זענען ארויסגעקומען אין עפענטליכקייט מיט די נייעס, איז דער זעלבעט זשאסעף לאדו, וואס מיר האבן אראפגעברענגט אינעם פאריגען ארטיקל אז די אלטע זכרונות זענען אומ-מעקבאר.

עס האסט געדוירט ביז די יאר 2004 ווען מען האט צום ערשטען מאל דערגאנגען דעם פונקטליכען פראצעדור וואס פאסירט אז די ניוראנס זאלן זיך עפענען און ארויסלאזן פון זיך די אומבעטעמטע מעסעדזשעס אויף אייביג. צוויי יאר שפעטער אין יאר 2006, האט דאס אנגעהויבן כאפן די אינטערעסע פון די 'טערעפי וועלט', אז מען האט דא געכאפט א 'פישל' וואס קען איבערדרייען די גאנצע צוגאנג צו טערעפי דורך ארבעטן אויף א ספעציפישען וועג וואס קען באפרייען מענטשן פון זייערע פחדים אויף אייביג. פאר צוויי יאר צירוק, אין יאר 2012, האט ברוס עקער ארויסגעגעבן דעם ערשטען ביך (פון וואס איך ווייס) ארום דעם נושא. דער נאמען פונעם ביך איז, “Unlocking The Emotional Brain”. אין דעם ביך ברענגט ברוס זייער שטארק ארויס די מהלך וואס דארף געשען אז די מעמערי ריקאנסאלידעישען פראצעס זאל געשען אין טערעפי, אז די פארמאכטע ניוראנס זאלן זיך לאזן עפענען אויף אייביג און נאכלאזען זיינע שרעקעדיגע מעסעדזשעס.

מיר האפען אין די נעקסטע צוויי ארטיקלען צו קענען מסביר זיין וויאזוי עס זעהט אויס דער ריקאנסאלעדעישען פראצעדור לעבעדיגערהייט און וויאזוי מקען דאס מאכן געשען מער אפטער. אין אמת'ן אריין איז דאס א מציאות וואס איז אלעמאל געשען און פאסירט כסדר און טאג טעגליכע לעבן ווי מיר וועלן ווייטער זעהן, און איז בכלל נישט קיין גרויסע נייעס. עס איז נאר אז מען האט געכאפט אז, העי, עס פאסירט.

פאר מען פאנגט אן אריינצוגיין טיפער אינעם נושא, איז וויכטיג צו וויסן, אז מ"ר מעקט נישט אויס די 'עצם' פיינפולע מעשה וואס האט פאסירט. וואס עס מעקט יא אויס, איז די פאקטן וויאזוי מען האט זיך אויסגעלערענט וויאזוי די וועלט ארבעט – וואס מען ערווארט עס זאל פאסירן ווען דאס און דאס פאסירט. איינמאל די פאקטן פון לעבן מעקן זיך אויס, אינטרעסירט דעם מענטש גאר ווייניג וואס עס האט פאסירט במציאות.

'היינט איז געשען די ערגסטע זאך אין מיין לעבן!'

איז לאמיר קודם געבן פאר די ליינער אביסל א געפיל וויאזוי דאס זעהט אויס.

ס'איז געווען שבת קודש אינדערפרי פאר בערך א יאר א האלב צירוק.

יענעם שבת האב איך געהאט א קידוש אין די משפחה, און איך האב מודיע געווען אז איך גיי אהיימקומען אפאר מינוט שפעטער ווי געווענליך. מיין דעמאלטסדיגע 7 א האלב יעריגע טאכטער האט אנגענומען אז זי האט גענוג צייט זיך צו גיין שפילען ביי איר קאזען אינדערהיים און אהיימקומען שפעטער, היות טאטי גייט היינט אהיימקומן שפעט, און זי האט זיך פארלאזט אז זי וועט אהיימקומען ווען זי וועט זעהן אז איר קאזענס עלטערען זענען שוין אהיימגעקומען.

מה עשה הקב"ה? איך בין אהיימגעקומען פונעם קידוש און איך האב געווארט אפאר מינוט אז מיין טאכטער זאל אהיימקומען פאר קידוש, און ווען איך האב געזעהן אז זי קומט נישט, האב איך מיך פארגעשטעלט אז אויב פארזוימט זי זיך אזוי לאנג, האט זי שוין זיכער געהערט קידוש פון מיין שוואגער. האב איך מחליט געווען וואס האב איך צו ווארטן, איך האב געמאכט קידוש פאר מיין יודענע, און מען האט זיך געגרייט זיך צו גיין וואשען.

ויהי אך יצא יצא, איך וויל מיך אויפהייבן, און מיין טאכטער'ל שפאצירט אריין. זעענדיג אז איך האב שוין געמאכט קידוש, נעמט זי זיך מאכן יאמערליכע קולות מיט הייסע זידיגע קראקעדייל טרערן, 'טאטי, וויאוזי קענסטו דאס טון צו דיין אייגענע מיידל?! וויאוזי קען א טאטע מאכן קידוש אן זיין מיידל? היינט איז געשען די ערגסטע זאך אין מיין לעבן!!! כליפ... כליפ... כליפ...'

פארשטייט זיך אז אויב איז יעצט געשען די ערגסטע זאך אין איר לעבן, זענען די געשרייען און וויינערייען וואס האבן באגלייט דעם אינצעדענט, געווען ווי עס פאסט פאר אזא איבערלעבעניש – מ'ברויך דא יעצט זיכער מאכן אז אזא שרעקליכע אינצעדענט חזר'ט זיך נישט נאכאמאל איבער. זי האט זיך גענומען ווארפען און שטויסען אויף אלע זייטן, און זי האט מיך אויך געוואלט אנהויבן שטויסן. זעענדיג דאס, האב איך געכאפט אז איך האב טאקע אנגערירט אין איר א האקעלע נערוו וואס בארירט איר טיף אין די נשמה, און איך בין דא אפשר באגענגען א קליינע שטיקל. אבער וואס איז געווען איז געווען, און אין אזא מצב איז זיכער נישטא צו וועמען צו רעדן. אבער איך קען איר נישט לאזן אזוי שטויסען איר טאטע. האב איך איר ארויסגעוויזן מיין געפיל, אבער איר געזאגט אין זייער א פעסטע טאון, 'איך פארשטיי אז היינט איז געשען צו דיר די ערגסטע זאך אין דיין לעבן, אבער דו טארסט נאך אלץ נישט שטויסען דיין טאטע'. זי האט גלייך געכאפט די מעסעדזש, און זיך געגעאנגען אויסבלאזען ערגעץ אנדערש, זיפצענדיג כסדר צו זיך, 'איך פארשטיי נישט וויאוזי די קענסט עס טון צו מיר...? די ערגסטע זאך אין מיין לעבן...!'

אפאר מינוט שפעטער האט זי זיך בארוהיגט, און די סעודה איז אריבער בשלום.

מוצאי שבת ווען זי איז געגאנגען שלאפען האט איך געוואלט איבערשמועסן די היינטיגע שרעקליכע איבעלעבעניש פאר זי איז געגאנגען שלאפן.

איך האב אנגעהויבן די שמועס אזוי:

'רחל'ע טייערע, איך ווייס אז היינט איז געשען צו דיר די ערגסטע זאך אין דיין לעבן...'.

נאך פאר איך האב געקענט רעדן ווייטער, האב איך באמערקט ווי זי קוקט מיך שוין אן מיט אפענע פארווינדערטער אויגען, ווי זי פרעגט זיך אליין, זאל איך וויינען אדער לאכן?

און דא האט עס פאסירט.

זי האט געגעבן א פלאץ אויס אין א היסטערישע גלעכטער.

'עה, טאטי', געט זי א מאך א אוועק לאכעדיגערהייט, 'ס'איז נישט אמת. ס'איז נישט די ערגסטע זאך, הא הא הא, ס'איז זייער פאני'.

כדי מחזק צו זיין איר נייע וועג פון איבערלעבן איר היינטיגע איבערלעבעניש מיט א נייע דערהער, האב איך איר ווייטער צירוקגעדרייט, 'עה, וואס רעדסטו? היינט איז געשען די ערגסטע זאך אין דיין לעבן, איך ווייס, און איך האב עס געזעהן'.

אבער זי געט נישט נאך, 'איך ווייס נישט טאטי', גיט זי א פיר אויס, 'אבער ס'איז עכט נישט די ערגסטע זאך אין מיין לעבן'.

כדי צו פארשטיין אירע השגות וואס די 'ערגסטע זאך אין לעבן' מיינט, גיב איך איר א פרעג, 'איז וואס איז יא די ערגסטע אין דיין לעבן?'

זי טראכט א מינוט, און זי זאגט מיר, 'ווען עלטער-זיידי איז נפטר געווארן'.

ערלעדיגט. ווייס איך שוין 9 שעה שפעטער איר אפדעיטעד ווערסיע וואס די 'ערגסטע זאך אין לעבן' מיינט.

'אבער היינט אינדערפרי איז עפעס אנדערש געווען די ערגסטע זאך אין דיין לעבן, דעמאלטס ווען איך האב נישט געווארט אויף דיר פאר קידוש?' לאז איך איר נישט נאך.

'הא הא הא הא הא', צולאכט זי זיך נאכאמל, 'איך ווייס נישט פארוואס איך האב אזוי געזאגט היינט אינדערפרי'.

'און ס'באדערט דיך נישט אז איך האב נישט געווארט אויף דיר פאר קידוש?' פרעג איך איר.

'יא, אביסל, אבער ס'איז נישט געפערליך. די נעקסטע מאל, זאלסטע פליז ווארטן פאר מיר אויף קידוש, טאטי, אקעי?'

'אוודאי, רחל'ע, אוודאי גיי איך די נעקסטע מאל ווארטן אויף דיר, יעדער מאכט אמאל א מיסטעיק, און די נעקסטע מאל וועל איך דיר גיין רופען אי"ה. א גוטע נאכט, שלאף געזונטערהייט'.

עד כאן המעשה.

פאר אינטרעסאנטקייט, האב איך געפרעגט מיין טאכטער נאכן באשרייבן איר מעשה פאר דעם ארטיקל, 'רחל'ע געדענקסט נאך ווען ס'געשען די ערגסטע זאך אין דיין לעבן?'

זי האט זיך ווידער הויכהילכיג צולאכט, 'ווען? דעמאלטס ביי די קידוש? הא הא הא הא! ס'איז עכט נישט געווען די ערגסטע זאך'.

ביידע זענען אמת, אבער ביידע קענען נישט זיין אמת אויף איין מאל

מיין טאכטער האט דא מיטגעלעבט וויאוזי א געוויסע געפיל האט פארלוירן איר 'פשט' און 'חיות' אין א משך פון 9 שעה. עס איז נישט געווען סתם אז זי האט זיך בארוהיגט פון וואס עס האט פאסירט, נאר די גאנצע 'אפטייטש' וואס דער פאסירונג האט געמיינט פאר איר – אז היינט איז געשען איז די ערגסטע זאך אין איר לעבן, וואס דאס האט פאקטיש אנגעמאכט די גאנצע עמאציאנאלע טריגער – האט פארלוירן איר מיינונג כאילו נישט איר מיינט מען דא. דאס האט נישט פאסירט ווייל איך האב איר אויסגעלערענט אז ס'איז דא ערגערע זאכן אין לעבן, נאר ווייל זי אליינס האט אזוי געוויסט פאר א קלארע פאקט. וויפל איך האב נאר פראבירט אויפצווועקן די געפערליכע געפיל אז דא האט פאסירט די ערגסטע זאך אין איר לעבן, איז מיר נישט געגאנגען, א סימן אז דער אמאליגע פאקט וואס 'די ערגסטע זאך אין לעבן' מיינט, איז נעלם געווארן.

וואס האט דא פאסירט אז 9 שעה שפעטער האט ניטאמאל געמאכט קיין סענס פאר איר אז זי האט אמאל געהאלטן פאר א קלארע פאקט, אז היינט איז געווען די ערגסטע זאך אין לעבן, א פאקט וואס האט איר אריינגעלייגט אין א שרעקליכע היסטעריע?

די תירוץ אויף דעם איז אז דא האט פאסירט אומדיירעקט א מעמערי ריקאנסאלעדעישען. א קלארע פאקט וואס איז געווען אמת – א טאטע וואס ווארט נישט אויף קידוש אויף זיין טאכטער, איז די ערגסטע זאך וואס קען נאר געשען צו א מענטש אין זיין לעבן, וואס באגעגענט זיך פלוצלינג צוזאמען מיט א אנדערע אמת'ע פאקט – אז ווען איינער ווערט נפטר, דאס איז די ערגסטע זאך וואס קען פאסירן צו א מענטש. איז וועלכע איז באמת אמת? ביידע פילן זיך אמת'דיג, אבער ביידע קענען נישט זיין אמת צוזאמען אויף איין מאל.

ס'קען נאר זיין 'איין' ערגסטע.

די אמת'ע אמת וואס פילט זיך באמת פאר מער ריכטיג און רוהיגער, וועגט איבער, און די אלטע ווערסיע פון 'אמת' פילט זיך אלטס א פשוטע זשאוק. נישט קיין טעות אדער ליגענד, נאר ממש עפעס וואס האט ניטאמל קיין פשט.

וואס וואלט געווען ווען איך פאנג איר אן אויפצוקלערן שיינערהייט מיט א ליבליכע געפיל, אז זי האט אויפגעבלאזן די גאנצע מעשה פארגארנישט, און ס'איז נישט די ערגסטע זאך וואס קען פאסירן פאר א מענטש, און ס'איז דא ערגערע זאכן אויף די וועלט? מעגליך אז זי וואלט עס אנגענומען, און זי וואלט פארשטאנען אז ס'איז טאקע דא ערגערע זאכן אויף די וועלט, אבער עס איז אויך מעגליך אז זי וואלט עס נישט אנגענומען (ווייניג מאל שרייען קינדער צירוק, 'ניין, נישט ווארטן פאר קידוש איז נאך ערגער ווי נפטר ווערן!'). אבער אפילו זי נעמט עס יא אן, באקומט זי פון מיר א מעסעדזש אז זי האט נישט גוט געפילט און נישט גוט פארשטאנען וואס דא האט פאסירט. דאס קען גורם זיין אז אפילו זי זאל פון איין זייט מסכים זיין צו וואס איך זאג, אבער 'איר' אייגענע אפטייטש פון די מעשה, בלייבט אין איר מוח'ל און ווערט אוועקגעשטופט אין א זייט. ווען איך זאג איר אפאר מינוט שפעטער, 'רחל'ע דו ווייסט אז היינט איז געשען די ערגסטע זאך אין דיין לעבן?' וואלט זי מיך אנגעקוקט צומישט, ווי צו פרעגן, 'וואס הייסט האסט דאך פריער געזאגט אנדערש?' ווייל איר ווערסיע ליגט נאך טיף באהאלטן ערגעץ ווי. אבער עס האט זיך אויסגעשטעלט, אז איך האב איר נישט געדארפט מסביר זיין וואס די ערגסטע זאך אין לעבן איז, ווייל זי האט עס שוין אליינס געוויסט (לכה"פ אין איר וועלט'ל). מיט דעם האב איך געקענט מאניפיאלירן אז זי זאל זיך אליינס אפפרעגן און אליינס דארפן מחליט זיין פאר א קלארע אמת, אז די ערגסטע זאך אין לעבן איז גאר עפעס אנדערש, און דאס האט איר געקענט געבן די מעגליכקייט אינגאנצן זיך אפצוטיילען פון אנקוקן די גאנצע מעשה ווי אזא ריזיגע בער.

אין טערעפי, איז דער ציל אז דער מענטש זאל זיך דערזען מיט צוויי אמת'ע פאקטן, אבער ביידע קענען נישט זיין אמת אויף איין מאל. דאס צווינגט די ניוראנס אין די מוח צו איבערטוישען די אלטע ווערסיע פון די מעשה, צו די נייע מער באקוועמע ווערסיע, און די אלטע ווערסיע ווערט אויסגעמעקט.

אזוי פילט מען ווען די מ"ר פראצעס איז אקטיוו. עס פילט זיך עפעס זייער אינטרעסאנט צירוקצוקוקען, 'אזוי טאקע האב איך אמאל געהאלטן? איך קען נישט פארשטיין וויאזוי!'

איך גלייב אז רוב ליינער וועלן זיך נאך שפירן אביסל צומישט דא, איז לאמיר אביסל מסביר זיין מער פונקטליך וואס דא פאסירט כדי מען זאל דאס קענען בעסער פארשטיין.

וויאזוי פראדעצירט מען אן 'עפראנץ'?

איך וויל אנהייבן מיט א משל בכדי לשבר את האוזן צו פארשטיין די טיפקייט פונעם געדאנק. הגם דער משל גייט נישט זיין הונדרעט פראצענט דומה לנמשל, אבער עס קען געבן א בעסערע בליק אויף די געדאנק דערפון.

איז שייך צו מאכן, אז פון עפלעך זאל ווערן מאראנצן?

וואס וועט פאסירן, אויב איינער וועט נעמען א קארב פיל מיט מאראנצן, און עס אריינגיסן אין א קארב פון מיט עפלעך, ביז די מאראנצן וועלן אינגאנצן צודעקן די עפלעך?

איז געווארן אויס עפל? ניין.

די עפלעך זענען געבליבן פונקט ווי פריער, בסה"כ זעהט מען עס נישט יעצט. פאר א צווייטען קען ער ווייזען אז ער האט א קארב מיט מאראנצען, אבער ווער עס וועט נאר אביסל נישטערן דארט וועט גלייך באמערקען אז באמת האב איך דא א האלבע קארב אנגעפילט מיט עפעלך! עס איז דא מאראנצען מיט עפעלעך.

אויב וויל מען באמת טוישען די מציאות פון די עפלעך, מיז מען גיין צום שורש פון ווי דער עפל קומט ארויס – די בוים מיט די קערענדעלעך. מען דארף מרכיב זיין די צוויי כוחות פון די עפל און מאראנץ, און צאמשטעלן די די עצם קערעל, אדער מרכיב זיין די צוויי ביימער, און אזוי שטעלן זיך צוזאמען ביידע כוחות אינאיינעם, און עס ווערט פראדעצירט א נייע באשעפעניש – א עפראנץ! נישט קיין עפל און נישט קיין מאראנץ, עס איז יעצט גאר עפעס אנדערש.

וואס איז די חילוק? פארוואס ווען די גאנצע עפל און מאראנץ טרעפן זיך צוזאמען ווערט נישט קיין עפראנץ, און ווען זיי טרעפן זיך אין די פארעם פון א קערל ווערט עס יא א עפראנץ?

די תשובה איז פשוט. כדי צוויי פיזישע כוחות זאלן זיך צאמפארן, מוז מען עס לייגן אויף אזא אופן ווי ביידע כוחות קענען זיך נישט האלטן צוזאמען. פארקערט, זיי זענען א דיירעקטע סתירה. די צוויי קערעלעך זענען צו האקעל צו קענען לעבן צוזאמען אין דער ערד, און בהכרח ווערט שלום צווישן די צוויי כוחות און עס ווערט א נייע צורה. א פארטיגע עפל און א פארטיגע מאראנץ האבן גענוג כוחות זיך צו קענען האלטן פאר זיך, און עס איז נישט קיין שום סתירה אז זיי זאלען זיין צוזאמען. ביידע קענען זיך האלטן פאר זיך אפילו עס איז דא א פארקערעטע זאך מיט זיי צוזאמען אין איין פלאץ.

לאמיר נעמען א אנדערע ביישפיל.

איינער האט א גלאז הייסע קאכעדיגע וואסער וואס ער וויל טרינקען. עס איז אבער זייער הייס און ס'איז נישט מעגליך צו טרינקען. ער האט צוויי ברירות. ער קען ווארטען ביז עס קילט זיך אפ, אדער ער קען נעמען אן אנדערע גלאז קאלטע וואסער, און צוזאממישען ביידע גלעזער. די רעזולטאטען? עס ווערט באשאפען א נייע דריטע סארט וואסער וואס איז פריער נישט געווען – א ווארעמע גלאז וואסער. פאר א מינוט צירוק איז דא געווען א הייסע גלאז און א קאלטע גלאז, יעצט איז קיין איינער פון זיי נישטא, עס איז נאר דא א נייע ווערעמע גלאז.

וואס האט דא פאסירט?

דא האט פאסירט די זעלבע וואס פאסירט מיט די צוויי קערעלעך פון די עפלעך און די מאראנצען. וואסער איז צו שוואך צו שטיין איינער קעגן דעם צווייטען. הייסע און קלאטע וואסער זענען א סתירה, ס'איז נישט מעגליך אז זיי ביידע זאלן זיין צוזאמען אויף איינמאל. כדי צו מאכן שלום ווערט א נייע פראדוקט – ווארעם, א שילוב פון הייס און קאלט. ווען די ווארעמע וואסער ווערט פראדעצירט, ווערט די אלטע הייסע און קאלטע וואסער אויסגעמעקט, ווייל זיי ביידע צוזאמען זענען א סתירה, און ס'איז נישט מעגליך אז זיי ביידע זאלן עקזעסטירען צוזאמען.

ביי ביידע פעלער, ביי די קערענדלעך און ביי די וואסער, איז נישט גענוג אז די צוויי זאכן זענען דא פאר אונזערע אויגען, זיי מוזן ביידע זיך אנרירען. אויב ליגען די צוויי קערענדלעך אפגעריקט אפאר אינטשעס גייט נישט ארויסוואקסען קיין עפראנץ. זיי מוזן זיך אנרירען און זיך אנרייבן, ביז זיי מאכן א 'מירדזש' און ווערן איינס.

דאס זעלבע פאסירט ביי יעדע פיזישע סתירה. צומאל איז די סתירה צו שטארק אז זיי קענען אפילו נישט לעבן צוזאמען אין זיי ברענען זיך אויס. א פאזיטיווע כח פון עלעקטריק, קען זיך נישט האלטן צוזאמען מיט א נעגעטיווע כח פון עלעקטריק. אויב ביידע פון די עלעקרישע כוחות קומען זיך צוזאמען, גייען זיי פלאצן און אויסברענען און די כח פון די עלעקטריק ברענט אויס.

וואס טוט זיך מיט די כח פון ניוראנס אינעם מוח? איז שייך דאס צאמצושטעלן מיט עפעס א סתירה וואס זאל צווינגען אויפצוגעבן עפעס א כח?

אויף דעם וועט מען אי"ה רעדן אינעם קומענדיגן שיעור.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2014 9:43 pm
דורך green
יוש
מתבונן, כבין נישטא... האסט מעך אוועקגעטראגן ווייט ווייט אוועק

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2014 10:00 pm
דורך דמתה לתמר
דרוריקרא האט געשריבן:http://we.tl/s1g9dATmm1

באות הכרת הטוב

ארבעט נישט

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2014 10:08 pm
דורך הרבטייטעלבוים
יעמט דורך געליינט די פיר ארטיקלען מיט די הערות, כ'וועל נישט זיין קיין שיכור'ע טערק, און אריין רעדען אינמיטען, אבער א גרויסער דאנק.
מיר ווארטען אויף די המשך, עס איז זייער קלאר דערווייל.

יישר כח.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2014 10:37 pm
דורך נפש אמיתי
ס׳איז מיר שווער צו כאפן דאס אטעם... כ׳על עס מוזן איבערלייענען אפאר מאל ארויסצוהאבן די עמקות דערפון. אבער אויף יעצט נאר צוצולייגן א קליינע הוספה צו אייער עקזעמפל. דאס ברענגט ארויס די וויכטיגקייט פון וועלידעיטן א קינד׳ס פילינגס. די מהלך איז אזוי וויכטיג צו ניצן אייביג און אלעמאל אין חינוך. אוועקמאכן אדער חוזק מאכן פון א קינד׳ס געפילן קען אים פארקריפלען אימאשינעלי אויפן גאנצן לעבן.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2014 11:13 pm
דורך פשוט'ער אידל
א אוצר בלום. הנותן מתנה לחבירו צרוך להודיעו. דאס איז ווערדפולע סחורה, נישט סתם. עווענטשולי גייט מען דעס פארקויפן פאר דרייסיג דאללער א באנד.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 12:26 am
דורך fiena nieas
פשוט'ער אידל האט געשריבן:א אוצר בלום. הנותן מתנה לחבירו צרוך להודיעו. דאס איז ווערדפולע סחורה, נישט סתם. עווענטשולי גייט מען דעס פארקויפן פאר דרייסיג דאללער א באנד.

דרייסיג דאללער און מער אויך!און מען וועט עס נאך אויך איבערטייטשן אויף מערערע שפראכן!
Wow מתבונן שכוח

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 6:46 pm
דורך א שטילער איד
מתבונן האט געשריבן:פארוואס איז היינט רפואת הנפש מער אין די הענט פון פשוטע יודען טערעפיסטן וכדו' און נישט אין די הענט פון די גדולי ישראל?


די רמבם זאגט אז תלמידי חכמים זענען רופאי נפשות, ר' בנימין ראבינאוויטש שרייבט אז א מענטש וואס האט אויסגעארבעט זיינע מידות פארשטייט די שורש פונעם נאטור פון יעדע מדה וכדומה און וועגן דעם קען ער העלפן אנדערע, איז לכאורה וויבאלד היינט איז דא זייער ווייניג וואס זענען אדורך די לעצטיגע שוועריגקייטן און עס אינגאנצן אויסגעארבעט מוז מען ליידער צוקומען צו רופאי נפשות פון פשוטע מענטשן.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 7:07 pm
דורך fiena nieas
מתבונן ביי די מעשה פון דיין טאכטער, ווען איז געשעהן די מ"ר, גלייך ביי דיין ערשטע שאלה?
איך האב אנגעהויבן די שמועס אזוי:

'רחל'ע טייערע, איך ווייס אז היינט איז געשען צו דיר די ערגסטע זאך אין דיין לעבן...'.

אויב יא, זעה איך נאר ווי איין אמת איז געווען אויפן טיש, דו האסט דעמאלטס נישט גערעדט פון די אנדערע ערגסטע זאך, די עלטער זיידעס שטארבן שרעקעדיגע זאך, סא וויזוי איז געשעהן די טויש?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 7:39 pm
דורך נשמה
ס'דא אין די וועג וויאזוי די מח ארבעט א חלק וואס רופט זיך error detection, ווען דו באגעגענסט א מענטש וואס זעהט כמעט אויס ווי א צווייטן, אבער, אפ, ניין, ס'איז נישט ער! דאס איז אויך געשעהן מיט זיין טאכטער'ל. די רגע ער האט איהר געזאגט "ס'איז געשעהן די ערגסטע זאך", האט זי געטראכט אז ס'מאכט נישט קיין סענס אז דאס איז די ערגסטע זאך ווייל זי האט געדענקט אזאך ערגער פון דעם. איי שבת ק' בייטאג האט זי געוויינט אז ס'איז די ערגסטע זאך, ווייל דעמאלסט האט זי נישט אריינגעטראכט. און די סיבה פארוואס זי האט געלאכט איז אפשר ווייל ווען די מח כאפט אן error לאכט מען, אזוי מיין איך.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 8:39 pm
דורך מתבונן
fiena nieas האט געשריבן:מתבונן ביי די מעשה פון דיין טאכטער, ווען איז געשעהן די מ"ר, גלייך ביי דיין ערשטע שאלה?
איך האב אנגעהויבן די שמועס אזוי:

'רחל'ע טייערע, איך ווייס אז היינט איז געשען צו דיר די ערגסטע זאך אין דיין לעבן...'.

אויב יא, זעה איך נאר ווי איין אמת איז געווען אויפן טיש, דו האסט דעמאלטס נישט גערעדט פון די אנדערע ערגסטע זאך, די עלטער זיידעס שטארבן שרעקעדיגע זאך, סא וויזוי איז געשעהן די טויש?


מ"ר קען פאסירן אפילו ווען טראכט נישט דערפון ברחל בתך הקטנה, אבי דער מוח ווייסט אז איך טראכט יעצט עפעס וואס מאכט נישט קיין סענס, ווייל די מינוט וואס די מוח כאפט אז איך טראכט יעצט עפעס וואס מאכט נישט קיין סענס, האט עס שוין געכאפט אז עפעס איז נישט גלאטיג, און שפעטער ווען מען ברענגט עס ארויס מכח אל הפועל, ווייזט עס למפרע אז די מוח האט דאס שוין פריער געכאפט אן ווערטער. וואס מיר שרייבן דא אין די שיעורים, איז כדי דאס זאל פאסירן מער אפטער, ברויך מען עס מאכן מער 'בדווקא' כדי זיכער צו מאכן אז מ'ווייסט טאקע אז די מוח כאפט די error.

איך וועל געבן א פשוטע דוגמא.

יעדע טאטע מאמע לערנען אויס די קליינע קינדער אז מען טאר נישט גיין אליין אויף די גאס, ווייל ס'איז א סכנה אויב מ'גייט אליין ווייל א קאר קען ח"ו קומען.

דער קינד לערנט זיך דא ארויס צוויי זאכן:
א. ס'איז א גרויסע סכנה צו גיין אויף די גאס און מדארף שטארק אכטונג געבן.
ב. איך בין צו קליין צו קענען דורכגיין אליינס.

יעצט, די קינד וואקבט אויף, און ווען ער ווערט 9-10 יאר אלט פאנג ער שוין אן אריבערצוגיין אליינס.

וואס האט דא פאסירט? וועלעכע נקודה האט זיך דא געטוישט? א' אדער ב'? אוודאי איז נקודה א' געבליבן, ער ווייסט נאך אלץ אז אריבער צוגיין די גאס איז א סכנה, וואס האט זיך דא געטוישט איז נקודה ב' - אמאל בין איך טאקע געווען קליין און איך האב נישט געקענט אליינס אכטונג געבן אז ס'זאל מיר גארנישט פאסירן, אבער היינט בין איך שוין עלטער, און איך קען שוין 'יא' אכטונג געבן אז ס'זאל מיר נישט פאסירן א סכנה פונקט ווי א ערוואקסענע עדאלט.

האט דער קינד געמאכט א קלארע שקלא וטריא אין זיין קאפ, 'העי, אמאל בין איך געווען קליין, אבער היינט בין איך דאך שוין גרויס, ממילא קען איך יא'? לאו דווקא, הגם עס פאסירט אמאל. אבער אפילו מען מאכט נישט דעם קלארען חשבון, פאסירט דעם חשבון אוטאמאטיש אין א רגע, און די צוויי ידיעות, איך בין קליין, און איך בין שוין גרויס, טוישן זיך אויף אוטאמטיש.

דאס זעלבע האט פאסירט מיט מיין טאכטער, זי האט שוין גלייך געוויסט אז זי האט נישט גערעד צום זאך אפילו זי האט עס נישט קלאר ארויסגעזאגט.

איןנעם נעקסטען שיעור וועט מען אי"ה מסביר זיין וויאזוי אין טערעפי וויל מען עס זאל געשען אפטער, ממילא לייגט מען מער א געוויכט עס זאל ארויסקומען מער מיט קלארע ווערטער.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 8:41 pm
דורך מתבונן
א שטילער איד האט געשריבן:
מתבונן האט געשריבן:פארוואס איז היינט רפואת הנפש מער אין די הענט פון פשוטע יודען טערעפיסטן וכדו' און נישט אין די הענט פון די גדולי ישראל?


די רמבם זאגט אז תלמידי חכמים זענען רופאי נפשות, ר' בנימין ראבינאוויטש שרייבט אז א מענטש וואס האט אויסגעארבעט זיינע מידות פארשטייט די שורש פונעם נאטור פון יעדע מדה וכדומה און וועגן דעם קען ער העלפן אנדערע, איז לכאורה וויבאלד היינט איז דא זייער ווייניג וואס זענען אדורך די לעצטיגע שוועריגקייטן און עס אינגאנצן אויסגעארבעט מוז מען ליידער צוקומען צו רופאי נפשות פון פשוטע מענטשן.


און פארדעם דארפן טאקע די רופאי נפשות טאקע דורכארבעטן זייערע אייגענע מידות צו 'באמת' פארשטיין די טיפקייט פונעם נפש און האבן א רבי אדער א 'מענטער' אויף זיין אייגענע ארבעט.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 8:46 pm
דורך מתבונן
דמתה לתמר האט געשריבן:
דרוריקרא האט געשריבן:http://we.tl/s1g9dATmm1

באות הכרת הטוב

ארבעט נישט


https://www.dropbox.com/s/b47qygahurz8f ... n.pdf?dl=0

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 9:05 pm
דורך נפש אמיתי
רעדנדיג פון קינדער, וואלט איך געוואלט וויסן פון וועלכע עלטער איז א קינד׳ס מח גענוג רייף צו קענען ניצן דעם מהלך? מיין קינד האט ביי די פיר יאר געהאט א שרעקעדיגע איבערלעבעניש פון זיין איינגעשפארט אין באנגעלאו ביינאכט פאר א לאנגע צייט. די טיר איז געווען פארשפארט פון אינדרויסן און זי האט זיך געפילט געטרעפט. פון דאן אן איז זי געפערליך א דערשראקענע, לאו דווקא פון זיין איינגעשפארט, נאר פון אלעם ווי טינקלקייט אדער שטארקע רעגנס וכו׳. איך גלייב שווער אז זי וועט געדענקן די מעשה אין דיטעיל ווייל עס איז געשען אפאר יאר צירוק. איז מעגליך איר צו העלפן דורך אייער פראגראם?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 10:17 pm
דורך מתבונן
נפש אמיתי, איך פערזענליך האב נישט קיין עקספיריענס מיט קינדער, אבער אנדערע וואס האבן יא, קענען טרעפן א וועג וויאזוי דאס אריינצופעמדעמען.
קינדער האבן נישט די דעת צו כאפן פונקטליך וואס גייט פאר, דערפאר נוצט מען מיט קינדער פארשידענע וועגן וויאזוי ארויסצוברענגען זייערע געפילן, ווי למשל play therapy. אויך זענען שוין דא היינט וואס טוען EMDR מיט קינדער, וואס דער סארט טערעפי פארט זייער גוט מיט דעם פראגראם וואס איך לייג דא פאר. ווי אויך איינער וואס טוט היפנוסיס מיט קינדער קען אויך אסאך העלפן.

איך האב אמאל געליינט פון ברוס עקער ווי ער שרייבט אז פון איין זייט קען דאס העלפן מיט קינדער סאך מער ווי מיט עדאלטס, היות זיי 'ליגן' אין די געפילן, זיי דארפן דאס נאר קענען ארויסברענגען (און מיט די אויבערדעמאנטע טערעפיס קען מען דאס ארויסברענגען).

אין אנדערע ווערטער, די תשובה אויף דיין שאלה, יא עס איז מעגליך, מען דארף אבער זיין ספעציעל געלערנט צו ארבעטן מיט קינדער. אויב דו ווילסט העלפן דיין טאכטער, שיק מיר אין אישי, און איך קען דיר ריפערן קינדער טערעפיסטן וואס ארבעטן מיט קינדער מיט די אויבן דערמאנטע מהלכים (אין מונסי, פאר אנדערע פלעצער קען איך מיך אינטרעסירן).

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 10:32 pm
דורך נפש אמיתי
יישר כח פארן ענטפערן. איז בכלל דא א טשענס עס צו אויסוואקסן אדער וועט עס נאר מיטוואקסן און זיך ארויסשטעלן אין אנדערע פארעמעס, ווי ענקזייעטי/פעניק, אלץ עלטער זי ווערט?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2014 11:07 am
דורך מתבונן
נפש אמיתי האט געשריבן:יישר כח פארן ענטפערן. איז בכלל דא א טשענס עס צו אויסוואקסן אדער וועט עס נאר מיטוואקסן און זיך ארויסשטעלן אין אנדערע פארעמעס, ווי ענקזייעטי/פעניק, אלץ עלטער זי ווערט?


זייער שווער זיך אויסצורעכענען מיט די זאכען. די כלל איז אויב עס שטערט יעצט פארן לעבן איז שוין כדאי צו ארבעטן אויף דעם, אויב נישט קען מען ווארטען. קיינער ווייסט נישט וואס איהם ערווארט אין לעבן, וואס זאל טריגערן די ענקזייעטי צו ווערן פאר פאניק. אויב זי אליינס בעט פאר הילף, דעמאלטס איז זיכער כדאי איר צו געבן די הילף ווי שנעלער.

שיעור ה' - די דריי שטאפלען פון מעמערי ריקאנסאלעדעישען

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 19, 2014 6:26 pm
דורך מתבונן
כדי צו קענען גרינגער מיטהאלטן די המשך פונעם פאריגען שיעור, האב איך מיך שנעלער אינטערגעגארטעלט מיטן נעקסטן שיעור.

זכרונות לויפן כסדר אריין און ארויס

אינעם פאריגען שיעור האבן מיר ארויסגעברענגט ווי יעדע פיזישע מציאות ווערט אנדערש – אדער ברענט עס אויס, אדער מאכן זיי שלום און עס ווערט אן אנדערע מציאות – ווען זיי קומען זיך צוזאמען אויף א פלאץ ווי זיי זענען צו האקעל זיך צו קענען האלטן צוזאמען. יעצט וועלן מיר מסביר זיין וויאזוי דאס פאסירט מיט די ניוראנס אין מוח.

די מוח איז צוטיילט אויף אפאר חלקים. איינע פון די וועגן וויאזוי די מוח איז צוטיילט איז די long term memory און די short term memory. עס ארבעט אזוי ווי ביי א קאמפיוטער, עס איז דא די RAM, וואס דאס איז די short term memory פון די קאמפיוטער. בשעת א פייעל איז אין די רעם, קען מען פאררעכטען די פייעלס, שרייבן און מעקן וכדו'. נאכדעם איז דא די hard drive וואס דארט ליגט באהאלטען אלע פייעלס וואס מען ניצט נישט יעצט. כדי צו פאררעכטען א פייעל, מוז מען דאס ארויסברענגען אין די RAM, און ווען מען איז פארטיג שיקט מען עס צירוק צום הארד דרייוו.

בקיצור, פייעלס פארן אגאנצע צייט אריין און ארויס פון די הארד דרייוו צו די רעם, און ווען עס איז אין די רעם, קען מען דארט אויסארבעטן דעם פייעל עס זאל ווערן אן אנדערע פייעל וואס עס איז געווען פריער. וויאזוי טוישט מען עס? עס איז נישט שייך ס'זאל זיין צוויי קערעקטערס אין איין פלאץ. כדי מ'זאל קענען טוישן קערעקטערס, מוז מען אויסמעקן די אלטע קערעקטער, און שרייבן א נייע. ווי אויך קען מען סעלעקטען די אלטע קערעקטער, און אויף דעם שרייבן א נייע, און דער אלטע קערעקטער ווערט אויסגעמעקט פון זיך אליין – ווייל צוויי קערעקטערס קענען נישט זיין צוזאמען אין איין ספעיס. נאכדעם סעיווד מען די פייעל און מען שיקט עס צירוק אין די הארד דרייוו און עס בלייבט דארט אויף אייביג.

אזוי ארבעטן אויך די ניוראנס פון די זכרונות. זיי גייען אגאנצע צייט אריין און ארויס. זיי קומען אריין אין די short term memory פון די מוח, און עס גייט צירוק אריין אין די long term memory. די שארט טערם איז מער אין די פארענט פון די מוח – די conscious mind, און די לאנג טערם איז מער פון אונטען – די unconscious mind. די פארשער האבן אנגעהויבן צו באמערקען אז ווען די זכרונות קומען ארויס אין פארענט, קענען זיי זיך טוישן! דאס הייסט אז ווען די זכרונות זענען אין די שארט טערם מעמרי פון די מוח, זענען די סינעפסעס אפען, און מקען זיך ארושפילן דארט, און שפעטער ווען עס ווערט צירוק קאנסאלידעיטעד אין די לאנג טירם מעמערי, איז דאס שוין א אנדערע סארט ניוראן מיט אנדערע מעסעדשעס!

אבער וויאזוי פאסירט דאס טאקע? א מאראנץ טוישט דאך נישט קיין עפל, איז וואס פאסירט מיט די ניוראנס ווען זיי זענען אינדרויסען?

איך ערווארט נישט אז דאס זאל פאסירן

די תירוץ אויף דעם איז, די ערשטע זאך וואס דארף פאסירן איז, אז עס זאל צירוק ארויפקומען אין שארט טערם מעמערי. דא פאסירט ווען מען טראכט אדער מען טוט אין די נושא וואס די ניוראנס האלטן אין זיך. א דוגמא ווי איינער זעצט זיך אריין אין א קאר, צינדען זיך אן די ניוראנס וואס ווייסן וואס מען דארף אלץ טון ווען מען פירט א קאר, און די אלע מעסעדזשעס זענען יעצט אין די שארט טערם מעמערי (פארדעם איז דאך א סכנה צו רעדן אויף סעלפאן בשעת'ן דרייוון, ווייל וויפל אינפארמאציע קען דען די שארט טערם האלטן אין זיך אויף איינמאל?). דאס איז אזוי ווי די ערד ווי די צוויי פארקערטע קערענדלעך קומען זיך צוזאמען און האבן די פאטענציאל זיך אויסצורייבן.

דאס אליינס אז זיי זענען אין פארענט אין conscious awareness איז נאכנישט גענוג. דאס אז מען ווייסט פונקטליך וואס באדערט, אפילו מען ווייסט אלע דעטאלען ארום וואס עס באדערט איז נאכנישט גענוג אז די מעסעדזשעס זאלן זיך טוישן. עס איז גענוג צו פילן אביסל רוהיג, צו קענען באקומען אביסל חיזוק, אבער עס מעקט נאכנישט אויס קיין פאקטישע מעסעזשעס. עס דארף דא פאסירן נאך עפעס. בשעת די ניוראנס זענען אין פארענט מוז פאסירן א דיירעקטע סתירה פון וואס דער זכרון ערווארט זאל געשען, דעמאלטס מאכען זיך אויף די ניוראנס וואס ענהאלטען אין זיך די אלטע אומבאקוועמע מעסעדזשעס, און טוישען דאס איבער אויף נייע ניוראנס מיט נייע באקוועמערע מעסעדזשעס. ווען דער סתירה פאסירט, מוז דער מוח מחליט זיין וואס איז אמת, ווייל ביידע קענען נישט זיין אמת. עס איז אזוי ווי מען מאכט 'סעלעקט' אויף א קערעקטער אויף א פייעל, און מען טוישט דאס אויף אויף א ניי קערעקטער, און די קאמפיוטער מוז יעצט מחליט זיין וואס צו טון. זאל איך האלטן די אלטע קערעקטער, אדער זאל איך אננמען די נייע? ביידע קענען דאך נישט בלייבן דא אויף איינמאל. היות באמת וואס מען וויל איז די נייע בעסערע קערעקטער, מעקט זיך די אלטע אויס. דאס זעלבע פאסירט דא, די נייע קלארע פאקט רייבט זיך אן אין די אלטע סינעפ, און עס צווינגט די סינעפסעס זיך צו טוישן אויף דעם נייעם באקוועמערן פאקט. די פארשער רופען דאס אן א “mismatch”, אדער א “prediction error”, דאס הייסט, אז די מוח כאפט אז, 'העי! וואס איך האב געמיינט ביז היינט, איז עכט נישט אמת! איז וועלעכע זאל איך גלייבן, דער אדער דער? ביידע קען נישט זיין.'

עס האט א געפיל בערך אזוי.

איינער האט זיך ארויסגעלאזט אין ריכטונג פונעם אפריקאנעם זשונגעל. ער ווייסט אז ער גייט זיך אט אט טרעפן פנים אל פנים מיט א לייב און מיט אנדערע מסוכנ'דיגע חיות, ממילא גייט ער טון אלעס און זיין גרייט צו זיין באהיטן פון א סכנה. ער וועט נעמן א ביקס על צרה שלא תבוא, מיטנעמען גענוג עסן, און ער וועט זיכער מאכן נישט ארויס צוגיין פון זיין זשיפ. ער קומט אן אהין און פארט אריין טיפער אין זשונגעל, דאס הארץ קלאפט איהם, אבער קיין חיה זעהט ער נישט פאר די אויגען. סוף טאג טראכט ער, 'אינטרעסאנט איך בין געווען היינט אין זשונגעל אבער קיין חיות האב איך נישט געזען, מסתמא זענען די לייבן היינט געשלאפען, אבער מארגען גייט זיין די ערווארטעטע טאג'.

צומארגענס גייט ער נאכאמאהל צום זשונגעל, זיין הארץ קלאפט נאכאמאהל, אבער קיין חיות זעהט ער ווייטער נישט פאר די אויגען, אבער ער האלט נאך די ביקס אין האנט על כל צרה שלא תבוא. נאך אפאר מינוט פארען און ער זעהט נאך אלטס נישט קיין חיה פאר די אויגען, פאנגט ער שוין אן צו פילן אז עפעס איז נישט אזוי גלאט. ער נעמט ארויס זיין מאפע, און... ער כאפט אז ער איז גאר 30 מייל אוועק פונעם זשונגעל! אונטער א סעקונדע, לייגט ער אראפ זיין ביקס, און... רוהיג. 'עס האט נישט קיין זינען דא מורא צו האבן', טראכט ער צו זיך, 'איך בין נישט אין זשונגעל. נישט קיין ווינדער אז איך זעה נישט קיין חיות'. דער מענטש דארף זיך נישט חזר"ן 20 מאל אין קאפ אז דא דארף מען נישט מורא האבן, עס איז א קלארע פאקט אז דא דארף מען נישט מורא האבן. פאר די נעקסטע 30 מייל דארף איך נישט האלטן מיין ביקס. עס הערט זיך די זעלבע ווי ווען איך זאל איין טאג מודיע זיין פארן עולם, אז אין אמעריקא וואוינען נאר ווייסע מענטשן. אלע שווארצע מענטשן זענען אין אפריקע. איך גלייב אז אלע ליינער וועלן מיר אנקוקען ווי איך בין אראפ פון די לבנה, און ס'איז אפילו נישט ווערד מזאל אויסהערן וואס איך זאג. ס'איז קלאר ווי די טאג, אז אין אמעריקע וואוינען גאר אסאך שווארצע מענטשן. ס'איז א קלארע פאקט אז דער מענטש דא ווייסט נישט וואס ער רעדט. מקען זאס אויפווייזען שווארץ אויף ווייס.

אט אזוי איז דער מוח מחליט החלטות ווען ער זעהט א סתירה פאר זיך. אדער בין איך אין זשאנגעל אדער בין איך נישט אין זשאנגעל? ביידע קענען נישט זיין אמת אויף איינמאל. איינס מוז איבערנעמען. אויב איז אמת אז איך בין נישט אין זשונגאל (און דער מאפע ווייזט קלאר אויף דעם, און יעצט איז עס נישט נאר וואס דער מאפע האט אזוי געזאגט, נאר 'איך' ווייס עס שוין אויך, ווייל איך בין טאקע אין די געגענט ווי דער זשונגעל האט זיך נאך נישט אנגעהויבן, וואס דאס ווייסט ער פון פאריגע אינפארמאציע פון ווען ער האט דורכגעטון די געגענט פאר ער איז אהער געקומען), דעמאלטס האט נישט קיין זין דאס וואס איך האב געהאלטן מיין רעוואלווער זיך צו באשיצען פאר א מינוט צירוק!

ווען מיין טאכטער האט יענע מוצאי שבת געלאכט פון איר וועג פון אפטייטשן וואס די 'ערגסטע זאך אין לעבן איז', איז עס נישט געווען סתם זיך צו בארוהיגען, ווי צו זאגען, 'אהה, אבי איינער פארשטייט מיין צער אז היינט איז געשען די ערגסטע זאך אין מיין לעבן' און לכבוד דעם האט זי זיך בארוהיגט. עס איז געווען סאך מער פון דעם. זי האט שוין קלאר געוויסט אז עס איז נישט אמת בכלל, ווייל די ערגסטע זאך איז גאר עפעס אנדערש, און דאס איז עפעס וואס זי ווייסט אליינס, נישט קיין השערות. דאס האט איר געמאכט לאכן פון די גאנצע מעשה, אז עס האט בכלל נישט קיין פשט אויף וואס זי האט זיך אזוי אויפגעברויזט יענעם אינדערפרי.

'אויב איך בין גרויס, גיי איך זיכער פאלן'

איז לאמיר זעהן ווי אזוי עס שפילט זיך אויס אין אונזער טעמע פון טערעפי. און כדי מען זאל דאס בעסער פארשטיין, וועל איך אראפברענגען א קלאסישע דוגמא וויאזוי איך האב ארויסגעהאלפן א יונגערמאן אין זיין ביזנעס. נישט אלעמאל גייט עס נעמען אזוי שנעל, און ועס איז נישט געווען די גאנצע ישועה פאר דעם יונגערמאן, אבער עס ווייזט ווי אקוראט עס ארבעט (לכה"פ מיט איינע פון זיינע געפילן וואס האבן איהם געשטערט אין זיין ארבעט).

געקומען איז צו מיר א יונגערמאן, לאמיר איהם רופען הערשל, וואס איז יעצט אריין אין די ריעל עסטעיט אינדאסטריע, און האט אנגעהויבען צו ארבעטן אין א 'טים' מיט נאך אנדערע אגענטען. אין די גרופע איז געווען א סיסטעם וואס האט מכלומרשט געדארפט געבן א שטיפ און מאטאוואציע פאר די אגענטן צו ברענגען ווי מער קליענעטן. פאר דעם איז געווען א סיסטעם פון פונקטען פאר וויפיל 'דיעלס' מען ברענגט אריין. לויט וויפל פונקטען מען האט געהאט, איז מען געשטיגען אין א העכערן 'ראנג'.

אונזער הערשל, וואס איז נאר וואס פריש ארויס פון כולל, איז זיך אריינגעקומען אין דעם גרופע און זיך געזעצט ביי זיין טישל פארן קאמפיוטער צו אנהויבען ארבעטן. ער האט געדארפט מאכן א ליסטע וועמען ער גייט רופען היינט, פראבירן צו מאכן נייע קאנטאקטן, און זיך צירוק-קאנטאקטען צו אלטע קליענטן. און... ער האט זיך עפעס 'פארטון' מיט אנדערע זאכען. ער האט עפעס נישט געמאכט די טעלעפאן רופען וואס ער האט געדארפט מאכן. אזוי האט ער געזעהן די טעג גייען פארביי בשעת ער האט קיין סאך נישט אויפגעטון. מיט די צייט האט ער אנגעהויבן צו פילן די קאנסעקווענצען. קיין טשעקס זענען נישט געקומען, און ער האט נישט געהאט פון ווי צו צאלען זיינע בילס. זעענדיג זיין מצב האט ער אויפגענומען פאר זיך א 'ביזנעס קאוטש' וואס האט איהם כסדר געשטיפט מיט נייע 'טאקטיקען' וויאזוי איבערצוקומען זיין נאכגעלאזטקייט, און אריינבלאזען אין איהם א חשק און א חיות צו ארבעטן. נאך א יאר צייט פון באקומען עצות פון זיין עצה געבער האט זיך הרשל געמאכט דעם חשבון, אמת געלט מאך טאקע, אבער עפעס ברעכט זיך נישט דורך דעם 'קאוד' וואס האלט איהם אזוי צירוק. ס'איז געווען א כסדר'דיגע מיטשעניש. ווען ער איז געקומען צו מיר האט ער זיך ווי אויסגעדריקט, 'איך לויפ שוין אויס פון טעקניקס, איך מוז דאס דורברעכן!'

פאר מגייט ווייטער לאמיר זיך אפשטעלן א מינוט. דא זעהט מען די ערשטע טעות וואס אסאך מאכן. ממיינט אז אויב מ'ארבעט' אויף זיך וועט מען סוכ"ס דורך ברעכן די אייז, און דא איז אונזער הערשל א יאר שפעטער דער זעלבער הערשל, וואס אן זיין עצה געבער וואס שטיפט איהם כסדר, זיצט ער נאך אלץ ביי זיין קאמפיוטער און שפילט שאך. דאס איז ריין עפלעך מיט מאראנצען. מדעקט איבער די עפל – די עצלות, מיט מאראנצען – מיט די הילף פון א קאוטש, אבער די מינוט וואס מנעמט אוועק די מאראנצען – די קאוטש, זעהט מען גלייך צירוק די עפל – די עצלות. מאנכע וועלן זאגען אז דאס איז אלעמאל געווען די וועג וויאזוי מען האט געארבעט אויף די מידות, וויאזוי דער רמב"ם שרייבט אין הל' דיעות, אז מען דארף גיין צו די 'קצה האחרון' און אזוי ברעכט מען דורך די עצלות, ובפרט ווי דער הייליגער ר' אלימלך זי"ע שרייבט אין צעטיל קטן אז מען דארף ארבעטן אויף אזא מהלך 40 טעג. אבער אויב איז דאס די מציאות אין דעם פאל פון הערשל, וואלט שוין הערשל פון לאנג געדארפט פילן א דערלייכטערונג און זיך מער נישט דארפן מיטשענען מיט דעם. אבער דאס האט נישט פאסירט. א ראיה, אז נישט דאס איז יעצט די וועג צו ארבעטן אויף זיינע מידות. עס ליגט דא עפעס טיפער.

ביים סוף פון ערשטען סעסיע, איז ארויסגעקומען, אז ווינדער איבער ווינדער, הרשל דרייט זיך ארום אונטער זיין באוויסטזיין וויסענדיג זייער קלאר אז ער איז 'נישט ווערד'! אזוי רעדענדיג איז געווארן נאך קלארער די בילד, און וויאזוי הרשל האט זיך אויסגעדריקט, אז 'איך בין נישט ווערד צו ווערן גרויס!' און היות און זיין קאמפעני איז געווען א גרויסע ווינד פאר אלע אגענטן צו ווערן 'גרויס' מיטן סיסטעם פון די פונקטען וכדו', איז עס געווען א גרויסע פחד פאר הרשל צו ווערן גרויס, ווייל ער ווייסט טיף טיף אין זיך, אז ער איז נישט ווערד פאר דעם.

איז לאמיר זיך געבן נאך א שטעל אפ דא.

די אינסטינקט פון יעדע טערעפיסט / קאוטש וואלט געווען אין דעם שטאפעל אז, 'אהא, יעצט האט מען געטראפן די שורש פונעם פראבלעם. ער האלט נישט פון זיך און ער קוקט זיך אראפ!' אין געוויסע מהלכים ווי אין סי.בי. טי. וועט מען אנהויבן אויסלערנען הרשל וויאזוי צו רעדן צו זיך 'פאזעטיוו', 'איך בין יא ווערד צו זיין גרויס' און אזוי האפען אז עס וועט אויסדרייען זיין נעגעטיווע בליק אויף זיך. אנדעדע וועלען אפילו פאדערען פון הרשל איבער די וואך אלטס א עקסערסייז, צו זיך דערמאנען פון פעלער ווי ער איז געווען גרויס און מצליח געווען, מיט א האפענונג אז דאס וועט איבערווייזן הרשל'ן אז ער לעבט אין א טעות.

איז לאמיר זעהן אויב דאס קען ארבעטן ווי די עפלעך און מאראנצען, אדער ווי די הייסע און קאלטע וואסער. איז דא א דיירעקטע סתירה וואס קענען נישט זיין צוזאמען?

די תירץ איז אז עס ארבעט נישט מחמת 2 טעמים. איינס, אויב הרשל חזרט פאר זיך אז ער איז 'יא' ווערד צו זיין גרויס, איז דאס אן 'אייגענע' קלארע פאקט אז ער איז יא ווערד צו זיין גרויס? אדער איז דאס וואס ער הערט פון איינעם פון אונדרויסען, וואס קען זיין אז יענער איז גערעכט, אבער קען אויך זיין אז נישט. קיין דיירעקטע קלארע סתירה איז נישטא, ווייל פאר הרשלס מוח איז נישט קלאר אז ס'איז בכלל דא אזא פאקט אז ער איז ווערד. איי ער מוז אזוי גלייבן ווייל אזוי שטייט אין ספה"ק אז יעדע מענטש איז ווערד? אמת, אבער מיט דעם קען ער וויסן אנדערש פאר א קלארע פאקט, אז נישט איהם מיינט מען. מ'מיינט נאר מענטשן וואס זענען אמת'דיג ווערד, אבער ער איז טאקע נישט ווערד (דאכציך אז יעדער וואס האט שוין באגעגענט אזא פראבלעם ביי איינעם, האט זיך אויך אנגעשטויסען אין די התנגדות אנצונמען די דברי חיזוק. בפרט ביי משגיחים מיט בחורים, וואס ביי אזא פאל פראבירט דער משגיח אויפצוקלערן דעם בחור מיט אלע מיטלען אז ער מוז אננעמען וואס שטייט אין ספרים, און דער בחור ווערט נאר מער אראפגעקלאפט אז ער 'דערהערט' נישט וואס די ספרים זאגען, און קען נאך זיין אז עפע איז נישט בסדר מיטזיין יודישקייט, וד"ל). די צוויי פאקטן מוזן זיין פארן מענטשן שווארץ אויף ווייס, אז ביידע זענען אמת. אויב איז דא די מינדעסטע ספק אין די אוטענטישקייט פון די צווייטע פאקט, גייט דער מוח אנהאלטן דעם אלטן פאקט.

צווייטענס, ביים צווייטען וועג זיך אויפצווויזען אז ער האט שוין יא מצליח געווען אין זיין עבר, וואס דאס איז שוין לכאורה א קלארע באווייז אז ער האט טאקע מצליח געווען און געווען גרויס – א קלארע סתירה מיט וואס ער ווייסט יעצט אז ער קען נישט מצליח זיין, קען מען אויך גרינג אפפרעגן. 'דעמאלטס' פערצופאל האט זיך פונקט געמאכט אז ער האט מצליח געווען, אבער מארגען? מארגען קען ער ווייטער דורכפאלן.

אלזא האמיר דא ווייטער נאר עפלעך מיט מאראנצען וואס איינס טרעט נאר איבער דעם צווייטן. קיינער קען נישט איבערמאכן דעם צווייטן. ביידע בלייבן ערגעץ ווי אמת, און די מוטשעניש גייט ווייטער אן.

אויב אזוי וואס טוט מען דא ווייטער? איז וואס איז דער עכטער שורש ווי הרשלס זלעבסט-זיכערקייט זאל זיך ווי פון זיך אליין הייבן? די פלאץ ווי די צוויי קערעלעך פון די עפל און די מאראנץ וועלן זיך נישט קענען האלטן צוזאמען און זייער ענערגיע וועט זיך פון זיך אליין מאכן עפעס פון דאסניי?

כדי צו באקומען דעם ענפער, האב איך געלאזט הרשל אגאנצע וואך זיצן מיט דעם געדאנק אין קאפ. איך האב ארויפגעשריבן אויף א צעטל, 'איך קען נישט מצליח זיין און ארויפגיין אין ראנג, ווייל איך בין נישט ווערד פאר דעם'. איך האב געוואלט זעהן וואס וועט פאסירן מיט הרשל במשך די וואך. וואס וועט איהם אריינקומען אין קאפ בקשר מיט זיין נישט זיין ווערד?

ביים צווייטן סעסיע איז ארויסגעקומען זייער קלאר מיט וואס ער מוטשעט זיך. ער האט אנגעפאנגען צו פארציילען וואס ער האט זיך דערמאנט במשך די וואך, וואס האט פאסירט מיט איהם זייענדיג א יונגעל אין כתה ז'. במשך אלע יארן איז ער געווען פון די 'מנהיגים' אין זיין כתה. אין יענע יאר האט זיך זיין כתה שטארק צוקריגט מיט איהם, און מען האט איהם אראפגעווארפן פון זיין 'הויכען בענקעל'. זיין צער איז דעמלטס געווען אין לשער, אבער ער האט זיך צו קיינעם נישט אויסגערעדט און עס איז געבליבען שטעקן אין איהם די ווייטאג. אין זיין וועלטעל, איז איהם געבליבן די צער עד היום הזה. ווען ער האט זיך דאס דערמאנט, האט ער זיך אויך דערמאנט וואס ער האט דעמאלטס זייער קלאר מחליט געווען אין זיין קינדערישען מוח'ל, 'גרויס וועל איך קיינמאל מער נישט זיין, ווייל אויב בין איך גרויס, וועל איך נאכדעם פאלען!' מדארף באמערקן די שטארקע ספעציפישע החלטה וואס ער האט מחליט געווען דעמאלטס אין לעבן, 'גרויס וועל איך קיינמאל מער נישט זיין'.

פינטעל.

אן קיין פשרות.

דאס איז א פאקט אין לעבן, אז אויב מען איז גרויס, גייט מען זיכער באקומען א פאטש אין פנים, און מען גייט צירוק פאלן.

עס האט זיך ארויסגעשטעלט, אז הערשל האט במשך אלע זיינע יארן זייער שיין אויסגעפירט זיין החלטה. אין ישיבה איז ער געווען א בחור וואס האט קיינמאל נישט געזוכט צו צוען קיין שום אויפמערקזאמקייט. אבער דא אין די נייע לעבן ווי ער איז אריין, האט ער געהאט א גרויסע פראבלעם. דא אין דעם גרופע, אויב ארבעט מען, שטייגט מען אין ראנג און מען ווערט 'גרויס'! דאס איז געווען אינטער זיין באוויסט-זיין אלטס א גרויסע פחד, וואס האט איהם כסדר געשטיפט זיך צו 'האלטן אין די ראמען' און נישט ארבעטן געהעריג. דאס איז געווען פאר הערשל א גרויסע סורפרייז, אז זיינע אלטע החלטות גייען נאך אן עד היום הזה.

וויס עס שטעלט זיך ארויס איז הרשל נישט קיין פשוטער 'עצלן', נאר ער האט מורא פון א גאר 'אמת'ע פאקט', אז סלוינט זיך נישט צו זיין גרויס, 'ווייל ווען מען איז גרויס, פאלט מען' און די צער נאכדעם איז זייער גרויס.

איז מעגליך אפצופרעגן דעם פאקט? דא וועט ווייטער ארויפשפרינגען די אינסטינקט פון יעדע בר דעת און פארהאלטען הרשל אויף זיינע 'שטותים'. 'וואס מאכסטו דיך משוגע? קינדער זענען סתם נאריש, וועגן נארישע קינדערישע זכרונות גייסטו קאליע לייגען דיין קארעריע? לאז דיך אפ מיט די נארישקייטן!'

וואס מדארף דא אבער פארשטיין, אז מיר קענען זיין זיער גערעכט מיט אונזערע ווערטער. אבער ווען מען זאל ווען פארשטיין, אז פאר הרשל וואס לעבט שוין אזוי יארן לאנגן, מוז נישט זיין אז דאס גייט זיך אזוי שנעל אויפגעבן אויב מיר זאגען איהם, דו מאכסט דיך נאריש. נישט נאר דאס, נאר אויב מיר זאגען איהם אז ס'איז שטותים און דו מאכסט דיך סתם נאריש, וועט קיינמאל נישט אויסקומען אז אונזער נייע אינפארמאציע – אז מ'פאלט עכט נישט, מיט זיין אלטע אינפארמאציע – אז ס'איז 'יא' אמת, און אויב מאיז גרויס פאלט מען, וועלן נישט זיין צוזאמען אין פארענט פונעם מוח 'אויף איין מאל', ממילא וועלן זיי נישט האבן קיין מעגליכקייטן זיך 'אויסצומושען'. דער געדאנק איז פשוט, אויב איך זאג איינעם, 'זאלסט וויסן אז דאס וואס דו טראכסט איז שטותים', וועט יענער פשוט אוועקשטופן דעם געדאנק צירוק פון ווי עס איז געקומען, און וועלן ווי ווייניגער טראכטן דערפון, היות די אינפארמאציע איז נישט ריכטיג. ווען דאס פאסירט האבן מיר פארלוירען די געלעגענהייט אז די נייע אינפארמאציע זאל 'אויסמעקן' די אלטע און ביידע בלייבן ווייטער לעבעדיג אין די לאנג טערם מעמערי. מארגען ווען ער וועט קומען צו די ארבעט און זיך נעמען פלייסיג ארבעטן, וועט ער ווייטער 'אויך' האבן אין קאפ, אז 'מעגליך' אז ער גייט פאלן, און 'אויך' אז ס'איז שטותים, און די סטראגעל קען ווייטער אנגיין. קען אפשר זיין אז סוועט זיין אביסל מילדער, אבער פארט א סטראגעל.

היינט וויל מען אז איך זאל בלייבן גרויס!

וואס איך האב געוואלט דא זאל געשען איז, אז הרשל אליינס זאל וויסן זייער קלאר אלטס א אמת'ע פאקט, אז היינט איז נישטא וואס מורא צו האבן, און עס זאל זיין פונקט אזוי אמת ווי ער ווייסט אז מקען יא פאלן. ווייל נאר ווען ער וועט דאס וויסן פאר א קלארע פאקט, וועלן זיך די ניוראנס עפענען און קראכן אויף אייביג. דאס וועט מאכן אז עס זאלן זיך געפונן צוויי פארקערטע כוחות אויף איינמאל. דאס וועט מאכן אז עס זאל ווערן פון עפל און מאראנץ, א עפראנץ, און דאס וועט ווייזן פאר די ניוראנס אז ס'שוין 'נייע צייטן', און מקען נאכלאזן די אלטע פאקטן.
עס איז דא אסאך וועגן וויאזוי מקען דאס מאכן. וואס איך האב געטון איז, איך האב אראפגעשריבן שווארץ אויף ווייס אויף א צעטל דאס וואס הרשל ווייסט שוין יארן לאנג. עס איז געשטאנען דארט בזה הלשון:

'איך וויל זייער שטארק ארבעטן פלייסיג און מאכן געלט, אבער איך ווייס אז אויב גיי איך ארבעטן פלייסיג גיי איך ווערן גרויס, און נאכדעם גיי איך פאלן, פונקט אזוי ווי איך בין געפאלן ביי די קינדער אין חדר. ממילא גיי איך זיצן אין אפיס און גארנישט טון'.

איך האב איהם געהייסן ליינען דעם צעטל יעדע מאל ער האט זיך אראפגעזעצט ביי זיין טיש אין אפיס. ער האט נישט וואס צו מאכן א טעלעפאן קאל, פאר ער ליינט נישט דעם צעטל. אסאך וועלן זיך ווינדערן, רבש"ע! דו לייגסט דאך איהם נאך מער אריין אין זיין פעקל? אבער דער אמת איז נישטא אזוי. מה נפשך, אויב איז דאס טאקע אמת, איז עס אמת, ער בלייבט פונקט ווי אמאל. אויב איז עס נישט אמת, גייט ער צווינגען זיין מוח בוחר צו זיין אין די אמת'ע אמת.

און דאס האט טאקע פאסירט.

צוויי טעג שפעטער, רופט מיר הערשל אן, אז מען דארף דערווייל נישט ממשיך זיין מיט אונזער ארבעט ווייל די גאנצע זאך מאכט עפעס נישט קיין סענס.'וואס האט קינדער מיט היינט?' פרעגט ער מיר מיט אזא שפאס. 'ביי נארישע קינדער קען דאס געשעהן, נישט ביי ערוואקסענע. ס'מאכט דאך בכלל נישט קיין סענס!' רעדענדיג דעם שפראך, האב אייך גלייך געזעהן אז עס ארבעט, די פאקט האט זיך אויסגעלאזט א בוידעם. ער האט נאכדעם אויסגעפירט, 'נישט נאר אז מען גייט מיר נישט אראפווארפן אויב ווער איך גרויס, מען 'וויל' אז איך זאל זיין גרויס ווייל דאס וועט דאך הייבן דעם קאמפאני, דאס איז די גאנצע ציל'. הערשל האט איינגעזעהן, אז אפילו מען איז גרויס, פאלט מען 'נישט', נישט נאר דאס, מוויל איהם אויפהייבן די מערסטע וואס איז שייך.

צוויי אמת'ע פאקטן, אבער ביידע קענען נישט זיין אמת אויף איינמאל – אין איין קלארע אנערקענונג. איין פאקט איז אמת, אז אויב מען איז גרויס פאלט מען, א גאר צווייטער פאקט ווייסט פונקט פארקערט, אז מענטשן האבן ליב ווען ער איז גרויס און מען גייט איהם קלאר נישט אראפווארפן. נו וועלכע איז אמת? א מענטש וועט נאטירלעך לעבן מיט דעם 'ריכטיגען' אמת.

בשעת'ן זיצן מיטן צעטל פאר צוויי טעג, האט זיך ארויסגעשטעלט קלאר פאר הערשל'ן אז ער לעבט אין א פאטאלע טעות – עפעס מאכט נישט קיין סענס. די צוויי קערעלעך האבן געטראפען די פלאץ ווי זיי קענען נישט עקזעסטירן צוזאמען. הרשל האט יעצט געקענט אנהויבן א נייעם לעבן פריי פון זיינע אלטע פחדים, אנשטאטס א לעבן פון צירוקגעצויגענקייט, קען ער יעצט לעבן מיט א דערלייכטערונג.

א יאר שפעטער איז הערשל צירוקגעקומען זאגענדיג, אז ער איז שוין און גאר הויכען ראנג כאילו עס קיינמאל גארנישט געשעהן, און ער קען נאך אלטס נישט פארשטיין וויאוזי ער האט זיך באנארישט מיט דעם אלטן 'שטות'. יעצט האט הערשל געפילט אז ער קען טון מער פון דעם, אבער ער האט געשפירט אן אנדערע בלאקעדזש, אבער דער אלטן בלאקעדזש פון נישט מעגן זיין 'גרויס', איז טאטאל ארויס פון זיין סיסטעם.

דאס איז די רעיון פון מעמערי ריקאנסאלידעישען.

די דריי שטאפלען

איז יעצט לאמיר מסכם זיין אין קורצן די דריי שטאפלען וואס דארף פאסירן אז די מעמערי ריקאנסאלעדעישען פראצעדור זאל קענען פאסירן.

1. מען דארף צירוק ארויפברענגען דעם אינערליכען 'פונקטליכען' פאקט / געפיל וואס פראדעצירט דעם יעצטיגען פחד. א געוויסע געפיל וואס 'ערווארט' אז עפעס זייער ספעציפיש שרעקליך גייט פאסירן ווען דער און דער מצב פאסירט.
2. מען דארף זעהן שווארץ אויף ווייס, אז דאס וואס מען ערווארט זאל געשען, איז קלאר נישט אמת – עס גייט נישט פאסירן. א פאקט פונקט אזוי לעבעדיג אמת ווי דער אלטע פאקט.
3. אפאר מאל איבערגיין דאס וואס מען האט יעצט געזעהן, צו גוט איינחזרען דאס וואס מען האט פלוצלינג אנערקענט.
לאמיר צונעמען די דריי שטאפלען.
די ערשטע זאך וואס מען דארף האבן כדי צו מיטלעבן דעם אינערליכען מיטלעבעניש, מוז מען וויסן פונקטליך דער געפיל וואס האלט אן דעם פראבלעם. די געפיל וואס ווייסט וואס אומבאקוועם און שרעקליך קען פאסירן.
וואס מיינט פונקטליך?

פונקטליך, מיינט פונקטליך. לאמיר נעמען א דוגמא פון אונזער הערשל. אויבען אויף האט שמעון א פראבלעם פון 'עצלות' – פוילקייט. מיט די צייט זעהט אויס אז דער פראבלעם איז נידריגע זעלבסט ווירדע. אבער דאס איז נאך אלץ נישט דער פונקטליכער פראבלעם. דער פונקטליכער פראבלעם איז, 'איך ערווארט אז די מינוט וואס איך ווער גרויס, גיי איך נאכדעם ערגעץ ווי טראסקענען!' זיינע ניוראנס האבן אין זיך צאמגעשטעלט די צוויי פאקטן, א', מווערד גרויס, ב', מגייט פאלן – דאס איז קלאר וואס גייט פאסירן.

איינמאל מווייסט וועלעכע פאקט שפילט דא די ראלע און פראדעצירט דעם ערשטען פראבלעם (און אונזער פאל די עצלות), קען מען גיין צום צווייטן שטאפעל – טרעפן א דיירעקטע 'סתירה' וואס זאל אפפרעגען דאס וואס מען ערווארט זאל פאסירן. אין דעם פאל, האט הערשל קלאר מיטגעלעבט א פארקערטע פאקט – יעדער וויל באמת איך זאל שטייגען און גיין העכער און העכער, קיינער וויל מיך נישט זעהן אונטען! אפשר אפאר נארישע קינדער האבן מיר געוואלט זעהן אונטען, אבער נישט ערוואקסעסע עדאלטס.

איז יעצט יעדע מאל וואס די מציאות פון ווערן גרויס קומט ארויף, אזאך וואס פאסירט יעדע מאל ווען הערשל זעצט זיך אראפ ביי זיין טיש אין אפיס, ווייסט ער אז, ניין, מגייט מיך נישט אראפטראסקענען. מגייט מיך מער און מער הייבן. דאס איז א פאקט שווארץ אויף ווייס. ס'איז נשיטא וואס זיך צו טענה'ן אויף דעם. מיט דעם ווערט אויסגעפירט שטאפעל דריי. יעדע מאל וואס שמעון זיצט ביי זיין טיש, און זעהט קלאר אז איך 'וואקס', ווערט מער און מער איינגעקריצט די פארקערטע מעסעדזש ווי ביז היינט.

די עיקר מטרה פון קאוטשינג און טערעפי איז צו דערייגן, וועלעכע פאקט שפילט דא א ראלע אינעם מענטשענס פראבלעם, און וואס ווייסט 'דער מענטש אליינס' היינט אנדערש פון אמאל. און בשעת דער מענטש וועגט פאר זיך זיינע צוויי אמת'ע וועגן פון לעבן, טוישט זיך פון זיך אליין די ארגינעלע פראבלעם ווי ס'וואלט קיינמאל נישט געווען.

וויאזוי האט זיך אונזער חיים ארויסגעדרייט פון זיין פאניק? אויף דעם אינעם קומענטדיגן שיעור.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 19, 2014 9:48 pm
דורך פשוט'ער אידל
געבוקמארקט. שכוח מתבונן. באמת.