שיעורים בהבנת תורת הנפש

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

קודם כל שלום עליכם נפש אמתי. דיין ניק פאסט זייער פאר אונזער שמועס דא.
בנוגע דיין צוווייטע שאלה אויב ס'יאז עמושענעל אדער 'מענטל'. ווען דו שרייבסט 'מענטל' מיינסטו 'פיזיקעל' אדער 'שכל'דיג'?
די דראג קאמפעניס שטופען טאקע זייערע דראגס מיט די טענה אז דאס איז א פיזישע קרענק פון אומסטאבילע ניוראטראנמיטערס פונקט ווי איינער האט א קריץ אויף די האנט. ווי איך האב שוין געשריבן אויבן, האף איך צו קענען קלארערע ארויסברענגען די נושא איינמאל איך וועל קענען מער אויסשמועסן די נושא, האפענטליך ביים קומענדיגען שיעור.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
נפש אמיתי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש אמיתי »

מיט מענטל מיין איך ביידע לכאורה אבער מיט א מער פיזיקל דערהער. דערפאר האב איך געשריבן אז אויב איז עס פיזיקל דאן איז דא א ממשות מיט וואס צו ארבעטן. נישט אזוי?

איך קוק ארויס צו בארייכערן מיין וויסנשאפט דורך אייער׳ס.
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

איך קען הערן די פארכאפטע אטעמען.. ס'קומט א נייער שיעור.. מתבונן גרייט זיך...
written using the Meshimer web filter
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

מזל טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

יא מ'גרייט זיך, אבער אזוי ווי ס'איז מיר ב"ה געבוירען געווארען א מיידעל דעם יום טוב, און מ'איז פארנומען אביסל, וועט זיין א קליינע דילעי צום נעקסטן שיעור. האפענטליך ביז נעקסטע סוף וואך וועט עס זיין גרייט.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
נפש אמיתי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש אמיתי »

אהה! פריי מיר זיך צי הערן. מיר ווארטן מיט שפאנונג!

מזל טוב צום געבורט! זאלסט זען אסאך נחת און ערציען לתורה ולחופה ולמעשים טובים!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מזל טוב
אסאך סך נחת.
כל הברכות וואס יודן האבן דיך געוואונטשן ביים קידוש זאל דער אייבערשטער העלפן ס'זאל האבן א נצחי און מקויים ווערן בטוב. מתבונן, נאר נחת און גליק. אך טוב וחסד ירדפוך. און נחת פון אלע קינדער. לתורה ולחופה ולמעשים טובים
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

נשמה האט געשריבן:מזל טוב
אסאך סך נחת.
כל הברכות וואס יודן האבן דיך געוואונטשן ביים קידוש זאל דער אייבערשטער העלפן ס'זאל האבן א נצחי און מקויים ווערן בטוב. מתבונן, נאר נחת און גליק. אך טוב וחסד ירדפוך. און נחת פון אלע קינדער. לתורה ולחופה ולמעשים טובים
written using the Meshimer web filter
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

אמן, ברוכים תהיו פאר ענק אלע, אי"ה ביי אייך אלע אויף שמחות.
שכוח תרנגול פארן מזל טוב
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
נפש אמיתי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש אמיתי »

מתבונן טייערע, מיר ווארטן מיט דורשט. העטעס נאך געשען די וואך?
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

נפש אמיתי האט געשריבן:מתבונן טייערע, מיר ווארטן מיט דורשט.
written using the Meshimer web filter
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור ג' - ווען העלפט טערעפי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

די ווייטאגליכע ריאלעטעיט

אינעם פאריגער שיעור האבן מיר ארויסגעברענגט דעם פראבלעם וואס נאגט די מענטשהייט ווען מען פראבירט זיך צו היילען פון א נפשיות'דיגע פראבלעם. מען ארבעט און מען ארבעט, בפרט מיט די סי.בי.טי. מהלכים, און צום סוף... טראך! מען פאלט צירוק. אדער ווי עס הייסט אין ענגליש, א relapse. חיים האט געארבעט מיט זיין טערעפיסט חדשים לאנג פטור צו ווערן פון זיין פאביע פון 'זיין פארמאכט', מיט פארדשידענע טאקטיקן, און אין א שיינעם טאג נאך א סטרעספולען טאג ארבעט, והנה! ער איז דא צירוק! ווי א וואלקעינאו קראכט עס נאך אמאל אויף אינעם מענטש מיטן פולן קראפט, ווי צו זאגען, פארגעס נישט פון מיר, איך בין נאך דא. האסט געמיינט אז דו ביזט פטור געווארען פון מיר?

שטעלט זיך די שאלה, היתכן? פארוואס נאך אזוי פיל ארבעטן און איבערקומען דעם פראבלעם, קען זיך נאך אלץ מאכן אז ס'זאל צירוקפאלן?

נאך מער איז שווער, זייערע שיטות קוקן אויס אויבען אויף אז ס'איז בכלל נישט אזוי ווייט פון וואס די ראשונים האבן שוין געשריבן וויאזוי צו ארבעטן אויף א נייע מידה, ווי מיר האבן שוין געברענגט אינעם פאריגען שיעור דברי הרמב"ם אנפאנג הל' דיעות וויאזוי צו ארבעטן אויף די מידות. ווי אויך איז באקאנט די ווערטער פונעם בעל החינוך אז 'האדם נפעל כפי פעולותיו', אז א מענטש וויל זיך איינחזרן א נייע התנהגות אין לעבן, זאל ער עס טון נאכאמאל און נאכאמאל, ביז עס ווערט באזעצט אין זיין הארץ. אזוי אויך שרייבט דער רמב"ם אין פרקי אבות, אויף די משנה, הכל לפי רוב המעשה (פ"ג מט"ו), אז אויב איינער וויל געבן צדקה, זאל ער נישט געבן אלעס אויף אמאל אין איין גרויסע נתינה, נאר ער זאל עס צוטיילען אויף קלענערע נתינות, ווייל אזוי קומט אויס אז ער געט מער מאל צדקה, ממילא ווערט די מצוה מער באזעצט אין זיין הארץ. נו, אויב אזוי, וואלט דאך חיים היינט געדארפט זיין פטור פון זיין נארישען פאביע נאך אזוי פיל 'מעשים' פון גיין אנדערש ווי די פאביע?

דער תירוץ אויף דעם איז, פון די וויכטיגסטע יסודות פון תורת הנפש, וואס וויפל מען זאל וויסן און פארשטיין דעם געדאנק, איז א גרויסע מהלך ביז מען 'לעבט' באמת מיט דעם, בבחינת והשבות אל לבבך.

“זיי האבן געארבעט 25 יאר, אנצוקומען צום פענסיע!”

מען האט אמאל געפרעגט דעם חפץ חיים זי"ע א מורא'דיג קושיא אויף דעם אויבן דערמאנטן דברי החינוך. אמאל אין רוסלאנד, זענען די קוזאקען געווען זייער באקאנט מיט זייער 'פלינקקייט און זריזות'. מען האט זיי טרענירט צו טון אלעס 'שנעל', און דאס איז געווען ביי זיי א מאראלישע סימבאל. נאכן דינען 25 יאר אין די מיליטער, האבן זיי באקומען אויסגעצאלטע פענסיע (ריטייערמענט) אזוי ווי עס איז איינגפירט אין רוב לענדער. עס וואלט זיך געלייגט אויפן שכל, אז נאכן ארבעטן 25 יאר אזוי פלינק, וואלט דער ריטייערד קאזוק אייביג געבליבן 'יונג', מיט די פולע ענערגיע פון א טינעיזשער.

אבער די פאקט האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גאר אנדערש.

די מינוט וואס זיי האבן געענדיגט זייער טערמין אין די מיליטער, זענען זיי געווארן צירוק דער אלטער 'פוילער' רוסישע שיכור פון 25 יאר צירוק. עס איז ממש נישט געווען צו דערקענען אז זיי זענען געווען 25 יאר אינעם העכסט ראנגיקען מיליטער – די קוזאקען. האט מען געפרעגט דעם חפץ חיים, "עס שטייט דאך אין חינוך, אז האדם נפעל ל פי פעולותיו. נו, אז איינער ארבעט אויף זיך 25 יאר צו זיין גאר פלינק, וואלט ער לכאורה געדארפט ווערן א נאטירליכע 'פלינקער מענטש'? וויאזוי קען זיין אז זיי זענען פלוצלינג געווארען דער אלטער פוילער מענטש די מינוט זיי זענען ארויס פון מיליטער?"

האט דער חפץ חיים געענפערט, "זיי האבן געארבעט 25 יאר אנצוקומען צום פענסיע".

פשט פונעם תירוץ איז אזוי. דער כלל פון האדם נפעל לפי פעולותיו, ארבעט נאר 'ווען מען וויל דאס באמת טון', און די גאנצע פנימיות הרצון פונעם מענטש זיכט נאר אנצוקומען צו דעם ציל וואס ער וויל טון. טאמער אבער, טוט דער מענטש עפעס נאר כדי צו ערגרייכען עפעס אנדערש, דעמאלטס טוט ער דאך דאס געצווינגענעהייט, און ווען מען טוט עפעס געצווינגענערהייט אן די גאנצע פנימיות'דיגע רצון, ווערט נישט דער מעשה אריינגעזעצט אין דעם מענטש.

ווען דער קוזאק האט געארבעט 25 יאר מיט זריזות, האט ער באמת 'נישט' געוואלט זיין א זריז, אבער עס האט זיך געלוינט צו ארבעטן שווער 25 יאר, כדי צו באקומען נאכדעם אן אויסגעצאלטע פענסיע פאר זיין גאנץ לעבן. קומט אויס, אז דער קוזאק האט זיך געצווינגען 25 צו ארבעטן בזריזות, פאר זיין אזוי ארויפגעקוקטע פענסיע, און זיין שווערע ארבעט האט זיך קיינמאל אין איהם נישט אריינגעזעצט. די געדאנק דערפון איז פשוט, אויב איינער טוט עפעס געצווינגענעהייט, זאגט ער זיך אגאנצע צייט, 'איך וויל עס נישט טון, און איך וויל נישט וויסן דערפון' אפילו בשעת ער טוט עס יא. נאר ווען מען טוט עפעס, ווייל מען וויל עס 'באמת' טון, דעמאלטס לאזט עס דער מענטש אריין אין זיך, איך די כח הרגילות טוט זיינס, אז עס זאל ווערן א חלק פון דעם מענטש.

(דער כלל איז נוגע אין אסאך תחומים אין לעבן, בפרט בעניני חינוך. ווען א קינד ווערט נתחנך צו רוחניות 'נאר' ע"פ 'כללי המשמעת', און מען לייגט ניש\0 אריין כח און מו\0 אז דער קינד זאל באמת 'וועלן' טון אין רוחניות, און צו פילן אן אמת'ן פנימיות'דיגע געשמאק אין דעם, דעמאלטס טוט דאס דער קינד 'געצווינגענערהייט', אפילו ער טוט דאס צו באקומען זיין 'פרייז'. די שעדליכקייט דערפון איז זייער גרויס, און דער קינד קען מיט די יארן מפתח זיין א שנאה צו רוחניות, ווייל פאר איהם האט זיך געפילט אז מהאלט איהם אין איין צווינגען צו טון זאכן וואס ער וויל נישט, און כל-שכן, אז ער ווערט נישט צוגעוואוינט צו רוחניות. אבער דא איז נישט דער פלאץ מאריך צו זיין אין דעם.)

איך וויל יא, אבער איך וויל נישט

לאמיר זעהן וואס טוט זיך מיט אונזער חיים.

וויל חיים באמת פייטען און לעבן פארקערט פון זיין פאביע און גיין אפען באס יעדען טאג? אדער אפשר גאר צווינגט ער זיך צו פארן?

די תשובה אויף דעם איז אזוי. ווי מיר האבן אויבען ארויסגעברענגט, פונעם שווערן דורכגאנג וואס חיים איז ארודך יענעם אונדערפרי, איז די זכרון פון דעם געווארן 'קאנסאלידעיטעד' און פארמאכט אלטס א פאקט פון זיין לעבן, 'אריינגיין אין א פארמאכטע פלאץ, קען מיר צוברענגען צו א סכנה 'אויב' איך וועל ח"ו מוזן צוקומען צו הילף און איך וועל מיך נישט קענען רירען און ארויסדערזעהן פון דא!'.

פינטעל.

מקען דאס נישט אפפרעגען.

ס'איז א פאקט.

פונקט ווי קיינער גייט זיך נישט פראבירן איינצורעדן און ארבעטן אויף זיך, אז מען דארף נישט מורא האבן פון א לייב, גייט חיים'ס מוח אויך נישט אנערקענען אז מען דארף ארבעטן אויף זיך צירוקצוגיין צום באס, און בלייבן שטיל אין ביהמ"ד ביי נקדישך.

ס'איז שרעקעדיג.

חיים שלאגט זיך מיט זיך אליין. ער ארבעט זייער ערליך אויף זיך צו קענען אריינגיין – ווי נישט ווי מוז איך דאך אנקומען צו די ארבעט. אבער חיים זאגט 'אויך' צו זיך אליין ווען קיינער הערט נישט, און ער אליין ווייס עס אפשר אויך נישט (לכה"פ אין זיין באוויסטזיין), 'איך וויל בשום אין אופן נישט אריינגיין! יעבור עלי מה! ס'איז א סכנה! ווער גייט צו די ארבעט ווען ער ווייסט אז אויפן וועג קען מען שטארבען?'

ווען חיים טוט זיין טערעפי פטור צו ווערן פון זיין פאביע, איז ער ליידער ממש ווי דער קאזאק וואס איז מסכים צו זיין פלינק נאר צו באקומען פענסיע נאך 25 יאר. חיים איז גרייט זיך צו שלאגען מיט די שרעק אהיים צו ברענגען אפאר דולער צו שפייזען זיין פאמיליע. אבער צו ער איז 'באמת' מסכים אז דאס וואס ער לערנט זיך אויס איז אמת? דאס איז שוין א צווייטע שאלה. חיים קען בענעפיטן פון זיין ארבעט אויף זיך און באמת שפירן אמאל, אז ער איז גאנץ רוהיג מיט זיך, פונקט ווי דער קאזאק האט געקענט שפירן גוט מיט זיך אז ער איז א העלדישע סאלדאט אין די קוזאקישע ארמיי. אבער ווען מען איז אונטער שטארקע סטרעס און מען האט נישט קיין כח 'צו האלטן קאפ', דעמאלטס קומט די אמת ארויס.

די מיינונג פון די סייענטיפישע וועלט ביז היינט – ס'איז נישט מעגליך פטור צו ווערן פון די אלטע איבערלעבענישן

עס האט געדויערט אביסל צייט פאר די פארשער און פסיכאלאגען דאס איינצוזעהן, אבער מיט די צייט זענען זיי טאקע צוגעקומען צו די מסקנא. אין זוממער יאר 1989 האט זשאסעף לאדו – פון די גרעסטע ניוראסייענטיסטן אין NYU, ארויסגעקומען מיט א ארטיקל וואס איז געווארן פאבלעצירט אונעם Journal Of Cognitive Neuroscience מיטן קעפל ”Indelibility of Subcortical Emotional Memories”. דאס הייסט, 'מקען נישט אויסמעקן אינגאנצען אלטע עמאציאנאלע זכרונות'. דארטן אינעם ארטיקל ברענגט ער ארויס, אז אפילו מען וועט מאכן עקספאוזשער טערעפי זיך אויסצולערנען זיך נישט צוטון מאכן פון א אומנארמאלע פאניק און די פאניק פונעם מענטש וועט אוועקגיין אויף דערווייל און דער מענטש וועט קענען אנגיין מיט זיין לעבן געהעריג, איז אבער די 'עמאציאנאלע זכרון' און 'פאקטן' וואס האבן צוגעברענגט די נעגעטיווע אויפפירינג, נישט אוועקגעגאנגען, און דאס קען זיך זייער גרינג צירוק אויפוועקן אין א צייט פון סטרעס.

ביי אונזער מעשה מיט חיים, גייט חיים בלייבן מיט זיין קלארע ידיעה, אז ארייגיין אין א פלאץ ווי ער האט נישט קאנטראל אויף זיך, קען צוקומען צו א סכנה. און אפילו ער וועט מצליח זיין במדה מסיומת איבערצוקומען דעם געפיל מיט טערעפי, און ער וועט פארשטיין מיט זיין שכל אז עס מוז נישט זיין קיין סכנה, וועט ער אין א געוויסע 'אנגעצויגענע מינוט' קענען צירוקבאקומען דעם פחד.

וואס איז די עצה?

איז וואס איז די עצה אויב מקען נישט פטור ווערן פון די אלטע איבערלעבענישן?

די ווייטאגליכע תירוץ איז, אז ס'איז נישטא קיין עצה. די איינציגסטע עצה וואס איז דא, איז אז היות די מוח איז זייער פלעקסעבעל און קען האלטן אין זיך צוויי פארקערטע פאקטן און צוויי באזונדערע קאמערלעך אינעם מוח. דאס איז די מטרה פון אלע טאקטיקן פון סי. בי. טי און עקספאוזשער טערעפי וכדו'. מיט די סארט טערעפיס לערנט זיך די מוח אויס, אז די 'אלטע' פאקט – וויפל עס האקט נאר אין קאפ אריין, איז א פאטאלע טעות, און מען לייגט דאס אריין אין איין קעמערעל אין מוח, און מען גייט זיך לערנען א נייע 'אמת'ע' וועג פון לעבן וואס ווייסט א נייע פאקט, אז זיין איינגעשפארט אין א פארמאכטע פלאץ, איז בכלל נישט אזא סכנה. דער נייע פאקט גייט אריין אין א אנדערע קעמערעל, אפגעזונדערט פון די נישט ריכטיגע אינפארמאציע. און עס גייט ווערן א מלחמה ווער גייט געווינען דא, די אלטע פאקט אז א פארמאכטע פלאץ קען זיין א סכנה, אדער די נייע פאקט, אז אפילו אין א פארמאכטע פלאץ איז ישט אזא סכנה ווי מ'מיינט. ביידע ארבעטן צוזאמען פון צוויי פראנטען.

עס איז די האפענונג פון די טערעפיסט און די קליענט, אז די צווייטע ווערסיע פון ריאלעטעיט זאל געווינען מער ווייניגער. אבער בעידן לחץ, ווען דער מענטש האט נישט אזויפיל ענערגיע זיך צו שלאגען, גייט דער פיינט צירוקקומען כאילו ער איז קיינמאל נישט געווארען אוועקגעשטויסען.

די גאנצע שיטה פון CBT, איז געבויט אויף דעם הנחה – מקען גארנישט טון מיט וואס איז געשעהן אמאל, ס'איז דערנאך! עס בלייבט אין דיר לעולם ועד פאר דיין גאנץ לעבן. דאס בעסטע וואס מ'קען איז זיך אויסלערנען וויאזוי זיך נישט וויסענדיג צו מאכן פון די אומאיינגענע געפילן, ווי אויך איבערקומען די געפילן דורך זיך אויסלערנען נייע וועגן פון לעבן. אבער ווי אויבען דערמאנט, די אלטע ניוראנס האבן נאך אלטס א שטארקע מטרה – צו היטן דעם מענטש פון צער. אין צייט פון 'נויט', אדער 'עמערזשענסי', גייען זיך די ניוראנס אויפוועקן, און ווייטער 'ווארענען' דעם מענטש צו אויסמיידן דעם מצב, ברענגענדיג דעם מענטש אריין אין א 'רילעפס'. א רילעפס פאסירט נישט ווייל מען האט נישט גענוג פלייסיג געארבעט אויף זיך, נאר ווי מיר האבן פריער ארויסגעברענגט – אויב וויל מען נישט, העלפט נישט קיין 'טון' אנדערש פון וואס מען וויל באמת.

פאר חיים איז נישט אזוי געפערליך. אין די ערגסטע פאל, אויב עס געלאנגט איהם נישט זיין טערעפי, וועט ער זיך העכסטענס מוטשענען אביסל פאר זיין פארנסה און פילן אנגעצויגען אביסל. די עקספואזשער וועט העלפן אביסל, עס וועט זיין ups and downs, אבער נישט געפערליך. זיין אלגעמיינעם לעבן, קען אנגיין געהעריג. אבער וואס טוט זיך מיט משה, וואס אין זיין יוגענט איז ער כסדר געווארען קריטיקירט אויף וואס ער האט נאר געוואלט טון. היינט צוטאגס, ווען ער איז שוין איבער 35 יאר אלט, האט ער נאך אלטס א געפערליכע פחד צו טון אפילו די קלענסטע זאך אויף זיין אייגענע אחריות, אלטס פחד אז עס גייט קומען פון ערגעץ עפעס א קריטיק און ער גייט ווערן אראפגעקלאפט. אין משה'ס מוח איז צאמגעשטעלט אלטס א קלארע פאקט אין לעבן, אז ווען ער טוט עפעס, וואס עס זאל נאר זיין, איז צו ערווארטען צו ווערן אראפגעקלאפט. דאס איז טיף איינגעקריצט און 'איינגעשפארט' אין זיינע ניוראנס. עס לאזט זיך נישט אזוי שנעל גלייבן, אז 'היינט' וועט מען איהם 'נישט' קריטיקערן. ער לעבט כסדר אין ענקזייעטי 24 שעה א טאג. ווי ער גייט נאר, דרייט ער זיך מיט מענטשן וואס קענען איהם קריטיקירן. אויב פאר חיים איז געווען גענוג צו אויסמיידן פארמאכטע פלעצער, וועט משה מוזן אויסמיידן צו זעהן מענטשן בכלל, אז ער זאל זיך קענען פילען רוהיג.

לויט די 'חוק' פון indelibility, וועט משה כסדר האבן דעם 'משוגעת' אין קאפ, אז ער גייט ווערן אראפגעקלאפט. די איינציגסטע עצה פאר משה וועט זיין, ווי אויבען דערמאנט, זיך צו שלאגען מיט דעם 'משוגעת'. ער קען אנהויבן מיט CBT, און זיך אויסלערנען די 'טולס' וואס צו טון און טראכטן ווען דער שרעקעדיגע משוגעת קומט צו גיין. אבער דאס גייט זיין א 24 שעה'דיגע מלחמה, און עס איז זייער מעגליך, אז אין א צייט פון לחץ, וועט דער 'משוגעת' זיך ציווילדעווען, און ער וועט פארלאנגען זיינס, אז משה טאר גארנישט טון! און ער וועט צוהאקען אלע 'טולס' וואס משה האט זיך שוין אויסגעלערענט ביי זיין טערעפיסט, כאילו ער האט קיינמאל פון קיין טולס נישט געוויסט.

מיר האבן אראפגעברענגט אין פאריגע ארטיקל א בריוו וואס איז געווען פאבלעצירט אין המספיק גאזעט פון א פרוי וואס איז שטארק צירוקגעפאלען נאכן טון CBT און זי האט פארלוירען די חשק אנצוגיין ווייטער און זי האט אנגעפרעגט וואס נאך איז דא צו טון. אט דאס איז טאקע געשען. די אמת'ע רצון צו אויסמיידן די שרעקעדיגע מצב, האט צירוק אנגעהויבן צו פארלאנגען זיינס, ווען עס האט אנגעהויבן צו באמערקן אז מען מאכט זיך שוין נישט אזוי וויסענדיג פון איהם ווי אמאל.

ווער ס'טוט אביסל אין דעם פעלד, וועט אנהייבן צו פארשטיין די האפענונג פון די פראפעשענעלס צו טרעפן א לעיזונג פאר די 'רילעפסעס'. יעדער פראבירט זיך צו פראקלאמירן אז אין זיין שיטה אין טערעפי קען מען גרינגער איבערקומען א רילעפס, און דער שרייט אז מיט זיין שיטה קען זיך גרינגער צירוקכאפן, און דער שרייט אז ביי איהם פאסירט עס ניאטאמאל. יעדער פראבירט צו פייטען דעם 'בוגימען' וואס הייסט רילעפס. קיינער האט נישט ליב צו זעהן ווי זיין ארבעט גייט לטמיון. אבער פאקט בלייבט פאקט. און ס'איז נאכנישט געווען ביז די לעצטע פאר יאר איינער וואס זאל קענען קלאר ארויסהאבן וויאזוי דאס עכט צו פארמיידען.

רוב טערעפיסטן היינט וואס קומען ארויס פון קלעדזש, און וואס עדיוקעיטען דעם עולם, ליגט אונטער זייערע ווערטער די אויבערדערמאנטע הנחה, אפילו זיי זאגע עס נישט ארויס מיט קלארע וערטער. 'די אלטע אינפו פונעם לעבן בלייבט אריינגעזיגעלט אינעם מענטש פארן לעבן, אבער מיר גייען פראבירן עס איבערצוקומען מיט כל מיני וועגן אז דער מלחמה זאל זיין גרינגער, הגם מיר ווייסן דעם אמת, אז פטור ווערן אינגאנצן איז נישט מעגליך'. פארשטייט זיך, אז אויב איז מען משוכנע אז אזוי איז עס, גייט קיינער נישט אפילו טראכטן אז אפשר קיין גאר זיין אנדערש. איז די ערשטע רגע ווען איינער פאנגט אפילו אן צו שפירן צייכענעס פון פאניק אדער סתם ענזקזייעטי, ווייסט יעדער קלאר אז מדארף זעהן ווי שנעלער איהם צו העלפן צירוק ארויפצוגיין אויף די שינעס און ווי ווייניגער פאטשקענען מיט דעם, ווייל ווי מער מפאטשקעט, מאכט מען נאר ערגער און די פאניק ווערט גרעסער. מדארף 'שוין' זעהן אריינצושטופען די 'ריכטיגע' אינפארמאציע, אז דער מענטש זאל ווי שנעלער זיך נעמען שלאגען מיט דעם פאניק וואס וויל נאר אנמאכן צרות.

ווען יא און ווען נישט?

יעדע כלל האט דאך אבער א יוצא מן הכלל. עס מאכט זיך אמאל, אז ווי אינטרעסאנט עס קוקט אויס, קומט איינער ארויס פון טערעפי אינגאנצען פריי פון זיינע פלאגענישן, און קען פילן אין זיך א אמת'ע שלוות הנפש נאכן דערטאפן וואס איהם באדערט, און וויאזוי זיך צו באגיין מיט זיינע פראבלעמען.

וואס איז די חילוק? פארוואס טאקע ווערן געוויסע געהאלפן אויף א וועג כאילו די אמאליגע פראבלעמען האט גארנישט מיט זיי געהאט?

דער מיליאן-דולערדיגע קושיא איז געווען פאר די אויגען פון א טערעפיסט מיטן נאמען ברוס עקער פון אוקלענד, קאלעפארניע. סוף פון די אכציגער יארן האט ער זיך אוועקגעזעצט מיט איינע פון זיינע קאלעגען און איבערגעגאנגען איבער 1000 שעות פון ריקארדירינגען פון סעסיעס וואס ער האט געהאט מיט זיינע קליענטען, און געזיכט צו דערגיין אן ענפער צו זיין מערסטע אינטרעסירטע קושיא, "פארוואס איז דער סעסיע געווען א דורכברוך פאר דעם קליענט ווי קיינמאל בעפאר, בשעת פאר א צווייטע קליענט האט נישט פאסירט דעם דורכברוך און איז געבליבן מיט זיינע ווייטאגען 'אונטערן טיש'? וואס האב איך דא געטון אנדערש? האט עס עפעס מיט מיר, אדער מיטן קליענט זעלבסט?"

נאך חדשים פון איבערגיין און איבערהערן די סעסיעס, האט ער ענדליך געטראפן דאס וואס ער האט געזיכט. ער האט געטראפען זייער א אינטרעסאנטע זאך וואס פאסירט פאר א מענטש שייד זיך אפ פון זיינע אלטע עקשנות'דיגע מעסעדזשעס אויף אייביג.

אין די לעצטע פאר יאר, זענען די פארשער טאקע ארויסגעקומען מיט די איבעראשענדע נייעס, אז אנדערש ווי מען האט געמיינט ביז היינט, איז 'יא' מעגליך אינגאנצן אויסצומעקן די עקשנות'דיגע מעסעדזשעס וואס פלאגען מענטשן און לאזט זיי נישט קיין מנוחה, דארך זייער א ספעציפשען פראצעדור.

וואס האבן זיי געטראפען? און וואס דארף טאקע פאסירן אז א מענטש זאל זיך קענען ארויסרייסן אויף אייביג פון זיינע פארעקשנטע ניוראנס / מעסעדזשעס?

אויף דעם האפן מיר אי"ה צו שרייבן אינעם נעקסטן ארטיקל.

צום שלוס: פאר יארן לאנג, האבן די פארשער און פסיכאלאגען אנגענומען פאר א פאקט, אז מיט אלטע זכרונות קען מען גארנישט טון. אויב עס גייט אריין, קען עס נישט ארויס. בלית ברירה, האבן פסיכאלאגען און טערעפיסטן כסדר געזוכט וועגן וויאזוי איבערצוקומען די זכרונות, און די נעגעטיווע התנהגיות וואס דאס האט צוגעברענגט, עד כדי כך אז מען האט זיך אפילו נישט מתייחס געווען צו דאס וואס איז געשען אמאל, מען דארף נאר ארבעטן אויף די נעגעטיווע התנהגיות און זיך שלאגען מיט דעם. עפעס אנדערש איז נישטא וואס צו טון. די גאנצע קינץ איז געווען, צו טרעפן א וועג וואס זאל 'אויסמיידן' די אלטע אומריכטיגע אויפפירינגען אז ס'זאל זיך נישט צירוק אויפוועקן און צירוקפאלן. די תוצאות פון דעם איז, אז זייער אסאך מענטשן בלייבן – במדה מסוימת – ביים זיך מוטשענען כסדר מיט די שרעקליכע געפילען בפרט ווען מעןפאלט צירוק. די גוטע נייעס איז, אז היינט ווייסט מען קלאר אז די אומגעווינטשענע מחשבות / געפילען / אויפפירינגען וואס מענטשן מוטשענען זיך פטור צו ווערן פון דעם, קען ווערן א ריאלעטעיט – מקען דאס אויסמעקן און פטור ווערן פון דעם אויף אייביג.

חיים קען יעצט האבן גרויס האפענונג אז זיין נייעם פאברעצירטן פוביע, זאל זיך טאקע טאטאל אויסמעקען און אוועקגיין אויף אייביג.
לעצט פארראכטן דורך מתבונן אום זונטאג נאוועמבער 02, 2014 9:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
נפש אמיתי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש אמיתי »

Wow wow wow!!! אזוי קלאר און באטעמט צולייגט די זאך. קען איך קוים ווארטן אויפן נעקסטן שיעור.

איז דער מהלך נאר שייך פאר מענטשן וואס האבן אמתע אישוס אדער קען דאס צוניץ קומען פארן עמך מענטש וואס פילט אן אינירליכע אנגעצויגנקייט אדער צומישעניש אבער עס אפעקטירט נישט זיין סדר היום?
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אזוי קלאר, WOW!

כ'בין שפראכלאז!!
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

נפש אמיתי האט געשריבן:איז דער מהלך נאר שייך פאר מענטשן וואס האבן אמתע אישוס אדער קען דאס צוניץ קומען פארן עמך מענטש וואס פילט אן אינירליכע אנגעצויגנקייט אדער צומישעניש אבער עס אפעקטירט נישט זיין סדר היום?


זיכער.

האסטע שוין פראבירט אויפצושטיין פארטאגס צענדליגע מאל, און גארנישט? זעהסט דיך זעהן אפלייגען 'וויכטיגע' זאכן, על אף דו ווייסט אז דו דארפסט עס שוין טון, און נאכן וויסן אז מעגליך אז דו ביזט פשוט פויל, און שוין געארבעט אויף די פוילקייט וכו' וכו', אבער דו זעהסט דיך נאך אלץ מיט דיין וויכטיגע פרויעקט אויפן טיש?
אויף דעם אלעם איז דא א פשוטע תירוץ, מגעליך אז דו 'זאגסט' אז דו ווילסט, אבער זייער מעגליך אז דו ווילסט סאך מער עס 'נישט' אויספירן.

אויף דעם אלעם, אין די קומענדיגע שיעורים אי"ה.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

זעהר שיין,

can't wait אויסצוגעפינען וויאזוי די גייסט העלפן איינער וואס ווייסט 100% אז ער טראכט אומריכטיג אבער זיין פיזישע מוח is not on the same page
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

Wow
א מייסטער ארט!
לאמיר דיר פרעגן מתבונן, מיט וועלכע טערעפי האט זיך ברוס עקער באניצט בעפאר ער איז אויפגעקימען וואס דארף געשען אז די אלטע מיינונגען זאלן זיך אויסמעקן?
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

fiena nieas האט געשריבן:Wow
א מייסטער ארט!
לאמיר דיר פרעגן מתבונן, מיט וועלכע טערעפי האט זיך ברוס עקער באניצט בעפאר ער איז אויפגעקימען וואס דארף געשען אז די אלטע מיינונגען זאלן זיך אויסמעקן?


איך מיין אז ער האט אלטס געארבעט מיט די יומינסטיק שיטה, וואס איז כולל לדוגמא, געשטאלט טערעפי, וואס ארבעטן מיט self awareness. ער האט אבער אנגעהיבן צו פארשטיין 'פארוואס' עס ארבעט, און דאס האט איהם געהאלפן ארויסצושניידען די סעסיעס וואס פעלט נישט אויס פאר די אמת'ע היילינג.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

חזק והשם יהא בעזרך.
דרוריקרא
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרוריקרא »

http://we.tl/s1g9dATmm1

באות הכרת הטוב
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

דרור, wwwwowwwww!
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

פששששיהַא! שכוח דרור! א מייסטער ווערק. הערליך.
written using the Meshimer web filter
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

תרנגול האט געשריבן:איך מיין אז כדי די אשכול זאל פארן מיט א סדר, זאל מען שרייבן אלע קאמענטארן און הערות אין א באזונדערע אשכול, אזוי וועט מען קענען ליינען מתבונן'ס הגיגים אין איין צו, מן הקל אל הכבד, אן ווערן איבערגעהאקט אינמיטן, וואס האלט איר?


האב איך דא געלייגט אלע שיעורים אין איין אשכול, בנוסף צו א הקדמה וואס איך האב נישט געשריבן דא. ביטע נאר שרייבן הערות אין דעם אשכול.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

דרוריקרא האט געשריבן:http://we.tl/s1g9dATmm1

באות הכרת הטוב


כהאב שוין באדאנקט אין אישי, און יעצט עלעך באדאנקען ברבים. כה יוסף לך ה' כח לעשות חיל, און אונז שטענדיג קענען מהנה זיין מיט דיינע מייסטער ווערק.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

מתבונן ביסט ממש ווינדערליך.

וויפיל איך האב געהערט פון די וואס גייען צו די היימישע קלאסען קוקט יא אויס אז זיי גייען מיט א הנחה אז מען קען טוישען פאלשע שיטות און איינגעגעסענע נארישע הנחות פון די מח, אויף דעם ארויף איז דאך געבויעט די אלע עקשען'ס וואס זיי טוען מיט די מענטשען צו העלפן אפמעקען די אלטע פאלשע געפילן און זכרונות.
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

יצחק דע באנקיר האט געשריבן:וויפיל איך האב געהערט פון די וואס גייען צו די היימישע קלאסען קוקט יא אויס אז זיי גייען מיט א הנחה אז מען קען טוישען פאלשע שיטות און איינגעגעסענע נארישע הנחות פון די מח

איך בין נישט דארט געווען און איך קען נישט פאראויסזאגן וואס פאסירט ביי איינעם וואס גייט צו אזא קלאס. פון וויפל איך האב געהערט איז יש ויש, סדא וואס פילן אז זיי האבן זיך געטוישט, און סדא וואס פילן אז נישט.
די נקודה וואס איך וויל ארויסברענגען איז זייער א דינע ליניע. מקען טוישן פאלשע שיטות און איינגעגעסענע נארישע הנחות, די שאלה איז אויב די אלטע איז ארויס פון די סיסטעם און ספילט זיך ווי 'נאריש' צו האלטן אזוי, אדער די אלטע וועג איז נאך דא, אבער מ'ווייסט 'אויך' א נייע מין וועג, און ס'בלייבט א שטיקל מלחמה. איך גלייב אז פאר געוויסע איז מעגליך אז די אלטע האבן זיך אויסגעמעקט פונעם מוח, און איך גלייב אז פאר רוב פון די באטייליגטע בלייבן די אלטע כאילו לא היה, זיי באקומען סה"כ טולס צו וויסן וויאזוי דאס איבערצוקומען, און דערפאר פילן 'רוב' פון זיי נאך א האלבע יאר, אז די גאנצע קלאס האט זיך אויסגעוועפט.
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:אויף דעם ארויף איז דאך געבויעט די אלע עקשען'ס וואס זיי טוען מיט די מענטשען צו העלפן אפמעקען די אלטע פאלשע געפילן און זכרונות.

סתם 'עקשענס' האט נישט די מעגליכקייט אויסצומעקן אלטע משוגעת'ן, עס האט נאר די מעגליכקייט צו בויען נייע, אבער די אלטע בלייבן נאך. באמת אויסצומעקן די אלטע, פעלט זיך אויס א אמת'ע טויש אין די בליק אויף זיך און אויף די וועלט, נאכדעם קומען שוין די עקשענס פון זיך אליין.
און די קומענדיגע שיעורים וועט מען דאס בע"ה בעסער פארשטיין.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”