שיעורים בהבנת תורת הנפש

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

כתר ישועה האט געשריבן:כווייס אז סדא וואס וועלן מיר וועלן שיסען - אבער מיר האלטן ממש צוויי טעג פאר יום הקדוש, אין כ'פיל אז כמוז מעורר זיין למי שעדיין לא נכבתה בו ניצוץ היהודי, ע"כ וועלן שרייבן פשוטע דיבורים [במסירות נפש קצת]:


דיין שטארקע תגובה האט מיר דערמאנט פון דיין געפיל און אחריות ארויסצוקועמן און מעורר זיין ליבות בני ישראל אויך אין דעם אשכול, בנוגע צו פארשטיין וואס האט דער ר' ר' אלימלך זי"ע געמיינט מיט זיין 40 טעג עצה, שרייבסטו אזוי,

גאר א שיינע אשכול זעהר רייך, איך פיל נאר פאר גאר וויכטיג מעורר זיין, שדברי רבינו הק' הרר"א זי"ע בצעטיל קטן סעיף ט"ז ["האדם לא נברא בעולם, רק לשבר את הטבע! לכן... ישבר את טבעו מ' יום רצופים"], שרירין וקיימין לעד ולנצח נצחים. און אויב איינע זאגט אז עס איז אים נישט געלאנגען, טויג עפעס מיט עהם נישט, ומשנת רבן של כל בני הגולה קוה"ק לא זזה ממקומה כמלא נימא. כהאף אז דאס איז פשוט פאר יעדער איינעם וואס דרייט זיך דא (כהאפ מוועט מיר נישט פארשיקען אין השקפה אשכול - אין דא איבערלאזן אזוינע זאצן וואס ברענגען אריין ספיקות און אמונת צדיקים ח"ו ובדבריהם הבוערים כגחלי אש)


ס'איז ידוע די מעשה וואס א קינד האט געשיקט א בריוו צו זיין טאטע, 'טאטע שיק מיר הויזען', דער טאטע האט זיך אזוי מין אויפגערעגט אז היתכן זיין זון באפאלט איהם אז ער זאל איהם שיקען הויזן מיט אזא חוצפה, זאגט איהם איינער, לייג א קאמע נאך די ווארט טאטע, וועט זיך עס ליינען אזוי, 'טאטע, שיק מיר הויזן', באופן אז דיין קינד בעט זיך שיין, טאטע פליז שיק מיר הויזן.

מיר יודן, נאמנים לשם ולתורתו, ווילן קענען אויספירן דאס בעסטע ווי עס באדארפ צו זיין וואס שטייט אין די תורה און ווי אזוי אונזערע רבי'ס און צדיקים האבן אונז אויסגעלרענט וויאזוי מפירט אויס די תוה"ק, און אויב משטאפעלט זיך אן און געוויסע תחומים וואס מען פראבירט נאכצוגיין אין אונזערע רביס פיסטריט, און אונז פילן אז מ'טוט וואס זיי הייסן און עפעס גייט נישט, ווילן מיר בטבע פארשטיין וואס טוען אונז נישט גוט, און וואס דארפן אונז טון אנדערש און בעסער כדי צו קענען אויספירן דאס וואס אונזערע רבי'ס זענען אונז מדריך.

פרעגן קשיות אויף וואס אונזערע רביס זאגען מיטן ציל צו קענען בעסער אויספירן וואס זיי מיינען, סיי אין די ריכטיגע פלאץ און סיי אין די ריכטיגע צייט, לייגט מען נאך נישט קיין ספק אין זייערע ווערטער, אדרבה מען גלייבט אין זייערע ווערטער זייער שטארק, און דערפאר וויל איך פארשטיין וואס דא גייט פאר (אויב האב איך ספיקות אין זיינע ווערטער, וואלט מיר ניטאמאל אנגעגאנגען וואס ער זאגט).

ממילא, דאס נעקסעט מאל דו ליינסט אזאנע שורות, אנשטאטס זיך אנצוגארטלען מיט און ארויסקומען מיט א שטארקע 'עזות' אוןו מיט גרויס 'מסירות נפש', ווארט 10 מינוט נאכן ליינען דאס ערשטע מאל, ווארט ביזט דיין עזות גייט אביסלע אראפ, און נאכדעם ליין איבער נאכאמאל מיט ישוב הדעת וואס דער שרייבער מיינט און וויל באמת. מהאלט פאר יום כפור, און סשאט נישט אביסל אנצוקוקען יודען מיט א פאזאטיווע בליק (און פאר דיין עזות צינד זיך אן נאכאמאל אז מקען נישט זיין שטילן און מ'מוז' ראטעווען כלל ישראל, ווארט צען מינוט, און זעה ווי כלל ישראל וויל באמת זיין וואויל און פאלגען די בעסטע וואס איז שייך וואס אונזערע רביס לערנען אונז אויס).

כתר ישועה האט געשריבן:[און אויף צו זאגן אז היינט האט עס נישט מיט גדולי ישראל, איז פארשטייט זיך נישט ווייניגער ווי חוצפה מיט עזות ר"ל, ועשית "ככל" אשר יורוך, אוודאי קען זיין אז א גדול וועט שיקען צו די וואס טוהן אין דעם, אבער עס מוז האבן אן הסכמה. וכפי ששמעתי פעם מגדול א', א גוישע קאפ האט נישט ארויס קלאר די יודישע נפש, וממילא יתכן שיעזור לדבר שנצטרך אך מי יודע כמה יזיק לענין אחר [ובפרט לכללות השקפה הטהורה של איש ישראל להיות כפוף אל התורה הק' וחכמיה בכל הדורות, ותלוי בזה הרבה הרבה חינוך צאצאיו כמובן]


דאס זעלבע איז ווען עס קומט צו סיי וואספארא אנשטעקעניש בעניני הנפש. אויב רבנים שיקן היינט צו מומחים מסדר צו זיין זאכן וואס זיי פארשטייען נישט דערצו, מיינט דאס נאך נישט אז מלייגט ספיקות בדברי רבותינו, דאס מיינט אז עס זענען דא מצבים וואס די גדולי ישראל זעהן איין אז מען דארף שיקן צו איינער וואס איז געלערענט אין די זאכן. ועשית 'כלל' אשר יורוך. און זיי פאלגען און טראסטען די מומחים צו וועמען די רבנים שיקן אז זיי ווילן אונז מאכן פאר בעסערע יודען. איך ווייס אז אפילו מיין רבי וואס פלעג אמאל זיין סקעפטיש צו די ענינים, איז קלאר מעודד היינט צו גיין צו געלערענטע, אבער צו א 'מומחה'. בפרט ווי מער עס ווערט תפשט, איז דא א שטארקע ווינט אז עס זאל גיין כפי אשר הורו אבותינו מדור דור.

די מטרה פון די ארטיקלען זענען לפי וואס איך האב געזען במשך א לאנגע צייט אז עס זענען דא אסאך ליינער וואס זענען אינטרעסירט צו פאשטיין וואס גייט פאר היינט אין די ענינים. און אזוי ווי איך האב אסאך געטון אין דעם, איך האב געזען ווי אסאך פארפארען, און ווי אסאך פארן מער אויף א גראדע ליניע, און ווי אויך האב איך געזען אין כמה פלעצער ווי טיף איז געווען די בליק פון אונזערע רביס ווען זיי האבן אונז געהייסן טון פארשידענע זאכן ווי ווייט זיי האבן פארשטאנען דעם נפש. מיט דעם אין מחשבה, האב איך מיך אנגעגארטעלט אהערצוושטעלן פארן עולם להרוות נפש צמאה.

און אוודאי דארפן אזאנע זאכן א הסכמה, אבער דא אויף אייוועלט גיי איך נישט ברענגען קיין הסכמות, און דערפאר זאל יעדער טון וויאזוי ער פארשטייט. אויב ווילסטו וויסן אויף וועלעכע יודישע יסודות מיינע ווערטער זענען געבויט קענסטו מיר שיקן אין אישי און איך וועל דיר גערן ענפערן.

ממילא עלעך ענדיגן וואס הרב נישט האט צוגעענדיגט,

נישט האט געשריבן:כתר, כוואלט דיר געוואלט בעטן, פאר די נעמסט זיך אונטער אזא מסירות נפש ביטע ליין איבער די תגובה אפאר מאל


אין די זעלבע צייט, א ייש"כ פארן נעמען דיין צייט און בעיקר דיין 'קוראזש' ארויסצוקומען ארויסצוברענגען ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן. ודי בזה.

און אוודאוי בבוא הזמן און איינער פילט אז איך שרייב עפעס בלא יודעים נישט ווי ס'איז תואם לרוחנו, זאל מיר מעורר זיין. א דאנק.

שטארק זיך האט געשריבן:נשמה,
דאס וואס דו זאגסט לאזט אונז איבער זיך וואונדערן פארוואס מתבונן האט קורא געווען שם האשכול הבנה בתורת הנפש


אוודאי פעלט זיך אויס א טיפע פארשטאנד אין הבנת הנפש אפילו לפי וואס איך וועל ארויסברענגען, און דערפאר איז דער קעפל הבנה בתורת הנפש.
לעצט פארראכטן דורך מתבונן אום מיטוואך אקטאבער 01, 2014 10:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

עת לחשוב האט געשריבן:איר האט טאקע עפעס קעגן מעדיצין?


איך האב גארנישט קעגן דעם, ס'איז מותר מן התורה עס צו נעמען, עס איז אבער פשוט א געלעכטער ווי ווייט עס לויפט היינט, עס פעלט כמעט קיינמאל נישט אויס צו נעמען כפי נסיוני אויב פארט די ארבעט ריכטיג כפי שאבאר. און בכלל איז כמעט קיינער נישטא היינט וואס האלט עכט אז מעדעצין איז די ישועה, עס איז בסה"כ א געוויסע הילף צו קענען טון די ארבעט אויף זיך בעסער. און רוב מאל נעמט מען עס מחמת פוילקייט כפי שכתב הרב שטארק זיך, און עס איז בעיקר אונטער די איינפלוס פון די היינטיגע וועלט צו פראבירן וואס מקען נאר צו טרעפן שנעלע לייזונגען צו אלעס, הגם עס העלפט נישט קיין סאך. אויב איז יא דא איינער וואס שטופט נעמען מעדעצינען אז דאס איז די ישועה, קומט עס פשוט פון בלינדקייט.

עת לחשוב האט געשריבן:איך מיין עס איז גאנץ א גוטע זאך בכלל דאס וואס בוירנס איז אוועקגעגאנגען פון מעדיצין צו סי בי טי דארף מע ןסתם אזוי פארשטיין וויאזוי דאס ארבעט זעסט דאך אז א שיינע פאר יאר איז סי בי טי געווען "די זאך" וואס האט איינגענומען די וועלט און איך מיין אז יעצט טשוכעט מען זיך אביסל אויס דערפון און די שלאגסט פאר א נייע מהלך, נו וואס טוט יעצט בוירנס האט ער שוין געסווויטשט?


יא, בוירנס האט שוין געסוויטשט! איך האב געהערט א אינטערוויו פון איהם לעצטענס און האט ארויסגעברענגט זיין דעוועלפמענט אין סי בי טי נאכן איינזען אז בערך 50 פראצענט פון די קעיסעס האט נישט געארבעט. ער האט דעוועלאפט א עדווענס שיטה מיט די ר"ת TEAM, וואס האפענטליך פילט אן די לאך וואס מיט אנדערע האט נישט געארבעט.
דא איז דער לינק אויף זיין וועבזייטל ווי ער איז מסביר זיין אפגרעיד.
די עיקר חידוש איז די דריטע פוינט אז א מענטש וויל זיך נישט העלפן, א נקודה וואס אסאך האבן שוין געוויסט פון פריער, און איך האב מיך אונטערגעשמייכעלט אז ענדליך האט שוין סי בי טי אויך איינגעזען דעם וויכטיגען פוינט.

נשמה האט געשריבן:דרך אגב, איך האב געליינט כמעט אלע ביכער פון בוירנס עס איז זייער גוט אבער למעשה קיין איין מהלך איז נישט פערפעקט און מען דארף געווענליך מישן, בפרט ביי דעפרעשן וואס איך מיין אז דארט ארבעט סי בי טי שווערער פון ענקזייעטי


יא דאס איז די פראבלעם וואס יעדער מוטשעט זיך.

איך האב אמאל געזען אין המספיק גאזעט פאר יארן צירוק ווי א פארוויינטע פרוי רעד זיך אויס (איך האב עס ביי מיר פארשריבן, ממילא וועל איך עס מעתיק זיין):

מענטשן גייען דורך פארשידענע שוועריגקייטן, און אויב עס איז נישט גענוג ערנסט ווען מ'איז שוין געצווינגען צו זעהן א דאקטאר און אויסגעבן געלט, קען מען אמאל שפירן ווי מען טאפט א וואנט און מען דארף פשוט אן אפענע אויער, און אט די אויסגעבע טוט דאס אין פילן זין פון ווארט. מי כעמך ישראל, פאר דעם אליין דארף שוין משיח קומען אלס מאמע פון קליינע קינדער בין איך זייער אנגעוועזן אויף א גוטע נאכט שלאף. אמאל איז עס מיר געווען שווער, אבער כבין ב"ה פיין געהאלפן געווארן דורך "קאגניטיוו ביהעוויאר טעראפי". עס ה אט געעפעט מיינע אויגן צו זען די צוזאמענהאנג פון געפילן, געדאנקען, און אויפפירינגען. אין מיין פאל איז די שלאפלאזיגקייט געווען א רעזולטאט פון מיינע געדאנקען און געפילן וואס די טעראפי האט בארואיגט און איך האב שוין געקענט שלאפן נארמאל. אבער שפעטער איז עס צוריק געקומען אויף אן אנדערע וועג, מיט א שטארקע פחד, ענקזייעטי.
דאס שטעלט מיך אין א שווערע דילעמא, אויב מקען זיך שוין פילן אזויפיל בעסער און נאכדעם קען עס פארט צוריקקומען, וויאזוי קען מען זיך העלפן אויף פערמאנענט? איך האב שוין פראבירט שלאף מעדיצינען, אבער זיי האבן געהאלפן שוואך און כ'וויל נישט זיין אנגעבידן דערוף. אויך האב איך שוין געליינט ביכער ווען "אינסאמניע", און זיך דערלערנט די "מיינד אווער באדי" פרינציפן, אבער איך שפיר היבש פארפלאנטערט. וואס איז נאך דא צו טון מיר צו הלעפן מיטן שלאפן?


ווי איך האב שוין געשריבן, האף איך צו קענען אראפ לייגן די כללים ווען עס וועט יא העלפן און ווען עס וועט דורכפאלן.
לעצט פארראכטן דורך מתבונן אום מיטוואך אקטאבער 01, 2014 10:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

מיר פארשטייען זייער פיין וואס איר זאגט
מרדכי וויינבערגער אויף זיינע לייוו טאקס זאגט די זעלבע
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:מיר פארשטייען זייער פיין וואס איר זאגט
מרדכי וויינבערגער אויף זיינע לייוו טאקס זאגט די זעלבע

ער איז מער פאר סיביטי, ניין?
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

איך הער אים נישט
איינער וואס הערט אים האט מיר געזאגט די פוינט
אבער דאכצעך מיר אז ער רעדט זייער שטארק פון ענקזייעטי
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אקעי לאמיך נישט כאפן הייסע לאקשן.
חידת
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 7:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידת »

איך בין ניי דא (עכ"פ מיט די ניק).
איך וואלט דיך מתבונן געוואלט בעטן אויב ס'איז שייך מיט די צייט זאלסט שרייבן דיין מיינונג אויף אנדערע סארט טעראפיס ווי למשל יומניסטיק, געשטאלט, נ.ל.פ., אי.עם.די.אר., היפנאזיע, פסייקאדינעמיק פסייקונאליזע פסייקאנעליטי, ביו פידבעק, אי.עף.טי., אדער גאר קיניסיאלאדשי שיטות א.א.וו.
למעשה אויף ביז דערוויל בין איך אויך זייער דאנקבאר פאר דיר. יישר כח
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מתבונן'ן שיטה קען ווערן גענוצט דאכט זיך אין אלע פון דיינע סארטן טערעפיעס.
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

חידת האט געשריבן:איך וואלט דיך מתבונן געוואלט בעטן אויב ס'איז שייך מיט די צייט זאלסט שרייבן דיין מיינונג אויף אנדערע סארט טעראפיס ווי למשל יומניסטיק, געשטאלט, נ.ל.פ., אי.עם.די.אר., היפנאזיע, פסייקאדינעמיק פסייקונאליזע פסייקאנעליטי, ביו פידבעק, אי.עף.טי., אדער גאר קיניסיאלאדשי שיטות א.א.וו.


אי"ה,ס'איז אין פלאן.

חידת האט געשריבן:למעשה אויף ביז דערוויל בין איך אויך זייער דאנקבאר פאר דיר. יישר כח


יישר כחכם.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7783
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

רעדענדיג איבער די פארשידענע סיבות
מתבונן טייערער, איך מיין אז עס קען זיך הערן אביסל אומסענסיטיוו צו סטירעא-טיפן די וואס גייען פאר מעדעצין אלס פשוט "פוילע לייט", מען דארף נעמען אין באטראכט די פאלגענדע פאקטארן.

די מענטשן - ווען זיי באשלאסן ענדליך צו קומען פאר הילף, זענען זיי שוין אויף א מצב פון אויסגעלאשנקייט בנפש , אויסגעלאשן און ערשעפט בגוף, די מאטיוויציע איז א זאך פון די פארגאנגענהייט, דעריבער האבן זיי פילמאל נישט די ענערגיע צו הארעווען אויף זיך.

בנוסף לזה, איז פאר מענטשן אין די ענגע מצבים, ווען זיי שפירן זיך עכט קראנק, שווער צו גלייבן אז "אביסל אויסרעדן" קען זיי היין, א פיל וואס איז FDA approved איז אים ליבערשט (און גרינגער...)

אין די פעלער, וועט פאר קיינעם נישט איינפאלן צו לאזן די אידן אין זייער פיין און מעדעצין וועט רעקאמענדירט ווערען אויף ביז ווילאנג ער קומט אביסל צו די כוחות, כמובן אויב דער קליענט איז א בר הכי וועט ער צוריקקומען פאר טעראפי, און עווענטועל אראפגיין פון די מעדעצין און פירן א געזונט לעבן.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
עת לחשוב
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עת לחשוב »

דער ענין פון מעדיצין האט צדדים לכאן ולכאן, אבער דער מתבונן האט דאך דא עפעס גרויסע זאכן וואס גייען קומען, נו איז דאך נישט שייך זיך צו טענה'ן בכלל פאר מען ווייסט וואס די נושא איז עמער ווארטן ער זאל ענדיגן און דערנאך וועט מען זיך נעמען שקלא וטריא'ן, נאר עס זעט נישט אויס אז עס וועט נעמען אזוי שנעל.
נאר אז מען רעדט שוין וועל איך נאר טראכטן הויעך, איך מיין פון וואו ווייסט דער מתבונן אז דער מהלך אה! דאס איז די זאך! ענדליך נאך אזויפיל יאר וואס פרויד האט אנגעהויבן און אלע גלגולים האבן נאכגעפאלגט יעדע פאר יאר איז ישן מפני חדש תוציאו אה יעצט דאס איז די זאך יעצט קען מען שוין יעדן און אלעס היילן יעצט האט מען דערגרייכט צו די נקודה פנימית וואס וועט אויפדעקן די מיסטעריע וואס האלט איין די מאדנע סיטואציע פאר אזויפיל יאר. עס קען זיין! איך פרעג נאר מאן יימר? איז דאס סטאדיעס, סברא, פראקטיק, עקספיריענס? אויב יא יעדע סברא קען מען אפווענדן (און אז מען וויל אפילו יעדע סטאדי) אויף וויפיל מענטשן האסטו געזען אז עס האט געארבעט? אויף וויפיל "מיני" מענטשן און אויף וויפיל "מיני" פראבלעמען און די אלע מהלכים ביז אהער האבן נישט געהאט קיין סברות מיט סטאדיעס מיט עקספיריענס? נאר וואס דען יעדע זאך האט און זיך חלקים וואס זענען אמת און אמאל ווענדט זיך ווער מענטש איז אדער וואס דער פראבלעם איז, במילא ווילאנג מען קען נישט זאגן פאר איינעם גיי צו יענעם און יענעם און נאך אזויפיל סעשנס ווועסטו זיין פיין. די מציאות איז אמאל יא און אמאל נישט עס איז נישט גרינג צוצוטרעפן, און חוץ פון דעם ווענדט זיך עס שטארק אין די טייפ מענטש עס איז דא אזעלכע נשמה'ס מתבוננים חושבים וכדומה וואס זענען זיך מחי' מיט א גוט שטיקל טעארי פון דעם אליין קענען זיי ווערן אויסגעהיילט. איז אזעלכע חברה אויב איז נישט צו שטארק דער פראבלעם קען מען גיין אזוי, אבער טאמער נישט...עכ"פ פון מיין עקסיפיריענס האלט איך אז מעדיצין איז זייער א וויכטיגע טאל וואס מען טאר נישט איגנארירן, שוין איך קען נישט יעצט מאריך זיין עס איז נאך דא אסאך צו זאגן אבער נאכאמאל לאמיר ווארטן מתבונן זאל ענדיגןאון נאכדען ועחמיר זיך ארומרייסן
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

שטארק זיך און עת לחשוב.

ווי עת לחשוב שרייבט, מיין איך אז מען זאל לאזן די טעמע פון מעדעצינען נאך אביסל, און שפעטער צירוקקומען ווען מער פרטים וועלן זיין אויסגעשמיסט, דעמאלט וועל איך מער קלארער קענען ארויסברענגען מיין שטעלונג אויף דעם. און פארשטייט זיך אז מען וועט זיך קענען אויסקאכען מיט וואס איז מיין געפינס בעסער פון אנדערע. ועוד חזון.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7783
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מסכים
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
עת לחשוב
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עת לחשוב »

לכבוד מתבונן
איך זעה אז ברוס עקער האט א בוך פון 2012 איז די ערשטע בעסער אדער וואס? קענסט בקיצור אריינווארפן אינפארמאציע (ביז צו די קרעטשמע...)
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

עת לחשוב'ל טייערע,
ידעתי גם ידעתי, אז דו ביזט זייער נייגעריג, אבער ס'איז זייער שווער ארויסצוברענגען בקיצור די אינפארמאציע אן קיין ריכטיגע הקדמה, און עס קען צומישען די 'סדר הדברים'. ממילא וועל איך מיך האלטן מיט די ליניע. שיק מיר אן אישי, און איך וועל זעהן וואס איך קען דיר געבן דערווייל להרוות נפש צמאה.

ברוס עקער'ס ערשטע ביך, איז בעיקר די מהלך אין טערעפי, די צווייטע ביך איז מער בעיקר די רעיון 'פארוואס' עס העלפט אזוי שטארק, ווי אויך די סייענטיפישע אינפאו (האסט דאך געבעטן שטודיעס). ביידע ביכער זענען ערשט קלאסיג און איינס אין די וועלט.
לעצט פארראכטן דורך מתבונן אום מאנטאג אקטאבער 06, 2014 10:55 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור ב' – וואס איז א נפשיות'דיגע פראבלעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

'וואס איז דיין פראבלעם? פארוואס דארפסטו אריינגיין אין פאניק? די האסט מורא פאר גארנישט און פארנישט!'

דאס איז די אלגעמיינע אויסדריק פון מענטשן וואס באפאלען איינעם וואס לייד פון אומפארשטענדליכע אנגעצויגענקייטן.

איז וואס איז טאקע פשט? אויב איז שכל'דיג נישטא וואס מורא צו האבן, איז וואס האט ער טאקע מורא?

לאמיר נעמען א משל וואס האט זיך אפגעשפילט מיט חיים.

חיים איז נארוואס חתונה געהאט, און אפילו ער וואלט זייער שטארק געוואלט זיין אין כולל פאר א פאר יאר, האט ער צוליב אומפארגעזענע סיבות, געמיזט פארלאזן כולל א יאר נאך זיין חתונה נאכן געבורטס פון זיין בכור למז"ט. ער האט זיך ארויסגעלאזט טרעפן א זשאב, און ב"ה דער באשעפער האט איהם מזמין געווען א פיינע זשאב אין א גרויסע ריעל עסטטעיט קאמפעני אין מאנהעטן. פאר זעקס חדשים איז ער אזוי געפארן יעדען טאג פון אפסטעיט קיין מאנהעטען מיטן מאנסי באס זעקסער אינדערפרי, און ב"ה שיין מצליח געווען און האט געזען א גרויסע עתיד אין זיין זשאב.

אלעס איז אזוי געפארען כשורה, ביז יענעם דינסטאג אינדערפרי.

יענעם אינדערפרי איז חיים אויפגעשטאנען און זיך געשפירט אביסל שוואכלעך נאכן גיין שלאפען גאר שפעט די נאכט בעפאר. ער האט זיך נישט אזוי גוט געשפירט און די קאפ האט איהם אביסל געשווינדעלט, און האט שטארק געוואלט צירוק גיין שלאפען, אבער ער האט געוויסט אז זיין זעקס אזייגער באס גייט נישט ווארטען אויף איהם. בלית ברירה איז ער ארויסגעקראכען פון בעט, און נאכן נעמען צוויי טיילענאל, איז ער ארויסגעלאפען צום באס. ער איז ארויפ אויפן באס כאילו לא היה, ווען טיפ אינמיטן וועג האט איהם זיין שוואכקייט און מידיקייט איהם צירוק איבערגענומען, און דאס הארץ אנגעהויבן שטארק קלאפן, נאכפאלגענדיג א דיזינעס. א שטארקע פחד האט איהם פלוצלינג באפאלען, אויב פילט ער נישט גוט, ווי גייט ער גיין דא? 'אפשר גיי איך חלש'ן און ס'וועט נישט זיין ווער ס'וועט מיר העלפן דא אינמיטן וועג?' האט ער אנגעהויבן טראכטן צו זיך. פארשטייט זיך ווי מער ער האט זיך געזארגט וואס גייט דא געשען מיט איהם, איז ער געוואן נאך מער פארפאניקט און אנגעהויבן שוויצן. ער האט נישט געוויסט פונקטליך וואס דא פאסירט. ער איז געווארען ממש פאראלאזירט פון שרעק. ביז ער האט אנגעהויבן שפירן אז אט אט כאפט ער א הארץ אטאקע, אבער ער האט נישט געוואלט מאכן קיין איבערקערעניש, און ער האט געהאפט אז עס וועט אריבערגיין ווי שנעלער. ער האט געוואלט אנטלויפען, אבער ווי קען ער גיין יעצט? אבער ב"ה ער איז אפגעקומען מיט שרעק. אנקומענדיג אין מאנהעטען איז ער אראפ פון באס, און אפגעאטעמט. ער האט גערופען זיין ווייב און פארציילט וואס דא איז פארגעקומען, און מיט איר בינה יתירה - פון אינפארמאציע וואס זי האט שוין געוויסט פון פריער – האט זי פארשטאנען אז איר מאן האט פלוצלינג אנגעהויבן ליידן פון פאניק.

מארגען האט זיך אפגעשפילט דאס זעלבע. אינמיטען וועג האט חיים אנגעהויבן פאניקען, אבער לכה"פ האט ער שוין געוויסט וואס דאס איז, און ער האט געוויסט אז ער גייט נישט שטארבען, אבער די פחד איז געווען שרעקליך און געווארען היבש פארלוירען. זיין ווייב – וואס האט געוויסט אז איר מאן איז נישט פון די רוהיגסטע מענטשן – האט פראבירט צו רעדן צו איהם און זעהן אויב עפעס קוועטשט איהם אדער פילט זיך עפעס אומרוהיג מיט זיין זשאב, ווען זיין תשובה איז אלעמאל געווען אז ער איז העכסט צופרידען ווי קיינמאל בעפאר. בטבע איז חיים געווען זייער א ענערגישע מענטש פול מיט חיות, יעדער האט ליב געהאט צו שמעוסן מיט איהם און שטיין אין זיינע ד' אמות, איז טאקע א קושיא וואס איז דא אריין אזא זשאק אין קאפ צו פאניקען יעדען אינדערפרי? די צרה איז אז ס'האט זיך נישט אפגעשטעלט מיטן באס. שבת ביי 'נקדישך' - ווען ער האט געוויסט אז ער קען נישט ארויסלויפן פון ביהמ"ד, האט ער אויך אנגעהויבן פילן ווי ער פאלט צאם, און פארשטייט זיך אז די שרעק איז געווען גרויס וויסענדיג אז ער איז יעצט אין א 'טרעפ'. יעדע שבת ביים דאווענען האט ער געוואלט ארוילויפן פון ביהמ"ד, אבער מחמת גרויס בושה האט ער זיך שטארק איינגעהאלטן און געבליבן אויף זיין פלאץ וואקלענדיג זיך פאר שרעק. אזוי אין אנגעגאנגען פאר אפאר חדשים, ביז ער האט מחליט געווען אז ער האט נישט קיין ברירה, און אויב וויל ער פטור ווערן דערפון, דארף ער גיין נאך הילף.

* * *
חיים דערזעהט זיך אין די סאמע פון זיינע בליענדע יארן, מיט א אומערווארטעטע פארקריפעלטע פאניק, ברעגענדיג דערצו צו ווערן פארפלאנטערט אין קלאסטראפאביע, און קיין וועג ארויס זעהט ער נישט דערפון.

פארשטייט זיך אז די שאלה קומט ארויף, אזא פחד איז דאך טאקע נישט נארמאל, איז פארוואס הערט דער פאניק נישט אויף, בשעת שכל'דיג איז גארנישטא וואס מורא צו האבן? ועל כולם, איה"נ דעמאלטס ווען עס האט פאסירט די ערשטע מאל האט ער טאקע נישט אזוי גוט געשפירט, אבער נאך אזויפיל צייט וואס חיים האט זיך איבערגעוויזן נאכאמאל און נאכאמאל אז אפילו ער האט מורא אז ער גייט חלש'ן און שטארבען איז למעשה גארנישט געשען, דאך האט ער מורא כאילו ס'געשעט יעצט די ערשטע מאל. היתכן?

* * *
צו פארשטיין וויאוי דאס פאסירט דארף מען פארשטיין א וויכטיג\0 פאנקציע אינעם נפש פונעם מענטש. און דאס איז די וויכטיגע שאלה וואס א מענטש טראגט ארום אין זיך ווען ער ווערט געבוירען – וויאזוי לעבט מען אויף דער וועלט? א מענטש האט אין זיך צוויי נפשות, א נפש הא-לקית, וואס ציט צום אויבערשטען און לעבן העכערס – אזוי ווי ער איז געווען צוגעוואוינט פאר ער איז אראפגעקומען אויף דער וועלט – א חלק אין זיך וואס ער גייט נישט אזוי שטארק פילן ביז ער ווערט א בר דעת. דער צווייטער חלק איז דער נפש הבהמיות, וואס איידענטעפטירט זיך גלייך אלטס דער 'אמת'ע' לעבן דא אויף דער וועלט, און האלט אז ער גייט איבערנעמען די מאכט און איבערנעמען די וועלט, כידוע מדברי התניא ווי די צוויי חלקים שלאגען זיך ארום. די שאלה איז נאר, איינמאל מען איידענטעפעצירט זיך אלטס 'בהמי' – א שטייגער ווי דער מענטש פאנגט זיך אן באקוועם צו מאכן אויף דעם נייעם וועלט, פרעגט זיך די שאלה, וויאזוי מאכט מען דאס? וואס דארף איך טון צו באקומען וואס איך דארף? וואס דארף איך טון איך זאל מיך האלטן סעיף און נישט צוקומען צו קיין סכנות? וויאזוי באקום איך עסן? וויאזוי באקום איך ליבשאפט? וויאזוי מאך איך אז מ'זאל מיך ליב האבן און וועלן זיין גוט מיט מיר, בפרט מיינע נאנטע? ס'איז זייער וויכטיג אז מזאל זיין גוט מיט מיר, כדי מזאל מיר דערהאלטן ביים לעבן און מיך נישט אוועקשיסן.

מיט די צייט לערנט זיך דאס קינד אויס פארשידענע וועגן וויאזוי מען לעבט. ער וויינט, און ס'קומט עסן און מהייבט איהם אויף און ער פילט זיך זיכער אין די מאמעס הענט. שפעטער וואקסט ער אויף און ער לערענט זיך אויס, אז נישט מיט וויינען באקומט מען עסן, נאר מגייט צום פענטרי און מכאפט עפעס ארויס. דערנאך לערנט די מאמע אויס אז לא זו הדרך, מדארף פרעגן פאר מנעמט, און אויב נישט, קען מען באקומען א עונש וכדו'. אויב מ'זאגט א קליג ווערטעל, שמייכעלט מען צירוק צו איהם און מגיט א גלעט. דאס קינד לערענט זיך אויס, אהא, אויב איך געב ארויס עפעס א גוטס, האט מען מיך ליב. ערלעדיגט. איך האב מיך אויסגעלערענט וויאזוי עס ארבעט.

וואלט א מענטש געקענט פרעגן, זיך אויסצולערנען אזויפיל זאכן, און נישט נאר סתם זאכען, נאר פראקטיש וויאזוי צו לעבן, וואלט מען דאך געדארפט האלטן חשבון א גאנצן טאג, וואס דארף איך יעצט טון? און וואס דארף איך יעצט טון? עה, איין מינוט, לאמיך מיך דערמאנען, וואס דארף איך טון מ'זאל מיר ליב האבן? האט דער באשעפער באשאפען א מעכטיגע כח אינעם נפש, וואס רופט זיך 'רגילות'. דאס הייסט, אז אנשטאטס צו דארפן געדענקן און האלטן קאפ וויאזוי איך דארף לעבן, ווערט יעדע נייע זאך וואס מען לערנט זיך אויס ווי א דבר פשוט ביים מענטש, מגעדענקט אלעס פון זיך אליינס און דאס לעבן פארט ווי א באן.

נאך מער, מיר שרייבן עס דא ארויס כאילו עס איז דא א שכל'דיגע דין ודברים אין מוח. אבער דער אמת איז, אז די זאכען גייען זייער שנעל אומבאמערקט, ווייל די געפיל לערענט זיך דא, נישט די שכל. די געפיל לערענט זיך מיט די חושים צו דערטאפן, הממ, וואס פיל איך יעצט? און וואס האט עס געמאכט? אהא, איך פיל יעצט אזוי גוט, ווייל איך האב געזאגט דאס און דאס, און יעצט איז געקומען די גלעט. אהההה, א מחיה! אזוי גיי איך לעבן לאורך כל ימי חיי. ס'אידעך אזוי געשמאק! ווי מער די געפיל כאפט אויף אז אזוי לעבט מען, ווערט עס מער און מער צוגעוואוינט, אז אזוי לעבט מען, און די געפיל לעבט אזוי אומגעטראכטערהייט.

מיט דעם קען מען פארשטיין, אז געפילן לעבן נישט מיט קיין שכל, נאר די מינוט וואס זיי פילן אז עפעס גיט זיי תענוג, אדער עפעס שוינט זיי פון צער, וועט עס פון זיך אלייין זיך צוגעוואוינען אז אזוי לעבט מען, אפגעזען צו עס האט פשט ע"פ שכל אדער נישט, פאר איהם – געפיל, האט עס פשט און ס'גייט איהם פון גארנישט אן. דער כח ארבעט ביי ערוואקסענע פונקט ווי ביי קינדער, און אונז אלע האבן אין אונז א חלק וואס 'לעבט' ווי א קינד, אומשכל'דיג, נאר וואס פילט זיך פאר איהם גוט.

דאס זעלבע איז נוגע ביי יעדע זאך וואס א מענטש וויל זיך לערנען. לאמיר נעמען א דוגמא ווען איינער לערענט זיך דרייוון א קאר. ביים דרייוון א קאר, זענען אקטיוו כמה חלקים פונעם מוח. די חלק וואס קאנטראלירט די motor skills, וואס ווייסט וויאזוי מקאנטראלירט די מוסקלען, די חלק אין די מוח וואס טוט שופט זיין וואס לוינט זיךי צו טון מיט יעדע ריר, ווי אויך די חלק וואס אנאלזירט סכנה. איז שטעלט אייך פאר ווען איינער זעצט זיך אריין אין א קאר און האלט כסדר חשבון, 'יעצט דארף איך רוקען די רעכטע מוסקעל ביים אויבערשטען חלק פון די רעכטע פוס ווייל דאס וועט רוקען די אינטערשטע חלק פון די פיס ארויפצולייגען די פיס אויפן פעדעל, אזוי וועט די קאר זיך נעמען פארן. אהא. און יעצט דארף איך האלטן שטארק די מוסקלען פון ביידע הענט אויפן רעדל און דרייען רעכטס, ווייל אויב גיי דרייען לינקס, וועט די קאר אנקומען אויף די לינקע זייט, און אהא, איך זעה דארט איינער גייט אויפן גאס, איז דארף איך אנצוען מיינע מוסקלען נאך שטערקער און ריקען מיין פיס שנעל צו די סטאפ ברעיק און לייגן מיין גאנצע פרעשור דארט, כדי די קאר זאל סטאפן...' מען וואלט געקענט משוגע ווערן דרייוון אזוי. האט דער באשעפער ברוב חכמתו געמאכט אז די אלע זאכן ווערן רעקאדירט אין די אונטער-באוויסטזיין פונעם מוח כדי מען זאל זיך נישט דארפן מוטשענען יעדע מאל.

די כח הרגילות איז נישט סתם אזא מיסטישע רעיון, עס איז דא א ביאלאגישע פראצעדור וואס העלפט ארויס דעם מצב. אונעם מוח זענען דא ביליאנען 'ניורונס' (neurons). ניורונס, זענען די יסוד פונעם נערווען סיסטעם. איין ניורון שיקט מעסעדזשעס צום צווייטן, און אזוי ווערט א גאנצע 'נעטווארק' פון ניוראנס וואס קאנטראלירן דעם מענטש. ניורונס זענען אבער נישט קאנעקטעד איינער צום צווייטן, זיי קאמיוניקירן צווישן זיך דורך די הילף פון א 'סינעפס' (synapse). סינעפסעס זענן צעלן אויף די עקען פון די ניוראנס וואס שיקט עלעקטראנישע סיגנאלן צום נעקסטן סינעפס, און אזוי באקומעט דער ניוראן די ריכטיגע מעסעדזש וואס ער דארף צו טון. די עלעקטראנישע סיגנאלען, זענען די brain waves. יעדע מאל עס איז דא א 'עלעקטריק שאק' אין איין ניורון, שיקט דאס גלייך מעסעדשעס צום נעקסטן ניורון אין די פארעם פון קעמיקעלס וואס הייסן 'ניוראוטרענסמיטערס' (neurotransmitters).

יעדעס מאל איינער לערענט זיך עפעס, ווערן צוביסלעך פארמירט ניי סינעפסעס מיט ניוראנס וואס שיקן מעסעזשעס איינער צום צווייטען אז, 'ווען דו פילסט ווי דיין בעה"ב – דער מענטש – זעצט זיך אריין אין קאר, זאלסטו אקטעוויזירן די כוחות פון זיינע מוסקלען און זשאזשמענט וכדו' כדי ער זאל קענען דרייוון געמיטלעך און רוהיגערהייט'. דער מעסעדזש ווערט אריינגעזעצט און געפראגרעמט אינעם נערווען סיסטעם, און עס ווערט במציאות א חלק פונעם מענטש. עס איז אזוי ווי זיין GPS פארן לעבן. די סינעפעסעס ווערן ווי א שלאס צווישן צוויי ניוראנס, צו האלטן די צוויי זייטען צוזאמען פארמאכט אויפן לעבן. די פארשער רופען אן דעם פרצעדור, memory consolidation – דאס איז די מהלך וויאזוי מוח לייגט אוועק אלע זכרונות וואס פעלט אויס פאר וויכטיג צו געדענקען, אין די long term memory. אזוי ווי ביי א קאמפיטער, וואס מען לייגט אריין אינפארמאציע אין א פייעל בשעת עס איז אין די short term memory (אין די RAM), און ווען מען saved די ארבעט, גייט עס אריין אין די hard drive.

איינע פון די וויכטיגע פונקציעס אינעם מוח, איז צו אלאמירן דעם מענטש ווען עס איז דא א סכנה. דאס איז א אינסטינקט וואס דער באשעפער האט אריינגעלייגט אין יעדע בעל חי צו כאפן ווען עס איז א שעת סכנה, און דאס אלאמירט דעם מענטש צו נעמן באלדיגע שריט. לדוגמא, איינער זעהט פאר זיך א לייב, כאפט איין ניורון אין מוח אז עס איז א מצב סכנה, און עס שיקט גלייך א מעסעדזש צום קעגנזייטיגע ניורון צו נעמן די ריכטיגע שריט, וואס דאס שיקט גלייך א מעסעסדש צו די 'אדרינעל גלענד' וואס געט ארויס א הורמאון וואס אינפארמירט דעם מענטש אז 'עס איז צרות'! און... דער מענטש נעמט זיך לויפן. דאס אלעס געשעהט אונטער א סעקונדא. דאס איז א פאקט אין לעבן, פונקט ווי עס איז א פאקט אויסצושטרעק די הענט, ווען א באל קומט צו פליען.

ווען איינער גייט אריבער שווערע צייטן, און האט נישט די ריכטיגע הדרכה וויאזוי זיך אומצוגיין מיט דעם, פילט זיך דאס פארן מענטש פונקט ווי סכנה ווען ער טרעפט זיך פנים אל פנים מיט א לייב, און די אדרינעל גלענדס שיקן גלייך מעסעדשעס צום מענטש זיך צו אכטונג געבן. יעדער איינער אנטוויקעלט זיך א געוויסע וועג וויזוי דורכצושוויצן דעם שווערע זמן. און דער ספעציפישע וועג וואס דער מענטש האט פארשטאנען פאר די פאסיגע וועג דורכצומאכן דעם שווערן זמן, וועט ווערן יעצט א נייע 'פאקט' אונעם לעבן פונעם מענטש, אז דער און דער מצב איז א סכנה, אין די איינציגסטע וועג אויסצומיידען דעם סכנה, איז דורך טון דאס און דאס. מיט דעם שליסען זיך איין נייע ניוראנס און סינעפסעס וואס באשאפען נייע 'מעסעדזשעס' אונעם מוח, אז אזא מין מצב טאר מער קיינמאל נישט געשעהן, און ווען עס געשעהט, זאלסטו דאס און דאס טון. איינמאל די מעסעסשזעס ווערן קאנסאלעדעיטעד און פארמאכט, פילט זיךי דער מוח רוהיג אז דער מענטש קען רוהיג ווייטער לעבן, ווייל דער מוח האט די טולס וויאזוי צו פירן דעם מענטש על מי מנוחות. די נייע פארמירטע ניוראנס זענען דא צו מאכן גרינגער פארן מענטש ער זאל נישט דארפן יעדע מאל טראכטן פון פאראויס וויאזוי דארף איך לעבן יעצט. יעדע מאל דער מין מצב חזרט זיך איבער, שיקט דער מוח א מעסעדזש גלייך צו אלע רמ"ח אברים ושס"ה גדים, דו ביזט אין א סכנה, and keep back 200 feet! לדוגמא, א קינד וואס וואקסט אויף אין א שטוב ווי ער ווערט כסדר קריטיקירט, פילט זיך עס פארן קליינעם קינדס מוח'ל, אז זיין לעבן איז אין א סכנה. 'ווער ווייסט צו איך פיר מיך נישט אויף גענוג גוט? אפשר בין איך טאקע שלעכט, און אויב איך בין שלעכט, וועט מען מיך איין טאג ארויסווארפן פון הויז און איך גיי עווענטואל שטארבן! אדער דארפן וואוינען אליין כל ימי חיי! עפעס מוז מען דא טון. נו, איך מוז זיין אזוי מין גוט אז עס זאל נישט זיין אפילו קיין הוה אמינא צו שרייען אויף מיר, ווייל נאר אזוי בין איך פארזיכער אז איך גיי זיין דא עקסעפטעד! פארן לעבן פונעם קינד גייט זיין א דבר פשוט אז מ'מוז זיין סופער ספעשעל פערפעקט, ווייל נאר אזוי איז מען פארזיכערט פון א זיכערע טויט! אדער לכה"פ איינזאמקייט. דאס אלעס גייט אריבער אינם מוח, ווי אויבען דערמאנט, אוטאמאטיש, אן קיין דין ודברים אין שכל, עס איז די ריינע ארבעט פון די געפיל וואס פארארבעט מעשים זיך נישט צו פילן דערשראקען.

* * *

ווען חיים האט זיך דערשראקען אויפן באס יענעם דינסטאג צופרי, איז ער געווען זייער דערשראקען און זיך נישט געוויסט ווי אהין צוטון. פאר איהם האט זיך געפילט ווי זיין לעבן קען זיך דא ענדיגען. פארן שכל קען מען אפשר מסביר זיין אז ס'איז נאר א איימאל געשעניש, אבער די געפילן טראכטן ווי א קינד – מאמי איך האב מורא, און ס'איז קיינער נישטא דא אויפן באס וואס קען מיר העלפן (אויב וואלטן זיינע געפילן געפילט אז ס'יאז דא איינער וואס קען איהם העלפן, וואלט דאך די פחד נישט געווען אזוי געפערליך)! בלית ברירה גייט די מוח פ יבערהאפטיג ארבעטן אויף א סאלושען. ווען ער זעהט אז קיין סאלושען איז נישטא, (און ווען מען איז גוט פארלוירען קען מען נישט טראכטן פון קיין געהעריגע סעלושענס), נער'ט מען זיך אביסל בלית ברירה. מ'איז מחליט, איך גיי מער נישט אויף קיין פלאץ ווי איך ווער איינגעפארט! פינטעל. די מוח גייט דאס גאנץ שנעל אויפכאפן, און שנעל פארמירן נייע ניוראנס און גלייך שיקן די מעסעסדזשעס אריין אינעם נערווען סיסטעם, אז יעדע מאל וואס חיים דערזעהט זיך אריין גיין אין א פלאץ ווי ער קען זיך נישט דערזעהן ארויס, זאל ער שטיין ווייט פון דעם, ווייל 'אפשר' קען ער זיך דארט פארלירן!

חיים האט אפשר געמאכט מתוך בהלה א אומרוכטיגע שריט, אבער אין יענע קריטישע מאמענט האט זיך עס געפילט ריכטיג צו טון כדי זיך צו פילן זיכער ביים לעבן. איז אויב געוואוינט זיך א מענטש צו, צו לעבן קרום, ווערט עס א טיפע געוואוינהייט, און ער ווערט צוגעוואוינט צו דעם אלטס א א פאקט אין לעבן. פון די זייט פון די געפיל, איז פיל גרינגער אזוי צו לעבן, אזוי דארף מען נישט טראכטן א גאנצע צייט וויאזוי זיך צו היטן פון דעם אזאנע גרופענע נייע פאברעצירטע סכנה.

די מטרה פון טערעפי, איז קער צו נעמען פון דעם נייעם פאברעצירטן מעסעסדזש און צירוק דרייען דאס רעדל כאילו לא היה. די ווינטש פון יעדע מענטש וואס טרעפט זיך אין אזא מצב, איז טאטאל פטור צו ווערן פון דעם אנשיקעניש וואס – איז שווער עכט ארויסצוזאגען – אליין פאברעצירט געווארן בלא יודעים ובלי כוונה. די שאלה איז, וויאזוי מען מאכט דאס, און אויב איז בכלל מעגליך באמת תשובה צו טון אויף דעם.

כדי צו פארשטיין די צוגאנג צו דעם, וועלן מיר איבעלאזען אביסל חיימ'ן אביסל אפאטעמען, און אביסל צירוקצומישן א בלעטעל אין די היסטאריע פון די טערעפי וועלט, צו זעהן ווי זיי האבן געהאנדעלט דעם פראבלעם.

* * *
פאר בערך הונדערט יאר צירוק, אין די אנפאנג 1900 יארן האט סיגמאנד פרויד – דער מייסד פון די שיטה פון סייכויאנאלעסיס (psychoanalysis)– אנגעהויבן היילען מענטשען פון זייערע נפשיות'דיגע פראבלעמען, דורך אריינקוקען אין די מענטשענס 'אינערליכע קאנפליקטן'. ער האט זיי אראפגעלייגט אויפן קאוטש, און געהייסן רעדן וואספארא געפילן עס קומט נאר ארויס. מיט די יארן האבן זיינע נאכפאלגער אין דעם שיטה, מפתח געווען אסאך שיטות און טיאוריות, וואס האט געדארפט געבן די וועג-ווייזער פארן טערעפיסט וויאזוי צו פארשטיין די השפעה פון די קינדערישע יארן (די שיטה פון psychodynamic), צו די היינטיגע מצב פונעם מענטש און זיינע היינטיגע / יעצטיגע פראבלעמן. אזוי ווי אסאך פון די שיטות האבן אין זיך געוויסע נקודות וואס זענען נישט תואם צו יודישע השקפה, איז בכלל נישט וויכטיג אריין צוגיין וואס פונקטליך זייערע שיטות איז געווען געבויט. די עיקר וואס זיי האבן געהאלטן איז, אז עפעס 'אמאל' און די 'ווייטע פארגאנגעהייט', עפעס טיף טיף אין די unconscious איז עפעס נישט בסדר, און דאס איז די גורם פאר די היינטיגע אומריאליסטישע פחדים און מחשבות. עס האט געקענט דויערן, חדשים און אמאל יארן, איז מ'איז דערגאנגען וואס דא קומט פאר. זיי האבן געהאפט, אז אויב דער מענטש וועט פארשטיין פון ווי דאס קומט, וועט זיך דער מענטש טוישן זיין מהלך החיים און קענען פירן א געזונט לעבן. (אגב איז כדאי צו באמערקען, וואס איך האב געהערט אמאל פון ר' מאטל זילבער שליט"א, אז די מקובלים רופען אן דעם unconscious מיטן נאמען 'שרשי המוחין', ער האט געוואלט ארויסברענגען אז די מקובלים האבן געוויסט פון חלק אין מוח נאך סאך פאר די מאדערנע פסיכאלאגען האבן דאס אויסגעטראפן).

עס האט געדוירט אביסל צייט, ביז אין די 1950'ער יארן האבן פסיכאלאגען אנגעהויבן איינצוזעהן אז 'פארשטיין' אינערליכע קאנפליקטן, און 'פארשטיין' די 'אמאל וואס איז געווען אלטס קינד', העלפט נישט א מענטש זיך טוישן זיין מהלך החיים. עס ארבעט נישט. איז וואס יא? זייער פשוט. פראבלעמען האבן גארנישט צוטון מיטן אמאל. עס האט צוטון מיט היינט. א מענטש לערנט זיך אויס געוויסע התנהגיות במשך זיין לעבן אויף א נישט ריכטיגע אופן, און מקען דאס פאררעכטן און טוישען, און זיך אויסלערנען א נייע וועג וויאזוי מ'פירט זיך אויף. למשל, א דוגמא ווי אונזער חיים, אויב ער האט זיך אויסגעלערענט אין א געוויסע וועג אז צו זיין אין א פארמאכטע פלאץ איז שרעקעדיג, קען מען זיך דאס אויסלערנען אז ס'איז 'נישט' שרעקעדיג און גארנישט וועט נישט פאסירן, פונקט אזוי ווי מען האט זיך דאס אויסגעלערענט מתחלה אז עס איז יא שרעקעדיג.

דאס איז די שיטה פון די 'בהעיוויוריסטען' וואס זיי האבן מפתח געווען 'ביהעיוויור סייקאלאזשי' (behavior psychology), וואס דאס מיינט, אז זיי האבן חוקר געווען וואס מאכט א מענטש זיך לערנען א געוויסע נעגעטיווע אויפפירינג, וואס דאס וועט זאגן וויאזוי מקען העלפן דעם מענטש זיך צירוק אויסלערנען א פאזאטיווער אויפפירינג.
פאר אינטרעסאנטקייט איז כדאי צו שרייבן איינער פון די הויפט שיטות אויף וואס זיי האבן זיך פארלאזט אויף וויאזוי א מענטש לערנט זיך אויס נייע אויפפירינגען. דאס איז די באקאנטע אויסטרעפ פון 'איוואן פאוולאוו', וואס הייסט 'קלעסיקעל קאנדישענינג' , (classical conditioning), פארהאן וואס רופען עס על שמו, Pavlovion conditioning. איוואן פאוולאוו איז געווען א רוסישע פראפעסער אין פיזיקס, וואס האט שטודירט דער 'מאגען סיסטעם' – וויאזוי דער מאגען ארבעט. א וויכטיגע פונקציעט פונעם מאגען איז די שפייעכטס. די שפייעכטס איז די ערשטע מאטריאל אונעם קערפער וואס פאנגט אן צו צוברעכן און פארדייען די עסן אין מויל, כדי עס זאל זיין גרייט אראפצושלינגען. ווען עסן רירט אן דאס מויל, שיקט דער מוח גלייך א סיגנאל צום שפייעכטס, זיך אנצוגארטלען און זיין גרייט פארן עסן, און עס ווערט מער שפייעכטס אין מויל.

איוואן, האט געהאט ביי זיך אין לעברעטאריע אפאר הינט וואס ער האט געניצט פאר זיינע עקספערימענטן. פאר די הינט האבן באקומען צו עסן, פלעגט זיך אנצונדען א לעמפל, וואס האט געצייגט פאר די הינט אז עס קומט עסן. מיט די צייט האט איוואן באמערקט, ווי עס רינט שוין שפייעכטס פון די מיילער פון די הינט גלייך ווען דער לעמפל צינד זיך אן! נאך פאר זיי האבן אפילו געזען דעם עסן. איוואן האט געכאפט וואס דא געשעט. עס האט זיך צאמגעשטעלט אינעם מוח פונעם הינט, 'לעמפל' מיט 'עסן'. אויב דער לעמפל צינד זיך אן, האט דער מוח געוויסט פאר א פאקט אז עס קומט עסן, ממילא האט דער מוח געוויסט אז מקען שוין אנהויבן צו פראדעצירען שפייעכטס. ער האט דאס גערופן, classical conditioning, דאס הייסט, א נייע מין 'לערנען' – קאנדישען, וואס שטעלט זיך כסדר צוזאמען מיט נאך עפעס. דאס איז געשעהן ביי די הינט, און דאס געשעהט אויך אין א מענטשענ'ס מוח. דאס ווערט אזוי ווי א נייע אינסטינקט, א טבע שני. א צייט שפעטער האט איוואן אוועקגענומען די לעמפל, און נאר געברענגט עסן דיירעקט אן דעם לעמפל, און נאך א שטיק צייט איז די שפייעכטס מער נישט צירוקגעקומען אפילו ווען מען האט צירוק אנגעצונדען דעם לעמפל, א ראיה אז די נייע לערנען האט זיך צירוק אויסגעלערנט, און די נייע געלערענטע צאמגעשטעלאכטס, האט זיך צירוק געשטעלט אזוי ווי אמאל, און האט זיך אויסגעוואוינט פון יענע נייע געוואוינהייט. דאס האט איוואן אנגערופען extinction, דאס מיינט, מען האט אזוי ווי 'אויסגעלאשען און אויסגעמעקט' די פאריגע צאמשטעל, און עס צירוקגעשטעלט אזוי ווי אמאל.

דאס האט אלעס צוטין מיט פיזישע אברים, אבער וואס האט דאס צוטון מיט נפשיות'דיגע געפילען און אויפפירינגען? איז גקומען א פסיכאלאג מיטן נאמען זשאן וואטסען (1878-1958), און ער האט צאמגעשטעלט, נו, אויב עס ארבעט אזוי פיזיש, ארבעט עס זיכער אזוי אויך גייסטיש. ער האט אנגעהויבן צאמצושטעלן אז, מענטשן לערנען זיך אויס נייע אויפפירינגען לויט וויאזוי זיי לערנען זיך אויס צאמצושטעלן געוויסע אויפפירענגען צו געוויסע מצבים. למשל, אויב איינער וואקסט אויף מיט שווערע עלטערן, לערענט זיך דער קינד אויס, אז ווען מקומט אהיים גייט זיין געפערליך, און עס פילט זיך פאר איהם אז 'אלעמאל' ווען ער גייט אהיימקומען, ווייסט ער 'פאר א פאקט' אז עס גייט זיין זייער אומבאקוועם. עס איז געווארן ביי איהם א קלעסיקעל קאנדישענינג, אז דער 'היים', איז זייער אומבאטעמט מיט אומאיינגענעמע געפילן. די עצה פאר דעם איז, צירוק צו דרייען דעם זייגער, מאכן א פרישע רוהיגע אטמאספערע אינדערהיים, אז דער קינד זאל זיך 'צירוק-לערנען' אז אהיים צוקומען איז נישט געפערליך. אזוי קען מען 'עקסינקטען' די ענקזייעטי פון זיין אינדערהיים.

עס זענען דא נאך שיטות אין ביהעיוויער פסייכאלאזשי וואס זאגט פארוואס מענטשן לערנען זיך אויס נעגעטיווע אויפפירענגען, ווי למשל, שכר ועונש (Operant conditioning), דאס הייסט, אויב פארדינט מען פונעם אויפפירינג, לערענט זיך דער מענטש אויס אז עס לוינט זיך אזוי צו טון ווייטער, וכדו'. דער שיטה האט אנגענומען פאר די בעסטע מיטל צו אויסלערנען א קינד זיך אויפצופירן ווי עס באדארף צו זיין, איז אדער געבן א 'גיטע זאך' פאר זיין פאזעטיווע אויפפירענג, אדער א עונש פאר זיין נעגעטיווע אויפפירינג. אזוי אויך פאר ערוואקסענע וואס ווילן זיך טוישן, זאל זיי זיך אדער 'טריטען' פאר א גוטע זאך, אדער זאלן זיי ליידן די קאנסעקווענצן, און אזוי וועט מען זיך אויסלערנען נישט צו טון קיין נעגעטיווע אויפפירינגען.

מיט די שיטות איז געבוירען געווארן אסאך וועגן וויאזוי איבערצוקומען אומאנגענעמע געפילן. למשל די מערסטע אויפגעכאפטע exposure therapies איבערצוקומען traumatic עסקפיריענסעס, ווי מען ברענגט אריין דעם מענטש צירוק צוביסלעך אין די שרעקעדיגע מצב, ביז דער מענטש לערנט זיך אויס אז עס איז נישט אזוי שרעקעדיג ווי ער מיינט. Breathing relaxation exercises techniques אויף צו בארוהיגען ענקזייעטי. אלע די סארט מעטאדען, זענען דא צו הלעפן דעם מענטש איבערצוקומען זיינע נעגעטיווע געפילן, מיט פאזעטיווע געפילן.

מיט די צייט איז כמעט אינגאנצן פארגעסן געווארן 'דאס אריינקוקען אין זיך' ווען איינער האט זיך געוואלט העלפן בעניני הנפש, ווייל עס האט דאך בלל נישט צוטין מיט וואס עס טוט זיך אינעוויינג, מקען זיך בכל אופן אויסלערנען פון דאס-ניי. זיי האבן אנגעהויבן אנצוקוקען אלע 'אומנארמאלע' געפילן, ווי ענקזייעטי און דעפרעסיע אד"ג, פאר 'דיסארדערס' – אלטס א געפיל וואס איז נישט לפי חוקי הנפש, און די בעסטע וועג פטור צו ווערן דערפון, איז זיך צירוק אויסצולערנען וויאזוי צו האבען 'נארמאלע' געפילן.

מיט די צייט האט זיך אנטוויקעלט נאך שיטות וואס זענען געגאנגען אין דעם גאנג, אז די איצטיגע געפילן זענען 'אומנערמאל' און א 'טעות', און מדארף דאס מסדר זיין באצייטענס. עס איז ארויפגעקומען 'קאגנעטיוו טערעפי', וואס זיי האבן געהאלטן אז מדארף בעיקר פאררעכטן דער טעות וויאזוי דער מענטש 'טראכט'. למשל, צירוק צו אונזער חיים, אויב חיים טראכט, 'איך קען היינט נאכאמאל פילן ווי איךי גיי שטארבען אויפן באס, און עס וועט זיין דערנאך מיט מיר!' וועט מען איהם אויסלערנען צו טראכטן, אז אפילו אויב ער וועט פילן ווי זיין הארץ קלאפט, זאל ער טראכטן, 'איך בלייב עכט לעבן, סאיז נאר א פניק אטאקע, אבער ס'איז גארנישט מיט גארנישט' און אזוי זיך אביסל אפטיילן צוביסלעך פון די ווילדע מחשבות וואס באגלייטן דעם פאניק. מיט די צייט האבן זיך די ביידע שיטות צאמגעפארט, און עס איז געווארן, 'קאגנעטיוו ביהעיוויורעל טערעפי' (CBT).

אויבען אויף האט דער שיטה זייער שיין געארבעט, איבערהויפט אז עס האט געברענגט זייער שנעלע רעזולטאטן. עס קען אפילו האבן מקורות בדברי חז"ל ורבותינו הראשונים והאחרונים אויף די וועג וויאזוי מ'ארבעט אויף די מידות ווי דער רמב"ם שרייבט אין אנפאנג הל' דיעות, אז אויב איינער וויל ארבעטן אויף די מידות, דארף מען טון למעשה און גיין ביז די אנדערע עקסטרעמע זייט פון זיין מידה. אויב אזוי מאכט עס דאך נישט מער ווי סענס, אז ווען איינער לייד פון ענקזייעטי, און ער לערענט זיך סיי וואספארא טעקניק עס זאל נאר זיין, צו זאל עס זיין breathing techniques, אדער exposure techniques, וואס מיט דעם גייט ער ביז די אנדערע זייט פון זיין געווענליכע געוואוינהייט פון זיין קעסטרעים אנגעצויגען, אז ער וועט זיך מיט דעם צוגעוואוינען א נייע מהלך החיים, און זיין גוף און נפש, וועלן זיך צוגעוואוינן צו לעבן 'סטרעס פריי'.

* * *
צירוק צו אונזער חיים.

חיים איז פארשטייט זיך געגאנגען זיכען די שנעלסטע וועג ארויס. צוזאמען מיט זיין טערעפיסט האט מען מחליט געווען צו ארבעטן אויף די מערסטע עפעקטירטע וועג – עקספאוזשער טערעפי צוזאמען מיט נאך קאגנעטיוו טעקניקס. ביז אפאר חדשים האט חיים געפילט גאנץ רוהיג צירוקצוגיין אויפן באס און זיין רוהיג ביי נקדישך. אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו עפעס, ארבעט עס.

האט חיים טאקע מצליח געווען – אין ביולאגישע טערמינען גערעד – אויפצומאכען די נייע פארמירטע סינעפסעס אין זיין מוח? איז דער פאקט אז א פארמאכטע פלאץ איז א סכנה צו זיין, אויסגעמעקט געווארען? וועט חיים טאקע מהיום והלאה מצליח זיין אריינצוגיין און א פארמאכטע פלאץ גענצליך שרעקלאז?

די תשובה אויף דעם האט חיים באקומען איין טאג נאך א שווערע סטרעס'פולע טאג ארבעט. יענעם מיטווך נאכמיטאג איז געווען זייער אנגעצויגען אין אפיס. מען האט געדארפט אניאגען אסאך 'דעדליינס' און אסאך בילס האבן שוין געדארפט ארויסגיין. ענדליך האט זיך דער טאג געגענדיגט, און ער פאנגט אן צו גיין אונעם ריכטונג פונעם באס, ווען אינמיטען פאנגט איהם אן דאס הארץ צו קלאפען, 'א-א-א-פשר, ג-ג-ג-ייט עס היינט געשען?!' ער האט אפילו נישט געוואלט טראכטן פון וואס ער טראכט. נאך אזא שווערע טאג ארבעט האט ער בכלל נישט געהאט קיין כוח און ענערגיע פאר נאך א מלחמה. בלית ברירה איז ער ארויף אויפן באס און אנגעקומען אהיים א ערשעפטער. חדשים לאנג געארבעט אויף זיך, און מיט איין שווערע טאג ארבעט, איז אלעס דערנאך?

וואס האט דא פאסירט? עס זעהט אויס ווי די פאקט אין לעבן האט זיך נישט גערירט. די ניורונס זענען געבליבן הערמאטיש פארמאכט, און ווילן זיך נישט רירען אפילו נאך אלע טערעפי, אפילו עס האט אויסגעזעהן אויבען אויף אז די מצב איז לייכטער געווארן.

דא דארף ווערן אויסגעשמועסט, א וויכטיגע פונקט אין די כוחות הנפש וואס די פסיכאלאגען האבען פארזעהן.

אויף דעם וועלן מיר אי"ה ממשיך זיין אין קומענדיגען שיעור.
לעצט פארראכטן דורך מתבונן אום מאנטאג אקטאבער 06, 2014 6:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

ספיידער האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
תרנגול האט געשריבן:איך מיין אז כדי די אשכול זאל פארן מיט א סדר, זאל מען שרייבן אלע קאמענטארן און הערות אין א באזונדערע אשכול, אזוי וועט מען קענען ליינען מתבונן'ס הגיגים אין איין צו, מן הקל אל הכבד, אן ווערן איבערגעהאקט אינמיטן, וואס האלט איר?

א גיטע איידוע דארף מען פרעיגן מתבונן צו ער וויל


און וואו וועט מתבונן פארענטפערן זיין מהלך. אהער און אהין. דא גייט קומען הערות מיט קשיות.

האו עבאוט אז מתבונן זאל שרייבן די שיעור מיט א אנדערע פאנט אדער קאליר וועט עס מאכן גרינגער צו כאפן וואס איז א שיעור און וואס זענען קשיות און תיריצים?


דערווייל שרייב איך אין א אנדער קאליר פאנט, אויב דער עולם איז צופרידעם פון דעם, וועט מען אזוי בלייבן, אויב נישט, עט מען מאכן א באזונדערע אשכול פאר די שיעורים.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

מתבונן, וויפיל גרינע כ'וועל דיר געבן איז נישט גענוג,

קלאר, מסודר, אינפארמאטיוו, WOW און נאכאמאל WOW

אמתדיג יישר כוח פאר'ן אונז שטענדיג מהנה זיין
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

wow wow wow!!!!
הנותן לשכוי בינה...
קארן טשיפ
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 17, 2014 8:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן טשיפ »

נישט האט געשריבן:מתבונן, וויפיל גרינע כ'וועל דיר געבן איז נישט גענוג,

קלאר, מסודר, אינפארמאטיוו, WOW און נאכאמאל WOW

אמתדיג יישר כוח פאר'ן אונז שטענדיג מהנה זיין


מיר ווארטען אויפ'ן קומענדיגע שיער.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

זייער רייך באשריבן מתבונן!
איך מיין אז דו שפרינגסט זייער שנעל אריבער פון די מהלך פון אריינקיקן אינעם שורש פון די פראבלעם,(psychodynamic) ביז די היינטיגע סי בי טי, וויזוי איז דאס צושטאנד געקימען דעם טויש?

קיקט אויס ווי די נייע מהלך וואס דו באשרייבסט איז שוין גארנישט אזוי ניי?!
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

fiena nieas האט געשריבן:זייער רייך באשריבן מתבונן!
איך מיין אז דו שפרינגסט זייער שנעל אריבער פון די מהלך פון אריינקיקן אינעם שורש פון די פראבלעם,(psychodynamic) ביז די היינטיגע סי בי טי, וויזוי איז דאס צושטאנד געקימען דעם טויש?

קיקט אויס ווי די נייע מהלך וואס דו באשרייבסט איז שוין גארנישט אזוי ניי?!


איך האב שוין געשריבן מיין מהלך?

פסייכאדיינאמיק איז נישט מיין צוגאנג בכלל.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
נפש אמיתי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש אמיתי »

א גוטן, שלום עליכם.

איך דריי מיך שוין דא א וויילע אבער איך האב אקארשט זיך גענומען די מי צו מאכן א ניק כדי צו קענען אנטייל נעמען אין דעי שמועס. די נושא אינטערעסירט מיר זייער. ישר כח פארן אוועקגעבן פון אייער טייערע צייט צו מזכה זיין דעם עולם.

און יעצט טו דו פאוינט. בנוגע ענקזייעטי, איז דא אזא מושג אז עס זאל איינעם באטרעפן פלוצלים אן קיין פריערדיגע היסטורי? אין אייער משל הערט זיך עס ווי עס איז אים באפאלן אן אטאקע אויט אוו דו בלו.. בויעט זיך עס נישט אויף ציביסלעך ווילאנג עס באסט?
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7783
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

במקום שאין קניש... העליך ענטפערן:

דער ענגזייעטי אטאקע קען פרוצים אנקומען, אבער עס אוודאי איז פארהאן א בילד-אפ, פון פריער עס איז ווארשיינליך בסך הכל ארויסגעקומען בגלוי.

ועוד, מעגליך, זייער מעגליך, אז מיט די צייט וועסטו זיך דערמאנען אז דו האסט אסאך מאל געשפירט ענליכע סענסעישאנס, נאר דאן האסטו פשוט נישט געכאפט אז עס איז ווירקליך א אישו.

וקצרתי
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
נפש אמיתי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש אמיתי »

ישר כח פארן ענטפערן. ווארשיינליך ביסטו גערעכט. ווי אזוי זאגט יענער? ווען מ׳קוקט אויף צירוק האט מען א 20/20 וויזיע. צומאל דארף געשען עפעס דראסטיש וואס זאל אויפוועקן פון שלאף.

אויך האב איך געוואלט פארשטיין, איז ענקזייעטי/פעניק אן אימאשינעל אישו אדער מענטל? אויב איז עס אימאשינעל קען איך פארשטיין די השערה אז מעדיצין העלפט נישט, ווייל געפילן קען מען נישט היילן, מ׳דארף עס אדרעסירן אין דערגרינטעוון און נישט דערשטיקן.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”