בלאט 1 פון 1
הויזטיער הילף געזוכט
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 4:05 pm
דורך אנעים זמירות
איך האב חשק צו האדעוועען א הויזטיער (pet),נאר כ'ווייס נישט וועלכע. ווילעך וויסען אויב איינער האט עפעס ערפארונג מיט דעם, און וואס ער וואלט פארגעשלאגען.
אלע אפציעס זענען אפען (דערווייל) אויסער פיש, ווייל איך וויל עפעס וואס מען קען אנהאלטען און צערטלען.
בד"וו צי ווייסט איינער פארוואס איז עס דאס כאטש פיהל היימישע יודען האבען פארשידענע ערליי הויזטיערען (אויך טמא'נע חיות), האט קיינער נישט קיין קאץ אלס הויזטיער? איז עס צוליב הלכה\השקפה אדער בלויז סאושעל נארמס?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 4:07 pm
דורך מאגר
אין וועלעכע קאנטינענט זעהט איר א איינוואוינער?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 4:26 pm
דורך אנעים זמירות
לונדון.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 4:27 pm
דורך לכאורה
אנעים, וואטס נעקסט?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 4:29 pm
דורך יהיה כן
וואס זוכסטע?
א צוויי פיסיגס אדער א פיר פיסיגס?
צוויי פיסיגע האבעך ב"ה א מנין, א פיר פיסיגס, העסטו פרעגן מיינע שכינים....
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 4:30 pm
דורך איפה פייביש
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 4:32 pm
דורך שוועמל
אהה, געמיינט דו זוכסט א וויזלטיער..
דא א שיינע שמועס צי מ'מעג האדעווען באשעפענישן
viewtopic.php?f=5&t=21241&start=25
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 4:35 pm
דורך יהיה כן
אין לאנדען האדעווען אידעלעך בעלי חיים??? נישט געזעהן דאס דארט
אולי האסטע געזען ביי איינעם א צווילינג, בליעה"ר פיר פיסעלעך, און דער האט געמיינט אז סי'ז א קעצעלע.....
קענסט די מעשה מיט יענעם וועלכער האט געמיינט אז די לייטס פון די קאר זענען צוויי מאטאר-ביציקלעך?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 7:45 pm
דורך ידיד
איך האב עקספיריענס מיטן האדעווען פליגן און וואטער באגס. אויב דאס איז וואס דו זוכסט וועל איך פראבירן ארויסצוהעלפן.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 8:42 pm
דורך שמעלקא טויב
אנעים זמירות האט געשריבן:לונדון.
זעהט אויס שלא מעלמא הדין, אפשר עפען א אנקעטע ווער עס האט א הויזטיער?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 8:42 pm
דורך abr
ידיד

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 4:41 am
דורך אנעים זמירות
יהיה כן האט געשריבן:אין לאנדען האדעווען אידעלעך בעלי חיים??? נישט געזעהן דאס דארט
אולי האסטע געזען ביי איינעם א צווילינג, בליעה"ר פיר פיסעלעך, און דער האט געמיינט אז סי'ז א קעצעלע.....
קענסט די מעשה מיט יענעם וועלכער האט געמיינט אז די לייטס פון די קאר זענען צוויי מאטאר-ביציקלעך?
נישט יעדער יוד, און פארשטייט זיך מען לאזט קויפען א זיץ אויף די הייליגע טעג אפילו אויב מען האדעוועט נישט קיין הויזטיער, אבער איך קען עטליכע היימישע יודען מיט הויזטיערען. טייל מיט פיש, עטליכע האבען פייגלעך ועוד. אפשר אין די גאר קליינע ברוקלינער דירות איז דאס נישט בנמצא - ווייסעכניש. עס איז אבער שווער צו גלייבען אז פון אלע אייוועלט ליינער איז נישטא קיינער וואס האט אדער אליין, אדער ביי זיינע\אירע עלטערען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 7:32 am
דורך מאגר
נישט געעווען די מנהג ביי אונז אין אמעריקא, אפילו ביי די מאדערענע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 7:35 am
דורך קנאפער ידען
מאגר האט געשריבן:נישט געעווען די מנהג ביי אונז אין אמעריקא, אפילו ביי די מאדערענע.
פיש פלעגט מען יא קענען זען ביי היבש אביסל אפילו היימישע, אויכעט פייגלעך קאטשקעס טשיקענס מיט ציגעלעך קען מען טרעפן דא דארט ווער עס האט.
ווער רעדט נאך פון די מאדערענע וועלכע געוויסע האבן הינט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 7:48 am
דורך מאגר
קנאפער ידען האט געשריבן:ווער רעדט נאך פון די מאדערענע וועלכע געוויסע האבן הינט.
גערעכט נאך א קורצע זיכעניש האט געוויזן אז עס איז אפילו דא א קאמפאני מיטן נאמען "כלבא שבוע" Kolbu Suvia פאר די היימישע הינט.
א גוטע פאטענט:
http://www.amazon.com/Programmable-Auto ... 368&sr=1-1
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 7:57 am
דורך קנאפער ידען
חחחח פאר דער "כלבא שבוע" קאמפאני!
איך וואוין אין מאנסי און אין דער מאדערענער געגענט זעט מען היבש אפאר מאל די חברה שפאצירענדיג מיט הינט.