בלאט 1 פון 2
third party check
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 11:24 am
דורך יהיה כן
קען מיר איינער ערקלערן די סטאטוס פון א third party טשעק פאר א פריוואטן מענטש (נישט ביזנעס אקאונט), פון א לעגאלע שטאנדפונקט
איז עס לעגאל צו דעפאזיטן וכו' וכו'
אויב נישט ברבים דאן אין אישי ביטע
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 11:28 am
דורך derech eretz
איך האב יעצט א third party check אויסגעשטעלט צו א פריוואטע מענטש, און כ'דארף עס אריינלייגן אין א ביזנעס אקאונט, דערווייל האב איך נישט קיין עצה, עני העלפ וואלד בי עפרישיעטעד.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 11:29 am
דורך verveist
עס איז א טאג טעגליכע ערשיינונג. יענער דארף חתמנען פון הינטען און די אונטער זיין חתימה
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 11:30 am
דורך יהיה כן
verveist האט געשריבן:עס איז א טאג טעגליכע ערשיינונג. יענער דארף חתמנען פון הינטען און די אונטער זיין חתימה
און ווען עס איז גע'חתמ'עט, איז עס הונדערט פראצענט כשר צו דעפאזיטן און סיי וועלכע (פריוואטע) אקאונט?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 11:33 am
דורך מאנ-יימער
אויב די באנק וויל עס נעמען, נישט יעדער נעמט אזאנס.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 11:34 am
דורך שמעלקא טויב
יהיה כן האט געשריבן:verveist האט געשריבן:עס איז א טאג טעגליכע ערשיינונג. יענער דארף חתמנען פון הינטען און די אונטער זיין חתימה
און ווען עס איז גע'חתמ'עט, איז עס הונדערט פראצענט כשר צו דעפאזיטן און סיי וועלכע (פריוואטע) אקאונט?
כשר פארוואס נישט, די זאך איז נאר אז די בענק מאכן פראבלעמן דערמיט.
א טשעק וואס רעכיל געט פאר מעכיל איז א נארמאלע זאך. רעכיל האט געוואלט געבן געלט פאר מעכיל האט ער אים געגעבן זיין געהאלט טשעק וכו'.
גיי מעכיל און ער לייגט עס אריין ביי זיך אין באנק, דאס איז זייער נארמאל.
די סיבה פארוואס די בענק האבן נישט ליעב די טשעקס איז בעיקר ווען ס'איז פריוואטע טשעקס און ס'קען מאכן אסאך פראבלעמן. אויך ווייל ווען רעכיל וויל צאלן פאר מעכיל פארוואס געט ער אים נישט זיין אייגענע טשעק? פארוואס זאל ער נישט לייגן זיין טשעק אין באנק און אויסשטעלן א טשעק פון טשעק ביכל פאר מעכיל'ן?
דאס קען אנצינדן א רויט לעמפל ביים די באנק, עפעס טוט ער דארט וואס כ'ווייס נישט וואס, און ביום מן הימים וועט ער מיר קאסטן געלט און עגמ"נ, זאגט דער באנק פארן קליענט גייט דיר פון דאנעט!
אזוי האב איך געהערט פון מיין לאקאלן באנק.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 11:35 am
דורך יהיה כן
שכוח יימר'ל
יעצט, א דוגמא ווי ווייט איז שייך חושש צו זיין אז די באנק וועט רודערן.... (איינס צוויי א חודש איז נארמאל? מסתמא יא....)
שווערע שאלה, הע?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 11:46 am
דורך קיקיון
יהיה כן האט געשריבן:verveist האט געשריבן:עס איז א טאג טעגליכע ערשיינונג. יענער דארף חתמנען פון הינטען און די אונטער זיין חתימה
און ווען עס איז גע'חתמ'עט, איז עס הונדערט פראצענט כשר צו דעפאזיטן און סיי וועלכע (פריוואטע) אקאונט?
צו א פערזאן נישט א ביזעס אדער מוסד לעגאל און כשר!!
עס ווענדט זיך אין די באנק עס זענען דא בענק וואס וועלען עס נישט אננעמען
וועגען דעפאזיט'ן
http://www.bankingquestions.com/checkin ... khtml.htmlוועגען קעשען
http://www.bankingquestions.com/checksy ... party.html
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 11:48 am
דורך מאנ-יימער
ס'הייסט אז טשעיס איז זייער גרינג מיט טוירד פארטי טשעקס.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 11:56 am
דורך חיים סולומון
זיי זענען שוין געווארן שטרענגער. איין נייע פאלעסי. האט היינט טשעיס אז זיי דיפאזטין נישט און קעשן נישט א טוירד פארטי טשעק וואס האט נאר א לעצטע נאמען עס מוז האבן א פירסט נעים אויך
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 11:58 am
דורך יהיה כן
חיים סולומון האט געשריבן:זיי זענען שוין געווארן שטרענגער. איין נייע פאלעסי. האט היינט טשעיס אז זיי דיפאזטין נישט און קעשן נישט א טוירד פארטי טשעק וואס האט נאר א לעצטע נאמען עס מוז האבן א פירסט נעים אויך
א פולער נאמען דייקא, אדער א initial (פאר א ערשטע נאמען) ווצב"ש D. Wertzberger איז אויך גוט?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 12:02 pm
דורך חיים סולומון
א אינישל איז אויך נישט גוט נאר אויב מען האט אן אינישל אויף די איידי
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 12:04 pm
דורך יהיה כן
שכוח פאר די אינפא.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 12:06 pm
דורך חיים סולומון
סאיז נישט דא קיין עקסעפשאנס. איך האב ביי טשעיס איטליכע אקאונטס אין זיי וועלן נישט אננעמען אזא טשעק בשום אין אופן
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 12:12 pm
דורך יהיה כן
איז דא עפעס חילוקים אויב דער טשעק 'קומט' פון א פריוואטע מענטש'ס אקאונט אדער פון א ביזנעס אקאונט (א פעיראלל טשעק, אדער א טשעק פון א גמ"ח)?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 12:24 pm
דורך verveist
איך האב שוין עטליכע מאל אריינגעלייגט אין טשעיס אן קיין פראבלעמען. קען זיין אז עס איז געװען פאר זייער נייע פאלסי אדער װענד זיך װעליכע ברענדש. קען זיין װייל עס איז נישט אפט אדער נישט קיין גרויסע סכומים אבער כך הוא המעשה. (איך דעפאזיט געװענלעך אין עי. טי. עם.)
װייס איך פון א געשעפט װאס נעמט נארמאל אן דריטע פארטיי טשעקס (װייס איך נישט װעליכער באַנק ער ניצט)
עס דארף נישט זיין קיין חיִלוק ״פון״ װי די טשעק קימט
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 12:26 pm
דורך קיקיון
יהיה כן האט געשריבן:איז דא עפעס חילוקים אויב דער טשעק 'קומט' פון א פריוואטע מענטש'ס אקאונט אדער פון א ביזנעס אקאונט (א פעיראלל טשעק, אדער א טשעק פון א גמ"ח)?
פארוואס זאל די באנק זיין מער פארזיכערט מיט איינס מער ווי די אנדערע?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 1:32 pm
דורך Gevald Geshrigen
געזעצליך איז עס איז נישט קיין שום חילוק סיי צו עס קומט פון א יחיד אדער א קאמפעני/גמ״ח אדער אויסגעשטעלט צו א יחיד אדער קאמפעני/גמ״ח דאס איז לגבי די לעגאלע פארט. די סיבה פארוואס די באנק וויל עס איז נישט נעמען איז נישט פונעם לעגאלן אספעקט אלס דעם טשעק אליינס נאר אלס זייטיגע פראבלעמען ווייל א מענטש מעג נישט קעשן א טשעק פאר א צווייטן על פי געזעץ ועוד ועוד. וויבאלד אבער די קענסט באצאלן דערמיט א גראסערי ביל וועלן בענק זיין מער ליניענט ביי א ביזנעס אקאונט
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 1:38 pm
דורך הרבטייטעלבוים
אז מיין חבר צאלט מיר 10 דאלאר, מיט א דריי הונדערט דולער טשעק, אוי אז איך דארף אים גיבען 290 טשענזש, דאס הייסט קעשען טשעקס, דאס איז נישט לעגאל?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 1:40 pm
דורך יהיה כן
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:אז מיין חבר צאלט מיר 10 דאלאר, מיט א דריי הונדערט דולער טשעק, אוי אז איך דארף אים גיבען 290 טשענזש, דאס הייסט קעשען טשעקס, דאס איז נישט לעגאל?
ולהערה בעלמא, אויב איז עס א העד טשעק, איז עס ריבית גמור, כך פסק בספר ברית יהודה להגרי"י בלוי זצ"ל, ורבים נכשלים בזה בלא יודעים
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 1:42 pm
דורך Gevald Geshrigen
CORRECT
ער מעג דיר אבער לעגאל באצאלן דריי מאות וואס ער איז דיר שולדיג. וויבאלד די באנק זוכט נישט פראבלעמען ווי אויך נאך טעקס לייעביליטי פראבלעמען רעסטריקטן זיי אזעלכע דעפאזיטס. פעיראול טשעקס וואס איז פולי טעקסד איז גרינגער און דאס איז אויך די סיבה פארוואס פון א ריטעילער איז אויך גרינגער
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 1:45 pm
דורך יהיה כן
הייסט עס אז ס'יז יא דא א חילוק צווישן פריוואטע טשעקס ביז פעיראל\גמ"ח טשעקס, בנוגע third party, ריכטיג?
און צו וואס שרייבן דא אנדערע אז ס'יז קיין חילוק נישט?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 2:07 pm
דורך קיקיון
Gevald Geshrigen האט געשריבן: ווייל א מענטש מעג נישט קעשן א טשעק פאר א צווייטן על פי געזעץ ועוד ועוד.
מי הגיד לך רז זה?
זיי ווייסען נישט וואס די ווייסט ??
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 2:52 pm
דורך קיקיון
דער שמיעס דערמאנט מיר א מעשה פון 30 פלוס יאר צוריק
א איד וואס האט געהאט א געוועלב בשכינות מיט מיר ווייזט
מיר א פעיטשעק פון א ריזען שפיטאל וואס ער האט געטוישט
און עס האט געמאכט בואו בשלו' און פרעגט מיר ווי דאס קען זיין
זאג איך אים ר' אלי' דאס איז קיין טשעק נישט נור א STUB
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 3:53 pm
דורך שמחת החיים
מאנ-יימער האט געשריבן:ס'הייסט אז טשעיס איז זייער גרינג מיט טוירד פארטי טשעקס.
געהערט פון איינעם וואס פירט א גרויסע גמ"ח אין ווילי אז טשעיס וועט טאקע אננעמען אפאר מאל טוירד פארטי טשעקס אבער נאך אפאר מאל וועסטו זיך קענען טרעפן מיט א פארמאכטע אקאונט אן קיין שום ווארענונג און העסט קענען טאפן א וואנט. (און שטייצעך אויך אנוואוירן אלע פאונטס אויב דו האסט דארט). ער האט מיר געזאגט אז די גרויסארטיגע אקאונט פארמאכעכטס וואס איז פארגעקומען א שטיק צייט צוריק דורך טשעיס האט פארשיינליך היפש געהאט א שייכות מיט אזוינע זאכן.
איך בין געווען אין באנק אמאל און געטראפן א חבר וואס האט זיך מיר אויסגערעדט אז זיי האבן אים צוגעמאכט א שיינע פאר גרויסע אקאונטס אן קיין שום ווארענונג. ווייזט אויס אז זיי זענען טאקע וואויל אבער עס קען זיין ריסקי.