עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
דינסטאג ספטמבר 16, 2014 11:24 am
קען מיר איינער ערקלערן די סטאטוס פון א third party טשעק פאר א פריוואטן מענטש (נישט ביזנעס אקאונט), פון א לעגאלע שטאנדפונקט
איז עס לעגאל צו דעפאזיטן וכו' וכו'
אויב נישט ברבים דאן אין אישי ביטע
Advertisement
דינסטאג ספטמבר 16, 2014 11:28 am
איך האב יעצט א third party check אויסגעשטעלט צו א פריוואטע מענטש, און כ'דארף עס אריינלייגן אין א ביזנעס אקאונט, דערווייל האב איך נישט קיין עצה, עני העלפ וואלד בי עפרישיעטעד.
דינסטאג ספטמבר 16, 2014 11:29 am
עס איז א טאג טעגליכע ערשיינונג. יענער דארף חתמנען פון הינטען און די אונטער זיין חתימה
דינסטאג ספטמבר 16, 2014 11:30 am
verveist האט געשריבן:עס איז א טאג טעגליכע ערשיינונג. יענער דארף חתמנען פון הינטען און די אונטער זיין חתימה
און ווען עס איז גע'חתמ'עט, איז עס הונדערט פראצענט כשר צו דעפאזיטן און סיי וועלכע (פריוואטע) אקאונט?
דינסטאג ספטמבר 16, 2014 11:33 am
אויב די באנק וויל עס נעמען, נישט יעדער נעמט אזאנס.
דינסטאג ספטמבר 16, 2014 11:34 am
יהיה כן האט געשריבן:verveist האט געשריבן:עס איז א טאג טעגליכע ערשיינונג. יענער דארף חתמנען פון הינטען און די אונטער זיין חתימה
און ווען עס איז גע'חתמ'עט, איז עס הונדערט פראצענט כשר צו דעפאזיטן און סיי וועלכע (פריוואטע) אקאונט?
כשר פארוואס נישט, די זאך איז נאר אז די בענק מאכן פראבלעמן דערמיט.
א טשעק וואס רעכיל געט פאר מעכיל איז א נארמאלע זאך. רעכיל האט געוואלט געבן געלט פאר מעכיל האט ער אים געגעבן זיין געהאלט טשעק וכו'.
גיי מעכיל און ער לייגט עס אריין ביי זיך אין באנק, דאס איז זייער נארמאל.
די סיבה פארוואס די בענק האבן נישט ליעב די טשעקס איז בעיקר ווען ס'איז פריוואטע טשעקס און ס'קען מאכן אסאך פראבלעמן. אויך ווייל ווען רעכיל וויל צאלן פאר מעכיל פארוואס געט ער אים נישט זיין אייגענע טשעק? פארוואס זאל ער נישט לייגן זיין טשעק אין באנק און אויסשטעלן א טשעק פון טשעק ביכל פאר מעכיל'ן?
דאס קען אנצינדן א רויט לעמפל ביים די באנק, עפעס טוט ער דארט וואס כ'ווייס נישט וואס, און ביום מן הימים וועט ער מיר קאסטן געלט און עגמ"נ, זאגט דער באנק פארן קליענט גייט דיר פון דאנעט!
אזוי האב איך געהערט פון מיין לאקאלן באנק.
דינסטאג ספטמבר 16, 2014 11:35 am
שכוח יימר'ל
יעצט, א דוגמא ווי ווייט איז שייך חושש צו זיין אז די באנק וועט רודערן.... (איינס צוויי א חודש איז נארמאל? מסתמא יא....)
שווערע שאלה, הע?
דינסטאג ספטמבר 16, 2014 11:46 am
יהיה כן האט געשריבן:verveist האט געשריבן:עס איז א טאג טעגליכע ערשיינונג. יענער דארף חתמנען פון הינטען און די אונטער זיין חתימה
און ווען עס איז גע'חתמ'עט, איז עס הונדערט פראצענט כשר צו דעפאזיטן און סיי וועלכע (פריוואטע) אקאונט?
צו א פערזאן נישט א ביזעס אדער מוסד לעגאל און כשר!!
עס ווענדט זיך אין די באנק עס זענען דא בענק וואס וועלען עס נישט אננעמען
וועגען דעפאזיט'ן
http://www.bankingquestions.com/checkin ... khtml.htmlוועגען קעשען
http://www.bankingquestions.com/checksy ... party.html
דינסטאג ספטמבר 16, 2014 11:48 am
ס'הייסט אז טשעיס איז זייער גרינג מיט טוירד פארטי טשעקס.
דינסטאג ספטמבר 16, 2014 11:56 am
זיי זענען שוין געווארן שטרענגער. איין נייע פאלעסי. האט היינט טשעיס אז זיי דיפאזטין נישט און קעשן נישט א טוירד פארטי טשעק וואס האט נאר א לעצטע נאמען עס מוז האבן א פירסט נעים אויך
דינסטאג ספטמבר 16, 2014 11:58 am
חיים סולומון האט געשריבן:זיי זענען שוין געווארן שטרענגער. איין נייע פאלעסי. האט היינט טשעיס אז זיי דיפאזטין נישט און קעשן נישט א טוירד פארטי טשעק וואס האט נאר א לעצטע נאמען עס מוז האבן א פירסט נעים אויך
א פולער נאמען דייקא, אדער א initial (פאר א ערשטע נאמען) ווצב"ש D. Wertzberger איז אויך גוט?
דינסטאג ספטמבר 16, 2014 12:02 pm
א אינישל איז אויך נישט גוט נאר אויב מען האט אן אינישל אויף די איידי
דינסטאג ספטמבר 16, 2014 12:04 pm
שכוח פאר די אינפא.
דינסטאג ספטמבר 16, 2014 12:06 pm
סאיז נישט דא קיין עקסעפשאנס. איך האב ביי טשעיס איטליכע אקאונטס אין זיי וועלן נישט אננעמען אזא טשעק בשום אין אופן
דינסטאג ספטמבר 16, 2014 12:12 pm
איז דא עפעס חילוקים אויב דער טשעק 'קומט' פון א פריוואטע מענטש'ס אקאונט אדער פון א ביזנעס אקאונט (א פעיראלל טשעק, אדער א טשעק פון א גמ"ח)?
דינסטאג ספטמבר 16, 2014 12:24 pm
איך האב שוין עטליכע מאל אריינגעלייגט אין טשעיס אן קיין פראבלעמען. קען זיין אז עס איז געװען פאר זייער נייע פאלסי אדער װענד זיך װעליכע ברענדש. קען זיין װייל עס איז נישט אפט אדער נישט קיין גרויסע סכומים אבער כך הוא המעשה. (איך דעפאזיט געװענלעך אין עי. טי. עם.)
װייס איך פון א געשעפט װאס נעמט נארמאל אן דריטע פארטיי טשעקס (װייס איך נישט װעליכער באַנק ער ניצט)
עס דארף נישט זיין קיין חיִלוק ״פון״ װי די טשעק קימט
דינסטאג ספטמבר 16, 2014 12:26 pm
יהיה כן האט געשריבן:איז דא עפעס חילוקים אויב דער טשעק 'קומט' פון א פריוואטע מענטש'ס אקאונט אדער פון א ביזנעס אקאונט (א פעיראלל טשעק, אדער א טשעק פון א גמ"ח)?
פארוואס זאל די באנק זיין מער פארזיכערט מיט איינס מער ווי די אנדערע?
דינסטאג ספטמבר 16, 2014 1:32 pm
געזעצליך איז עס איז נישט קיין שום חילוק סיי צו עס קומט פון א יחיד אדער א קאמפעני/גמ״ח אדער אויסגעשטעלט צו א יחיד אדער קאמפעני/גמ״ח דאס איז לגבי די לעגאלע פארט. די סיבה פארוואס די באנק וויל עס איז נישט נעמען איז נישט פונעם לעגאלן אספעקט אלס דעם טשעק אליינס נאר אלס זייטיגע פראבלעמען ווייל א מענטש מעג נישט קעשן א טשעק פאר א צווייטן על פי געזעץ ועוד ועוד. וויבאלד אבער די קענסט באצאלן דערמיט א גראסערי ביל וועלן בענק זיין מער ליניענט ביי א ביזנעס אקאונט
דינסטאג ספטמבר 16, 2014 1:38 pm
אז מיין חבר צאלט מיר 10 דאלאר, מיט א דריי הונדערט דולער טשעק, אוי אז איך דארף אים גיבען 290 טשענזש, דאס הייסט קעשען טשעקס, דאס איז נישט לעגאל?
דינסטאג ספטמבר 16, 2014 1:40 pm
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:אז מיין חבר צאלט מיר 10 דאלאר, מיט א דריי הונדערט דולער טשעק, אוי אז איך דארף אים גיבען 290 טשענזש, דאס הייסט קעשען טשעקס, דאס איז נישט לעגאל?
ולהערה בעלמא, אויב איז עס א העד טשעק, איז עס ריבית גמור, כך פסק בספר ברית יהודה להגרי"י בלוי זצ"ל, ורבים נכשלים בזה בלא יודעים
דינסטאג ספטמבר 16, 2014 1:42 pm
CORRECT
ער מעג דיר אבער לעגאל באצאלן דריי מאות וואס ער איז דיר שולדיג. וויבאלד די באנק זוכט נישט פראבלעמען ווי אויך נאך טעקס לייעביליטי פראבלעמען רעסטריקטן זיי אזעלכע דעפאזיטס. פעיראול טשעקס וואס איז פולי טעקסד איז גרינגער און דאס איז אויך די סיבה פארוואס פון א ריטעילער איז אויך גרינגער
דינסטאג ספטמבר 16, 2014 1:45 pm
הייסט עס אז ס'יז יא דא א חילוק צווישן פריוואטע טשעקס ביז פעיראל\גמ"ח טשעקס, בנוגע third party, ריכטיג?
און צו וואס שרייבן דא אנדערע אז ס'יז קיין חילוק נישט?
דינסטאג ספטמבר 16, 2014 2:07 pm
Gevald Geshrigen האט געשריבן: ווייל א מענטש מעג נישט קעשן א טשעק פאר א צווייטן על פי געזעץ ועוד ועוד.
מי הגיד לך רז זה?
זיי ווייסען נישט וואס די ווייסט ??
דינסטאג ספטמבר 16, 2014 2:52 pm
דער שמיעס דערמאנט מיר א מעשה פון 30 פלוס יאר צוריק
א איד וואס האט געהאט א געוועלב בשכינות מיט מיר ווייזט
מיר א פעיטשעק פון א ריזען שפיטאל וואס ער האט געטוישט
און עס האט געמאכט בואו בשלו' און פרעגט מיר ווי דאס קען זיין
זאג איך אים ר' אלי' דאס איז קיין טשעק נישט נור א STUB
דינסטאג ספטמבר 16, 2014 3:53 pm
מאנ-יימער האט געשריבן:ס'הייסט אז טשעיס איז זייער גרינג מיט טוירד פארטי טשעקס.
געהערט פון איינעם וואס פירט א גרויסע גמ"ח אין ווילי אז טשעיס וועט טאקע אננעמען אפאר מאל טוירד פארטי טשעקס אבער נאך אפאר מאל וועסטו זיך קענען טרעפן מיט א פארמאכטע אקאונט אן קיין שום ווארענונג און העסט קענען טאפן א וואנט. (און שטייצעך אויך אנוואוירן אלע פאונטס אויב דו האסט דארט). ער האט מיר געזאגט אז די גרויסארטיגע אקאונט פארמאכעכטס וואס איז פארגעקומען א שטיק צייט צוריק דורך טשעיס האט פארשיינליך היפש געהאט א שייכות מיט אזוינע זאכן.
איך בין געווען אין באנק אמאל און געטראפן א חבר וואס האט זיך מיר אויסגערעדט אז זיי האבן אים צוגעמאכט א שיינע פאר גרויסע אקאונטס אן קיין שום ווארענונג. ווייזט אויס אז זיי זענען טאקע וואויל אבער עס קען זיין ריסקי.