בלאט 1 פון 1

לעיק סאבאגא קאיאק שיפלעריי ביי קעמפ בעיקער

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2014 5:45 pm
דורך יעקב צוקערמאן
איך האב געזען אינעם קאמיוניטי קאנעקשאנס אדווערטייזד איבער לעיק סאבאגא אז מען קען גיין פארן מיט שיפלעך דארטן אויפ'ן לעיק סעבאגא ביים בעיקער קעמפ (קאיאק, ראו-באויטינג און קענאו). כ'האב ערווארט א געשמאקע איבערלעבעניש, אבער די רעאליטעט איז גאר אנדערש.
לאמיר פארציילן פון מיין פריערדיגע עקסקורשען אין שיפלעריי, כ'בין געווען נעבן פליישמאנס, דארטן איז דא אן אוטפיט גערופן פלייאינג פעזענטס (באקלעפט דעם אויטא מיט די קאטשקע סטיקערס), ער איז טאקע געווען פרייזליך אבער האנדעלט מענטשליך, איז פאמיליע פריינדליך און אקאמעדעיטינג.
לאזט די ווייב און קינדער זיצן ביים טייך בשעת איר פארט מיט'ן שיפל, יעדער האט הנאה, מען קען כסדר טוישן אינעם שיפל ארייננעמען פרישע פאמיליע מיטגלידער, ארויסלאזן די אלטע, אזוי טוישט מען זיך, און יעדער האט הנאה, ווארום ווער איז דען גרייט צו שיפלען א שעה צייט אויפ'ן טייך.
הפנים, געזען דעם עד אין קאמיוניטי קאנעקשאנס, און דעם זונטאג זיך ארויסגעלאזט צום ארט, אבער די ערפארונג איז גאר אן אנדערע. מען באקומט דארטן א באציאונג ווי ביים אפיס פונעם דעפארטמענט אוו מאטאר וויקלס.
כ'קום אן דארטן, כ'גיי צום אפיס, די אלטע פרוי אין אפיס איז נאך גאנץ בחסד, נעמט דאס געלט און רעדט אויפ'ן ראדיא צום באאמטן ביים טייך וואסערע שיפן אנצוגרייטן.
כ'קום אן צום טייך, מען דארף אראפגיין א שיפן מהלך פונעם פארקינג לאט ביז צום ברעג טייך, און אוי ואבו, דארטן איז דא דער גוי דער ארבעטער, א רשע א בן עשיו, א הארצלאזער פארשוין, א ממזר פון די ערשטע קלאס, א זון פון מאנקיס. נעמט זיך שרייען ווי א דריל סארדזשענט, קוויטשעט קולות, אז ער וויל פון גארינשט הערן, נאר פאר ער רעדט צו אונז אויס א ווארט מוז יעדער וואס קומט נישט אויפ'ן שיפל שוין ארויפגיין צום שפיץ בארג צום פארקינג לאט.
דאס האט מיך גלייך געשטעלט אין קלעם, ווארום כ'האב געוואלט מסדר זיין וועלכע קינדער גייען קודם מיט'ן שיף און וועלכע קינדער גייען נאכדעם. דער ערל ימח שמו וזכרו האט נישט נאכגעלאזט, און האט קאמאנדעוועט און געשריגן קולות, און נישט געוואלט הערן פון גארנישט, פאר יעדער איז נישט אויפ'ן בארג און נאר די וואס פארן מיט'ן שיף זענען דא אונטן וויל ער נישט רעדן צו אונז.
אזוי איז ער אנגעגאנגען כסדר מיט זיינע רשעות'ן, ווי פארשטענדליך טוישן אריין און ארויס פון א שיף איז נישטא אזא זאך, דינגסט א שיף קען נאר דער איינער דאס נוצן פאר די גאנצע שעה דאס איז א געפערליכע אומפלעקסיביליטי ווארום ווער דארף א קאיאק שיפל פאר א שעה, מען פארט אביסל און מען טוישט זיך כסדר וכו'.
עניוועי, שווער מאריך צו זיין, אבער אויב איר גייט אהין, זייט גרייט צו אויסשטיין שיקאנעס, דער ארבעטער דארטן איז בכלל נישט פריינדליך און אקאמאדעיטינג און קוקט אויס צו זיין א גרויסער שונא ישראל, ער האט שטארק הנאה געהאט צו זען אונזער קלעם, צובראכענקייט און דילעמעס, בשעת די גויאישע קליענטן דארטן האט ער באהאנדעלט מיט'ן גרעסטן פריינטליכקייט און הערצה.
דעריבער, זוכט אייך בעסערע ערטער צו טראגן אייערע פאמיליעס, ווי איידער דעם שונא ישראל ביי סאבאגא לעיק ביי בעיקערס קעמפ.
איך האב פרובירט זיך צו באקלאגן ביי די אלטע פרוי אינעם אפיס, אבער זי איז נישט געווען קיין טראפ הילפבאר.

הצלחה

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2014 6:22 pm
דורך שלום אויש
אזא זאפט אין דעם ארטיקל קוקט ענדערש אויס וואו געשריבן נאך א טאג פין ריכטיג הנאה האבן מיט די קינדער אן פראבלעמען,...אונטערן זוהן, ביים קלארן וואסער ברעג...

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2014 6:32 pm
דורך יעקב צוקערמאן
אויש, גיס מיר נישט זאלץ אויף די וואונדן.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2014 6:33 pm
דורך private
יאנקעלע נאך גוט וואס די זאגסט מיר דעס איך גיי שוין קענסלען מיין טריפ. איך האלט נישט ביים דילען מיט א ""א רשע א בן עשיו, א הארצלאזער פארשוין, א ממזר פון די ערשטע קלאס, א זון פון מאנקיס""

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2014 6:34 pm
דורך הרבטייטעלבוים
א שיינע זאך פון אייך ר' יענקל, צו אינפארמטירען דעם עולם. תבא עליכם ברכה

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2014 6:35 pm
דורך עקבי הצאן
א פשוטער גוי נישט "בהסתרה" מאחורי הדברים הקשים...

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2014 6:41 pm
דורך אפטימיסט
גוט אז דו ביזט מודיע, נאך אלעם ווייסן די גוים אז די אידן זענען איינס און מען אינפארמירט זיך איינער דעם אנדערן, און אז זיי זעען א פארשוואכערטע אידישע אנוועזנהייט נעמען זיי זיך אין די הענט אריין.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2014 6:48 pm
דורך עקבי הצאן
צומאהל האט עס גארנישט צו טוען מיט עשו ושנאת ישראל, נאר סתם א ביטערע פערסאנאלעטי, און דאס איז ערגער צו אן אנדערע טיפ מענטשען, ווי להבדיל אא"א איז דען נישטא ביי יודן אויך צומאהל א ביטערער מענטש וואס פארטרייבט קונדן?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2014 2:06 am
דורך אפטימיסט
ער שטעלט דאך אבער קלאר אז צו די גויאישע קונדן איז ער געווען העפליך

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2014 9:56 am
דורך יעקב צוקערמאן
ווער עס קען זאל ביטע מעלדן דעם קאנעקשאנס פון מאנסי אויפצוהערן רעקלאמירן דאס ארט, ווארום עס שלעפט אסאך אידן וואס פאלן אריין מיט דעם רשע מרושע ימח שמו

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2014 11:22 am
דורך sukoss
יש"כ פארן אינפארמירן איך האב געהאט געטראכט פון גיין אהין נאכן הערן פון א סקול וואס איז דארט געווען און גראדע זייער הנאה געהאט

בדרך אגב איז איינער לעצטנס געווען ביי ראקלענד לעיק שיפלען וואס קען שעירן זיין עקספיריענס
איך בין געווען יארן צוריק כ'וואלט געוואלט גיין נאכאמאל