א בעל קורא, וואס דארף מען קענען?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

באצאלן פאר א בעל קורא

תגובהדורך בענאק » דינסטאג אפריל 24, 2018 4:06 pm

אגב, אז דער אשכול איז אקטיוו, וואלט איך געוואלט הערן פון אנדערע וואס זייער ידיעה איז בנוגע באצאלן פאר א בעל קורא.

בעבר האב איך קיינמאל געהערט פון אזא סארט זאך, אויך מיין פאטער זזג - וואס איז געווען א בעל קורא קבוע 13 יאר אין א גרויסע ביהמ"ד - זאגט אז ער האט קיינמאל נישט געהערט פון אזאנס, און ס'איז אים אפילו נישט עולה געווען על הדעת. אדרבה, ס'איז א זכי' צו קענען ליינען אין די תורה.

ווידער לעצטענס הער איך פון אנדערע וואס ווייסן גארנישט אנדערש נאר אז מען מוז ווערן באצאלט

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג אפריל 24, 2018 4:14 pm

עס איז דא בתי מדרשים וואס געבן פרי מקוה וכדו'

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

תגובהדורך יין ישן » דינסטאג אפריל 24, 2018 4:22 pm

בענאק האט געשריבן:אגב, אז דער אשכול איז אקטיוו, וואלט איך געוואלט הערן פון אנדערע וואס זייער ידיעה איז בנוגע באצאלן פאר א בעל קורא.

בעבר האב איך קיינמאל געהערט פון אזא סארט זאך, אויך מיין פאטער זזג - וואס איז געווען א בעל קורא קבוע 13 יאר אין א גרויסע ביהמ"ד - זאגט אז ער האט קיינמאל נישט געהערט פון אזאנס, און ס'איז אים אפילו נישט עולה געווען על הדעת. אדרבה, ס'איז א זכי' צו קענען ליינען אין די תורה.

ווידער לעצטענס הער איך פון אנדערע וואס ווייסן גארנישט אנדערש נאר אז מען מוז ווערן באצאלט

כמדומה לי אז אין א גרויסע בית המדרש בדרך כלל צאלט מען נישט ווייל געווענטליך איז עס א כיבוד צו זיין בעל קורא, אבער אין קלענערע בתי מדרשים וואס ווילן א בע"ק קבוע זאל דאווענען ביי זיי בפרט אויב האט דער בעל קורא נישט קיין שייכות צו דעם פלאץ וועט עס נישט גיין אן צאלן, און אזוי אויך די וואס גייען ארום זיין ממלא מקום יעדע וואך אין א צווייטע ביהמ"ד וועלן בעטן געלט.
הלא תדעו הלא תבינו-
שיותר ממה שקריתי לפניכם נשאר בקולמוסי,
אי מחמת תקנת המקום אי מחמת חשש גילוי!

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11736
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אפריל 24, 2018 4:25 pm

בענאק האט געשריבן:אגב, אז דער אשכול איז אקטיוו, וואלט איך געוואלט הערן פון אנדערע וואס זייער ידיעה איז בנוגע באצאלן פאר א בעל קורא.

בעבר האב איך קיינמאל געהערט פון אזא סארט זאך, אויך מיין פאטער זזג - וואס איז געווען א בעל קורא קבוע 13 יאר אין א גרויסע ביהמ"ד - זאגט אז ער האט קיינמאל נישט געהערט פון אזאנס, און ס'איז אים אפילו נישט עולה געווען על הדעת. אדרבה, ס'איז א זכי' צו קענען ליינען אין די תורה.

ווידער לעצטענס הער איך פון אנדערע וואס ווייסן גארנישט אנדערש נאר אז מען מוז ווערן באצאלט

ווען איך בין געווען א בחור פלעגט מען צאלען 50 דאלער א וואך; און א טאפ טאפ בעל קורא האט געקענט פארלאנגען א 100 דאלער. רוב פון אונז פלעגען נישט ליינען פאר קיין געלט, און ס'איז אונז נישט איין געפאלען צו בעהטען געלט; אבער אויב א "אנדערע" בית המדרש האט געוואלט אז זאלסט דער שבת ליינען און זענען זיך געקומען בעהטען, האבען זיי געמוזט אפערען דעם סכום.

א אלטע איד האט מיר דערציילט אז ער האט געוואלט אז זיין זיהן זאל זיין א בעל קורא; האט ער געגעבען דער גבאי דאס געלט צו געבען זיין זוהן, און זיין זוהן מיינט נאך "עד היום" (ווען ער האט מיר דערציילט דער מעשה) אז דער בית המדרש האט אים געבעטען ליינען און אז דער בית המדרש האט באצאלט.
---
מען האקט; מען זאגט ענליך
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג אפריל 24, 2018 4:28 pm

לכאורה די זעלבע נידון ווי א בעל תפלה בימים נוראים כמבואר בהל' ר"ה, אויב די תשלומין איז נישט בהבלעה איז לכאו' די היתר נישט אזוי פשוט.

בראשית ברא
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דינסטאג אפריל 24, 2018 4:43 pm

רמ"א כותב יש מי שמתיר, מ"מ אינו רואה סי' ברכה
אבל אם קורא גם בחול, ומקבל שכר לשנה או לחודש כותב דלד"ה מותר

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11736
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אפריל 24, 2018 5:20 pm

ירושליימער ייד האט געשריבן:
יוד אלף האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:דער וואך (אחרי-קדושים) איז ביז שני דא דריי פסוקים וואס הייבען זיך אן מיט "והקריב אהרן". כדי צו געדענקען איז ביי מיר דער סימן "דמק"; דער ערשטע גיייט מיט א 'ד'רגא-תביר, דער צווייטע גייט מיט א 'מ'הפך-פשטא, און דער דריטע גייט מיט א 'ק'דמא-ואזלא.

אויך/אדער אז דער עלי' פון כהן אין דער וואכען גייט מיט א "ד", און פון לוי מיט א "מ" און נאכדעם מיט א "ק".


אחרי קדושים ס'רוב ליינט מען צוויי מאל א יאר (יוה"ק) אלעס וואס מען ליינט צוויי מאל אין יאר איז א סאך גרינגער צו געדענקן מען דארף כמעט נישט זיך פארקוקן

און מיט דעם אלעס האך איך פאריגע וואך געהערט [ביי אונז אין ארץ ישראל אחרי מות קדושים גיווען יענע וואך] פון גראדע א גוטע בעל קורא וי ער צומישט זיך בי די "והקריב אהרון"...

די גמרא זאגט אז צוויי געדענקט מען און דריי שוין נישט; וועגען דעם איז גוט דער צווייטע עצה אז פאר מען הייבט אן ליינען כהן צו געדענקען אז דא קומט נאר איין והקריב אהרן און אז עס איז דער "ד" (דרגא תביר); און נאכאמאל פאר מען הייבט אן ליינען לוי צו געדענקען אז דא קומט צוויי והקריב אהרן'ס און דער סדר (סימן) איז "מק" (מהפך פשטא און קדמא ואזלא).

יעצט אויב האט מען אזוי געטוהן שבת ביי מנחה און נאכאמאל מאנטיג און דאנערשטיג (דאס הייסט דריי מאל עקספיריענס); יעצט דארף עס שוין גיין זייער געשמירט שבת ביים ליינען.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג אפריל 24, 2018 5:25 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11736
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אפריל 24, 2018 5:22 pm

השתא דאתית להכי, איז א גוטע זאך אז חוץ דעם פון מאכען זיך סימנים; זאל מען האבען מסודר די סימנים גלייך פאר יעדער עלי' און זיך נישט דארפען קראצען דער קאפ וועליכע סימן קומט יעצט.

אויב מען איז זיך נישט מסדר די סימנים; איז זייער שייך אז מען זאל פארדרייען די יוצרות און טוהן משה קאפויער.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג אפריל 24, 2018 5:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19479
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אפריל 24, 2018 5:22 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:לכאורה די זעלבע נידון ווי א בעל תפלה בימים נוראים כמבואר בהל' ר"ה, אויב די תשלומין איז נישט בהבלעה איז לכאו' די היתר נישט אזוי פשוט.

ער קוקט זיך דאך פאר אינדערוואכן, אזוי ווי א בעל תפילה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג אפריל 24, 2018 5:25 pm

איהר מיינט צו זאגן אז דאס וואס מ'באצאלט א בעל קורא, איז אייביג בהבלעה?

אוועטאר
יוד אלף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » דינסטאג אפריל 24, 2018 6:07 pm

אויב מען באצאלט פארן פארקוקן נישטא קיין פראבלעם פון שכר שבת אפילו ער טוט עס פאקטיש שבת

למעשה לפי ידיעתי רוב בע"ק טוען עס אומזינסט, פאר א צייט האב איך געליינט אין א ביהמ"ד ווי עטליכע אינגעלייט האבן געהאט שכל און געוואוסט וואס מיינט א "טיפ" געקענט באקומען ביי מגילה, משנה תורה, וכדו'

די וואס צאלן, ווייסן נישט וויפיל ס'וואלטן צוגעצאלט מען זאל זיי נאר לאזן ליינען

אוועטאר
יוד אלף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » דינסטאג אפריל 24, 2018 6:09 pm

בענאק האט געשריבן:
, און ס'איז אים אפילו נישט עולה געווען על הדעת. אדרבה, ס'איז א זכי' צו קענען ליינען אין די תורה.



בשל"ה כתב, משה רבינו מדבר מתוך גרונו של הבעל קורא כנתינתן מסיני
מורא'דיג גוט פאר יעדע בעל לקורא צו וויסן

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג אפריל 24, 2018 6:14 pm

אויך איז גוט צו וויסן אז מ'טאר זיך נישט אנלאנען אויפ'ן בלעמער, עי' תוס' מגילה לא: דיבור האחרון בשם הירושלמי, מביאו המחבר בסי' קמ"א סעיף א'

אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א

תגובהדורך ירושליימער ייד » מיטוואך אפריל 25, 2018 2:18 am

יוד אלף האט געשריבן: בשל"ה כתב, משה רבינו מדבר מתוך גרונו של הבעל קורא כנתינתן מסיני
מורא'דיג גוט פאר יעדע בעל לקורא צו וויסן

און האב גיזוכט אין של"ה אין נישט גיטראפן, וייסט אוואו דאס איז?
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך אפריל 25, 2018 6:26 pm

עי' בשו"ע סי' קמ"א סעיף ד' ומשנ"ב שם ס"ק ט"ו

אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א

תגובהדורך ירושליימער ייד » מיטוואך אפריל 25, 2018 6:34 pm

אדער יא האט געשריבן:עי' בשו"ע סי' קמ"א סעיף ד' .ומשנ"ב שם ס"ק ט"ו

דארט שטייט אויך אז דער גבאי איז במקום השי"ת כביכול, איז אפשר זיין א גבאי א גרעסערע זכות פון זיין בעל קורא?.
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך אפריל 25, 2018 6:36 pm

עס איז טאקע געווען צדיקים וואס זענען געשטאנען אין די זייט פון בימה אפילו זיי זענען נישט געווען בע"ק, אפשר מהאי טעמא

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

ירח בן יומו

תגובהדורך מתבונן » פרייטאג יולי 13, 2018 12:55 pm

ביז היינט ווען איך האב מעביר סדרה געווען פאר מיר דעם 'אלפיים' מיט דעם 'ירח בן יומו' טראפ, האב איך עס געזאגט וויאזוי עס איז געגאנגען, אבער יעצט אז מען דארף דאס ליינען בפני כל הקהל הקודש, וואלט איך געוואלט וויסן וויאזוי דאס גייט באמת. קען איינער ארויסהעלפן?
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » פרייטאג יולי 13, 2018 12:57 pm

הבע"ק מומחה הר"ר אברהם רייכמאן האט מקובל פון עמיצן וויאזוי דאס צו זאגן

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » פרייטאג יולי 13, 2018 2:30 pm

ירח בן יומו איז א שימוש צום קרני פרה אזויווי א מירכא איז א שימוש צום טיפחא און א מהפך צום פשטא און א מונח וכו'
לויט דעם קומט גארנישט צו זאגן דערויף

אז מרעדט שוין א קרני פרה בין איך געוואויר געווארן לעצטענס אז עס קומט קומט באמת צו זינגן מיט 3 טראפן קודם א "תלישא קטנה" דערנאך א "פזר" דערנאך "תלישא גדולה" נישט אזוי גרינג דאס צו באווייזן.....

אגב דאגב.. א מירכא כפולה וואס איז די ריכטיגע וועג פון זאגען? 2 מונח'ס ? א מונח מיט א תביר?
נאך א זאך... נישט פארגעסן אז "לה" איז נישט מפיק ה"א סוף מטות
און א פערדע זאך... "לנוס" אל עיר מקלטו, האט איינער מעורר געווען אז מדארף דריקן די נו"ן נישט ווי געווענליך וואס מדריקט די למ"ד, געווענליך טייטש עס "צו אנטלויפן" דא טייטשט עס "צום אנטלאפענעם".
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11736
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג יולי 13, 2018 2:47 pm

אדער יא האט געשריבן:הבע"ק מומחה הר"ר אברהם רייכמאן האט מקובל פון עמיצן וויאזוי דאס צו זאגן

געהערט אמאל פון הרה"ג רבי משה רובין זצ"ל (פון "עוד יוסף חי") ווי ער האט עס איבערגעזינגען ווי ער האט עס געהערט פון א אלטער ירושלים'ער בעל קורא/חזן.

דער וואך האט עס מיר א בעל קורא איבערגעזינגען ווי ער האט עס געהערט (מסתמא פון א טעיפ) פון הרב גוטמאן; און עס איז זייער ענליך צו הרב רובין'ס אויב מען נעמט אראפ די חזנות חלק דערפון.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

לטובה ולברכה
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2013 1:13 pm

תגובהדורך לטובה ולברכה » פרייטאג יולי 13, 2018 2:54 pm

נודה לך האט געשריבן:אז מרעדט שוין א קרני פרה בין איך געוואויר געווארן לעצטענס אז עס קומט קומט באמת צו זינגן מיט 3 טראפן קודם א "תלישא קטנה" דערנאך א "פזר" דערנאך "תלישא גדולה" נישט אזוי גרינג דאס צו באווייזן.....
ווי האט איר דאס געזען?
אין היכל הברכה שטייט "פזר" דערנאך "תלישא גדולה" דערנאך "תלישא קטנה" עיי"ש

נודה לך האט געשריבן:אגב דאגב.. א מירכא כפולה וואס איז די ריכטיגע וועג פון זאגען? 2 מונח'ס ? א מונח מיט א תביר?
עיין מנחת שי סוף פרשת שמות "מנוגן כמו תביר"

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11736
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג יולי 13, 2018 2:55 pm

נודה לך האט געשריבן:ירח בן יומו איז א שימוש צום קרני פרה אזויווי א מירכא איז א שימוש צום טיפחא און א מהפך צום פשטא און א מונח וכו'
לויט דעם קומט גארנישט צו זאגן דערויף

אז מרעדט שוין א קרני פרה בין איך געוואויר געווארן לעצטענס אז עס קומט קומט באמת צו זינגן מיט 3 טראפן קודם א "תלישא קטנה" דערנאך א "פזר" דערנאך "תלישא גדולה" נישט אזוי גרינג דאס צו באווייזן.....

אגב דאגב.. א מירכא כפולה וואס איז די ריכטיגע וועג פון זאגען? 2 מונח'ס ? א מונח מיט א תביר?
נאך א זאך... נישט פארגעסן אז "לה" איז נישט מפיק ה"א סוף מטות
און א פערדע זאך... "לנוס" אל עיר מקלטו, האט איינער מעורר געווען אז מדארף דריקן די נו"ן נישט ווי געווענליך וואס מדריקט די למ"ד, געווענליך טייטש עס "צו אנטלויפן" דא טייטשט עס "צום אנטלאפענעם".

די 3 טראפען קומט לויט דער גר"א, קודם א תלישא גדולה, נאכדעם א פזר, און נאכדעם פארענדיגט מען עס מיט א תלישא קטנה.

א מרכא כפולה האט א אייגענע טראפ; געלערט עס אלץ אינגעל ביי הרה"ג רבי שלום קעסלער שליט"א (הרב העפטלער [וואס איז געווען דער וואס האט אויס געלערענט די טראפען אין כיתה ד' אין באבוב] האט עס אונז נישט געלערענט). דער מונח אליין, דאכט זיך מיר האט אונז אויך הרב קעסלער אויס געלערענט.
--
מען האקט, אבער איך שיק
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

חמרא
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2016 8:51 am

תגובהדורך חמרא » פרייטאג יולי 13, 2018 3:18 pm

און א פערדע זאך... "לנוס" אל עיר מקלטו, האט איינער מעורר געווען אז מדארף דריקן די נו"ן נישט ווי געווענליך וואס מדריקט די למ"ד, געווענליך טייטש עס "צו אנטלויפן" דא טייטשט עס "צום אנטלאפענעם".[/quote]
מ׳דרוקט קיינמאל נישט אויפן למ׳ד. דער למ׳ד איז א אות השימוש

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » פרייטאג יולי 13, 2018 3:22 pm

SPUSMN האט געשריבן: דער מונח אליין, דאכט זיך מיר האט אונז אויך הרב קעסלער אויס געלערענט.

און א מהפך? מירכא?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט