בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 7:49 am
דורך בעל קורא
אזוי ווי לפרים, וואס יאנעקעלע האט דערמאנט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 8:53 am
דורך ליסקא
בעל קורא האט געשריבן:אזוי ווי לפרים, וואס יאנעקעלע האט דערמאנט.



די זעלבע מיט די ווארט "השקיפה" געהערט סיי מאנטאג אין סיי דארנעשטאג די בעל קורא זאגן די טראפ אויפן "פ" אין ריכטיג איז עס אויפן "ק"

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 8:54 am
דורך ליסקא
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:הערט אויס די שיעורים אויף קול ברואים.

און אלעס וועט אייך ווערן פשוט פשט די משוררים מפסיקים נקודות ווי פארוואס וכו'

בדוק ומנוסה



וואס איז די נומבער ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 9:03 am
דורך נשמה
קול ברואים רעדט פון דקדוק?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 4:49 pm
דורך פלוני
וויאזוי זאגט מען: גיב מיר א 'קאווע', אדער גיב מיר 'א' קאווע?
דער עיקר פונעם ווארט איז 'עשר', זאגט מען נישט 'צו'-מעשר'ן, נאר צו-'מעשר'ן'. וכן כל כיוצא בזה.
פארשטענדליך?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 5:23 pm
דורך נשמה
יא רעבע.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2014 7:59 am
דורך בעל קורא
דאס איז גראדע ניט קיין טענה, ווייל למשל אשר נשבעת לאבותינו מימי קדם, איז די טראפ אויפן ערשטן מ"ם.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2015 12:29 pm
דורך ?אפשרטאקע
געוויסע טראפן זענען שטענדיג אויפן ערשטע אות און געוויסע אויפן לעצטע אויס. אין א פאל ווען מ'דארף דריקן אויף א צווייטע אות, איז דא צוויי מאל דעם טראפ אויפן אות (נישט אין אלע חומשים)

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2015 1:35 pm
דורך בנימין הלוי
א אידעלע האט געשריבן:
בעל קורא האט געשריבן:2. די פליסיגקייט
(רעדנדיג פון דעם וועל מיר דערמאנען א פראבלעם וואס מאכט זיך ביי מאנכע דורך זייער דקדוק, אז זיי ברענגען ארויס דעם גאנצן טראפ אויפן אות ווי עס שטייט, און ביי א ווארט וואס איז מלעיל בלייבט שוין נישט קיין פלאץ נאכדעם פאר די לעצטע תנועה פונעם ווארט, דאס איז א צריך תיקון, וואס פונקטליך וויאזוי מען דארף עס מתקן זיין איז נישט דא דאס פלאץ).


פארשטיי איך נישט דעם פראבלעם, ביי וועלכע ווערטער למשל?

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
א אידעלע האט געשריבן:פארשטיי איך נישט דעם פראבלעם, ביי וועלכע ווערטער למשל

לפרים קריאה פון סוכות


לפרים איז נישט מלעיל און דער טראפ באלאנגט אויפן ר פון לפרים. און דאס וואס טייל בעלי קורא זענען מדגיש דעם אות השימוש איז א טעות אבער האט נישט מיט דקדוק. אזוי האט מיין מלמד געלערנט. און דאס מיינט לכאורה רבינו פארשלאפן אויך וכדרכו לנקוט בדרך קצרה.

דעם ביאור ווי איך געדענק איז אז דער תלישא האט געהאט איין נאט פאר ביידע קטנה און גדולה און דער סימן איז געווען אויב עס איז א גדולה ליגט עס אויף די רעכטע זייט (נאך פאר די ערשטע אות) און אויב ס'איז א קטנה איז עס אויף די לינקע זייט (נאכן לעצטן אות). אויב ס'איז ריכטיג ווייס איך נישט אבער טייל חומשים האבן דעם תלישא גדולה צוויי מאל, איינס בתחילת התיבה און נאך איינער דארט וואו דער ניגון באלאנגט לפי די כללים.
אינטערעסאנט, אין תיקון קוראים בנוסח תימני הייסט דער גדולה תלשא-ימין און דער קטנה תלשא-שמאל

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 23, 2015 7:03 pm
דורך בנימין הלוי
בעל קורא האט געשריבן:דאס איז גראדע ניט קיין טענה, ווייל למשל אשר נשבעת לאבותינו מימי קדם, איז די טראפ אויפן ערשטן מ"ם.

ווייסטו נאך א דוגמא?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2015 11:12 am
דורך בעל קורא
לפי זכרוני\דמיוני איז דא לפחות נאך איין מאל די זעלבע ווארט מימי מיטן טראפ אויף די ערשטע מ"ם, אויך צוליב די זעלבע טעם - נסוג אחור מחמת קירוב הטעמים, כ'קען אבער נישט דמיונען יעצט אוואו.