א בעל קורא, וואס דארף מען קענען?

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

א בעל קורא, וואס דארף מען קענען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך בין צעמישט, לאמיך אנהייבן קודם מיט די טראפן.
שוין דורכגעגאנגען און אויסגעלערנט די סדרה, יעצט וויזוי געדענקט מען די טראפן אויף יעדן ווארט?
איך קאצן קאפ געדענק נישט א פערטל מינוט שפעטער די טראפן פון פריער. טא וויזוי ארבעט מען עס זאל בלייבן אין זיכרון?

יעצט לאמיר זאגן מען געדענקט שוין יא, וואס איז נעקסט?
דאס זעצן די ווערטער, די פליסיגקייט, די זיכערקייט, די חיתוך הדיבור, די חלק הנגינה?

ווען עס איז מיר שוין יא באשערט הנאה און איך הער א בעל קורא ממש הונדערט פערצענט, קיין איין טעות אין טראפן, פסוק, קיין איין קעקעץ, ממש צום שטוינען
. איז עס אבער אזוי זעלטן אפשר איינס פון 50 בעלי קורא וואס מען קען זאגן יא זיי האבן דעם טאלאנט.

טא וואס איז דער טאלאנט? ווי עס שיינט איז עס מער ווי איין טאלאנט, עס איז עטליכע טאלאנטן וואס ווערן פארקערפערט און גערופן בעל קורא.


ומכאן, ווייל איך בין א סופר מיינט נאכנישט אז איך קען אויך ליינען, ביטע מוטשע מיך נישט איך זאל צוגיין.. דאס זענען צוויי באזונדערע פאכן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

מיין רבי פלעגט זאגען די עיקר איז חזרה איין מאל נאכאמאל און נאכאמאל
די שאלה איז וואס און וויאזוי מ'דארף חזר'ן
די ערשטע זאך דארף מען קענען זאגן די ווערטער ריכטיג אז נישט קען מען אמאל זאגן אזאנע גראבע גרייזן וואס פארדרייט די גאנצע משמעות פונעם ווארט,
נאכדעם דארף מען זעצן דעם פסוק אז די ווערטער זאלן קלעבן איינס צום צווייטען וואס פארדעם דארף מען קוקן אויף די טראפען נאך פאר מ'קען די ניגון פונעם טראפ פשוט וויסן ווי ס'איז א מפסיק ווי ס'איז מחובר
און נאכדעם דארף מען קענען דעם ניגון פון די טראפען און זאגען דעם טראפ אויפן ריכטיגען אות
ס'איז דא נאך אזאך דאס איז דוקדוק ס'וועלן זיין וואס וועלן זאגן אז דאס איז די ערשטע אנדערע וועלן זיך בכלל נישט צוטון מאכן דערפון, אבער א גוטע בעל קורא דארף כאטש קענען די בעסיקס פון דוקדוק (וואס דאס איז וועל איך לאזען פאר אנדערע)
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
בעל קורא
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2012 11:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל קורא »

שוועמל האט געשריבן:איך בין צעמישט, לאמיך אנהייבן קודם מיט די טראפן.
שוין דורכגעגאנגען און אויסגעלערנט די סדרה, יעצט וויזוי געדענקט מען די טראפן אויף יעדן ווארט?
איך קאצן קאפ געדענק נישט א פערטל מינוט שפעטער די טראפן פון פריער. טא וויזוי ארבעט מען עס זאל בלייבן אין זיכרון?

יעצט לאמיר זאגן מען געדענקט שוין יא, וואס איז נעקסט?
דאס זעצן די ווערטער, די פליסיגקייט, די זיכערקייט, די חיתוך הדיבור, די חלק הנגינה?

ווען עס איז מיר שוין יא באשערט הנאה און איך הער א בעל קורא ממש הונדערט פערצענט, קיין איין טעות אין טראפן, פסוק, קיין איין קעקעץ, ממש צום שטוינען
. איז עס אבער אזוי זעלטן אפשר איינס פון 50 בעלי קורא וואס מען קען זאגן יא זיי האבן דעם טאלאנט.

טא וואס איז דער טאלאנט? ווי עס שיינט איז עס מער ווי איין טאלאנט, עס איז עטליכע טאלאנטן וואס ווערן פארקערפערט און גערופן בעל קורא.


ומכאן, ווייל איך בין א סופר מיינט נאכנישט אז איך קען אויך ליינען, ביטע מוטשע מיך נישט איך זאל צוגיין.. דאס זענען צוויי באזונדערע פאכן.


ווייל כהאלט זיך א בעל-קורא מיינט נאך נישט אז כבין א שרייבער אויך, אבער כ'על דאך צו-גיין פראבירן, אפשר וועל איך עפעס קענען שרייבן אויך..

צום ערשטן, די סדר ווי דו שטעלסט אוועק די זאך וואס קומט נעקסט נאכן געדענקן, מיט א גאנצע רשימה פון זאכן, לענ"ד קומט עס פריער, ווייל די זאכן געבן אריין א טעם אינעם ליינען פארן בעל קורא אליין, נישט נאר פאר דער וואס הערט איהם, און דאס ליינען מיט א סדר און א טעם העלפט סיי פארן זכרון, און סיי גיבט עס פארן בעל קורא אליין די געפיל זיך צו גרייטן איינמאל און נאכאמאל ביז ער קען שוין גוט די פרשה, ועד בכלל.
כאטש אז נאך דאס אלץ דארף מען אין די ערשטע תקופה אסאך חזרה.

דיין רשימה
דאס זעצן די ווערטער, די פליסיגקייט, די זיכערקייט, די חיתוך הדיבור, די חלק הנגינה?

1. זעצן די ווערטער
דער עיקר איז אז די טראפן זאלן ווערן ארויסגעזינגען באופן נכון אז די טראפן זאלן ריכטיג זעצן די ווערטער.
למשל, רוב בעל-קורא'ס זינגען א תביר מיט א ניגון וואס איז שטארק מפסיק, נאך מער ווי די טפחא וואס קומט נאכדעם, וואס דאס נעמט געווענליך ארויס דעם גאנצען טעם אינעם פסוק. נעם א משל א פסוק אנהויב פרשת שופטים, לא תטע לך אשרה כל עץ, אצל מזבח ה' אלקיך אשר תעשה לך, די ווארט מזבח האט א תביר, און די ווארט אלקיך האט א טפחא, לויט ווי די בעל-קורא'ס ביי אונז ליינען, ווי מעג מען זאגן די ווערטער ה' אלקיך צוזאמען מיטן המשך אשר תעשה לך, נאר די ווארט מזבח וואס האט א תביר מוז האבן נאר א שוואכע הפסק און די טפחא דערנאך אויף אלקיך א שטאקע הפסק, אזוי אז עס זאל זיך הערן אז די אשר תעשה לך גייט צוריק אויף מזבח. (מען קען ברענגען צענדליגע דוגמאות אויף דעם).

2. די פליסיגקייט
דאס איז באמת א טאלאנט, וואס דאכט זיך אבער אז רוב מענטשן האבן עס בעיסקלי. די עיקר פליסיגקייט פראבלעמען מיין איך זעהט מען ביי בעל-קורא'ס וואס פראבירן מדקדק צו זיין, און זיי זיצן נישט גוט אויף די טראפן לפי זייער נגינה. זייער סאך מאל פארן זיך די טראפן נישט גוט צאם, און נאך עטליכע אזעלכע פרטים. די בעסטע עצה נישט אריינצופאלן אין אזא מצב איז לענ"ד צו הערן כסדר א גוטע בעל קורא וואס האט נישט די פראבלעמען, ווייל אז מען כאפט-אויף א געגאסענע מהלך אין די טראפן מיין איך דארפן רוב מענטשן נישט האבן קיין פראבלעם דערמיט.
(רעדנדיג פון דעם וועל מיר דערמאנען א פראבלעם וואס מאכט זיך ביי מאנכע דורך זייער דקדוק, אז זיי ברענגען ארויס דעם גאנצן טראפ אויפן אות ווי עס שטייט, און ביי א ווארט וואס איז מלעיל בלייבט שוין נישט קיין פלאץ נאכדעם פאר די לעצטע תנועה פונעם ווארט, דאס איז א צריך תיקון, וואס פונקטליך וויאזוי מען דארף עס מתקן זיין איז נישט דא דאס פלאץ).

3. די זיכערקייט
כזעה אין דעם צוויי פרטים, איינס אז אמאל ווען עס פעלט פאר א בעל-קורא זיכערקייט, געווענליך ווען ער קען נישט אזוי גוט די קריאה, ליינט ער אביסל געכאפט און שטילער, דאס איז א זאך וואס האט מיט גאטס, צו קענען שטיין און ליינען הויך מיט גרייזן. די אמתע עצה צו דעם איז זיך גוט גרייטן נישט אריינצופארן אין דעם מצב. נאכדעם דארף א בעל קורא פשוט וויסן אז ער טראגט א אחריות צו ליינען הויך און קלאר פארן ציבור אפגעזעהן וויפיל טעותים ער מאכט.
די צווייטע פרט האסטו מסתמא בעיקר געמיינט, פשוט די אימתא דציבורא, דאס איז א זאך וואס גייט אוועק מיט די צייט, און געווענליך וואס מער מען איז משים לב צו די קריאה אליין, איז די אימה אויך מער באזייטיגט, די פראבלעם איז נאר אז אייינער וואס האט אסאך אימתא דציבורא קען זיך גארנישט אריינלייגען אין דעם. קען מען עס טאקע רעכענען אלס איינע פון די טאלאנטען פון א בעל קורא, אבער עס איז א זאך וואס געווענליך נאך א שטיק צייט באקומט מען דאס.

4. די חיתוך הדיבור
ענדליך צו וואס שטייט אויבן בנוגע די פליסיגקייט. נאר די עיקר עצה דערצו איז צו ליינען רואיג, נישטא וואו אהין זיך צו יאגן. פארשטייט זיך אבער אז די פראבלעם פון מדקדק זיין נישט מיט א געגאסענע מהלך וועט אוועקנעמען אויך פונעם גלאטקייט אינעם חיתוך הדיבור.

5. די חלק הנגינה
מיר זעהט אויס פון פראקטיק אז א בעל קורא דארף בכלל נישט זיין א מומחה אין נגינה, און ווארשיינליך איז דער טעם ווייל די גאנצע ליינען גייט מיט א מהלך פון טראפן, וואס מען דארף נאר דאס ארויסהאבן ריכטיג. עס קאסט אסאך חזרה, און פארשטייט זיך אז די פארשטאנד צו נגינה פארקירצט די צייט פון חזרה, אבער כמיין אז יעדער קען עס כאפן.

והיוצא מכל זה לענ"ד אז עס איז מער לימוד ווי טאלאנט. נאר עס איז טאקע ריכטיג אז רוב אידן וואס ליינען האבן זיך נישט גענומען די מיה זיך אויסצוארבעטן אין געשמאקע געבויטע מהלך וואס זיצט ריכטיג, און ממילא אדער קעקעצט מען אביסל, אדער פעלט אין חיתוך הדיבור, און ביי גאר ווייניג זעצן זיך די ווערטער ריכטיג. ואם שגיתי אתי תלין משוגות.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

הרב שוועמל, אלץ אל תמנע טוב מבעליו וויל איך דא אריין רעדען. יעדער איינער קען ווערען א גוטע בעל קורא, יא עטץ הערטס גוט.

צו ווערען א גוטע בעל קורא איז אזוי ווי צו ווערען א גוטע חזן (א יאסעלע ראזענבלאט), מיט איין אינטערשייד; א חזן, א שיינער חזן, קען נישט יעדער ווערען, און א בעל קורא, יא.

להבדיל אלף אלפי הבדלות אבער אין מוז עס ניצען אלץ א דוגמא, וואס איז דער חילוק צוווישען סתם א פידעל שפילער, און א מייסטער פידעל שפילער? דער ענטפער איז פראקטיז, פראקטיז, פראקטיז.

אין דבר עומד בפני הרצון, מען מוז וועלען זיין א גוטע בעל קורא, נישט גענוג צו זיין צופרידען פון זיין "א בעל קורא".

שוין גענוג הקדמה, יעצט וויאזוי ווערט מען א בעל קורא?

זאל זיך דיר דאכטען אז יעדער ווארט איז א שטיקעל גאלד, א דיאמאנט (עס איז דאך טאקע אזוי און נאך א סאך מער), מען מוז באטראכטען יעדען ווארט ווי א שטיקעל גאלד, און לייג אריין דאס גאנצע כח דאס ארויס צו האבען ריכטיג דאס ערטשע מאל. מען גייט דארך דעם פסוק ווארט ביי ווארט, בעסער געזאגט אות ביי אות (אין קאמפיוטער שפראך בייטס, אין ביטס אויך) ביז מען האט אין גאנצען ארויס וויאזוי מ'וואלט געדארפט דאס ווארט ארויס זאגען, און נאכדעם ארויס זינגען דער תנועה, יעדער ווארט באזונדער און א פאר ווערטער צוזאמען. מען גייט זייער שטייט, ביז מען האט שיין ארויס דער פסוק. יעצט גייט מען חזר'ן דאס איין פסוק. וויפיל מאל חזר'ן? וויפיל מען דארף. אויב מען דארף צעהן מאל זאל זיין צעהן מאל, אויב מען דארף 100 מאל, זאל זיין 100 מאך, און אויב מען דארף פיר הונדרט מאל, מוז מען עס חזר'ן פיר הונדרעט מאל. עס פליעט נישט פון זיך אליין אריין אין קאפ.

איז דער שפוזמן געפאלען אויפען קאפ? אפשר. אבער נאכאמאל קיינער איז נאכנישט געווארען א בעל קורא פון אזוי אזוי זיך פאר זעהן, אזוי אזוי חזר'ן. אפשר איז ער א בעל קורא, אבער א גוטע בעל קורא זיכער נישט.

איך האב שוין געהערט גוטע בעל קורא'ס. ביי א אמת'ע גוטע בעל קורא, דארף מען הערען א פליג פליען. אזוי שטיל דארף זיין. ווען יעדער הערט און האלט מיט יעדען ווארט און תנועה פון בעל קורא.

עס איז דא גוטע בעל קורא'ס וואס אין זייער יוגענט זענען זיי געווען ריזיגע בעל קורא'ס און היינט זענען זיי סא סא, און דאס איז ווייל זיי האבען שוין מער נישט "קיין נערווען" זיך פארצוזעהן אין אריין לייגען די מינימום ארבעט וואס עס פאדערט זיך צו בלייבען א גוטע בעל קורא.

ווען איך בין געווען א בחור בין איך געווען א בעל קורא. דאס ערשטע מאל זיך צוגרייטען א סדרה, האט עס מיר געקענט דוירען אפילו צעהן שעה (זעכציג מיניטיגע שעה'ן). איך פלעג זיך פארזעהן אין בית מדרש, און זיך גראגערען שעה'ן אריכות אינעם נאכט אריין.

עס איז געקומען שבת, איך שטעל זיך צום עמוד, און דער אימתא דציבורא איז געפערליך, דא לדא נקשן, צו שטיין דארט מוז מען זיין א עקשן. און מען פראבירט אראפ לייגען א ליינען דאס בעסטע וואס מען קען. אמאל געלונגט עס און אמאל נישט, ווענדעט זיך שוין אזוי ווי פריער געשריבען, ווייפיל ארבעט מען האט אריין געלייגט, מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת.

איין, שבת, לייג אין ב"ה אראפ א גוטען דזאב, און איינער קומט צו, צו מיין טאטע און זאגט אים: נישט קיין קינץ אז ער האט גוט געקענט, איר ווייסט וויפיל שעה ער האט אריין געלייגט? איך בין דא געזעצען אין בית מדרש, און דער האט נישט אויף געהערט צו גראגערען נאכאמאל דער פסוק און נאכאמאל דער פסוק, אוודאי האט ער געקענט.

מיין טאטע האט אים גע'ענטפערט, קינצען מאכער איז דא אין דער סירקוס. מיין זוהן איז נישט קיין קינצען מאכער, אויב מען מיטשעט זיך קען מען.

איך בין דייקא נישט דער וועלטס מנגן, א יודע נגן, יא (אזוי רעד איך זיך איין), אבער זינגען, נישט. עס האט מיר אלע מאל געבאדערט אלץ קינד, ווען מען האט מיר נישט געוואלט נעמען אין קווייער, וכו' וכו' מען האט געזאגט אז איך קען נישט. אבער עס האט מיר נישט געשאט קיין כי הוא זה צו ליינען. יא, איך קען נישט נאכמאכען יעדען קנייטש פון ראזענבלאט און פינטשיק, אבער טראפען קען אין יא ארויס זאגען כדבעי, אוודאי, נאכאמאל, נאך זיך גוט צו גרייטען, אז פאר יענעם גייט עס שוין ארויס פונעם נאז.

וועגען דעם ווילען נישט בעל קורא'ס צו גיין אומפארגעזעהן, און ווילען ענדערש א צווייטע זאל ליינען, ווייל זיי שעמען זיך ווען זיי קענען נישט. א גוטע בעל קורא וועט נאכען ליינען וויסען פינקטליך וויפיל מיסטעיקס ער האט געמאכט און זיי פראבירען פארעכטען פאר נעקסט טיים.

אוודאי דארף מען האבען א גוטע רבי אדער כאטש חבירים בעל קורא'ס צו ווייזען ווי מען הינקעט אינטער און וואס מען דארף פארבעסערען.

וויאזוי מען דארף חזר'ן? איז דא א סאך אופנים. איך פלעג ארבעטע אויף דריי. זיך פארגעזעהן דאס ערשטע פסוק, נאכדעם דער צווייטער פסוק, איבערגעחזר'ט די ערשטע מיט די צווייטע, געחזרט די דריטע פסוק, איבער געחזרט די ערטשע, צווייטע און דריטע פסוק, און נאכדעם געגאנגען ווייטער צו די נעקסטע דריי פסוקים. איבער געחזרט אלע זעקס, געגאנגען צו די נעקסטע דריי, איבער געחזרט אלע ניין פסוקים און אזוי ווייטער ביז שני, שלישי, וכו'.

שבת אינדערפרי פלעג איך געבען די חומש צו מיין טאטע (אדער אפילו מאמע), און איך האב געליינט פון א תיקון קוראים אדער א תיקון סופרים און פראבירט צו זעהן צו מען קען טאקע אן אריין קיקען. נאכדעם האט מען צוגעקיצעלט דא און דארט וויפיל צייט עס איז נאך געבליבען און אפגעמאכט אז דאס איז עס. אויב עס וועט נישט געלונגען וועט מען פרובירען נעקסטע וואך בעסער.

דא רעדט מען פון זיך פארזעהן דאס ערטשע מאל אין לעבען. דאס צווייטע יאר און אוודאי דאס צוואנציגסטע יאר איז אין גאנצען א אנדערע מעשה.

קענען דקדוק העלפט זייער שטארק, אבער נעמט נישט דאס פלאץ פון הארעוואניע.

חיתוך הדיבור איז זייער זייער וויכטיג, און דער וואס האט עס נישט נאטיריליך וועט דארפען ארבעטען אויף דעם א סאך מער, אבער וועט קענען אויב ער וועט טאקע באמת וועלען. מען קען א בער אויך אויס לערנען צו טאנצען.

וועגען חלק הנגינה, איז דאס אויס זינגען ריכטיג, וויכטיגער ווי א שיין קעלעכעל. דאס הארטץ דארף מען הערען מער ווי די קול, און פארדעם העלפט צו קענען גוט טייטש און רש"י מיט די מפרשים.

איינשטיין האט געזאגט (אז נישט האט עס א צווייטער געזאגט) אז genius איז איין פראצענט טאלאנט, און ניין אין ניינציג פראצענט האראוואניע! איינשטיין האט געהארעוועט פיר אין צוואנציג שעה א טאג, א סאך יארען, ביז ער האט ארויס געהאט זיינע טעאריעס.

בקיצור, יעדער קען ווערען א בעל קורא, מען דארף נאר וועלען.

דער וועלט זאגט, אז ווילנאר גאון, אז וויל נאר, וועסטו זיין א גאון. וויל נאר וועסטו זיין א בעל קורא.
--
נאך נישט געזעהן וואס בעל קורא שרייבט, גייט מען ליינען.
--
שוין געליינט, האלטען מיר בערך אייניג.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 1:34 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

נאר אויף אנצורירען איין נקודה.

די טראפען זענען נישט סתם "אויסגעגאסענע ספרינקעלס" - ווי מיין מלמד פלעגט זאגן! עס האט א סדר. מען מוז נישט געדענקען ממש הונדערטער טראפן יעדע וואך, ווייל עס האט א סדר. געוויסע טראפן קומן צוזאמען מיט געוויסע אנדערע טראפן. געוויסע טראפן קומען סוף פסוק וכו'. אז מען ווייס בערך וואס טוט זיך, ווייסט מען שוין אסאף אינפארמאציע ארום.

נ.ב. כ'בין נישט קיין בעל קורא.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ועצה טובה קמשמע לן, לערנען חומש רש"י, אויב נישט קאן מען זאגן גרייזן וואס קאנען נעבעך אנמאכן בושות.

איך לייען כמעט נישט זינט די אינגע בחור'ישע יארן, קיין צייט זיך פארצוקוקן כדבעי, ועוד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליסקא »

האט איינער געהערט ר' יצחק היילברון ע"ה פון די ווינער קהלה ליינען ?ער פלעגט ליינען אין פאפא בהמ"ד אין וויליאמסבורג שב"ק אינדערפרי אין די 7 אזייגער מנין . זונט זיין הסתלקות זיך איך אזא בעל קורא אבער איך קען נישט געפונען. געליינט א יעדע טראפ אויפן אות, תנועה גדולה וקטנה מיטן שוא נע ונח דערנאך, דגש ורפה ......... חבל על דאבדין
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אויך דארף מען געדענקען, אז מען האט ביי אונז געמאכט מיט די טראפען, בערך ווי מיט די הברה! אלע כללים באגראבן!! ווען מען הערט אמאל א ליטווישע בעל קורא, זעהט מען די ריזן חילוק.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

א עצה צו מאכען גרינגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

עס איז דא אן עצה זיך צו מאכען גרינגער, און דאס איז אז אויב מען פארלאזט זיך אויף דער לעצטע מיניט און מען הייבט זיך ערשט אן פארקיקען אין מיטוואך, ווער רעדט נאך דאנערשטיק אדער שבת אינדערפרי, איז דענמאלט נעמט א נייע סדרה גאר לאנג, און מען קען עס נישט ריכטיג קענען.

אויב איז מען אבער א זריז, איז הזריז נשכר.

דער גרינגסטע, דער רואיגסטע און בעסטע וועג זיך פארצוזעהן, איז שבת נאכמיטאג גלייך נאך די סעודה ביז שני. אויב מען ווארט אויף פאר מנחה האט מען שוין פארשפעטיגט.

זינטיג, פון שני ביז שלישי.

מאנטיג, פון שלישי ביז רביעי.

דינסטיג, פון רביעי ביז חמישי.

מיטוואך, פון חמישי ביז ששי.

דאנערשטיג, פון ששי ביז שביעי.

פרייטיג, פון שביעי ביזען סוף סדרה.

פארשטייט זיך אז יעדען טאג גוט איבער חזר'ן אלעס פון פריער.

אויב עס איז א קליינע פרשה, אדער מען האט איין טאג פינקט מער צייט, זאל מען יענעם טאג זיך פארזעהן צוויי פרשיות, און מען פארדינט גאר א סאך, נאך א טאג צו חזר'ן אין עס איין גליען אין קאפ.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

בעל קורא און שפושמן,
ריזן דאנק אייך!
בקיצור, כאב געמיינט א בעל קורא גיבט זיך אזא קוק פאר אהאלבע שעה-שעה און ער איז מסודר.
זע איך ער דארף אריינלייגן שעות על גבי שעות הארעוואניע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אויב ער האט אזוי געטוהן אין די יונגע יארען, עסט ער די פירות אויף די עלטערע יארען און עס גייט טאקע איינס צוויי. רוב בעל קורא'ס וואס האבען שוין געליינט א סדרה לאמער זאגען פינעף מאל, קענען שוין צו גיין נאר פון מעביר סדרה זיין. וויפיל צייט ער לייגט צו עס נאכאמאל חזר'ן און נאכאמאל חזר'ן, איז הכל ריווח.

איינע פון די וויכטיגסטע זאכען פאר א בעל קורא וואס קען שוין, איז זיך צו מאכען סימנים (ס'דא אזא תיקון קוראים). ווייל אן די סימנים דארף ער זיך אפשטעלען און טראכטען און טראכטען וואס קומט יעצט, אדער נעמען א טשענס וואס וועט אדער יא געלונגען אדער נישט. מיטען האבען א גוטען סימן (איך מאך זיך מיין אייגענע), קען ער גיין מיט א שטארקייט אן מיסען א ביעט.

ווי בעל קורא האט שוין געשריבען, עס איז זייער וויכטיג אז א בעל קורא זאל זיין גוט פארגעזעהן און זיכער ביי זיך, ווייל ווען מען איז זיכער ליינט מען שטארק, און ווען מען ליינט שטארק איז עס געשמאק, יעדער פארט מיט און מען הערט גוט אויס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

אלץ א בעל קורא מומחה (לשטתי...) לייג איך דא אריין א בוקמארק און ווען די צייט וועט ערלויבן וועל איך פארציילן וואס ליגט מיר שוין יארן אויפן צינג פאר די חשובע קאלעגערס כל אחד בשמו הטוב יבורך.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

א בעל קורא מומחה וואס איז נישט מסתכל בספעלינג?
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1740
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

farshlufen האט געשריבן:ועצה טובה קמשמע לן, לערנען חומש רש"י, אויב נישט קאן מען זאגן גרייזן וואס קאנען נעבעך אנמאכן בושות.

איך לייען כמעט נישט זינט די אינגע בחור'ישע יארן, קיין צייט זיך פארצוקוקן כדבעי, ועוד.


הער איך אמאל א בעל קורע (רייסער - די עולם פלעגט זיך טאקע רייסן פאר געלעכטער ביי זיין קריאה/קריעה) ליינען אום פרשת בא, אויפ'ן פסוק עַד יוֹם הָאֶחָד וְעֶשְׂרִים לַחֹדֶשׁ בָּעָרֶב. שִׁבְעַת יָמִים שְׂאֹר לֹא יִמָּצֵא בְּבָתֵּיכֶם כִּי כָּל-אֹכֵל מַחְמֶצֶת

ליינט ער אזוי: בָּערֶב שִׁבְעַת יָמִים--שְׂאֹר לֹא יִמָּצֵא בְּבָתֵּיכֶם

זאג איך איהם: כ'פארשטיי נישט, אויב איז א פסוק מפורשת אז 'בערב שבעת ימים שאר לא ימצא בבתיכם', דאן פארוואז'ע דארפ'ן די חז"ל דרש'נען אז ערב פסח איז אסור במציאת חמץ משעה שש מיט'ן דרש פון 'לא תשחט את הפסח בזמן שהחמץ קיים'?
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

יא, דאס איז א גאנגבאר פראבלעם ביי אסאך, ביי יעדן 'רביע' אדער ענליכע טראפ אנפאנג פסוק, איז דער טבע עס ציעט זיך ארויף און נאכדעם כאפט מען דעם אטעם, אויב מ'פארלייגט זיך נישט אויפצופאסן דערויף, והבן כי קצרתי.
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

פלוני האט געשריבן:יא, דאס איז א גאנגבאר פראבלעם ביי אסאך, ביי יעדן 'רביע' אדער ענליכע טראפ אנפאנג פסוק, איז דער טבע עס ציעט זיך ארויף און נאכדעם כאפט מען דעם אטעם, אויב מ'פארלייגט זיך נישט אויפצופאסן דערויף, והבן כי קצרתי.

שִׁבְעַת יָמִים איז א זקף קטן (נישט נאכגעקוקט) .

בנימין וואס גלייכסטו צו ווערטער אין די תורה הק' וואס אין יעדן קלענסטן תג לייגן תילי תילי סודות נוראים וקדושים, צו ספענלינג אויף אייוועלט וואס איז נישט מער ווי א קאמיוניקאציע מיטל און אז די האסט דעם ציל דארפ דעם מיטל והבן.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:נאר אויף אנצורירען איין נקודה.

די טראפען זענען נישט סתם "אויסגעגאסענע ספרינקעלס" - ווי מיין מלמד פלעגט זאגן! עס האט א סדר. מען מוז נישט געדענקען ממש הונדערטער טראפן יעדע וואך, ווייל עס האט א סדר. געוויסע טראפן קומן צוזאמען מיט געוויסע אנדערע טראפן. געוויסע טראפן קומען סוף פסוק וכו'. אז מען ווייס בערך וואס טוט זיך, ווייסט מען שוין אסאף אינפארמאציע ארום.

נ.ב. כ'בין נישט קיין בעל קורא.


יעדע פסוק האט איין אתנחתא אינמיטן. מ'דארף געדענקן וואו די פסוקים ענדיגן זיך. די טראפן זענען גוט אריינגעשטעלט לויטן פשט. אין א גרויסן פסוק קומט אריין מער טראפן. אמאל אפילו א פזר, רוב טראפן זענען די מרכא טיפחא אתנחתא אדער די טיפחא מרכא אתנחתא'ס. נאך א דרגא קומט געווענליך א תביר. ס'דא ווערטער וואס שטייען פאר זיך אליין, זיי האבן געווענליך א רביעי. אדער א פשטא אויב ס'איז אזוי ווי אנהייב א זאץ, אויב ס'איז אביסל א גרעסערער פסוק וועט זיין אן אתנחתא, און אויך א זקף קטון ביים ערשטן (,) ווייל געדענק, נאר איינמאל א פסוק וועט זיין א אתנחתא חוץ למשל פיצי פסוקים ווי וידבר.

פשטא, איז אלעמאל אנהייב זאץ ווי מ'זאגט. דער עיקר איז געדענקן וואו די פסוקים האקן זיך, און וואו די אתנחתא ליגט.

א זרקא סגול איז וואו די פסוק איז גענוג לאנג פאר אן אתנחתא, פאר א זקף קטון, און ס'דא נאך פלאץ, קומט אריין דעם זרקא סגול.
נישט קיין בעל קורא.

טראפן איז לאגיק, אוודאי תורה מסיני. למשל א זקף גדול וועט אויך קומען ביי א ווארט וואס שטייט פאר זיך למשל

די וואכענדיגע סדרה .

וְהָיָה, כִּי-תָבוֹא אֶל-הָאָרֶץ, אֲשֶׁר ה' אֱלֹהֶיךָ, נֹתֵן לְךָ נַחֲלָה; וִירִשְׁתָּהּ, וְיָשַׁבְתָּ בָּהּ.

קודם געדענק 'וישבת בה' ענדיגט זיך דער פסוק, און ס'מוז אריינקומען אין יעדן פסוק אן אתנחתא מיט א סוף פסוק, וואו די אתנחתא? ביי די ווארט נחלה. יעצט פראביר אויף אלע אופנים וועסטו זעהן אז לויט וויאזוי די טראפן זענען, נאר אזוי שטומט עס. אדרבה פראביר. די ווארט והיה שטייט פאר זיך אבער ווערט געצויגן אויף ווייטער, 'און עס וועט זיין אז', קומט א פשטא, (איך טראכט אז א רביעי אויף והיה וועט שוין זיין צו דראמאטיש פאר אזא קליינע פסוק) 'כי תבוא אל הארץ' איז איין זאך. א מרכא טפחא אתנחתא קען נישט זיין ווייל די פסוק האט שוין ביי נחלה. איז קומט א מנח קטון. אשר ה' אלקיך קען ווייטער נישט זיין א מרכא טפחא ווייל ס'איז שוין דא ביי נחלה, יעצט האסטו דא דריי ווערטער אשר ה' אלקיך, אשר באקומט א פשטא ה' אלקיך א זקף קטון. נתן לך נחלה איז די אתנחתא פון פסוק. נתן לך איז א מרכא טפחא ווייל ס'איז איין זאך 'נתן לך' ער געט צו דיר.
אבער וירשתה וישבת איז צוויי באזונדערע זאכן 'וירשתה וישבת' און דו וועסט איהר ירש'נן איין זאך און דערנאך וישבתה בה, איז עס טפחא מרכא, טפחא גייט מער ארויף אויף פריער.


וְהָיָה֙ כִּֽי-תָב֣וֹא אֶל-הָאָ֔רֶץ אֲשֶׁר֙ ה' אֱלֹהֶ֔יךָ נֹתֵ֥ן לְךָ֖ נַחֲלָ֑ה וִֽירִשְׁתָּ֖הּ וְיָשַׁ֥בְתָּ בָּֽהּ:
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 11:09 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

הערט אויס די שיעורים אויף קול ברואים.

און אלעס וועט אייך ווערן פשוט פשט די משוררים מפסיקים נקודות ווי פארוואס וכו'

בדוק ומנוסה
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

וְלָקַחְתָּ מֵרֵאשִׁית כָּל-פְּרִי הָאֲדָמָה, אֲשֶׁר תָּבִיא מֵאַרְצְךָ אֲשֶׁר ה' אֱלֹהֶיךָ נֹתֵן לָךְ--וְשַׂמְתָּ בַטֶּנֶא; וְהָלַכְתָּ, אֶל-הַמָּקוֹם, אֲשֶׁר יִבְחַר ה' אֱלֹהֶיךָ, לְשַׁכֵּן שְׁמוֹ שָׁם.


קודם ווייס וואו דער פסוק הייבט זיך אן און ענדיגט זיך. שטעל דעם אתנחתא. צוטייל עס לויטן ענין ביז די אתנחתא און נאך. האסטו שוין היבש ארבעט גע'חזר'ט. געדענק ווי מער לאגיק ס'מאכט פאר דיר, אלץ מער וועסטו עס געדענקן.

ולקחת, מראשית כל פרי האדמה, אשר תביא מארצך, אשר ה' אלקיך נתן לך, ושמת בטנא. והלכת אל המקום. אשר יבחר ה' אלקיך. לשכן שמו שם.


וְלָקַחְתָּ֞ מֵרֵאשִׁ֣ית | כָּל-פְּרִ֣י הָאֲדָמָ֗ה אֲשֶׁ֨ר תָּבִ֧יא מֵֽאַרְצְךָ֛ אֲשֶׁ֨ר ה' אֱלֹהֶ֛יךָ נֹתֵ֥ן לָ֖ךְ וְשַׂמְתָּ֣ בַטֶּ֑נֶא וְהָֽלַכְתָּ֙ אֶל-הַמָּק֔וֹם אֲשֶׁ֤ר יִבְחַר֙ ה' אֱלֹהֶ֔יךָ לְשַׁכֵּ֥ן שְׁמ֖וֹ שָֽׁם:
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

אה, מחי'.
דא זעהט מען אויך אז נאך דעם תביר שטעלט מען זיך נישט, נאר נאכן טיפחא.
לעצט פארראכטן דורך פלוני אום מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 11:23 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

ביטע אכטונג געבן נישט צו פעיסטן די שמות הוי"ה במילואם
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א אידעלע »

בעל קורא האט געשריבן:2. די פליסיגקייט
דאס איז באמת א טאלאנט, וואס דאכט זיך אבער אז רוב מענטשן האבן עס בעיסקלי. די עיקר פליסיגקייט פראבלעמען מיין איך זעהט מען ביי בעל-קורא'ס וואס פראבירן מדקדק צו זיין, און זיי זיצן נישט גוט אויף די טראפן לפי זייער נגינה. זייער סאך מאל פארן זיך די טראפן נישט גוט צאם, און נאך עטליכע אזעלכע פרטים. די בעסטע עצה נישט אריינצופאלן אין אזא מצב איז לענ"ד צו הערן כסדר א גוטע בעל קורא וואס האט נישט די פראבלעמען, ווייל אז מען כאפט-אויף א געגאסענע מהלך אין די טראפן מיין איך דארפן רוב מענטשן נישט האבן קיין פראבלעם דערמיט.
(רעדנדיג פון דעם וועל מיר דערמאנען א פראבלעם וואס מאכט זיך ביי מאנכע דורך זייער דקדוק, אז זיי ברענגען ארויס דעם גאנצן טראפ אויפן אות ווי עס שטייט, און ביי א ווארט וואס איז מלעיל בלייבט שוין נישט קיין פלאץ נאכדעם פאר די לעצטע תנועה פונעם ווארט, דאס איז א צריך תיקון, וואס פונקטליך וויאזוי מען דארף עס מתקן זיין איז נישט דא דאס פלאץ).


פארשטיי איך נישט דעם פראבלעם, ביי וועלכע ווערטער למשל?
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

א אידעלע האט געשריבן:פארשטיי איך נישט דעם פראבלעם, ביי וועלכע ווערטער למשל

לפרים קריאה פון סוכות
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
בעל קורא
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2012 11:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל קורא »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
א אידעלע האט געשריבן:פארשטיי איך נישט דעם פראבלעם, ביי וועלכע ווערטער למשל

לפרים קריאה פון סוכות


ענליך צו דעם האב איך היינט געהערט איינעם ליינען לעשר, מיטן תלישא גדולה אויפן למ"ד.

אבער כמיין נישט דאס, דאס האט נישט צו די נקודה פון פליסיגקייט.
נאר ביי רוב ווערטער וואס זענען מלעיל, און האבן א לאנגע טראפ, זענען פארהאן בעלי קריאה, וואס צוליב זייערע דקדוק חשבונות צו ליינען די טראפ אין ריכטיגן ארט, זינגען זיי אויס די גאנצע נגינה אויף יענעם אות, כאילו ביי דעם וואלט זיך די ווארט געענדיגט (דאס וועט מען נאר הערן ביי א.ג. מדקדקים), און נאכדעם דארפן זיי צולייגען נאך א תנועה פאר די לעצטע אות.
אויסער וואס דאס מאכט א חורבן מיט די ווארט און די נגינה, איז עס גורם אז די נגינה זאל זיך נישט קענען צאם גיסן מיט די קומענדיגע טראפ.
וויאזוי יא צו ליינען ווערטער וואס זענען מלעיל, קען מען שרייבן עטליכע בלעטער, מה שאין כאן מקומו, דא האט רב טקסט געשריבן אביסל דערוועגן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לגבי "לעשר" דער תלישה גדולה מאכט אים נישט מלעיל, ויש ע"ז במנחת שי אין איינס פון די בראשית סדרות.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “פארשידענע הילף”