בלאט 1 פון 1
האטעל הילף אין א"י
פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 06, 2014 10:39 pm
דורך אלטע איד
כ'בין שוין א אלטע איד, כ'גיי מאכן מיט די אלטע רעבעצין מיינע א ערליך פארדינט וועקאציע אין ארץ הקודש.
כ'האב שוין באשטעלט טיקעטס (ח"ו נישט עלאל). יעצט פון דא אין וויייטער בין איך אביסעל פארלוירען,
כ'זיך א האטעל, ווי הייב איך אן? כ'גיי אויף האטעל'ס דאט קאם, קומט ארויף צענדליגע האטעל'ס כ'האבנישט קיין געדולד צו קוקן בילדער פון יעדער האטעל, פרייזען, לאקאציע וגו'
כ'וויל וויסען די שענסטע האטעל אין ים המלח, די שענסטע אין טבריה, שענסטע אין ירושלים, אין שענסטע אין תל אביב.
ווי הייב איך אן? כ'זאל קוקן וויפיהל שטערן ס'דא? כ'בין ניש באקאנט מיט די זאכן. וואס טוע איך טאמער כ'באשטעל ביי ים המלח אין אדערוייל איז ע אראפ די גאס פונעם ים המלח?
אין פארשטייט זיך כ'קען באשטיין צו צאלן די בעסטע פרייז שייך.
עכ"פ ווער קען העלפן א אלטע איד? תודה למפרע,
פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 06, 2014 11:52 pm
דורך מטעמים
אין ירושלים איז דא דריי אפשענס לפי ידיעתי.
Leonardo לעבן כבוש איינס ביים גרעניץ פון די ציונים אין די אראבער סיז הערליך שיין אין אויך רואיג.
די הכשר איז רבנות סאו א סך היימישע אידען ווילען נישט דארט זיין פאר א שבת.
סיז דא א איד מאטי קרויס ער ארלעדיגט דיר אין ירושלים מטה כסא שלחן מנורה רכב ועוד ועוד ועוד. ער ארלעדיגט דיר אלעס אין ער טראגט דיר אין ברענגט דיר עס איז פאר מיר געוועהן א פלעזשור צו גיין מיט איהם עספעשעלי אויב געלט שפיעלט נישט קיין ראלע. I prefer you to.use him.
ווער עס האט זיין נאמבער זאל מוחל זיין אין ארויפלייגען.
נאכדעם איז דא א האטעל אין ירושלים ס'הייסט prima palace שלעכטע סערוויס, קליינע צימערן, אויב דו קימסט מיט רענצלעך האסט עס נישט ווי צו לייגען. מען דארף באצאלען עקסטער געלט נאך שבת פאר טרינקען. דאס הייסט. די סעודות איז פארט פון וואס מען באצאלט אין די טרינקען דארף מען עקסטער צאלען די עסן איז נישט אין מויל צו נעמען אבער סיז אין געגענט.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 21, 2014 5:57 pm
דורך כאפצעם
Wow בין איך סורפרייזד! אפגעפאטשט!
איך האב געמאכט רעזערוועשאנס אין פריימע פעלעס אויף קומענדיגן סוכות נאכן זעהן אויף bookings.com איין רעוויו בעסער פונעם צווייטען.
וויאזוי שטימט דאס?
זענען די וואס שרייבן די רעוויוס באצאלט?
אדער האסטו פערצופאל געהאט ביי זיי א דוירעכגעפאלענע עקספיריענס?..
די פרייזן וואס זיי בעטן איז גראדע ציפעדיג פעפערדיג,אבער כהאב געהאלטן אז ס'לוינט זיך פאר די באקוועמליכקייט, יעצט הער איך פלוצלונג אז דאס אויך נישט?..
כ'הייב אן ערענסט קאנסידערן צו קענסלען דעם באקינג און נעמן אן אפארטמענט (א צווייטע האטעל אין די היימישע געגנט איז נישט פארהאן קיין צווייטע,לפי ידיעתי).
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 21, 2014 6:01 pm
דורך הרבטייטעלבוים
ג"א מצטרף לענין פרימא פאלאס, תלוי וואס מען רעכענט זיך אויף, כוואלט עס גערופען א חסידשע האטעל
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 21, 2014 6:09 pm
דורך כאפצעם
א חסידישע האטעל? אה.. דאס וואלט דאך געווען א מחי' (גראדע אויף זייער מעין פיקטשער פונעם הטעל וואס זיי עדוועטייזן האבן זיי ווי צוויי חסידישע יודן שמועסן ביים אריינגאנג... קען זיין טאקע צו געבן דעם איינדרוק)
אבער לויט ווי הרב מטעמים לייגט אראפ די מצב איז דאס אסאך ערגער, שוין גארנישט קיין מטעמים.
איך טראכט ערענסט צו קענסלען, די פרייז איז פונקט דאפעלט ווי א נארמאלע האטעל און דאס נאך באקומען דערפאר? כוויל פשוט מיך נישט עסן דאס הארץ לאחר המעשה.
ווייסט אפשר איינער דא נאך אינפארמאציע? הרב טייטלבוים, אפשר זענט איר זיך אביסל מסביר?
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 1:17 pm
דורך כאפצעם
שוין, האמיר געקענסלט פריימא פאלאס.
געדינגען א דירהלע אנשטאט.
אלטע איד, וואס איז געווארן מיט דיר למעשה?
לעבסט נאך?
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 2:01 pm
דורך שמעלקא טויב
כאפצעם האט געשריבן:שוין, האמיר געקענסלט פריימא פאלאס.
געדינגען א דירהלע אנשטאט.
אלטע איד, וואס איז געווארן מיט דיר למעשה?
לעבסט נאך?
האסט גוט געטוען, איך האט נישט געגליכן פרימא אין די פאר טעג וואס כ'בין דארט געווען.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 9:45 pm
דורך בולקע
כאפצעם האט געשריבן:שוין, האמיר געקענסלט פריימא פאלאס.
געדינגען א דירהלע אנשטאט.
אלטע איד, וואס איז געווארן מיט דיר למעשה?
לעבסט נאך?
@כאפצעם איך האב געטראפן אײנעם װאס װאל פארדינגן זײן דירה פאר $75 א נאכט.
איז עס דער נארמאלע פרײז? און װאס טוט מען מיט א סוכה?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2014 12:02 am
דורך אלטע איד
יא, כ'לעב, כ'עלטער זיך געפערלעך, .כ'ווארט מ'זאל מיך העלפן דא מיט האטעל'ס אדערוויל בין איך נאך נישט געגאנגען אויף די וועקאציע.
אבער איך וויל זיין אין מער א פענסי האטעל ווי די נייע עסטאריע אדער מצידת דוד, איך וויל זיין נאנט צום כותל, אין אויף שבת פלאן איך צו נעמען א דירה אין גי היימישע געגענט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2014 10:31 am
דורך מטעמים
ביי ים המלך זאלסטו גיין צו די Danielle hotel סיז הערליך שיין מיט גיטע סערוויס. אדער Leonardo וואס איז מער סימפל.
Leonardo האט אבער גרעסערע רומס.
מירון איז גיט איינצושטיין ביי נפתלי פריעדמאן. טבריה גייט מען צו Cherrys אין צפת קען איך מיך נישט אויס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2014 12:21 pm
דורך אפילו בהסתרה
Leonardo Plaza אין ירושלים איז זייער גוט 10 מינוט צו גיין צום כותל
זייער באקוועם
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2014 12:22 pm
דורך מטעמים
בהשגחת הרבנות
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2014 1:33 pm
דורך אפילו בהסתרה
נישט געגעסן דארט פליישיגס
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 03, 2014 5:41 am
דורך כאפצעם
בולקע האט געשריבן:כאפצעם האט געשריבן:שוין, האמיר געקענסלט פריימא פאלאס.
געדינגען א דירהלע אנשטאט.
אלטע איד, וואס איז געווארן מיט דיר למעשה?
לעבסט נאך?
@כאפצעם איך האב געטראפן אײנעם װאס װאל פארדינגן זײן דירה פאר $75 א נאכט.
איז עס דער נארמאלע פרײז? און װאס טוט מען מיט א סוכה?
זייער א ביליגע פרייז. מיין דירה איז $100 א נאכט, און דאס איז גאר ביליג, די עווריזש פרייז פאר א צוויי בעדרום דירה איז $200 א נאכט.
מיין דירה קומט מיט א סוכה, קען זיין וויבאלד דיינס האט נישט איז עס אזוי ביליג.
כ'ווייס דיר נישט וואס צו זאגן אז דו האסט נישט קיין סוכה, אויב האסטו עפעס קרובים וואלט דאס געווען די בעסטע אפשען, אויב נישט אפשר אינווייטסטיך צו איינע פון די האטעלס אויף צו עסן.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 03, 2014 5:48 am
דורך כאפצעם
אלטע איד האט געשריבן:יא, כ'לעב, כ'עלטער זיך געפערלעך, .כ'ווארט מ'זאל מיך העלפן דא מיט האטעל'ס אדערוויל בין איך נאך נישט געגאנגען אויף די וועקאציע.
אבער איך וויל זיין אין מער א פענסי האטעל ווי די נייע עסטאריע אדער מצידת דוד, איך וויל זיין נאנט צום כותל, אין אויף שבת פלאן איך צו נעמען א דירה אין גי היימישע געגענט
נו ווייסטיך יא וואס דו ווילסט, אויף וועם ווארטסטו, קענסטיך נישט אליין באקן א האטעל? כפארשטיי ביזט אלט אבער כגלייב נישט ס'דארף אויפצונעמען אזויפיל כוחות..
זיי נישט קיין נער,
כאפ אריין ווי לאנג דו לעבסט נאך...
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 03, 2014 8:29 am
דורך ווישוואש
@DansDeals: New IHG PointBreaks List Is Out; Crowne Plaza Jerusalem For Just 5,000 Points!
http://t.co/hf53PZHvkS/s/YRyDאולי איז נאך דא עפעס אוועיל.
פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 04, 2014 9:26 pm
דורך כאפצעם
קראון פלאזא איז נישט אין געגנט, ס'נעמט בערך א האלבע שעה ביז מאה שערים.