Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

טאטי, איך דארף א ריקארדער...

דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 9:08 pm

טאטי, איך דארף א ריקארדער.
וואס טו איך? זאל איהם קויפן א ריקארדער אדער נישט. זאל איך זיין א שלעכטער. וואס איז די חסרון מיט א ריקארדער פאר א יונגעל? ער הייבט מיר אן אריינצולייגן מיוזיק, וואס דאס וויל איך נישט, בשום אין אופן. איך וויל נישט מיין קינד זאל זיך צוגעוואוינען צו דעי מין זאך ווי הערן מוזיק, טאג און נאכט הערט מען און מ'הערט די אלע 'סאנגס' וואס איז נישט יודישלעך, מילד גערעדט.

וואס איז, איך כאפ אראפ וואס מ'רעדט און מ'הערט עס נאכדעם? אבער איך זעה די ריקארדער ווי אזאך וואס צו דעם איז צוגעטשעפעט צו די אנדערע עק אן איי-פאון פשוטו כמשמעו! איך ווייס וואס איך רעד, אבער די מעשה פון וואס איך רעד איז נאר געווען ביי איינעם וואס האט נישט געהאלטן געהעריג ביים לערנן אדער האט נישט געקענט לערנן. על כל פנימ'ער, נישט יעדעס יונגעל מיט א ריקארדער האט א פאטענציאל צו גיין מ'ריקארדער צו א mp3 צו א וכו' ביז קוקן ווידעאו, וכו' וכו'...

ווען מיין יונגעל וועט זיין א טאטע זאל ער קויפן וויפיל ריקארדערס ער וויל, איך האף נאר ער וועט שוין דאן זיין אנגעזאפט מיט יראת שמים און תורה ויראת שמים, אז ער וועט שוין דאן וויסן וואס ס'מיינט זיין אן ערליכער יוד, ווי ווייט מ'דארף אנטלויפן פון א חשש ראי' אסורה,

אבער עס אף נאו, וואס טו איך? נאר לייביש לאנגער?


וויאזוי רבש"ע צו איך אויף אן ערליך קינד? ס'איז אזוי סקערי? וויאזוי מאכן זיי עס? איינער האט מיר אמאל געזאגט אז די קינדער וואס מ'לאזט זיי אלעס טון, זיי וואקסן אויף ערליכע יודן. אזוי האט יענער געזאגט, עס אריינצולייגן אין פראפארציע? זייער שווער. איך האב געזעהן קינדער צדיקים, זייער טאטע האט זיי געפייניגט און געציפט, און זענען אויסגעוואקסן, גיי ווייס. איך וויל כמעט נישט ארויפשטעלן דעם אשכול אבער איך שטעל עס יא ארויף מיט די אומבא'טעמ'טע געפיל וואס איך פיהל.

Advertisement

דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 9:21 pm

מיין דעה: נעם דאס יונגעל אויף א "לאנגע" שמועס אין א פארק, און קלער איהם אויף פארוואס דו האסט מורא עס צו קויפן פאר איהם - שטייט זיך אויף זיין שפראך, אפי' דו ווייסט אז עס איז זייער א גוטע זאך. און אפי' אויב אלע קינדער האבן עס מיינט נישט אז מען קעון נישט טוהן שלעכטע זאכן דערויף,

נאכהער, גיי און קויף א מין כלי וואס דו קענסט האלטן קאנטראל דערויף, און צוזאמען מיט איהם בוי אויף א אייזענרנעם קשר, יעדע וואך קוק איבער וואס ער האט דארט - פארשטייט זיך אויף א וועג ווי די ווייזט איהם אז דו טראסט "זיין שטארקייט" פון נישט אריינלייגן זאכן וואס מען טאר נישט.

צוויי מאל א חודש "בארג עס פון איהם" און צינד אן אין די קאר א חשובע דרשה וואס "ער איז געגאנגען מיט טאטי" אריינלייגן ווייל ער זאל הערן ערליכע דרשות, און אויך די נייע אמן ואמן טעיפ ווייל דו ווילסט ער זאל הערן "כשרע מוזיק" מיט "תוכן"

פארשטייסט די פוינט? בוי זיין חינוך און זין אייגענע פערסענאלעטי און שכל, יא, מיט די כלי!

אז דו זאגסט איהם דו לאזט נישט, קען איר זייער גרינג קויפן אליינס "אן דיין וויסן"! קויף עס און האלט קאנטראל אויף עס!

דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 9:26 pm

איי נשמה'לע, דו אלע נסיונות'לעך גיי מיר צוזאמען מיט, מיין אינגל דארף אויך א ריקארדער, און כ'האב אים געגעבן

איך ווייס נישט צו א קינד וואס מ'געט אלעס נאך וועט אויסוואקסן ערליך, אבער א קינד וואס אויף יעדע זאך וואס ער בעט איז א ניין, דער דארף גרויס רחמי שמים ער זאל אויפוואקסן געזונט בגשמיות וברוחניות ובפרט היינטיגע צייטן.
אוודאי דארף מען נישט אלעס נאכגעבן א קינד, אבער נישט יעדע זאך דארף זיין א ניין, ס'איז דא א מיטל וועג אויך.

מיין יונגל האט למשל געדארפט א ריקארדער, ער וויל אפכאפן וכו', איך האב אים געגעבן א ריקארדער, א יאר שפעטער בעט ער מיר א MP3 סענסא, דארט האב איך אים געזאגט סטאפ, איך האב מיך אראפגעזעצט מיט אים און אים מסביר געווען די חילוק צווישן די צוויי, די פראבלעמען דערפון, צו ער האט פארשטאנען צו נישט ווייס איך נישט, געזאגט האט ער אז ער הערט וואס איך זאג, ער האט עס נאר אנגענומען בדיעבד, אבער למעשה האט ער עס אויפגעהערט צו בעטן און ער איז געבליבן מיטן ריקארדער, לענ"ד האב איך גוט געטון, איך האב אים געוויזן איך געב דיר וואס דו דארפסט, ווי לאנג ס'האט נישט קיין סכנה ברוחניות, למעשה א ריקארדער האט די זעלבע פונקציעס ווי א MP3 (פאר אים), ס'איז נאר באקוועמער, נו, נישט אלע באקוועמליכקייטן קען מען זיך נאכגעבן.
==
ענדע צדיק האקט, זייער פיין געזאגט
מיין קינד האב איך לכתחלה נישט געגעבן קיין אפשען ער זאל גיין אנפילן סיי ווי, כ'האב אים געזאגט וואס דו דארפסט בעט מיר, איך וועל דיר עס ערלעדיגן, און מ'איז עס בודק פון צייט צו צייט, ב"ה דערווייל מער ווי פישל שעכטער אינטערעסירט אים נישט, כן יעזור ה' הלאה

דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 9:44 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:מיין דעה: נעם דאס יונגעל אויף א "לאנגע" שמועס אין א פארק, און קלער איהם אויף פארוואס דו האסט מורא עס צו קויפן פאר איהם - שטייט זיך אויף זיין שפראך, אפי' דו ווייסט אז עס איז זייער א גוטע זאך. און אפי' אויב אלע קינדער האבן עס מיינט נישט אז מען קעון נישט טוהן שלעכטע זאכן דערויף,

נאכהער, גיי און קויף א מין כלי וואס דו קענסט האלטן קאנטראל דערויף, און צוזאמען מיט איהם בוי אויף א אייזענרנעם קשר, יעדע וואך קוק איבער וואס ער האט דארט - פארשטייט זיך אויף א וועג ווי די ווייזט איהם אז דו טראסט "זיין שטארקייט" פון נישט אריינלייגן זאכן וואס מען טאר נישט.

צוויי מאל א חודש "בארג עס פון איהם" און צינד אן אין די קאר א חשובע דרשה וואס "ער איז געגאנגען מיט טאטי" אריינלייגן ווייל ער זאל הערן ערליכע דרשות, און אויך די נייע אמן ואמן טעיפ ווייל דו ווילסט ער זאל הערן "כשרע מוזיק" מיט "תוכן"

פארשטייסט די פוינט? בוי זיין חינוך און זין אייגענע פערסענאלעטי און שכל, יא, מיט די כלי!

אז דו זאגסט איהם דו לאזט נישט, קען איר זייער גרינג קויפן אליינס "אן דיין וויסן"! קויף עס און האלט קאנטראל אויף עס!


זאגסט דאך אזוי גוט. אזוי גוט. דאס איז די ריכטיגע וועג. די אמת'דיגע וועג.

דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 9:46 pm

קויף נאר א ריקארדער וואס מקען נישט אריינלייגן א מעמערי קארט, געדענק דאס!

פרייטאג ספטמבר 05, 2014 8:57 am

שיינער אשכול - איך גלייך

פרייטאג ספטמבר 05, 2014 10:22 am

האב איך אמאל געהערט פון ר' ברוך שלמה וויינבערגער אן עצה וואס ער האט געגעבן פאר א טאטע פון א בין הזמנים בחור וואס האט גע'טענה'ט ער דארף האבן וואס צו הערן...
האט ער אים גע'עצה'ט ער זאל זאגן פארן בחור, כ'פארשטיי דו דארפסט עס האבן, כ'גיי דיר עס קויפן, אבער ס'געהערט פאר'ן 'שטוב', נישט דיר פריוואט, ס'ליגט אין פובליק טעיפ לעדל, דו נעמסט עס ווען דו דארפסט, דיין שוועסטער/ברודער/טאטע/מאמע ווען זיי דארפן.....

ס'איז א גוטע עצה פאר וועם ס'קען ארבעטן.....

פרייטאג ספטמבר 05, 2014 10:34 am

סיז דא היינט טויזענטער דרשות און מעשיות צו דאונלאודן ביי קרן שמואל ישעי' אדער ובלכתך בדרך...

די עצה עס צו מאכן א "הויז" אייטעם איז גאנץ פיין, ועוד, קויף א ספיקער דערצו, לאזעמעס נישט הערן מיט העד-פאון'ס... אויב ווילסטו דוקא קענעך דיר גיבן א נאמבער פון איינעם וואס קען דיסעיבלן די SD קארד סלאט... (אריינלייגן קרעיזי גלו קען צוברעכן די מאשין...)

א לאנגע שפאציר און א שמיעס מיטן קינד איז אייביג גוט, סאט נישט קיין שייכות צום MP3 פלעיער...

פרייטאג ספטמבר 05, 2014 10:40 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:א לאנגע שפאציר און א שמיעס מיטן קינד איז אייביג גוט, סאט נישט קיין שייכות צום MP3 פלעיער...

;l;p-

פרייטאג ספטמבר 05, 2014 1:24 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:סיז דא היינט טויזענטער דרשות און מעשיות צו דאונלאודן ביי קרן שמואל ישעי' אדער ובלכתך בדרך...

די עצה עס צו מאכן א "הויז" אייטעם איז גאנץ פיין, ועוד, קויף א ספיקער דערצו, לאזעמעס נישט הערן מיט העד-פאון'ס... אויב ווילסטו דוקא קענעך דיר גיבן א נאמבער פון איינעם וואס קען דיסעיבלן די SD קארד סלאט... (אריינלייגן קרעיזי גלו קען צוברעכן די מאשין...)

א לאנגע שפאציר און א שמיעס מיטן קינד איז אייביג גוט, סאט נישט קיין שייכות צום MP3 פלעיער...

אנפילן און לאקן אין נישט קיין אפציע?

פרייטאג ספטמבר 05, 2014 1:50 pm

נשמה'לע
איז דאס דער זעלבער קינד פון באם אין קינדס וועלטל?
אויב יא האב איך מורא ס'קומט ווייל דו קענסט נישט סטאפן דערמיט..


זאלסט טאקע זען אסך אידיש נחת פון אלע דיינע קינדער!

פרייטאג ספטמבר 05, 2014 1:53 pm

מי יודע האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:א לאנגע שפאציר און א שמיעס מיטן קינד איז אייביג גוט, סאט נישט קיין שייכות צום MP3 פלעיער...

;l;p-

און נאכדערצו און א פארק איז זעכער גיט..

זונטאג ספטמבר 07, 2014 1:10 pm

די אשכול איז מוירעדיג. אונז דארפען זעין ווי מער צו שרייבען ביישפילען ווי דאס וואס נשמה האט געשריבען אונז וועלען קענען אונצייגען יעדער זיין עקספיריענס

מאנטאג ספטמבר 08, 2014 1:31 am

נשמה,
אחרי שובי, אויב ווילסטו דיין קינד זאל אויסוואקסן לויט דיין ספעציפישן גאנג, דארפסטו קאנסידערן די מוסד וואס ער לערנט.
דהיינו דיין קינד האט נישט סתם אזוי געחלומט פון א רעקארדער, ער האט עס געזען ביי אנדערע קינדער און דערפאר וויל ער עס אויך.
איז אויב לערנט ער אין א גרויסע מוסד איז דאס זייער שווער צו קאנטראלירן ובפרט פאר עלטערן.
אבער ביי קלענערע מוסדות איז פארהאן אזעלכע וואס דארט קומט נישט אריין די גלאנץ פון די גאס. אולי דארט האסטו בעסערע שאנסן אים ערציעהן דיין גאנג.

ווייל פארשטיי, אז אויב אין די מוסד זעט ער זאכן אנדערש ווי דו ביסט אים מחנך, האסטו חוץ דיין חנוך לנער, אויך א ארבעט פון א פסיכילאג דהיינו אים אפזונדערן פון די 'יעדער איינער' וואס הערשט אין אלגעמיין אין די מוסד.
נישט יעדער טאטע קען דאס און זייער ווייניג זענען דערמיט מצליח.

אלזא רעד דיך דורך מיט לפחות 2 מומחים אויב סקומט אין באטראכט אזא מעגליכקייט פון טוישן מוסד. ובפרט אויב נאר דער קינד איז אזוי, מיינט דאס ער ווערט צו שטארק נשפע פון די אלגעמיינע גאס/מוסד און ברויך אביסל אן אנדער צוגאנג.

הצלחה

מאנטאג ספטמבר 08, 2014 11:28 am

שוועמל טייערע, דו רעדסט דברים של טעם
אבער טרעף מיר ביטע א מוסד אין אמעריקא ווי ס'זאל זיך נישט טרעפן דארט קיין ריקארדער וכו', ס'איז נאכנישטא קיין מוסד ווי מ'ערציהט מלאכים, נאר וואס דען, א קינד מעג זיך אויסלערנען אז נישט אלעס וואס יענער האט דארף ער אויך האבן
איך האב געשריבן אויבן אז איך האב געקויפט פאר מיין קינד א רעקארדער, אינעם מוסד ווי מיין קינד לערנט מיין איך אז מען טאר נישט האבן קיין ריקארדער אין חדר, איז ווי האט ער עס אויפגעפיקט??, נאר אזוי איז עס, מ'לעבט נישט אין מדבר, און מ'אימיונט דאס קינד מיטן ומותר האדם מן הבהמה אין
שרייב א תגובה

Advertisement