בלאט 1 פון 1

קאסמעטיק דענטיסטרי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 4:31 pm
דורך יידישע קהילות
קען איינער רעקקאמענדירן א גוטע דענטיסט, וומסב"ג אדער ב"פ, פאר קאסמעטישע פאררעכטן די ציין.
CAP
BONDING
COLOUR MATCHING
מיין ברודער דארף דאס פאר א מיידל אין די יארן, ער קען נישט עפפארדן קיין דורכפעלער...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 6:37 pm
דורך שוועמל
איך האב געפלאנט צו עפענען א באזונדער אשכול, אבער אולי איז גוט דא צו באשרייבן.

א משפחה מיטגליד האט געדארפט מאכן פילינגס אויף די פראנט ציינער, געמאכט און ס'יז געווארן מיט די יארן שווארצע פלעקן.
איז מען געגאנגען א יאר צוריק צו א דענטיסט און יענער האט געזאגט מען האט נישט גענוצט די ריכטיגע פילינג בלא בלא בלא, ער וועט לייגן א ווייסע פילינג און די שווארצע וועט אראפגיין.

הכלל לעצטענס איז די שווארצקייט צוריקגעקומען, צום פראגע פונע דענטיסט זאגט ער "וועל, מיר מוזן בלייבן אין ביזנעס", איך האב גענוצט אביסל בעסערע מאטריאל אבער ער רעדט אפ פון די גאר גוטע ווייל ער מוז בלייבן אין ביזנעס....

די ווערטער האט מיך ממש ארויסגענומען פון די כלים, אזא מין רשעות צו נוסן גארבעזש מאטריאל און מאכן דעם פאציענט צוריקומען כדי ער זאל בלייבן אין ביזנעס.
די חז"ל טוב שברופאים לגי.... האט יעצט אזא ריכטיגן באדייט. ער איז א איד איך וויל נישט קיינעם שעלטן חלילה.

מען דארף וויסן צו וועם מען גייט און זיכער מאכן ער נוצט קוואליטי מאטריאל!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 7:19 pm
דורך יידישע קהילות
נו, עמער נישט שרייבן ווער סנישט גוט... אבער עפעס רעקמאנדעשאנס אויף ווער עס איז יא טויגלעך?!!

איך קען באשטיין אפילו מאנהעטן דענטיסט. אבער גוט.
ווער עס קען אנפרעגן ביי א באקאנטן און ארויפלייגן די פרטים יקבל שכרו מאת ה'.
אויב איז אייך נישט באקוועם דאס ארויסצושרייבן - ביטע שיקט באישי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 10:33 pm
דורך שוועמל
געהערט פון איינעם דר. בעריס וואס ספעשעלייזט אין קאזמעטיק.
ער פרעקטיסט ביי דר. נאגיד אין אפיס אין ווילי.

אבער מאך זיכער צו רעדן צן אים און ער נוצט טאפ קוואליטי מאטיריאל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 10:36 pm
דורך יידישע קהילות
וואס דארף מען רעדן צו אים פריער?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 10:51 pm
דורך השתדלות
איך האב משפחה מענטשען וואס גיין צו NUY Dental deportment זיי זעמען באקאנט פאר די בעסטע אין די וולט איין חסרון איזה אז מען קטן דארט ווארטן פון ציפורי ביז ביינאכט, ע"ס ועט אפשר זמין א סטאדענט ואס ועט ארבייטן אוי אייער ברודערס טאכטער אבער ע"ס איז דא א מומחה עומד על גביו.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 10:59 pm
דורך שוועמל
נישט אנדערש ווי דו רעדסט דורך מיט יעדן דאקטאר.
גיי איבער וואס מגייט מאכן אויף יעדן צאן וכו' און וואסערע אפשענס סיז אלס דא, וואס זענען די בעסטע מהלך ויפיל מאל צוריקומען. לאז נישט טון קיינעם אליינס כפי שלבו חפץ.

אגב דאקטוירים זענען בטבע גרויסע בעלי גאה. מדארף רעדן די סארט זאכן מיט אסאך דיפלאמאטיע והבן זה

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2014 7:27 am
דורך msp
לולא דמסתפינא קוקט מיר אויס אז יענע דענטיסט האט נאר געמאכט א ווערטעל
אוודאי האט ער גענוצט מאטעריאל וואס ווערט גענוצט דורך רוב דענטיסטען
די סיבה פארוואס עס איז טונקעל געווארען איז מיר שווער צו דיאגנאזירען אזוי פון איבער די אינטערנעט
אבער עס קען זיין עטליכע סיבות

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 08, 2015 1:27 am
דורך איימעניט
געווען בערך 2-3 יאר צוריק ביי חלאבי אין וומ"ס האט ער מיר געמאכט א הערליכע דזשאב און ב"ה נישט געהאט קיין שום פראבלעמען דערמיט דער אייבירשטער זאל העלפן אויף ווייטער.

לעצטענס האב איך געדארפט צוריקגיין פאר אנדערע ציין, האט ער מיר געוויזן 2 סארט קעפס, די וואס קאסט ביליג האט ער מיר געוויזן איז אנדערש געמאכט און מ'זעהט אריבער די שווארצקייט, און ביי די בעסערע איז די זעלבע וואס ער האט מיר געמאכט פאריגעס מאל איז טאקע אסאך שענער, ס'איז בכלל נשיט געמאכט מיט יענע שווארצע געמויזשאכטס.

איינער האט מיר גראדע אפגערעדט אז אפשר איז עס צו טייער, אז ס'איז דא א געוויסע דענטיסט וואס קען עס מאכן פאר אסאך ביליגער, און יענער איז שוין געווען דארט אפאר מאל. אזוי רעדנדיג האבן זיך אפאר פון זיינע ציין ארויסגעזעהן, פרעג איך יענעם דאס האסטו דארט געמאכט, ס'איז דאך א חלשות די אלע מאדנע קאלירן וואס מ'זעהט דארט...