היימישע פילינגס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 1:01 pm
מען דארף פאר קיינעם נישט מבאר זיין אז עס איז דא אן אינטערסאנטע זאך, די גאנצע וועלט איז פארגעשריטן און אוודאי אויך חכמת הרפואה. אין איין ווינקל פון חכמת הרפואה איז מען נאך צוריקגעשטאנען ווי פאר 50 יאר צוריק, דאס איז דענטיסטריי.
היינטיגע צייטן איז מען נאך אלץ ביים אלטן, מען בארט די ציינער, מען מאכט פילינגס, מען דארף מאכן זעקס אפוינטמענטס פאר א רוט קאנאל.
כ'ווארט שוין מיט ליכט עס זאל ארויסקומען די נייע טעכנאלאגיע אין וועלכע א ראבאט זאל אריינקוקן אין ציין, אויסבארן די ציין פלינק שנעל, אויסרייניגן די רוטס און גלייך אריינשרויפן א פאוסט און ארויפשמירן א קראון געמאכט לויט'ן גענויען מאס, אלעס אונטער 15 מינוט. וואלט דאס נישט געווען א ישועה.
גלויבט מיר, ווען אין דענטיסטריי זאל ליגן אזויפיל מיליאנען ווי ביי הארץ היילונגען און אנדערע היילונגען וואלט שוין לאנג געווען אזא ראבאט.
אלנפאלס. צום ענין.
איך האלט אינמיטן א רוט קאנאל (כ'געדענק שווערליך די צייטן ווען כ'האב נישט געהאלטן אינמיטן האלטן אינמיטן א רוט קאנאל), און דער טעמפארערי פילינג איז ארויסגעפאלן. דער דענטיסט האט קיין אפוינטמענט פאר מיר ביז פאר א וואך ארום, כ'וויל זיך נישט דרייען מיט א טיפן אפענעם לאך אין מויל, ווארום עס איז א בור ברשות היחיד, איך טראכט פון נוצן איינע פון די אווער-דע-קאונטער פילינג שטאף וואס מען קען זיך אליינס אריינלייגן אין מויל, און פטור אן עסק.
נאר וואס דען, עפעס ליגט מיר אין זכרון אז צען יאר צוריק האב איך אמאל פרובירט צוטאן אט דעם שפיל, און עס האט זיך נישט גוט געענדיגט, איך האב געהאט שרעקליכע יסורים, און איך האב געמוזט לויפן צום דענטיסט מיט אזא איילעניש ווי עמיצער וואס דארף ברעכן לויפט אין ביהכ"ס.
עניוועי, פרעג איך די חשוב'ע חברים אויפ'ן בלאג, האט שוין איינער גענוצט די סארט זאכן, האט איר באקאנטשאפט דערמיט, ביטע מיך ראטן
שכוח