Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

א 'מולדות רעכענער' ווער ווייסט?

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 3:51 pm

איך נייטיג מיך אין אזא סארט פראגרעם, (אדער סייד) וואס זאל מיר אויסרעכענען דעם מולד פון סיי וועלכע חודש אין סיי וועלכער יאר איך וויל פון די לעצטע פינף טויזנט זיבן הונדערט און פיר און זיבעציג יארע, אויפן אידישן לוח און טאג פון וואך
ווייסט איינער פון אזוינס?

(געטראפן דורך גוגל, נאר עפעס וואס רעכנט נאר אויס די ראש השנה'ס, איך דארף עפעס פאר יעדן חודש, [איצטער נייטיג איך מיך פאר חודש ניסן])

Advertisement

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 4:04 pm

האט מען געהאלטן רעקארד בזמן הבית כשקידשו ע"פ ראיה?

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 4:08 pm

די פייל דארף צו זיין וואס די זיכסט viewtopic.php?p=619272#p619272

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 4:09 pm

מען דארף נישט קיין 'רעקארדס' פאר דעם
עס איז א חשבון וואס שטייט אין די פוסקים, און באריכות אין טור הלכות ראש חודש

איך זוך נאר אזא קאמפיוטעריזירטער רעכענער, ווייל כ'האב נישט קיין געדולד און צייט צו דורכטון דעם גאנצן חשבון

(ווען מען האט קובע געווען ראש חודש, דאס איז געווען תלוי אין עדות החודש, קומט נישט אהער)

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 4:13 pm

אה, ביזט א צדיק!! למעלה!! שכוח גדול עד מאוד
צוניץ געקומען!!!

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 4:14 pm

יהיה כן האט געשריבן:מען דארף נישט קיין 'רעקארדס' פאר דעם
עס איז א חשבון וואס שטייט אין די פוסקים, און באריכות אין טור הלכות ראש חודש
(ווען מען האט קובע געווען ראש חודש, דאס איז געווען תלוי אין עדות החודש, קומט נישט אהער)

פארשטיי איך נישט אויב אזוי וויזוי סמעגליך א חשבון אויף 5774 יאר ווען די גאנצע חשבון איז נישטאמאל קיין 2000 יאר...

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 4:18 pm

ס'יז דא א געהעריגער חשבון נאך פון בעפאר די וועלט איז באשאפן געווארן!!
פון 'מולד תוהו' האסטו שוין געהערט?
עיין בטור הנ"ל ותבין

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 5:37 pm

שוועמל האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:מען דארף נישט קיין 'רעקארדס' פאר דעם
עס איז א חשבון וואס שטייט אין די פוסקים, און באריכות אין טור הלכות ראש חודש
(ווען מען האט קובע געווען ראש חודש, דאס איז געווען תלוי אין עדות החודש, קומט נישט אהער)

פארשטיי איך נישט אויב אזוי וויזוי סמעגליך א חשבון אויף 5774 יאר ווען די גאנצע חשבון איז נישטאמאל קיין 2000 יאר...

ניין, מען קען נאך אלץ רעכענען פון אנהייב די בריאה, ווייל דאס וואס מען האט באשטימט דורך עדים איז נאר, ווען ר''ח זאל זיין, אבער וואס 'יהיה כן' וויל, איז אויסצורעכנען די מולד הלבנה (דאס הייסט ווען ס'איז באמת געווארן די נייע חודש דורך דעם 'געבורט' פונם נייע לבנה, וואס דאס איז געווען מאז ומקדם.

דינסטאג ספטמבר 02, 2014 8:52 am

אין תג האב איך אמאל געמאכט א סקריפט וואס גיבט ארויס א גאנצע לוח פאר אלע יארן זינט בריאת העולם, כולל אלע מולדות ועוד.
מען דארף אריינטייפן די יאר וואס מוויל מיט 4 דיג'יטס, דאס הייסט פאר די יאר פון בריאת העולם דארף מען שרייבן 0001
עטעטשמענטס
MOLAD.zip
(1.45 KiB) געדאון לאודעד 25 מאל

דינסטאג ספטמבר 02, 2014 10:45 am

איז דא א פראגראם פאראן מולד האמיתי אויך, אדער נאר פארן מולד האמצעי?
שרייב א תגובה

Advertisement