Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פארוואס נישט מאכן שמחות בייטאג?

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 11:39 am

איך האב מיך מתבונן געווען אז עס איז שוין די העכסטע צייט צו טוישן די געוואוינהייט צו מאכן שמחות ביי די נאכט שעות, דער עולם קען אנהייבן מאכן שמחות ביי די טאג שעות.

אזוי ווי דא אויף אייוועלט דרייען זיך אינטעליגענט פיעפל, וויל איך הערן דעם עולם'ס מיינונג

לאמיך אויסשמעוסן מיינע געדאנקען, על ראשון ראשון, ביים ענטפערן ביטע זיך באציען צו די נומערן

1) אויב איז די תירוץ ווייל מען האט מען זיך אזוי איינגעוואוינט די ערשטע 40 יאר נאך די מלחמה על אדמת אמעריקא, דעמאלטס איז לכאורה די סיבה געווען ווייל רוב ציבור איז געווען איינגעשטעלט אין פעקטאריס, אדער אליין געווען בעה''ב אין א פעקטארי, געדארפט אליין זיין אין געשעפט די גאנצע צייט, געמוזט זיין אין אפיס צו נעמען טעלעפאון קאלס די גאנצע צייט פון ארבעט שעות. אדער ארבעטן געוויסע באשטימטע שעות פאר יענעם, און נישט געקענט אוועקגיין פריער, היינט איז שוין נישטא די סיסטעם ביי א איבערוועגנדיגע מערהייט פון היימישן ציבור.

2) אויב איז די תירוץ פארוואס עס קען נישט זיין בייטאג ווייל איך ארבעט דעמאלטס, פארוואס ביי די נאכט איז נישט די תירוץ "איך שלאף דעמאלטס" ? אויב דער בעל שמחה וועט פארשטיין אז די קענסט נישט אוועקגיין פון ארבעט, פארוואס זאל עס נישט פארשטיין אז די קענסט נישט אוועקגעבן פון דיין שלאף?

3) אויב איז די תירוץ די זאל'ן זענען נישט אוועילעבל דעמאלטס, זאל מען מאכן זאל'ן וואס זענען יא אוועילעבל. זאל'ן זענען דא צו מאכן געלט, זיי קענען נאר מאכן געלט ווען איך בעל שמחה וויל צאלן, אויב איך דער קאסטומען פארלאנגט עפעס וואס ער קען מיך נישט צושטעלן וועל איך גיין צו א צווייטן, אדער וועט ער זיך טוישן, אדער ארויסגיין פון ביזנעס.

איך מיין אז די סך הכל איז אז פאר יעדן וועט עס זיין די מערסטע באקוועם

1) חתן/כלה וועלן האבן ווייניגער שעות צו זיין אנגעצויגן, צו הונגערן, וועלן האבן א נארמאלע שלאף אלע 7 טעג פון שבע ברכות און קענען זייך נארמאלע מענטשן,
2) מחותנים וועלן קענען זיך אויסרוען ווי נארמאלע מענטשן
3) משפחה וועלן קומען זאגן מזל טוב אין די נארמאלע טאג שעות און זיין אין זייער געלעגער ווי נארמאל יעדן טאג און קענען זיין די קומענדיגע טאג נארמאלע מענטשן
4) נישט משפחה קענען זיך אויסקלויבן וועלעכע טאג שעות ער וויל קומען זאגן מזל טוב, צו פאר ערגייט אהיים אויף נאכטמאל צו נאכדעם
5) מ'מוז נישט לייגן קינדער שלאפן "פאר" מ'גייט צו די שמחה, מ'קען זיי לייגן שלאפן נאכן אהיימקומען פון די שמחה

תן לחכם ויכחם עוד, מ'קען נאך א געוועאלד פארדינען פון די נייע סיסטעם,

רבותי, מ'הייבט אן צו מאכן שמחות בייטאג

נ.ב. איך מיין נישט נאר חתונות, איך מיין פונקט אזוי שבע ברכות, תנאים, בר מצוה, אלעס אלעס.

Advertisement

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 11:52 am

בנין נערים, סתירה.

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 12:13 pm

גוד לייף, דו האסט א זשאב? אויב נישט, פרעג דיך נאך ביי די וואס האבן, ביי רוב מענטשן איז די זשאב וויכטיגער - און געווינט אייביג איבער - דאס שלאף. מילא איז די פראקטישסטע צייט דוקא ביינאכט צו מאכן עני איווענט.

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 12:13 pm

1. פארוואס טראכט איר אז אזעלכע אינטעליגענטע מענטשן ווי מיר אייוועלט באנוצער פארמאגן נישט קיין פול טיים דזאב אדער פארמאגן נישט קיין ביזנעס וואס פונציאנירט בייטאג?
2. אויב לעבט איר פון די וועידזעס וואס איר מאכט ביינאכט ביים שלאפן זענט איר טאקע גערעכט

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 12:46 pm

כל הכבוד.
הלואי זאל דאס ווערן, אזוי איז אין אייראפע און אר"י.

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 1:02 pm

אנשטאט פראבירן זיך פארצושטעלן וויאזוי עס גייט אויסקוקן ווען מען וועט חתונה מאכן בייטאג, קען מען פשוט קוקן וויאזוי עס זעען אויס די שמחות וואס מען פראוועט שוין יעצט בייטאג.

כאפ א בליק אויף די ברית'ן און אפשערנס. ווער זענען די וואס באטייליגן זיך דארט? ע"פ רוב איז עס די זיידעס און באבעס, און עטליכע ברודערס/שוואגערס וואס לערנען און כולל אדער האבן נישט קיין פול טיים דזשאב. אלע אנדערע זענען זיך מוציא מיטן וואכנאכט, און ביי אן אפשערן מיטן רופן אויפן טעלעפאון אנוואונטשן.
אויב ביזטו צופרידן פון אזא באטייליגונג ביי די חתונות דאן גאו עהעד.

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 1:22 pm

פוינט 1: ווי אנדערע האבן שוין געשריבן, דער עולם ארבייט אין גרויסן! סעט אויסקוקן ווי אן אפשערן ווי די פאר זיידעס קומען און גרייטן זיך צו לויפן!

2: ווי איינער האט שוין געשריבן, אוועקגיבן פון שלאף איז סאאאך גרינגער ווי אוועקצוגיבן פון די ארבייט/וועידזש ביי רוב מענטשן...

פוינט 3: רוב זאלן, ספעציעל די ביליגערע זאלן זענען אין באנוץ דורכאויס דעם טאג פאר מוסדות, א זאל אן קיין מוסד קעניש סורווייוון, אנלעס דו ביסט ווי קאנטינענטל!

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 1:23 pm

וועלכע שטאנדפונקט פראבירסטו פארשטעלן?

די רעדסט צום בעל שמחה ער זאל זיך אנפייפען און די פאקט אז קיינער קען/וויל נישט קימען בייטאג?

די רעדסט צום קרוב ער זאל זיך יא אנשטרענגן און קימען בייטאג?

לייג אראפ א געהעריגע סטראטעגיע

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 1:32 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:פוינט 3: רוב זאלן, ספעציעל די ביליגערע זאלן זענען אין באנוץ דורכאויס דעם טאג פאר מוסדות, א זאל אן קיין מוסד קעניש סורווייוון, אנלעס דו ביסט ווי קאנטינענטל!


נע דאס איז נישט קיין פראבלעם, מ'קען נוצן די זאל פון כולל חצות

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 3:42 pm

שוועמל האט געשריבן:אזוי איז אין אייראפע

ווי?

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 3:44 pm

אין לאנדאן איז דער מנהג צו מאכן קבלת פנים און חופה אינמיטן העלן טאג, דערנאך לענט מען זיך צו, און ביינאכט קומט מען צוריק צו די חתונה (און אגב, די קבלת פנים איז אין שטוב פון מחותן..., אזא בחינה ווי א וואכנאכט דאהי)
דענק איך ווען סי'ז נישט געווען א מילתא דלא שכיחא, אז ס'האט געפעלט אן עולם ביים קבלת פנים, וואס טוט מען? קיין פראבלעם, מען רופט אריבער אפאר בחורים פון ישיבה, מען גיט זיי אביסל קליות ואגוזים, שחוק לפני רקוד לפני....

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 3:49 pm

בין איך געווען אין מאנטריאל ביי א משפחה שמחה איז אויך געווען די חופה 4:00

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 4:02 pm

green האט געשריבן:בין איך געווען אין מאנטריאל ביי א משפחה שמחה איז אויך געווען די חופה 4:00

ביו איך געגאנגען אין מאנטריאל צו א וואך נאכט 10:30 זעה איך פון אינדערויסען ווי סאיז שוין טינקעל אין הויז אין מהאט שוין אלעס אפגעקלינט
לעצט פאראכטן דורך דובי אום דינסטאג ספטמבר 02, 2014 6:14 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 6:42 pm

good-life האט געשריבן:
רבותי, מ'הייבט אן צו מאכן שמחות בייטאג


נישט קיין שלעכטע פלאן אבער אויב דו ווילסט טוישן די וועלט איז דא אפאר וויכטיגערע זאכן פארדעם צו טוישן
נישט ווייל עס איז נישט א וויכטיגע זאך סאיז גראדע יא און אין אסאך פלעצער אין די וועלט איז אזוי איינגעפירט, אבער לערנט אייך אויס די כלל דער וועלט קען מען נישט טוישן
אפילו ווען יעדער וויל עס טוישן
אזא טויש קען נאר געשעהן בהיסח הדעת

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 6:44 pm

ידיד האט געשריבן:אנשטאט פראבירן זיך פארצושטעלן וויאזוי עס גייט אויסקוקן ווען מען וועט חתונה מאכן בייטאג, קען מען פשוט קוקן וויאזוי עס זעען אויס די שמחות וואס מען פראוועט שוין יעצט בייטאג.

כאפ א בליק אויף די ברית'ן און אפשערנס. ווער זענען די וואס באטייליגן זיך דארט? ע"פ רוב איז עס די זיידעס און באבעס, און עטליכע ברודערס/שוואגערס וואס לערנען און כולל אדער האבן נישט קיין פול טיים דזשאב. אלע אנדערע זענען זיך מוציא מיטן וואכנאכט, און ביי אן אפשערן מיטן רופן אויפן טעלעפאון אנוואונטשן.
אויב ביזטו צופרידן פון אזא באטייליגונג ביי די חתונות דאן גאו עהעד.

נאך א סיבה פארוואס צו טוישן...

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 10:29 pm

יהיה כן האט געשריבן:אין לאנדאן איז דער מנהג צו מאכן קבלת פנים און חופה אינמיטן העלן טאג, דערנאך לענט מען זיך צו, און ביינאכט קומט מען צוריק צו די חתונה (און אגב, די קבלת פנים איז אין שטוב פון מחותן..., אזא בחינה ווי א וואכנאכט דאהי)
דענק איך ווען סי'ז נישט געווען א מילתא דלא שכיחא, אז ס'האט געפעלט אן עולם ביים קבלת פנים, וואס טוט מען? קיין פראבלעם, מען רופט אריבער אפאר בחורים פון ישיבה, מען גיט זיי אביסל קליות ואגוזים, שחוק לפני רקוד לפני....

קבלת פנים אין שטוב פון מחותן? וואנעט האסטו דאס געזען? יאך האב משפחה אין אייראפע און נאכנישט געזען ביי זייערע שמחות אזא זאך.

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 10:32 pm

ער רעדט פון פיפציג יאר צוריק...

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 11:05 pm

רעסעפשאן אחר החופה איז נאך געווען פופצן יאר צוריק אויך.

דינסטאג ספטמבר 02, 2014 1:17 pm

לאדיךארויס האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:אין לאנדאן איז דער מנהג צו מאכן קבלת פנים און חופה אינמיטן העלן טאג, דערנאך לענט מען זיך צו, און ביינאכט קומט מען צוריק צו די חתונה (און אגב, די קבלת פנים איז אין שטוב פון מחותן..., אזא בחינה ווי א וואכנאכט דאהי)
דענק איך ווען סי'ז נישט געווען א מילתא דלא שכיחא, אז ס'האט געפעלט אן עולם ביים קבלת פנים, וואס טוט מען? קיין פראבלעם, מען רופט אריבער אפאר בחורים פון ישיבה, מען גיט זיי אביסל קליות ואגוזים, שחוק לפני רקוד לפני....

קבלת פנים אין שטוב פון מחותן? וואנעט האסטו דאס געזען? יאך האב משפחה אין אייראפע און נאכנישט געזען ביי זייערע שמחות אזא זאך.


איך האב עס בייגעוואוינט פאר צוואנציג יאר צוריק, איך האב מיך באטייליגט ביי אסאך אזעלכע קבלת פנים'ס
סק'ען זיין אז היינט האבן זיי זיך שוין אויך 'אמעריקאניזירט'...

דינסטאג ספטמבר 02, 2014 2:22 pm

יהיה כן האט געשריבן:איך האב עס בייגעוואוינט פאר צוואנציג יאר צוריק, איך האב מיך באטייליגט ביי אסאך אזעלכע קבלת פנים'ס
סק'ען זיין אז היינט האבן זיי זיך שוין אויך 'אמעריקאניזירט'...

ס'איז שוין זייער זעלטען דארט אין לאנדאן

מיטוואך ספטמבר 03, 2014 1:42 pm

אינטרעסאנט אנצמערקן וואס שאץ מאץ האט שוין אמאל געשריבן בנוגע וואכנאכט/ברית אין זיין אשכול א טאטע ביי א זכר, וואכנאכט, ברית.

וואכנאכט
אינמיטן טאג קומען די קינדער ליינען קר"ש אסאך מאל רופט מען דעם עלטערן קינד פונעם ניי געבוירן בעבי וואס גייט שוין אין חדר אז ער זאל קומען מיט זיין קלאס, ס'איז גאנץ א וויכטיגע זאך ווייל סוף כל סוף איז דאס קינד יעצט ערגעץ אויף געסטעריי ביי א קרוב נו זאל ער באקומען אביסל עטענשאן פון זיין ניי געבוירענעם ברודער (קאמפאטישאן....), און מ'טיילט פעקלעך פאר די קינדער וואס ליינען קר"ש,

דער וואכנאט בעצם, למען האמת האבן שוין אנדערע מקדים געוועהן ס'שטייט שוין געשריבן וועגן דעם אין ספרים אז מ'האט געמאכט פונעם עיקר א טפל און פונעם טפל א עיקר, אבער איך שפיר אז איך אליין מוז שרייבן וועגן דעם, דאהי איז דאס געווארן לעצטנס (אבער נישט ביי אלע קרייזן) אז דער וואכנאכט איז געווארן דער עיקר און דער ברית א טפל, ס'טוט מיר וויי, מענטשן האבן פשוט נישט קיין השגה וואס מיינט א סעודת ברית, ווי הייליג ווי חשוב און ווי טייער ס'איז, ווען מענטשן וואלט געוויסט וואלט מען זיך געשטופט צו יעדע סעדות ברית ווי די בחורים ביים קעיק טישל נאך א תענית....

צום וואכטנאכט קומען מענטשן, קרובים, גוטע פריינד, מ'עסט, מ'טרינקט, מ'איז גוט אויפגעלייגט, ס'דרייען זיך אדורך 100 מענטשן, און צום ברית קוים מ'שלעפט צוזאמען א מנין, ס'איז א בושה!, אמת נישט איבעראל איז אזוי, אין ארץ ישראל אין אייראפע איז די סעודת ברית א גרויס עסק, ווי אויך ביי פארשידענע חצרות דאהי איז א ברית נאך געבליבן א עיקר און די וואכנאכט א טפל, אבער ביי היפש מקומות אין אמעריקא איז פארדרייט געווארן די יוצרות, איך פארשטיי מ'קען מלמד זכות זיין אז מענטשן ארבעטן שווער אגאנצן טאג און דערפאר האט מען ביינאכט מער צייט ווי בייטאג, שוין מסכים וועל מיר נאך צוריק קומען צום סעודת ברית שפעטער.

אויב אזוי אז דער וואכנאכט איז נישט קיין עיקר מוז דאס נישט זיין אזוי גרויסארטיג און אזוי טייער, מ'קען עס מאכן גאנץ נארמאל און שפארזאם, רוב אידן וועלן דיר מוחל זיין אז דו וועסט זיי נישט געבן נאך 10'ע ביינאכט 3 ערליי קיגלען אין די האנט אריין, אז ס'איז דא אביסל קעיק און פרוכט אויפן טיש איז פונקט גוט, מ'מאכט א ברכה מ'וואוטשט לחיים, מ'ליינט קר"ש וויפיל נעגל אויף דאך.... און מ'גייט אהיים, דאס ברייטע אויסגעבעריי ביי א וואכנאכט האט נישט קיין מקור, ס'איז קוים א סעודת מצוה עפ"י חסידות, אין דרך פקודיך שטייט דעם לשון בהרבה מקומות איז דא א מנהג אז מ'מאכט א סעודה בליל לפני הברית און ער האט א סמך צו דעם פון א זוהר, אוודאי איז דער נאכט גאר א הייליגער אבער צו מאכן פון דעם א עיקר איז א זילזול אינעם עצם ברית,

דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 3:44 pm

green האט געשריבן:בין איך געווען אין מאנטריאל ביי א משפחה שמחה איז אויך געווען די חופה 4:00

בין איך שוין געווען ביי עטליכע צענדליג חתונות (אויב נישט מער) בליע"ה אין מאנטריאל קיינמאל איז די חופה נישט געווען פאר 7:00, מן הסתם איז דיינס געווען עפעס א ספעציעלע זאך.
------------
צום עצם שאלה איז די תירוץ ווי אנדערע האבן שוין ערווענט, אבער איך האלט ס'וואלט יא געווען א גרויסע ישיעה ווען מ'קען ווען צירוק ריקן די גאנצע סקעדזשול מיט א שעה צוויי, דהיינו קבלת פנים 5:00 די נאנטע וואס קומען צום קבלת פנים דארפן סייווי אוועקגיין פריער פון די ארבעט, די חופה 6:00 קענען שוין קאזענס קומען נאך די ארבעט, די סעודה פון 7:00 ביז 8:30 די זעלבע צייט ווען רוב מענטשן עסן נאכטאל, שמחת חתן וכלה פון 8:30 ביז 10:30-11:00 אלע חברים ידידם און קרובים קענען קומען די צייט זיך מיט פרייען מיט די שמחה און אהיים גיין שלאפן אין צייט אן קיין ביטול תורה, מצוה טאנצן פון 11:00 ביז 1:00-1:30 לכבוד א חתונה מעג מען גיין שלאפן ווי מוצאי שבת נאר נישט שפעטער.

דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 3:46 pm

מי יודע האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:פוינט 3: רוב זאלן, ספעציעל די ביליגערע זאלן זענען אין באנוץ דורכאויס דעם טאג פאר מוסדות, א זאל אן קיין מוסד קעניש סורווייוון, אנלעס דו ביסט ווי קאנטינענטל!


נע דאס איז נישט קיין פראבלעם, מ'קען נוצן די זאל פון כולל חצות


פלצתי פלצות!

פרייטאג ספטמבר 05, 2014 8:49 am

nick, if my vote will help implement your stratagy then, here you go ;l;p-

פרייטאג ספטמבר 05, 2014 9:19 am

די סאטמאר חתונה תקנות,
איז טאקע דאס די סברא, אז די סעודה זאל זיין סאפער טיים, און פירסט קאזינס זאלן קומען 9-10 און 11 בענטשן, אזוי וועלן אפילו די נאנטע זיך קענען לייגן געהעריג, און די גאר נאנטע זאלן זיך נישט דארפן לייגן שפעט,

ביי איינע פון מיינע ברודער איז געווען די חופה בייטאג ווינטער,5 אזייגער פונקטליך און די באס צו די חתונה איז ארויסגעפארן 2 אזייגער, צו ביטן די ראש האוער,
און די נאנטע קרובים האבן געדארפט פעלן א האלבע טאג פון די ארבעט
שרייב א תגובה

Advertisement