בלאט 1 פון 1
ווייסט איינער וואס גייט פאר מיט גוגל?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 2:35 pm
דורך יעקב צוקערמאן
זינט נעכטן נאכט, קען איך נישט אריינגיין אין גוגל, גוגל נוצט א https קאנעקשאן, ד.מ. א סעקיור קאנעקשאן, און עפעס טויג נישט, האט עמיצער אויך דעם פראבלעם, קען מיר עמיצער פליז אויפקלערן וואס דא גייט פאר?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 2:35 pm
דורך שנאפס
איר האט דזשעי נעט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 2:36 pm
דורך אנעים זמירות
האסט jnet? זיי האבען אן אפדעיט וואס מען מוז אינסטאלען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 2:36 pm
דורך שנאפס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 2:45 pm
דורך יעקב צוקערמאן
א גרויסן יישר כוח, פראבלעם פיקסד, מנהלים איר קענט פארמעקן דעם אשכול. כ'האב גראדע נאך א פראבלעם, כ'האב שוין ענדליך געפארטיגט אלע הכנות און כ'בין שוין ענדליך גרייט מיט די צען הייליגע פינגערס אויפ'ן קיבאורד גרייט צו ארבעטן, שוין אפגעליינט אלעס אויפ'ן אינטערנעט, שוין אלעס געטאון און מען האט ברוך השם אפעטיט צום ארבעטן.
וואס פאסירט?
כ'מיין אז אסאך אידן וואס זענען סעלף עמפלאויד וועלן גוט פארשטיין ווי געשמאק דאס פאלגענדע איז
מען איז שוין גרייט צו ארבעטן
דער זייגער איז שוין שפעט אינעם טאג
רוב טאג שוין פארלוירן
מען דארף נאך אניאגן א געוואלד מיט ארבעט
און מען איז שוין גרייט צו ארבעטן
פלוצים קומט אריין א טעלעפאן קאל פון די ווייב
יאנקל...... ס'איז נישטא קיין שום טעקסי...... איך שטיי דא אין....... מיט די קינדער....... און יוליש פארפירט געפערליך....... פליז קום מיך אויפפיקן.........
אבער, איך וועל נישט אנהויבן היינט מיט א פרישן רענט, ווארום מען דארף ארבעטן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 2:48 pm
דורך derech eretz
זאג איר ביסט ננישט אין די עריע, האסט באקומען א מאנהעטן דזשאב.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 3:02 pm
דורך יעקב צוקערמאן
פון וואס רעדט איר הער דרך ארץ פון מיין פראגראמינג דזשאב געזוכעכטס אוואנטורע?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 3:05 pm
דורך derech eretz
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:פון וואס רעדט איר הער דרך ארץ פון מיין פראגראמינג דזשאב געזוכעכטס אוואנטורע?
ביידע.. אויב ביזטו אין מאנהעטן קענסטו איר נישט אויפפיקן.
( דאס זאג איך פאר מיין אשת חבר אין אזא פאל, 'למשל איך ארבעט אין מאנהעטן').
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 3:19 pm
דורך ענדע צדיק!
א פראבלעם מט גוגל אדער מיט ס'ווייב...?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 3:22 pm
דורך זאלץוואסער
געהעריג גילוי!!!
דארף מען נאר וויסן וועמעס ווייב גוגל איז
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 7:43 pm
דורך לוי יצחק
פארוואס קען איך נישט עפענען אסאך אימעילס נאך די אפגרעיד?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 7:54 pm
דורך הלשון
ביי מיר לאזט מיר עס בכלל נישט עפענען מיין גימעיל זייט איך האב אינסטאלירט דעם נייע סערטיפיקאט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 7:56 pm
דורך ענדע צדיק!
ביי xp ארבעט עס נישט אלעמאל, נאכנישט אויסגעפיגערט פארוואס,
מיין שותף'ס אלטע xp קאמפיוטער האט ערשט א טאג נאכן אפדעיטן אנגעהויבן ארבעטן, אפי' מיט א ריסטאר
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2014 6:39 pm
דורך גליון
איינער קען אפשר העלפן
נאכן אינסטאלן די סאפטווער אויף א XP האט google drive אויפגעהערט סינקען
געטרייט צו קאנטאקן jnet איך ווארט נאך יעצט אויף האלד
וואס קענעך טוען ??
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2014 6:51 pm
דורך עקבי הצאן
זיי ווערן ביטערער פון טאג צו טאג, כ'מזל כ'האב פשוט נישט די צייט צו גיין דורכטוען דעם אלטערנאטיוו צו סוויטשען.