Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

איז א סכנה צו מאכן א סטאפ אין טערקיי?

זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:54 pm

איך פלאן אי"ה א נסיעה קיין ארץ ישראל, וויל איך פרעגן דעם חשוב'ן ציבור מה דעתכם איבער מאכן א סטעפ פון 2 3 שעה אין לופטפעלד אין טערקיי, סיי אלץ אמעריקאנער בירגער און סיי אלץ יודיש קינד.
[אדערווייל ווארט איך אויף תשובה פון די סטעיט דיפארמענט].

Advertisement

זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:57 pm

עס איז דא עטליכע פלעצעכר ווי מען רעדט שוין פון די נושא, דא האסטו איין פלאטץ ווי מען רעדט דערפון.

זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:02 pm

מחותן האט געשריבן:עס איז דא עטליכע פלעצעכר ווי מען רעדט שוין פון די נושא, דא האסטו איין פלאטץ ווי מען רעדט דערפון.

ש'כח.
איך פרעג בעיקר לויט די יעצטיגע אנגעצויגנקייט אויפ'ן וועלט ה"י.

זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:05 pm

אויב בלייבסטו אינעם עירעפארט זע איך נישט וואס די פחד איז

זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:06 pm

לכאורה האט זיך אין עירפארט גארנישט געטוישט, אבער אין יענע לינק און נאך עטליכע אשכולות פון די נושא קענסטע טרעפן אסאך אינפערמאציע.

זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:07 pm

איינער זאגט מיך אז מ'האט לעצטנס אנגעשלאגן א יוד אין לופטפעלד דארט - איז עס אמת?

זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:08 pm

נישט געהערט דערפון. אין וויליאמסבורג שלאגט מען אויך פון צייט צו צייט, אויב ביסטו נישט פאר'בשר'ט וועסטו עס נישט אנקוקן ווי א אנטעסעמיטישע אטאקע

זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:10 pm

מ'דארף בעטן די פאליציי אויסצופארשן די אינצעדענט...

זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:16 pm

אויב איך מעג פרעגן.. איך האב פאר אינטערסאנקייט געקיקט אויף kayak און געזען אז טעריקש איז בכלל נישט די ביליגסטע אין די נעקסטע שטיק צייט.

אויף ווען פלאנסטו צו פארען?? לייג ארויף די ענגלישע דאטום אפשר קען מען דיר ציווייזען ביליגער דורוך שפאניע אדער דורוך LOT עירליין,

זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:24 pm

ש'כח.
כ'האב שוין א טיקעט [וואס כ'קען נישט קענסלען]. כא געצאלט 1156

זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:29 pm

ווען פארסטע? האסט עטוואס איבער געצאלט ווייל אויף kayak זע איך אז אפילו ימים טובים צייט קענסטע האבן אינטער טויזענט דאלע דורוך יניידעט עירליינס,

טיקעטס זענען זייער ביליג יעצט

זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:34 pm

כ'פאר אויף ר"ה יום קדוש.

גוט אדע זאגסט מיר - כ'וואל זאגן מיינע חברים.

זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:46 pm

מען דארף זען די פינקטליכע דאטום ווען די ווילסט פארען, אבער kayak האט א צוזאם שטעל יוניידעט און עיר קאנדע איין וועג נאון סטאפ, פאר אינטער טויזענט דאלער.. טורקיש קענסטע אויך האבן אינטער טויזענט דאלער.

זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:48 pm

ש'כח.
איך האלט לאחר המעשה..
#א שאד

זונטאג אוגוסט 24, 2014 3:00 pm

יע שוין לאנגע יארען נישט געווען אזוינע ביליגע טיקעטס לארצינו הק' תובב''א.
וויז עיר האט מיר אפגעטוהן אויף פוליש...דארך איך זוכען עפעס ניי.

זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:59 pm

די ביליגע טיקעטס האט צו טוהן מיט די אנגייענדיגע מלחמה?

זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:09 pm

לכאורה

מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:19 pm

לכאורה היינו טעמא דאוקריינא
שרייב א תגובה

Advertisement