Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פארקינג נעבן שפיטאל

מיטוואך אוגוסט 20, 2014 4:27 pm

איך דארף זיין איבער נאכט אין לענעקס היל האספיטאל. ווייסט איינער צי איך וועל קענען טרעפן פרי פארקינג אויף די גאס אין די געגנט אדער זאל איך לאזן די קאר אין ווילי ?

Advertisement

מיטוואך אוגוסט 20, 2014 4:30 pm

איך מיין אז ביינאכט דארף מען צו קענען טרעפן, איך האב גענוג מאל (ליידער) געטראפן פארקינט ביי מאונט סיני שפיטאל

מיטוואך אוגוסט 20, 2014 4:39 pm

פארקינג ממש נעבן שפיטאל איז געווענליך נישטא,
אבער אויף די סטריטס א בלאק אוועק פון די שפיטעלער איז דא גענוג און נאך, מ'דארף אבער זיכער מאכן ווען ס'סטריט קלינינג.

מיטוואך אוגוסט 20, 2014 5:17 pm

Park Ave איז נישט אזוי שווער

ס'איז אבער גרינגער צו איבער לאזן די קאר אין ווילי און נעמען א רייד מיט חסד וכדומה

מיטוואך אוגוסט 20, 2014 5:21 pm

יישר כח אלע

מיטוואך אוגוסט 20, 2014 7:03 pm

אדער אויב ווילסטו פאר'ן מיט'ן באן קענסטו נעמען די 6 uptown עס סטאפט ביי Lexington&77 ממש ביים קארנער פון שפיטאל

מיטוואך אוגוסט 20, 2014 7:48 pm

מיר האפן איהר זענט דארט אויף שמחות, און אויב נישט זאלן זיך זאכן פארבעסערן אויף דאס וואס אוהר קוקט ארויס גרינגערהייט, איצט אפאר טיפס
(וואלט שוין געמעגט זיין א אשכול "אינפארמאציע איבער שפיטעלער")
און לנעקס הילל געפינט זיך די עזרת חולים צימער אויפן פערטן שטאק און אויך איז דא דארט קאוטשעס וואו מען קען זיך צילייגן פאר די נאכט,
עס איז פארהאן א אידישע ליעזאן/נוירס אויף צו ארויסהעלפן ר' אברהם שטיינבערג אויב ווילסטו זיין נומבער שרייב מיר און אישי, איך ווייס נישט אויב איך מעג ארויסגעבן זיין נומער און אזא פאבליק פלאץ
די נומבער פון גמ"ח הצלה דק"י איז 1845-782-5376
די שפיטאל שטאב איז זייער העפליך און איהר דארפט זיך נישט שעמען צו בעטן גארנישט
א רפואה שלימה און זאלסט דארפן זיין דארט נאר פאר גוטע פרייליכע אומשטענדן

דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 7:57 am

זעמיר טאקע געפארן מיטן קאר אין געטראפן פארקינג אויף 78
ליידער זעמיר נישט געווען פאר פרייליכע צווקען נאר איבער געשלאפן מיט א חולה אופ'ן בקשה פון "הילף ביקור חולים" אין יעצט שוין ביי די ארבעט
אין די סטעף איז טאקע זייער העפליך

דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:31 am

ליסטע פון חסד שטובער

www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=15320
שרייב א תגובה

Advertisement