בלאט 1 פון 2

זיך אויסלערנען קוויקבוקס

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:53 pm
דורך רעד צו די זאך
היות איך וויל מיר לערנען קוויקבוקס.דא אין קרית יואל איז דא עטליכע אפציעס.
נבונים שטעלט צו א פראגרעם וואס לערענט אויס. וווי אויך קלאסן.
קוויקבוקס סענטער שטעלט צו פרייוועט קורסעס. ווי אויך קלאסן.
ווי איוך האב איך געזען אין יום ביומו נאך עטליכע וואס שטעלן צו פרייוועט קורסעס.
איז מיין שאלה וואס איז די מעלות אין חסרונות? האט שוין איינער געהאט עקספיריענס מיט איינעם פין זיי?
איז דא אנדערע וועגן ווי אזוי זיך אויסלערנען קוויקבוקס?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 2:02 pm
דורך מיסטעריעז

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 2:14 pm
דורך לאדיךארויס
דער בעסטע אפציע איז זאלסט גיין צו איינער וואס האט די מערסטע עקספעריענס מיט'ן געבן קורסן אויף דעי ספעציפישע זאך וואס דו ווילסט. אז דו ווילסט דיך לערנען קוויקבוקס וואלט איך דיר געראטן זאלסט גיין צו קוויקבוקס סענטער.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 3:19 pm
דורך רעד צו די זאך
האט איינער עקספיריענס מיט קווויקבוקס סענטער?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 5:02 pm
דורך מאגר
פרעג איינעם וואס איז געווען ביי נבונים BTC, אויך פרעג איינעם וואס איז געווען ביי קוויקבוק קורסעס.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 6:42 pm
דורך וואטיצעך
איך האב מיר געלערנט ביי מאיר דרומער ער איז זייער גוט געווען

www.fmdbusiness.com/

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 9:49 pm
דורך נישט
וואטיצעך האט געשריבן:איך האב מיר געלערנט ביי מאיר דרומער ער איז זייער גוט געווען

www.fmdbusiness.com/

יאך איז אויך זיין תלמיד, בעהט זייער ביליג פאר די דשאב וואס ער מאכט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 10:40 pm
דורך חיים צבי
אויך איך בין א תלמיד פון ר׳ מאיר, ער געט א כמו קרעש קורס פון אלעס וואס מען דארף וויסן בכלליות, און דערנאך ווען מען גייט אריין און א ספעציפישע פעלד קען ער זיין שטארק בייהילפיג אין די קלענערע דעטאלן. אויסער די קורס האט מען אויך א מתן שכרה בצדה פון האבן זיין נומער אינם ראלעדעקס א זאך וואס קומט תמיד צוניץ.

זיין וועבסייט איז http://www.fmdbusiness.com עס איז כדאי דאס צו בוקמארקן

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:08 am
דורך פארוואס נישט...
חיים צבי האט געשריבן:אויך איך בין א תלמיד פון ר׳ מאיר, ער געט א כמו קרעש קורס פון אלעס וואס מען דארף וויסן בכלליות, און דערנאך ווען מען גייט אריין און א ספעציפישע פעלד קען ער זיין שטארק בייהילפיג אין די קלענערע דעטאלן. אויסער די קורס האט מען אויך א מתן שכרה בצדה פון האבן זיין נומער אינם ראלעדעקס א זאך וואס קומט תמיד צוניץ.

זיין וועבסייט איז http://www.fmdbusiness.com עס איז כדאי דאס צו בוקמארקן

גם אני מצטרף!
כ'האב ביי אים געלערנט קוויקבוקס, צוריקגעגאנגען פאר אנדערע זאכן, רעקאמאנדירט פאר אנדערע, און זיי זענען מיר דאנקבאר.
די ווערט פון די מתן שכרה וואס דו זאגסט איז אומבאשרייבליך...

לערנען One-to-one בכלל האט א געוואלדיגע מעלה, ס'איז קאסטומייזד לויט דיין ספיד און אינטערעסע.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:16 am
דורך נישט
WOW
האלט מען שוין ביי פיהר תלמידים זיינע

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:39 am
דורך עסקן נמרץ
איך האב זיך געלערנט קוויקבוקס אליין, דורך דריקן אלע קנעפלעך און זעהן וואס סעגעשעהט, אחוץ ריקאנסיילן, האב איך געדארפט בעטן הילף פון א משפחה קרוב.

מימענו יולמעדי ווכיין יאסי..

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:42 am
דורך נישט
עסקן נמרץ האט געשריבן:איך האב זיך געלערנט קוויקבוקס אליין, דורך דריקן אלע קנעפלעך און זעהן וואס סעגעשעהט, אחוץ ריקאנסיילן, האב איך געדארפט בעטן הילף פון א משפחה קרוב.

מימענו יולמעדי ווכיין יאסי..

די האסט געוויזן דיין קוויקבוקס פאר א פראפעשענאל און ער האט דיר געזאגט אז די ווייסט וואס די טוסט?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:45 am
דורך רעד צו די זאך
חיים צבי האט געשריבן:אויך איך בין א תלמיד פון ר׳ מאיר, ער געט א כמו קרעש קורס פון אלעס וואס מען דארף וויסן בכלליות, און דערנאך ווען מען גייט אריין און א ספעציפישע פעלד קען ער זיין שטארק בייהילפיג אין די קלענערע דעטאלן. אויסער די קורס האט מען אויך א מתן שכרה בצדה פון האבן זיין נומער אינם ראלעדעקס א זאך וואס קומט תמיד צוניץ.

זיין וועבסייט איז http://www.fmdbusiness.com עס איז כדאי דאס צו בוקמארקן

זיי ביטע מסביר וואס די מתן שכרה בצדה איז

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:56 am
דורך עסקן נמרץ
נישט האט געשריבן:
עסקן נמרץ האט געשריבן:איך האב זיך געלערנט קוויקבוקס אליין, דורך דריקן אלע קנעפלעך און זעהן וואס סעגעשעהט, אחוץ ריקאנסיילן, האב איך געדארפט בעטן הילף פון א משפחה קרוב.

מימענו יולמעדי ווכיין יאסי..

די האסט געוויזן דיין קוויקבוקס פאר א פראפעשענאל און ער האט דיר געזאגט אז די ווייסט וואס די טוסט?

נישט געוויזן...
איך ארבעט שוין דערויף א גוטע פאר יאר, זאל איך יעצט גיין פרעגן ?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 12:12 pm
דורך רעד צו די זאך
איך האב אנגעריפן קוויקבוקס סענטער אין געבעטן נעמען וואס האבן זיך געלערענט ביי אים .איך האב אנגעריפן 2 פון זיי . זיי האבן מיר געגעבן זייער גיטע רעפרענס . אויך האט ער א גיטע זאך אז די קורסעס ווערן ריקארדעט בשעת מעשה עס ווערט ווי א קליפ וואס מען קען זען אין הערן וואס מען לערענט .אין מען קען עס איבערגיין וויפיל מאל מען וויל.
למעשה האבן מיר 4 גיטע רעפרענסעס אויף ר מאיר דרומער .אין 2 אויף קוויקבוקס סענטער .אבער למעשה איז נבונים די ביליגסטע האט איינער אן עקספיריענס זיך צו לערנען קוויקבוקס אויף א פראגראם .איך קען נישט אזוי גיט ענגליש.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 12:25 pm
דורך קנאפער ידען
וואס מיינסטו א 'פראגראם'? ווידיאו טרעינינג קענסטו באקומען פאר גראשן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 4:33 pm
דורך יואל שווארטץ
איך האב א גאר נאנטער קרוב וואס האט זיך געלערנט ביי קוויקבוקס סענטער, זייער צופרידן געווען.

אויב דו קענסט נישט אזוי גוט ענגליש איז זיכער אז דו זאלסט לערנען פון א מענטש. פון א פראגראם וועסטו זייער שנעל מיד ווערן.

און דאס איז שוין אויסער די זייטיגע טובות הנאה וואס דו באקומסט דורך לערנען פון דרוממער (ווי פריערדיגע מגיבים) אדער קוויקבוקס סענטער (ווי מיין קרוב׳ס עקספיריענס).

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 8:12 pm
דורך חיים צבי
רעד צו די זאך:
דרומער׳ס מומחיות גייט ווייטער ווי בלויז בעסיק קומפיוטערס און קוויקבוקס און מען קען האבן אסאך נוצן פון רעדן צו אזא מענטש. דו רופסט אים ווייל דו ביסט נבוך אין סיי וועלכע ענין אין קוויקבוקס און אויסער א תירוץ אויפן קשיא ווערסטו אויך געוואויר נאך זאכן וואו דו קענסט דיך גרינגער מאכן אדער פארבעסערן סיסטעמס וכדו׳

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:16 pm
דורך נישט
חיים צבי האט געשריבן:רעד צו די זאך:
דרומער׳ס מומחיות גייט ווייטער ווי בלויז בעסיק קומפיוטערס און קוויקבוקס און מען קען האבן אסאך נוצן פון רעדן צו אזא מענטש. דו רופסט אים ווייל דו ביסט נבוך אין סיי וועלכע ענין אין קוויקבוקס און אויסער א תירוץ אויפן קשיא ווערסטו אויך געוואויר נאך זאכן וואו דו קענסט דיך גרינגער מאכן אדער פארבעסערן סיסטעמס וכדו׳

כשטום צו הונדערט פראצענט צו חיים צבי

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 9:18 am
דורך רעד צו די זאך
א גרויסן יישר כוח פאר אלע וואס האבן גענימן די מי מיטיילן זייער עקספיריענס

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:02 pm
דורך רעד צו די זאך
די וואך אין יעזורי בלעטעל איז זייער שיין באשריבן די קוויקבוקס קלאס פון קוויקבוקס סענטער

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 11:12 pm
דורך נישט
רעד צו די זאך האט געשריבן:די וואך אין יעזורי בלעטעל איז זייער שיין באשריבן די קוויקבוקס קלאס פון קוויקבוקס סענטער

דאס מיינט גארנישט, פרעגט דיר נאך ביי מענטשן וואס זענען דארטן געווען, אויב האבן זיי הנאה געהאט, דעמאלט גיי טאקע אהין

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 9:31 am
דורך שאינו יודע
איז אזוי


מיין מיינונג (קיין מיינונג) אז ארבייטן קוויקבוקס אן קענען בוקקיפינג איז א כאזעריי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 9:56 am
דורך מילכיגער
שאינו יודע האט געשריבן:איז אזוי


מיין מיינונג (קיין מיינונג) אז ארבייטן קוויקבוקס אן קענען בוקקיפינג איז א כאזעריי

דאס איז אויך די מיינונג פון נאך איין מאן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 10:16 am
דורך פארוואס נישט...
שטים צו אויף 'ארבעטן' קוויקבוקס.
מ'דארף אבער צולייגן אז צו טוהן 'דעטע ענטרי' בלויז (בילס, אינוואויסעס, ק"ק...), ברויך מען נישט קענען קיין בוקקיפינג.