Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זיך אויסלערנען קוויקבוקס

מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:53 pm

היות איך וויל מיר לערנען קוויקבוקס.דא אין קרית יואל איז דא עטליכע אפציעס.
נבונים שטעלט צו א פראגרעם וואס לערענט אויס. וווי אויך קלאסן.
קוויקבוקס סענטער שטעלט צו פרייוועט קורסעס. ווי אויך קלאסן.
ווי איוך האב איך געזען אין יום ביומו נאך עטליכע וואס שטעלן צו פרייוועט קורסעס.
איז מיין שאלה וואס איז די מעלות אין חסרונות? האט שוין איינער געהאט עקספיריענס מיט איינעם פין זיי?
איז דא אנדערע וועגן ווי אזוי זיך אויסלערנען קוויקבוקס?
לעצט פאראכטן דורך רעד צו די זאך אום מאנטאג אוגוסט 18, 2014 3:23 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

Advertisement

מאנטאג אוגוסט 18, 2014 2:02 pm

viewtopic.php?f=27&t=22045

מאנטאג אוגוסט 18, 2014 2:14 pm

דער בעסטע אפציע איז זאלסט גיין צו איינער וואס האט די מערסטע עקספעריענס מיט'ן געבן קורסן אויף דעי ספעציפישע זאך וואס דו ווילסט. אז דו ווילסט דיך לערנען קוויקבוקס וואלט איך דיר געראטן זאלסט גיין צו קוויקבוקס סענטער.

מאנטאג אוגוסט 18, 2014 3:19 pm

האט איינער עקספיריענס מיט קווויקבוקס סענטער?

מאנטאג אוגוסט 18, 2014 5:02 pm

פרעג איינעם וואס איז געווען ביי נבונים BTC, אויך פרעג איינעם וואס איז געווען ביי קוויקבוק קורסעס.

מאנטאג אוגוסט 18, 2014 6:42 pm

איך האב מיר געלערנט ביי מאיר דרומער ער איז זייער גוט געווען

www.fmdbusiness.com/

מאנטאג אוגוסט 18, 2014 9:49 pm

וואטיצעך האט געשריבן:איך האב מיר געלערנט ביי מאיר דרומער ער איז זייער גוט געווען

www.fmdbusiness.com/

יאך איז אויך זיין תלמיד, בעהט זייער ביליג פאר די דשאב וואס ער מאכט.

מאנטאג אוגוסט 18, 2014 10:40 pm

אויך איך בין א תלמיד פון ר׳ מאיר, ער געט א כמו קרעש קורס פון אלעס וואס מען דארף וויסן בכלליות, און דערנאך ווען מען גייט אריין און א ספעציפישע פעלד קען ער זיין שטארק בייהילפיג אין די קלענערע דעטאלן. אויסער די קורס האט מען אויך א מתן שכרה בצדה פון האבן זיין נומער אינם ראלעדעקס א זאך וואס קומט תמיד צוניץ.

זיין וועבסייט איז http://www.fmdbusiness.com עס איז כדאי דאס צו בוקמארקן

דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:08 am

חיים צבי האט געשריבן:אויך איך בין א תלמיד פון ר׳ מאיר, ער געט א כמו קרעש קורס פון אלעס וואס מען דארף וויסן בכלליות, און דערנאך ווען מען גייט אריין און א ספעציפישע פעלד קען ער זיין שטארק בייהילפיג אין די קלענערע דעטאלן. אויסער די קורס האט מען אויך א מתן שכרה בצדה פון האבן זיין נומער אינם ראלעדעקס א זאך וואס קומט תמיד צוניץ.

זיין וועבסייט איז http://www.fmdbusiness.com עס איז כדאי דאס צו בוקמארקן

גם אני מצטרף!
כ'האב ביי אים געלערנט קוויקבוקס, צוריקגעגאנגען פאר אנדערע זאכן, רעקאמאנדירט פאר אנדערע, און זיי זענען מיר דאנקבאר.
די ווערט פון די מתן שכרה וואס דו זאגסט איז אומבאשרייבליך...

לערנען One-to-one בכלל האט א געוואלדיגע מעלה, ס'איז קאסטומייזד לויט דיין ספיד און אינטערעסע.

דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:16 am

WOW
האלט מען שוין ביי פיהר תלמידים זיינע

דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:39 am

איך האב זיך געלערנט קוויקבוקס אליין, דורך דריקן אלע קנעפלעך און זעהן וואס סעגעשעהט, אחוץ ריקאנסיילן, האב איך געדארפט בעטן הילף פון א משפחה קרוב.

מימענו יולמעדי ווכיין יאסי..

דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:42 am

עסקן נמרץ האט געשריבן:איך האב זיך געלערנט קוויקבוקס אליין, דורך דריקן אלע קנעפלעך און זעהן וואס סעגעשעהט, אחוץ ריקאנסיילן, האב איך געדארפט בעטן הילף פון א משפחה קרוב.

מימענו יולמעדי ווכיין יאסי..

די האסט געוויזן דיין קוויקבוקס פאר א פראפעשענאל און ער האט דיר געזאגט אז די ווייסט וואס די טוסט?

דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:45 am

חיים צבי האט געשריבן:אויך איך בין א תלמיד פון ר׳ מאיר, ער געט א כמו קרעש קורס פון אלעס וואס מען דארף וויסן בכלליות, און דערנאך ווען מען גייט אריין און א ספעציפישע פעלד קען ער זיין שטארק בייהילפיג אין די קלענערע דעטאלן. אויסער די קורס האט מען אויך א מתן שכרה בצדה פון האבן זיין נומער אינם ראלעדעקס א זאך וואס קומט תמיד צוניץ.

זיין וועבסייט איז http://www.fmdbusiness.com עס איז כדאי דאס צו בוקמארקן

זיי ביטע מסביר וואס די מתן שכרה בצדה איז

דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:56 am

נישט האט געשריבן:
עסקן נמרץ האט געשריבן:איך האב זיך געלערנט קוויקבוקס אליין, דורך דריקן אלע קנעפלעך און זעהן וואס סעגעשעהט, אחוץ ריקאנסיילן, האב איך געדארפט בעטן הילף פון א משפחה קרוב.

מימענו יולמעדי ווכיין יאסי..

די האסט געוויזן דיין קוויקבוקס פאר א פראפעשענאל און ער האט דיר געזאגט אז די ווייסט וואס די טוסט?

נישט געוויזן...
איך ארבעט שוין דערויף א גוטע פאר יאר, זאל איך יעצט גיין פרעגן ?

דינסטאג אוגוסט 19, 2014 12:12 pm

איך האב אנגעריפן קוויקבוקס סענטער אין געבעטן נעמען וואס האבן זיך געלערענט ביי אים .איך האב אנגעריפן 2 פון זיי . זיי האבן מיר געגעבן זייער גיטע רעפרענס . אויך האט ער א גיטע זאך אז די קורסעס ווערן ריקארדעט בשעת מעשה עס ווערט ווי א קליפ וואס מען קען זען אין הערן וואס מען לערענט .אין מען קען עס איבערגיין וויפיל מאל מען וויל.
למעשה האבן מיר 4 גיטע רעפרענסעס אויף ר מאיר דרומער .אין 2 אויף קוויקבוקס סענטער .אבער למעשה איז נבונים די ביליגסטע האט איינער אן עקספיריענס זיך צו לערנען קוויקבוקס אויף א פראגראם .איך קען נישט אזוי גיט ענגליש.

דינסטאג אוגוסט 19, 2014 12:25 pm

וואס מיינסטו א 'פראגראם'? ווידיאו טרעינינג קענסטו באקומען פאר גראשן.

דינסטאג אוגוסט 19, 2014 4:33 pm

איך האב א גאר נאנטער קרוב וואס האט זיך געלערנט ביי קוויקבוקס סענטער, זייער צופרידן געווען.

אויב דו קענסט נישט אזוי גוט ענגליש איז זיכער אז דו זאלסט לערנען פון א מענטש. פון א פראגראם וועסטו זייער שנעל מיד ווערן.

און דאס איז שוין אויסער די זייטיגע טובות הנאה וואס דו באקומסט דורך לערנען פון דרוממער (ווי פריערדיגע מגיבים) אדער קוויקבוקס סענטער (ווי מיין קרוב׳ס עקספיריענס).

דינסטאג אוגוסט 19, 2014 8:12 pm

רעד צו די זאך:
דרומער׳ס מומחיות גייט ווייטער ווי בלויז בעסיק קומפיוטערס און קוויקבוקס און מען קען האבן אסאך נוצן פון רעדן צו אזא מענטש. דו רופסט אים ווייל דו ביסט נבוך אין סיי וועלכע ענין אין קוויקבוקס און אויסער א תירוץ אויפן קשיא ווערסטו אויך געוואויר נאך זאכן וואו דו קענסט דיך גרינגער מאכן אדער פארבעסערן סיסטעמס וכדו׳

דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:16 pm

חיים צבי האט געשריבן:רעד צו די זאך:
דרומער׳ס מומחיות גייט ווייטער ווי בלויז בעסיק קומפיוטערס און קוויקבוקס און מען קען האבן אסאך נוצן פון רעדן צו אזא מענטש. דו רופסט אים ווייל דו ביסט נבוך אין סיי וועלכע ענין אין קוויקבוקס און אויסער א תירוץ אויפן קשיא ווערסטו אויך געוואויר נאך זאכן וואו דו קענסט דיך גרינגער מאכן אדער פארבעסערן סיסטעמס וכדו׳

כשטום צו הונדערט פראצענט צו חיים צבי

מיטוואך אוגוסט 20, 2014 9:18 am

א גרויסן יישר כוח פאר אלע וואס האבן גענימן די מי מיטיילן זייער עקספיריענס

מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:02 pm

די וואך אין יעזורי בלעטעל איז זייער שיין באשריבן די קוויקבוקס קלאס פון קוויקבוקס סענטער

מאנטאג אוגוסט 25, 2014 11:12 pm

רעד צו די זאך האט געשריבן:די וואך אין יעזורי בלעטעל איז זייער שיין באשריבן די קוויקבוקס קלאס פון קוויקבוקס סענטער

דאס מיינט גארנישט, פרעגט דיר נאך ביי מענטשן וואס זענען דארטן געווען, אויב האבן זיי הנאה געהאט, דעמאלט גיי טאקע אהין

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 9:31 am

איז אזוי


מיין מיינונג (קיין מיינונג) אז ארבייטן קוויקבוקס אן קענען בוקקיפינג איז א כאזעריי

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 9:56 am

שאינו יודע האט געשריבן:איז אזוי


מיין מיינונג (קיין מיינונג) אז ארבייטן קוויקבוקס אן קענען בוקקיפינג איז א כאזעריי

דאס איז אויך די מיינונג פון נאך איין מאן

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 10:16 am

שטים צו אויף 'ארבעטן' קוויקבוקס.
מ'דארף אבער צולייגן אז צו טוהן 'דעטע ענטרי' בלויז (בילס, אינוואויסעס, ק"ק...), ברויך מען נישט קענען קיין בוקקיפינג.
שרייב א תגובה

Advertisement