עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
שבת אוגוסט 16, 2014 9:57 pm
איך זוך א שיינע רואיגע פארק זייער נאנט צו א עירפארט-ראנוועי דא אין ניו יארק סיטי, ווי איך קען פארברענגן מיט מיין משפחה פאר א לאנטש און די זעלבע צייט אבזערווירן וויאזוי די עראפלאנען הייבן און לאנדן העכער אונזערע קעפ
Advertisement
שבת אוגוסט 16, 2014 10:46 pm
יציב פתגם האט געשריבן:איך זוך א שיינע רואיגע פארק זייער נאנט צו א עירפארט-ראנוועי דא אין ניו יארק סיטי, ווי איך קען פארברענגן מיט מיין משפחה פאר א לאנטש און די זעלבע צייט אבזערווירן וויאזוי די עראפלאנען הייבן און לאנדן העכער אונזערע קעפ
נעבן LGA איז דא א שטיקל פארק מיט בענק אבער אן קיין טישן, וואס מען קען זייער גוט זען וואו די ערעפלאנען קומען אראפ
, אבער נישט אייביג קומען זיי פון דעם ריכטונג, מען דארף דאס וויסן פארויס , די פלאץ הייסט ״פלעין וואוי פארק״ ס׳איז ערגעץ ביי 82 סט. און קווינס ביי די זייט פון גרענד סענטראל הייווע,י ס׳איז אויף די זעלבע גאס וואו ענטערפרייז קאר קענטעל,
זונטאג אוגוסט 17, 2014 8:16 am
זונטאג אוגוסט 17, 2014 9:47 am
מען קען דארט זעהן ווי זיי קומען אראפ ביז דער ערד?
זונטאג אוגוסט 17, 2014 9:50 am
כ'האב מיר איינמאל ארומגעדרייט א האלבע שעה ארום ניוארק זיכענדיג א פלאץ ווי מ'קען זעהן די פליגערס הייבן זיך און לאנדן, אבער אן ערפאלג.
כ'האף נאך איינמאל צו גיין אויף אזא פלאץ.
זונטאג אוגוסט 17, 2014 10:10 am
גראדע אויפן הייוועג ארום דעם לופט האפן אין ניוארק קען מען זעהן ווי די לופט שיפן שטעלן זיך אריין אין א גראדע ליניע
ווי אויך אויפן וועג צו די פינף טאונס עריע דארף מען קענען זעהן ווי די פליגערס קומען און גייען
זונטאג אוגוסט 17, 2014 1:10 pm
ביי LGA CARGO AREA האמיר אמאל אלעס מיטגעהאלטן
זונטאג אוגוסט 17, 2014 1:17 pm
אויך איז דא דארט בשכנות [אפשר אריבער די וואסער?] א אלטער היים וואס מ'קען פון דארט אלעס מיטהאלטן
זונטאג אוגוסט 17, 2014 1:27 pm
אין מאנטריאל איז דא אפאר מעסיוו פלעצער צו זעהן ווי פלעין לאנדען, איינס האט אפי' א פארק פאר די קינדער, איין פלאץ פארט עס ממש העכער דיין קאפ.
זונטאג אוגוסט 17, 2014 2:17 pm
פאר די וואס פרעגן וועגן מאנטריאל
דא איז דא אלע אינפארמעישען
http://www.jeanpierrebonin.com/aviation ... n0_ang.htmכ'מיין אז נאמבער C איז ממש העכערן קאפ
- עטעטשמענטס
-

- DorvalMap.gif (7.98 KiB) געזעהן געווארן 318 מאל
זונטאג אוגוסט 17, 2014 2:19 pm
טיטערבארא עירפארט האט א פארק הארט נעבן ראן וועי
אבער עס איז נאר פאר קליינע פליגערס
זונטאג אוגוסט 17, 2014 3:41 pm
אין סטוארט עירפארט אין ניובורג דארף אויך צו זיין אן אומאפיציעלן פלאץ מיטצוהאלטן די דיפארטשור און לענדינג, אויף א שטיקל בערגל
אויף פוירסט עוועניו נאכ'ן טערמינעל.
אבער...
עראפלאנען הייבן זיך און לאנדן פשוט נישט... נישט ממש אזוי, באט יו געט די פוינט, זיי האבן זייער א שיטערע סקעדזשול (
זעה דא), דארפסט בעסער אויסרעכענען ווען אהינצוגיין.
זונטאג אוגוסט 17, 2014 8:01 pm
נעבן קענעדי עירפארט איז דא עפעס א שיינע פארק אדער א ליידיגע פעלד צו קענען בעסער אבזערווירן די עראפלאנען?
זונטאג אוגוסט 17, 2014 8:31 pm
צו ס'איז דא א פארק ווייס איך נישט, אבער אין קענעדי קען מען פארן מיט'ן עיר טרעין און נאכדעם מיט א באס ביזן לעצטן סטאפ און דארט קען מען שטיין לעבן ראנוועי און זען זייער גוט די הייבן און לאנדן, איך האב גענומען מיינע חברה איין יאר חול המועד, זיי האבן זייער הנאה געהאט, איינאל איז עס געווען אזוי נאנט אז מ'האמיר געקענט זען די מענטשן.
אבער עס איז דא פיר ראנוועיס אין קענעדי דאכציך, און נישט אלץ נוצט מען אלע.