Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פויל צו ארבעטן

דינסטאג אוגוסט 12, 2014 2:43 pm

רבותי, כ'וויל מודיע זיין מיין צער ברבים, עס אזי שוין האלב פיר נאכמיטאג, און איך האב נאך כמעט נישט געארבעט היינט, כ'פוילעץ ארום, כ'קריך פון וועבסייט-צו-וועבסייט און איך ארבעט נישט.
געוואלד, וואס וועט זיין, כ'דארף דאך ברענגען פרנסה אין שטוב אריין.
דערפאר, בין איך מודיע מיין צער ברבים.
סתם ארבעטער איז דאס שווער צו פארשטיין, ווארום זיי זענען דאך אריינגעפאנטשט ביי יענעם אויף קעסט, און די פארשווענדעטע צייט גייט אויפ'ן באלעבאס' חשבון.
ווידעראום סעלף-עמפלאויד מענטשן פארשטייען דאס גוט, זיי זענען אויפ'ן אייגענעם פראצע, אויב ארבעטן זיי נישט טויג נישט.
די וואס זענען אריינגעפאנטשט ביי א דזשאב, פרייען זיך ווי שנעלער דער זייגער גייט, א סעלף-עמפלאויד מענטש קוקט אויפ'ן זייגער מיט זארג און זעט ווי דער טאג צופליהט אים אונטער די פוס.
סעלף-עמפלאויד מענטשן ליידן שרעקליך פון פוילקייט און דארפן זיך פושן ווי א טרעקטאר צו ארבעטן, סיידן זיי טוען א זאך וואס זיי ענדזשויען, אבער רוב מענטשן טוען באורינג לאנגווייליגע ארבעט טאג נאך טאג נאך טאג, ווייל זיי מוזן. אפילו א דזשאב וואס מען האט ליב איז נאך לאנגע יארן ווערט מען אויסגעברענט.
איין עצה וואס כ'האב גענוצט לעצטענס און געזען וואונדערס איז אזוי, כ'האב איינגעזען אז דער אינטערנעט איז דער גרעסטער צייט רויבער, איך האב דערפאר דאונלאודעד א פראגראם וואס ערמעגליכט אפצושליסן דעם אינטערנעט פאר א געוויסע צייט און אזוי מוז מען ארבעטן און מען קען נישט קריכן אהער און אהין.
דער פראגראם קען מען באקומען ביי your-freedom.software.informer.comעס ארבעט וואונדערבאר

Advertisement

דינסטאג אוגוסט 12, 2014 2:52 pm

יעקב,!??! איך האב מיר געוואונדערט פארוואס די האלטסט נישט ביים ארבעטן....
די ביזט אויף איי וועלט...
ביזט אפגעזאגט

דינסטאג אוגוסט 12, 2014 2:54 pm

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:דער פראגראם קען מען באקומען ביי your-freedom.software.informer.comעס ארבעט וואונדערבאר

your-freedom.software.informer.com/ is blocked because it is currently categorized as: Spyware / Malware Sources Software Downloads

דינסטאג אוגוסט 12, 2014 3:37 pm

כ'האב אייך גאר גרויסע נייעס אז די וואס זענען אריינגעפאנטשט ביי א דזשאב ליידן אויך פון די מין פוילקייט, וגם אני בתוכם.

(נישט אז איך פארשטיי נישט די חילוק און וואס דו מיינסט ארויסצוברענגען, נאר דו רעדסט פון די צער וויל איך ארויסברענגען מיינס אויכעט..)

דינסטאג אוגוסט 12, 2014 3:52 pm

פיין, גוט, אבער די פוילקייט קאסט אייך נישט אין טאש

דינסטאג אוגוסט 12, 2014 4:09 pm

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:פיין, גוט, אבער די פוילקייט קאסט אייך נישט אין טאש

אין הכי טאקע

דינסטאג אוגוסט 12, 2014 5:13 pm

אפשר לייגט עס אייינער ארויף מ'פילטער לאזט עס נישט דורך.

דינסטאג אוגוסט 12, 2014 5:37 pm

איי איי איי אגירי יומא אנן

מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:10 pm

מאגר האט געשריבן:אפשר לייגט עס אייינער ארויף מ'פילטער לאזט עס נישט דורך.

מצטרף.


100טער שעות ווערן פארלוירן מיט גארנישט, איך האלט שוין לאנג אז מ'דארף טרעפן עפעס א פאטענט צו קענען ליינען אייוועלט אפליין נישט די ארבעט צייט, ווארן ארויספרינטן גאנץ אייוועלט איז דאך אויך נישט קיין עסק

מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:40 pm

איין זאך וואס איך פארשטיי נישט יעקב צוקערמאן
האלב פיר נאכמיטאג אן האבן געארבעט בכלל היינטיגן טאג און דאס אלעס נאכ'ן האבן / ניצן דעם פראגראם? am i missing something?

דינסטאג אוגוסט 19, 2014 3:44 pm

רבותי ס'איז שרעקליך, איך בין ווייטער פויל צו ארבעטן שוין האלב פינף נאכמיטאג און כמעט גארנישט געארבעט
וואס טוט מען דא

דינסטאג אוגוסט 19, 2014 3:48 pm

מיין פילטער לאזט מיר נישט עפענען נייע אשכולות....

זונטאג אוגוסט 31, 2014 12:48 pm

בקיצור, עס איז זונטאג, האלב צוויי, שוין געדאווענט, געגעסן פרישטאג, געקוקט וועבסייטס, געליינט אייוועלט, און יעצט דארף מען ארבעטן, אבער כ'בין פויל ווי די רוחות. אומגלויבליך

זונטאג אוגוסט 31, 2014 12:54 pm

יענקל יענקל וואס'עט זיין מיט דיר? וויפיל איז די שיעור צו זיין פויל????

זונטאג אוגוסט 31, 2014 1:33 pm

זייט אייך מחזק

זונטאג אוגוסט 31, 2014 1:56 pm

ליצאאאאאאאאאאאאנעת...

ווער איז דער בעל מחזק דארט?
שרייב א תגובה

Advertisement