בלאט 1 פון 1

AAdvantage Account

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 10:16 am
דורך פוטער
א גוטן טאג חשובע ידידים,

מיט בערך א יאר צוריק האב איך פארקויפט מיינע 110 טויזענט אמעריקען אירליינ'ס מיילס פאר א היימישע פירמע וואס פלעגט זיין ארדווערטייזט אין די טעגליכע פעפערס, א האלבע יאר נאכען פארקויפען, באקום איך א אימעל פון אמעריקען אירליינ'ס אז איך האב ווייעלעטעט די אגרימענט און זיי געבן מיר צוויי וואכען צו ענטפערען א רייע מיט שאלות, אזוי ווי, ווער האט אפגעקויפט מיין מייל'ס, די ארדווערטייזמענט צו וואס איך האב ריספאנדעט, די קומיוניקעשאן אימעילס אדער טעקסט וואס איך האב געהאט מיט די אפקויפער, די נאמען ווער עס האט גענוצט מיין מייל'ס, צו וועלכע סיטי ער האט געטרעוועלט, און אזוי ווייטער..

פארשטייט זיך אז איך נישט געקענט צו שטעלן אלע ענטפער'ס, און ווען איך האב פרובירט צו קאנטעקטען די קאמפעני פאר וועם איך האב פארקויפט מיינע מייל'ס, האב איך גערעדט צום דופן. נאך עטליכע וואכען און נאכדעם וואס אמעריקען האט שוין צוגעשפארט מיין אקאונט, האט די קאמפעני ענדליך גענומען די מי און געענטפערט אז אפילו איך וואלט צוגעשטעלט אלע ענטפערס וואלט אמעריקען אירליינ'ס נאך אלס צוגעשפארט מיין אקאנט.

עס איז שוין אדורך ניין חדשים, איך האב צוויי גרויסע אאעטוועטדיטש קרעדיט קארד'ס אבער איך פארדין נישט קיין מייל'ס,

וואס קען איך טין אז זיי זאלען צוריק עפענען מיין אקאנט?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 11:45 am
דורך בשבילי נברא
פוטער האט געשריבן:א גוטן טאג חשובע ידידים,

זעה דא

בקיצור הדברים. פארקויפן אמעריקען עירליינס מייל איז א "פסיק רישא" אז זיי זאלן ח"ו פארמאכן דעם אקאונט, און בלעק-ליסטען דעם מענטש נישט צו קענען מער קיינמאל האבן אן אקאונט ביי זיי.
און זיי זענען ליידער זייער סאפיסטיקירט וויאזוי זיי כאפן מענטשן דערמיט.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 1:49 pm
דורך בערקא
וויפיל איז יעצט די פרייז וואס מען קען באקומען?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 3:05 pm
דורך פוטער
א גרויסען יישר כח בשבילי,

די לינק וואס האסט צוגעצייכענט איז זייער אינפארמאטיוו,

וואס איך האב געטוען איז געעפענט א נייע אמעריקען אירליינס אקאונט אין געלינקט מיינע צוויי קרעדיט קארדס צו מיין נייע פריקענט פלייער איידי, יעצט בלייבט נאר איבער צו זעהן אויב אמעריקען אירליינס גייט זיך כאפען און מיר אויך פארשפארען דעם אקאונט..

מיין פערסענעל עדווייס צו יעדער וואס וויל פארקויפען מיילס, ספעשעלי אמעריקען אירליינס, דיעל נאר מיט א קאמפעני וואס האט א לאנגע גוטע רעקערד, אז נישט איז עס נישט ווערט די פאר דאלער...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 5:41 pm
דורך פוטער
אפטעיט, אקטובער 1, 2014

מיט בערך צוויי חדשים צוריק, האב איך געפענט א נייע אאנטווענטישט אקאונט, און געלינקט מיינע ביידע סיטי קארדס צו די נייע אאנטווענטישט אקאונט, זייענדיג אזוי זיכער אז מיין פיקחות וועט זיכער ארבעטען, האב איך שוין די חודש גענוצט ביידע קארדס ביזען סוף, און כאטשיק סיטי האט מיר געזאגט אז עס קען נעמען 5-10 טעג ביז די אקאונט וועט ווערן געלינקט צו מיינע קרעדיט קארדס, האס איך אבער געמאכט די חשבון אז ביז ווען די סטעיטמענט קומט ארויס וועט עם שוין זיכער זיין געלינקט צו די נייע אאנטווענטישט אקאונט.

דערווייל באקום איך א לעטער פון סיטי, אז זיי קענען נישט אפדעיטען צו מיין נייע אאנטווענטישט אקאונט... אינגאנצען דיסאפאונטעט, רוף איך זיין אן, און נאך א דריי פערטעל זיצען אויף א טרי וועי מיט סיטי און אאנטווענטישט, שטעלט זיך ארויס אז זיי האבן צוגעשטעלט די נייע אקאונט מיט מיין אלטע, און עס צושגעשפארט....

יעצט אז איך קען שוין נישט האבן קיין אאנטווענטישט מיילס, האב איך געמוזט קאנווערטען, מיינע קרעדיט קארדס צו די "דאבעל קעש בעיק" קארד פון סיטי, ד.מ. מען באקומט איין פערסענט קעש בעיק ביים איינקויפען און איין פערסענט ביים באצאלן, אויב איז עס טאקע אזוי, וועט עס נאך זיין אסאך א בעסערע קארד ווי די אאנטווענטישט, וויבאלד פאר מיילס קען מען די מערסטע באקומען 1.55 סענט, און יעצט וועל איך באקומען 2 סענט פער דאללער.

אויב איינער האט סיי וועלכע עקספיריענס (גוטע אדער שלעכטע) מיט די "דאבעל קעש בעיק" קארד פון סיטי, זאל ביטע עס ארויפלייגען דא לטובת הכלל..

און נאכאמאל פאר ווער עס האט נאך א אאנטווענטישט אקאונט, בעפאר די פארקויפסט דיינע מיילס, זיי זייער געווארענט פאר וועם די פארקויפסט עס.