עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
פרייטאג יולי 25, 2014 10:07 am
וואו מאכט מען דאס אין די סיטי?
איז עס גענוג צו פליען דאמעסטיק אדער דארף איך א פאספארט?
Advertisement
פרייטאג יולי 25, 2014 10:09 am
צו פארן צו קאנאדע, דארפסטו האבן די ענעסט איי די
פרייטאג יולי 25, 2014 2:05 pm
כמעט 100 האבען שוין געליינט די אשכול און נאר 1 האט גענפערט אויך שלא מן הענין
פרייטאג יולי 25, 2014 2:15 pm
פרייטאג יולי 25, 2014 2:28 pm
צו פליען דאמעסטיק איז דאס זיכער גענוג.
ס'איז פונקט ווי א געהעריגע דרייווערס לייסענס, סיידן מ'קען נישט דרייוון דערמיט.
פרייטאג יולי 25, 2014 2:31 pm
דאס וואס גאסט ברענגט איז אן ענהענסט איי-דיי, וואס איז ווי א סעמי-פאספארט וואס מ'קען נוצן זיך אריינצוכאפן קיין קאנאדע.
פרייטאג יולי 25, 2014 2:51 pm
דאנקע שיין
וואו מאכט מען דאס?
פרייטאג יולי 25, 2014 2:57 pm
מ'קען אראפגיין צו סיי וועלכע מאטאר וויקל אפיס.
געב דא א זוך פאר די נענסטע צו דיר.
http://www.dmv.org/ny-new-york/dmv-office-finder.php
זונטאג יולי 27, 2014 1:23 pm
אויסצוקלארן אביסל די געזעצן...
דורכצופארן די לאנד גרעניץ פון קאנאדא קיין אמעריקא, מוז מען האבן א פאספארט, אדער א ענהענסט לייסענס. יעדער פון זעכצן יאר און עלטער. קינדער איז גענוג א געבורטשיין.
פליען פון\צו קאנאדא דארף מען האבן א פאספארט דייקא, קיין חילוק ווי אלט, א תינוק בן יומו דארף אויך א פאספארט. אן ענהענסט לייסענס איז 'נישט' גילטיג.
צו פליען אין די פאראייניגטע שטאטן דארף מען 'נישט' האבן קיין ענהענסט לייסענס. יעדע פיקטשער איידי איז גילטיג. קינדער דארפן דאס אויך נישט צייגן, כל זמן זיי פארן אין באלייטונג פון אן ערוואקסענער.
זונטאג יולי 27, 2014 1:24 pm
הארציגן יישר כח היימישער איד פאר די אויסקלארונג.
זונטאג יולי 27, 2014 3:15 pm
בקיצור פארשטיי איך, די ענהענסד דרייווערס/נאן-דרייווערס לייסענס דינט נאר איין איינציגע ציל אריינצוקומען פין קאנאדא קיין יונייטעד סטעיטס און נישט דארפן מיטשלעפן קיין פאספארט, ריכטיג?
זונטאג יולי 27, 2014 3:17 pm
יו גאט איט רייט סיר
זונטאג יולי 27, 2014 3:27 pm
שנאפס האט געשריבן:יו גאט איט רייט סיר
WOW, פוירסט טיים עווער!! גיימיר עס בוקמארקן..
זונטאג יולי 27, 2014 3:36 pm
ס'אידענע, האט פארלוירן איר פאקעט בוק, מיט איר נאן דרייווער לייסענס איי די דערינען, וואס טוט מען? דארף מען זיך נאכאמאל אראפ שלעפן צו MV אפיס, אדער קען מען עס ריפלעיסן אנליין וכדומה???
זונטאג יולי 27, 2014 6:11 pm
מ'קען דאס ערלעדיגן אנליין
https://transact.dmv.ny.gov/PhotoDocDuplicate/אויב דארפסטו אינפארמאציע דערוועגן געב בליק דא
http://www.dmv.org/ny-new-york/replace-license.php--
יישר כח היימישער איד פארן אויסקלארן.
זונטאג יולי 27, 2014 7:49 pm
We can make appointment when we go down to dmv it's much faster
https://visit.dmv.ny.gov/onlineReserve/indexB.html
זונטאג יולי 27, 2014 11:29 pm
אַבּערוואַס האט געשריבן:בקיצור פארשטיי איך, די ענהענסד דרייווערס/נאן-דרייווערס לייסענס דינט נאר איין איינציגע ציל אריינצוקומען פין קאנאדא קיין יונייטעד סטעיטס און נישט דארפן מיטשלעפן קיין פאספארט, ריכטיג?
ס'איז אויך גילטיג אריינצוקומען דורכן לאנד-גרעניץ פון מעקסיקא און די קעריביען. [די סארט לייסענס איז געמאכט געווארן אין די זעלבע צייט וואס די רעגורינג האט אנגעהויבן פארלאנגן פאספארטן אריינצוקומען דורכן לאנד-גרעניץ, אזאך וואס בלויז געציילטע יאר צוריק איזעס בכלל נישט געווען.
ס'נישט אזוי ווייט דאס שלעפן די פעספארט (א פאס וועגט נישט קיין סאך...) ס'איז בעיקר ביליגער און גרינגער צו מאכן ווי א פּאַס.
[פאר איינער וואס פארט אפט איז עס יא א מעלה אז מען דארף נישט אלץ האבן די גרויסע פּאַס אין טאַש. אנשטאט קען מען נוצן די זעלבע קארטל וואס מ'האט סייווי פארן דרייווען.]
זונטאג יולי 27, 2014 11:46 pm
יהיה כן האט געשריבן:ס'אידענע, האט פארלוירן איר פאקעט בוק, מיט איר נאן דרייווער לייסענס איי די דערינען, וואס טוט מען? דארף מען זיך נאכאמאל אראפ שלעפן צו MV אפיס, אדער קען מען עס ריפלעיסן אנליין וכדומה???
נישט צו לאנג צוריק האב איך פארלוירן מיין לייסענס, נאך א קורצע געשפרעך אויפן טעלעפאן האבן זיי ארויסגעשיקט א נייע אויף די פאסט [בד"וו די זעלבע טאג וואס כ'האב גערעדט צו זיי האב איך עס געטראפן]
זונטאג יולי 27, 2014 11:49 pm
יוראפ האט געשריבן:יהיה כן האט געשריבן:ס'אידענע, האט פארלוירן איר פאקעט בוק, מיט איר נאן דרייווער לייסענס איי די דערינען, וואס טוט מען? דארף מען זיך נאכאמאל אראפ שלעפן צו MV אפיס, אדער קען מען עס ריפלעיסן אנליין וכדומה???
נישט צו לאנג צוריק האב איך פארלוירן מיין לייסענס, נאך א קורצע געשפרעך אויפן טעלעפאן האבן זיי ארויסגעשיקט א נייע אויף די פאסט [בד"וו די זעלבע טאג וואס כ'האב גערעדט צו זיי האב איך עס געטראפן]
גם אני מצטרף כ'האב פארלוירן מיין ענעסד דרייוער לייסענס, בינעך אריין צו אי-זי דרייוו מאטאר וויקעל סערוויסעס, אויפן פלאץ האבעך באקומען דעם זעלבן רעסיט וואס מען באקומט ביים די מאטאר וויקעל אליינס, ווי אויך האבעך צוויי וואכן שפעטער, באקומען א פרישע געהעריגע לייסענעס אין די פאסט,