בלאט 1 פון 4

שוועריקייטן איינצושלאפן

געשריבן: דאנארשטאג יולי 24, 2014 6:08 pm
דורך כראפעץ
די לעצטע פאר נעכט האב שווערעקייטן איינצושלאפן, איך וואלגער מיר אין בעט פון די לינקע זייט צו די רעכטע זייט... איך הער קול מבשר מיט אלע אנדערע האטליינס אבער עס גייט נישט, דער שלאף איז ווי פארהוילן פון מיר, און פארשטייט זיך אז דער נעקסטער טאג הייבט זיך שוין אן זייגער שפעט און מען דאווענט ר"ל ביי חצות, איך בין גראדע א פריע מענטש, א געווענליכן טאג האלט איך שוין אכטע צייט נאכן דאווענען, און פלוצלונג זעהן מיר מענטשן אין ביהמ"ד אנקומען ביי חצות, בושות איז נישט דער ווארט...

אויב האט איר עפעס א לעזונג פאר מיר אז איך זאל מיר קענען צוריק אריינלייגן אין מיין נארמאלע סקעדזשול ביטע ברענגט עס אהער, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 24, 2014 6:14 pm
דורך בנימין הלוי
שפירסט זיך אויסגערועט אדער מיעד? די קאפ פארט ווי משוגע? שפירסט זיך הייפער אדער מוטלאז? (ביידע א סבה פאר שלאפלאזיקייט)
צופיל דאגות און גארנישט קיינע דאגות (ציל-לאז) לאזן נישט שלאפן

געשריבן: דאנארשטאג יולי 24, 2014 6:17 pm
דורך יעקב צוקערמאן
אה, דאס איז אן אפטע פראבלעם ביי מיר, די לעזונג איז א פשוט'ע פינף פילן פון מעל-או-טשו, עס ארבעט א מחיה, אדער צוויי פילן פון מעל-או-מעקס. מען קען נעמען דאפלטע דאוזעס ווי דאס אויבנדערמאנטע און מען שטארבט נישט.
אז דאס העלפט נישט קען מען נעמען טיילענאול פי. עם. אדער מאטרין פי. עם. אדער די פי. עם. אליינס די שלאף פיל חלק דערפון איז בענעדריל.
אז דאס העלפט נישט דארף מען גיין צום דאקטאר. אבער איך גלויב שווער אז דאס אויבנדערמאנטע זאל נישט ארבעטן
צודעם, דער בעדרום דארף זיין שטאק פינסטער, גוט צו האבן עפעס וואס מאכט ווייט נאויס, עס דארף זיין גוט קאלט, ווארום היץ לאזט נישט שלאפן, און שוין.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 24, 2014 6:17 pm
דורך כראפעץ
איך וועל דיר זאגן דעם אמת אז איך ליג אין בעט און איך בין גוט מיד איך האלט נאך א טאג ארבעט... אבער אזוי דרייע צייט ווער איך שוין אזוי אווער טייערד און דעמאלטס קען איך שוין פשוט נישט בלייבן ליגן אין בעט איך גיי ארויס אביסעלע איך קיפ מיר קאמפעני מיט וואס עס זאל נאר זיין ביז איך ווער מיד וואס דאס מיינט בערך פינעווע צייט און דאן גיי איך מיר צוריק אין בעט

געשריבן: דאנארשטאג יולי 24, 2014 6:21 pm
דורך כראפעץ
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:אה, דאס איז אן אפטע פראבלעם ביי מיר, די לעזונג איז א פשוט'ע פינף פילן פון מעל-או-טשו, עס ארבעט א מחיה, אדער צוויי פילן פון מעל-או-מעקס. מען קען נעמען דאפלטע דאוזעס ווי דאס אויבנדערמאנטע און מען שטארבט נישט.
אז דאס העלפט נישט קען מען נעמען טיילענאול פי. עם. אדער מאטרין פי. עם. אדער די פי. עם. אליינס די שלאף פיל חלק דערפון איז בענעדריל.
אז דאס העלפט נישט דארף מען גיין צום דאקטאר. אבער איך גלויב שווער אז דאס אויבנדערמאנטע זאל נישט ארבעטן
צודעם, דער בעדרום דארף זיין שטאק פינסטער, גוט צו האבן עפעס וואס מאכט ווייט נאויס, עס דארף זיין גוט קאלט, ווארום היץ לאזט נישט שלאפן, און שוין.

שכח פארן ריאקציע!
וואס איז אבער פשט דערפון, איך בין דאך אזוי מיד און אויסגעמוטשעט, נו פארוואס גייט מיר נישט דעם שלאף?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 24, 2014 6:23 pm
דורך אַבּערוואַס
"כראפעצ'ן" קען אמאל שטערן שלאפן!! (נישט קיין ווערטל)

ר' בנימין זאגט פיין, אויך קען זיין עסן שפעט, שלאפן נאכמיטאג, נוצן עלעקטעראנישע מאשינען (קאמפיוטער, סמארטפאון, וכדו') שפעט, הייס, יומיד, צו קאלט, וכדו'.

אויבנאויף זעען דיינע סימפטאמען אויס ווי סטרעס אדער אומבאקוועמליכקייט מיט'ן הייסן נאסן וועטער די לעצטע פאר טאג, די עצה איז עיר קאנדישען און חובת הלבבות.

_____

צוקערמאן האקט, נישט רעקאמענדירט צו נעמען אויף א רעגולערע באזיס.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 24, 2014 6:26 pm
דורך פיטום
איך קען נישט אייער פרנסה, אבער קען אמאל זיין אז אויב ארבעט מען ביינאכט און מען איז דעמאלטס אקטיוו קען עס אויך צומאל שטערן דאס שלאפן

געשריבן: דאנארשטאג יולי 24, 2014 6:28 pm
דורך אַבּערוואַס
פיטום האט געשריבן:איך קען נישט אייער פרנסה, אבער קען אמאל זיין אז אויב ארבעט מען ביינאכט און מען איז דעמאלטס אקטיוו קען עס אויך צומאל שטערן דאס שלאפן

אויך ריכטיג.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 24, 2014 6:30 pm
דורך צווייפעל
קאלציום ווייטעמינען קען לייזן דעם פראבלעם (קאלציום דארף מען נעמן מיט מאגניזיום און וויטעמין די, מעקסי העלט פארקויפט א געמיש פון אלע)

צאלערס ווייטעמינס מאכט אויך געלט אויף דעם שלאפן פראבלעם.

אויך קאן זיין אז ספעלט מעלאטאנין אין קערפער, קען מען נעמען מעלאטאנין פילען.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 24, 2014 6:31 pm
דורך כראפעץ
דער פיקטשער הייבט שוין אן צו שטימען:...
איך נוץ א סקרין דורכ'ן טאג.
איך ארבעט אביסל שפעט.
און איך עס אויך אסאך מאל ביינאכט.
קען זיין אז מען דארף פרובירן אפצושטעלן איינע פון די זאכן, און אויב עס ארבעט וועט מען זעהן וואס דער אורזאך איז טאקע געווען

געשריבן: דאנארשטאג יולי 24, 2014 6:32 pm
דורך בנימין הלוי
א גוטער הייסער שאו-ער (מקלחת)
זיך רייניגן הנקרא הכנות העלפט אויך איניינוועגס ביסטו גרייט צום דאווענען באלד ביים באגינען

געשריבן: דאנארשטאג יולי 24, 2014 6:34 pm
דורך פיטום
בנימין הלוי האט געשריבן:א גוטער הייסער שאו-ער (מקלחת)
זיך רייניגן הנקרא הכנות העלפט אויך איניינוועגס ביסטו גרייט צום דאווענען באלד ביים באגינען

ער דאווענטאך הערשט א וויילע שפעטער...

געשריבן: דאנארשטאג יולי 24, 2014 6:49 pm
דורך מתבונן
כראפעץ האט געשריבן:דער פיקטשער הייבט שוין אן צו שטימען:...
איך נוץ א סקרין דורכ'ן טאג.
איך ארבעט אביסל שפעט.
און איך עס אויך אסאך מאל ביינאכט.
קען זיין אז מען דארף פרובירן אפצושטעלן איינע פון די זאכן, און אויב עס ארבעט וועט מען זעהן וואס דער אורזאך איז טאקע געווען


די שאלה דא איז, אז דו זאגטס אז דו האסט 'נאכקיינמאל' נישט געהאט קיין שלאפען פראבלעמען.

דו וואלסט געדארפט גוט אריינקוקען אין די לעצטע תקופה פארן דעוועלעפען דיינע פראבלעמען, צו זעהן וואס איז דאס געשען 'אנדערש'?

איז די ארבעט געווארען אנדערש? עס איך מער לעצטענס? האב איך גענוצט א סקרין במשך'ן טאג מער ווי אמאל?

וועלעכע דאגות טראג איך מיך ארום (אפילו פון וואס איך וויל נישט טראכטן) מער ווי אמאל?

בקיצור, וואס האט זיך געטוישט אין דיין לעבן אין די לעצטע תקופה. ס'סאונד אביסל צו שארף ביי דיין פאר, זיין מיד ביז דרייער, און נאכדעדם נאך אלץ נישט קענען איינשלאפען ביז פינעווער? סאמטינג פישי.

האסטו אפשר מער ענקזייעטי לעצטענס במשכ'ן טאג? נישט אזוי צופרידען מיטן לעבן / זשאב / שלום בית / חינוך הבנים / פרנסה אד"ג? אויב דאס ווערט נישט ערלעדיגט במשך'ן טאג (ווייל מהאט נישט קיין צייט), דמאלטס קמוט דאס אריין אין בעט ווי ס'איז דא 'אסאך צייט' צו טראכטען.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 24, 2014 7:11 pm
דורך רשי הקטן
איך האב פאר א שטיק צייט פון איבער א יאר, זיך געדרייט אין מיין געלעגער יעדע נאכט בערך ביז 4 פארטאגס, (אנע גוזמא)
מיין פראבלעם איז געווען, אז איך האב זייער שטארק געוואלט אין איך האב זייער ארויסגעקוקט אז איך זאל שוין איינשלאפן, אין פלעג יעדע מינוט צורוקטראכטן צו איך שלויף שוין אדער נישט,
אין אסאך מאל ווען איך בין שוין דריי אפערטל געווען שלאפעדיג, בין איך פלוצלום ווי פון שלאף ארויס, געגעבן א טראכט אה " ב"ה איך שלאף שוין" אין וואס מיינסטו איז געשעהן איך האב מיך אויפגעוועקט !!!
אויב איז דאס דיין פראבלעם קענסטו מיר ענטפערן אין איך וועל דיר לאזן וויסן צו וועם איך בין געגאנגען ער האט מיר געהאלפן נאר איין שעה פון רעדן מיט אים

געשריבן: דאנארשטאג יולי 24, 2014 7:17 pm
דורך בנימין הלוי
יא יא קליינע רשי'לע זאגט גוט
שוין זייער אסאך מאל געקלערט א שאד איך בין נישט אויף (וואך) בשעת איך שלאף איין

געשריבן: דאנארשטאג יולי 24, 2014 8:24 pm
דורך ענדע צדיק!
אַבּערוואַס האט געשריבן:
פיטום האט געשריבן:איך קען נישט אייער פרנסה, אבער קען אמאל זיין אז אויב ארבעט מען ביינאכט און מען איז דעמאלטס אקטיוו קען עס אויך צומאל שטערן דאס שלאפן

אויך ריכטיג.

אויב ארבעט מען "ביינאכט" אויפן "קאמפיוטער" איז עס צוויי פאקטארן ווואס שטערן שלאפן. איינס ווייל מען איז אקטיוו, צוויי, ווייל די שטראלן פונעם סקרין שטערן די שלאף סיסטעמען (געדענק איך נישט דעם נאמען אויפדערמינוט)

ביי מיר, איז געווען ס'זעלבע מעשה, איך הב עוואויד די 2 זאכן, און דער קליינער ענדע-צדיק איז, איינגעשלאפן זיס..

געשריבן: דאנארשטאג יולי 24, 2014 8:46 pm
דורך כראפעץ
באף אז די האסטעך אויך אויסגערוהט זיס אויך,,, זאג נאר ווי אזוי האסטו עס אבער באוויזן?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 24, 2014 9:05 pm
דורך ענדע צדיק!
כראפעץ האט געשריבן:באף אז די האסטעך אויך אויסגערוהט זיס אויך,,, זאג נאר ווי אזוי האסטו עס אבער באוויזן?

פשוט, געטשעינדזשט מיין סקעדזשועל נישט צו ארבעטן צו שפעט ביינאכט

אה, שיעור נישט פארגעסן אין יענע שווערע צייטן איז מעל-או-טשו איז געווען מיין טעגליכע פארנאכט פארטי

געשריבן: דאנארשטאג יולי 24, 2014 10:07 pm
דורך פיטום
ענדע צדיק! האט געשריבן:
כראפעץ האט געשריבן:באף אז די האסטעך אויך אויסגערוהט זיס אויך,,, זאג נאר ווי אזוי האסטו עס אבער באוויזן?

פשוט, געטשעינדזשט מיין סקעדזשועל נישט צו ארבעטן צו שפעט ביינאכט

אה, שיעור נישט פארגעסן אין יענע שווערע צייטן איז מעל-או-טשו איז געווען מיין טעגליכע פארנאכט פארטי

וואוו! וויזוי האסטע דיר געקענט אפרייסן דערפון?.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 24, 2014 10:11 pm
דורך כראפעץ
איך און זיין (מיין) מצב וואלט עס אויך אפגעלאזט... ווען מען האט שוועריקייטן מיטן איינשלאפן איז מען גרייט אויף אלעס ווייל דאס נישט איינדשאפן שטערט דעם גאנצן נעקסטן טאג

געשריבן: דאנארשטאג יולי 24, 2014 10:31 pm
דורך פארוואס נישט...
אַבּערוואַס האט געשריבן:"כראפעצ'ן" קען אמאל שטערן שלאפן!! (נישט קיין ווערטל)

אויף דעם איז דאך דא די פשוט'ע עצה, ארויסגיין שלאפן אין א צווייטע שטוב...

געשריבן: דאנארשטאג יולי 24, 2014 10:32 pm
דורך כראפעץ
און איבערלאזן "כראפעץ" אליין??????? :cry: :oops: :cry:

געשריבן: דאנארשטאג יולי 24, 2014 10:45 pm
דורך נשמה
אפשר קענסטו הערן א רילעקסעשאן וויהייסטעס.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 24, 2014 10:47 pm
דורך פיטום
א וואס?????

געשריבן: דאנארשטאג יולי 24, 2014 10:49 pm
דורך נשמה
א ריקארדינג וואס שלעפט איין.
ס'רילעקסט און דו וועקסט דיך אויף אינדערפרי.