מאנטאג יולי 21, 2014 3:22 pm
נאך א לאנגע צייט פון פירן חשבונות אויף לאס ליעף פאפירן, רעסיטס, מעמא פעד, נעפקינס, און טאשן פאפיר, ווי יעדע טרענזעקשאן איז געווארן אויפגעשריבן אויף א צווייטע צעטל, און דערנאך סינקערייזט געווארן אין מיין טאש, פון ווי עס איז יעדע ערב ר"ח ווייטער געפארן אריין אין דשאנק לעדל.... ביז די אשת חיל האט זיך צעבייזערט און געשריגן, 'בערקא! אויב די ליידיגסט נישט אויס דיין לעדל גיי איך עס אויסליידיגן....' בצר לי, האבעך זעך געזעצט צוזאמרעכענען אלע חשבונות רעסיט, צעטלעך, סטיקער, טישאו'ס, וכו' צו דעם איז צוגעקומען אלע טרענזעקשאנס, וואס זענען [נישט] געבליבן בלויז אין זכרון, און דא האט זיך אנגעהויבן די קאפ קראצעניש...... וואס איז שוין יא באצאהלט, און וואס נישט....
טו מעיק דע שארט סטארי לאנג, העלעך נישט מאריך זיין, נאך איין פארנאכטס בין תנור לכ.... אופס בין מנחה למעריב, פרעג איך אזוי א חבר צו ער האט נישט פערצופאל א לעזונג דערצו..... זאגט ער מיר, אז איז דא א פראגרעם וואס הייסט קוויקען, וואס דארף זיין זייער גוט פאר דעם.
וועל על דא באתי!
איז דא נאך איינער דא וואס נוצט קוויקען Quicken?
איך וויל וויסן אויב עס איז דא וועג וויאזוי ארייצושרייבן אז איך איינער איז מיר שולדיג א סכום, וועיזדשעס, קאמישאן, הלוואה, גענוצט מיין קרעדיט קארד, וכדו', און דערנאך ווען ער באצאהלט עס, פארצייכענען אז עס איז באצאהלט?
מאנטאג יולי 21, 2014 3:49 pm
עקספרעס אינוואויס איז גאר גוט, זיין מעלה איז אז ער איז סימפל אפילו פארן פאריגן דור.
Express Invoice Invoicing Software
http://www.nchsoftware.com/invoice/
Apply a paymen

Keep track of customers

View & print reports
מאנטאג יולי 21, 2014 4:24 pm
איז דאס גוט אויך פאר מיינע אייגענע געלט חשבונות, אזוי ווי קוויקען, אדער בלויז פאר חובות?