צדקה אקציעס - ביטע זייט אייך משתתף

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » מאנטאג אפריל 18, 2016 6:27 pm

קופת העיר נעמט יעצט צוזאם 3 מיליון דאלער אין דריי טעג , די סייט וואס זיי נוצן מאכט יעדע נדבה x3 אזוי אויך האלט עס אן פאר דריי טעג , (קוקט אויס ווי מ'קען אלעס אנשטעלן)

http://www.causematch.com/en/projects/kupathair/

צדיקל
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2013 5:19 pm

תגובהדורך צדיקל » מאנטאג אפריל 18, 2016 6:34 pm

צוזאמען וועלן מיר אפראטעווען די סאטמאר ירושלימ'ער מקוה איד!!

היינט ערב שבת הגדול האבן די שעלפס פון די גאנצע וויינען זייט ביים מקוה איד געשעפט אין ברך משה בית מדרש אינטערגעבראכן.
עטליכע הונדערט טייערע וויין באטלעך האבן זיך צובראכן און אנגעמאכט א שאדן פארן מקוה איד פון בערך הונדערט טויזנט שקל.

ס'איז געווען גרויסע ניסים
א קינד איז דארט געווען און בנס נישט געשעדיגט געווארן.

געהאט באשטעלט אויף פסח א ריזיגן ארדער און געהאט א פיהלע געשעפט מיט סחורה ווי למשל הורקונוס וויינען אין ווערד פון 500 שקל זענען געווען אין פראנט שעלוו אזוי אויך צענדליגע 1848 רעזערוו פון 200 שקל'דיגע באטלעך מאסן אור הגנוז וויינען אין ווערד פון הונדערטער שקלים יעדע איינס.

צו זיין 'גיטע מזל' איז נעכטן אנגעקומען א ארדער פון אפאר הונדערט נייע קאפלעך ציצית און גארטלעך פאר פסח, און אלעס איז מיט וויין...

די נאמבער פון מאה אלפים שקל שאדן פאר א ארץ ישראל'דיגע ארבעטער איז א וועג אינטערצוברעכן ח"ו.

למצוה גדולה יחשב דער איד זאל נישט אינטערברעכן נאך פאר פסח וואס איז אזוי אויך א גרויסע הוצאה פאר יעדע אידישע שטוב.


https://www.gofundme.com/68zgw4rg

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3016
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » מיטוואך מאי 11, 2016 10:48 am

קהל תולדות צבי ד'ספינקא מאכט 24 שעה'דיגע קאמפיין צו קענען אויפבויען א הכנסת אורחים שטיבל אין מאגלעניץ
https://www.charidy.com/yeshuos
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7002
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך מאי 11, 2016 11:14 am

נישט היינט! היינט איז #אינטענאציאנאלע_ר'_ישעי'לע'ס_דעי אין מלכות נוגעת בחברתה
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3685
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מיטוואך מאי 11, 2016 12:06 pm

מ'גייט דאך אבער דארט געבען צו עסען.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3016
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » מיטוואך יוני 08, 2016 2:08 pm

פארוואס איז די אשכול פון ידידים 24 שעה קאמפיין נעלם געווארן?

צו שטיצט דריקט דא
https://www.charidy.com/yedidim
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

אוועטאר
גלעזעל
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:37 pm

תגובהדורך גלעזעל » מיטוואך יוני 08, 2016 3:28 pm

משתתף געווען
צוגעלייגטע
Capture.PNG
לעצט פאראכטן דורך גלעזעל אום מיטוואך יוני 08, 2016 3:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פאקטען
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » מיטוואך יוני 08, 2016 3:30 pm

kyshtiper האט געשריבן:פארוואס איז די אשכול פון ידידים 24 שעה קאמפיין נעלם געווארן?

צו שטיצט דריקט דא
https://www.charidy.com/yedidim


וועגן דאס
viewtopic.php?f=3&t=30525&view=unread#unread

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3016
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » מיטוואך יוני 22, 2016 12:26 pm

חבירים ראקלאענד קאונטי
דינסטאג שלח 24 שעה קאמפיין

https://www.charidy.com/chaverim
צוגעלייגטע
Chaveirim Rockland.JPG
Chaveirim Rockland 2.JPG
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

אוועטאר
קאץ און מויז
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

לאמיר אים העלפן! לאמיר אפווישן די טרערן פון זיין פאמיליע.

תגובהדורך קאץ און מויז » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 10:53 am

פארטרערטע אויגן. הונגעריגע מויל. צעריסענע שיך. איינער הערט?


מיט פחד און טרייסל האבן טויזענטער ליינער פון מאמענט געליינט אן ארטיקל אין די פארלאפענע סוכות אויסגאבע, געשריבן דורך א היימישן יונגערמאן אונטער'ן פען נאמען "א. עני", אן ארטיקל וואס האט געזאלט דינען אלס א קאפיטל פון אונטערהאלטונג, אבער האט איבערגעלאזט די ליינער בארירט און צובראכן.

ווער עס האט דאס געליינט, איז געווארן צעשטורעמט. עס רעדט זיך פון א טייערן איד אין מאנסי, א מענטש וואס האט קיין גוטן טאג אין זיין לעבן נישט פארמאגט. ווען מיר זעען אינעם ווערטער-בוך דעם טערמין "עני ואביון", קענען מיר זיך פארשטעלן אין געדאנק אט דעם לעבעדיגן ביישפיל. נישט נאר קיין ברויט האט ער נישט צו לייגן אויפן טיש, נאר אפילו דער עצם טיש איז נישט דא.

ווי נאר דער מאמענט איז ארויסגעקומען זענען אריינגעקומען טעלעפאן רופן פון פיל מענטשן מיט הערצער וועלכע האבן זיך אויסגעדרוקט "איך ווייס נישט ווער דאס איז, אבער דער ארטיקל פון דעם ארעמאן אונטערן נאמען א. עני האט מיך טיף בארירט, איך וויל אים שענקען א נדבה."

אין קורצן רעדט מען דא פון א טאטע פון א פאמיליע, א איד וואס וואוינט דא מיט אונז אין ניו יארק, נישט אין דער ווייטער ארץ ישראל, און קען זיך נישט ערלויבן דריי דאלאר פאר אן ארעמען פרישטאג אינדערפרי. ער טוט וואס ער קען צו פארדינען פרנסה, אבער עס איז אים נישט געווען באשערט צו שטעלן זיין פינאנציעלע מצב עס זאל זיין סטאביל. דערווייל קלעטערט ער ארום צו שמחות אריינצוכאפן א נאכטמאל. און זיין הונגעריגע פרוי און קינדער – זיי קוקן מיט בעטנדיגע אויגן צו זייער טאטן, וועלכער קען נישט מער ווי אראפקוקן צו דער ערד. אויב איז נישט גענוג שמערצליך דער מצב יעדן טאג, שטייט יעצט דער איד פאר'ן חתונה מאכן צוויי קינדער אין דעם קומענדיגן האלבן יאר.

ווער עס קען זיין מצב פון דער נאנט, בלוטיגט אין הארץ. דער איד האט נישט א דאלאר אין קעשענע פאר א פלעשל וואסער צו שטילן זיין דורשט ביים ארומלויפן צווישן איין איד צום אנדערן, זוכנדיג א פרישע הלוואה צו קענען מאכן זיין קומענדיגן גראסערי ארדער, און יעצט דארף ער אויפקומען מיט זיבעציג טויזנט דאלאר צו חתונה מאכן צוויי קינדער באשיידענערהייט. מען רעדט פון א זיסע נשמה וואס האט שוין פרובירט אלעס, אבער טונקעלע וואלקענעס פארפאלגן אים, און געבן אים שווערע נסיונות צו ביישטיין, קומענדיג באגלייט מיט בזיונות, עגמת נפש, און דארע קינדערלעך וואס רינגלען אים ארום ווען ער ערשיינט אין שטוב, און בעטן אים "טאטי מיר זענען הונגעריג!"

היינט האבן זיך אין א פרעצעדענטלאזע שריט צוזאמענגענומען א גרופע פון שרייבערס, עסקנים, און מידיא פערזענליכקייטן וואס קענען אביסל דעם מצב, אדער די וואס זענען געווארן אינספירירט פון די הארציגע ווערטער וואס דער איד האט זעלבסט געשריבן אין מאמענט, און קומען ארויס מיט א מיסיע צו העלפן דעם איד, אים אריינגעבן אביסל צוקער אין די ביטערע קאווע, אים פרובירן לעכטיג מאכן אין א שווערע תקופה וואס ער קען ממש נישט איבערטראגן.

בייגעלייגט איז דער אריגינעלער ארטיקל פון דעם עני. אויב איר קענט טון די איינע זאך און דורכליינען זיינע געשריבענע שורות, איז דאס אויך א חסד. כאטש זאלן מיר באגרייפן וואס עס מיינט פאר א היימישן איד צו מיטמאכן א לעבן פון דחקות און מיטשפירן די צער פון אונזער פארארעמטן ברודער! ביטע נעמט עטליכע מינוט, ליינט אפ וויאזוי עס שפירט זיך א לעבן פון ארעמקייט, און ס'וועט העלפן עפענען די אויגן איבער דעם שרעקליכן שיקזאל. דאן באשליסט וויפיל איר קענט ביישטייערן צו דעם איד'ס קאנטע. געדענקט עס איז נישט געלט, עס איז לעבן!

שליסט אייך אן אין דעם קריטישן קאמפיין. תזכו למצות ולמצוה גדולה יחשב.

מיר קוקן ארויס אויף אייער מיטגעפיל און שטיצע.

יושע הערש פרידמאן - דער איד

יואל הלוי קרויס - מאמענט

שמעון ראלניצקי - דער שטערן

מערכת קול מבשר:
זלמן ווידער
הרב וועלוול שמעלצער
הרב יוסף חיים יונה כהן רפאפורט
הענדל ברייער
יואל פעלזן
פנחס גלויבער

בנציון קרויס - BKCC media

מערכת אידישער ווינקל (@YiddisheVinkel):
ארי ווייזער
מענדי פרידמאן

דוד קויפמאן - Dart Media

יושע זאפיר
יצחק קאהן - JDN Staff

יוסי גאלדבערגער - Yossi Gee Studios

הרב יואל אשר לאבין
הרב משה אליעזר ליבערמאן
יעקב זאב כץ
חיים וויינבערגער
גרשון שלעזינגער
אהרן יוסף שפילמאן


אט איז די שליסל אין אייער האנט, ביטע דרוקט דעם לינק און שטיצט מיט א ברייטע האנט.

https://thechesedfund.com/cause/hear-th ... -rabbi-986

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7002
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 11:21 am

וואו איז דָוִי?

אוועטאר
Intern Tish
שר האלפיים
תגובות: 2205
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 12:20 pm

*"Project Wanted", A CALL TO ACTION: "FREE ABRAHAM"*

תגובהדורך Intern Tish » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 12:40 pm

*"Project Wanted", A CALL TO ACTION: "FREE ABRAHAM"*

Abraham Israel is a father of precious children, but they were taken away by his ex wife who hated the fact that he became a Baal Teshuva.

As an opera singer, Abraham's talent can generate thousands of dollars of income, but he lost all his opportunities when he decided to revert to his roots

Hear his beautiful, sweet, powerful voice, begging to his fellow Jewish brothers for help. "I don't want to go to prison".

His ex wife, - who is not religious - took away the kids, and requested from the court that her husband should be forced to ante up an extraordinary amount of money in child support based on the fact that he's an Opera singer.

What the court failed to recognize is that he lost his job in the Opera and there's no way for Abraham to put down such an astronomic amount of money at this point in life.

Arguments to the court fell on deaf ears.

Since losing his job at the Opera Abraham obviously didn't have the money to pay. Friends of Abraham already raised some of the money, but we are still in desperate need of $45,000.

The judge threatened him, on the request of his ex wife, to come up with the money or face prison.

At the same time, Abraham was diagnosed with diabetes, and other health conditions, adding to the tremendous amount of stress he was already under. His golden life turned into a life of anxiety, pain and fear.

The time is ticking. With every passing day, our sweet brother Abraham is a day closer to be thrust into a prison cell with barbaric murders and criminals, for one reason only: because he decided to return to Hashem.

*Can we let Abraham down?*

*PLEASE DONATE SO WE CAN PREVENT ABRAHAM FROM GOING TO PRISON.*

*Friends of Abraham.*
Cantor Benzion Miller
Avraham Fried
Michael Schnitzler
Cantor Yitzchak Meir Helfgot
Cantor Yaakov Motzen
Cantor Yaakov Rosenfeld
Cantor Yaakov Lemmer
Shulem Lemmer
Yossi Green
Cantor Ushi Blumenberg
Pinky Weber
Cilu Pozen
Shmuli Ungar
Yoely Weiss, Tikkun Chatzos Band
Yoely Lebowitz
Zevi Fried
Aron Yosef Spielman

קליפ
https://www.dropbox.com/s/x6mkvr5ef6059 ... 8.mov?dl=0

Donate
https://www.gofundme.com/Project-Wanted ... EE-ABRAHAM
צוגעלייגטע
photo_2016-12-12_10-59-24.jpg
photo_2016-12-12_12-36-26.jpg
ס'הייס אדער קאלט???

ווענדט זיך ווען! אבער מיר קומטס זיך זיכער קאלטס אין ווארעמ'ס דא אין די לינק


קליקט דא צו זעהן וואס איז די וועטער

ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

תגובהדורך ha ha » דינסטאג דעצמבער 13, 2016 10:58 am

איז דא א אידיש ווערסיע?

אדיר איום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 16, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אדיר איום » מיטוואך דעצמבער 28, 2016 7:47 pm


א קאנאדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

תגובהדורך א קאנאדער » דינסטאג פאברואר 28, 2017 3:26 pm

.
Dear friends


Today, achieve the greatest impact possible. With your help, we can continue our work to provide our services for every single Jewish person living in and around the Mile End area.

For just 24-hours, your gift will be quadrupled, as we work together to provide critical funds for our community.

Donate:
Charidy.com/WeAreOne

Here’s the catch: It’s All or Nothing!
If we don’t reach our goal within the next 24 hours, your donation will be returned.

אוועטאר
כסליו
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 7:29 pm

תגובהדורך כסליו » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 6:51 pm

האט רחמנות! א טאטע פון זעקס קינדערלעך, א זינגער אין "המזמרים" א יונגערמאן וואס האט שוין אין א יונגע עלטער ל"ע געהאט שווערע מיטמאכענישן, א סטראוק און נאך שוועריגקייטן איז נעכטן געגאנגען צו די ארבעט און געווארן ל"ע אראפגעקלאפט פון א קאר, ער ליגט אין שפיטאל און מען האפט אויפן בעסטן. עס זעהט נישט אויס ווי ער וואו קענען מפרנס זיין די משפחה און מיר אלע מוזן ווערן ווארעם און ארויסהעלפן. די מעטאד צו ראטעווען די שטוב איז דורך האבן א גרויסע צאל ידידים זאלן געבן א דאלער א טאג צו אויסהאלטן די שטוב. ביטע העלפט ארויס!

https://thechesedfund.com/cause/help-yoily-get-well
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"

אדיר איום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 16, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אדיר איום » מאנטאג מאי 22, 2017 10:44 pm

https://unidy.org/helptzurty

Please help out a my dear friend and family member his wife needs a liver transplant ASAP she is young women and she needs our money to help pay for the procedure help her out with even a small donation every bit counts we should all be happy healthy and wealthy!

אדיר איום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 16, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אדיר איום » דינסטאג מאי 23, 2017 10:16 am

ביטע העלפט ארויס א היימישע משפחה
צוגעלייגטע
image.jpg
image.jpg (176.99 KiB) געזעהן 1891 מאל

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5254
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג מאי 23, 2017 10:30 am

געגעבן. זאל זיין צו זכות פאר א רפו״ש
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16594
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מאי 23, 2017 11:26 am

ווי לאנג דארף די באלי דארט טאנצן ביז די פעימענט גייט דורך?

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11805
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג מאי 23, 2017 11:29 am


אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2801
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » זונטאג מאי 28, 2017 11:23 pm

https://www.gofundme.com/mashgiachslife

בס"ד

ווי א באמבע אין א רואיגע טאג האט אויפגעשאקלט פאר די משפחה און די אידישע וועלט, די שרעקליכע ידיעה אז א חשובע תלמיד חכם און משגיח איז צאמגעפאלן זייענדיג אין לאדזש פאר א כשרות נסיעה!!!

רב סעגאל איז פלוצלינג צוזאמגעפאלן, ווען זיין הארץ האט אן קיין פריערדיגע ווארענונג, גענצליך אויפגעהערט צו פונקציאנירן. ער איז געלעגן קריטישע צעהן מינוט אויפן ערד אן קיין צייכן פון לעבן ביז ערשטע הילף איז אנגעקומען. זיי האבן געארבעט צוואנציג טייערע מינוטן אים צו ראטעווען, אבער אן ערפאלג. זיי האבן אויפגעגעבן, אבער מען האט זיך געבעטן ביי זיי צו פראבירן נאך אביסל, און טאקע, נאך פרישע פינעף אין צוואנציג מינוט און פיר שאקס איז זיי געלונגען אים צוריקצוברענגען זיין פולס.זיין לעבן.

אבער ער לעבט נאכנישט!

ווען ער איז אנגעקומען צום לאדזש'ער שפיטאל, האבן די דאקטוירים אים דיאגנאזירט מיט א קערפער וואס האט אויפגעהערט צו ארבעטן. זיי האבן נישט געגעבן צופיל האפענונג...

מיר אבער געבן יא האפענונג, מיט ה'ס רחמנות און אייערע תפילות און הילף!

רב סעגאל איז דורך א קליינע אפעראציע אין לאדזש און ער געפינט זיך נאך אלץ אין א זייער קריטישע צושטאנד. די דאקטוירים האפן צו סטאביליזירן זיין מצב כדי אים צו קענען פירן מיט אן עמערדזשענסי טרענספער קיין ארץ ישראל, צו דורכגיין דארט א קריטישע הארץ אפעראציע אין די נעקסטע אכט אין פערציג שעה, אין א מער סאפיסטיקירטע און צוגעשטעלטע שפיטאל. די דאקטוירים אין ארץ ישראל האפן צו קענען ראטעווען זיין לעבן.

דער שוועריגקייט דא איז, אז מען זאל קענען אריבערפירן רב סעגאל קיין ארץ ישראל, טראץ די שטייגענדע מעדיצינישע קאסטן, וואס וועגט שווערליך אראפ אויף זיין געטרייע משפחה! מיר זענען אין א פינאנציעלע דילעמא וויאזוי צו קענען דעקן די אומשטייגערליכע הויעכע קאסטן.

מיר בעטן זיך צו אייך און צו אייער ווארעם הארץ: לאזט אונז נישט אליין! מיר זענען אנגעוויזן אין יעדע דאלאר אייערע! אייער נתינה וועט מאכן דעם חילוק צווישן לעבן און... און איר וועט אריינגיין אין כלל פון: 'כל המקיים נפש אחת....עולם מלא!!!'

אזוי אויך בעטן מיר אייך צו מתפלל זיין פאר שמעון דוב בן רחל בריינדל. תזכו למצות.

מיט דאנק און האפענונג, משפחת סעגאל.

Help spread the word!


ר' חיים הערש טייטלבוים
https://www.dropbox.com/s/u5k3ky16ynaax ... D.mp3?dl=0

אוועטאר
moishy56
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4770
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג מאי 29, 2017 10:31 am

בענקעל האט געשריבן:https://www.gofundme.com/mashgiachslife




ר' חיים הערש טייטלבוים
https://www.dropbox.com/s/u5k3ky16ynaax ... D.mp3?dl=0


מי כעמך ישראל.

אדיר איום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 16, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אדיר איום » מאנטאג מאי 29, 2017 10:50 am

https://www.gofundme.com/mashgiachslife

געגעבן זאל זיין לזכותו לרפו״ש און אנקומען געזונטערהייט קיין א״י

אוועטאר
moishy56
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4770
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג מאי 29, 2017 4:26 pm

אדיר איום האט געשריבן:https://www.gofundme.com/mashgiachslife

געגעבן זאל זיין לזכותו לרפו״ש און אנקומען געזונטערהייט קיין א״י


רפו״ש


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט