Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פאנדרעיזינג אויף א שיף - אייער מיינונג

זונטאג יולי 20, 2014 2:35 pm

א גוטן טייערע אידן!

איך ווילן הערן דעת הקהל אויף אן אינטערסאנטער געדאנק!

עס איז מיר אונטערגעקומען א דבר מצוה צו העלפן א מיינס א נאנטע וואס איז אריינגעפאלן אין גאר א ענגער מצב הכספי און איך וויל זייער שטארק פראבירן אים צו העלפן אים צו שטעלן אויף די פיס.

פון "וויינען און קלאגן מגבית'ן" איז שוין דער עולם מיעד, פון קרעכצן און שמערצן צו ראטעווען איז מען שוין אויסגעשעפט, קאם אן מ'דארף עפעס פרייליכ'ס און געשמאק און אזוי העלפן אידישע קינדער.

עס איז איינע פון די עסקנים אויפגעקומען מיט א רעיון, וואס די עצם רעיון איז נישט א נייע בעולם האפאנדרעיזינג, די שאלה איז צו דא וועטעס ארבעטן. און דאס איז, צו מאכן א גאר אינדשויעבעל אינטערטעימענט וואס אינגעלייט וואלטן הנאה געהאט... ס'איז דאך "זומער" און מ'ברויך ערגעץ ווי פארברענגן כדבעי.

א "ליל שישי קומזיץ אויפן וואסער"!!!

אונז האבן זיך אריינגעלייגט אין דעם בראשנו ורובנו... די נקודות זענען ווי פאלגענד

מיר האבן שוין אן ערנסטער אפציע פון א גלארייכער הערליכער שיף וואס שפרייזט ארויס אויפן האדסאן ריווער און געבט אונז די מעגליכקייט צו פארברענגן פון 6:45 אווענט ביז 10:00 ביינאכט.

אלס די פראגראם האבן מיר שוין גערעדט צו פארשידענע קומזיץ מומחים - באגלייט מיט כלי זמר - וואס זענען גרייט צו מהנה זיין דעם ציבור אזש ביז צו דערהויבענע ספערן. און אז ס'זאל זיין אויף וואס א ברכה צו מאכן האבן מיר פארהאנדעלט מיט די בעסטע און די שענסטע מקיים צו זיין די "ואכלת ושבעת וברכת" מיט'ן גאנצן שלימות, גלייכצייטיג ס'זאל זיין אויף וואס צו געבן לחיים אויך... בקיצור, "א נאכט צום געדענקן"... "קאשער אינטערטעימענט"!

מיין פראגע צום עולם איז, וואס איר האלט וועגן אזא געדאנק, אדרבה שרייבט אייער מיינונג, קיין אינטערשיד פאזעטיוו אדער נעגעטיוו.

Advertisement

זונטאג יולי 20, 2014 2:42 pm

די שאלה איז צו ס'וועט נישט מאכן אז די זאלסט אויך ארייפאלן אין א ענגען מצב הכספי
השקפה ווייז המממ... שוין דאס וועל איך לאזן פאר א צווייטן

זונטאג יולי 20, 2014 2:53 pm

איך גלייך זייער די איידיע! אבער מ'דארף אריין לייגן אסאך קאפ אין מוח אזא זאך זאל ארבעטן

זונטאג יולי 20, 2014 2:59 pm

לאמיר רעדן פינעם טעכנישען חלק {השקפה זאל ער פרעגן זיין רב, דאס באלאנגט נישט אהער}

דו מיזט לכאורה האבן איינס צוויי ספאנסערס אויסצוצאלען די חלק הארי פון די הוצאות. אז נישט וועסטע געבן ענטערטעמעינט.. אבער נישט מאכען קיין געלט

נעם אריין ווי מער קאטאגריע מענטשן אין דיין פלאנירוג, מאך זיין פילען די זאך אז זיי זאלן וועלן שלעפן זייערע חברים....

זונטאג יולי 20, 2014 4:12 pm

האב איך זייער מורא אז דו וועסט ארויפרוקן דעם סטאנדארט צו א שיף לעוועל.
מארגן וועט גרונם חתונה מאכן און זיינע געטרייע חברים וועלן אויך מוזן מאכן טיי אווענטס אויף שיפן צו מאכן עפעס געלט.

און ווער ווייסט נעקסט וועט זיין א העליקאפטער צי עיר-טור העכער ניו יורק סיטי. אנדערש וועט דאך שוין קיינער נישט גיבן קיין געלט.

דארפסט איבערעדן מיט א רב א ת"ח וואס האט דעם פיפטן שו"ע אויכעט.

זונטאג יולי 20, 2014 4:14 pm

די הוצאות זענען זיכער מער, און מען דארף צושטעלן טראנספטאציע אהין, און איך ווייסדאך נישט וויפיל ס'וועט אריינקומען, חוץ מזה האלט איך אז אין די זוומער וואכן איז א שאד צו מאכן אזאלעכע טיי אווענטס צוליב דעם וואס א גרויסער עולם איז אין די קאנטריס, און די וואס זענען יא געבליבן האבן געצאלט אין די הויזן צו שיקן זייערע קינדער אין די קעמפס
:צופיל געלט איז נישטא אין שטאט אין די זוממער וואכן!!!

זונטאג יולי 20, 2014 4:33 pm

מיינע צוויי
ווען ס'רעדט זיך פון אן ארגאנזאציע, וואלט עס נאך אפשר געמאכט סענץ. אבער אלץ א געלט אקציע פאר א פריוואטע יחיד, מיינעך אז ס'וועט נישט לוינען, סיי פנאנציעל, און סיי ס'מאכט מיר פשוט נישט קיין סענס.

זונטאג יולי 20, 2014 4:37 pm

נישט האט געשריבן:מיינע צוויי
ווען ס'רעדט זיך פון אן ארגאנזאציע, וואלט עס נאך אפשר געמאכט סענץ. אבער אלץ א געלט אקציע פאר א פריוואטע יחיד, מיינעך אז ס'וועט נישט לוינען, סיי פנאנציעל, און סיי ס'מאכט מיר פשוט נישט קיין סענס.


אויב ברענגט עס געלט.. דאן מאכט עס סענס, נישט קיין חילוק צו עס איז א יחיד אדער פאר א רבים

אביא פיטום האט די פריער געשריבען א אינטערסאנטע געדאנק:
פיטום האט געשריבן::צופיל געלט איז נישטא אין שטאט אין די זוממער וואכן!!!
שרייב א תגובה

Advertisement