עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
זונטאג יולי 20, 2014 1:47 am
איך האב געהערט דעם שב״ק אז ווערמאנט האט איבערגענימען ניו העמפשער אלץ די זומער חסידישע וואקאציע ארט,און עס איז שוין דא דארט דריי געגענטער ווי דער עולם פארט, און דריי קעטערערס שטעלן צו עסן (פאר עקסטער באצאלט, פארשטייט זיך) א יונגערמאן ווייס פון מאנטריאל, עוועגרין פון מאנסי, און א דריטער נישט געהערט די נאמען.
דערפאר האב איך געפעננט די אשכול מען זאל קענענן מיטיילען אינפערמאציע פון די פלעצער, פרייזען, זויבערקייט, קואאלעטי, און ווי מען קען קאלען צו מאכען רעזערוואציעס.
ווער עס האט סיי וועלכע בילדער און אינפערמאציע זאל עס ביטע ארויפשטעלן.
Advertisement
זונטאג יולי 20, 2014 1:58 am
ווי אויך ביטע מיט טיילן וואסערע אטראקציעס עס איז דא דארט, און מיט וואס עס איז בעסער ווי ניו העמפשיר, א חוץ די פאקט אז עס איז אביסל נענטער
זונטאג יולי 20, 2014 6:41 am
ווייס פון מאנטריאל איז דער קעיטערער, עס ווערט אנגעפירט דורך א קאפל פישער פון מאנסי וואס נעמט ארויס א גאנצע האטעל פון AUGUST 7 ביז AUGUST 21, עס איז נישטא קיין אויסוואל פון קומען מיט אדער אן עסן, און עס איז אויסגעשטעלט ווי א האטעל, דהיינו מען שלאפט אין א רום אדער suite און דער גאנצע עולם עסט אין א גרויסע דיינונג רום וכדו'.
די פרייז איז בערך 2600+ א וואך פאר א קאפל
http://thesunflowervacation.com/home/845-213-0082
די פלאץ וואו עס איז דא צו באקומען עווערגרין'ס עסן איז אביסל ביליגער און מען מען האט א אויסוואל פון קומען מיט אדער אן עסן, עס איז אויסגעשטעלט ווי א קאנדאמיניום מיט א דיינעט און מען עסט ביי זיך אין דירה
http://vermontmenucha.com/914-410-8848
די דריטע פלאץ דוכט זיך מיר איז אן עסן, איך האב נישט קיין פרטים אויף די מינוט אויסער אז א קרוב מיינער איז דארט געווען פאראיאר און שטארק הנאה געהאט.
די געגענט איז אביסל ענליך צו ניו העמפשיר עס איז פיל מיט סקי רעזארטס אבער די אטראקציע פלעצער זענען אנדערש, עס איז שווער צו זאגן וואס איז בעסער, די סיבה פארוואס א גרויסע עולם גייט אהין איז פשוט ווייל די דירות/האטעלן פאר היימישע אידן איז שענער אין ווערמאנט.
זונטאג יולי 20, 2014 8:20 am
וואו איז דא א גוטע פלאץ פאר א וויקענד? פון דאנערשטאג ביז זונטאג.
זונטאג יולי 20, 2014 2:00 pm
חיים צבי האט געשריבן:די דריטע פלאץ דוכט זיך מיר איז אן עסן, איך האב נישט קיין פרטים אויף די מינוט אויסער אז א קרוב מיינער איז דארט געווען פאראיאר און שטארק הנאה געהאט.
http://www.vtgetaway.com/
זונטאג יולי 20, 2014 2:48 pm
ייש"כ פאר די ענטפערס, ווער איז ווייס פון מאנריאל? חסידישע קעטערינג?
עס איז מיר וויכטיג צו הערן באישי אינפערמאציע די חילוק פון עוועגרין און ווייס, ווער עס איז בעסער אין טעם, אויסוואל פון מאכלים, אד"ג
זונטאג יולי 20, 2014 3:00 pm
מחותן האט געשריבן:ייש"כ פאר די ענטפערס, ווער איז ווייס פון מאנריאל? חסידישע קעטערינג?
עס איז מיר וויכטיג צו הערן באישי אינפערמאציע די חילוק פון עוועגרין און ווייס, ווער עס איז בעסער אין טעם, אויסוואל פון מאכלים, אד"ג
המממ.. ווייס איז געואלדיג שב'גוואלדיג, היימיש, חסידיש. שוין טועם געווען פון אים
עוועגרין האבעך קיין אנונג
זונטאג יולי 20, 2014 3:01 pm
מיין חבר איז געוועהן דארט יענע וואך איך גיי עהם הייסען אהער קומען אפדעיטען
זונטאג יולי 20, 2014 6:11 pm
מחותן האט געשריבן:ייש"כ פאר די ענטפערס, ווער איז ווייס פון מאנריאל? חסידישע קעטערינג?
עס איז מיר וויכטיג צו הערן באישי אינפערמאציע די חילוק פון עוועגרין און ווייס, ווער עס איז בעסער אין טעם, אויסוואל פון מאכלים, אד"ג
איז דאס אפשר משה ברוך ווייס, דער קעכער פון סאטמאר שב'מאנטריאל?
זונטאג יולי 20, 2014 7:29 pm
יא משה ברוך ווייס.