עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
פרייטאג יולי 18, 2014 1:23 am
מיין חבר זוכט שיעורים אויף אידיש בספר הזוהר, אויב מעגליך א פולע סעריע שיעורים אויף MP3 וכדומה.
ווער עס פארמאגט אדער ווייסט פון שיעורים פון א גוטן בעל מגיד ביטע ארויסהעלפן.
ולמצוה גדולה יחשב
שוין געזוכט ביי אלגעמיינע תורה סידיס נישט געפונען.
Advertisement
פרייטאג יולי 18, 2014 1:32 am
אוי ווי איך בעט דיך, די קליינע אותיות וויל ער?
פרייטאג יולי 18, 2014 1:49 am
קודם, זוהר איז טאקע א טיפער קבלה לימוד, אבער פונקט ווי תלמוד בבלי קענסט לערנען בדרך פרד"ס, אזוי אויך קען מען לערנען זוהר בדרך פרד"ס, דאס הייסט קבלה אליינס קען מען לערנען בדרך פשט אויך.
ממילא דערשרעקט אייך נישט אזוי פון די קליינע אותיות.
צוויי, זוהר איז מלא וגדוש מיט מעשיות ועובדות פון די הייליגע לעכטיגע תנאים וואס ברענגט באמת אריין א געוואלד אהבת ה' ויראת ה' בלב האדם. דוכט זיך אין געוויסע ישיבה'שע ישיבות האט מען אפיציעל געהייסן לערנען ספר הזוהר ווייל די אגדות הזוהר ברענגט יראת שמים.
דריי, אדרבה רבי שמעון אליינס זאגט אין פ' נשא וואס משה רבינו (רעיא מהימנא) האט אים געזאגט: "והמשכילים יזהירו כזוהר הרקיע בהאי חבורא
דילך דאיהו ספר הזהר מן זוהרא דאימא עלאה
תשובה. באלין לא צריך נסיון ובגין דעתידין
ישראל למטעם מאילנא דחיי דאיהו האי ספר
הזהר *יפקון ביה מן גלותא ברחמי* ויתקיים בהון ה'
בדד ינחנו ואין עמו אל נכר".
ממילא אז א איד וויל לערנען זוהר וועט עס אודאי מקרב זיין די גאולה, ולמה תניאון את לבו?
מאנטאג יולי 21, 2014 2:18 pm
איינער צוגעלינקט שיעורים פון רבי איטשע מאיר שליט"א באידיש. תחח"ל
http://www.kolhalashon.com/New/Shiurim. ... 7CR0310-13