בלאט 1 פון 2

מעשר מענעדזשער- https://maasermanager.com/

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 14, 2014 11:07 am
דורך מר. גרין
כעהאב געפינען לעצטענס א נייע פראגראם מיטן נאמען מעשר מענעדשער וואס כשמו כן הוא, א קומפיוטער פראגראם וואס טוט העלפן מיטן מאכן אלע חשבונות פון כספי מעשר
די פראגראם איז גענצליך אומזינסט און איז זייער קאנפידענשעל [ מען דארף אפי' נישט געבן די אימעיל אדרעס]
https://maasermanager.com/

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 14, 2014 11:16 am
דורך אַבּערוואַס
די איידיע סאונד זייער נוצבאר, שכח!

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 14, 2014 11:27 am
דורך מר. גרין
איך פערזענליך ניץ עס שוין א שטיק צייט און וואס זאל איך אייך זאגן: כ'בין געבליבען מיט אסאך ליידיגע פאפיר אויף וואס כפלעג אנצייכענען מיינע מעשר חשבונות..
די מעלה פון די סיסטעם איז עטליכע:
1. בחינם
2. זייער גרינג און פראקטיש צו ניצן.
3. זיי פאדערן נישט קיין שום פערזענליכע אינפא.
4. זיי האלטן דיינע רעקארדס פאר אייביג

האטס הנאה!

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 14, 2014 11:40 am
דורך בנימין הלוי
דא איז דא אן אשכול viewtopic.php?f=26&t=6114

איך פערזענליך נוץ א פראגרעם וואס הייסט מייקראסאפט עקסעל, זייער פראקטיש אבער איך וויל ער זאל האלטן א דאטום ווען איך האב אריינגעלייגט דעם ענטרי, איז דא א וועג עס צו טאן?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 14, 2014 12:00 pm
דורך מר. גרין
אויף מעשר מענעדשער איז דא די דאטום ווי אויך א פלאץ פאר הערות אויף יעדער TRANSACTION

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 14, 2014 12:05 pm
דורך בנימין הלוי
אין עקסעל האב איך א קאלום פאר הערות און נאך איין פאר דאטום, אבער כ'וויל ער זאל טון דאטום אליין

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 14, 2014 12:05 pm
דורך טעגלאש
גאנץ א פיינע פראגראם, ווער האט דאס געמאכט?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 14, 2014 12:07 pm
דורך אַבּערוואַס
בנימין הלוי האט געשריבן:דא איז דא אן אשכול viewtopic.php?f=26&t=6114

איך פערזענליך נוץ א פראגרעם וואס הייסט מייקראסאפט עקסעל, זייער פראקטיש אבער איך וויל ער זאל האלטן א דאטום ווען איך האב אריינגעלייגט דעם ענטרי, איז דא א וועג עס צו טאן?

פרעג אן דא
viewtopic.php?f=52&t=1432&start=985

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 14, 2014 5:33 pm
דורך ?אפשרטאקע
איך האב אליין געמאכט פאר מיר א געוואלדיגע פראגרעם:
פון יעדע פארדינסט נעמט מען גלייך אראפ 10% און מ'לייגט עס אריין אין א ספעציעלע מעשר ענוועלאופ, און ווען ס'קומט אן א שנאר בריוול אדער א דינער וכדו', קוקט מען וויפיל ס'דא אין ענוועלאפ און לויט דעם גיבט מען.
וואס דארף מען בעסערס?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 14, 2014 7:14 pm
דורך derech eretz
?אפשרטאקע האט געשריבן:איך האב אליין געמאכט פאר מיר א געוואלדיגע פראגרעם:
פון יעדע פארדינסט נעמט מען גלייך אראפ 10% און מ'לייגט עס אריין אין א ספעציעלע מעשר ענוועלאופ, און ווען ס'קומט אן א שנאר בריוול אדער א דינער וכדו', קוקט מען וויפיל ס'דא אין ענוועלאפ און לויט דעם גיבט מען.
וואס דארף מען בעסערס?

ווען די פעיראל גייט אריין גראד אין באנק, און מ'זעט כמעט נישט קיין קעש פאר די אויגן, איז עס גארנישט אזוי פשוט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 14, 2014 10:26 pm
דורך מר. גרין
?אפשרטאקע האט געשריבן:איך האב אליין געמאכט פאר מיר א געוואלדיגע פראגרעם:
פון יעדע פארדינסט נעמט מען גלייך אראפ 10% און מ'לייגט עס אריין אין א ספעציעלע מעשר ענוועלאופ, און ווען ס'קומט אן א שנאר בריוול אדער א דינער וכדו', קוקט מען וויפיל ס'דא אין ענוועלאפ און לויט דעם גיבט מען.
וואס דארף מען בעסערס?

פאר רוב עולם איז עס נישט שייך דיין עצה:
1. מבאקומט טשעקס און ביז מקעשט עס אויס נעמט צייט וכדומה
2. מענטשן ווילן זיך נישט דרייען מיט אן ענוועלאפ וואס ענהאלט גרויס געלט, און צומאל קען די מעשר ענוועלאפ פארמאגן עטליכע טויזענט דאלער וואס מ'וויל אוועקלייגן פאר די דינער וכדומה.
3. די מציאות איז אז עס איז זייער שווער צו האלטן א פונקטליכע חשבון ביז די לעצטע סענט.

ביי די מעשר מענעדשער פראגראם איז דא די אפציע אפצושטעלן אז עס זאל אטאמאטיש צוזאמרעכענען אלע קביעות'דיגע הכנסות און אזוי איך אלע קבעות'דיגע צדקות וואס לויפט אויף די קרעדיט קארדס און דאס איז איינער פון זייער הויפט מעלות.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2014 8:07 am
דורך פאטאקי08
מר. גרין האט געשריבן:ביי די מעשר מענעדשער פראגראם איז דא די אפציע אפצושטעלן אז עס זאל אטאמאטיש צוזאמרעכענען אלע קביעות'דיגע הכנסות און אזוי איך אלע קבעות'דיגע צדקות וואס לויפט אויף די קרעדיט קארדס און דאס איז איינער פון זייער הויפט מעלות.

זעה איך נישט אזא אפציע ביי פלעדזשעס
דו ווייסט ווער עס האט דעזיינט דאס?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2014 10:45 am
דורך מר. גרין
פאטאקי08 האט געשריבן:
מר. גרין האט געשריבן:ביי די מעשר מענעדשער פראגראם איז דא די אפציע אפצושטעלן אז עס זאל אטאמאטיש צוזאמרעכענען אלע קביעות'דיגע הכנסות און אזוי איך אלע קבעות'דיגע צדקות וואס לויפט אויף די קרעדיט קארדס און דאס איז איינער פון זייער הויפט מעלות.

זעה איך נישט אזא אפציע ביי פלעדזשעס
דו ווייסט ווער עס האט דעזיינט דאס?


עס איז דא אזא אפציע אבער עס קען אמאל געדויערן א מינוט ביז עס עפענט זיך
עס איז דא אויפן סייט א קאנטעקט פעידש

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2014 10:46 am
דורך שמעלקא טויב
מר. גרין האט געשריבן:כעהאב געפינען לעצטענס א נייע פראגראם מיטן נאמען מעשר מענעדשער וואס כשמו כן הוא, א קומפיוטער פראגראם וואס טוט העלפן מיטן מאכן אלע חשבונות פון כספי מעשר
די פראגראם איז גענצליך אומזינסט און איז זייער קאנפידענשעל [ מען דארף אפי' נישט געבן די אימעיל אדרעס]
https://maasermanager.com/


ארבייט נישט ביי מיר

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2014 10:48 am
דורך מר. גרין
וואס ארבעט נישט?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2014 10:50 am
דורך שמעלקא טויב
דע לינק

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2014 1:58 pm
דורך ?אפשרטאקע
derech eretz האט געשריבן:
?אפשרטאקע האט געשריבן:איך האב אליין געמאכט פאר מיר א געוואלדיגע פראגרעם:
פון יעדע פארדינסט נעמט מען גלייך אראפ 10% און מ'לייגט עס אריין אין א ספעציעלע מעשר ענוועלאופ, און ווען ס'קומט אן א שנאר בריוול אדער א דינער וכדו', קוקט מען וויפיל ס'דא אין ענוועלאפ און לויט דעם גיבט מען.
וואס דארף מען בעסערס?

ווען די פעיראל גייט אריין גראד אין באנק, און מ'זעט כמעט נישט קיין קעש פאר די אויגן, איז עס גארנישט אזוי פשוט.

מ'קען עפענען א עקסטערע צדקה אקאונט און טרענספערן די מעשר אנליין אדער דורך'ן טעלעפאון, און ניצן דעם אקאונט פאר צדקה טשעקס

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2014 10:07 pm
דורך מר. גרין
שמעלקא טויב האט געשריבן:דע לינק

ביי מיר ארבעט אלעס געוואלדיג

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2014 11:17 pm
דורך פייווישעל
איך האב א עקסטרע אקאונט וואס ‰10 פין מיין דירעקט דיפאזיט גייט גראד אריין דארט

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2014 9:58 am
דורך מר. גרין
פייווישעל האט געשריבן:איך האב א עקסטרע אקאונט וואס ‰10 פין מיין דירעקט דיפאזיט גייט גראד אריין דארט


דאן ביסטו אוקעי [אחוץ פון די אלע זייטיגע געלטער וואס קומט אריין מעת לעת]

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2014 1:33 pm
דורך אריין געטראכט
דעס איז א פראגרעם וואס איך קען האבען אויף מיין קאמפיוטער אדער עס איז אנליין ?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2014 1:34 pm
דורך קנאפער ידען
אריין געטראכט האט געשריבן:דעס איז א פראגרעם וואס איך קען האבען אויף מיין קאמפיוטער אדער עס איז אנליין ?

אנליין, און האט אויכעט ענדרויד עפפס.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2014 1:37 pm
דורך אריין געטראכט
די ענדרויט עפ וועט נאר ארייבטען אנליין ?

ביטע לייג ארויף די לינק צי די ענדרויט עפ
יש''כ למפרע

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2014 2:00 pm
דורך קנאפער ידען
אריין געטראכט האט געשריבן:די ענדרויט עפ וועט נאר ארייבטען אנליין ?

ביטע לייג ארויף די לינק צי די ענדרויט עפ
יש''כ למפרע

דער ענדרויד עפפ האט דייקא נישט קיינע שייכות מיט אנליין, אפילו אויב דו ווילסט...
https://play.google.com/store/apps/deta ... rmgr&hl=en

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2014 6:36 pm
דורך אריין געטראכט
א ריזגען ישר כח