Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פארקויפן אן אינוועסטמענט דירה, לוינט זיך עס?

דאנערשטאג יולי 10, 2014 7:51 am

שמעו נא רבותי סוחרים מומחים, איך פלאג מיר שוין די לעצטערע טעג מיט א שווערע מבוכה, און היינט האט מיר אויפגעבליצט א רעיון אז אולי פון די חברים דא אויף אייוועלט וועל איך אביסל קלוגער ווערן, ותשועה ברוב יועץ.

די מעשה איז אזוי

איך וואוין אין קרית יואל, און איך האב צוויי דירות, איין 5 רומיגע, וואס דאס האב איך פארדינגען, און א צווייטע א 8 רומיגע ווי איך וואוין.

אויף די 5 רומיגע מאך איך נאכנישט קיין געלט בדרך הטבע ביז נאך קרוב צו 30 יאר, ווייל ס'האט א מארגעטש, ווידער די 8 רומיגע דארף מען אויך צאלן א גרויסע מארגעטש פון קרוב צו 2 אלפים א חודש.

מיין שאלה איז, וואס לוינט מיר צו האלטן די 5 רומיגע, און פאר ווען?.

מחשבה תחלה ביים קויפן די 5 רומיגע דירה איז געווען, אז די מארגעטש וועט זיין אויסגעצאלט ווען מען הייבט אי"ה אן חתונה מאכן קינדער, און ממילא איז דאס אזא מין אינוועסטמענט, וואס מיטן באשעפער'ס הילף וועט עס גרינגער מאכן, אבער למעשה ביים קויפן די 8 רומיגע דירה איז די פרייז געווען העכער ווי געראכטן, ממילא האט אויסגעפעלט צו ריפיינענסן די ערשטע דירה, און ממילא קומט אויס אז איך ענדיג צאלן די מארגעטש אויף ביידע דירות בערך אין די זעלבע צייט, ווען איך וועל שוין זיין בערך 60 יאר, ווען געווענליך האט מען שוין חתונה געמאכט רוב קינדער, קומט אויס אז ביז יענע יארן וועל איך נישט האבן קיין שום טובת הנאה פון די דירה.

ממילא האב איך אנגעהויבן צו קלערן צו מיר, אויב גיי איך נישט צופיל הנאה האבן פון די דירה אין די יארן פון חתונה מאכן קינדער, פארוואס נישט פארקויפן די 5 רומיגע דירה, אריינלייזן א שיינע מטבע, וואס לפי חשבוני קען איך מיט די געלט פון די מכירה אפצאלן די מארגעטש, און נאך בלייבן מיט א באזונדערע מטבע אין טאש, וואס דאס וועט דינען צו צאלן לכה"פ א האלבע מארגעטש פון מיין 8 רומיגע דירה, און סוף פסוק וועט זיין, אז איך וועל צאלן קנאפע 8 900 דאלער א חודש פאר מיין 8 רומיגע דירה.

אבער איין חסרון איז דא, איך בלייב אן א אינוועסטמענט דירה.

יעצט לאז מיר א מינוט צולייגן די הכנסה פון די אינוועסטמענט דירה, וויפיל קען מיר דאס ברענגן נאכן אויסצאלן די מארגעטש? נאך די טעקסעס און קאנדא פי'ס קען איך מרוויח זיין א חודש בערך 900 דאלער, און יעצט אז איך פארקויף די דירה און איך ריק אראפ מיין מארגעטש אויף די 8 רומיגע דירה וויפיל בין איך מרוויח? אויך בערך 900 דאלער א חודש וואס איך וועל צאלן ווייניגער יעדע חודש, וואס איז די חילוק, די חילוק איז איין זאך, די חילוק וועט אויסמאכן אין בערך 30 יאר ארום, אויב האלט איך די דירה דאן אין 30 יאר ארום זענען ביידע דירות אויסגעצאלט, קומט אויס איך צאל נישט קיין מארגעטש פאר די אייגענע דירה, ובנוסף האב איך א עקסטערע אינקאם פון 900 דאלער פון א אינוועסטמענט דירה, ווידער אויב איך פארקויף יעצט די אינוועסטמענט דירה, האב איך טאקע א כמו אינקאם פון 900 דאלער יעדע חודש, אבער נאך 30 יאר, קאסט מיר שוין נישט קיין מארגעטש (וואס דאס וואלט מיר ממילא נישט געקאסט), איך פארליר נאר די אינקאם וואס איך וואלט געהאט מיט די אינוועסטמענט דירה.

יעצט וואס איז די שאלה? די שאלה איז אויף ווען איז עס וויכטיגער?

לעת עתה בין איך היבש אנגעשטרענגט מיט פרנסה, און אזא הנחה פון 900 דאלער אין מיין מארגעטש וואלט מיר פיין צונוץ געקומען, צו ברענגן אביסל הרחבת הדעת מיטן באשעפער'ס הילף, (און נישט פארגעסן אין די יארן פון חתונה מאכן רוב קינדער גייט עס אויך העלפן אז איך גיי צאלן א קליינע מארגעטש), איז די שאלה לוינט זיך יעצט צו האבן די הרחבת הדעת, צו לוינט זיך יעצט צו סטראגלען אביסל, כדי ביי די 60 (ווען איך וועל שוין מן הסתם האבן חתונה געמאכט רוב קינדער) זאל איך האב א אינקאם פון 900 דאלער א חודש?.

Advertisement

דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:29 am

איך ביניש אין ריעל עסטעיט, סאו סיז שווער צו זאגן, און שטייצעך אז יעדע סיטואציע איז אנדערש, אבער לאמער טראכטן צוזאמען הויעך...

איז די דירה אין א געגענט וואס די פרייזן גייען ארויף? אויב יא, ענדערש ווארט 2-3 יאר און דעמאלטס וועסטו קענען "רי-פיינענסן" נאכאמאל די הויז און ארויסנעמען מער געלט, און אויב דו ווילסט, מיט דעם קלענער מאכן דיי מארטגידזש אויף דיין וואוין-הויז, און די העכערע רענט וואס קומט אריין וועט דיר העלפן צאלן די מארטגידזש אויפן אנדערן הויז... אדער...

אדער ביז 2-3 יאר העטעך די רענט ארויפגיין, העסטע בלייבן מיט אפאר טאללער אין טאש וואס וועט דיר העלפן צאלן די מארטגידזש פאר דיי וואוין-הויז...

אין אנדערע ווערטער, פארקויפן און אפצאלן די מארטגידזש איז לכאורה די "גרינגערע וועג ארויס", אבער אויב דו ביסט שוין דערינען, לוינט זיך לכאורה צו שוויצן אביסל און מיט די צייט (לאו דוקא 20 יאר - א 2-3 יאר אדער נאך פריער, ווענצעך אין די געגענט) העסטו בעזר ה' פיהל פארדינען דערפון...

דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:53 am

איך עגרי מיט וויכי.
אויב עס איז מעגליך צו שטיפן לוינט זיך עס, ווי נישט ווי די פרייזען שטייגען.

דאנערשטאג יולי 10, 2014 10:05 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך ביניש אין ריעל עסטעיט, סאו סיז שווער צו זאגן, און שטייצעך אז יעדע סיטואציע איז אנדערש, אבער לאמער טראכטן צוזאמען הויעך...

איז די דירה אין א געגענט וואס די פרייזן גייען ארויף? אויב יא, ענדערש ווארט 2-3 יאר און דעמאלטס וועסטו קענען "רי-פיינענסן" נאכאמאל די הויז און ארויסנעמען מער געלט, און אויב דו ווילסט, מיט דעם קלענער מאכן דיי מארטגידזש אויף דיין וואוין-הויז, און די העכערע רענט וואס קומט אריין וועט דיר העלפן צאלן די מארטגידזש אויפן אנדערן הויז... אדער...

אדער ביז 2-3 יאר העטעך די רענט ארויפגיין, העסטע בלייבן מיט אפאר טאללער אין טאש וואס וועט דיר העלפן צאלן די מארטגידזש פאר דיי וואוין-הויז...

אין אנדערע ווערטער, פארקויפן און אפצאלן די מארטגידזש איז לכאורה די "גרינגערע וועג ארויס", אבער אויב דו ביסט שוין דערינען, לוינט זיך לכאורה צו שוויצן אביסל און מיט די צייט (לאו דוקא 20 יאר - א 2-3 יאר אדער נאך פריער, ווענצעך אין די געגענט) העסטו בעזר ה' פיהל פארדינען דערפון...

האב איך דאך געשריבן, די דירה איז אין קרית יואל, פרייזן הייבן זיך טאקע, אבער לעומת זה זעט מען פאר אן אנעקסעישאן וואס קען מעגליך - אפשר טאקע נישט נידערן פרייזן אבער עכ"פ - האלטן פרייזן סטאביל

דאנערשטאג יולי 10, 2014 10:08 am

חסד שבמלכות האט געשריבן:

די אנעקסעישאן קאן נאך געדויערן, און אפילו נאך עס גייט דורך דארף מען דאך פאקטיש אנהייבן בויען. און דאן אפילו די פרייזען וועלן בלייבן סטביל וועט עס לכאורה זיין העכער ווי יעצט

דאנערשטאג יולי 10, 2014 11:14 am

די שאלה איז ווי געדרוקט ביזסטו. אויב איז דער מצב אז די האסט נישט קיין פרנסה וכדומה. איז לכאורה יא וויכטיג צו נידערן די פרייז און לעבן נארמאל. דאס איז אסאך ווערט פאר א שטוב.
אויב קענסט עס דורכשוויצן מיט אביסל אנשטרענגונג זאלסטו זיכער נישט פארקויפן א זאך וואס האסט שוין אין די האנט. ווען דו הייבסט אן חתונה מאכן וועט עס שוין זיין אסאך מער ווערד. און וועסט העכסטנס דעמאלט איבערמאכן די מארטגעזש פאר נאך דרייסיג יאר און האבן הוצאות החתונה בהרחבה. ווארף נישט אוועק א נכס וואס דו האסט שוין. חוץ אז דו מוזסט באמת

דאנערשטאג יולי 10, 2014 11:32 am

יישר כח פאר אלע משיבים

דאנערשטאג יולי 10, 2014 11:47 am

די שאלה איז אינגאנצן אנדערש.
די האסט יעצט א הארד טיים צו טראכטן גראד ווייל דו האסט שוין אינוועסטירט אזוי פיל צייט; כח; מח; געלט; געפיל וכו' אין דעים 5 רום דירה.
מיט די צייט ווערט עס אזוי ווי א חלק פון דיר און פארקויפן ווערט אזוי ווי מאכןום אן אפעראציע און אראפנעמען אן איבר.
די שאלה דארף זיין..... דו האסט א 8 רומיגע דירה צאלסט כך וכך מארגעדש, כך וכך מעינטענעטס, כך וכך טעקס, כך וכך עגמ"נ וכו' קומט צו צו דיר א איד און שלאגט פאר צו קויפן אן עדישענעל 5 רום דירה, אלץ רעזולטאט גייט אלע זאכן ארויפגיין און און דרייסיג יאר וועסטו קענען ארויסנעמען כך וכך. וואלסטו יעצט געקויפט די דירה ------ מסתמא נישט. אויב אזוי פארקויף.
כנרלענ"ד

דאנערשטאג יולי 10, 2014 12:02 pm

גוט געזאגט רב דיעל, ביסטע טאקע גערעכט ביסוד, אבער פונקט ווי רוב אנדערע וואלט איך אויך געזאגט אז מ'קען דורכשטופן דארף מען דאס אנהאלטן.

באמת וואלט איך געזאגט אז יעדער אינגערמאן וואס האט אכציג אלפים אין גמ"ח זאל דערמיט קויפן א דירה, נאכדערצו אין ק"י וואו ריעל עסטעיט האלט אינאיין שטייגן.

דאנערשטאג יולי 10, 2014 12:43 pm

איך האלט ווי וויכי נישט פארקויפן
(איך האב אמאל געהערט אז שטייט פון ר' יהודה החסיד מ'זאל נישט פארקויפן די ערשטע הויז איך עס נישט געזעין אינוענדיג)

דאנערשטאג יולי 10, 2014 12:47 pm

וואס איז שייך צוצולייגן? דער עולם האט אזוי שיין גענטפערט כולם פה אחד

דאנערשטאג יולי 10, 2014 1:13 pm

מידער האט געשריבן:גוט געזאגט רב דיעל, ביסטע טאקע גערעכט ביסוד, אבער פונקט ווי רוב אנדערע וואלט איך אויך געזאגט אז מ'קען דורכשטופן דארף מען דאס אנהאלטן.

באמת וואלט איך געזאגט אז יעדער אינגערמאן וואס האט אכציג אלפים אין גמ"ח זאל דערמיט קויפן א דירה, נאכדערצו אין ק"י וואו ריעל עסטעיט האלט אינאיין שטייגן.

אויב וואלסטו עס יעצט געקויפט בלייב דערמיט - אויב ווילסטו עס פשוט "נישט ארויסלאזן פון די הענט" אויף דעים האב איך גערעדט.

דאנערשטאג יולי 10, 2014 2:34 pm

איך טו נישט אין די זאכן אבער לאמיר דיר געבן נאך דריי שטריכן צו נעמען אין באטראכט.

לויט אסאך מומחים ווי דעוו רעמזי און נאך, איז נישטא אזא זאך ווי בארגן אויפ'ן חשבון פון אינוועסטמענט, פשוט ווייל די חוב מיט פראצענט איז זיכער און אינוועסטמענט ווייט נישט, (חוץ וואס א הויז איז לייביליטי אויך און עס קען קאסטן).

והשנית מ'דארף נישט נאר רעכענען וויפיל דו גייסט שפארן א חודש נאר רעכן אויב דו נעמסט יעצט די גאנצע געלט וואס דו גייסט באקומען פון די פינעף רומיגע דירה און צאלסט אפ די מארטגעדש, וויפיל אין טאטאל אמאנט גייסטו צאלן ווייניגער ביז די מארטגעדש צאלט זיך אויס? זייער אסאך מאל איז דאס אליין מער ווערט פון וויפיל די הויז גייט ארויף גיין און דאס איז זיכערע געלט געשפארט.
(און געווענליך רעכנט מען צו צו די אמאנט 10% וואס דו קענסט ווען פארדינען אויב דו אינוועסט די געלט און א נישט ריסקי אינוועסטמענט)

אויב דו פארקויפסט און דו ווילסט וויסן וואס ס'לוינט בעסער צו טון מיט די געלט.
ריפיינענצן האט א מעלה אז דיינע פעינמענטס גייען יעצט ווערן קלענער, אבער עס האט א חסרון אז מ'נעמט עס נאכאמאל אויף א לאנגע תקופה, חוץ אויב מ'קען יעצט אראפ רוקן פון א דרייסיג צו א פופצן יעריגע מארטגעדש, דאס דארפסטו דורך גיין מיט א עקספערט, עס קען זיך לוינען פון איין זייט פשוט אפצוצאלן אן רייפיינענצן און מ'ריקט אראפ א שיינע פאר יאר פון דעם חוב וואס איז געווענלך אסאך מער פון די געלט וואס דו באצאלסט ווייל עס גייט אראפ פון די פרינצעפל, און אמאל לוינט יא צו ריפיינענצן אויב די פראצענט איז סאך קלענער און מ'קען אראפ רוקן צו ווייניגער יאר.

און דריטענס אויב איז עס א פשוטע אינוועסטמענט, רעכן אויב וואלסטו אריינגעלייגט דאס געלט וואס דו גייסט באקומען און א פשוטע 10ֵֵ% אינוועסטמענט וויפיל וואלט עס געברענגט אין די יארן און וויפיל גייט עס יעצט ברענגען ווייל די הויז ווערט טייערער, לאמיר זאגן דו באקומסט 200K וואלסטו אין צוואנציג יאר געמאכט 20 אלפים א יאר און אין צוואנציג יאר וואלט עס געווארן 400K, גייט די הויז ווערן מער ווערט מיט אזוי פיל? אויב נישט לוינט נישט צו האלטן סתם אלץ אינוועסטמענט.
איך האף איך העלף דיר עפעס.

דאנערשטאג יולי 10, 2014 2:39 pm

יישר כח פאר אייך אלע
ס'איז נישט שייך צו פרעגן צו איך וואלט עס היינט געקויפט, ווייל דא רעדט מען נישט פון ארויסנעמען געלט פון טאש עס אנצוהאלטן, דא רעדט מען פון מניעות הריוח
מיין שאלה צו אייך אלע איז, וואס האב איך פון דעם אז איך האב א דירה, אז ביז 30 יאר קען איך נישט צופיל הנאה האבן דערפון, א הונדערטער ארויף א הונדערטער אראפ פון די רענט דאס איז פעניס, און לעומת זה האב איך א געלעגנהייט צו צאלן 900 מארגעטש פאר א 8 רומיגע דירה אין הארץ פון קרית יואל, ממש א חלום
אבער דא קומט שוין א השקפה חלק, אפשר איז מיר באשערט צו לעבן בדוחק, און אפילו נאכן פארקויפן וועט ווייטער זיין טייט, מי יודע?

דאנערשטאג יולי 10, 2014 2:45 pm

זאל ער, שיין צולייגט די זאך, לאז מיר אנהייבן ביים לעצט, איך האב נישט געקויפט די הויז פאר אינוועסטמענט, איך האב דארט געוואוינט, און ווען כ'האב געמופט האט מען מיר מייעץ געווען צו דורכשטופן און נישט פארקויפן, וכך עשיתי

די חלק וואס דו שרייבסט וועגן וויפיל מ'שפארט, איז א גוטע פוינט, און באמת איך ווייס נישט פונטקליך ווי אזוי מ'רעכנט דאס, אבער בערך מיין איך אז מען צאלט צוריק מער ווי דאפלט וויפיל מ'בארגט, און לויט דעם איז לכאורה ענדערשער איך זאל יא פארקויפן, ווייל וויפיל איך גיי שוין פארדינען אויפן הויז במשך די שפעטערע יארן עד זקנה ושיבה, קען איך סאך מער פארדינען יעצט אין די יונגע יארן ווען די הוצאות זענען מער

דאנערשטאג יולי 10, 2014 2:47 pm

און השקפה לאז ארויס פון געשעפט דא, דאס אז ס'איז דיר איינגעפאלן צו פארקויפן מיינט אז ס'איז דיר באשערט צו לעבן רואיג, א מענטש דארף טון אלעס ביכלתו צו לעבן רואיג, ביים עפענען א שירעם אדער כאפן א היטש טראכסטו עס אויך?
לעצט פאראכטן דורך זאל ער קומען אום דאנערשטאג יולי 10, 2014 2:49 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דאנערשטאג יולי 10, 2014 2:49 pm

חסד שבמלכות האט געשריבן:זאל ער, שיין צולייגט די זאך, לאז מיר אנהייבן ביים לעצט, איך האב נישט געקויפט די הויז פאר אינוועסטמענט, איך האב דארט געוואוינט, און ווען כ'האב געמופט האט מען מיר מייעץ געווען צו דורכשטופן און נישט פארקויפן, וכך עשיתי

די חלק וואס דו שרייבסט וועגן וויפיל מ'שפארט, איז א גוטע פוינט, און באמת איך ווייס נישט פונטקליך ווי אזוי מ'רעכנט דאס, אבער בערך מיין איך אז מען צאלט צוריק מער ווי דאפלט וויפיל מ'בארגט, און לויט דעם איז לכאורה ענדערשער איך זאל יא פארקויפן, ווייל וויפיל איך גיי שוין פארדינען אויפן הויז במשך די שפעטערע יארן עד זקנה ושיבה, קען איך סאך מער פארדינען יעצט אין די יונגע יארן ווען די הוצאות זענען מער

דאס איז די פאונט, רעד דיך דורך מיט אנדערע אויך אבער דאס טענה'ן אסאך.

דאנערשטאג יולי 10, 2014 4:23 pm

נאך א וועג איז דא, פארקויף דע דירה אין לייג דע געלט אין דיין דירה, וועסטי יעצט צאלען וויינגער, אין ווען די וועסט אי"ה חתנה מאכען וועסטי קענען צריק ארויס נעמען וויפיל די דארפסט אויף חתנה מאכען אין דעמאלץ ווייטער צאלין, אבער מיסט אריינליגען דע געלט אין דיין 8 רומיגע דירה, בד"וו דע אינוועסטמען איז מער פארזיכערט אזוי, ווי אין א אינוועסמענט דירה, ווייל אויב א טענענט צאלט נישט צוויי חדשים איז דע גאנצע ריווח פארלוירען

דאנערשטאג יולי 10, 2014 4:33 pm

כרם האט געשריבן:איך האלט ווי וויכי נישט פארקויפן
(איך האב אמאל געהערט אז שטייט פון ר' יהודה החסיד מ'זאל נישט פארקויפן די ערשטע הויז איך עס נישט געזעין אינוענדיג)

בגמ' קידושין דף נ"ט

פרייטאג יולי 11, 2014 9:42 am

elter-zeide האט געשריבן:נאך א וועג איז דא, פארקויף דע דירה אין לייג דע געלט אין דיין דירה, וועסטי יעצט צאלען וויינגער, אין ווען די וועסט אי"ה חתנה מאכען וועסטי קענען צריק ארויס נעמען וויפיל די דארפסט אויף חתנה מאכען אין דעמאלץ ווייטער צאלין, אבער מיסט אריינליגען דע געלט אין דיין 8 רומיגע דירה, בד"וו דע אינוועסטמען איז מער פארזיכערט אזוי, ווי אין א אינוועסמענט דירה, ווייל אויב א טענענט צאלט נישט צוויי חדשים איז דע גאנצע ריווח פארלוירען

יא יא, דאס איז מיין פלאן, איך וויל פארקויפן נישט סתם צו האבן קעש אין די הענט, נאר צו מאכן ווייניגער די חודש'ליכע פעימענט, דו לייגסט נאר יעצט א גוטע נקודה, אז אויב פאר חתונה מאכן קען איך דעמאלטס ארויסנעמען צוריק און ווייטער צאלן, וואס איך וואלט ממילא געצאלט ווען איך פארקויף נישט, גאנץ גוט
שרייב א תגובה

Advertisement