Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

נאטורליכע פלעצער אין די קעטסקילס

זונטאג יולי 06, 2014 2:47 pm

איך גלייך זייער נאטור. למשל וואסער פאלס, אויגפארכאפענדע בערג אד"ג.
איז דא ערגעץ "לאקאל" אין די היימישע געגענטער אין קעטסקילס אזוינע שיינע פלעצער צו זען דעם באשעפערס וואונדער?

יא איך ווייס פון מער נארט אין די קעטסקיל רעגיאן איז פארהאן הערליכע פלעצער, אבער איך זוך נענטער ווי אין מאנטיסעלא, ליבערטי, אדער ארום. נישט צו דארפן פארן 2 שעה.

דאנקע

Advertisement

זונטאג יולי 06, 2014 2:49 pm

דער ערשטער אדוועטייזמענט אויף קול מבשר איז וועגן א נייע פארק און פארעם מיט כשר'ס מיט א שיינע פאנאראמע. כאפ א בליק!

זונטאג יולי 06, 2014 2:52 pm

וואו איז עס ?

זונטאג יולי 06, 2014 2:53 pm

רוף 1212-444-1100

זונטאג יולי 06, 2014 2:58 pm

איך דארף נישט קיין טור גארטנס, פארמס אדער אמיוזמענט פארקס. איך רעד פון נאטור.
נישט גענוג קלאר געשריבן?

זונטאג יולי 06, 2014 3:07 pm

עס איז דא א פארק אין וועסטשעסטער קאונטי, קראטאן דזשארדזש, עס איז ביים קראטאן רעזערוואר דאמבע, עס איז הערליך, א מעין פון ניאגרא פאלס, אנצוקומען אהין דארף מען פארן דורכ'ן בעיר מאונטעין בריק, און דאן דעם רוט 6 און דעם רוט סאוט ניין דאבעליו, מען דארף זיין שטארק פארזיכטיג, נישט צו פארפארן צום קראטאן פאוינט פארק וועלכע איז דערנעבן און איז א פארק נעבן דעם האדסאן ריווער, און נישט דאס וואס איר זוכט. אלנפאלס עס איז הערליך, עס איז אויפ'ן רוט 129 אין קראטאן-אן-האדסאן
שווער צו טרעפן אויף מאנכע דזשי. פי. עס. מאשינען, ווארום רוט 129 האט פארשידענע נעמען. אז איר דארפט פונקטליכע דעטאלן, קען איך עס אייך שיקן. די קינדער וועלן מורא'דיג הנאה האבן דארטן, עס איז א דרייפערטל שעה פון קרית יואל אין ריכטונג צו די סיטי

זונטאג יולי 06, 2014 3:21 pm

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:עס איז דא א פארק אין וועסטשעסטער קאונטי, קראטאן דזשארדזש, עס איז ביים קראטאן רעזערוואר דאמבע, עס איז הערליך, א מעין פון ניאגרא פאלס, אנצוקומען אהין דארף מען פארן דורכ'ן בעיר מאונטעין בריק, און דאן דעם רוט 6 און דעם רוט סאוט ניין דאבעליו, מען דארף זיין שטארק פארזיכטיג, נישט צו פארפארן צום קראטאן פאוינט פארק וועלכע איז דערנעבן און איז א פארק נעבן דעם האדסאן ריווער, און נישט דאס וואס איר זוכט. אלנפאלס עס איז הערליך, עס איז אויפ'ן רוט 129 אין קראטאן-אן-האדסאן
שווער צו טרעפן אויף מאנכע דזשי. פי. עס. מאשינען, ווארום רוט 129 האט פארשידענע נעמען. אז איר דארפט פונקטליכע דעטאלן, קען איך עס אייך שיקן. די קינדער וועלן מורא'דיג הנאה האבן דארטן, עס איז א דרייפערטל שעה פון קרית יואל אין ריכטונג צו די סיטי

יא! א הערליכע פאנאראמע, די הויכע ברייטע דאמבע... וויאזוי די וואסער פליסט אזוי שיין....
א תענוג רוחני...

זונטאג יולי 06, 2014 3:22 pm

ווי לאנג איז עס צו פארן פון די קעטסקילס?

זונטאג יולי 06, 2014 3:27 pm

צו רעב צוקער

ביטע געב אונז קלארערע דירעקשענס, אדער א פינקטליכע אדרעס פארן ג.פ.ס. אדער א נאמען פונם פלאץ, אסאך יודען וועלן הנאה האבן

יישר כח

זונטאג יולי 06, 2014 3:35 pm

Croton Gorge Park

זונטאג יולי 06, 2014 3:38 pm

שוועמל, די וואסערפאל ביי די פיר ווינקלן פון סאוט פאלסבורג איז צו קליין פאר דיינע גלוסטונגען?

זונטאג יולי 06, 2014 3:44 pm

והנה און נון האט געשריבן:Croton Gorge Park

איך בין שוין אסאאך מאל אהינגעגאנגען, און איך וויל נאך אלס גיין, עס איז הערליך! נאכדערצו יעצט נאך די געזונטע רעגענעס

אלערט: זיך נישט באנוצן מיט די gps ער איז באוואוסט צו מאכן טראבל ביי יענעם פארק

זונטאג יולי 06, 2014 3:50 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:
והנה און נון האט געשריבן:Croton Gorge Park

איך בין שוין אסאאך מאל אהינגעגאנגען, און איך וויל נאך אלס גיין, עס איז הערליך! נאכדערצו יעצט נאך די געזונטע רעגענעס

אלערט: זיך נישט באנוצן מיט די gps ער איז באוואוסט צו מאכן טראבל ביי יענעם פארק

דהייונ?

זונטאג יולי 06, 2014 4:02 pm

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:מען דארף זיין שטארק פארזיכטיג, נישט צו פארפארן צום קראטאן פאוינט פארק וועלכע איז דערנעבן און איז א פארק נעבן דעם האדסאן ריווער, און נישט דאס וואס איר זוכט.

די ערשטע מאל איך בין געגאנגען אהין בלינד מיט א gps בין איך אנגעקומען צו עפעס אן ערל אין פארקינג לאט...

זונטאג יולי 06, 2014 4:06 pm

לכאורה האט געשריבן:שוועמל, די וואסערפאל ביי די פיר ווינקלן פון סאוט פאלסבורג איז צו קליין פאר דיינע גלוסטונגען?

צו פשוט, איך זוך מער מיט בערג וכו'.

פון קראטאן גארזש האט מען שוין גערעדט אין פלעצער צו גיין חוה"מ האלטן. איך קען יענעם פלאץ גאר גוט שוין געווען אסאאאך מאל.
סיז אבער צו ווייט פון קעטסקילס.
אויך זונטאג איז דארט א משוגעים הויז.

זונטאג יולי 06, 2014 5:17 pm

כ'האב אמאל געהערט פון שאהאלע פאללס נישט ווייט פון ק"י

זונטאג יולי 06, 2014 5:31 pm

bushkill falls
www.visitbushkillfalls.com

זונטאג יולי 06, 2014 7:20 pm

פאטעטא קוגל האט געשריבן:bushkill falls
http://www.visitbushkillfalls.com

פענסילוועניע איז אין די קעטסקילס?

זונטאג יולי 06, 2014 7:28 pm

בערקא האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט פון שאהאלע פאללס נישט ווייט פון ק"י

Can you spell it please?

זונטאג יולי 06, 2014 9:20 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:
פאטעטא קוגל האט געשריבן:bushkill falls
http://www.visitbushkillfalls.com

פענסילוועניע איז אין די קעטסקילס?

אסאך נאנטער ווי די סיטי

זונטאג יולי 06, 2014 10:37 pm

דורכפארענדיג אויפן רט. 52 זענען דא הערליכע ממש אויג פארכאפנדע בערג און פאנאראמעס. מ'דארף נאר טרעפן א ריכטיגן פלאץ זיך צו קענען אפשטעלן.

מאנטאג יולי 07, 2014 6:54 am

ר' גוגל גיבט פאר באשקיל פאלס פון ק"י 1 שעה אין פופצן מינוט, און פון סאוט פאלסבורג 1:24

מאנטאג יולי 07, 2014 7:34 am

ענדע צדיק! האט געשריבן:
והנה און נון האט געשריבן:Croton Gorge Park

איך בין שוין אסאאך מאל אהינגעגאנגען, און איך וויל נאך אלס גיין, עס איז הערליך! נאכדערצו יעצט נאך די געזונטע רעגענעס

אלערט: זיך נישט באנוצן מיט די gps ער איז באוואוסט צו מאכן טראבל ביי יענעם פארק

נו אפשר קען איינער געבן אלטמאדיגע דירעקשענס פון ק"י, א רעכטס א לינקס, גראד, ווי גייט מען דארט?

מאנטאג יולי 07, 2014 7:36 am

גוגל מעפס צייגט הערליכע בילדער
https://www.google.com/maps/place/Croto ... 7f!6m1!1e1

מאנטאג יולי 07, 2014 7:41 am

אפשר צייכנט איינער אן אויף גוגל ווי ס'איז אינטערעסאנט עמיר זען ווי מען קען דארט אנקומען

ישר כח
שרייב א תגובה

Advertisement