Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

לכו והתפרנסו.. אידיש רעדענדע סאושעל ווארקער'ס

זונטאג יולי 06, 2014 12:23 pm

די פילד און פארלאנג פאר סאושעל ווארק איז היינט צוטאגס זייער גרויס אפילו אין די אלגעמיינע גאס, די פארלאנג דערפאר איז גרעסער פון וופיל מענטשן עס זענענן דא וואס קענענן צושטעלן די סערוויס.

אבער אין די אידישע גאס איז עס ממש א קריזיס, די געציילטע אידיש רעדענע וואס טיען דערין זענענן אזוי פארנימען אז קוים וואס מען קען צוקימען צו זיי, אפגערעדט אז אין די העלט סענטערס איז עס זייער שווער צו באיקמען א אפויטמענט, אבער אפילו די היימישע סקול'ס און חדרים מיטעשן זיך צו טרעפן קוואלעטי געלערנטע מענטשן וואס זאלן אנפילען די פאזציעס, מען באצאלט ביי פריוואטע אפויטמענטס א נישטיגע $150 פאר 45 מינוט און דאס איז שוין די ביליגע פרייז, רוב בעטן $175 פאר א דריי פערטעל שעה..

הקיצור עס איז א פעלד וואס קען פארנעמען נאך 50 60 יודיש רעדענדע אינגעלייט וואס זאלן טיען דערין און וועט זיי זיין בעז"ה פרנסה קלה ונקיה,

א שמיעס מיט עטליכע יונגעלייט אז זיי זאלן טיען דערין וויבאלד די פארלאנג איז גרויס און די פעי דערפון איז אויך נישט אוועקצומאכען, האט זיך עס גענדיגט: ווי הייב איך אן? ווער וואס ווען ווי?

דערפאר האב איך געפענט די אשכול מיט א ציל אז ותשועה ברוב יועץ, מעגליך אז פון דא וועט זיך פארמירען א גרופע פון עטליכע יונגעליייט וואס פילען אז זיי טויגען דערצו, און איינאיינעם וועט מען זיך נעמען דערצו, מען וועט זיך לערנען און אנקימען צום תכלית פון עס קענענן און דערנאך ברענגן פרנסה אין שטוב..

שלח - שיק די אשכול, און לאמיר זען די ריספאנס און אזוי גייט ווייטער.

Advertisement

זונטאג יולי 06, 2014 12:42 pm

זעהט אויס אז מענטשען האבן מורא אז אויב עפעס וועט גיין ראונג וועלן הענגן פאוסטערס אין די גאסן, און ווערן באזינגן אויף האטליינס.

זונטאג יולי 06, 2014 12:44 pm

און אפילו אויב נישט, וועלן אלע קרובים רופן פרעגן אינפארמעישן אויף יעדן שידוך וואס מ'וועט זיי אנטראגן.

זונטאג יולי 06, 2014 12:49 pm

עקבי הצאן האט געשריבן:זעהט אויס אז מענטשען האבן מורא אז אויב עפעס וועט גיין ראונג וועלן הענגן פאוסטערס אין די גאסן, און ווערן באזינגן אויף האטליינס.


א סאושעל ווארקער איז נישט קיין לייף קאוטש..

זונטאג יולי 06, 2014 12:51 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:און אפילו אויב נישט, וועלן אלע קרובים רופן פרעגן אינפארמעישן אויף יעדן שידוך וואס מ'וועט זיי אנטראגן.

כ'האב געליינט אמאהל פון דעם בארימטן דר' טווערסקי אז אויף זיין באהויפטונג אז מענטל פראבלעמען איז דא אין יעדע משפחה, האט עהם איינער געטענהט אז ביי עהם אין משפחה איז ער קלאר אז ס'איז נישטא גארנישט.

האט ער זיך נאר געדארפט בייסן די ליפן, נישט צו זאגן אז איידער זיין חתונה האט ער געטריט זיין באשערטע אויף דעפרעשאן.

זונטאג יולי 06, 2014 1:05 pm

מחותן האט געוואלדיג רעכט!!

הערשט לעצטענס האבעך פראובירט איינעם צו העלפן מיט א סאשעל ווארקער, און עס איז ממש א קריזיס! עס איז נישטא צו וועמן צו רעדן ממש. און כ'הער עס איז א גאר גוט באצאלטע פאזיציע.

עס פעלט אויס קודם - ווי מחותן זאגט - קענען די שפראך, און צווייטנס קענען אונזער קולטור. אפי' די וואס קענען אונזער שפראך, אבער זענען נישט קיין "וויליאמסבורגע" (סא טו ספיק...) קלאפט עס נישט.

זונטאג יולי 06, 2014 1:20 pm

א גרויסע פראבלעם פאר א היימישן אנצוקומען צו דעם פאזיציע איז אז מען דארף דאכטצעך האבן א געוויסע דרגא פון קאלעדזש סערטיפיקאטן פאר מען פאנגט אן דערמיט, וואס דאס קען זיין היבש שווער פאר אן היימישער צו עררייכן.

זונטאג יולי 06, 2014 1:22 pm

און פאל איינער שפירט אז עס איז געאייניגט פאר אזא פאך

די ערשטע שאלה איז.. וואס איז ריקווייערמענט'ס צו באקימען אזא לייסענעס?
דארף מען גיין אין סקול דערפאר? אויב יא פאר ווי לאנג? איז שייך נאכט קלאסען דערפאר? איז שייך HOME SCHOOL און דערנאך נעמען א טעסט? וואס איז די קאסט זיך צו לערנען אזא פאך?

__
קנאפער ידען האקט

זונטאג יולי 06, 2014 1:26 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:א גרויסע פראבלעם פאר א היימישן אנצוקומען צו דעם פאזיציע איז אז מען דארף דאכטצעך האבן א געוויסע דרגא פון קאלעדזש סערטיפיקאטן פאר מען פאנגט אן דערמיט, וואס דאס קען זיין היבש שווער פאר אן היימישער צו עררייכן.


רעדט אביסל ברייטער.. ווייל למעשה זענענן דא געציילטע חסידשע אינגעלייט וואס טיען דערין, דאס ווייזט אז מען וויל קען מען אנקימען דערצו..

זונטאג יולי 06, 2014 1:29 pm

איך ווייס נישט צופיל ברייטער, איך געדענק אז די בני בית האבן זיך געוואלט אריינלייגן דערין און די ריקווייערמענטס זענען געווען גאנץ שווערע פאר היימישע אידן, און דאס איז שוין פאר א פרוי וואס לערנט היבש מער סעקולערע לימודים ווי א מאן.

זונטאג יולי 06, 2014 1:35 pm

שכוח.. איך האב פראבירט אנצופרעגן גוגל דערוועגן, אבער איך האב נישט באקימען קיין קלארע תשובה, איז דא איינער וואס ווייסט ווי אזוי צו זיכען? אדער מעגליך קען מען דא אנהייבען ברענגן האלבע ענטפערס יעדער וואס ער ווייסט און פראבירען צוזאם צו שטעלן א פאזעל?

זונטאג יולי 06, 2014 1:37 pm

http://www.op.nysed.gov/prof/sw/lcsw.htm

זונטאג יולי 06, 2014 1:41 pm

http://m.wikihow.com/Become-a-Licensed-Social-Worker

זונטאג יולי 06, 2014 1:45 pm

ייש"כ והנה, די לינק רעדט פון "Licensed Clinical Social Worker" און סתם "Licensed Social Worker" איז דא א חילוק צווישען די צוויי?? אדער עס איז איינס און די נאמען Clinical מיינט נישט גארנישט?

To be licensed as a licensed clinical social worker (LCSW) in New York State you must:


be of good moral character
be at least 21 years of age

have an education that includes a masters degree in social work (M.S.W.) with at least 12 semester hours of clinical coursework acceptable to the Department

have at least 3 years of post M.S.W. supervised experience in diagnosis, psychotherapy and assessment-based treatment planning acceptable to the Department

meet clinical examination requirements; and

complete coursework or training in the identification and reporting of child abuse offered by a New York State approved provider

Note: In most cases you must be licensed and currently registered to practice as a Licensed Master Social Worker (LMSW) in New York to complete the supervised experience for licensure as an LCSW. Effective September 1, 2004, the practice of licensed clinical social work is restricted to those licensed or authorized under New York law


די ערשטע צוויי תנאים איז לכאורה גאר גרינג, די דריטע תנאי איז שוין שווערער, און דאס פארלאנגט א GED, ווי ווייט איז א GED פון א עווריטיש חסידישער יונגערמאן??

זונטאג יולי 06, 2014 1:53 pm

TTI איז לכאורה די פאסיגטע פלאץ דערפאר, אין קרית יואל זענען דא היימישע אינגעלייט מיט טיטשער'ס און טערעפיסט לייסענס דורך זיי
ס'דא א ק"מ אינטערוויא איבער זיי #911
http://www.testingandtraining.com
לעצט פאראכטן דורך Silent אום זונטאג יולי 06, 2014 1:57 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

זונטאג יולי 06, 2014 1:57 pm

מחותן האט געשריבן:די ערשטע צוויי תנאים איז לכאורה גאר גרינג, די דריטע תנאי איז שוין שווערער, און דאס פארלאנגט א GED, ווי ווייט איז א GED פון א עווריטיש חסידישער יונגערמאן??

דו האסט דאכטצעך געשפרינגען א טריט, צו באקומען א מעסטערס דארף מען קודם א בעטשלערס, און נאך פאר א בעטשלערס דארף מען א GED [דאס איז א הויך-שולע דעפלאמע].
א GED אליין איז שוין א ים מיט לימודים וואס זענען גארנישט אזוי גרינג אליין צו לערנען, און ווער רעדט נאך פון א בעטשלערס. דא האסטו פון וויקי-ענסערס:
A bachelors degree is generally 4 or 5 years traditionally. It is awarded when the student has completed the necessary course-work to satisfy the requirements of the degree being pursued. Some math and science degrees for example have more requirements and usually take a little longer to get a bachelors. An individual can enter into graduate school after completing the course work for a bachelors degree provided that he has met the requirements of the college and has been accepted by the department. A masters degree can be 2 or more years of additional study, often with a thesis paper and oral exams at the end. Again, it all depends on the college.

ווי אזוי צו ווערן א סאושעל ווארקער

זונטאג יולי 06, 2014 1:57 pm

אלץ איינע פון מיינע חלומות (ביזדעווייל איז עס נאך אויף האלד), האב איך עס אדורך געטוהן בתחלתו ועד סופו איך איך וועל עס דא מיטטיילן מיטן ציבור

כ'וועל אנהייבן מיט, וויאזוי א דעגרי ארבעט

די ערשטע דעגרי וואס א מענטש דארף באקומען, און יעדער איד געווענליך באקומט דאס אויכעט, איז ווען גראדואירט פון היי סקול, עס ווערט אנגערופן "היי סקול דיפלאמא"
דאס דארפט איר האבן צו גיין צו אייער קומענדיגע סטעפ אין לעבן, אויב האט דיר דאס נישט קענט איר נישט גיין ווייטער,

די נעקסטע דעגרי באקומט מען וווען מען גראדואירט פון קאלעדש, עס ווערט אנגערופן "בעטשלערס דעגרי" אדער בשם הכולל "קאלעדש דעגרי - אקוויועלענט טו בעטשלערס", צו באקומען דער דערגרי אויפן געווענליכן שטייגער מוזט זיצן בערך פיהר יאר אין קאלעדש, אבער מען קען דאס באקומען אויף נאך צוויי אופנים, אבער נישט יעדע יוניווערסיטי וועט אנעמען א דעגרי וואס מען האט באקומען דורך די אנדערע צוויי אופנים (באלד וועלן מיר מבאר זיין די אנדערע צויי אופנים)

די נעקסטע דעגרי איז ווען מען גראדואירט פון יוניווערסיטי, און עס ווערט אנגערופן מעסטער'ס דעגרי, פון דעם איז דא כל מיני סארטן, יעדע דעגרי איז געמאכט געווארן זיך אויסצולערנען א צוייטע דשאב]
דאס נעמט בערך, צווישן צויי און פיהר יאר, ווענדט זיך וועלכע פאך מען לערנט

נאכן האבן א מעסטערס, קען מען נאך שטייגן אין ראנג, און באקומען א דאקטארעל דעגרי, דאס נעמט לערך נאך א פיהר יאר, (צו דעם דארפט איר געווענליך נישט צוקומען)

(כ'וועל נישט אריינגיין פונקטליך יעדע דעגרי און איר באדייט, און פארוואס איז דאס טאקע אזוי אויסגעשטעלט)

יעצט ווען א מענטש וויל זיך לערנען א פאך לדוגמא סאושעל וואורקער, פארלאנגט די רעגירונג, צויי זאכן, איינס ער זאל האבן א מעסטער דעגרי אין די פאך פון סאושעל וואורקערס (ס'טייטש די רעגירונג האט ריקוויירערמענט'ס וואס מען דארף אלץ לערנען אין דעם מעסטער) און דערנאך דארף א דורך גיין א טעסט, ווען פעסט עס באקומט מען לייסענס צו פראקטיצירן דעם פאך.
דאס זעלבע וועט אויך זיין ביי א לייסענס פון א סי פי עי

---
יעצט וועל איך צוריקומען צו די אנדערע צויי ווועגן צו באקומען א בעטשלערס, (וואס אן דעם וועט קיין יונווערסיטי אייך נישט אנעמען פאר די מעסטערס)
1)אויב זענט איר געווען איינגעשריבן אין קוואליפייט עי אר טי עס ישיבה, פאר פינף יאר, דאן האט א פערטיגע קאלעדש דעגרי,
2)ס'איז דא אן ארגאנאזאציע וואס רופט זיך טי טי איי, וואס זיי געבן דיר א בעטשלערס אין א יאר צייט(פאר מער אינפארמאציע קענט איר מיר פרעגן)
----
יעצט וועל איך אביסל מבאר זיין דעם ענין פון סאושעל וואורקער

אין ניו יארק סטעט, מעג עני מענטש געבן טעראפי פאר א צוייטען, בתנאי, אז ער זאגט אים קלאר אז ער איז נישט קיין לייסענס טעראפיסט

ווען איינער וויל באקומען לייסענס, דארף ער וויסן ס'איז דא צויי סארטן לייסענס וואס מען קען געבן טעראפי אן האב א דאקטאר דעגרי
1)דאס וואס מען האט געשמועסט, "סאושעל וואורקער"
2) ווערט אנגערופן "מענטעל העלטה קאנסאלינג

ביידע האבן מעלות אין חסרונות, אויב זענט איר אינטערסירט אין איר ווילט וויסן מער פרטים, דאן שיקט אין אישי, ווייל ס'ווענדט אין זייער אסאך זאכן, וואס פאר יעדען איינעם וועט זיך לוינען עפעס אנדערש

זונטאג יולי 06, 2014 2:03 pm

Silent האט געשריבן:TTI איז לכאורה די פאסיגטע פלאץ דערפאר, אין קרית יואל זענען דא היימישע אינגעלייט מיט טיטשער'ס און טערעפיסט לייסענס דורך זיי
ס'דא א ק"מ אינטערוויא איבער זיי #911
http://www.testingandtraining.com

איך זע נישט אז זיי זאלן האבן 'סאושעל ווארקער' קלאסן, אבער פאר א בעטשלערס בעצם זענען זיי טאקע מסתם דער וועג צו גיין, מ'דארף נאר אויכעט רעדן פונעם מה בצע...

זונטאג יולי 06, 2014 2:04 pm

Silent האט געשריבן:TTI איז לכאורה די פאסיגטע פלאץ דערפאר, אין קרית יואל זענען דא היימישע אינגעלייט מיט טיטשער'ס און טערעפיסט לייסענס דורך זיי
ס'דא א ק"מ אינטערוויא איבער זיי #911
http://www.testingandtraining.com

די ביסט געווען ביי טי טי איי?
איך מאך נישט אוועק ס'איז א גוט פלאץ,
אבער ס'ווענד זיך יעדער איינעם וואו ער האלט, און וואס ער זוכט

זונטאג יולי 06, 2014 2:05 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
Silent האט געשריבן:TTI איז לכאורה די פאסיגטע פלאץ דערפאר, אין קרית יואל זענען דא היימישע אינגעלייט מיט טיטשער'ס און טערעפיסט לייסענס דורך זיי
ס'דא א ק"מ אינטערוויא איבער זיי #911
http://www.testingandtraining.com

איך זע נישט אז זיי זאלן האבן 'סאושעל ווארקער' קלאסן, אבער פאר א בעטשלערס בעצם זענען זיי טאקע מסתם דער וועג צו גיין, מ'דארף נאר אויכעט רעדן פונעם מה בצע...


זיי האבן נישט קיין סאושעל וואורקער בכלל

זונטאג יולי 06, 2014 2:07 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:א גרויסע פראבלעם פאר א היימישן אנצוקומען צו דעם פאזיציע איז אז מען דארף דאכטצעך האבן א געוויסע דרגא פון קאלעדזש סערטיפיקאטן פאר מען פאנגט אן דערמיט, וואס דאס קען זיין היבש שווער פאר אן היימישער צו עררייכן.

נישט היינט צוטאגס

זונטאג יולי 06, 2014 2:07 pm

נישט האט געשריבן:אלץ איינע פון מיינע חלומות (ביזדעווייל איז עס נאך אויף האלד), האב איך עס אדורך געטוהן בתחלתו ועד סופו איך איך וועל עס דא מיטטיילן מיטן ציבור
כ'וועל אנהייבן מיט, וויאזוי א דעגרי ארבעט
די ערשטע דעגרי וואס א מענטש דארף באקומען, און יעדער איד געווענליך באקומט דאס אויכעט, איז ווען גראדואירט פון היי סקול, עס ווערט אנגערופן "היי סקול דיפלאמא"
דאס דארפט איר האבן צו גיין צו אייער קומענדיגע סטעפ אין לעבן, אויב האט דיר דאס נישט קענט איר נישט גיין ווייטער,
די נעקסטע דעגרי באקומט מען וווען מען גראדואירט פון קאלעדש, עס ווערט אנגערופן "בעטשלערס דעגרי" אדער בשם הכולל "קאלעדש דעגרי - אקוויועלענט טו בעטשלערס", צו באקומען דער דערגרי אויפן געווענליכן שטייגער מוזט זיצן בערך פיהר יאר אין קאלעדש, אבער מען קען דאס באקומען אויף נאך צוויי אופנים, אבער נישט יעדע יוניווערסיטי וועט אנעמען א דעגרי וואס מען האט באקומען דורך די אנדערע צוויי אופנים (באלד וועלן מיר מבאר זיין די אנדערע צויי אופנים)
די נעקסטע דעגרי איז ווען מען גראדואירט פון יוניווערסיטי, און עס ווערט אנגערופן מעסטער'ס דעגרי, פון דעם איז דא כל מיני סארטן, יעדע דעגרי איז געמאכט געווארן זיך אויסצולערנען א צוייטע דשאב] דאס נעמט בערך, צווישן צויי און פיהר יאר, ווענדט זיך וועלכע פאך מען לערנט
נאכן האבן א מעסטערס, קען מען נאך שטייגן אין ראנג, און באקומען א דאקטארעל דעגרי, דאס נעמט לערך נאך א פיהר יאר, (צו דעם דארפט איר געווענליך נישט צוקומען)
(כ'וועל נישט אריינגיין פונקטליך יעדע דעגרי און איר באדייט, און פארוואס איז דאס טאקע אזוי אויסגעשטעלט)
יעצט ווען א מענטש וויל זיך לערנען א פאך לדוגמא סאושעל וואורקער, פארלאנגט די רעגירונג, צויי זאכן, איינס ער זאל האבן א מעסטער דעגרי אין די פאך פון סאושעל וואורקערס (ס'טייטש די רעגירונג האט ריקוויירערמענט'ס וואס מען דארף אלץ לערנען אין דעם מעסטער) און דערנאך דארף א דורך גיין א טעסט, ווען פעסט עס באקומט מען לייסענס צו פראקטיצירן דעם פאך.
דאס זעלבע וועט אויך זיין ביי א לייסענס פון א סי פי עי
---
יעצט וועל איך צוריקומען צו די אנדערע צויי ווועגן צו באקומען א בעטשלערס, (וואס אן דעם וועט קיין יונווערסיטי אייך נישט אנעמען פאר די מעסטערס)
1)אויב זענט איר געווען איינגעשריבן אין קוואליפייט עי אר טי עס ישיבה, פאר פינף יאר, דאן האט א פערטיגע קאלעדש דעגרי,
2)ס'איז דא אן ארגאנאזאציע וואס רופט זיך טי טי איי, וואס זיי געבן דיר א בעטשלערס אין א יאר צייט(פאר מער אינפארמאציע קענט איר מיר פרעגן)
----
יעצט וועל איך אביסל מבאר זיין דעם ענין פון סאושעל וואורקער
אין ניו יארק סטעט, מעג עני מענטש געבן טעראפי פאר א צוייטען, בתנאי, אז ער זאגט אים קלאר אז ער איז נישט קיין לייסענס טעראפיסט
ווען איינער וויל באקומען לייסענס, דארף ער וויסן ס'איז דא צויי סארטן לייסענס וואס מען קען געבן טעראפי אן האב א דאקטאר דעגרי
1)דאס וואס מען האט געשמועסט, "סאושעל וואורקער"
2) ווערט אנגערופן "מענטעל העלטה קאנסאלינג
ביידע האבן מעלות אין חסרונות, אויב זענט איר אינטערסירט אין איר ווילט וויסן מער פרטים, דאן שיקט אין אישי, ווייל ס'ווענדט אין זייער אסאך זאכן, וואס פאר יעדען איינעם וועט זיך לוינען עפעס אנדערש

זייער שיין! יש"כ.

זונטאג יולי 06, 2014 2:08 pm

אויב איך פארשטיי איך גוט ביז אהער.. קען מען נעמען די "היי סקול דיפלאמא" פון UTA און זיך איינשרייבען דערמיט ביי TTI און זיך לערנען און - אויב מען קען - באקימען א לייסענעס?

הקיצור, מען דארף נישט האבן קיין GED צו באקימען סאושעל ווארקער לייסענעס?

__

עטליכע האקען, שיק ענעוועי
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום זונטאג יולי 06, 2014 2:10 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

זונטאג יולי 06, 2014 2:09 pm

מחותן האט געשריבן:ייש"כ והנה, די לינק רעדט פון "Licensed Clinical Social Worker" און סתם "Licensed Social Worker" איז דא א חילוק צווישען די צוויי?? אדער עס איז איינס און די נאמען Clinical מיינט נישט גארנישט?

To be licensed as a licensed clinical social worker (LCSW) in New York State you must:


[left]be of good moral character
די ערשטע צוויי תנאים איז לכאורה גאר גרינג, די דריטע תנאי איז שוין שווערער, און דאס פארלאנגט א GED, ווי ווייט איז א GED פון א עווריטיש חסידישער יונגערמאן??

מען דארף נישט האבן קיין GED פאר סאושעל וואורקער
מען דארף דאס נאר פאר ספעשעל עד

זונטאג יולי 06, 2014 2:13 pm

ייש"כ הרב נישט..

ביטע זיי אביסל מער קלארער.. און רעדט ספסיפיק פון סאשועל וואקער,

וואס דארף מען יא האבן צו באקימען אזא לייסענעס? {חוץ א תכונת הנפש געאייניגט דערצו..}

איך רעדט פון יונגעלייט וואס האבן א היי סקול דיפלאמע פון UTA.. אפאר דאלער, צייט, און א ווילען צו ברענגן פרנסה.

ועל כולם.. אויב TTI לערענט דאס נישט,, ווער יא? און איז גרייט צו נעמען א יו טי עי דיפלאמע?
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום זונטאג יולי 06, 2014 2:17 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
שרייב א תגובה

Advertisement