בלאט 3 פון 4
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2014 10:22 pm
דורך גוגל
finished at 7.9 in June, now 9.6 till Sept
#BP
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2014 10:25 pm
דורך אַבּערוואַס
דעמאלט האבעך מורא מ'דארף טון א_ווי ר' גוגל זאגט...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:00 pm
דורך חברותה
ליינענדיג די אשכול פאריגע וואך, האט מיר אנגעכאפט א פחד, האב איך באשלאסען אז איך נעם מיר אין האנט אריין, איך האב אנגעהויבן צו ארבעטן אווערטיים, ביז.. ביז.. היינט האב איך באקומען מיין גרויסארטיגע עלעקטעריק ביל, סאיז אויסגעקומען אסאך הכל פון
$138.86
איך זוך וואס צו טוהן מיט מיין איבעריגע געלט...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:03 pm
דורך חברותה
איך האב רעגולער ארענדז ענד ראקלענד, סקומט אויב צו בערך צוועלף סענט א KWH
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:06 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
מיין ביל איז אנגעקומען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:08 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
און דאס איז מיין ביל פון גענוי א יאר צוריק
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:10 pm
דורך שנאפס
איך האף אז אלע פון די משפחה זענען נאך ביים לעבן..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:13 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
האמת אגיד, איך האב א צוטיילטע דירה ד.ה. איך דארף זיך צוטיילן מיט עלעקטעריק ביל מיט מיין שכן היות ס'לויפט אויף איין מיטער.
פארלאפענעם אנהייב יוני האט ער ארויסגעמופט און דערווייל וואוינט נאך קיינער נישט דארט, און דאס איז די סיבה פארוואס מיין ביל האט זיך איינגעצויגן אין קאנטראסט צו פאריאר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:15 pm
דורך שמעלקא טויב
ביי מיר פון פאריאר צו היי יאר?
עמביט איז געווען 9.5 און יעצט מיט ווירידיאן איז עס 5.5 (ס'איז געלינקט צום ביזנעס אקאונט).
כ'לויף אויף א בודזשעט פלען מילא צאל איך די זעלבע יעדע חודש (ווי להבדיל דער שחור וואס לייגט שוין יארן אריין די זעלבע צוואנציגער געז א וואך...)
יעצט הערשט באמערק איך ווי סאך כ'האב זיך געשפארט, מיין סופלייער טשארדזש איז געגאנגען פון 60.97 צו 29.76 א יאר דערויף, WOW.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:21 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
קיליוואטס פון דעם חודש
קיליוואטס פון פאריאר די זעלבע צייט
ווי מ'קען זעהן איז די פרייז פער קיליוואט געשטיגן, נאר איך האב פשוט פארנוצט האלב קיליוואטס ווי פאריאר, און די סיבה איז ווי שוין דערמאנט פריער אז מיין שכן האט ארויסגעמופט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:26 pm
דורך שמעלקא טויב
שמעלקא טויב האט געשריבן:ביי מיר פון פאריאר צו היי יאר?
עמביט איז געווען 9.5 און יעצט מיט ווירידיאן איז עס 5.5 (ס'איז געלינקט צום ביזנעס אקאונט).
כ'לויף אויף א בודזשעט פלען מילא צאל איך די זעלבע יעדע חודש (ווי להבדיל דער שחור וואס לייגט שוין יארן אריין די זעלבע צוואנציגער געז א וואך...)
יעצט הערשט באמערק איך ווי סאך כ'האב זיך געשפארט, מיין סופלייער טשארדזש איז געגאנגען פון 60.97 צו 29.76 א יאר דערויף, WOW.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:54 pm
דורך גוגל
חברותה זייער טייער
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 14, 2014 4:48 pm
דורך dovidal
מיין ביל איז געווען דעם חודש 900 פאר א רעגולער דירה == AMBIT CHARGED ME 18.6
SO I SWITCHED TODAY
BUT AMBIT SAYS IT TAKES BET 10 TO 45 DAYS TO SWITCH = IS THERE ANY IDEA WHAT TO DO
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 28, 2014 9:34 pm
דורך ניגון עתיק
ניין, ס'נישטא וואס צו טון,
אבער ס'לוינט זיך נאכאלס היינט אראפצוגיין דערפון, ווייל ס'נישט מסתבר אז עמביט וועט אין די נעקסטע פאר חדשים אראפגיין נידריגער ווי דו קענסט יעצט איינלאקן פאר א 6 חדשים צו א יאר.
שרייב ארויס וויפיל KWH און וויפיל CCF דו האסט גענוצט, וואס טייטשט א רעגולער דירה?
און ווען דו טוישסט מאך זיכער אז ס'איז טאקע ביליגער נישט נאר פאר די חודש.
איך האב געטראפן די קאמפאני יעצט די ביליגסטע צו טוישן פאר 6 חדשים לאקד-רעיט 8.6 פער KWH.
https://www.bounceenergy.com/ny/electricity-plansדי Fantastic Fixed 6
אגב, ס'לוינט זיך צו פארשרייבן די טאג ווען מ'האט זיך ארויפגעסיינט אויף די נייע קאמפאני, און די טאג ווען ס'לויפט אפ גלייך זיך ארויפסיינען אויף א נייע פלען צו א נייע קאמפאני, (און נישט די חודש ווען ס'האט אנגעהויבן צו ווערן ביליגער און ניצן די נייע סערוויס).
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 6:28 pm
דורך יעקב צוקערמאן
א שטיקל אפדעיט פונעם מצב אויפ'ן פראנט, אקארשט באקומען דעם נייעם אראנדזש ענד ראקלענד ביל פאר חודש יולי, גענוצט נאנט צו 2,000 קילאוואט שעה'ן טראץ ארומלויפן א פארסאפעטער כסדר לעשן עירקאנדישאנס. יעדע נאכט ארבעטן דריי-פיר עירקאנדישאנס בקביעות. שבת ארבעטן זעקס א מינימום 12 שעה אינאיינעם נאכאנאנד.
עניוועי, איך בין מכובד געווארן צו צאלן 583.00 פאר די פריצים ביי אראנדזש ענד ראקלענד, און צוזאמען מיט'ן חוב פון 500 וואס כ'האב נאכנישט אנגעיאגט צובאצאלן פאריגן חודש איז עס 1,083
איך צאל נאך אלץ 17 סענט א קילאוואט שעה, בנוסף צו 7 סענט דעליווערי טשארדזש. ד.מ. כמעט א קוואדער פער שעה פער עירקאנדישאן.
אראנדזש ענד ראקלענד רעכענט דעם חודש 11 סענט א קילאוואט שעה סופליי טשארדזש.
די אינטערשטע שורה איז, אז דאס ארויפגיין צו ווירידיען ענערדזשי, בהשתדלות דעם כ'וויל נישט זאגן וואס וועלכער האט במתק לשונו מיר ערקלערט ווי גוט דאס איז, האט מיר שוין אפגעקאסט, פאר די נאנט צו 3,500 קילאוואט שעה'ן אין יוני און אין יולי צוויי הונדערט און פופצן דאלאר מער ווי וויפיל איך וואלט ווען געצאלט פאר אראנדזש ענד ראקלענד אליינס.
(דאס איז 3,500 טיימס זעקס צענט).
דאס איז בלויז שאדן פאר איין איד
כ'גלויב אז נאך אידן האבן א געוואלד שאדן געהאט.
אוודאי בין איך שולדיג, ווייל ווען כ'האב באקומען דעם בריוו פון ווירידיען מיט די אלע מעשיות זיך אויפצוסיינען אויף א פיקסד-רעיט האב איך עס געווארפן אין גארבעדזש אריין, ווער האט צייט צו די זאכן. פון די אנדערע זייט שוין 20 יאר בין איך אויף אראנדזש ענד ראקלענד און קיינמאל נישט געהאט אזעלכע בילס.
סאו. דאס איז נאכאמאל א ווארענונג פאר מענטשן צו שטיין ווייט פון די אלע .............. וואס כאפן אריין מענשטן מיט די ביליגע פלענער, מאלטי לעוול מארקעטינג ועוד ועוד ועוד
להודיע צערי ברבים
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 6:30 pm
דורך יעקב צוקערמאן
אגב שוין יולי 1 זיך אפגעהאקט פון ווירידיען דורך רופן אראנדזש ענד ראקלענד. דאן א פארסאפעטער זיך אויפגעסיינט אויף ווירידיען פיקסט רעיט, כ'ווייס באמת נישט וועלכע פעולה וועט למעשה אריינגיין אין קראפט. אבער איינס פון די ביידע זיכער, און דאס וועט העלפן, דע קעטש? עס נעמט 2 מאנאטן, סאו נאך א חודש צייט צו סאקענען אויף ווירידיען און צאלן דעם פרייז. לקיים מה שנאמר יעדע זאך אויף די וועלט איז א לעקציע, אט די לעקציע האט מיך שוין געקאסט איבער 200, און איך גיב דאס אייך במתנה גמורה אומזיסט
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 7:07 pm
דורך מי יודע
בין איך א עם הארץ ביי די בילס
אויפן ביל ביי מיר שטייט:
בעסיק סערוויס טשארזש
פירסט 250 KWH
@6.192 סענט איעטש
נעקסט 1057 KWH
@7.353 סענט איעטש
וואס מיינט פירסט און וואס מיינט נעקסט
און מיינט דאס אז איך צאל א קנאפע 6.1 סענט א קילאווייט?
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 7:35 pm
דורך גוגל
זעהט אויס גוט
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 8:22 pm
דורך יעקב צוקערמאן
מי יודע האט געשריבן:בין איך א עם הארץ ביי די בילס
אויפן ביל ביי מיר שטייט:
בעסיק סערוויס טשארזש
פירסט 250 KWH
@6.192 סענט איעטש
נעקסט 1057 KWH
@7.353 סענט איעטש
וואס מיינט פירסט און וואס מיינט נעקסט
און מיינט דאס אז איך צאל א קנאפע 6.1 סענט א קילאווייט?
דאס מיינט אז דו צאלסט בערך זיבן סענט פער קילאוואט שעה פאר דעליווערי, קוק וויפיל דער סופליי קאסט דיר. דעליווערי איז ביי יעדן די זעלבע פרייז, סופליי איז געוואנדן צי מען נעמט פון אראנדזש ענד ראקלענד, אדער פון די אנדערע פירמעס
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 8:25 pm
דורך גוגל
אה, גערעכט. כאב צו שנעל געקוקט
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:12 pm
דורך מי יודע
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:מי יודע האט געשריבן:בין איך א עם הארץ ביי די בילס
אויפן ביל ביי מיר שטייט:
בעסיק סערוויס טשארזש
פירסט 250 KWH
@6.192 סענט איעטש
נעקסט 1057 KWH
@7.353 סענט איעטש
וואס מיינט פירסט און וואס מיינט נעקסט
און מיינט דאס אז איך צאל א קנאפע 6.1 סענט א קילאווייט?
דאס מיינט אז דו צאלסט בערך זיבן סענט פער קילאוואט שעה פאר דעליווערי, קוק וויפיל דער סופליי קאסט דיר. דעליווערי איז ביי יעדן די זעלבע פרייז, סופליי איז געוואנדן צי מען נעמט פון אראנדזש ענד ראקלענד, אדער פון די אנדערע פירמעס
זע איך שוין
איך האב דורך CENSTAR
זע איך די באנוץ איז 1307 KWH
@11.2300 סענט
דאס מיינט אז מיר לוינט צו אויפסיינען אויף די לינק וואס ניגון עתיק האט דא געלייגט?
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:01 pm
דורך mini van
די קאמפעני וואס ניגון עתיק האט געלינקט האט א הונדרעט דאלער עירלי טערמינעשין פי. די שאלה איז אויב 8.6 איז א גיטע רעיט זוך צי לאקען פאר 6 חדשים?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 2:16 pm
דורך ניגון עתיק
כ'וויל זיך באדאנקען פאר מיני ווען, וואס האט מיר מייעץ געווען אז אויב איינער סיינט זיך ארויף צו די קאמפאני וואס כ'האב אהער-געלינקט האבן זיי א רעפפערל פראגראם און כ'קען פארדינען עפעס דערפון.
בשעת מ'סיינט זיך ארויף קען מען אריינלייגן א רעפערל נאמבער.
If you have a promotional or refer-a-friend code, enter it here:
קען מען אריינשרייבן אינעם קעסטל
1618985
וועט משפחת עתיק הנאה האבן דערפון, ס'וועט זיין זה נהנה וזה נהנה.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 9:23 am
דורך דרךהמלך
תכלית, איך פארשטיי נישט די אלע זאכן
וואס דארף איל טוהן צו קענען פטור ווערן פון די טייערע בילס, פלעין אנרופן o&r? וואס דארף איך זיי זאגן?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:37 am
דורך מי יודע
mini van האט געשריבן:די קאמפעני וואס ניגון עתיק האט געלינקט האט א הונדרעט דאלער עירלי טערמינעשין פי. די שאלה איז אויב 8.6 איז א גיטע רעיט זוך צי לאקען פאר 6 חדשים?
נו ווער ווייסט אויב דאס איז א גוטע רעיט צו לאקן פאר 6 חדשים?