Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

שוידערליך הויכע אראנדזש ענד ראקלענד בילס - קרית יואל

פרייטאג יולי 04, 2014 4:07 pm

איך וואוין אין קרית יואל, איך האב דעם חודש באקומען א ביל פאר העכער 500, דערפון איז 460 געווען בלויז די לעקטער אליינס, עס זאגט אז איך האב גענוצט איבער 1,500 קילאוואט שעה'ן דעם חודש.
כ'געדענק נישט אמאל צובאקומען אזא שרעקליך הויכן ביל. כ'בין באמת נייגעריג צי איך בין א בן יחיד, אדער אנדערע אין קרית יואל האבן אויך באקומען אזעלכע הויכע בילס דעם חודש.
ביטע רעאגירן, שכוח
ידידכם הרב צוקערמאן

Advertisement

פרייטאג יולי 04, 2014 4:49 pm

i was also very disappointed, last month was around 400 this month they say it was 850

זונטאג יולי 06, 2014 2:20 am

איך וייס נישט ב"ה פון א זעלעכע הויעכע נומערען אבער מיין בילל איז אויך די לעצטע צייט מיט א 40$ מער ווי אמאל.

זונטאג יולי 06, 2014 4:17 am

ס'זייער מעגליך אז איינער איז געווארן דיין שותף אויפן לעקטער אן דיין וויסן.

דאס צו זעען איז זייער פשוט,מאך זיכער אז די ווייסט וועליכע מיטער איז דיינס,אז די ווייסט נישט פרעג א מומחה.

לעש אויס אלע ברעקערס ביי דיר אינדערהיים (און פון בעיסמענט אויב ס'איז אויפן זעלבן ביל) און קוק צו דיין מיטער ארבעט נאך, און אויב יא וויפיל ער פארנוצט,אויב נוצט דאס אסאך קען זיין אז נאך איינער איז קאנעקטעד, רוף א לעקטערישן זאל דאס מסדר זיין.

לאז וויסן וואס איז געווארן
א דאנק.

זונטאג יולי 06, 2014 6:05 am

אדער לעש אויס דיין מעין ברעיקער ווען דו פארסט אוועק און זע אויב איינער רעדט זיך אפ

זונטאג יולי 06, 2014 8:17 am

מיין בילל דעם חודש איז אויך בערך דעם סומע, נישט אין קר״י

זונטאג יולי 06, 2014 8:24 am

ביי מיר אין קרית יואל האט זיך אויך די ביל שיין ארויפגעריקט

זונטאג יולי 06, 2014 8:37 am

קען זיין אז די לעקטער איז פשוט ארויף אביסל, און צוזאמען דערמיט גראדע אויך דער באנוץ פון עירקאנדישען.. קוק נאך ווס. די בילל פון פאראיאר די צייט, און די קאסט פער קילאוואט.

זונטאג יולי 06, 2014 9:28 am

די אלע וואס זענען נישט אין קיין קאנטראקט אויף סופלייער טשארדזשעס האט או ענ אר ארויפגעשאסן די פרייז. ב"ה אז אלע מיינע בילס זענען אין קאנטראקט, ווען נישט קאסט מיר עס א פאר הויזן!

שוידערליך הויכע אראנדזש ענד ראקלענד בילס - קרית יואל

זונטאג יולי 06, 2014 9:37 am

די וואס זענען ביי נארט אמעריקען זאלן זיכער מאכן אז זיי זענען נאך אונטער א פיקסד רעיט, זייער וועיריבעיל רעיט איז העכער ווי או ענד אר,
מ'דארף אויך טוישן צום נעקסטן פיקסד רעיט עטליכע חדשים בעפאר די ערשטע ענדיגט זיך, ווייל ס'נעמט צייט ביז יעדע טויש גייט אריין אין עפעקט, און אינצווישן צאלט מען די הויזן אויפן וועיריבעיל רעיט.

זונטאג יולי 06, 2014 1:38 pm

Study a little about the “ESCO” part of your bill, that’s the answer to your issue.
 
Be aware that some  friends and neighbors might offer you to sign up with a new company, they will always give you some good rate for some period and then after the period it will increase to sky rocket rates. Some of them are MLM companies and as honest the agents wants to be, he is associated with that company and can’t give you something better or has no idea that your fixed rate will expire.
 
O&R will charge  for the month of July 12.534 per KWH and this goes up and down all year round, the best option is to be connected with a broker that will always make sure it’s the cheapest rate and monitor that you are switched in time

זונטאג יולי 06, 2014 2:39 pm

וואלוועלע-קרעטשמע האט געשריבן:ביי מיר אין קרית יואל האט זיך אויך די ביל שיין ארויפגעריקט

זונטאג יולי 06, 2014 2:48 pm

איך האב גענוצט 1560 קילאוואט שעה'ן דעם חודש, די סופלייער טשארדזש איז $280, איך רעכן עס אויס אין עקסעל קוקט אויס אז איך צאל שוידערליכע אכצן סענט פער קילאוואט שעה, דאס איז אויסער די זיבן סענט דעליווערי טשארדזש. ד.מ. אז איך צאל א קוואדער פאר יעדן שעה עירקאנדישאן. בין איך זיך טועה, צי נישט. כ'מיין איך דארף שוין קאלן דעם שוואגער וועלכער האט מיך אריינגעדרייט ביי עמביט און דערנאך דעם אנדערן כ'וויל נישט זאגן וואס וועלכער האט מיך אריינגעדרייט צו ווערידיען. דוכט זיך מיר אז אנשי קרית יואל וועלן גוט פארשטיין פון וואס איך רעד

זונטאג יולי 06, 2014 4:03 pm

מיין גניבה כ'מיין מיין ווירידיען פלען ענדיגט זיך נאך א חודש, און זיי שמייסען מיר ארויף די פרייז נאכדעים, (אויב זיי האבען עס נאכנישט געטוהן ביז היינט) צו וועלעכע קאמפאני זאל איך גיין? ווער האט די ביליגסטע און ב"פ?

זונטאג יולי 06, 2014 4:54 pm

גוגל איז ליידער אזוי גערעכט, מ'טאר נישט גיין מיט די אלע קאמפאני'ס, רובא דרובא זענען ביטער ווי א זית צום סוף, און נאך גערעכט אויך!

די איינציגסטע מהלך וואס קען ארבעטן איז א פיקסד רעיט וואס ווערט געלאקט פאר א האלבע יאר אדער א יאר און דו האסט די ברירה (און זאלסט טאקע אזוי טון) צו מאכן דיין דעציזיע דערנאך צו דו גייסט נאכאמאל מיט זיי אדער נישט.

פארשטייט זיך אז "החכם עיניו בראשו", מ'דארף אלעמאל דורכקוקן דעם ביל.

זונטאג יולי 06, 2014 5:28 pm

איך רעד פון עקספירינס. מיין כולל ברידער איז אויך א אגענט ביי די קאמפעניס. איך האב טייער באצאהלט פאר דעם. ביז איך האב עס געגעבן פאר א געהעריגע ענערגי בראוקער וואס טוישט מיין אקאונט אלעמאל צו די ביליגסטע קאמפאני

אן א ברויקער איז עס סתם נעריש, ווייל טאקע אזוי מאכען זיי געלט

זונטאג יולי 06, 2014 5:31 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:גוגל איז ליידער אזוי גערעכט, מ'טאר נישט גיין מיט די אלע קאמפאני'ס, רובא דרובא זענען ביטער ווי א זית צום סוף, און נאך גערעכט אויך!

די איינציגסטע מהלך וואס קען ארבעטן איז א פיקסד רעיט וואס ווערט געלאקט פאר א האלבע יאר אדער א יאר און דו האסט די ברירה (און זאלסט טאקע אזוי טון) צו מאכן דיין דעציזיע דערנאך צו דו גייסט נאכאמאל מיט זיי אדער נישט.

פארשטייט זיך אז "החכם עיניו בראשו", מ'דארף אלעמאל דורכקוקן דעם ביל.


יא האביך געהאט די זעלבע עקספיריענס, זיך אפגעבריהעט מיט איינעם, און דערנאך אויפגעסיינט צי א צווייטן און געלאקט פאר א יאר צייט

זונטאג יולי 06, 2014 5:32 pm

הויזען קאסט בערך $30, פון וועלכע הויזען רעדט דא דער עוילעם?

זונטאג יולי 06, 2014 5:34 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:הויזען קאסט בערך $30, פון וועלכע הויזען רעדט דא דער עוילעם?

די וואכענדיגע, מיט די בערזל אינעם הינטﬠרשטן טאש...

זונטאג יולי 06, 2014 5:43 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:הויזען קאסט בערך $30, פון וועלכע הויזען רעדט דא דער עוילעם?

די וואכענדיגע, מיט די בערזל אינעם הינטﬠרשטן טאש...

;l;p-

זונטאג יולי 06, 2014 6:47 pm

געהאט דעם חודש א נישטיגע ביל קעגן ווינטער חדשים
סיבה: איך האב הונדערטער מאל אראפ געקנאקט די טעלעפאון פאר די אלע ענעריגע סופלייער קאמפאניעס

זונטאג יולי 06, 2014 7:30 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:געהאט דעם חודש א נישטיגע ביל קעגן ווינטער חדשים
סיבה: איך האב הונדערטער מאל אראפ געקנאקט די טעלעפאון פאר די אלע ענעריגע סופלייער קאמפאניעס

אוי ווי פאטאקי

וואס איז די הנאה פון איין חודש ביליג ווען סוף כל סוף האט איר ביטערליך איבערגעצאלט

ווען די וואלסט ווען געפאלגט פעטער גוגל ווי איך האב געטוהן וואלט איר געצאלט קליין געלט סיי ווינטער און סיי זומער

קאנעד האט געקאסט 22 סענט און פאברואר אין איך האב געצאלט 7 סענט

די היסטארישע פרייזן ווייזן אז אויב איר זענט געוועהן אויף א גוטע פיקסט פרייז איז עס אלעמאל געוועהן ביליגער

זונטאג יולי 06, 2014 7:54 pm

וואס טוה איך ווייטער, זיי גייען מיר טשארדזען $50 אויב איך האק אפ ביפאר 8/17, וויאזוי מאך איך אז אנאנדערע קאמפאני זאל עס איבערנעמן פונקטלעך יענע טאג?
עטעטשמענטס
20140706_184056-resized-1024.jpg

זונטאג יולי 06, 2014 8:18 pm

דו דארפסט זיי קודם איינמעלדן אז דו ווילסט נישט רינוען דיין קאנטראקט מיט זיי ווען ס'לויפט אפ, דערנאך פרעג זיך נאך פאר א גוטע קאמפאני צו מאכן א פיקסד רעיט (ס'קען זיין אז יעצט איז נישט די צייט, איז בעסער לאז עס לויפן אויף די געהעריגע קאמפאני אביסל ווי איידער צו מאכן כאפ לאפ).

_____

בכלליות אויב מען האלט דעם קאפ אויפן פלאץ קען מען אריינכאפן גאר גוטע רעיט כמעט אלעמאל, למשל לעקטער איז געווענליך אביסל ביליגער ווינטער און געז זומער, פין די אנדערע זייט לוינט אמאל צו לאקן נאר פאר א האלבע יאר פשוט ווייל אזוי האסטו א געפ פין ווען ס'ענדיגט ביז דעם קומענדן ווינטער/זומער צו קענען נאכקוקן עטליכע חדשים אויב ס'מאכט זיך אז ס'דייט יא אראפ, וכדו'.

זונטאג יולי 06, 2014 8:24 pm

וואס געשעהט ווען איך קענסעל ביי זיי? מיין עלעקטריק האקט זיך אפ?
שרייב א תגובה

Advertisement